געפילטע פיש האט געשריבן:איך האב ברוב חכמתי ובנתי אויסגעפיגערט אן עצה דערפאר, איך גיי נישט אריין אין צימעס. ונהגתי כך למשך 40 יום ונושעתי, והבטחתי לפרסמו לתועלת הרבים.
ס'נישט אזוי פשוט, דער פאקט איז אז קאווע שטיבל גיבט אכסניה פאר צימעס, צימעס איז חלק אין א שותף גלייך אויף גלייך מיט אלע אנדערע אפטיילונגען אויף קאווע שטיבל.
דער עיקר מטרה פון דעם אשכול איז: ווער האט דיר פארציילט וועיגן קאווע שטיבל!
איך גלייך פארצייטישקייטן און גיין בדרכי אבות, האב איך געזיכט א אידיש היימישע ווערץ הויז און מיין געגענט, האב איך אריינגעלייגט אין אידיש די ווערטער "קאווע שטיבל" פאר גוגול, איך קען דאך וויליאמסבורג מיט אירע געגענטער ארום, איך ווייס דאך אז סאיז לשוא צו זיכען אזאנס אבער האב איך געקלערט, אפשר דאך וועט עפעס דאך זיך געפינען אין די וויליאמסבורגער עריע, איך זאל נישט דארפן פארן פאר א קאווע אין א ווערץ הויז ביז די קליינע שטעטלעך אין איסטערן יוראפ ווי די אידישע קרעטשמיסטן האבן אנגעפירט זייערע ווערץ הייזער, און הערט דאס איז ארויף געקומען...א "קאווע שטיבל" אין מיין נאז אריין!! אזוי נאנט צו מיין עריע אזאש אפי' אין מיין געלעגער אריין!
געפילטע פיש האט געשריבן:איך האב ברוב חכמתי ובנתי אויסגעפיגערט אן עצה דערפאר, איך גיי נישט אריין אין צימעס. ונהגתי כך למשך 40 יום ונושעתי, והבטחתי לפרסמו לתועלת הרבים.
ס'נישט אזוי פשוט, דער פאקט איז אז קאווע שטיבל גיבט אכסניה פאר צימעס, צימעס איז חלק אין א שותף גלייך אויף גלייך מיט אלע אנדערע אפטיילונגען אויף קאווע שטיבל.
דער עיקר מטרה פון דעם אשכול איז: ווער האט דיר פארציילט וועיגן קאווע שטיבל!
זינט איר עקזיסטענץ, האב איך באזיכט צוויי מאל אין צימעס. איך ווייס אפי' נישט אז ס'עקזיסטירט. כ'געדענק ווי כ'בין אינטערגעשפרינגן בשעתו ווען די אחראים האבן מיט חכמה ערפינדן א מהלך וויאזוי צו מאכן צימעס פון די קינדערישע שמועסן אן נעמען די גרינגע מהלך פון צענזור אבער כבודם במקומם מונח עס פארפאקן ערגעץ אין די הרי חושך ווי ס'איז לא שלטה בה עינה.
איך בין נישט הונדרעט פראצענט זיכער, אבער עפעס ליגט מיר אין קאפ אז הערשל פר"מ האט אינטערוויאוט באריסטא'ן אויף קול מבשר. איינער געדענקט וועלכע נומבער עס איז?
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
א חבר מיינע האט געזעהן ווי אזוי איך שרייב, האט ער מיר געזאגט אז איך זאל דא אהערקומען, ווייל דא וועל איך טרעפן חברים כצלמי וכדוגמתי. און ער האט זיך נישט טועה געווען. און איך האב ב"ה זייער הנאה.
קיינער האָט מיר ניט דערציילט איבער קאַווע שטיבל. איך בין געפאַלן אַהער בדרך צופאַל (בלשון החסידות – בהשגחה פרטית). איך בין אַ שטאַרקער ליובאָווניק פון דער אידישער שפּראַך, האָב איך געוועלט זען ווי מ'רעד עס אינדרויסן פון אונזערע קרײזן. במציאות, האָט קאַווע שטיבל אַ סך אַ שענערער אויסשטעל פאַר אײוועלט (היינו – ס'שײנט בעסער פאַר די אויגן). ווען איך וואָלט מלכתחילה וויסן די חילוקים פון קאַווע שטיבל ביזל אײוועלט, וואָלט איך מסתמא גיין אין אײוועלט (בטבע בין איך מער אַ מצומצמדיקער איד), נאָר אַזוי ווי איך בין געפאַלן אַהערצו, און איך פיל זיך שוין היימיש מיט די חברי השטיבל, בין איך שוין געבליבן דאָ... אַצינד פיל איך זיך שוין היימיש מיט די חברי השטיבל, און מיר איז גוט דאָ, צו וואָס דאַרף איך גיין זוכן פרעמעדע גליקן?
דוראק האט געשריבן:קיינער האָט מיר ניט דערציילט איבער קאַווע שטיבל. איך בין געפאַלן אַהער בדרך צופאַל (בלשון החסידות – בהשגחה פרטית). איך בין אַ שטאַרקער ליובאָווניק פון דער אידישער שפּראַך, האָב איך געוועלט זען ווי מ'רעד עס אינדרויסן פון אונזערע קרײזן. במציאות, האָט קאַווע שטיבל אַ סך אַ שענערער אויסשטעל פאַר אײוועלט (היינו – ס'שײנט בעסער פאַר די אויגן). ווען איך וואָלט מלכתחילה וויסן די חילוקים פון קאַווע שטיבל ביזל אײוועלט, וואָלט איך מסתמא גיין אין אײוועלט (בטבע בין איך מער אַ מצומצמדיקער איד), נאָר אַזוי ווי איך בין געפאַלן אַהערצו, און איך פיל זיך שוין היימיש מיט די חברי השטיבל, בין איך שוין געבליבן דאָ... אַצינד פיל איך זיך שוין היימיש מיט די חברי השטיבל, און מיר איז גוט דאָ, צו וואָס דאַרף איך גיין זוכן פרעמעדע גליקן?