דברי תורה וחידות לכבוד פורים

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1432 מאל

דברי תורה וחידות לכבוד פורים

שליחה דורך גאלד »

לתועלת הציבור געב איך דא די פלאטפארמע פאר חברינו היקרים צו מיטיילן שיינע ווערטעלך רמזים דרושים, צו פורים'דיג צו נישט,

איך העל אנהויבן מיט א שיינע דערהער וואס כאב געזעהן און ספר יוסף לקח אויפן פסוק "וישם המלך אחשורוש מס על הארץ ואיי הים",

אלע פרעגן זיי וואס איז דער ענין מיט דעם, ווי האט עס א שייכות צו די נס פורים?

זאגט דער יוסף לקח אז אין דעם ליגט באגראבן אויך א חלק פון די נס,

ווייל אנהויב מגילה שטייט "והנחה למדינות עשה" דאס מיינט אז אחשורוש האט נאכגעגעבן די מכס פאר אלע מדינות, א נייע לאו, אלעס איז טעקס פרי, פארוואס, זאגן חז"ל, אז ער האט געוואלט אז אסתר זאל ארויסגעבן איר אפשטאם, און מיט דעם וואס ער וועט זיין אזוי נייס צו איר אפשטאמיגע מדינה, וועט זי איר אויסזאגן איר אפשטאם,
אבער למעשה, האט ער קיינמאל געחלומ'ט אז זי שטאמט גאר פון אידן, האט דער שוטה געגעבן הנחות פאר יעדן איינעם אויסער די קליינע הייפעלע אידן, ווייל עס איז מדויק און פסוק, והנחה "למדינות" עשה, דאס מיינט נאר פאר פעלקער מיט א אייגענע מדינה און ווירטשאפט, אבער דאס אידיש פאלק איז דאך געווען מפוזר ומפורד אן קיין מדינה, זענען זיי געבליבן די איינציגע וואס האט יא געצאלט סעילס-טעקס מיט אינקאם-טעקס וכו',

שפעטער ווען המן האט גע'עצה'ט אחשורוש, צו ליקווידירן אלע אידן, האט אחשורוש געשריגן ווי קען איך דאס טאן? זיי זענען דאך די איינציגע מענטשן וואס צאלן טעקס, אן זיי גיי איך באנקראט, אויף דעם האט המן געענטפערט איך געב דיר די גאנצע מכס וואס די אידן צאלן, עשרת אלפים ככר, צו ערזעצן די שאדן פון די שטייער וואס די אידן וואלטן געצאלט,

יעצט שפעטער ווען ס'געווארן ונהפוך הוא, האט מרדכי פארלאנגט צו זיך נוקם זיין אויף די שונאים, אויב וואלטן די אלע טויזענטער גוים באצאלט טעקסעס, וואלט מרדכי קיינמאל נישט געקענט ערזעצן די טעקס שאדן פון די אלע רוחות לאלפים, פארדעם האט אחשורוש תיכף מסכים געווען אן קיין קלער, נעם זיי בחנם, איך האב גארנישט קיין תועלת פון די אלע גוים, טוה מיט זיי וואס דא ווילסט בחנם,

אבער איינמאל מ'האט זיך נוקם געווען מיט די אלע שונאים, איז דאך נישט געווען קיין שום אורזאך וואס די אלע גוים זאלן ענשדויען די פרייע טעקס, פארוואס עפעס? איז תיכף וישם המלך אחשורוש מס על הארץ, יעדער קען שוין ווידער צאלן מכס,

דער אשכול פארמאגט 1 תגובה

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר