האט סאטמאר "געמאכט" די עירוב אין בארא פארק אין תש"מ

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
[NAMELESS]

האט סאטמאר "געמאכט" די עירוב אין בארא פארק אין תש"מ

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך וויל נישט אריינגיין צו די עירוב אין בארא פארק איז כשר צו נישט, אזוי ווי איך האב נישט קיין הוראה ושימוש שפיר איך נישט אז איך מעג בכלל אריינרעדן אין די נושא ההלכה.

נאר אזוי ווי די עולם האט שוין באמערקט האב איך געטראפן אן אינטערסאנטע אוצר פון א שרייבער מיט'ן נאמען נח זבולוני (א שנה ופרוש'ניק- א תלמיד פון ברוך בער, דער סטייפלער, און דער ראגאטשאבער, און שפעטער גרויסע שרייבער אין עטליכע צייטונגען, און איז געשטארבן אין שנת תשס"ד. און איז געווען א נאנטע חבר מיט רבי עמרם בלוי און הרב שך). זיינע ידיעות זענען זייער אינטערעסאנט.

אין יאר תש"מ האט ער געשריבן אן ארטיקל אינטער די קעפל: מלחמת העירוב בברוקלין. ווי ער שרייבט ווי אזוי די סאטמארערס וועלכע ערלויבן נישט צו מאכן די עירוב אין פלעטבוש, זיי ווילן מאכן אן עירוב אין בארא פארק, און די חברי אגודה רייסן דאס אראפ יעדע וואך (צו געדענקן אז בעלז און קלויזנבורג האבן דעמאלס געהערט מער צו יענע חדר). און ווי אזוי די סאטמארעס טראגן און די אגודיסטן צוברעכן די קערידשעס וכו'. ממש איבערגעדרייטע יוצרות. די ארטיקל איז אייזן, איך לייג ארויף א לינק און איך שיק צו שמעקעדיג די PDF אז ער זאל עס קענען ביטע ארויפלייגן בעסער.

מתוק מדבש, ציקער זיס. (משנכנס אדר....)

http://ranaz.co.il/images/PDF/n19801000_1PDF.pdf
עוד מישהו
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 12:46 pm
געפינט זיך: אין אנטארטיקע
האט שוין געלייקט: 144 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 235 מאל

שליחה דורך עוד מישהו »

עולם הפוך ראיתי עליונים למטה תחתונים למעלה?!
ס'איז בעסער צו לערנען די הייליגע תורה, מער פון אלע לאלי'ס און קענדי'ס.
קרעדיט: כיתה א' רבי.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אויב מאך איך נישט קיין טעות איז איינע פון ר' משה'ס טענות געווען דאס נוטצען די טרעין טרעקס פאר די עירוב, דאס איז כמובן הימל און ערד אנדערש ווי די היינטיגע מהודרדיגע עירוב.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

איך אויך האט געשריבן:אויב מאך איך נישט קיין טעות איז איינע פון ר' משה'ס טענות געווען דאס נוטצען די טרעין טרעקס פאר די עירוב, דאס איז כמובן הימל און ערד אנדערש ווי די היינטיגע מהודרדיגע עירוב.


איך מיין די מאכסט א טעות.

דער עירוב איז געוועהן דורך ר מנשה הקטן, מען קען זעהן די פרטים אין זיין ספר משנה הלכות.

ער רופט אלע חסידים סאטמאר, ממילא היות חסידים האבען עס געוואלט מאכען, רופט ער זיי סאטמאר כאטש אויף די קול קורא האבען גאר אסאך חסידישע גדולים אונטער געשריבען.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
פארשפארט