דער מעמד הר סיני אויפרייס

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

דער מעמד הר סיני אויפרייס

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

דער מעמד הר סיני איז איינער פון די יסוד היסודות אין אידישקייט. ביי יענער געשעעניש איז דער רבונו של עולם "אראפגעקומען" אויף דער וועלט און איבערגעגעבן פאר די אידן, אין שפיץ פון משה רבינו, די תורה.

אבער וואס גענוי האט דער אויבערשטער איבערגעגעבן צו די אידן? וואס האט ער זיי געזאגט?

אין חז"ל געפינען מיר אז אין דער תורה וואס משה רבינו האט באקומען איז אריינגערעכנט "כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש." אין דעם כלל זענען אבער אריינגערעכנט אלע מחלוקות פון אלע דורות. זאלן מיר זאגן אז משה רבינו האט לכתחילה באקומען א פעקל מיט סתירות -- אז א שיין חלק פון דער תורה איז לכתחילה געקומען מיט א בו-בזמן מיניה-וביה סיסטעם פון אסור/מותר, חייב/פטור, עבירה/מצוה?

די זעלבע תורה האט א כלל, אז "אלו ואלו דברי אלוקים חיים." א שיינער דערהער. אבער וואס איז פשט פון אויפשטעלן א סיסטעם אויף א יסוד פון ווידערשפריכן און קעגנזאצן, און נאך צושטעלן פאר א נויט א כלל וואס לאזט נישט אויסקלייבן צווישן די צוויי וועלכער איז "באמת" דער אמת?

דאס איז אמאל קלאר אז די תורה וואס משה און די אידן האבן באקומען ביים מעמד הר סיני (און די פערציג נאכפאלגנדע טעג) איז נישט באשטאנען בלויז פון טרוקענער טעקסט. דער טעקסט אליין, די ווערטער און משמעות, זענען געשריבן געווארן באופן "דברה תורה כלשון בני אדם." די "בני אדם" אין וועמענס לשון די תורה האט גערעדט, זענען ע"פ פשטות געווען די מענטשן וואס האבן געלעבט אין יענער עפאכע. ("גיבור מלחמה" היינט איז ליבערשט אן ארגאניזאציע ווי דעם פענטאגאן איידער א יחיד.)

מיר געפינען אויך דער כלל, אז פארשידענע שטעלן און זאצן אין דער תורה זענען געשריבן געווארן אויף אן אופן "כדי לשבר את האוזן." דאס מיינט אז די ווערטער געבן נישט איבער דעם גאנצן "מעסעדזש".

איך וואלט געזאגט אז מעמד הר סיני איז געווען עפעס ווי דער "ביג בענג" פון יהדות. דער אוניווערס, ווי די וויסנשאפט מיינט היינט, איז געבוירן געווארן דורך א גרויסן אויפרייס פון עפעס אן אומבאגרייפליך-קליינעם ברעקל (קלענער ווי מיר קענען משער זיין). דאס ברעקל, וואס סייענס רופט "סינגולעריטי" (איינציגקייט) האט אין זיך פארמאגט בכוח אלעס וואס איז שפעטער באשאפן און אנטוויקלט געווארן. דאס אלעס איז צוגעגאנגען בהדרגה, פאמעליך, שטאפלווייז. צוערשט האט די פיצינקע נקודה'לע אויפגעריסן: בום! דער אויפרייס איז געקומען מיט אזא מאויימ'דיגער קראפט, אז דאס פינטעלע האט אנגעהויבן זיך צעבלאזן און עקספאנסירן -- און האט קיינמאל נישט אויפגעהערט אזוי וואקסן און זיך צעברייטערן. דער פראצעס האלט נאך אן ביז'ן היינטיגן טאג. דער אוניווערס צעפליט זיך אין אלע זייטן ווי אזא קאסמישער באלון.

אלעס וואס מיר האבן היינט און וועלן האבן אין דער צוקונפט איז דעמאלט געבוירן געווארן. דער "בום!" האט אנגעהויבן א פראצעס פון א בריאה. קודם, אין די ערשטע סעקונדן, איז געווארן אזא בריאה ווי "בריאה": פלאץ, צייט, שינוי, אא"וו. דערנאך, האבן במשך די פאלגנדע תקופות, האבן זיך זאכן אנגעהויבן אנטוויקלען מהקל אל החמור -- אטאמס, מאלעקיולן, גאזן, לופט, וואסער, מיקראבן, שטיינער, העלצער, לעבעדיגע באשעפענישן, און עווענטועל, מענטשן. (איך קען נישט דעם פינקטליכן כראנאלאגישן סדר המאורעות, באט יו געט די דזשענערעל איידיע.)

זענען ביים ביג בענג געשען צוויי זאכן; צוויי פראצעסן האבן זיך דעמאלט אנגעהויבן: 1) די דאזיגע "בראשית"-נקודה האט אנגעהויבן זיך אויפבלאזן, און 2) זאכן האבן זיך אנגעהויבן אנטוויקלען און ארויסגיין מן הכוח אל הפועל.

איך מיין אז מעמד הר סיני איז עפעס אזא ביג-בענג קאנצעפציע. עס איז אויף דער וועלט, אויף דער וואנדרנדיגער גרופע באפרייטע קנעכט אנגעפאלן א מין השראה שלא מעלמא הדין. דער עולם איז אריינגעפאלן אין א טיפן טראַנס, אויף א פארנעם וואס איז נישט בלויז געווען פרעצעדענטלאז, נאר טיפער, ברייטער און ארומנעמיגער ווי מיר קענען היינט בכלל משיג זיין. דאס, די השראה, איז געווען דאס קערנדל -- וואס האט זיך אויפגעריסן און געלאזט אין גאנג אן אנטוויקלונגס-פראצעס, וואס האט זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט.

"אין סוף" האט צו דער גרופע מענטשן קאמוניקירט א מעסעדזש, וואס האט אנטהאלטן בכוח אלעס וואס איז דערפון ארויסגעקומען, קומט ארויס, און וועט אמאל ארויסקומען. ס'איז "אראפגעקומען" א השראה וואס האט אנגעהויבן א פראצעס פון אנטוויקלונג און עקספאנסיע.

די "תורה" איז יענץ קערנדל. די מחלוקות און סתירות זענען יענער פראצעס.

די תורה, זאגן חז"ל, איז באשאפן געווארן פריער פון דער וועלט. דאס הייסט: די קאנצעפט פון אזא "קערנדל"-סינגולעריטי וואס טראגט אין זיך אלעס בכוח, נאר דארף א בריאה מיט צייט און שינוי צו קענען זיך אנטוויקלען, דאס, דער עצם קאנצעפט, איז באשאפן געווארן פאר דער וועלט. די וועלט, דער אוניווערס, איז באשאפן געווארן אינעם און דורכ'ן ביג בענג. מוז דאך זיין אז דער חק, דער פרינציפ, איז באשאפן געווארן פריער. נאר אזוי האט דער פראצעס פון אויספלאץ-און-אנטוויקלונג געקענט צושטאנד קומען.

דער פאקט איז דאך אז אויף דער וועלט קאמוניקירן מענטשן צווישן זיך, בעיקר, דורך שפראך -- אותיות, ווערטער, און זאצן. די תורה, דער טעקסט שבו, איז די שפראך-כלי אין וועלכער די אינפארמאציע איז אריינגעלייגט געווארן. יענער קאנצענטרירטער השראה/מעסעדזש האט געמוזט אריינגעלייגט ווערן אין ווערטער, ווייל אנדערש וואלט עס נישט געקענט איבערגעגעבן ווערן צו די ווייטערדיגע דורות. דער מעסעדזש-קערנדל אנטהאלט אבער סך מער ווי דאס פשוט'ע משמעות פון דעם טרוקענעם טעקסט. עס האט געטראגן אין זיך באהאלטן אלע סתירות, מחלוקות, צדדים פון אלערליי מציאות'ער, אומשטענדן, און פערספעקטיווען פון דעמאלט, ביז -- כ'ווייס אליין נישט.

די תורה, ובכן, איז נישט נאר א חפצא, א וועזן, נאר אויך און בעיקר א פראצעס, א קייט פון שינויים, הוספות, אנטוויקלונגען. באשאפן איז זי געווארן פאר ששת ימי בראשית; אויפגעריסן האט זי ביים מעמד הר סיני. און דער פראצעס, וואס האט זיך דעמאלט אנגעהויבן, האלט אן ביז'ן היינטיגן טאג. מעמד הר סיני איז דער אנהויב פון א קאסמישער געשעעניש; עס האלט אין איין געשען.

סייענס האט אנגענומען דעם ביג בענג אלס פאקט, אפילו ער ווייסט נישט (צי נאכנישט) וויאזוי דער אויפרייס איז געשען און ווער האט דעם ערשטן קערנדל דערציילט דעם סוד, אז ער זאל אין און דורך זיך אנטוויקלען אזא וועלט ווי מיר האבן היינט. די נקודה הראשונה וואס האט דעמאלט, ביי בראשית, אויפגעריסן, האט אין זיך אנטהאלטן אין זעלבן פלאץ, אין דער זעלבער צייט ווידערשפריכן און קעגנגעזעצטע זאכן: הייס/קאלט, ליכט/פינסטער, יא/ניין, גוט/שלעכט, סיביר/סאהארא, באבאוו/באבאוו, מהר"א/מהרז"ל, סאטמאר/ליובאוויטש, קאווע שטיבל/איי וועלט...

מיר איז נישט קיין נפקא מינא פון וואו, וויאזוי, ווען, און דורך וועמען דער אייגנטליכער טעקסט פון חומש איז למעשה געשריבן געווארן. פון מיין זייט זאל עס זיין כביכול אליין, משה רבינו, די אנשי כנסת הגדולה, אדער דער אבן עזרא. לא נפקא מינה בכלל. ווער און וואס ס'זאל נאר נישט האבן געווען, איז "דברה תורה כלשון בני אדם", און זי איז באלד דעמאלט ביים געגעבן ווערן טראגעדיג געווען מיט אלעס וואס סיי ווער וועט נאר אמאל מחדש זיין, אריינגערעכנט די סתירות און קעגנגעזעצטע צדדים. דער טעקסט איז דאס הענטל מיט וועלכן מען כאפט אן דעם מעסעדזש און גיט אים ווייטער.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעקעדיג האט געשריבן:דו טראכסט זייער טיף. (א קאמפלימענט)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

לולקע-ציבעך האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:דו טראכסט זייער טיף. (א קאמפלימענט)


א דאנק :D
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

לולקע, האסט אהער געשטעלט אן אינטערעסאנטע חידוש, דאכט זיך מיום עמדו אבותי על הר סיני איז נאך קיינעם נישט בייגעפאלן אזא געדאנק, און אויב איז עס טאקע אמת איז עס זיכער שוין ניתנה למשה מסיני.
לגוף הענין פארשטיי איך נישט פונקטליך וואס דו זאגסט, אויב די אויפטוה איז אז די נתינת התורה איז נישט געווען די טעקסט, נאר עפעס א געוויסע קערנדל וואס דארף עקספלאדירן, צו וואס דארפסטו זאגן
לולקע-ציבעך האט געשריבן:איך מיין אז מעמד הר סיני איז עפעס אזא ביג-בענג קאנצעפציע. עס איז אויף דער וועלט, אויף דער וואנדרנדיגער גרופע באפרייטע קנעכט אנגעפאלן א מין השראה שלא מעלמא הדין. דער עולם איז אריינגעפאלן אין א טיפן טראַנס, אויף א פארנעם וואס איז נישט בלויז געווען פרעצעדענטלאז, נאר טיפער, ברייטער און ארומנעמיגער ווי מיר קענען היינט בכלל משיג זיין. דאס, די השראה, איז געווען דאס קערנדל -- וואס האט זיך אויפגעריסן און געלאזט אין גאנג אן אנטוויקלונגס-פראצעס, וואס האט זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט.

קען דאך דאס זיין פשוט, עס איז געווען נתינת התורה פשוטו כמשמעו אזוי ווי עס שטייט אין די תורה, און דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה-קערנדל פאר די אידן דעמאלט'ס, און דערנאך האט זיך עס צוברייטערט מיט קשיות און מחלוקת ואלו ואלו דברי אלקים חיים.
און בפשטות איז דאך די מציאות אזוי, דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה-טעקסט, און די תורה איז נישט געשריבן קלאר יעדע הלכה אבער אלעס לערנט מען ארויס פון די טעקסט, אלע ספרי קודש זענען געבויעט אויף די תורה, און אלע מחלוקות הפוסקים זענען אויך געבויעט ווי אזוי יעדער לערנט אפ די תורה.

און דאס וואס דו ברענגסט ראיות און משלים פון ביג בענג, לדעתי איז ערבך ערבא צריך, די גאנצע נארישע טעאריע פון ביג בענג האט נישט קיין הענט און קיין פיס, עס איז נאר אנגענומען אין סייענס ווייל דערווייל האט מען נאכנישט קיין צווייטע פשט, אבער די טאעריע כשלעצמו האט לעכער און איז בכלל אומפארשטענדליך.
נו אויב אזוי קענען מיר דאך שוין גלייבן וואס דער אייבערשטער האט געשריבן אין די תורה וניתנה למשה בסיני, ווי אזוי דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט. כי ששת ימים עשה ה' את השמים ואת הארץ וביום השביעי שבת וינפש.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ברסלב'ער, פון די וועג ווי אזוי דו ווארפסט אפ די ביג בענג טעאריע שטעל איך זיך פאר אז דו האסט שטודירט פיזיקס און גוט דורכגעטון די נושא, ריכטיג?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

גראדע נישט, כ'בין נישט דער גרויסער וויסענשאפטלער, איך האב נאך א שיינע מהלך צו גיין אין דעם ריכטונג.
כ'האב עס נאר געשריבן פון וואס כ'האב געליינט דא און דארט, און עס מאכט שטארק סענס (נישט סייענס).
והשנית האב איך די עיקר געמיינט ארויס צו ברענגן, די משל הדומה לנמשל פון דעם געוואלדיגע אויפטוה פון די "תורה-ביג-בענג"
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אויב דאס איז די קעיס, דעמאלט בין איך דיר מציע, אלס א גוטער פריינט, נישט צו זאגן אויף א טעאריע אז "עס האט נישט קיין הענט און קיין פיס" איידער דו טוסט עס דורך ביז צום סוף, און אודאי נישט פון ליינען דא און דארט. שטעל זיך פאר איינער זאל אוועקמאכן גאנץ תורת ברסלב דורך ליינען דא און דארט אין די ספרים פון שיק.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

אקעי, כ'וועל אנעמען אן עצה פון א גוטע פריינד, ובפרט פון דיר, וואס פון דיינע הערליכע תגובות דא אויפ'ן קאווע שטיבל זעהט אויס אז דו ביזט יא שטארק באקאנט אין די נושאים.

אבער לאמיר נישט פארקריכן פונעם נושא האשכול, וואס איז מיט די תורה-ביג-בענג טעאריע? דאס האסטו אויך דורך געטוהן?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך בין גראדע נישט אזוי באקאנט אין סייענס, אבער איך האב דרך ארץ פאר וויסנשאפטלער וואס האבן געווידמעט זייער לעבן צו שטודירן דעם באשאף פון די וועלט, מעשי ידיו של הקב"ה. אז דו פרעגסט וועל איך דיר זאגן אזויפיל, אז איך מיין אז לולקע מישט אביסל צווישן עוואלוציע און ביג בענג. עס איז נישט אז אלעס איז געווען אינ'ם ביג בענג, נאר פונ'ם ביג בענג האבן זיך זאכן עוואלווד ביז עס איז צוגעקומען צו דעם פארעם וואו ס'האלט היינט. די תורה, גלייך ווי אלע מעשי ידיו פונ'ם באשעפער, איז אליין א חלק פון די עוואלוציע פון די וועלט, כאטש אויף אן אנדער אופן ווי געווענליך, ווייל גאט האט זיך דירעקט אריינגעמישט און עס געגעבן פאר די אידן, כאטש מיר ווייסן נישט גענוי ווי אזוי ס'האט פאסירט, פונקט ווי מיר ווייסן נישט אלע פרטים פונ'ם ביג בענג. און ווי פארשטענדליך, איז דאס נאך איר אריינקומען אין דער וועלט אויך אדורך אן עוואלוציע, און עס וועט אודאי ווייטער דורכגיין עוואלוציע, גענוי ווי יעדע זאך אין די וועלט. די עוואלוציע פון די תורה איז דאס וואס מיר רופן "תורה שבעל פה".
האדם לא נברא אלא להתענג
א געלעכטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 10:05 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך א געלעכטער »

לולקע-ציבעך האט געשריבן:איך מיין אז מעמד הר סיני איז עפעס אזא ביג-בענג קאנצעפציע. עס איז אויף דער וועלט, אויף דער וואנדרנדיגער גרופע באפרייטע קנעכט אנגעפאלן א מין השראה שלא מעלמא הדין. דער עולם איז אריינגעפאלן אין א טיפן טראַנס, אויף א פארנעם וואס איז נישט בלויז געווען פרעצעדענטלאז, נאר טיפער, ברייטער און ארומנעמיגער ווי מיר קענען היינט בכלל משיג זיין. דאס, די השראה, איז געווען דאס קערנדל -- וואס האט זיך אויפגעריסן און געלאזט אין גאנג אן אנטוויקלונגס-פראצעס, וואס האט זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט.

"אין סוף" האט צו דער גרופע מענטשן קאמוניקירט א מעסעדזש, וואס האט אנטהאלטן בכוח אלעס וואס איז דערפון ארויסגעקומען, קומט ארויס, און וועט אמאל ארויסקומען. ס'איז "אראפגעקומען" א השראה וואס האט אנגעהויבן א פראצעס פון אנטוויקלונג און עקספאנסיע.

די "תורה" איז יענץ קערנדל. די מחלוקות און סתירות זענען יענער פראצעס.

די תורה, זאגן חז"ל, איז באשאפן געווארן פריער פון דער וועלט. דאס הייסט: די קאנצעפט פון אזא "קערנדל"-סינגולעריטי וואס טראגט אין זיך אלעס בכוח, נאר דארף א בריאה מיט צייט און שינוי צו קענען זיך אנטוויקלען, דאס, דער עצם קאנצעפט, איז באשאפן געווארן פאר דער וועלט. די וועלט, דער אוניווערס, איז באשאפן געווארן אינעם און דורכ'ן ביג בענג. מוז דאך זיין אז דער חק, דער פרינציפ, איז באשאפן געווארן פריער. נאר אזוי האט דער פראצעס פון אויספלאץ-און-אנטוויקלונג געקענט צושטאנד קומען.

אזעלכע אפיקורסס שרייבען!
דאס איז עס!
און שטיבעל דא וועל איך שוין מער נישט אריינטרעטען!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום גאסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: פארקלענערט די אותיות. ביטע נישט שרייען.
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

יאיר האט געשריבן:אז איך מיין אז לולקע מישט אביסל צווישן עוואלוציע און ביג בענג. עס איז נישט אז אלעס איז געווען אינ'ם ביג בענג, נאר פונ'ם ביג בענג האבן זיך זאכן עוואלווד ביז עס איז צוגעקומען צו דעם פארעם וואו ס'האלט היינט.
וואס מיינסטו צו זאגען? עס זענען דא זאכען וואס איז נישט בשורשו פינעם ביג בענג?
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

א געלעכטער האט געשריבן:
לולקע-ציבעך האט געשריבן:איך מיין אז מעמד הר סיני איז עפעס אזא ביג-בענג קאנצעפציע. עס איז אויף דער וועלט, אויף דער וואנדרנדיגער גרופע באפרייטע קנעכט אנגעפאלן א מין השראה שלא מעלמא הדין. דער עולם איז אריינגעפאלן אין א טיפן טראַנס, אויף א פארנעם וואס איז נישט בלויז געווען פרעצעדענטלאז, נאר טיפער, ברייטער און ארומנעמיגער ווי מיר קענען היינט בכלל משיג זיין. דאס, די השראה, איז געווען דאס קערנדל -- וואס האט זיך אויפגעריסן און געלאזט אין גאנג אן אנטוויקלונגס-פראצעס, וואס האט זיך קיינמאל נישט אפגעשטעלט.

"אין סוף" האט צו דער גרופע מענטשן קאמוניקירט א מעסעדזש, וואס האט אנטהאלטן בכוח אלעס וואס איז דערפון ארויסגעקומען, קומט ארויס, און וועט אמאל ארויסקומען. ס'איז "אראפגעקומען" א השראה וואס האט אנגעהויבן א פראצעס פון אנטוויקלונג און עקספאנסיע.

די "תורה" איז יענץ קערנדל. די מחלוקות און סתירות זענען יענער פראצעס.

די תורה, זאגן חז"ל, איז באשאפן געווארן פריער פון דער וועלט. דאס הייסט: די קאנצעפט פון אזא "קערנדל"-סינגולעריטי וואס טראגט אין זיך אלעס בכוח, נאר דארף א בריאה מיט צייט און שינוי צו קענען זיך אנטוויקלען, דאס, דער עצם קאנצעפט, איז באשאפן געווארן פאר דער וועלט. די וועלט, דער אוניווערס, איז באשאפן געווארן אינעם און דורכ'ן ביג בענג. מוז דאך זיין אז דער חק, דער פרינציפ, איז באשאפן געווארן פריער. נאר אזוי האט דער פראצעס פון אויספלאץ-און-אנטוויקלונג געקענט צושטאנד קומען.

אזעלכע אפיקורסס שרייבען!
דאס איז עס!
און שטיבעל דא וועל איך שוין מער נישט אריינטרעטען!
דו האסט מדגיש געווען די ווערטער פין לולקע ווי ער זאגט אז "דער עולם איז אריינגעפאלן אין א טיפן טראַנס". משמע אז דאס איז איינע פין די סיבות פין דיין וויי געשריי.
ווייסטו דען נישט פינעם רמב"ן וואס זאגט אז מעמד הר סיני איז געווען א ענין של נבואה?
איז עס אפיקורסת צו ניצען די ווארט טראנס אדער השראה ווען מען רעדט פון נבואה? ביטע זאג מיר די אויסגעהאלטענע ווערטער וואס מעגען געניצט ווערען. זאגען אז דער אייבערשטער רעדט מיט זיין מויל און שרייט מיט זיין קול איז מסתמא א.ק. ביי דיר. די ווארט טראנס דרוקט הא? ביטע צייכען אן אפאר מראה מקומות וואס שרייבען אז "נופל וגלוי עינים" איז אינגאנצען נישט דומה צו א מענטש אין א טראנס עד כדי כך אז עס איז אפיקורסת גמור צו האלטען אזוי.
דא האסטו איין מראה מקום אויף אנצוהייבען. ספר מורה הנבוכים חלק ב פרק לו. כך פועל הכח המדמה בעת השינה היא פעולתו בעת הנבואה אלא שיש בו קצור ולא הגיע אל תכליתה, ולמה אודיעך זה מדבריהם ז"ל ונניח כתובי התורה, אם יהיה נביאכם ה' במראה אליו אתודע בחלום אדבר בו, הנה כבר הגיד לנו ית' אמתת הנבואה ומהותה והודיענו שהיא שלמות יבא בחלום או במראה, ...וכבר ידעת כי כל כח גופני יחלש וילאה ויפסד עת ויבריא עת אחרת, וזה הכח המדמה כח גופני בלא ספק, ולזה תמצא הנביאים תתבטל נבואתם בעת האבל או בעת הכעס וכיוצא בהם. הייסט דאס אז נבואה איז מיטן כח המדמה כעין חלום. קומט אויס אז זאגען אויף נבואה אז דאס איז עפעס א דמיון אין די כלי השכל איז בסדר. זאגען נבואה איז בערך אזעלכע דמיונות וואס א מענטש האט אין זיין חלום איז גוט. עס איז דאך מסתמא נישט קיין אפיקורסת נאכצוזאגען א פסוק אין די תורה. "בחלום אדבר בו", אדער נאכצוזאגען דברי הרמב"ם. אבער "טראנס" איז עפעס א מין ווארט פין כפירה וואס באצווינגט דיך זיך אפצוטראגען פין דא.
לויטען דיקטשאנערי מיינט טראנס, א האלב וואכעדיגע מצב ווי מען פארלירט אלא כוחות פין די חושים גשמיים. קוקט אויס גאנץ נאנט צו א בחינה פין נופל וגלוי עינים.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

מוח שליט האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אז איך מיין אז לולקע מישט אביסל צווישן עוואלוציע און ביג בענג. עס איז נישט אז אלעס איז געווען אינ'ם ביג בענג, נאר פונ'ם ביג בענג האבן זיך זאכן עוואלווד ביז עס איז צוגעקומען צו דעם פארעם וואו ס'האלט היינט.
וואס מיינסטו צו זאגען? עס זענען דא זאכען וואס איז נישט בשורשו פינעם ביג בענג?

עפעס אזוי, אבער נישט ממש. ס'הייסט, איך האלט נישט אז אינ'ם ביג בענג איז געווען בדוקא נכלל אז פערצן ביליאן יאר שפעטער זאל קומען א ניק מיט'ן נאמען יאיר און שרייבן די דאזיגע תגובה אויף א סייט וואס רופט זיך קאווע שטיבל. די זעלבע זאך, אדער בעסער געזאגט, פיל ווייטער, גלייב איך נישט אז עס איז בהכרח געלעגן אין מתן תורה יעדע סתירה צווישן אמוראים. אבער ס'איז מער ווי דעם, אפילו אויב דו ביסט מחולק מיט מיין הבנה אין ביג בענג, איז דאך די תורה אריינגעקומען אינמיטן די פראסעס פון עוואלוציע, און האט זיך געמוזט צושטעלן דערצו, דאס האט געברענגט אז מערערע פארשידענע סיבות האבן גורם געווען אז די תורה זאל האלטן אויפ'ן שטאפל וואו זי האלט יעצט, און עס וואלטן פונקט אזוי געקענט זיין אנדערע סיבות וואס וואלטן געברענגט אנדערע רעזולטאטן. אזוי ווי די עוואלוציע פונ'ם היומען ספישיס איז תלוי אין וועלכע אומשטענדן ער געפינט זיך. נאר קען זיין אז מיר דארפן יא נוצן דעם ביג בענג משל לויט די חז"ל וואס האלטן אז ליכא מידי דלא רמיזא באורייתא, און די תורה קען סובל זיין מערערע דרשות, בכל אופן איז עס נישט ממש קיין צוגלייך, נאר ענדערש לסבר את האוזן. קען זיין אז דאס האט טאקע לולקע געמיינט.
האדם לא נברא אלא להתענג
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

יאיר האט געשריבן:
מוח שליט האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אז איך מיין אז לולקע מישט אביסל צווישן עוואלוציע און ביג בענג. עס איז נישט אז אלעס איז געווען אינ'ם ביג בענג, נאר פונ'ם ביג בענג האבן זיך זאכן עוואלווד ביז עס איז צוגעקומען צו דעם פארעם וואו ס'האלט היינט.
וואס מיינסטו צו זאגען? עס זענען דא זאכען וואס איז נישט בשורשו פינעם ביג בענג?

עפעס אזוי, אבער נישט ממש. ס'הייסט, איך האלט נישט אז אינ'ם ביג בענג איז געווען בדוקא נכלל אז פערצן ביליאן יאר שפעטער זאל קומען א ניק מיט'ן נאמען יאיר און שרייבן די דאזיגע תגובה אויף א סייט וואס רופט זיך קאווע שטיבל.
איז דאס ווייל דו האלטסט פין בחירה חפשית? [און דו מאכסט דיך נישט וויסענדיג פון ר' חסדאי קרשקש תלמיד הר"ן ורבו של בעל העיקרים. וואס שרייבט אין זיין ספר אור ה' מאמר ב' כלל ה' פרק ג', אז עס איז נישט דא קיין בחירה חפשית :) ]
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

ברסלבער האט געשריבן: דאך דאס זיין פשוט, עס איז געווען נתינת התורה פשוטו כמשמעו אזוי ווי עס שטייט אין די תורה, און דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה-קערנדל פאר די אידן דעמאלט'ס, און דערנאך האט זיך עס צוברייטערט מיט קשיות און מחלוקת ואלו ואלו דברי אלקים חיים.
און בפשטות איז דאך די מציאות אזוי, דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה-טעקסט, און די תורה איז נישט געשריבן קלאר יעדע הלכה אבער אלעס לערנט מען ארויס פון די טעקסט, אלע ספרי קודש זענען געבויעט אויף די תורה, און אלע מחלוקות הפוסקים זענען אויך געבויעט ווי אזוי יעדער לערנט אפ די תורה.


מען קען טאקע אזוי זאגן. איך פיל זיך אבער באקוועמער מיט'ן געדאנק אז די גאנצע תורה איז דעמאלט געגעבן געווארן. אזוי איז דאך אויך משמע פון חז"ל און מפורשים. לויט דעם אופן ווי איך זאג, שטימט עס. ס'איז נישט נאר אז די תורה האט איבערגעלאזט פלאץ פאר דרשות און הלכות, נאר די אלע זאכן זענען בעצם די תורה וואס איז דעמאלט געגעבן געווארן פאר די אידן.

ברסלבער האט געשריבן: און דאס וואס דו ברענגסט ראיות און משלים פון ביג בענג, לדעתי איז ערבך ערבא צריך, די גאנצע נארישע טעאריע פון ביג בענג האט נישט קיין הענט און קיין פיס, עס איז נאר אנגענומען אין סייענס ווייל דערווייל האט מען נאכנישט קיין צווייטע פשט, אבער די טאעריע כשלעצמו האט לעכער און איז בכלל אומפארשטענדליך.


פארוואס מיינסטו אז די טעאריע האט קיין הענט און פיס? ווען עמיצער זאגט אז דער ביג בענג איז געשען פון זיך אליין, דאס קען זיך הערן נאריש. אבער די טעאריע אליין? ס'איז דער בעסטער הסבר פאר די פאקטן וואס די וויסנשאפט ווייסט היינט. סייענס וועט נאך זיכער מאכן פארשריט און טוישן צי דערגענצן דאס בילד. אבער מאן יימר אז די וועלט האט זיך נישט אזוי אנגעהויבן? קשיות זענען פאראן; אבער קשיות זענען לאו דווקא פירכא'ס. נישט אזוי?


ברסלבער האט געשריבן: נו אויב אזוי קענען מיר דאך שוין גלייבן וואס דער אייבערשטער האט געשריבן אין די תורה וניתנה למשה בסיני, ווי אזוי דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט. כי ששת ימים עשה ה' את השמים ואת הארץ וביום השביעי שבת וינפש.


מיר קענען טאקע אזוי גלייבן. און מיר גלייבן טאקע אזוי. אבער מיר ווייסן דאך אויך אז די תורה דארף פארשטאנען און גע'דרשנ'ט ווערן. (די ספרים געשעפטן און כסדר-וואקסנדע ספרים שענק זענען עדות דערויף.) די תורה איז אמת. סיי וואס זי זאל נאר זאגן איז אמת. וואס זאגט זי אבער? דאס איז נישט קיין אמונה אדער השקפה שאלה, נאר א וואס-איז-פשט-אין-פסוק שאלה. (דאס ווערט געפרעגט דורך אויפהייבן די האנט אינמיטן שיעור: "רבי, כ'פארשטיי נישט!")
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לולקע-ציבעך, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

יאיר האט געשריבן:איך מיין אז לולקע מישט אביסל צווישן עוואלוציע און ביג בענג. עס איז נישט אז אלעס איז געווען אינ'ם ביג בענג, נאר פונ'ם ביג בענג האבן זיך זאכן עוואלווד ביז עס איז צוגעקומען צו דעם פארעם וואו ס'האלט היינט.


אמת. אבער דאס זאגט דאך אז די אלע זאכן וואס האבן זיך שפעטער אנטוויקלט, האבן זיך געפונען אין דעם סינגולעריטי בכוח. עפעס אנדערש איז דאך נישט געווען. אלעס וואס איז שפעטער נולד געווארן, איז בפשטות געווען קאדירט אין יענעם קאסמישן ברעקל. (איך בין נישט זיכער אז דאס וואס איך זאג איז סייענטיפיש אויסגעהאלטן. איך טראכט נאר אזוי. יתכן אז כ'בין נישט גערעכט.)

עוואלוציע פון בעלי חיים און דעם מין מענטש איז געווען א פאזע אין דער קאסמישער עוואלוציע. ביים ביג בענג איז געווען גארנישט. זילטש. אפילו נישט קיין אטאמס. אפילו נישט די טיילן פון אן אטאם. ס'איז געווען "תוהו ובוהו".

יאיר האט געשריבן:די תורה, גלייך ווי אלע מעשי ידיו פונ'ם באשעפער, איז אליין א חלק פון די עוואלוציע פון די וועלט, כאטש אויף אן אנדער אופן ווי געווענליך, ווייל גאט האט זיך דירעקט אריינגעמישט און עס געגעבן פאר די אידן, כאטש מיר ווייסן נישט גענוי ווי אזוי ס'האט פאסירט, פונקט ווי מיר ווייסן נישט אלע פרטים פונ'ם ביג בענג. און ווי פארשטענדליך, איז דאס נאך איר אריינקומען אין דער וועלט אויך אדורך אן עוואלוציע, און עס וועט אודאי ווייטער דורכגיין עוואלוציע, גענוי ווי יעדע זאך אין די וועלט.


"הסתכל באורייתא וברא עלמא." אפשר איז פשט אין די ווערטער אז דער אויבערשטער האט דעם קאנצעפט פון א "ביג בענג" -- א כמעט לא-ממשות וואס אנטהאלט בכוח אלעס וואס אנטוויקלט זיך דערפון שפעטער -- באשאפן פריער פון דער וועלט. און זיך צו ציטירן:

לולקע-ציבעך האט געשריבן:די תורה, זאגן חז"ל, איז באשאפן געווארן פריער פון דער וועלט. דאס הייסט: די קאנצעפט פון אזא "קערנדל"-סינגולעריטי וואס טראגט אין זיך אלעס בכוח, נאר דארף א בריאה מיט צייט און שינוי צו קענען זיך אנטוויקלען, דאס, דער עצם קאנצעפט, איז באשאפן געווארן פאר דער וועלט. די וועלט, דער אוניווערס, איז באשאפן געווארן אינעם און דורכ'ן ביג בענג. מוז דאך זיין אז דער חק, דער פרינציפ, איז באשאפן געווארן פריער. נאר אזוי האט דער פראצעס פון אויספלאץ-און-אנטוויקלונג געקענט צושטאנד קומען.


ג-ט, ווי דו זאגסט, האט די תורה *געגעבן* צו די אידן. עקזיסטירט האט זי אפשר אבער שוין פריער.

מעיקס סענס?
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

לולקע-ציבעך האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן: דאך דאס זיין פשוט, עס איז געווען נתינת התורה פשוטו כמשמעו אזוי ווי עס שטייט אין די תורה, און דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה-קערנדל פאר די אידן דעמאלט'ס, און דערנאך האט זיך עס צוברייטערט מיט קשיות און מחלוקת ואלו ואלו דברי אלקים חיים.
און בפשטות איז דאך די מציאות אזוי, דער אייבערשטער האט געגעבן די תורה-טעקסט, און די תורה איז נישט געשריבן קלאר יעדע הלכה אבער אלעס לערנט מען ארויס פון די טעקסט, אלע ספרי קודש זענען געבויעט אויף די תורה, און אלע מחלוקות הפוסקים זענען אויך געבויעט ווי אזוי יעדער לערנט אפ די תורה.

מען קען טאקע אזוי זאגן. איך פיל זיך אבער באקוועמער מיט'ן געדאנק אז די גאנצע תורה איז דעמאלט געגעבן געווארן. אזוי איז דאך אויך משמע פון חז"ל און מפורשים. לויט דעם אופן ווי איך זאג, שטימט עס. ס'איז נישט נאר אז די תורה האט איבערגעלאזט פלאץ פאר דרשות און הלכות, נאר די אלע זאכן זענען בעצם די תורה וואס איז דעמאלט געגעבן געווארן פאר די אידן.

איך האב דען געזאגט אז נישט די גאנצע תורה איז דעמאלט'ס געגעבן געווארן?
און איך וועל איבער'חזר'ן מיינע ווערטער.
די אלע שיטות און מחלוקות וואס זענען שפעטער געקומען זענען דאך מרומז אין די טקסט פון די תורה, אויב אזוי פארוואס דארפסטו זאגן אז עס איז געווען עפעס א מין בריאה פון א קערנדל וואס האט אויפגעריסן ביי מתן תורה און דערנאך זיך פארשפרייט מער און מער? און פארוואס דארפסטו צוקומען אז עס איז געווען מער בדרך נבואה וכדו'? קענסט דאך זאגן פשוט אז דער אייבערשטער האט געגעבן די טקסט פון די תורה, וואס אין דעם איז נכלל אלע זאכן וואס די שפעטערדיגע האבן צולייגט, און נאכדעם מיט די צייט האט מען עס אנגעהויבן צו מפענח זיין, און מען האלט נאך אלץ אינמיטן.

לולקע-ציבעך האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן: און דאס וואס דו ברענגסט ראיות און משלים פון ביג בענג, לדעתי איז ערבך ערבא צריך, די גאנצע נארישע טעאריע פון ביג בענג האט נישט קיין הענט און קיין פיס, עס איז נאר אנגענומען אין סייענס ווייל דערווייל האט מען נאכנישט קיין צווייטע פשט, אבער די טאעריע כשלעצמו האט לעכער און איז בכלל אומפארשטענדליך.

פארוואס מיינסטו אז די טעאריע האט קיין הענט און פיס? ווען עמיצער זאגט אז דער ביג בענג איז געשען פון זיך אליין, דאס קען זיך הערן נאריש. אבער די טעאריע אליין? ס'איז דער בעסטער הסבר פאר די פאקטן וואס די וויסנשאפט ווייסט היינט. סייענס וועט נאך זיכער מאכן פארשריט און טוישן צי דערגענצן דאס בילד. אבער מאן יימר אז די וועלט האט זיך נישט אזוי אנגעהויבן? קשיות זענען פאראן; אבער קשיות זענען לאו דווקא פירכא'ס. נישט אזוי?

יאיר האט דיר שוין מקדים געווען עיי"ש, איך האב נישט געמיינט בעיקר זיך צו באציען אויף די נקודה, כ'האב עס נאך קיינמאל נישט גרינטליך דורכגעטוהן, כ'האב מיר בעיקר באצויגן צו די "תורה-ביג-בענג", וואס צוליב עפעס א סיבה גייט עס מיר נישט אריין קאפ.
אפשר קענסטו דאס בעסער מסביר זיין, אויף וואס דו האסט עס געבויעט?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ברסלבער האט געשריבן:
און דאס וואס דו ברענגסט ראיות און משלים פון ביג בענג, לדעתי איז ערבך ערבא צריך, די גאנצע נארישע טעאריע פון ביג בענג האט נישט קיין הענט און קיין פיס, עס איז נאר אנגענומען אין סייענס ווייל דערווייל האט מען נאכנישט קיין צווייטע פשט, אבער די טאעריע כשלעצמו האט לעכער און איז בכלל אומפארשטענדליך.
נו אויב אזוי קענען מיר דאך שוין גלייבן וואס דער אייבערשטער האט געשריבן אין די תורה וניתנה למשה בסיני, ווי אזוי דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט. כי ששת ימים עשה ה' את השמים ואת הארץ וביום השביעי שבת וינפש.


גראדע קען איך יא אביסל די ביג בענג טעאריע, איך זעה נישט ווי עס איז א סתירה מיט חז"ל. די רמב"ן זאגט קלאר אז די אייבערשטער האט באשאפן די וועלט א יש מיש און נישט א יש מאיןץ די אייבערשטער האט קודם באשאפן די יש, און פון דעם האט ער געמאכט די וועלט. במילא קען רואיג זיין אז די אייבערשטער האט געמאכט די בענג די ערשטע טאג, און נאך דעם האט ער צוגעפיצט די וועלט מיט אלע אנדערע זאכן יעדן טאג. ווייל אפילו לויט די בינג בענק שטימט טאקע די וועלט, אבער מענטשן זענען נישט באשאפן געווארן פונעם בוםםםםםםםםםםםםםםםםםםםםםם מיט אלע זייערע רמ"ח אברים און שס"ה גידין. און איך האף און מיין אז אויך יאיר וועט צושטימען מיט מיר.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

א גוטע הערה
אבער דאכטציך אז א חלק פון די טעאריע איז אויך אז דאס איז געשעהן מיט 14 ביליאן יאר צוריק, און יאיר שרייבט אויך אזוי
יאיר האט געשריבן:עפעס אזוי, אבער נישט ממש. ס'הייסט, איך האלט נישט אז אינ'ם ביג בענג איז געווען בדוקא נכלל אז פערצן ביליאן יאר שפעטער זאל קומען א ניק מיט'ן נאמען יאיר און שרייבן די דאזיגע תגובה אויף א סייט וואס רופט זיך קאווע שטיבל.

און דאס שטומט לכאורה נישט מיט די ספרי קודש
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ברסלבער האט געשריבן:א גוטע הערה
אבער דאכטציך אז א חלק פון די טעאריע איז אויך אז דאס איז געשעהן מיט 14 ביליאן יאר צוריק, און יאיר שרייבט אויך אזוי
יאיר האט געשריבן:עפעס אזוי, אבער נישט ממש. ס'הייסט, איך האלט נישט אז אינ'ם ביג בענג איז געווען בדוקא נכלל אז פערצן ביליאן יאר שפעטער זאל קומען א ניק מיט'ן נאמען יאיר און שרייבן די דאזיגע תגובה אויף א סייט וואס רופט זיך קאווע שטיבל.

און דאס שטומט לכאורה נישט מיט די ספרי קודש


עס איז נישט אזוי פשוט אז די וועלט איז אלט 6000 יאר אלט, עס איז דא א תשובת דברי חיים און חתם סופר אויף ש"ס וואס שרייבן אנדערש, און איך וועל עס אמאל אריינשיקן דא בעזהשי"ת. און קיינער קען נישט טענה'ן אז זיי זענען געווען פארכאפט אין מינות ח"ו. אבער צו די וועלט איז אפאר מיליאן אדער ביליאן יאר, דאס שטימט זיכער נישט מיט חז"ל. מ'קען עס פשוט פארענטפערן אז זיי מעסטן די זאכן לויט היץ, און די מבול איז געווען אזוי הייס אז עס פארדרייט אלע זייערע חשבונות. אבער עס איז דא נאך תירוצים. אבער איך מיין אז עס איז שוין געווארן באשריבן דא אין די לענג און די ברייט
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

דו מיינסט לכאורה די שיטה פון שמיטות.
לויט דעם דעם איז עס אויך לכאורה נישט מער ווי זיבן מאל 6000.
און דו זאגסט טאקע גוטע תירוצים צו פארענטפערן זייער טעות, אבער דאס מאכט עס אבער נאכנישט אויס טעות.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

[quote-"מוח שליט"]איז דאס ווייל דו האלטסט פין בחירה חפשית? [און דו מאכסט דיך נישט וויסענדיג פון ר' חסדאי קרשקש תלמיד הר"ן ורבו של בעל העיקרים. וואס שרייבט אין זיין ספר אור ה' מאמר ב' כלל ה' פרק ג', אז עס איז נישט דא קיין בחירה חפשית ][/quote]
איך האב גראדע שוין גענוצט רבי חסדאי קרשקש לגבי אמונה, וואס דארט איז זיין שיטה מער מסתבר, אבער לגבי בחירה בכלליות בין איך נישט בוחר אין זיין שיטה, ( :) pun intended), נישט צוליב רעליגיעזע סיבות, נאר מצד השכל והסברא. אבער באמת איז מיין מיינונג אסאך מער ראדיקאל. איך האלט אז אלעס אין די וועלט האט א בחירה, פון די אבזערוואציעס וואס מיר זעען אין דעם אטאם, ביז דעם בלו פרינט פון די עמפייער סטעיט בילדינג. איך ווייס אז ס'הערט זיך גאר מאדנע דער שיטה, אבער פאקטיש איז דאס נישט אזוי מחודש'דיג, עכ"פ גארנישט מער ווי צו זאגן אז פון א צוזאמענשטעל פון גענעס איז פון זיך אליין באשאפן געווארן א נייע מושג פון א "מענטש" וועלכער האט אייגענע תכונות, מיינונגען, און געפילן (עי' אשכול "ווער בין איך"). און אויך גארנישט מער מחודש ווי ריטשארד דאוקינס אומזעהבארע memes וואס פליען ארום פון איינעם צום צווייטן. הגע בעצמך, כמעט קיינער איז סייווי נישט קיין אמת'ע מאטעריאליסט-דעטערמיניסט, נישט קיין חילוק וואס ער זאגט ברבים. אין זיין לעבן וועלט ער אליין אויס וועלכע פרישטאג צו קויפן, און ער מאכט אפ וועלכע מיידל געפעלט אים. (אויסער ביי חסידים, וואס זענען מסתמא די איינציגסטע אידישע רעליגיעזע דעטערמיניסטן) אויב אזוי, ווי אזוי איז פלוצלינג א בחירה אריינגעפאלן ביים מענטש? בשלמא רעליגיעז גערעדט, האבן מיר א ספעציעלע ויפח באפיו נשמת חיים, אבער סייענטיפיש גערעדט, מוז מען מוקים זיין אז א געוויסע פארעם פון בחירה איז שוין געווען פון פריער און דעם מענטש האט עס נאר פארברייטערט. אלזא, דער בחירה איז אויך מיטגעקומען מיט פעקעזש דיעל פונ'ם ביג בענג. קענסט שוין אויפשטיין.
(וועגן די אנדערע הערות פון די חשוב'ע שרייבער דא האב איך נישט יעצט קיין צייט צו מעיר זיין, אבער ס'זעט מיר אויס אז דער אשכול איז אליין געווארן א ביג בענג און ס'האט זיך עוואלווד צו אנדערע וויכטיגע נושאים וואס זענען נישט בעצם א חלק פונ'ם עיקר שמועס :D)
האדם לא נברא אלא להתענג
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

יאיר איך וויל פארשטיין דיין רייד וועגן בחירה.
וואס הייסט '' בלו פרינט פונעם עמפייער סטעט האט בחירה?
בכלל בוסטו לעצטענס ביזי מיט מאטירעליסים. דאס הייסט סאיז דא עפעס מער און העכער , וואס דארט פאלט אוועק די קשיא'ס און פראבלעמען אויף בחירה.
פיין אבער דאן האב איך נישט קיין ריספאנסבילטי וואס דער העכער נשמה איז בוחר.
און די נשמה אליינס איז אויך נישט ריספאנסיבל ווייל בחירה מיימט מקען טאן וואס מוויל, אן סיבות זאלן גורם זיין די החלטה. פארגעט איט כ'ווייס נישט פונקטלך וואס איך זאג.
viewtopic.php?p=77696#p77696
דא איז די בחירה אשכול זיי מסביר דיין שיטה פליז.
פארשפארט