קענסטמעך קראסן?....

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
[NAMELESS]

קענסטמעך קראסן?....

שליחה דורך [NAMELESS] »

די באקאנטע ווערטער "קענסטמעך קראסן" איז צו מיר היינט געזאגט געווארן פיר מאהל. א חידוש!! געווענליך געשעהט עס נישט מער ווי איין מאל א טאג, און נישט מער ווי צוויי מאהל א וואך. אבער היינט האבן פיר זיסע קינדערלעך מיך אפגעשטעלט ביי די קארנער פון די גאס, און מיט זייערע זיסע קעילעכלעך אויסגערופן הויך און קלאר, "קענסטמעך קראסן?".

יעצט, איך וווייס נישט וואס די מעשה איז ביי דיר. אבער ווען א קינד בעט מיך צו קראסן שטארבט די גאנצע וועלט. איך האב ביי מיר נאר איין איינציגע מיסיע - מ'דארף קראסען דעם יונגעלע. איז די אלע פיר מאהל האב איך געדארפט אראפלייגן פעק און זעק, אנכאפן דעם יונגעלע ביי די האנט. און אריבערגעפירט די גאס. ס'א גאנצע עבודה.

ווייל איך געדענק נאך די נדר וואס איך האב געמאכט ווען איך בין געוועהן א קליין יונגעלע. געשטאנען בין איך שעמעדיג ביי די קארנער און געבעטן איין טאטע נאך די אנדערע "פליז קענסטמעך קראסען", און אסאך מאל האט זיך געמאכט אז גרויסע טאטע'ס וואס זייערע געפילן דארפן שוין לכאורה זיין אנטוויקעלט, האבן מיך פשוט און פראסט איגנארירט!! איך קליין יונגעלע האב געציטערט פאר קעלט, און געציטערט פאר די רבי'ס לאנגע שטעקן וואס וועט צערייסן מיין זיץ פלייש פאר'ן קומען שפעט, און אט די גרויסע טאטע קען עס נישט פארשטיין. ער וואקט מיך דורך ווי גארנישט וואלט פאסירט!!

האב איך מיך צוגעזאגט דעמאלטס, ווען איך וועל זיין א טאטע וועט נישט זיין אזא זאך נישט צו קראסען א יונגעל. נישט קיין חילוק ווי שטארק איך יאג מיך, נישט קיין חילוק ווי שווער מיינע פעקלעך זענען, נישט קיין חילוק ווי אנגעטראפעצט איך בין. איך גיי קראסען יעדע יונגעל. יעדע מיידעל. נישט קיין חילוק ווער. יעדער. נישט קיין חילוק ווען. אייביג.
az mken az mken
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 07, 2013 1:02 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך az mken az mken »

ok, so pls cross me
באניצער אוואטאר
נפתלי
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 226
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 25, 2012 4:01 pm
האט שוין געלייקט: 55 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך נפתלי »

כל הכבוד לך הער ראשעקאל
איך טוה די זעלבע, און אסאך מאל וועל איך פרעגן דאס שעמעדיג קינד ביים קארנער צו ער וויל קראסן, ווען איך בין געווען א קינד פלעג איך זיך אויך אסאך מאל שעמען צו בעטן.
אז מ'קראסט זיי און זיי דארפן נישט ווארטן לאנג וועלן זיי קומענדיגע מאל אויך בעטן צו קראסן, אויב אבער זיי דארפן ווארטן לאנג וועלן זיי פראבירן אליין אריבערלויפן די גאס ח"ו.
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

זעלבע דא. זע איך א קינד שטיין אזוי ביים קארנער פרעג ווילסט אפשר קראסן? געווענליך שאקלט עס מיטן קאפ אז יא. שטעלט אייך פאר ווי לאנג א שעמעדיק קינד קען שטיין אזוי ביים ווינקל אין די קעלטן.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער א גוטע נקודה ארויס געברענגט הרב ראשעקאל.
כ'העל צולייגן נאך עפעס, אז אסאך מאל מאכט אז ווען די גרויסע טאטע'ס איגנארירן דעם אינגל, און ער פחד'נט פון די רבי, וועט דער יונגל צום סוף אליינ'ס אריבער לויפן, און דאס איז ממש סכנת נפשות.
סא אויסער די טובה וואס דו טוסט אים, קען עס אויך זיין מציל נפש אחת מישראל, וואס איז כאילו קיים עולם מלא.

בד"וו איינע פון די גרויסע מערכות וואס דער ראצפערטער רבי ז"ל פלעגט פירן אין זיינע צייטונגען איז געווען קעגן די אויסדרוק קענסמעך "קראסן", ער האט גע'טענה'ט אז ווען מען גייט אין קירכע זאגט מען דאס פארן גלח, מען דארף נאר זאגן "קענסמעך אריבער פירן די גאס", למעשה זעהט נישט אויס אז זיין מערכה האט צופיל געהאלפן..

דער עולם האקט
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

נפתלי האט געשריבן:כל הכבוד לך הער ראשעקאל

גם אני מצטרף
איין זאך אויב איך מעיג צולייגען אז איינער קראסט א קינד זאל ער מיט גיין מיט די קינד כאטש א האלבע גאס נישט שטיין ביי די קארנער אין קראסען פון דארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נפתלי האט געשריבן:כל הכבוד לך הער ראשעקאל
איך טוה די זעלבע, און אסאך מאל וועל איך פרעגן דאס שעמעדיג קינד ביים קארנער צו ער וויל קראסן, ווען איך בין געווען א קינד פלעג איך זיך אויך אסאך מאל שעמען צו בעטן.
אז מ'קראסט זיי און זיי דארפן נישט ווארטן לאנג וועלן זיי קומענדיגע מאל אויך בעטן צו קראסן, אויב אבער זיי דארפן ווארטן לאנג וועלן זיי פראבירן אליין אריבערלויפן די גאס ח"ו.

יא , א וויכטיגע און אמתע נקידה. איך פלעג מיך אויך אסאך מאהל שעמען צו בעטען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לעמיל האט געשריבן:
נפתלי האט געשריבן:כל הכבוד לך הער ראשעקאל

גם אני מצטרף
איין זאך אויב איך מעיג צולייגען אז איינער קראסט א קינד זאל ער מיט גיין מיט די קינד כאטש א האלבע גאס נישט שטיין ביי די קארנער אין קראסען פון דארט

אוודאי אזוי. וועגן דעם האב איך געשריבען אז איך לייג אראפ פעק און זעק , און כאפ אן די האנט פון דעם קינד
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

ראשעקאל האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:
נפתלי האט געשריבן:כל הכבוד לך הער ראשעקאל

גם אני מצטרף
איין זאך אויב איך מעיג צולייגען אז איינער קראסט א קינד זאל ער מיט גיין מיט די קינד כאטש א האלבע גאס נישט שטיין ביי די קארנער אין קראסען פון דארט

אוודאי אזוי. וועגן דעם האב איך געשריבען אז איך לייג אראפ פעק און זעק , און כאפ אן די האנט פון דעם קינד

פארדעים האב איך דיך געזאגט כל הכבוד לך הער ראשעקאל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ראשעקאל האט געשריבן:היינט האבן פיר זיסע קינדערלעך מיך אפגעשטעלט ביי די קארנער פון די גאס, און מיט זייערע זיסע קעילעכלעך אויסגעריפען הויעך און קלאר "קענסמעך קראסען"

ראשעקאל האט געשריבן:אוודאי אזוי. וועגן דעם האב איך געשריבען אז איך לייג אראפ פעק און זעק, און כאפ אן די האנט פון דעם קינד

היינט דארף מען אכטונג געבן פון דעם נח"ש :roll:
וויצן אין א זייט - ס'איז באמת באגריסענסווערד. ממך ילמדו וכן יעשו!


ברסלבער האט געשריבן:בד"וו איינע פון די גרויסע מערכות וואס דער ראצפערטער רבי ז"ל פלעגט פירן אין זיינע צייטונגען איז געווען קעגן די אויסדרוק קענסמעך "קראסן", ער האט גע'טענה'ט אז ווען מען גייט אין קירכע זאגט מען דאס פארן גלח, מען דארף נאר זאגן "קענסמעך אריבער פירן די גאס", למעשה זעהט נישט אויס אז זיין מערכה האט צופיל געהאלפן..

אפשר איז כדאי צו עפענען א אשכול פונעם ראצפערטער, דער איז געווען א רעכטער רבי מיט אלע מפרשים, בכלל נישט ווי די היינטיגע, ער האט נאר געזוכט אויפצוטון, ארויסגעגעבן סידורים, צייטונגען, און ווער געדענקט נאך די מערכה פון די 2 פריזשידערס פאר מילכיג און פליישיג... איי, ווי נעמט מען די אלטע טעג..
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

שמעקעדיג האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:בד"וו איינע פון די גרויסע מערכות וואס דער ראצפערטער רבי ז"ל פלעגט פירן אין זיינע צייטונגען איז געווען קעגן די אויסדרוק קענסמעך "קראסן", ער האט גע'טענה'ט אז ווען מען גייט אין קירכע זאגט מען דאס פארן גלח, מען דארף נאר זאגן "קענסמעך אריבער פירן די גאס", למעשה זעהט נישט אויס אז זיין מערכה האט צופיל געהאלפן..

אפשר איז כדאי צו עפענען א אשכול פונעם ראצפערטער, דער איז געווען א רעכטער רבי מיט אלע מפרשים, בכלל נישט ווי די היינטיגע, ער האט נאר געזוכט אויפצוטון, ארויסגעגעבן סידורים, צייטונגען, און ווער געדענקט נאך די מערכה פון די 2 פריזשידערס פאר מילכיג און פליישיג... איי, ווי נעמט מען די אלטע טעג..

נו אדרבה, ווי וועסטעס עפענען? היסטאריע, א שמייכל, צימעס, ספרים און ביכער, קונסט? האסט א גרויסע אויסוואל.
עס דערמאנט זיך מיר געשמאקע זכרונות, כ'פלעג אסאך ליינען זיינע צייטונגען, כ'האב מיר אמאל פארהערט ביי אים "אביי הוה מסדר" אויף אויסענווייניג (דאס איז אויך געווען איינע פון זיינע מערכות), און כ'האב באקומען פאר דעם א גאנצן פאק מיט סידורים, צייטונגען, קארטלעך, און וואס נישט.
זייער א זיסע צדיק געווען.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ענטפער צו ראשעקאל

שליחה דורך berlbalaguleh »

ביסט טאקע אויסגעוואקסן ב"ה א "ראשעקאל". און א ראשעקאל דארף טראגן די דאגות פון די גאנצע עדה אויף זיינע פלייצעס. :lol:
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברסלבער האט געשריבן:זייער א גוטע נקודה ארויס געברענגט הרב ראשעקאל.
כ'העל צולייגן נאך עפעס, אז אסאך מאל מאכט אז ווען די גרויסע טאטע'ס איגנארירן דעם אינגל, און ער פחד'נט פון די רבי, וועט דער יונגל צום סוף אליינ'ס אריבער לויפן, און דאס איז ממש סכנת נפשות.
סא אויסער די טובה וואס דו טוסט אים, קען עס אויך זיין מציל נפש אחת מישראל, וואס איז כאילו קיים עולם מלא.

בד"וו איינע פון די גרויסע מערכות וואס דער ראצפערטער רבי ז"ל פלעגט פירן אין זיינע צייטונגען איז געווען קעגן די אויסדרוק קענסמעך "קראסן", ער האט גע'טענה'ט אז ווען מען גייט אין קירכע זאגט מען דאס פארן גלח, מען דארף נאר זאגן "קענסמעך אריבער פירן די גאס", למעשה זעהט נישט אויס אז זיין מערכה האט צופיל געהאלפן..

דער עולם האקט

דער הייליגער "קרבן אשר" זי"ע האט געזאגט א סאך גוטע זאכן. אבער ר'האט אויכעט געזאגט פיהל נארישקייטן. ממילא האט שוין דער עולם נישט אנגענומען ערנסט אפילו די גוטע זאכן. למשל. ער האט מעורר געווען אז מ'זאל האבן אן עקסטרע רעפרידזשערעיטער פאר מילכיגס. דאס איז דאך אזא וויכטיגע זאך, און ס'איז גרינג אדורך צו פיהרן.
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

און וואס איז מוט די מזוזה אויפן קאר?
לגופו של ענין , אינטערעסאנט אים האב נאך קיינמאל נישט געזען ביי די גוים אז קינד זאל בעטן צו קראסען פון א עלטערען וואסיז פשט?
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

ברסלבער האט געשריבן:
בד"וו איינע פון די גרויסע מערכות וואס דער ראצפערטער רבי ז"ל פלעגט פירן אין זיינע צייטונגען איז געווען קעגן די אויסדרוק קענסמעך "קראסן", ער האט גע'טענה'ט אז ווען מען גייט אין קירכע זאגט מען דאס פארן גלח, מען דארף נאר זאגן "קענסמעך אריבער פירן די גאס", למעשה זעהט נישט אויס אז זיין מערכה האט צופיל געהאלפן..


בשעתו האט מען געשמיסט אז סאטמאר האט יא איינגעפירט די תקנה.

בד"וו ווער געדענקט די סאטמארע תקנות וויפיל אינטערוועש די קינדער מעגן ברענגן אין קעמפ וכו... געווען אמאל צייטן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
פלעין יודיש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1116
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 23, 2014 3:35 pm
האט שוין געלייקט: 752 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

וואטשען ווי מ'קראסט-נוסח פלעין יודיש

שליחה דורך פלעין יודיש »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=5hPsm4-SwQ4[/youtube]
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פלעין אידיש: ייש"כ פאר ברענגען דעם אינטרעסאנטן ווידעא קליפ.נאר דאס אליינס אז מ'רעדט אידיש איז נאכנישט קיין ישועה. ווייל אין קאמוניסטישן רוסלאנד האט מען אויכעט אנאנסירט אלע גזירות אויף אידיש. ווי למשל די באפארשטייענדיגע גזירת גירוש קיין בירא-בידזשאן האבן די קאמוניסטישע צייטונגען געשריבן אויף אידיש. אויף די ראדיא האט מען שוין מכנה שם געוועין אינזער נייעם מעיאר, יר"ה אלס "ביל דע באלשעוויק" די בלאזיא. ווייל ער האט זיך ארויסגעוויזן צו זיין א קאמוניסט. און זיינע בני ברית די בני חם (ממשפחת זיין רעבעצין תליט"א) האבן אלע גע-וואוט אין מאסן פאר איהם ווי איידער פאר זייערס א "בראדער", ביל טאמפסאן... :? 8-) :lol: :roll: :x :P :oops: :o
ברוך שאמר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 03, 2013 10:55 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך ברוך שאמר »

לעמיל האט געשריבן:
נפתלי האט געשריבן:כל הכבוד לך הער ראשעקאל

גם אני מצטרף
איין זאך אויב איך מעיג צולייגען אז איינער קראסט א קינד זאל ער מיט גיין מיט די קינד כאטש א האלבע גאס נישט שטיין ביי די קארנער אין קראסען פון דארט

אין אויך אויסלערנען די קינדער אז מען לויפט נישט אדארך די גאס נאר מען וואקט נארמאל דארך די גאס !
ברוךברוך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 01, 2014 11:52 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך ברוךברוך »

אני הקטן בין זיך נוהג, אז נישט נאר מען קראסט, און מען פרעגט דאס קינד אויב ס'וויל קראסן, נאר אויב זעה איך מיינס א באקאנטער איגנארירן א קינד וואס שטייט ביים קארנער, אפילו ער בעט נישט צו קראסן,
באקומט ער איידל'ערהייט א פסק.
פארשפארט