אוי ציגארעטל ציגארעטל!!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

אוי ציגארעטל ציגארעטל!!

שליחה דורך פעדער »

(ניגון – תהלים'ל תהלים'ל)

1 אין גאס קאלאמוטנע. א סקרוך אין די ביינער
א ווינטעל עס בלאזט. מ'זעהט נישט קיינער
א רעגן א טריבע עס קלאפט פון די דעכער
די ווינטן בייזע, וואויען אלץ העכער
------------
1 די הימלען פארשחורה'ט די וואלקענעס וויינען
די זון שוין לאנג נישט, געטוהן ערשיינען
שווארצע געשטאלטן לויפן פאראומערט
א בליק טאן אויף מיר, קיינער קימערט
--------------
2 די טראפעלעך טאנצן.
אין די אויגן זיי גלאנצן
די ווידערקלאנג הערט זיך, אפ אין די נאכט
קאנאלן זיי פארמירן
די ביינער זיי פרירן
די אויגן פארלאשן, אינגאנצן פארשמאכט
--------------
2 פלוצלונג א שטראל א שיין
א האפענונג עס בלאזט אריין
אין בוזעם די הענט כ'שטעק איין
א ציגארעטל נעם ארויס
מיט די הענט מ'באשיצט פון ווינט
מיט א פעלעמעלע עם מ'צינד
א גוטן ציה מ'געט געשווינד
די רויעך מ'בלאזט אויס.
-------------------------
2 ציגארעטל ציגארעטל.
דו טוסט אונז דערווארעמען
אויף אונז דערבארעמען
יעדן טריט און שריט
רונדעס מיט רויעך
שלענגלט זיך הויעך
א ריח ניחוח
בארוהיגט די בלוט.
------------------------
2 ציגארעטל ציגארעטל
אביסל טאביק אין א בלעטל
ס'קומט דיר א גלעטל
דו ביסטאך מיין טרייסט
אין א שטיבל א לשכה
אויסרייכערן א פושקע
ס'דערווארימט די קושקע
ס'איז פארהויכט און פארגלייזט.
---------------------
1 די לונגעלעך אטעמען. די רויעך, ס'שפארט ארויף
אין שנייען אין רעגן. א וואלקן הייבט זיך אויף
די פייערל שטיל עס קנאקט
די מויל מיט רויעך אנגעפאקט
ער ציהט ביז ער קען נישט מער, טיף אריין ער סאַקט.

2 א קילע שטראם לופט, כאפט זיך מיט
אינזיך א וויילע האלטן, ער טוט.
דערנאך בלאזט ארויס גוט
געלאסן און סאליד
ס'שיסט ארויף א פארע
ס'איז מחזי כיוהרא
אוי איז דאס מגרי
אוי ווי דאס ציהט.

2 ציגארעטל ציגארעטל
אין אלע צייטן
ווען איך שמעק דיר נאר פונדערווייטן
גיי איך אויס פאר דיר
ווי טוט דיר נישט שטערן
מיינע טרערן
מיינע פארשווענדונגען
אהן א שיעור
---------
2 ציגארעטל ציגארעטל.
ס'איז מיר נישט נוח
אזויפיהל רויעך
אין מיר איינגעזאפט
די אלע בקשות
פון גוטע נפשות
געשנארעט, און געשוויצט פאר דיר
כ'זאל דיר האבן אין מיר
-----------------
2 ציגארעטל ציגארעטל
זומער און ווינטער
האלטסטו מיר אונטער
ביסט מיין בעסטע פריינד
מארלברוי, פארלאמענט
טיימ'ס, ווינסטאן, קאַמעל, און קענט.
כ'האב קיינמאל פון ענקערע הענט
זיך שיידן נישט געקענט
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פעדער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שמואל הלוי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 4393
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:39 pm
געפינט זיך: צווישן דא און דארט
האט שוין געלייקט: 624 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1456 מאל

Re: אוי ציגארעטל ציגארעטל!!

שליחה דורך שמואל הלוי »

דאס פאלגענדע איז א שיינע ניגון וואס איז נתחבר געווארן אין ישיבת מתיבתא אין לאנדאן, דורך א בחור וואס איז פארסאפעט געווארן נאכן לעכטס פאר א ציגערעטל און קיינער האט אים נישט געוואלט בארגן (משום טעם כמוס וידוע), מיט טרערן אין די אויגן האט זיך דאן אויסגעפארמט אין זיינע געדערים אט די דאזיגע ניגון:

(ניגון אין ערוך לך ה' אלוקינו)

זיצט א בחור אין ישיבה
אוועק פון דערהיים און א ווייטע סביבה
חן דקדושה עליו יהיבה
עוסק בהוית אביי ורבא ור' עקיבא

א בחור'ס פראבלעמען דארף נישט קיין הסבירים
צו איז דאס מיט די הנהלה צו מיט חבירים
ובפרט ווען סקומט אויף די עלטערע יארן
און ס'גייט נישט ס'טוט נישט פארן

(הויכע פאל)

הוי! ציגערעטל! ציגערעטעל די ביסטעך מיין באגלייטער
פון איין מצב צום צווייטען ביסטו מיין טרייסט
אבחור אנגעצויגן
מיט די ריקן איינגעבויגן
דעם צוגערעטל אריינגעציוגן
באנייט זיין גייסט

הוי! ציגערעטל! ציגערעטל! די ביסטעך מיין באגלייטער
פון איין מצב צום צווייטען ביסטו מיין טרייסט
אבחור אנגעצויגן
מיט די ריקן איינגעבויגן
דעם צוגערעטל אריינגעציוגן
באנייט זיין גייסט
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

Re: אוי ציגארעטל ציגארעטל!!

שליחה דורך פעדער »

דער אינגערמאן איז גראדע א גוטער חבר מיינער. מיר האבן זיך אסאך גראמען אויסגעטוישט. יעפ. א צדיק פון א אינגערמאן. זאל אים זיין ליכטיג און וואויל.
די גראמען אגב האב איך אבער קיינמאל נישט געהערט. חוץ די ערשטע צוויי שורות פונעם פזמון. וואס צוליב דעם איז מיר איינגעפאלן צו מאכן דעם גראם אויף דעם ניגון , וויבאלד כ'האב געוואוסט אז ער האט שוין פארפאסט דערויף זיין נוסחא , און פארקערט , כ'האב ספעציעל נישט געוואלט הערן זיין סחורה איידער כ'האב דעם גראם געמאכט נישט וועלנדיג אפ' בטעות עם דארפן נאכמאכן
באניצער אוואטאר
in-Kolel
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2012 10:58 pm
האט שוין געלייקט: 29 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 26 מאל

Re: אוי ציגארעטל ציגארעטל!!

שליחה דורך in-Kolel »

איי ווי שיין אין ווי לעכטיג!
כשמי כן אני-א כולל אינגערמאן
פארשפארט