יזכיר לו יום המיתה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

יזכיר לו יום המיתה

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

איר האט שוין געהערט פון "פעיסבוק"? (שקרן! יעצט ווייס איך אז דו האסט טאקע א פעיסבוק אקאונט. ווער האט נאכנישט געהערט פון פעיסבוק?) פעיסבוק איז אזא פלאץ אין דער ווירטואלער וועלט, וואו מענטשן פארבינדן זיך מיט אנדערע מענטשן. יעדער מענטש, דהיינו יעדע קאנטע, פארמאגט א פראפיל. דער פראפיל גיט איבער א תמצית וועגן זיך -- ווער איך בין, וואס און וועמען איך האב ליב, וועלכע פלעצער איך האב שוין באזוכט, וואו און וואס איך האב געלערנט/שטודירט, וואו איך ארבעט/האב געארבעט/וויל ארבעטן, אא"וו. פעיסבוק, הייסט עס, איז א פלאץ וואו מענטשן שיקן אפ א שטיקל "זיך" אין סייבערספעיס אריין, און די אלע ווירטואלע "איכס" קאמוניקירן, לייקן, און טוישן אויס אינפארמאציע.

די מעלה פון פעיסבוק -- ווי בכלל דער ווירטואלער וועלט -- איבער'ן ווירקליכן לעבן איז דאס, אז יעדער קען זיך דארט קאסטומיזירן א לעבן וויאזוי עס געפעלט אים. דארט קען מען זיין וואס מען וויל. יעדער קען אויסקלייבן וואס יא און נישט צו שרייבן אינעם פראפיל, וואספארא בילדער צו שטעלן, און מיט וועמען צו פארקערן.

דאס זיך אויסשטעלן, פארשטעלן ("פּאָן" אינטענדירט) און אהערשטעלן איז נישט דער איינציגער און עיקר צוועק פון פעיסבוק, אבער עס זענען פאראן אזעלכע וואס ניצן עס פאר דעם. איך מיין אז א גרויסער חלק פעיסבוק-באניצערס -- איינער מער, איינער ווייניגער -- געפינען זיך דארט פאר דעם צוועק.

יעדער פעיסבוק באניצער קען אנשטעלן וויפיל פון דער פראפיל-אינפארמאציע זאל קענען געזען ווערן דורך אנדערע. מען קען אנשטעלן אז בלויז די "פרענדס" זאלן קענען אלעס זען, צי יעדער, צי נאר טייל מענטשן. מען קען אויך אנשטעלן אז געוויסע פראפיל-פרטים זאלן נישט קענען געזען ווערן דורך קיינעם, אויסער דעם באניצער אליין.

איך האב זיך פארגעשטעלט א מעשה פון עמיצן וואס איז זייער אומצופרידן מיט זיך און זיין לעבן -- וואס האט אים געגעבן צו עסן מרור און חרוסת יעדן טאג. ער האט אפגעלעבט די יארן אין פיין און ווייטאג, און ביי די 75 יאר האט ער באשלאסן אז גענוג; ער וועט עפעס טאן דערצו. יענער זקן האט זיך געעפנט א פעיסבוק אקאונט און אהערגעשטעלט א פראפיל אזוינס און אזעלכס -- עפעס וואס האט אפגעמאלן א סוקסעספולן מענטש וועמען אלעס אין לעבן גייט מיט'ן רעכטן פוס. זיין פראפיל האט דערציילט א געשיכטע מיט א מענטש וואס האט גראדואירט הארווארד אוניווערסיטעט מיט די העכסטע אויסצייכנונגען; ער איז "אין א רילעישאנשיפ" מיט עפעס א שיינהייט; בילדער האט ער געשטעלט פון זיך ווי ער מאכט א לעבן אויף עקזאטישע וואקאציעס (אט יענע דורכאויס וועלכע זיין פריינדין האט אים אפגעלאזט און וואו ער האט פארלוירן אלעס דורך געמבלינג).

בקיצור הדבר: זיין פעיסבוק פראפיל האט דערציילט וועגן א מענטש וואס פארמאגט אלעס וואס יעדער ווינטשט זיך.

אלעס פיין און וואויל. יענער האט נאר פארגעסן איין זאך. אין די "פריוואט סעטינגס" האט ער בטעות אנגעשטעלט אז קיינער אויסער אים אליין זאל די אינפארמאציע נישט קענען זען. ער האט זיך אפגעמוטשעט עטליכע יאר אפדעיטן זיין פראפיל און דערנאך קוועלן און שעפן נחת. אין זיין פאנטאזיע האט ער געשען זיינע פעיסבוק-פריינט פלאצן פאר קנאה. (אוודאי "לייקן" זיי נישט. אוודאי שרייבן זיי גארנישט אויף זיין "וואנט"! זאלן זיי טאקע פלאצן.)

אזוי האט זיין פאנטאזיע געווירבלט מיט צעפלאצטע ווירטואלע פריינט, ביז דעם איין שיינעם טאג ווען ער האט זיך געכאפט אויף זיין שרעקליכן טעות. דאס איז געווען ווען ער איז שטערבליך קראנק געווארן און ליגנדיג איינגעשפארט נישט האבנדיג וואס צו טאן, האט ער זיך צופעליג ארומגעשפילט מיט זיינע אקאונט סעטינגס -- און געכאפט דעם שרעקליכן טעות וואס ער האט געמאכט.

איך גלייב נישט אז אזא זאך איז שוין אמאל געשען מיט פעיסבוק. איך ווייס אבער יא אז דאס געשעט יעדן טאג, נאר נישט אין דער ווירטואלער וועלט, נאר אין ווירקליכן לעבן, און מיט אמת'ע מענטשן. וויפיל מענטשן טוען אין לעבן וואס זיי ווילן, וואס ס'איז באמת פאר זיי גוט? וויפיל פון אונז מאכן זיך א חשבון הנפש וואס זיי ווילן אויפטאן אין לעבן, וואס זיי וואלטן געוואלט טאן?

איך האב אמאל געהערט וועגן א מאדע ביי פארמעגליכע משפחות, אריינצובויען אזא סארט ווידעאו אין דער מציבה פון זייערע געשטארבענע נאענטע, וואס ווייזט קליפס, בילדער, פון יענעמס לעבן. אויב זאלן מיר האבן די ברירה, וואס וואלטן מיר געוואלט אזא ווידעאו זאל וועגן אונז דערציילן? אין איין ווארט: פון וואס איז מיין לעבן באשטאנען? וואס איז דער תמצית פון וואס איך האב דא געטאן און אויפגעטאן?

איך ווייס נישט וויאזוי א מענטש פילט צען מינוט פאר'ן שטארבן; איך גלייב אבער אז דעמאלט לויפט אים דאס גאנצע לעבן דורך אין קאפ. ער זעט זיך שטיין פאר'ן ברוטאלן מציאות פונעם ענדגילטיגן סוף. ער קוקט אן דאס לעבן מיט גאר אן אנדערן בליק ווי סתם אזוי. רוב זאכן אין לעבן, גוטע ווי נישט גוטע, קומען אים פאָר אזוי אומ'רחמנות'דיג נאריש און נישטיג. הו קעירס וואס יענער וועט זאגן? וועמען אינטערעסירט וואס אנדערע וועלן טראכטן? ווי נאריש, ווי זינלאז.

מען זאגט אז אין די לעצטע רגעים, ווען א מענטש האלט ביי דער גסיסה און די נשמה שטייט שוין אויף דער שפיץ נאז, לויפט פאר'ן מענטש דורך פאר די אויגן זיין גאנץ לעבן. ער זעט אלעס ווי אין א שנעל-פליענדן פילם.

יעדער מענטש וועט אמאל אנקומען צו דעם פונקט. מיר אלע וועלן זיך, פריער צי שפעטער, טרעפן ביי אט די רגעים. עס זעט אויס אזוי ווייט, אזוי נישט איך, אזוי נישט יעצט. אבער קיינער אין דער היסטאריע האט נאכנישט באוויזן איבערצולעבן דעם טויט. אבער דעמאלט איז שוין צו שפעט צו טאן עפעס. ס'פארבלייבט קוים צייט פאר חרטה. די אויגן וועלן נישט עספיען ארויסצולאזן טרערן פון באדויער, איידער זיי וועלן זיך צומאכן.

מיר לעבן אין א וועלט וואס ווערט בדרך כלל דיקטירט פון "יענעם". אונזערע געשמאקן און געברויכן, פרעפערענצן און אייגנטומען, ווערן באשלאסן דורך עפעס א מיסטעריעזן כלל וואס באשטייט פון צוויי עיקר אינגרידיענטס: "מע" און "סע". מע וועט זאגן, מע טוט נישט אזוי, סע פאסט נישט, סע איז "פאני", מע זאגט אז סע איז נישט נארמאל. 10 מינוט פאר די 120 ווערן אלע "מעס" און "סעס" צעבלאזן. מען פארשטייט ניטאמאל פארוואס זיי זענען בכלל געווען נוגע. פארוואס האב איך אפגע'בטל'ט א לעבן זיך פלאגן און מוטשען צו קאנפארמירן צו א "מע" וועמענס עקזיסטענץ איז מוטל בספק? ווער איז דער "מע"? די וואס קימערן זיך מיט'ן וואס מע-וועט זאגן, ליידן אויף דעם זעלבן פראבלעם -- זיי קימערן זיך מיט'ן "מע" נאר ווייל "מע" דארף זיך קימערן, ווייל אנדערש וועט "מע" לאכן. "סע" מאכט נישט קיין סענס! ווידעראום, די ווייניג וואס האבן זיך ארויסגעשלאגן דעם מע-סע פון קאפ, יענע אינטערעסירט נישט וואס דו טוסט יא אדער נישט, ווייל מע-סע איז ביי זיי נישט קיין פאקטאר.

ס'איז שווער זיך ארויסצורייסן פון דעם כישוף-קרייז, ווייל מיר וואקסן אזוי אויף; די קולטור באגלייט אונז אנגעהויבן פון פאר'ן געבוירן ווערן, ביז דער ערשטער פון יענע צען מינוט. אבער "מע" מוז עס טאן, ווייל איינמאל דער פירהאנג פאלט, איז געים אואווער. פונעם גאנצן מע-סע באבל בלייבט גארנישט אויסער א שטארקער קאנצענטראציע פון אומבאגרייפליכער חרטה.

יעדער מענטש ווערט געבוירן מיט נטיות און רצונות. דער תפקיד פונעם מענטש איז זיי אויסצוארבעטן, נישט צו טוישן. אן אנדערע טבע באלאנגט צו אן אנדערן מענטש. איך דארף זיין דאס וואס איך בין באשאפן געווארן צו זיין. כיוצא בו, יעדער מענטש ווערט געבוירן מיט די כלים און אייגנשאפטן צו קענען זיין וואס ער איז באשאפן געווארן צו זיין. מיר דארפן זיך ארויסרייסן פון די אוניפארמען און סדום-בעטלעך אין וועלכע אונזער, די היינטצייטיגע מערב וועלט, קולטור צווינגט אונז אריין. מען דארף כאפן א שמועס -- מערערע און לאנגע שמועסן -- מיט'ן אייגענעם הארץ און געוויסן, און אויסהערן וואס זיי האבן צו זאגן. עס איז נישט גרינג, אבער אויך נישט אוממעגליך -- און בעיקר, ס'איז א מוז. צדיקים האבן געזאגט אז זיי האבן זיך דעם גאנצן לעבן געלערנט וויאזוי צו שטארבן. מיר זענען דא עפעס אויסצוארבעטן פון זיך, עפעס אויפצוטאן אויף דער וועלט. די וועלט איז א בית חינוך, וואו די נשמה קומט אראפ זיך עפעס לערנען, עפעס מאכן פון זיך. דא זענען פאראן אומשטענדן און געלעגנהייטן וואס זענען אויף אנדערע עולמות נישט פאראן. א לעבן פאר יענעם איז א פארפאסטע געלעגנהייט. אלע וואס זענען אין כלל פון מע-סע וועלן טיילן דעם זעלבן גורל. יעדער פרט אין דעם מע-סע סומאטאכע(!) וועט באקומען די געלעגנהייט פון ביטערער חרטה אויף א פארשווענדעטן מע-סע לעבן.

"עולמך תראה בחייך." אבער דאס געשעט נאר אויב מען "לעבט". טעג און יארן וואס דרייען זיך ארום יענעם איז א לעבן בלי חיים. עס איז געפארן אויף טרעקס ווי אן אויטאמאט.

נו, יאללא, חברה. די צייט לויפט. "מע" מוז זיך געבן א שאקל!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום לולקע-ציבעך, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר