יזכיר לו יום המיתה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

יזכיר לו יום המיתה

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

איר האט שוין געהערט פון "פעיסבוק"? (שקרן! יעצט ווייס איך אז דו האסט טאקע א פעיסבוק אקאונט. ווער האט נאכנישט געהערט פון פעיסבוק?) פעיסבוק איז אזא פלאץ אין דער ווירטואלער וועלט, וואו מענטשן פארבינדן זיך מיט אנדערע מענטשן. יעדער מענטש, דהיינו יעדע קאנטע, פארמאגט א פראפיל. דער פראפיל גיט איבער א תמצית וועגן זיך -- ווער איך בין, וואס און וועמען איך האב ליב, וועלכע פלעצער איך האב שוין באזוכט, וואו און וואס איך האב געלערנט/שטודירט, וואו איך ארבעט/האב געארבעט/וויל ארבעטן, אא"וו. פעיסבוק, הייסט עס, איז א פלאץ וואו מענטשן שיקן אפ א שטיקל "זיך" אין סייבערספעיס אריין, און די אלע ווירטואלע "איכס" קאמוניקירן, לייקן, און טוישן אויס אינפארמאציע.

די מעלה פון פעיסבוק -- ווי בכלל דער ווירטואלער וועלט -- איבער'ן ווירקליכן לעבן איז דאס, אז יעדער קען זיך דארט קאסטומיזירן א לעבן וויאזוי עס געפעלט אים. דארט קען מען זיין וואס מען וויל. יעדער קען אויסקלייבן וואס יא און נישט צו שרייבן אינעם פראפיל, וואספארא בילדער צו שטעלן, און מיט וועמען צו פארקערן.

דאס זיך אויסשטעלן, פארשטעלן ("פּאָן" אינטענדירט) און אהערשטעלן איז נישט דער איינציגער און עיקר צוועק פון פעיסבוק, אבער עס זענען פאראן אזעלכע וואס ניצן עס פאר דעם. איך מיין אז א גרויסער חלק פעיסבוק-באניצערס -- איינער מער, איינער ווייניגער -- געפינען זיך דארט פאר דעם צוועק.

יעדער פעיסבוק באניצער קען אנשטעלן וויפיל פון דער פראפיל-אינפארמאציע זאל קענען געזען ווערן דורך אנדערע. מען קען אנשטעלן אז בלויז די "פרענדס" זאלן קענען אלעס זען, צי יעדער, צי נאר טייל מענטשן. מען קען אויך אנשטעלן אז געוויסע פראפיל-פרטים זאלן נישט קענען געזען ווערן דורך קיינעם, אויסער דעם באניצער אליין.

איך האב זיך פארגעשטעלט א מעשה פון עמיצן וואס איז זייער אומצופרידן מיט זיך און זיין לעבן -- וואס האט אים געגעבן צו עסן מרור און חרוסת יעדן טאג. ער האט אפגעלעבט די יארן אין פיין און ווייטאג, און ביי די 75 יאר האט ער באשלאסן אז גענוג; ער וועט עפעס טאן דערצו. יענער זקן האט זיך געעפנט א פעיסבוק אקאונט און אהערגעשטעלט א פראפיל אזוינס און אזעלכס -- עפעס וואס האט אפגעמאלן א סוקסעספולן מענטש וועמען אלעס אין לעבן גייט מיט'ן רעכטן פוס. זיין פראפיל האט דערציילט א געשיכטע מיט א מענטש וואס האט גראדואירט הארווארד אוניווערסיטעט מיט די העכסטע אויסצייכנונגען; ער איז "אין א רילעישאנשיפ" מיט עפעס א שיינהייט; בילדער האט ער געשטעלט פון זיך ווי ער מאכט א לעבן אויף עקזאטישע וואקאציעס (אט יענע דורכאויס וועלכע זיין פריינדין האט אים אפגעלאזט און וואו ער האט פארלוירן אלעס דורך געמבלינג).

בקיצור הדבר: זיין פעיסבוק פראפיל האט דערציילט וועגן א מענטש וואס פארמאגט אלעס וואס יעדער ווינטשט זיך.

אלעס פיין און וואויל. יענער האט נאר פארגעסן איין זאך. אין די "פריוואט סעטינגס" האט ער בטעות אנגעשטעלט אז קיינער אויסער אים אליין זאל די אינפארמאציע נישט קענען זען. ער האט זיך אפגעמוטשעט עטליכע יאר אפדעיטן זיין פראפיל און דערנאך קוועלן און שעפן נחת. אין זיין פאנטאזיע האט ער געשען זיינע פעיסבוק-פריינט פלאצן פאר קנאה. (אוודאי "לייקן" זיי נישט. אוודאי שרייבן זיי גארנישט אויף זיין "וואנט"! זאלן זיי טאקע פלאצן.)

אזוי האט זיין פאנטאזיע געווירבלט מיט צעפלאצטע ווירטואלע פריינט, ביז דעם איין שיינעם טאג ווען ער האט זיך געכאפט אויף זיין שרעקליכן טעות. דאס איז געווען ווען ער איז שטערבליך קראנק געווארן און ליגנדיג איינגעשפארט נישט האבנדיג וואס צו טאן, האט ער זיך צופעליג ארומגעשפילט מיט זיינע אקאונט סעטינגס -- און געכאפט דעם שרעקליכן טעות וואס ער האט געמאכט.

איך גלייב נישט אז אזא זאך איז שוין אמאל געשען מיט פעיסבוק. איך ווייס אבער יא אז דאס געשעט יעדן טאג, נאר נישט אין דער ווירטואלער וועלט, נאר אין ווירקליכן לעבן, און מיט אמת'ע מענטשן. וויפיל מענטשן טוען אין לעבן וואס זיי ווילן, וואס ס'איז באמת פאר זיי גוט? וויפיל פון אונז מאכן זיך א חשבון הנפש וואס זיי ווילן אויפטאן אין לעבן, וואס זיי וואלטן געוואלט טאן?

איך האב אמאל געהערט וועגן א מאדע ביי פארמעגליכע משפחות, אריינצובויען אזא סארט ווידעאו אין דער מציבה פון זייערע געשטארבענע נאענטע, וואס ווייזט קליפס, בילדער, פון יענעמס לעבן. אויב זאלן מיר האבן די ברירה, וואס וואלטן מיר געוואלט אזא ווידעאו זאל וועגן אונז דערציילן? אין איין ווארט: פון וואס איז מיין לעבן באשטאנען? וואס איז דער תמצית פון וואס איך האב דא געטאן און אויפגעטאן?

איך ווייס נישט וויאזוי א מענטש פילט צען מינוט פאר'ן שטארבן; איך גלייב אבער אז דעמאלט לויפט אים דאס גאנצע לעבן דורך אין קאפ. ער זעט זיך שטיין פאר'ן ברוטאלן מציאות פונעם ענדגילטיגן סוף. ער קוקט אן דאס לעבן מיט גאר אן אנדערן בליק ווי סתם אזוי. רוב זאכן אין לעבן, גוטע ווי נישט גוטע, קומען אים פאָר אזוי אומ'רחמנות'דיג נאריש און נישטיג. הו קעירס וואס יענער וועט זאגן? וועמען אינטערעסירט וואס אנדערע וועלן טראכטן? ווי נאריש, ווי זינלאז.

מען זאגט אז אין די לעצטע רגעים, ווען א מענטש האלט ביי דער גסיסה און די נשמה שטייט שוין אויף דער שפיץ נאז, לויפט פאר'ן מענטש דורך פאר די אויגן זיין גאנץ לעבן. ער זעט אלעס ווי אין א שנעל-פליענדן פילם.

יעדער מענטש וועט אמאל אנקומען צו דעם פונקט. מיר אלע וועלן זיך, פריער צי שפעטער, טרעפן ביי אט די רגעים. עס זעט אויס אזוי ווייט, אזוי נישט איך, אזוי נישט יעצט. אבער קיינער אין דער היסטאריע האט נאכנישט באוויזן איבערצולעבן דעם טויט. אבער דעמאלט איז שוין צו שפעט צו טאן עפעס. ס'פארבלייבט קוים צייט פאר חרטה. די אויגן וועלן נישט עספיען ארויסצולאזן טרערן פון באדויער, איידער זיי וועלן זיך צומאכן.

מיר לעבן אין א וועלט וואס ווערט בדרך כלל דיקטירט פון "יענעם". אונזערע געשמאקן און געברויכן, פרעפערענצן און אייגנטומען, ווערן באשלאסן דורך עפעס א מיסטעריעזן כלל וואס באשטייט פון צוויי עיקר אינגרידיענטס: "מע" און "סע". מע וועט זאגן, מע טוט נישט אזוי, סע פאסט נישט, סע איז "פאני", מע זאגט אז סע איז נישט נארמאל. 10 מינוט פאר די 120 ווערן אלע "מעס" און "סעס" צעבלאזן. מען פארשטייט ניטאמאל פארוואס זיי זענען בכלל געווען נוגע. פארוואס האב איך אפגע'בטל'ט א לעבן זיך פלאגן און מוטשען צו קאנפארמירן צו א "מע" וועמענס עקזיסטענץ איז מוטל בספק? ווער איז דער "מע"? די וואס קימערן זיך מיט'ן וואס מע-וועט זאגן, ליידן אויף דעם זעלבן פראבלעם -- זיי קימערן זיך מיט'ן "מע" נאר ווייל "מע" דארף זיך קימערן, ווייל אנדערש וועט "מע" לאכן. "סע" מאכט נישט קיין סענס! ווידעראום, די ווייניג וואס האבן זיך ארויסגעשלאגן דעם מע-סע פון קאפ, יענע אינטערעסירט נישט וואס דו טוסט יא אדער נישט, ווייל מע-סע איז ביי זיי נישט קיין פאקטאר.

ס'איז שווער זיך ארויסצורייסן פון דעם כישוף-קרייז, ווייל מיר וואקסן אזוי אויף; די קולטור באגלייט אונז אנגעהויבן פון פאר'ן געבוירן ווערן, ביז דער ערשטער פון יענע צען מינוט. אבער "מע" מוז עס טאן, ווייל איינמאל דער פירהאנג פאלט, איז געים אואווער. פונעם גאנצן מע-סע באבל בלייבט גארנישט אויסער א שטארקער קאנצענטראציע פון אומבאגרייפליכער חרטה.

יעדער מענטש ווערט געבוירן מיט נטיות און רצונות. דער תפקיד פונעם מענטש איז זיי אויסצוארבעטן, נישט צו טוישן. אן אנדערע טבע באלאנגט צו אן אנדערן מענטש. איך דארף זיין דאס וואס איך בין באשאפן געווארן צו זיין. כיוצא בו, יעדער מענטש ווערט געבוירן מיט די כלים און אייגנשאפטן צו קענען זיין וואס ער איז באשאפן געווארן צו זיין. מיר דארפן זיך ארויסרייסן פון די אוניפארמען און סדום-בעטלעך אין וועלכע אונזער, די היינטצייטיגע מערב וועלט, קולטור צווינגט אונז אריין. מען דארף כאפן א שמועס -- מערערע און לאנגע שמועסן -- מיט'ן אייגענעם הארץ און געוויסן, און אויסהערן וואס זיי האבן צו זאגן. עס איז נישט גרינג, אבער אויך נישט אוממעגליך -- און בעיקר, ס'איז א מוז. צדיקים האבן געזאגט אז זיי האבן זיך דעם גאנצן לעבן געלערנט וויאזוי צו שטארבן. מיר זענען דא עפעס אויסצוארבעטן פון זיך, עפעס אויפצוטאן אויף דער וועלט. די וועלט איז א בית חינוך, וואו די נשמה קומט אראפ זיך עפעס לערנען, עפעס מאכן פון זיך. דא זענען פאראן אומשטענדן און געלעגנהייטן וואס זענען אויף אנדערע עולמות נישט פאראן. א לעבן פאר יענעם איז א פארפאסטע געלעגנהייט. אלע וואס זענען אין כלל פון מע-סע וועלן טיילן דעם זעלבן גורל. יעדער פרט אין דעם מע-סע סומאטאכע(!) וועט באקומען די געלעגנהייט פון ביטערער חרטה אויף א פארשווענדעטן מע-סע לעבן.

"עולמך תראה בחייך." אבער דאס געשעט נאר אויב מען "לעבט". טעג און יארן וואס דרייען זיך ארום יענעם איז א לעבן בלי חיים. עס איז געפארן אויף טרעקס ווי אן אויטאמאט.

נו, יאללא, חברה. די צייט לויפט. "מע" מוז זיך געבן א שאקל!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום לולקע-ציבעך, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

שטארקע ווערטער מר' לולקע-ציבעך
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

דער לולקע ציבעך איז א מעיין המתגבר. זאג נאר, לולקע, וואו קען איך באקומען דיינע טאבעקא?
האדם לא נברא אלא להתענג
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

ציפידיג די אמת פראסקעט אין פרצף
איך האלט נישט אז די פארן שטארבן בליק איז די ריכטיגע. דעלמאטס איז שוין נישט נוגע וואס מענטשען טראכטן און זאגן וועגן דיר. אזוי ווי א מענטש נאכן עסן זאל זאגן א שאד כ'האב געספענד א פיפציגער אויף א שטעקעל סטעק. בשעת'ן עסן האסטו אויך געהאלטן ס'איז א שאד?

די בעסערע בליק איז, צי זען ווי ס'איז דא מענטשען וואס געבן נישט שיט וואס סע מע מענטשען זאגן. און זייער לעבן גייט אן א מחיה . טוען וואס זיי ווילן, און גארנישט פאסירט צי זיי. אדרבה זיי לעבן פרעשער פרי.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ענטפער צו לולקע ציבעך

שליחה דורך berlbalaguleh »

יישר כח פאר דעם וואונדערליכן עסיי. נאר ס'איז א בפירוש'ע משנה אין מס' אבות. "בשעת מיתתו של אדם אין מלוין אותו לא כסף וזהב ואבנים טובות ומרגליות. אלא מצוות ומעשים טובים". אין אנדערע ווערטער. בשעת'ן דין וחשבון פאר'ן בית דין של מעלה וועט מען פאר א מענטש ווייזן ווי פיהל טעלערס פאטעיטא קוגל ר'האט אין זיין לעבן אויפגעגעסן און ווי פיהל פעסער בראנפן ר'האט אויסגעטרונקען (כ'בין זיכער אז דאס 'עט מען פאר מיר ווייזן). מ'עט אפילו ווייזן וועלכע ברענד ווי למשל שליוואוויטץ (די טשעכישע) אדער "אלד וועללער" און "וויילד טוירקי " און "אלד גרענד דעד 114 פרוף. נאר דאס איז נישט דער עיקר. דער עיקר איז די מצוות און מעשים טובים און גמילת חסדים וואס א מענטש טוט בעולם הזה. מ'עט אויכעט ווייזן דעם שיינעם, טייערן אתרוג וואס ר'האט געקויפט. אבער 50% פון קרעדיט וועט וערן אראפגערעכנט ווייל ר'האט עס געקויפט להתפאר. און א בעל עגלה וואס האט די זכי' ארויסצוראטעווען א גאנצע משפחה וואס זייער פערדל און ועגעלע זענען נעבעך איינגעזונקען אין בלאטע. וועט מען ארויפלייגן אויפ'ן כף המאזניים דאס פערדל מיט'ן וועגעלע און אויך די בלאטע אזוי אז ס'וועט איבערוועגן לכף זכות.
ברזלי הגלעדי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 11:46 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך ברזלי הגלעדי »

נולד מאוחר האט געשריבן:ציפידיג די אמת פראסקעט אין פרצף
איך האלט נישט אז די פארן שטארבן בליק איז די ריכטיגע. דעלמאטס איז שוין נישט נוגע וואס מענטשען טראכטן און זאגן וועגן דיר. אזוי ווי א מענטש נאכן עסן זאל זאגן א שאד כ'האב געספענד א פיפציגער אויף א שטעקעל סטעק. בשעת'ן עסן האסטו אויך געהאלטן ס'איז א שאד?

די בעסערע בליק איז, צי זען ווי ס'איז דא מענטשען וואס געבן נישט שיט וואס סע מע מענטשען זאגן. און זייער לעבן גייט אן א מחיה . טוען וואס זיי ווילן, און גארנישט פאסירט צי זיי. אדרבה זיי לעבן פרעשער פרי.


איך בין זיך מצרף צי דיר, על אף די analogy איז ריכטיג און לילקע האט עס שיין ארויסגעברענגט איז עס נישט אנדערש ווי אנדערע תאוות, למעשה איז די essence פין א מענטש איז די שטרעבונג פאר הצלחה אין הצלחה ווערט געשאצט לויט די מענטשן ארום. אבער דאס וואס מען בלאפט אנדערע דאס איז immature
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

ייש"כ לולקע פאר אייערע דברי חכמה. די גמרא נוצט שוין דעם אויסדרוק "חטוף ואכול כי למחר נמות" מען דארף אריינחאפן די פאר יאר צו לעבן פאר זיך מיט וואס גאט האט באשאנקען הנאה האבן פונעם לעבן און זיין צופרידן. לעב נישט דיין לעבן פאר יענעם.
פארשפארט