פאעזיע פארמעסט, אדר תשע"ג-שטיקלעך!

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

פאעזיע פארמעסט, אדר תשע"ג-שטיקלעך!

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

אט רוקן מיר ארויס די ערשטע פיר שטיקלעך וואס מיר האבן ערהאלטן במשך דעם פארגאנגענעם וואך, ביטע קאמענטירן דא, און קריטיקירט, אזוי אז עס זאל גיין א רויעך

דא האט איר א הערליכע פידיעף פון אלע שטיקלעך!!! באדיבות ידידינו ברסלבער הי"ו
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעמאן דזשוס, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שהי פהי
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 04, 2012 9:43 pm
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שטיקל #1

שליחה דורך שהי פהי »

ווינטער נאכט!

אויפ'ן הימל חושך,
א לבנה הענגט בלאס.
שטראלן דינע צעגאסן,
אין אימה'דיגער גאס.

קומען פאר ווי טייוולען,
די שאטנס די שווארצע.
ס'שטרייטן גייסטער אפנים,
גרויסע מיט קורצע.

דורך פארהאקטע לאדנס,
יאמערט אויס די ווינט,
ווי א פארוואונדעטע קאץ,
ווי א פארלוירן קינד.

די מוזן זיין רוחות,
געהילפן פון זיי,
וואס וואיען מיט אימה,
מיט יענער-וועלט'ישער געשריי.

פעלט נישט קיין בילן
פון הינט פון דער ווייט,
א סימן נאך מער
אז ס'האט א שד זיך געדרייט.

די ביימער די קורצע,
קומען פאר פיל העכער.
הארבסטיג אפגעקראכענע,
לאנדן צווייגן אויף דעכער.

זיי טרייסלען אין קעלט,
די נאקעטע לייבלעך,
ליידנשאפטליך ס'בענקט,
נאך זומער זינג-טייבלעך.

נאך דעם זשומען פון בין,
וואס זויגט בלוט די בלומען.
נאך דער ווארעמער זון,
עמערס פריש ליכט באקומען.

ס'איז קאלט און חושך,
ס'וואיעט, ס'ברומט,
און אט א שטאלענער הימל,
זאגט בשורה - "ס'קומט!"

א ברעקל, א ברעקל,
ווי שטיקעלעך זייד,
איינהילן דעם דרויסן,
אין ווייסן כלה קלייד.

א ברעקל, א ברעקל,
פון סחורה, פיין און גלאט,
מיט ערשטע רונדע טריטלעך,
פון א קעצל, נישט ווייט.

מיט שארפע אויגן גרינע,
וואס קוקן ברוגז זיך פאר.
פארדעקט איר מיסט ס'האט,
דער ערשטער שניי אין יאר!
Ars longa, vita brevis
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שטיקל #2

שליחה דורך בן תמליון »

איך וויל מיין טאטן צוריק!

היינט האבן זיי גענומען מיין טאטן אין תפיסה,
טאטי קען נישט זאגן מער, גוט מארגן מיין זיסע

זיי האבן איהם אוועקגעטראגן, איך האב געזען זיין פיין,
ער האט מיר געזאגט "זארג נישט" אבער איך זיץ און וויין

איך וויל מיין טאטן צוריק, איך וויל גארנישט מער,
צו זיין מיט מיר אין מיין וועלטל, ווישן מיין טרער

ער זאגט ער וועט מיר שרייבן בריוו, שיינע,
אבער איך דארף מיין טאטן, צו ווישן די טרערן מיינע

איך פרעג פארוואס, ער זאגט איך בין קליין צו פארשטיין,
אבער איך דארף מיין טאטע, איך בין נאך זייער קליין

איך בענק נאך דיר טאטע, זייער שטארק היינט,
צו דיין גלעט, דיין שמייכל, עס האט אייביק געשיינט

איך וויל מיין טאטן צוריק, איך וויל גארנישט מער,
צו זיין מיט מיר אין מיין וועלטל, ווישן מיין טרער

איך הייב אויף מיינע אויגן צו די הימלען מיט א טרער,
באשעפער היט מיין טאטן דארט, עס איז איהם שווער

ברענג איהם אהיים שנעל, ער זאל מיט מיר זיין,
איך בין אזוי טרויעריק, איך פיל עלנד אליין

איך וויל מיין טאטן צוריק, איך וויל גארנישט מער,
צו זיין מיט מיר אין מיין וועלטל, ווישן מיין טרער

טאטע קום צוריק אהיים
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שטיקל #3

שליחה דורך ברסלבער »

דער זארגלאזער אמאל!

איך דערמאן זיך אצינד
אלץ פיצל קינד
גלייך אין אנהויב פון מיין לעבן
גאט האט געשפינט
אן קיין זינד
א ריינע נשמה מיר געגעבן

דער מח עס טראכט
עס נעמט אין אכט
ווען דער גוף האט אנגעהויבן וועבן
צו בייטאג צו ביינאכט
איך נעם אין באטראכט
צו וואס איז געווען מיין שטרעבן

אין בעטל געליגן
די מאמע געוויגן
דאס איז דאך איר איינציג זון
געגעסן געזיגן
געבראכן געשפיגן
ווי יעדע קליין קינד איך בין

די ווינדלען נישט ריין
שמוציג געמיין
די מאמע האט מיר איבערגעטון
קיינמאל געווען אליין
איך הייב אן א געוויין
די מאמע נעבן מיר איך געפין

געווען איז דאס גוט
אין יעדן געביט
אוי ווי געשמאק איז דאס געוועזן
מיט א רוהיג געמיט
די מאמע מיר היט
איך לעב גאר אויף אירע שפּעזן

דאס לעבן אזוי פיין
בעסער קען נישט זיין
נישטא קיין פראבלעמען צו לעזן
צרות קיין איין
איך בין נישט אליין
די מאמע מיין גאנצע וועזן


***

יארן געווינען
אן אשת חיל באקומען
געשטאנען אונטערן חופה אין הויף
א יאך אויף מיר גענומען
די גוטע צייטן צורינען
די שוועריקייטן נעמען זיך צונויף

זארגלאזע צייטן
טוען זיך בייטן
אלעס פאלט אויף מיר ארויף
די חובות טוען רייטן
געלט איז פון דער ווייטן
ווי אזוי נעמט מען דאס אויף

צרות און פּיין
שטעקט אין האלז ווי א ביין
שוועריקייטן טוען זיך מערן
צו וועם זאל איך גיין
ווער וועט מיר פארשטיין
צו ווי זאל איך זיך קערן

עס איז מיר ביטער
פון באשעפער איך ציטער
צו וועט ער מיר דען אויסהערן
ער איז טאקע א גוטער
אבער אויפ'ן קאפ איז דא פּיטער
די עבירות טוען זיך פארמערן

צייטן נישט גוט
אין יעדן געביט
אוי ווי שווער איז דאס געוועזן
שווערע מינוט
אסאך צרות אינדערמיט
פון ווי קען איך נעמען אויף שפּעזן

דאס לעבן פיל מיט פּיין
ערגער ווי איך מיין
ווי אזוי קען מען די פראבלעמען לעזן
צרות מער ווי איין
איך בין אינגאנצן אליין
איך פיל נישט קיין סיפוק אין מיין וועזן


***

טרערן עס רינען
שיעור אראפ פון זינען
דאס הארץ אין מיר עס וויינט
דאס תהלים’ל גענומען
צום פסוק אנגעקומען
כְּגָמֻל עֲלֵי אִמּוֹ עס ליינט

דער באשעפער ווי די מאמע’ן
מיט מיר שטענדיג צוזאמען
מיט רחמנות אויף מיר ער שיינט
איך בין אינגאנצן זיינען
ער טוט אויף מיר שיינען
אין זיינע אויגן בין איך בא’חנ'ט

צו אים וועל איך גיין
ער וועט מיר פארשטיין
איין איינציג קינד בין איך ביי אים
שמוציג בין איך געמיין
איך רעד צו אים מיט געוויין
ער וועט מיר אפוואשן באקוועם

ווי אזוי איך זעה נאר אויס
העלפט ער מיר ארויס
ער איז ווי מיין מאמע פאר דעם
אפילו מיינע עבירות זענען גרויס
בין איך ביי אים ווי אויף א מאמע'ס שויס
דער באשעפער, מיין מאמע, איך האב שוין צו גיין צו וועם

עס איז שוין צוריק גוט
אין יעדן געביט
אוי ווי געשמאק איז דאס געוועזן
מיט א רוהיג געמיט
דער באשעפער מיר היט
איך לעב גאר אויף זיינע שפּעזן

דאס לעבן אזוי פיין
בעסער קען נישט זיין
אלע פראבלעמען קען מען לעזן
צרות מער ווי איין
אבער איך האב צו וועם צו גיין
דער באשעפער מיין גאנצע וועזן!
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
[NAMELESS]

שטיקל #4

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיין פאסט קעסטל-מיין טרייסט!

איך טוה אויס מיין וועסטל
ווארף ארויף מיין טלית קטן,
כ'לויף צום פאסט קעסטל
וואס ווארפט א שיינעם שאטן.

א שווערע טאג געווען
ווייניג חברים געהאט,
לאמיך מיין פאסט זען
דורכגיין די בריוולעך שטייט.

א בריוועלע מיט וויכטיגע אינפארמעישען
און א גרויסע ענוועלאופ א געלע,
צו א חתונה אן אינוועטעישען
אויך אן אדווערטייזמענט פאר סוכות הפלא.

זעסטו, איך בין נישט סתם איינער
מיין פאסט קעסטעל ממש א נס,
איך בין גארנישט אזא קליינער
מ'שיקט בריווען צו מיין אדרעס.

אפילו ווען איך בין איינזאם אליין
מיט קיינעם קיין פארקער,
מיין געמיט איז צובראכן און קליין
שלעכטע מחשבות איך קלער.

אבער מיין פאסט קעסטל א ישועה
עס זאגט מיר, יא איך עקזיסטיר,
ביי איינעם האב איך די זכיה
ער האט געטראכט פון מיר.

זאל זיין פאר א קרעדיט קארד אן אפפער
עלעקטעריק ביל און געלט פאר גאז,
צדיק בא לעיר א רבי א בלאפער
און א ביליגע עקטערמינעיטער פאר די מייז.

זאל זיין אפילו פארן טעלעפאן א ביל
א שיינע ביכעלע פון קופת העיר,
דער עיקר סאיז נישט שטיל
איינער טראכט נאך פון מיר.

מצות, חריין, טשאלענט אדער קניידלעך
לייג אין מיין קעסטעלע וואס אימער,
אפילו צוויייגן, האר אדער וויידלעך
אבי פון מיר איינער געט א קימער.

אויב עס איז צו מיר אדרעסירט
אז ס'זאל אנקומען צו מיין טיר,
אוי ווי געשמאק עס שפירט
אז מ'האט נישט פארגעסן פון מיר.

זעסטו, איך בין נישט סתם איינער
מיין פאסט קעסטעל ממש א נס,
איך בין גארנישט אזא קליינער
מ'שיקט בריווען צו מיין אדרעס!
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שטיקל #5

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

דאס הינער איי.

זיינע מעלות זענען פילפאכיג
זיינע אויפטוען פילפארביג
כ'וועל אים פרובירן צו באזינגען
כ'האף עס וועט מיר געלינגען

דאס שאלאכטס שטארק ווי אייזן
דאס הייטל הייקל ווי זיידן
דאס ווייסעכל ווי וואלקענעס ליכטיג
דאס געלעכעל ווי דער לבנה ציכטיג

פון איין זייט רינדיג
פון דער צווייטע זייט שפיציג
פאר פלייש דעם חלבון
פאר מארך דעם חלמון

ער איז פושט צורה ולובש צורה
אינעם תנור און אויפן כירה
שפיגל אדער שפייס, הארט און לויז
אלע ליבן אים קליין און גרויס

ביי פרישטאג אן אמעלעט
ביי מיטאג אן עגג סעלעט
ביי נאכטמאל א לעטשאו
אכטונג, נישט ווערן א פעטצוי

חלות ער באשמירט
טארטן ער באלאנסירט
בארשט טוט ער אינטערשלאגן
באלעבוסטעס אן עם טוען קלאגן

ער איז דער דזשאגלער'ס כלים
מיט עם איז מען מבריאה אבלים
חזנים קלאר מאכן דעם קול אים זיי באדארפן
חסידים [שוטים] מיט אים מתנגדים באווארפן

ער קומט בשפע ביי די דאזן
מיט ביליג א סינאנים און א קאזן
אלע פיר סיזענס אויף די קאלל
ווינטער ספרינג סאמער פאלל

ביי גוים האלאווין פארשמייליגט
ביי אידן שבת אינדערפרי פארהייליגט
ערב תשעה באב פארשמירט מיט אש און פינקן
פסח ביים סדר אין זאלץ וואסער איינגעטינקן

אין תורה שבכתב טוט ער נישט עקזעסטירן
אבער תורה שבעל פה טוט ער דאמענירן
דארט א ספעציעלע באדייט טוט ער טראגן,
אן אים וואלטן זיך חז"ל אסאך געטוען פלאגן,

א שטארקע קאנקורענט פאר כזית
ביי אן א שיעור ענינים איז ער בעל הבית
א שיעור מדאורייתא צו קענען בענטשן [ברכות כג]
אויך ביי קבלת טומאה באקומט ער אטענשען[פסחים פה]

אין מצות סוכה א ספעציעלע באדייט.
נאר מחיוב ווען א כביצה מען צוקייט [סוכה כז]
מיט אים איז מען דעם אתרוג משער.
לויט ר' יהודה נישט לויט ר' מאיר [סוכה ל]

א שיעור טוט ער זאגן
אויב אום שבת מ'טוט טראגן
העלצער א ביצה צו קאכן
געווירצן אן איי צו גראכן. [שבת פט]

בן עזאי זאגט מיט עם א דערהער אין סוטה
ווען גענוי די נחשדת מים המאררים איז שותה [סוטה ד']
תשעה באב שחל להיות בע"ש טוט עם ר' עקיבא אראפשלינגען
מיט דעם טוט זיין פסק אין דער גאנצע וועלט אפקלינגען [עירובין מא]

כל מיני תשמישים טוט ער פארטרויערליך אויספירן
די שאלאכטס אלץ אן אויל האלטער טוט פונקציאנירן [שבת כט]
מיט די חלמון מאכלים קאלירן [שבת קלד]
מיט די חלבון אויגן פארשמירן [שבת ע"ז]

אייעלע, אייעלע, אפ' נעמען האסטו פילע
ביעי ביי די פרומע און ביצה ביי די קילע
כ'האף אז דו שפירסט דיך זייער מעכטיג
נישט אומזיסט איז יעדער מיט דיר באשעפטיג

דיינע מעלות זענן פילפאכיג
דיינע אויפטוען פילפארביג
ס'איז ווערד געווען דיך אביסל צובאזינגען
כאטש ס'איז אפשר נישט אינגאצן געלינגען
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שטיקל #6

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

דאס בלעטל-מיין שפיגל!

אמאל געוועהן אויפ׳ן בוים
היינט אפגעפליקט,
דאן געלעבט, היינט קוים קוים
אט ווער איך דערשטיקט.

אמאל געמאכט א שאטן
היינט בינעך א טעפיך,
עס איז מיר נישט געראטן
צוטרעטן פון פילע שוך.

אמאל געזינגן און געשפרינגן
אינאיינעם מיט פריינט,
היינט-פארלאשן, צובויגן
כ'וויל דעם נעכטן, איידער דעם היינט.

גליקליך געמאכט גערודער
דארט אויבן אויפ׳ן צווייג,
צוזאמען מיט מיינע ברודער
היינט=מאך איך א שווייג.

דער ווינט מיר ווארעם גע׳גלעט
אז ירננו עצי היער,
איך האב געהאט א היים, א בעט,
היינט היימלאז, וויין איך דערפאר.

געלאזט דעם ווינט מיר כאפן
נישט שטארק אנגעכאפט מיין שטאם,
ער האט מיר גענומען ביים באקן
דערנאך מיר פארלאזט איינזאם.

פארוואגלט-אן קיין וועג צוריק
כ'שטיי על אם הדרך,
קיינער אויף מיר קיין בליק
איגנארירט, איזאלירט, וועם שטער-איך

איך דין שוין קיינעם נישט אלס בלעטל
איך בין ליבערשט א שטיק שמוץ,
איך קען זיצן אינמיטן שטעטל
פארט, ברענג נישט קיין נוץ

איך שריי, מיט א דערשטיקטע קול
קיינער קערט נישט קיין אויער,
פארוואס זיך אפשטעלן איינער זאל
און באמערקן מיין איינזאמע טרויער.

פרוביר צו טון א באוועגונג
כ'קען אבער נישט רירן קיין אבר,
מיין גאנצע וועזן א פארלעמונג
אט דא, האב איך געטראפן מיין קבר.

מיין בוים פילע בלעטער וועט נאך געבוירן
נייע וועלן אויף מיין פלאץ אויסשפראצן,
איך בין אבער אויף אייביג פארלוירן
אין פוסטער אייביגקייט בלויז גלאצן.

איך בין געלאפן צו מיין גליק
אזוי האב איך געקלערט,
דערווייל האבעך געכאפט א רוק
און מיין טויט אליין דערקלערט.

איך באזינג מיין אייגענעם שיקזאל
כ'זאג מיין אייגענעם הספד אליין,
איך נוץ נאר דעם בלעטל אלס משל
אלס גרינגער צו באוויינען יענעם׳ס געביין.

מיין מציבה ווערטער טוה איך איצט קריצן
איך דארף קיינעם׳ס ליגענט געשריבן,
מיין טראגעדיע קען איינעם אפשר נוצן
וועט כאטש זיין עפעס פון מיר פארבליבן.

אויך מיין געדאנק שטעלט זיך שוין איצט
איך שטעל אוועק מיין פעדער דעריבער,
איך זעה שוין אפילו מיין שבעה, וואס קיינער זיצט
איך בין פארגאנגען, פארגעסן, און אריבער!
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שטיקל #7

שליחה דורך משה געציל »

איך בין הייליג!

סלח לנו געקלאפט
שטערן פארטראכט,
עבירות געקראכט
מצוות געבראכט.

קיין ציצית באהאלטן מער
הוט און רעקל אן אויפהער,
איך בין דער
כ'בין גא-ט'ס באגער.

מיין קינד זיי שטיל
דאווענען איך וויל,
עס איז נישט קיין שפיל
הייליג איך פיל.

בעל תפלה געיאגט
בעל קורא גרייזיג געזאגט,
פאריאגט און פארפלאגט
פראטעסטיר זאפארט.

ווי א מלאך בלאסער
הכנות, א גלאז וואסער,
יענער א נאסער
איך א פרומער.

צו סליחות אויפגעשטאנען
פארטאגס ווען די שטערנס נאך שיינען,
קיינמאל נישט פארשלאפן
היינטיגע יונגאטשעס, פאפן.

ימים נוראים, געזיכט באדעקן
מיטן בגד פון פיר עקן,
מיינע קינדער, האניג נישט לעקן
פעטש און ציפע'ס קלעקן.

פאר די שופר פייפט
א טבילה געכאפט,
פרישע קראפט
שפירט הייליג פארגאפט.

א אתרוג איך קלער
פאסט נישט מער,
ווי משה בער
נאר ריין און לער.

א לולב ביזן דאך
די אויגן פארמאך,
שאקעל און קראך
נניעות א סאך.

שמח"ת זיך פרייען
פאר מיר געגעבען,
יונגאטשעס אנגעטרינקען
איך טוה פראטעסטירן.

זאל יעדער הערן
אביסל אריין קלערן,
פון מיר זיך לערנען
א חסיד'יש איד ווערן.

אור הגנוז חנוכה שפירן
קליינע פארפירן,
שלאגן און טעראזירן
זיי אוועקפירן.

שובבי"ם קוויטשען
ביי של"ס כליפען,
צו מיר דערנעטערן
יעדער זאל ציטערן.

יצא סוד פורים דורך וויינען
של"ס תורה פארציילן,
ונתנה תוקף שרייען
דאס איך טוה דאך פארדייען.

ביי חמץ אין פייער
די קינדער עקלער,
די אינטערנעט, שטן זייער
ביי מיר קיין חמץ לאנג מער.

ביים סדר לעכטיג
ווי א מלאך הייליג,
באפעל פארכטיג
נישט שמייכלדיג.

לטהרינו מקליפותינו שרייט
נישט מיך געמיינט,
מה שפגמתי נישט היינט
נאר שכנים און פריינט.

גא-ט איז מיינס
חטאים דיינס,
טעותים זיינס
איך קיין איינס.

יעדער פארקרומט
פסקים באקומט,
איך פארפרומט
נארוואס באשטימט.

איך קען שרייען
יענער זאל וויינען,
יעדער זאל מיינען
גא-ט טוהן באשיינען.

אים דעטרענקען
יענעם באשווענקען,
א דריטן צוטרעטן
ג-ט איך טוה פארטרעטן.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שטיקל #8

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

איפכא מסתברא!

וואס ליגט איר,
טויטע גופים,
פארפאלן אין פוילקייט?

וואס שטעקט איר,
פארבייגייערס ארויס,
שטיין-קאלטע מציבות?

גייט קיין סיביר,
אין ווארימע תכריכים.
און פאסט א סעודת שלמה.

*

וואס שרייט איר,
פיצלעך קינדער,
העכער אייער גוף-גרויס?

פון וואו די חוצפה,
צו באקלאגן זיך,
א רגע נאכ'ן אנקומען?

לערנט זיך פריער שמעקן,
הערן און גיין,
ביי די טויטע צייט-שכנים.

*

פארוואס ביזטו,
אה, ווילדער געלעכטער,
אזוי פרייליך-צופרידן?

וואס שרייסטו אזוי,
פון מיילער אפענע,
קולות בלי דיבור.

הער אויף פארקרימען,
מענטשליכע פנימ'ער,
פארמאסקיר זיך אין יענעם געיאמער.

*

און למאי, געוויין
טרערן זאלציגע
דאס שטומפיג געיאמער?

דערשטיקט עצבות.
טריקנט די טרערן.
בלייבן זאל א גל של מלח.

זאל דאס זאלץ,
באווירצן שמחה,
זי געבן טעם גן עדן.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שטיקל #9

שליחה דורך בן תמליון »

צוזאמען...

ווי גוט איז ווען מיר זענען צוזאמען
מיר וועלן גיין איבער בערג און טאלן טייכן און ימען

צוזאמען וועלן אלע זארגן ווערן פארשוואונדן
אלע חלומות קענען ווערן אמת ווען מיר זענען פארבינדן

צוזאמען וועט ווערן אפגעווישט טרערן און געוויין
מיר וועלן קוקן אין פנים גראד דעם שטן אליין

איך וועל צוהערן דיין ווייטאקן מיט געפילן
נאר מיט דיר צו פארבלייבן דאס איז מיין ווילן

צוזאמען וועלן מיר מאכן הערליכע זאכן
גאנצע נעכט וועלן מיר שמייכלען און לאכן

צוזאמען קענען מיר אלעס אין די וועלט אויספירן
דער הימל איז דער גרעניץ שטערנס וועלן מיר רירן

מיר וועלן גיין איבער בערג און טאלן טייכן און ימען
ווי גוט איז ווען מיר זענען צוזאמען
הציץ ונפגע
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 422 מאל

שטיקל #10

שליחה דורך הציץ ונפגע »

מחה תמחה!!

א בייזער חלום האב איך געזען
אין וויליאמסבורג בין איך געווען
מען האט געכאפט א גוי און באשטימט
מזרע עמלק בן אחר בן ער קומט
און באשלאסן מקיים צו זיין מיט אים דעם מחה תמחה.

דער עולם צוהיצט ביז גאר
א סומאטאכע זייער אומקלאר
וועלכע רבי באקומט די מצוה
ווער וועט מאכן צום גוי'ס לעבן א קצבה
און מקיים זיין מיט אים דעם מחה תמחה

מען איז געגאנגען אין דין תורה
מיר האבן דאך אויף דעם נישט קיין מסורה
יעדער זאגט איך האב זכות קדימה
צו מאכן דעם גוי'ס לעבן בלימה
און מקיים זיין מיט אים דעם מחה תמחה

ווי לאנג מען וועט דעם דין שפאלטן
דארף מען דאך דעם גוי ביים לעבן דערהאלטן
אבער ווער וויל דען זיין דער קעכער
צו האלטן אן עמלקי ביים לעבן מאכן זיכער
ביז ווען מ'וועט מקיים זיין מיט אים דעם מחה תמחה

א נייער געטומל הייבט זיך אן
וועלכע סארט מיתה זאל מען טאן
סקילה אדער פארברענען
הרג און חנק דארף מען קענען
וויאזוי מקיים צו זיין מיט אים דעם מחה תמחה

אזוי לאנג האט מען זיך געשלאגן
ביז דער גוי האט עס מער נישט פארטראגן
זיך גענומען דאס לעבן
זיך אליינס עולם הבא געגעבן
פארן מקיים זיין מיט זיך דעם מחה תמחה
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שטיקל #11

שליחה דורך קינות גירושין »

קינות גירושין......

די רעזולטאטן פון סיסטעמאטישער ליבשאפט


[center]ימי הבחרות[/center]

מיין זיידע און באבע האבן זיך געטראפן אין א באר,
און איך מיט א טמא'נע קדושה דארף מאכן החלטות.

מ'האט מיר צוזאם געשטעלט,
אין ווייניגער פון כדי שיעור חימוץ געכאפט א בליק.

מיינע עלטערן מיט זייער תמימות געמאכט פאר מיר החלטות,
און פאר מיינע נאטירליכע געפילן נישט געגעבן קיין פתח,
מ'האט נישט געגעבן צייט פאר די צוויי פייגלעך צו זען אויב זיי האבן בכלל א שפראך.

די יסודות פון ליבשאפט איז אוועקגעשטעלט דורך טייטלבוים און שעהר,
און אז ביי זיווג דארף מען אינזין האבן העכערע זאכן.

א פרוי האב איך גענומען,
ווען איך האב נאכנישט געוואוסט פשוט פשט אינעם פסוק "שני שדיך כשני עפרים תאומי צביה".

די שדכנות סיסטעם: מצאינו השומרים הססבים בעיר את שאהבה נפשי ראיתם?
און ס'איז נישט מקיום געווארן די שעברתי מהם עד שמצאתי.

על משכבי בלילות בקשתי, את שאהבה נפשי ולא מצאתי...
ווייל ביי דער געזעלשאפט וואו ס'איז פארהייליגט דעם השבעתי אתכם בנות ירושלים,
האט מען מיך אויך באווארענט מיט דעם "אם תעירו ואם תעוררי את האהבה עד שתחפץ".

די רבי'ס דרייען זיך ארום מיט די שישים גיבורים סביב לה מלומדי מלחמה,
און נאכדעם קומען זיי נעמען רבי געלט ווען ס'איז דער יום חתונתו ויום שמחת לבו.

[center]ימי נשואין[/center]

א בן תורה וויל א יעדער האבן,
אבער צו קליידונג, וועלכער ס'איז די בעסטע ברענד פארשטייען זיי גוט.

אלס אינגערמאן ווען ס'איז נאך נישטא קיין לחם לאכול,
האב איך זיך שוין אנגע'חוב'עט פאר די אידן אין ארגענטינע און תימן.
און איך בין שוין געווען איבער גליקליך,
ווייל איך פארשטיי די וויכטיקייט פונעם פסוק "עורי צפון ובאי תימן".

יעקב האט געארבעט פאר לבן 7 יאר און באקומען רחל,
איך האב געארבעט פאר דאס ווייבעלע און באקומען דאס פארקערטע.

כאטש מאטעריאל מאכט נישט צופרידן א מענטש,
ווייל דו האסט געבעטן - האב איך דיר געגעבן,
תורי זהב מיט נקודת הכסף, דו האסט געהאט פון אלעם בעסטן,
קורות בתינו ארזים, רהיטנו ברותים.

שלשה שאינם רואין פני גיהנום איז ביי מיר מקוים געווארן.

דער עסקן גיט עצות - האב נאך קינדער ס'וועט ברענגען מזל און ברכה,
אביסל חכמת החיים האט ער נישט געקענט געבן,
ווייל ביי אים אינדערהיים איז די אביוז אויפן העכסטן פארנעם

ווייניג זענען די מענטשן צו וועם איך קען מיין הארץ אויסגיסן,
ווייל די פאר אומזיסט - איז א מענטש'ס כבוד גארנישט ווערט,
און די אחריות'דיגע - זענען גאר טייער.

אונזערע פרויען: פוץ אויף די גאס און שמוץ אין שטוב.
די פרויען אין גאס גייען באשמירט, מור ואהלות און כל ראשי בשמים.
דאס עקל פונעם שיינקייט: הערליך אויפן פנים און גרויל פון דאס הארץ.

[center]דאס גט[/center]

די שוועסטערס האבען זיך אריינגעמישט איר נישט פארגינען,
אז זי ווערט געפירט אויף א גאלדענע טאץ, יעצט זאלט איר באצאלן שאירה וכסותה.

דער שוואגער: מיט וואספארא רעכט האסטו איר גע'עצה'ט אז זי זאל זיך מיט מיר נישט פאראיינצוגן?
זינט ווען ביסטו מיר א מבין?
ביי דיר ליבשאפט מיינט נאר פרעסן שלום בית קוגל,
און דו פארשטייסט אז דא איז א מלחמת אש קודש?

נאנטע משפחה מיטגלידער זאגן זיי ווילן מיך העלפן,
ווען אין תוך זענען זיי די גרמה בנזקין.

זיך פאר איר גע'הרג'עט צו געווינען ליבשאפט,
און יעצט לאזט זי נישט מיינע קינדער רעדן צו מיר.

א ים מיט רשעות מיר אויסגעטיילט ווען ס'איז נאר געווען שייך,
און היינט זינגסטו אין די גאסן אז א שלעכטער מאן איז ער געווען, דער חי'.

[center]ותזנח משלום נפשי, נשיתי טובה[/center]

טעראפיסט: דו נבלה ברשות המלכות, מיט דיין כח ביסטו מסייע ידי עוברי עבירה,
שרייבסט רעפארטס אז מיין מיידל וויל נישט צו מיך קומען,
ווען דו באקומסט באצאלט צו מאכן דעם והשיב לב בנים על אבותם.
ובכן בכה בכא רב והרב

מיט דיין חכמה האסטו מיר כיטרעדיג מרמז געווען,
אויב געסטו נישט נאך אויף דיינע באזוכן-רעכטן וועט קומען אויף דיר ימי סוהר.
ותרד עיני דמעה ואילילה ואנודה...

מי יתן ראשי מים ועיני מקור נוזלי, ואבכה כל ימותי ולילי...

גוטע יועצים האבן געזאגט: געב נישט קיין "צוועלעווער" ווילאנג דו ביזט נישט פארזיכערט מיט'ן עתיד,
איך האב גע'טענה'ט אז זי קען אזא רשעות נישט טון,
פון ליבשאפט צו איר היפך, שוין אפאר מאל געהאט די פאליציאנטן ביי מיין טיר.

איך קען נישט קישן און ליבן מיין בת יחידה,
וויל איך האב מורא פון פארלירן "קאסטעדי" און דארפן שמאכטן יארן אין תפיסה.

מיין אדוואקאט זאגט מיר יעדן טאג טו די ריכטיגע שריט גיי אין געריכט,
איך האלט זיך צוריק ווייל איך וויל נישט טרעפן מיינע קינדער אין הויז פון די משוגעים.

מיט אירע העצישע רייד, כה אם תאכלנה נשים פרים, עוללי טפוחים...

מיין בן-יחיד: איך פלעג זיך מיט דיר יעדן טאג משתשע זיין דורך די תורה ,
און היינט קומסטו מיר זאגען גוט שבת איינמאל אין צוויי וואכן.
און דו זאגסט נאר איבער די סם וואס דיין מאמע האט אריינגעלייגט אין דיין אומשולדיג מח.

דו ביסט אינגאנצן אפאר גאסן אוועק פון מיר,
און דו לערנסט מיט א פריוואטן מלמד, ח"ו מיט דיין טאטן נישט האבן א קשר.

וויי פאר א זון וואס איז פארטריבן פון זיין טאטן,
בקירוב מקום ובריחוק הלב.

מיין בת-יחידה: נעכטן פלעגסטו מיר אזוי ליבליך איבערזאגן די פרשה,
און היינט ווייסטו נעבעך שוין ווי "פאני" דיין טאטע איז, און צוביסלעך טוישסטו דיין משפחה נאמען.

על זה דוה לבנו על אלה חשכו עינינו...

אלע מתנות און צירונג וואס איך קויף דיר ווערט מיסטעריש פארלוירן,
דו קומסט מיר אייביג זאגן וואס פארא גוטער שטיף טאטע דו טוסט פארמאגן.
מי יתן ראשי מים ועיני מקור נוזלי, ואבכה כל ימותי ולילי...


פיינע מענטשן ווילן נישט עובר זיין אויפן לפני עיור לא תיתן מכשול,
זענען מקיים דעם וכולן בלשון הרע.

שלעכט איז דער סיסטעם, ביטער זענען אירע מענטשן.

דו רשע: אין ביהמ"ד גיסטו מיר חיזוק,
אין מקווה בארעדסטו מיר מיט דער גרעסטער אכזריות,
דו מאכסט טיי-פארטיס פאר יתומים, און דו רעדסט מיר אפ שידוכים אין גרויסן,
גם איש שלומי אשר בטחתי בו, הגדיל עלי עקב...

מיט אייערע רייד גע'הרג'עט מענטשן,
מיין אינגל ווייסט שוין צו זאגן אז זיין טאטע איז א משוגענער.

דוד, דו האסט שוין מיינע צרות פאראויס געזען,
ירמי', דו האסט שוין אויף זיי געקלאגט.
הייתי שחוק לכל עמי, נגינתם כל היום...

איר האט מיר אוועקגענומען יעדע געלעגנהייט,
גן נעול אחותי כלה, גן נעול מעין חתום...

יעדער גט, א מחלוקה א פרשה, נישטא קיין נארמאלקייט און א סדר,
אין א געזעלשאפט וואס טוט זיך מיט צעפעזעלירן
בלה בשרי, ועורי שיבר עצמותי...

דיינים ווערן פון די פרוישע טרערן איבערגענומען,
און מיט'ן מדרש פון "כל המרחם על גרשתו" טוען זיי פסקים ארויסגעבן.

[center]תשוקה אהבה[/center]

מיינע גוטע פריינט איר האט נישט די ווערטער מיך צו טרייסטן,
איך פארשטיי, ווייל וויאזוי צו רעדן האט מען אייך קיינמאל נישט געלערנט,
אבער מיין הארץ פילט עס.
אי״ה ביום שמחת לבי וועלן מיר טאנצן מיט אמאליגע כוחות,

חדש ימינו כקדם

מיינע פריינט איר זעט מיין צער אז איך קען נישט טרעפן מיין זיווג,
אנה הלך דודך היפה בנשים, אנה פנה דודך ונבקשנו עמך...

די נסיונות ברענען,שלעכטע חברים עצה׳ן, געב זיך נאך,
ששים המה מלכות, ושמונים המה מלכות, ושמונים המה פלגשים, ועלמות אין מספר.
אבער איך לאז מיין שכל גובר זיין, ווייל איך וויל אנקומען צו דעם,
אחת היא יונתי תמתי.

און יעצט איז נאך ליידער עיני נגרה ולא תדמה, מאין הפגון.

איך האב פארלוירען מיין אפציע פון קענען געווינען מיין באליבטע,
ווייל זי טרונקט די נייעס פון די שמוציגע מקוה וואסער.

דו דוד האסט סוכ"ס געווינען א פרוי וואס דיין הארץ האט געגליסט.

צו מיין ליבע: אל תראינו שאני שחרחרת, ששזפני השמש.

[center]תשובה נחמה לימוד[/center]

סקומט מיר, ווייל אין מיין יוגנט האב איך אויף אנדערע גערעדט נישט גוט,
כי פשעי אני אדע, וחטתי נגדי תמיד.

איך בין אבער יא דאנקבאר אז איך בין געזונט,
און אז מיינע הערליכע קינדער זענען געזונט און קלוג,
און אז איר האט א שטארקע מאמע וואס קען ענק מחנך זיין.

ס'איז נישט דא קיין שלעכטס, וואס סאיז נישט דא אין דעם קיין גוטס.
ווען ס'וואלט נישט געווען קיין שלעכטס,
וואלטן מענטשן נישט געוואוסט ווי גוט ס'איז דאס גוטס.

וואלסט קיינמאל נישט געקלערט וואס יענער טראכט פון דיר,
ווען דו זאלסט וויסן ווי ווייניג יענער קלערט פון דיר.

מ'דארף זיך לערנען פונעם וועטער,
מ'האלט אים אין איין קריטיקירן און ער טוט ווייטער דאס זייניגע.

איך האב זיך אויך געלערנט: דו מעגסט און דארפסט זיין צווישן מענטשן,
דארפסט אבער נישט זיין איינע פון זיי.
יתן בעפר פיהו, אולי יש תקוה.

מיין גאט: יישר כוח פאר די נפשות'דיגע יסורים וואס דו געסט מיר פון ליבשאפט,
איך ווער מיט דעם אין דיר באהאפטן, א פאטש פון א פריינט איז זיס.

מיינע פיינט: יישר כח! איך האב יעצט געטראפן מיין רבי,
איך בין יעצט שטערקער פון אייך.
מיינע מעשים ווערן נישט געמאכט פון די גאס פרעשור,
נאר פון וואס מיין געטליכער שכל זעט פאר ריכטיג.

מיין חשיבות אין מיינע אויגן וואס מיינע מחנכים האבן געוואלט אוועקרויבן,
איז געוואקסן פי כמה, און מיין קאנפידענץ - כאשר יענו כן יפרוץ.

איך בין דער שטערקסטער,
ווייל איך שלאג זיך נישט מיט קיינעם.

איך בין א גיבור אן עושר א חכם, רפואה מתוך המכה.

איך קען זיך טאקע נישט אפגעבן מיט מיינע קינדער וואס זענען פארטריבן פון מיר,
האב איך יעצט צייט זיך צו שארפן מיינע טאלאנטן.

תשמיענו ששון ושמחה, תגלנה עצמות דכית...
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שטיקל #13

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יגיע כפיך כי תאכל, אשריך!

די מעשה איז געשעהן
מיינע אויגן דאס געזעהן
איין אינדערפרי
אין מעגא פיפטי-טרי

אין די רייע צום קעשיער
שטייט איינס פאר מיר
א דארע אינגערמאן
ממממ חבל על הזמן

באשטעלט א קאווע, א גרויסע
הוא אומר ומשרתת עושה
In the mean time
איז מיר איינגעפאלן דעם rhyme

די פשוט'ע קאווע
צוגעשטעלט דורכ'ן גבאי
אין ס'מדרש קאווע שטיבל
איז פאר אים נישט legal

זיין משפחה פארצייטיש
אבער ער, אזוי לייטיש
געווארן א יופי א שיינע
מיט קוים פיאות קליינע

ער איז דאך פון די בעסערע סארט
כביכול פון אן אנדערן ארט
א גאטשע, נישט סתם
דלא כרבינו תם

איידל ווי א מיידל
Neat ווי elite
פון טוש פריש ארויס
א שמעק, כ'גיי אויס

א העמד, הערליך און הארט
ליכטיג, בלוי געפארבט
ר"ת פון זיין זיווג אויסגעקריצט
I wish איך זעה איר איצט

א קאפעלע צוטיילט אין פיר
צוויי חלקים ווייניגער ווי מיר
פונקטליך in the middle
So sweet so little

שיינענדיג שווארצע האר
יעדעס הארעלע אזוי קלאר
הערליך שטייען צוזאם
נישט ווי כוואליעס פון ים

און די גלעזער, מה נאמר
מאך אליינס דעם קל וחומר
פון עלעפאנט ביינער
מיטן נאמען פון דיזיינער

א לעדערנע פאסיק
ארום די לענדן אזוי פאסיג
מיט א גאלדענע חותם
ער איז awesome

א הויזן פון gray
שריי מיר נישט hay
איך בין נישט gay
ליגענט I don’t say

כ'ווייס נישט פון וואו
אבער נישט פון G&G
אזוי פונקטליך געשניטן
אין די זייטן און אינמיטן

די שיך א ריינע זויל
ראוי צום מויל
גלאנצט ווי א שפיגל
שפיציג, נישט כעיגול

פון זיין אויער בליטשקעט
מיט אינוועסטערס ער שישקעט
מיט אזויפיל שליסלעך
מוז זיין א מוצלח

מער און מער איך דמיון
כ'בוי א גאנצע בנין
אזוי ווייט איז ער געשטיגן?
אין חדר גארנישט ארויסגעוויזן

און אזוי שטיי איך געמיטליך
אלעס ארום אזוי פריעדליך
דאן איז דאס שאק אנגעקומען
מיך אינגאנצען באנומען

איז דאס וואָר?
זעה איך קלאָר?
כ'האב געמיינט איך גיי אויס
פון זיין בערזל נעמט ער ארויס

א שטאטישע קארטל גערופן פיי סמך
פון שווארצע גלעזער איך דערמאנמעך
די רעגירונג האט באשטעטיגט
אז אויף גארנישט ביסטו טעטיג

מיט וואס ביסטו בעסער?
מיט וואס האלסטעך גרעסער?
איך בין ביי מיר געווען זיכער
אז דו ביסטו correct אויף די ביכער

ווי א פארדינער א פנים מאכסטו
א טייערע קאר דרייווסטו
אכן נודע, ס'איז איסטרא בלגינא
נישטא אויף וואס צו זיין מקנא

ניטאמאל קיין diploma פון high school
וואס מאכט דיך אזוי cool?
ס'איז גארנישט אויף די books
ס'איז נאר די פאלטשע looks
Under influence
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שטיקל #14

שליחה דורך יידל »

ואיני יכול לנגוע בך!

פאעזיע אויף מיר איז,
ווי אויף א חזיר, א קראנץ.
נאר אז פאעזיע שרייבן מ'מוז,
לאז איך מיך ארויס אין א פאעזיע טאנץ.

איך פרוביר דאס און יענץ,
עס הייבט נישט אן צו שטימען.
איך פרוביר נאכאמאל ווי אין א טרענץ,
קיין נארמאלע רעזולטאט נישט באקומען.

אין די ענדע הייב איך הענט,
צו פאעזיע טויג איך אויף כפרות.
איך טראכט צו מיר, צודרייט איר זענט?
צו וואס פעלט אייך אויס די אלע צרות?

דאס איז נישט מיין פאך,
במופלא ממך אל תדרוש!
מיין פאעזיע איז נישט צו די זאך,
איך זעץ מיך צוריק אין בית מדרש.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שטיקל #15

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

שרייב און שרייב, און לעהז שטיקלעך!!

צומישט אן טראכט
פארלוירן אן שפראך,
בייטאג און ביינאכט
קרעכצט צו זיך, אך...

אומליינבארע נאטן
נישט פולקאמע זאצן,
א מעלאדיע אומגעראטן
אט ער גייט פלאצן

טיף אין הארץ א טומל
פראבירט צו שטופן א אויער,
באשעפער איינציגער אין הימל
ווי קריכט מען איבער דעם מויער

פראבירט אנגיין מיט'ן טאג
ארבעטן פארן גראשן,
פלוצלינג גיבט א זאג
איר זייט אינגאנצן אויסגעדראשן

וויל אפשטארבן,
נאר גייסט זאל לעבן,
ער וויל פארבן
א קונסט שטיק פארוועבן

מיט'ן פויגל מיטן אדלער פליען
כאפן א רייזע הויעך,
וויל נישט איינרוען
וויל גיין אין די ספערן אויך

האלזן שלאנקע ביימער
קושן אירע בלעטער,
רעדן צו בערג מיט שטיינער
אויסלויפן די וועלט, וועט-ער

כאפן א בליק אונטער אלעם
דערט ווי נאטור שמועסט מיט ג-ט,
ער שטייט אין ווינקל, אט אט
וואו וויסנשאפט באהאלט איר סוד

זון און לבנה צו אים ווינקן
ער וויל באגרייפן זייער פלאן,
אין ים זיין גייסט, ער וויל איינטונקן
דאן אומשטערבליך וועט ער זיין

ער זוכט שליסלען צו צייט
ער וועט די זייגער מאכן שטום,
וויל לאכן איר אין פנים
און טאנצן אליין מיט'ן יקום

זוכט דעם פעדער וואס שרייבט
אין קוסמוס
טינט פון גאלד אויסגיסן,
ווייסט נישט וואו און פארוואס
זיין גייסט פון תפיסה אויפשליסן

לויפט אין ביביליאטעק, זוכן א אידישן
שעיקספיר
טרעפט דעם גרויסן אבן עזרא באלד,
כאפט ר' שלמה אבן גבירול אפיר
פון ר' יהודה הלוי'ס צארטקייט-ער צופאלט!

הויפענס ביכער אויסגעשפרייט
זיין הארץ, יאמערט און נאגט
ער וויל שוין וויסן אלעס וואס שטייט
פארוואס האט מען אים גארנישט פריער געזאגט

גייט שוין מער נישט גלייכגילטיג
ווען נאטור און וועלט וועלן אים רופן,
וועט מער נישט זיין געדולדיג
נאר גרייכן גאר הויכע שטופן

ער זעהט פון היינט אן, ברוסטן
טראכט פון הויכער
טורעמ'ס, (שדי כמגדלות)
עס קומט נישט אין חלום דעם וויסטן
אז ער זעהט א מיידל'ישן פארעם

זעהט לאגע לאקן האר
גארניש צו טון מיט א אשה
קוקט אויס ווי סטאדע שאף וואל,
גאר (שערף כעדר העזים)
האט אויף אלעם א בליק א פרישע

ער זעהט בערג , צוקושען זיך
שניי שפריצלעך טאנצן פריי
וואלקענס-אלס-הימלישע פארטוך
זעהט א וועלט א ניי!!

זעהט מלאכים פון שיר געבויט
ער לאכט צו זיי, און קושט זייערע פוסן
ער איז מער נישט אין שטארבליכע נויט
לאזט זיין גייסט זיך צוגיסן

שרייב, שרייב, שרייב,
גרייך ביז ענדע, סוף, און אויס
מיט'ן פעדער אין האנט פארבלייב
און אזוי, פון ענגשאפט ארויס!!

פאכע דעם גלות פרעך
מיט'ן פעדער און פעקל פאפיר,
שרייב און שרייב און לעהז שטיקעלעך
מאך זיך גרייט צום ושם נשיר!!!
באניצער אוואטאר
Java
מנהל
מנהל
הודעות: 262
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 11:12 pm
געפינט זיך: קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 19 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך Java »

מיר האבן געטוישט די נעמען פון די תגובות צו די ריכטיגע מחברים פון די פאעמעס. דער עולם ווערט געבעטן צו געבן פאר יעדן זיינע ערליך פארדינטע לייקס.
פארשפארט