דבילה איז צוריק - 'ך טו תשובה!
- דבילה
- ידיד ותיק
- הודעות: 798
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
- האט שוין געלייקט: 1091 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל
דבילה איז צוריק - 'ך טו תשובה!
יא, איר הערט גוט! 'ך טו תשובה און כ'בין צוריק!
שלום עליכם וברוכים הנמצאים.
שוין א לענגערע צייט וואס 'ך האב ווייניג צייט פארבראכט אויף די אינטערנעץ. די סיבות דערפאר זענען פיל, א חלק דערפין שלום בית, א חלק דערפין פרנסה, און יא, א חלק דערפין אידישקייט.
ווי נישט, אלץ א געבוירענע חסיד, פיל 'ך זיך שטענדיק ליידיק און לער פון א חיות אין תורה וקדושה און רעדענדיק מיט מיין רב, אן אויסנאם תלמיד חכם און ירא שמים ברבים, האביך אסאך געהערט אז מיין אינטערנעט אנשטעקעניש איז דערין שולדיק הונדערט פראצענט. 'שטייטזיך אז בעוה"ר איז תורה וקדושה א שוואכע מאטיוואציע אויף צו טוישן דעם לעבנסשטייגער, האט מיר מיין משפחה טעראפיסט מסביר געווען ווי דאס פאר'הרג'עט מיין שלום בית עד כדי כך אז תוצאותיו מי ישורנו, און טאמער וועלעך נישט בקרוב פטור ווערן פון דעם קשר מיינעם צו די זאמביס אויף די אנדערע זייט פון די ליניע אין ק"ש איז מיין גאנצע פאנטאזיע פון קענען חתונה מאכן מיינע אכט קינדערלעך אינאיינעם מיט נוות ביתי שתחי' אויסגעבלאזן. און ועל כולם, האבן די עסקנים וואס האבן איבערגענומען מיינע חובות זיך גענומען צו די ביינער מיינע און די אזנים לכותל האבן מיר מודיע געווען וויאזוי זיי פלאנירן מיר נאך צו קוקן צו פארשטיין פארוואס כ'האב אזוי ווייניג שעות על המחיה ועל הכלכלה.
מורי ורבותי, 'סארא אנטוישונג! כ'בין זיכער געווען אז מיין דאווינען 'עט האבן עטוואס מער א אידישן טעם. א ברכה אין די תורה מיינע. עפעס מער א געפיל ווען כ'טו עפעס אידישלעך. וואס זאלעך זאגן, אלעס איז ווייטער געגאנגען מיט'ן פיטום אראפ. כ'ווארט פאר'ן טויש און ס'שטעלט זיך אויס ווי א תוחלת ממושכה. אוי, די הארץ איז מיר שוין קראנק! גענוק געווען! און די שלום בית? א בוידעם. די פארלאנגן פון מיין חשוב'ער הויזגעזונט ווערן נאר מער ווי א טאג גייט פארביי. דער נצחון האט זעט זיך אויס נאר פארשטעקערט איר תאות השליטה, און די מער צייט וואס כ'האב פלוצלינג געטראפן מיר איר צו פארברענגן ערמעגליכט איר נאר מיר מער צו פייניגן. און ווי די מקובלים זאגן, דארט ווי די שלום בית איז אויפ'ן בוידעם איז די פרנסה אין דער ערד, האט זיך מיין פרנסה אויך קיינמאל געהויבן. די חובות וואקסן ווי אויף הייוון און די איינקאסירערס וואס רודפ'ן מיר מערן זיך ווי די פליגן. אקיצור, די תורה, שלום בית, און פרנסה זענען אלע ווייטער אין דער ערד, און דאס ביסל הנאה וואס כ'האב אמאל געהאט פון כאפן א בליק אויף יוטוב, א געשרייבעכץ אויף ק"ש, א שטיקל נייעס, א שטיקל ליצנות אויף טוויטער, און דאס אלעס האביך אוועק געווארפן פארוואס? פאר אנדערע מענטשנ'ס איינרעדענישן אויף וואס 'עט מיר בעסער מאכן? אויף וויאזוי א פאר נערנים (אדער איך נער פאר'ן גלייבן...) האבן מיר גענומען אויפ'ן גילט טריפ? אויף דעם לייד איך? גענוק געווען!
קץ שם לחושך! פון היינט און ווייטער ביניך צוריק צו טון וואס 'עט מיר מאכן צופרידן. נישט מיין רב, נישט מיין ווייב, און נישט מיינע איינקאסירערס. און דרייטס מיר נישט קיין קאפ אויף חילוקים פון צופרידנקייט און פרייליכקייט. וואס 'עט מיר מאכן פרייליך, און וואס 'עט מיר מאכן צופרידן, אדער וואס 'עט מיר מאכן רואיק, אט א דאס 'על 'ך טון! נישט מער און נישט ווייניגער!
סאו מורי ורבותי, דא ביניך אויף ק"ש גרייט הנאה צו האבן און מאכן א לעבן. אויב איז דא נישט די פלאץ 'עלעך גיין צו אייוועלט. אויב ביניך נישט צופרידן אויף אייוועלט, 'עלעך אפשר אריינקוקען וואס דאס באדייט ספר הפנים. אבער עכ"פ רוען 'עלעך נישט! צופרידן 'עלעך זיין.

- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
איך בין מיט אייך דבילה, איר האט גוט געטוהן איר האט פרובירט דעם מסירות נפש אבער איינמאל עס איז קלאר דער אינטערנעט איז נישט דער גורם צו די פראבלעמען האט נישט קיין שום זין זיך צו פייניקן. פאר געוויסע איז דער אינטערנעט א פראבלעם אבער פאר כמעט אלע פון אונז העלפט עס זיך אויסשמועסן די נערוון, זען אביסל נייעס אא"וו. עס מאכט א רואיגערע טאטע און מאן.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
Welcome back
דבילה.
מע האט דיך שוין לאנג טאקע נישט געזעהן.
ישר כח פאר די עצה ווייל כאב אויך געטראכט צו טרייען אז כעל מאכען מער געלט אויב כעל נישט שרייבען אבער וואס ועלעך דעמאלטס טוהן פאר פאן און זיך אויסגעבען?
רוען עלעך נישט. צופרידען עלעך זיין

פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
WELCOME BACK DEVEILE!!!
WE MISSED YOU TONS!!
איך האב מיך שוין לאנג אויסגעלערענט אז די אלע וואס טיילן איין וואס צו טוהן מיינען נישט די תועלת פון די פראבלעם וואס מ'דילט מיט , נאר ווילן אריינריקען נייע זאכן וואס איז זייער אגענדע.
ווען ס'איז געוועהן די שייטעל סאמאטאכע פון אינדיע האבן די פארפרימטע רבנים נישט געקעירט וועגן די פראבלעים אליינס, נאר זיי האבן עס געזעהן ווי א גאלדענע געלעגענהייט צו מאכן די עולם אנטוהן ווייניגער שיינע שייטלעך , און די גאר פרומע האבן עס אויסגעניצט אז מ'זאל אנטוהן שפיצלעך.
דאס זעלבע ביי דיין פראבלעם דבילה. עס האט גארנישט מיט אינטערנעט , נאר די ליידיגגייער'ס וואס דילען מיט עס ווילן אריינריקען וואס עס גייט נאר פון זייערע אגענדעס אפילו עס האט גארנישט צוטוהן מיט די פראבלעם אן הענד

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איך בין מסכים מיט ראשעקאל 100%. כ'על נאך צולייגן, אז ס'איז פארהאן מענטשן וועלכע זענען "ביזי באדי'ס" און קהל''ס פארזארגערס וואס פיהלן אז זיי האבן ווייניג פאוער אדער נישט גענוג וועגן אויסצודרוקן זייערע מיינונגען, כאילו מ'האט זיי געפרעגט. ווען ס'דאכט זיך זיי אז זיי האבן געטראפן א מענטש אויף ועם זיי קענען געועלטיגן, לאזן זיי נישט אדורך אזא געלגעגנהייט.
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
אז די ביסט שוין יא צוריק, ביטע קוק דא
viewtopic.php?p=88287#p88287
viewtopic.php?p=88287#p88287
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)