ממי_שאמרו האט געשריבן:בס"ד
די צדוקים זענען געווען איינע פון די שטערקסטע (לכאורה די גרעסטע) אנהענגונג בזמן הבית וועלכע האבן זיך געקריגט מיט די חכמים.
אין די צייטן פון בית חשמונאי האט זיך כלל ישראל צוטיילט אין עטליכע גרויסע כתות, און קלענערע.
די דריי גרעסטע: חכמים (פרושים-חברים), צדוקים און איסיים.
אלע דריי זענען געקומען אין ליכט פון די מלחמה מיט די יוונים. נאך דעם וואס די בית חשמונאים האבן באזיגט די יוונים האט זיך כלל ישראל אויפגעוועקט, און מחליט געווען אז זיי גייען נישט זיין פרייע אידן ווי די דאן פארהאסטע מתיוונים, נאר זיי גייען זיין סעמי-אידן. דאס מיינט אז זיי גייען נעמען פון ביידע זייטן און מאכן א גרויסע מיש מאש, אבער נישט זיין ווי די פארהאסטע מתיוונים, וועלכע זענען מיטגעשטאנען מיט די יוונים וועלכע האבן געפייניגט כלל ישראל.
יוסיפון (מיין מיינונג אויף אים קען שוין דער עולם, אבער מ'מעג אים נאכברענגען) שרייבט אז די גרעסטע גרופע איז געווען די חכמים (6000 משפחות), נאכדעם איז געווען די איסיים (4000 משפחות), און נאכדעם איז געווען די צדוקים (נאר אפאר הונדערט חברים), אבער צוליב די רייכקייט און מאכט פון די צדוקים האט דאס אויסגעזעהן ווי זענען די רוב אין לאנד. (אזוי ווי די אסאד אין סוריה- די עלאווים).
במשך פון די אלע יארן פון ארכילאגישע גראבן, האט מען קיינמאל נישט געטראפן קיין כתבים פון זיי, אדער סיי וועלכע באווייז. אלעס וואס מ'ווייזט פון זיי איז פון חז"ל אדער פון להבדיל אלף אלפי הבדלות יוסיפון.
חז"ל באשרייבט וועגן צדוק און ביתוס, צוויי תלמידים פון אנטיגנוס איש סוכו, וועלכע זענען אראפ פון וועג. לויט דעם קומט אויס אז זיי זענען שוין געווען אין די תקופה פון די זוגות, דאס מיינט פאר 2300 יאר צוריק. חז"ל רעדט זייער אסאך פון זיי ביידע אינאיינעם, אבער דערמאנט נישט קיין ווארט פון די איסיים.
סיי די צדוקים, סיי די איסיים, און סיי די בייתוסים האבן אלע דריי נישט געגלייבט אין תורה שבעל פה. די צדוקים האבן נישט געגלייבט אז די נשמה בלייבט נאכן שטארבן (פאלט שוין אוועק תחיית המתים און שכר ועונש), אינעם ברית החדשה ווערט דערמאנט עטליכע שמועסן צווישן זיי מיט'ן בן זונה. אזוי אויך האבן זיי נישט געגלייבט אין מלאכים, און זיי האבן נאר געגלייבט אין תורה שבכתב. די חילוק צווישן זיי און די נוצרים זענען אז די צדוקים גלייבן נישט אין קיין נבואה חוץ וואס עס שטייט אין תורה שבכתב (אזא שטייגער ווי די היינטיגע רבנים זענען גארנישט, נאר אמאליגע זענען געווען ערליך), און די נוצרים האבן יא געגלייבט אין די נבואים.
זייער גרויסע מחלוקת אין הלכה צווישן די חכמים מיט זיי זענען געווען:
ספירת העומר (חכמים: א טאג נאך פסח, צדוקים: זונטאג נאך פסח)
קרבן כהן גדול (חכמים: עס קומט פון די כספי ציבור, צדוקים: פון זיין אייגן געלט)
קטורת ביום כיפור (חכמים: אין קודש קדשים, צדוקים: אינדרויסן פון קודש הקדשים)
עין תחת עין (חכמים: געלט, צדוקים: בפועל ממש)
זיי פלעגן מער מחמיר זיין אויף די אפר פרה האדומה
זיי פלעגן זיך קעגנשטעלן צו ניסוח המים,
זיי פלעגן זיך קעגן שטעלן קעגן די געדאנק פון עירובי חצרות,
זיי פלעגן זיך קעגן שטעלן צו שרייבן ביי קדושין און גיטין די ווערטער כדת משה וישראל.
אין די תקופה פון הורקנוס דער ערשטער, האט זיך אנגעהויבן זייער מאכט איבער כלל ישראל, געווארן שטערקער אין די צייטן פון יהודה אריסטובולוס דער ערשטער, און זייער שפיץ איז געווען אין די צייטן פון אלכסנדר ינאי (צו דער ערשטער אדער צווייטער וועלן מיר רעדן א צווייט מאהל) וועלכע האט איבערגעדרייט די סנהדרין הגדול צו ווערן צדוקיש געשטימט. עס איז פשוט געווען א צוזאמשטעל פון מענטשן מיט אגענדעס, די חכמים האבן זיך קעגנגעשטעלט צו די פרייע קעניגן מיט זייערע געדינגענע גויאישע שכירי חרב, און זיי האבן ענדערש געגרויסט דעם נשיא, און די צדוקים האבן געוואלט מאכט. אזוי האבן זיך די צדוקים מיט די בית המלוכה צוזאמגעשטעלט און געמאכט א יד אחת.
ביז דא וועגן די צדוקים, יעצט וועגן די ביתוסים און איסיים:
צו די ביתוסים און איסיים איז דא א גרויסע מחלוקה, גרינעץ האלט דאס זענען געווען איינס, והוא ראיה אז די חכמים דערמאנט זיי אבער קיינמאל נישט, די תוספתא דערמאנט קיינמאל נישט די ביתוסים. במילא דארף דאס זיין איינס, און עס איז פשוט א טעות הדפוס.
לכאורה איז ער גערעכט, איך האב אבער איין קשיא, חז"ל אין גמרא דערמאנט די צדוקים, ביתוסים, און "חצונים", ווער זענען געווען די חצונים וועלכע פלעגן גיין מיט די גאלדענע תפילין? און וועגן די קדושת בית המקדש אין ירושלים האבן זיך די איסיים שטארק קעגן געשטעלט, משא"כ די צדוקים און די ביתוסים.
אין תוספתא שטייט איבער א משפחה פון כהנים מיט די נאמען משפחת בית בייתוס, און זיי זענען געווען אריסטיקראטן אבער גאר שטארקע געלט גייציגע נידעריגע פארשוינען וועלכע האט באראבעוועט דעם המון עם. אין אן אלטן קריסטליכן ביכל ווערט דערמאנט א משפחת כהונה וועלכע זענען געווען שטארק אקטיוו אין די ערשטע קריסטליכע תקופה.
אן אינטערסאנטע זאך זעהט מען, אז ווען די חכמים קריגן זיך מיט איינעם להלכה איז עס מיט די צדוקים, ווען די חכמים דערציילן איבער א שפיצעל וואס איינער האט זיי אפגעטוהן, איז עס געווען די ביתוסים.
וואס עס איז נאך מער אינטערסאנט איז דאס וואס די פארשערס טענה'ן אז נאכדעם וואס זיי האבן געטראפן די מגילת ים המלך, וועלכע עס שטאמט פון די איסיים, און עס איז ממש די זעלבע פונעם ברית החדשה. אז לכאורה האט דער בן זונה בכלל נישט געשריבן דעם ברית החדשה, נאר פשוט גע'גנב'ט די רעליגיע פון די איסיים.
איך האף אז ענק זענען מער קלארער יעצט ווי פריער.
יוזעפוס אין מלחמת היהודים ברענגט אז די גוים און יודן ציגלייך האבען געגלייבט אז מען ווערט מגילגול אבער דווקא פארקערט פין די היינטיגע גילגול דהיינו אויב מען פירט זיך גיט אויף קען מען צוריק קומען אויף די וועלט