כ'שפאציר היינט אריין אין א פרוכט געשעפט. די ליפן פארטריקנט פאר עפעס א זאפטיגס אריינצובייסן. און טאקע א זאפטיגס, אז עס זאל שפריצן פון אלע זייטן. עס זאלן זיך ערוועקן די זכרונות מיינע, צו די גוטע יארן ווען מען האט אהן קיין שעמוועדיקייט געכאפט די גרעבסטע טאמאטע אין האנט, און אריינגעשטאכן די פאדערשטע העליפאנט ציינער, אין צענטער. באוואשענדיג מיט רויטע שפריץ זאפט אלע ארומיגע.
אה.... ווי נעמט מען די אלטע יארן... ווען די וועלט איז געווען במילואה.. עס האט נישט עקזעסטירט קיין בושה .. אין די יונגע יארן אז מען איז פארהונגערט געווארן אין א שיינער נאכמיטאג...האט מען אריינגעפאלקעוועט צוויי אויפגעבלאזענע קעז דעלקעלעך אין טאש.. און אזוי פון צייט צו צייט געכאפט א ביסן דערפון...מיט א פולן בייס....במלוא מובן המילה! אנפילענדיג דערביי דעם גאנצן בית הבליעה... יא יא ... זאל עס זיי אפילו אינמיטן בעדפארד ביי ראדני... אז עס האט אנגעכאפט א פלוצים'דיגע בולמוס האט מען אין יעדעם אריינגעביסן...
איז שטעלט אייך פאר וויאזוי עס שפירט אריינצושטיקעווען די פארנט רייע פאדערשטע ציינער, אין א זאפטיגע רייפע, שמייכלדיגע פידזשע..און די דינע פרוכט הערעלעך ציען זיך דורך די ציין מיט עקשנות..אה ... אזא טעם שוין יארן נישט געהאט....און די קלימאקס מיט וואס מיינע טרוימען ענדיגן זיך, זענען די שאנסן דערנאך אפצולעקן מיינע צען פינגער, פונעם פאשמירענדן רויב...
איך גיי אריין אין פרוכט געשעפט מיט א אויסגעשטרעקטן האלז - מעשה בעה"ב. איך האב אנגעווענדעט אלע כוחות, ווי שטערקער צו שאקלען מיין וועסטל אז די טשעינדזש דערין זאלן העכער קלינגען. אזוי זאל כאטש דער בעה"ב וואס האלט אינמיטן אריינקנעכעווען אין א שטאקיגע סענדוויטש - אינאכט נעמען, אז א באדייטנדע סומע פעניס, וועלן אביסל גרעבער מאכן זיינע אפגעטאכל'עוועטע קעשענעס.
מיינע הענט האבן פארשטייט זיך ווי א היימישער חסידישער איד אנגעהויבן באטאפן און צוקוועטשן יעדע פיטש וואס האט זיך נאר געפינען אין דעם גורל'דיגן קעסטל. ביז מיינע איידעלע פינגער האבן אויסגעוועלט דריי באזינדער שפריץ - אויסזעהנדע פיטשעס. טאקע נאכדעם וואס איך האב אויסגעמאסטן די שטארקייט, און די ווייטקייט פונעם שטראם וואס די אפרסקין וועלן אום גאט'ס הילף אי"ה ארויסגעבן.
ווען איך האב באצאלט די פיטשעס געב איך אים א זאג . "טייערע טשוטשיק הער מיר נאר אויס, לויט מיין עפיניען, וואלסטו געמעגט טאקע ארויפשרויפן איצטערט, די פרייזן פון אטא די פישדזעס...וויבאלד יעצט זענען זיי אזוי גוט, אז מלאכים ושרפים וואלטן זיך צודריקט דערפאר...ער דער מאניאק, גיט מיר אזא שמייכלדיגן בליק מיט א באהאלטן פייערל טאנצענדיג ארום זיינע נאז חורין, עפעס טויג נישט דא... זעה איך! וואסערע מחשבות זרות דרייען זיך ביי אים אין מאגן...??
איך האב נישט חושד געווען דאס מינדעסטע.. און תיכף נאכן ארויסגיין פון געשעפט, פארשטייט זיך נאכן געבן דעם טייערען חזיר, זיין געשוואלענע פרייז פאר א דריי פאריתומ'טע נעקטערינען...האב איך מיט א קראפט אריינגעטריבן מיינע שינים אין דעם ערשטן אפרסק,, זיך גרייטענדיג אזוי לאנג, צום לאנג ערווארטעטן זאפטיגן זרם וואס זאל אדורך דרינגען עד דכדוכו של נפש .. אבער אנשטאט דעם האט מיך דער ביטערער מציאות א שלאג געטוהן אין פנים... דער פידזש איז געווען אויסגעטריקנט און אויסגעוועטשט פון יעדעס ביסל נאסקייט און פון יעדעס ביסל אידישע געפיהל... א טרוקנקייט האט געהערשט אין אים...... מיינע ציין זענען אריינגעפארן אין א טרוקענע אויסגענאגטע וואלד... א מין ביטערקייט האט מיך באנומען ... כ'האב ממש מיך נישט געקאנט צוזיך קומען ....און מיינע טייערע פריינד.. אזויווי עס האט פאסירט צום ערשטן כך אירע להשני וכן לכל העדרים .. 3 פארפוילטע אויסגעטריקנטע פארזאלצענע נשמות... אלע 3 האבן נעבעך אפגעשניטן זייער יונג לעבן, אין א פארלאזטער מיסט קאנע אין א פארשטינקענעם נעיבערהוד .. יא דאס פאסירט ווען מען דרייט זיך ארום מיט עקסטערע העכערע, עקסטאזפולע ערווארטונגען...
דער פרוכט געשעפט קען קדיש יתום זאגן, פון נאכאמאהל זעהן מיינע ברוינע מטבעות אין איר קאסע....פאלן צו די פיס זאל ער מיר.. דער באגאבונד.... אומזיסט אויסגעניצט די כוחות מיטן אריינקוועטשן און ווייעך מאכן אלע פיטשעס ביי אים אין געשעפט.... איך האב ניטאמאהל באקומען באצאלט דערפאר...!!!
לכבוד חודש אדר - א מעשה מיט א פערשקע.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 136
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
- האט שוין געלייקט: 78 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל
א באזוך ביים פאטער אין הויז!!!
אהיים אהיים אהיים...כ'קום אריין א גרוך איז אריין אין נאז - אומאקמעצעפטירבאר. נישט געבליבן נאר אויסצושמעקן א'יעדערער זיין חלק, און איבערלאזן מיט א גוט אויג פאר א צווייטן. דער אפעטיט מיינער איז אוועק מיטן ערשטן בליק. כ'צועפן דעם קילונג-קעסטל, (פרידזשערעיטער בלע"ז). א זאק לאטקעס, קוקט ארויס צו מיר מיט א תמימות. ווען נישט כ'פארשטייאז ס'איז געווען אינדרויסן פון א וואך פאר שבועות, וואלט איך גלייך אריינגעלייגט א לאך-צויי, אינעם זעקל. און ארויסגעגראבלט א צויי-דריי חתיכות הראויות להתכבד. אבער היות ס'איז ידוע אז "חטו דקדחו" האט מיר עס כלל נישט געצויגן. טא האב איך פארקלאפט דעם פריזער טיהר אויף אלע פארשלאגן, און געכאפט א בליק אויפן ארום.
א גרינ-ליכטיג ברוין האלב אפגעשיילטע ענגליש קיוקאמבער, האט געצויגן מיין אויג. ס'איז נאך געליגן דער מעסער איינגעשטאכן, ממש גרייט א ברכה צו מאכן....כ'גיי צו. הגוף קיים, אבער דער נשמה איז פארברענט, פארטריקנט, איינגעצויגן, ווי א אויסגעיורענע טייג. כ'קוק אביסל בעסער ארום. זעה איך פארשטיפט א באקאנט פנימ'ל. א פלעשל קאקא קאלא, סאדע, וואס זיצט אזוי באקוועם פון וווען כ'בין דא געווען ס'לעצטע מאל א קנאפע פיהר וואכן צוריק. נאכנישט געפותח'ט גרייט צוריק צוגעבן יעדע וויילע. עפעס האט מיר מיין טאטע מסביר געווען אז ס'איז א טעות געווען----
שוין איינמאל א טעות....
כ'קריך ווייטער אנטמוטיגט. אין קראן און דערנעבן - א שלל פון אויליגע אנגעוואסערטע שאכטלעך און קאנסערוון (פלאסטיק) פושקעס,און עכטע טעלערס, ליידיג אדער פול מיט וואש-וואסער. און דאס אלעס איז אויפן וועג צו מומע קנעפלרייסער.... וואס קאכט טעגליך די מאלצייטן פאר מיין מאמע זאל זיין געזונט..און דער טאטע, איז מיר אגב מסביר אז די פושקעס גייען אויף א סיסטעם, אז ס'קומט אן אלס נאכטמאל צו מאמי, און זי (שטופט עס אפ) לייגט עס - לאזט עס - אויף מארגן, אדער איבערמארגן, אדער קיינמאל. אזוי יעדן טאג ביז סוף וואך. און דעמאלטס,ווערט עס אויפגעגעסענערהייט - צוגעסענערהייט, ארויסגעווארפן.
נעכטן האט דעם פאטער א חולשא נקיט ליה, און ער האט געטשידט, און גענומען [געגאנבעט] די עלטסטע קאנסערוון פושקע, און אריינגעהאקט א נאכטמאל ווי שוין יארן נישט גע'חלומ'ט. (כ'רוף עס קאנסערוון, פשוט ווייל מ'האלט דערין עסן, איבער ווינטער, צו וואס. אבער נישט ח"ו אז ס'האלט - ווי אין פרישקייט גערעדט) און דער סוף איז געווען אז דער פאטער האט זיך פארדארבן די מאגן, אויף א געפערליכן פארנעם. ביז היינט נאכט איז עס נאך געדארבן.
ער האט היינט געגעסן צוויי בארן אינדערפרי.(מעשה אבות סימן לבנים. אז א באר איז גוט פארן מאגן)