א נקמה אינעם שווער. (גראמען)

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

א נקמה אינעם שווער. (גראמען)

שליחה דורך פעדער »

בניגון: יו"ט עהרליך - ווילאמסבורג


ס'געוועהן אמאהל א גרויסער עם הארץ
א גביר אדיר געלעבט ווי א פריץ
שווערע מיליאנען האבן פון אים גערינען
געהאט האט ער אן איינציג טאכטער
ארומגעלאפן ווי א צוקאכטער
די בעסטע בחור פאר איר געפינען

צוגעזאגט צוגעבן אייביג קעסט
עסן און שלאפן, און אויך א רעסט
מיט'ן איידעם אבער ער קען זיך נישט פארטראגן
זיי האבן זיך געריסן ביי די קעפ
קארטאפל, אייער, ס'געפלויגן טעפ
זיי האבן זיך אבער נאכנישט, ערנסט זיך צושלאגן

ביז אמאהל האט דער שווער אנגענומען
זיין טייערע איידעם ביי די ביינער
און געווארפן אויף אים אפאר שווער שטיינער
אים אנגעריסן מכות רצח
דער איידעם געווארן א שונא נצח
האט געקלערט יבא יומו, וועט ער אנלערנען דעם עזות מצח

דער שווער האט געהאקט, געקלאפט און געקנאקט
א ת"ח מיט אן עם הארץ, האט נישט קיין דערהער
דער איידעם צו זיך לאכט. א נקמה טראכט.
וויאזוי דעם שווער אים אנצולערנען ס'זאל זיך אים נישט גליסטן מער.

די ימים נוראים זענען געקומען צו לויפן
ס'געוועזן א מנהג מ'פלעגט פאראויס פארקויפן
אלע כיבודים הקטנים עם הגדולים.
ס'געווען א כיבוד פון די העכסטע פרייזן
אנהייבעכץ האט עס געהייסן
יו"כ אינדערפרי ווער ס'זאל אנהייבן אדון עולם.

ער לויפט צום שווער אזוי גיך
טייערע שווער איך קויף עס פאר דיך
אנהייהעכץ, פאסט נאר פאר די חשובים
דער איידעם האט, ווי א בר דעת
ארויפגעצויגן, גאר הויך דעם פרייז
אויף גרינע שמונה מאות אלף זהובים.

דעם שווער ווערט רויט דאס בעקל
ס'קאסט אים א פולע זעקל
אבער אלעס לוינט זיך, דאס הארץ אים שטאטער קלאפט .
גארנישט גייט לאיבוד, אבי שוין עפעס א כיבוד
יא דער איידעם איז עפעס ווערט, א מזל ער האט אים געכאפט

זאגט דער שווער פארן איידעם
האסט מיר טאקע געעצה'ט,
איך פרעג דיר א שאלה אבער כיצד,
וויאזוי גייט עס צו כ'האב עס נאך קיינמאל נישט געהאט.
כ'ווייס נישט וויאזוי אנהייבעכץ גיייט צו
כ'בין נאך קיינמאל אין שוהל נישט, אזוי פרי
כ'דריי מיך נאך דעמאלטס אויפן צווייטן זייט

דער איידעם געט ארויס א באפעהל
איינצוקויפן, א ריזיגע, פעקל מעהל
כאטשיג וועגן, צוואנציג פונט אויפן סקעיל
הייסן די שווייגער א חלה אויפבאקן,
א טעם א געשמאקן, אזוי אז ס'זאל קנאקן,
א גרויסן קויליטש ס'זאל זיין וואס צו האקן

אנטוהן א קיטל מיט א גרויסן פראק
אריינפאקן דעם חלה אין א גרויסן זאק
יו"כ אינדערפרי עס שלעפן אין שוהל
ווען די גבאי וועט אנהייבעכץ אויסקלאפן
זאל דער שווער, דעם חלה, פון זאק ארויסכאפן
און צום באלעמער צוטאנצן מיט א הייליגע ציהל.

פאס אויף זיך נישט אויסצוגליטשן
און קיינעם נישט אריינצומישן
דעם חלה זאלסט לייגן אויפן בימה, און מאכן א לשם יחוד הויך
קוק נישט אויף קיינעם לאך פון יעדעם איינעם
פון קנאה אלע ווען שרייען אפי' אויך דער דיין

זאלסט מאכן המוציא מיטן גאנצן כח
אנהייבן צו עסן ס'זאל גיין א רויעך
מ'דארף דעמאלטס זיין א גרויסער זריז
יום כיפור צו עסן איז טאקע כרת
אבער ווער ס'האט שכל מאכט נישט קיין פשרות
דעם גאנצן חלה אריינהאקן אהן רחמנות (הסברות)

מצווה בו יותר ס'איז א ענין א גרויסער
חלילה נישט איבערצולאזן קיין נותר
פאר א צווייטן נישט איבערלאזן קיין ברעקל
די גאנצע חלה אריינצורייבן
קיין זכר דערפון זאל נישט בלייבן
פסח'דיג מאכן מיטן גאנצן זעקל

מ'דארף דעם שווער שטארק אנזאגן
ס'איז דא מענטשן וואס פארגינען נישט, און וועלן נישט פארטראגן
אז זיי מוזן נעבעך בלייבן, מיט א ליידיגע מאגן
זיי וועלן שרייען, און פארפירן
דעם שווער זאל עס זיכער נישט, אינטרעסירן
נאר ער זאל אלעס אליין, אריינשמירן

געזאגט און געטוהן, געברענגט דעם מאשין
זאלץ און מארגארין, אייער און צוקער,
מעל און וואסער דאס איז דאך דער עיקר.
געבאקן א דיקע גרויסע בארכעס, מיט אלע זיינע הצטרכות,
ס'האט אויסגעקוקט פונקט ווי א מפרכס

יום כיפור אינדערפרי פול מיט פרייד,
אלעס שטייט שוין דארט גרייט
דער שווער שטארק הונגעריג האט זיך געדרייט.
דער שמש ביים בימה אויפן טאקט
"אנהייבעכץ", גיט ער א גוטן קלאפ
דעם גראבן חלה, פון זאק, געט ער א כאפ.

דער איידעם שטייט אין זייט
ער האלט שוין זייער ווייט
ער קייקלט זיך פון געלעכטער, דעם אטעם האט ער נישט געהאט
ער זעהט ווי זיין שווער, סאפעט ווי א בער,
גרויסער טריט ער, מאכט צום באלעמער, ער שטופט יעדעם אין זייט.

צום באלעמער גייט ער צו
און מאכט א פלאמעדיגע המוציא
פארשטייט זיך אז מען האט נישט געמאכט קיין שווייג.
קוים די חלה ער צורייסט,
לויפט צו דער שמש מיט איין כעס,
טייער שמש זאגט ער כ'זעה אז איר דארפט א בייס.

דער שמש מיט רשות פון דיינים,
דערלאנגט אים א קלונגעדיגן פראסק אין פנים,
דער שווער האט גענימען מאכן קולי קולות.
די ראשי הקהילה פונעם צווייטן זייט,
אים אויך דערלאנגט א מתנת יד,
מיט רויטע באקן געבליבן שוין אויף דורות.

דער שווער איז געווארן רייפער,
צוריק געפראסקעט מיט א אייפער,
און מיט די אנדערע האנט נאך געצויגן חלה, אין האלז אריינגעדריקט
ער האט זיך שטארק געמיטשעט,
דער עולם האט געקוויטשעט,
יעדע זאך וואס איז נישט מחובר האט זיך דארט געריקט.

די עולם האט גערעגנט פעטש
אלע שטריימלעך גיט צוקוועטשט
ס'איז געווען מצאנו בביהמ"ד ידים ורגלים,
דער שווער געוועזן א געזינטער פערד
ארויסגעריסן אפאר ווייסע בערד
און צו אנדערע, צוגעלייגט א נייעם.

ס'איז געקומען צו לויפן די פאליציי
פייער לעשער און הצלה צוויי
מיט די בליצערס, מיט די הויכע קלאנגען,
פאליציי האט געפרעגט "ווער איז געווען די ערשטע צו דערלאנגען"
דער שווער אין א געוויין איז זיך פארגאנגען
"איך האב היינט אנהייבעכץ אנגעפאנגען"

דער איידעם האט דערלעבט א נקמה א זיסע
מ'האט דעם שווער געלייגט אין תפיסה
פון אים ס'הערט זיך פרייליכע געזאנגען
כ'בעט אייך אבער טוהט אויסהערן
איין נקודה כ'האב פארגעסן צו פארמערן
די מעשה האט זיך קיינמאהל נישט אנגעפאנגען
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

שליחה דורך פעדער »

ניגון יוסף מוקיר שבת פון ר' יו"ט עהרליך

געווען אמאהל צוויי משולחים
ארום געגאנגען אויף די דרכים
געבעטלט נאך צדקה ביי עשירים

הונגעריג גארנישט געגעסן
צוויי טעג קיין פיפס געטוהן עסן
נאר ארומגעטלעפעט קלאפן ביי גבירים

איין טאג זיי קומען אהן
און ביי א קמצן זיי קלאפן אן
דער גביר ער עפנט די טיהר
און ברענגט זיי אריין און איר

און סאלאן, האט זיי געזעסן
און ער אליין, ער הויבט אהן עסן
פון זיי, ער האט אינגאנצן פארגעסן

מ'טוט פאר אים ברענגען אריין
גראבע חלות פיש און וויין
און דער גביר הייבט אהן צו פרעסן

די צוויי אידן דארט ביים טיש
זיי קוקן זיך צו ווי ער רוקט די פיש
די אויגן פון די לעכער קריכט ארויס
די הונגער זיי האלטן נישט אויס

און פלוצלונג זיי קוקן מיט שרעק
זיי שפירן ווי זיי פאלן באלד אוועק
א שיינע טאץ פון קריסטאל דארט מ'ברענגט
שיינע פיקטשערס, בלומען פון דעם הענגט
א שיינע טעלער אויפן טאץ, טוהט ליגן
דער גביר ער קוקט מיט פארגעניגן

א קאלירטע פיינע זופ ס'טוט שמעקן
זייער הונגער טוט זיך ערוועקן
דער גביר א גרויסן חלה, ער טוט אביסל טונקען
און טוט דערצו אסאך צוטרונקען.
פארוואס טוט ער נישט איינטונקן אינגאנצן?
מסתם איז ער פאר זיך אויך א קמצן!
מיר וועלן גארניקס פארלירן
אז מיר וועלן אויך, פון דעם זופ שפירן
ארויסגיין כאטשיג זאטערהייט
זיי ווארטן אויף א גוט געלעגנהייט

אינמיטן דער גביר זאגט פאר זיי
נאר איין מינוט, ארויס איך גיי
גימפל לאזט זיך נישט נארן
און טוט זיך לאנג נישט שפארן

א גרויסע חלה טיף ער טונקט
און ציהט עס אריין מיט איין שלונג
אבער ציפן, עס האט אנגעפאנגען שרעקליך
טרערן רינען פון די אויגן
ער פאנגט אהן היסן, איינגעבויגן
פימפל פרעגט וואס וויינסטו אזוי ביטערליך

גימפל האט זיך געשעמט
צו זאגן פאר פימפל אז ס'איז חריף געווען
פימפל!, זאגט ער, הער אויס א מעשה
ס'איז פאר יארן צוריק געשעהן

מיין ברודער אויף א שיף געפארן
אינמיטן ים, האט זיך פארלארן
פון א שטורעם ער האט זיך דערטרונקען
און פאר דעם האב איך געוויינט
ווייל די יארצייט איז פונקט היינט
און פון אים האב איך געטוהן געדענקן

פימפל טראכט נישט קיין צוויי
אינעם חריף א חלה ער טוט א דריי
ס'האט פאסירט צו עם
פונקט וואס פאר גימפל איז געשעהן

פימפל פרעגט אים צוריק
יעצט וואס וויינסטו? וואס דיך דריקט?
פימפל ענטפערט איך וויין
וועגן דעם, ווייל דיין ברודער איז געווען אליין
פארוואס ביסטו נישט געווען
דערטראנקען צוזאמען מיט עם
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

שליחה דורך פעדער »

ניגון מאן יימר - מיכאל - טאטע הערט

געווען אמאהל א איד, אין א שיינע מוצאי שבת
געגאנגען אויף א דינער פון א חושיבע ישיבה,
פיינע פרישע פיש באלס, רינדעכיגע טאבעס,
יא! אפשר וועל איך אויך געבן א נדיבה.

ער האקט אריין אפאר פארציעס, פלייש און פיש.
דער בעל דרשן אויבן אן האט רעדן אנגעפאנגען.
ער ציהט זיך אויס מיט מידיקייט אויפן טיש,
די דרשה וועט מסתם זיין גאר א לאנגען.

אוי אוי אוי אוי
דער איד ער דרימלט אויפן טיש, מיט א הויכן טאן,
פלוצלינג הערט ער אויסריפן, "2 מיליאן",
דא מוז ער שוין קלאטשען, ווייזן וואס ער קאן,
ער נעמט זיך פאטשן מיט אן אימפעט, מיט ווינדער מ'קוקט אים אָהן,
ער פרעגט זיין שכן, אפשר זאגסטו, וואס איך האב געטאָן.

דער שכן זאגט אים, דער סכום וואס די האסט געהערט,
געווען דאס איז דעם מוסד'ס חובות.
ביי דעם די האסט די האסט געקלאטשט, דאס האט יעדע געהערט
קום מער נישט מידערהייט אהער טוה קיינעם נישט קיין טובות
פארשפארט