א העפטיגע פארמעסט אין שטיבל

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

א העפטיגע פארמעסט אין שטיבל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

[justify]עס זענען פארהאן חברים אין שטיבל וואס זענען פארזעצט אינעם פארברענגן אפטיילונג, זיי דרייען זיך צווישן סומעטאכעס און היימישע ניייעס, זיי טרעטן נישט אריין אינעם מדור פון תורה ומחשבה, זיי שענקן ניטאמאל א שמירת עינים בליק אין יענע ריכטונג, און אוודאי און אוודאי נישט אינעם קונסט סעקשען, כ'מיין וואס האט א חסידישע אינגערמאן מיט קונסט אנגעלייגט, ווער רעדט נאך פון פאעזיע, עס אינטערעסירט אים ווי דער פאריעריגער פראסט, אלזא פאר די דאזיגע ליינער האב איך געוואלט שרייבן א קליינע הודעה'לע בערך אזוי:

"זייט וויסן רבותי ידידים טייערע אז עס קומט פאר א העפטיגער פאעזיע פארמעסט צווישן די חברים אין שטיבל, יעדער קען אריינגעבן אן אייגן געמאכטן פאעם, ביז מיטוואך הבעל"ט, און דערנאך וועט פארקומען וואלן ווי דער גאנצע קאווע שטיבל געמיינדע קענען שטימען וועלכעס שטיקל געפעלט זיי דאס מערסטע, און די רעזולטאטן פינעם פארמעסט וועט פארעפנטליכט ווערן א מאנטאג דערויף, אלזא רבותי ווער פון אייך עס האט א פעדער אינעם האנט שרייבט א שיינעם שיר און שיקטס אריין, און ווער עס קען נישט אליין שרייבן זאל כאטשיג איינטייל נעמען און דעם פארמעסט דורך וועלן און אפגעבן זיין שטימע"

אבער למעשה אז איך האב שוין דעם פענע אין דעם האנט וועל איך ענק איבערגעבן א קורצן איבערבליק איבערן השתלשלות הדברים, מיט פרטים פון אונטער די קוליסן, און א סך הכל ווי מען האלט יעצט :

אלעס האט זיך אנגעפאנגען אויף א פוירפעל מיטוואך, לעמען דשאוס צוריקקומענדיג פון וואקאציע האט אויפן פליגער נישט געהאט מיט וואס צו פארטרייבן די צייט, האט ער אפגעשריבן א שיינעם פאעם, ער באטראכט דעם פאעם עס געפעלט עם, ער פאעסט עס אויף קאווע שטיבל, ער באקומט ווארעמע פידבעק פונעם ציבור [וגם אני בתוכם], און פלוצלינג פון איין מינוט אויפן צווייטן דערזעהט ער זיך, נישט מער נישט ווייניגער, אלץ פאעט. נא וואלט ער דאך געדארפט זיין העכסט צופרידן, אבער א יוד איז קיינמאל נישט צופרידן, אויב איז ער א שרייבער וויל ער ווערן א פאעט, איז ער א פאעט וויל ער א פארמעסט, האט ער געגעבן א ליפטער אויס דעם געדאנק אויף זיין אשכול אזוי בדרך אגב'דיג: אפשר מען וואלט געדארפט מאכן א פאעזיע פארמעסט.

משה געציל דער איש המעשה, האט זיך גלייך צוגעכאפט צו דעם ווי א ווישניצער צו א הייסע שטיקל קוגל, געעפענט אן אשכול אין עס געמאכט אפיציעל, ווי צו זאגן: רבותי! וואס חלומט איר, עס איז דא א פארמעסט! עס האט אנגעפאנגען פליען הצעות איבער וועלכע נושא דער פאעם דארף זיין, משה געציל האט מתחלה פארגעשלאגן עס זאל זיין עפעס איבער צוויי פסוקים פון שיר השירים [לא הצלחתי לרדת לעומק הסוד של חכם געציל, איזה רז מצא בפסוקים אלו, אבל מובטחני שנתכוין בזה לרזין דרזין טמירין ונעלמין, כי ידוע שיש לו יד ובטן בחכמת האמת],

בן תמליון האט געקוקט מיט בייז וואונדער אויף די גאנצע סומעטאכע וואס אנטוויקלט זיך דא פאר זיינע אויגן, ווי איינער זאגט: עטץ זענטס אויפן קאפ געפאלען? שיר השירים?! דאס איז דאך מיינס ! הגם באתם לכבוש את המלכה עמי בבית ?

יאנקל האט גע'טענה'ט אז צוויי פסוקים אין שיר השירים איז עפעס צו מצומצם ער דארף א ברייטערע ספעקטרום אויף וואס צו פאנטאזירן, ער וויל נישט עס זאל זיין געבינדן אויף א ספעציפישע נושא, יואליש האט עפעס גע'דרש'נט פון פעליטאן און לימעריק און נאך אזעלכע אויסטערלישע ווערטער, עס האט אנגעפאנגן פליען דעות רעכטס און לינקס, ווי יודל בעל המגדיר, האט עס געפראזט צוויי אידען דריי דעות.

די גאנצע זאך האט אנגעפאנגען צו ווערן פארוואלקענט און פאררויכערט, פיל מיט שאלות און קווענקלענישן : אויף וועלכע נושא דארף די פאעזיע זיין? וואו גייט מען עס שיקן ? צו וועם ? ווי אזוי גייט מען פארעפנטליכן די שטיקער מייסטער ווערק, למעשה האט נישט גענומען לאנג און די וואלקענעס זענען פארשווינדן, די רויך זיך צוגאנגען, דער האריזאנט האט זיך אויסגעקלארט, יש מנהיג לבירה! לעמאן דשואס האט איבערגענומען די לייצעס פון משה געציל, פון דא און ווייטער האט זיך די זאך געפירט פראפעסיאנאל, [נישט ווייל משה געציל פעלט עפעס, בכלל נישט, נאר משה געציל צו אלע זיינע מעלות איז ער נאך אן עניו אויך, עס פעלט אים אביסל גאוה דקדושה, משא"כ לעמאן האט אן איבערפלוס פון די סחורה ב"ה], לעמאן האט אימפארטירט א נייע @@@ סיסטעם, ער זאגט אז דאס איינפאל איז נישט זיינס, עס איז איינעמס דשעק דארסי עשו'ס אן אייניקל.


בקיצור, לעמאן האט גע'פסק'נט עס זאל זיין די נושא פון אהבה בכלליות נישט שיר השירים ספעציפיש, ער טענה'ט אז עס זינגט זיך אים אהבה אין הארצן [צו וועמען? גיי ווייס], בן תמליון האט אפגעאטעמט דער עיקר איז נישט שיר השירים, ער האט אפילו געגעבן א ווארימע ענדארסמענט און צוגעלייגט סארקאסטיש: 'מען האט דאך אונז נישט פארגינען אהבה [סתם ולא פירש ווער איז 'אונז' און ווער איז 'מען'] לאמיר כאטשיג פאנטאזירן און פאעזירן'.

דא איז געשעהן עפעס וואס מאכט זיך נישט אזוי אפט יענקל האט געזאגט אז ער בייגט זיך צום רוב, עטס הערטס אידן יאנקל האט זיך געבויגן פארן דעת הקהל ! גלייבט מיר עס איז נישט קיין אפטע פאסירונג.

ווי נאר דער פרומער חניוק יאיר האט געהערט אז מען רעדט פון אהבה, איז ער ווילד געווארן, ער האט אנגעפאנגן מיט מחאות און חרמות, וואס טייטש, האט ער געלארמט, ס'איז נייע זאכן, וואו האט מען געהערט חסידישע אידן רעדן פון אהבה ? און בכלל דאס גאנצע ענין פון פאעזיע גייט אריין אינעם כלל פון חדש אסור מן התורה, און נאך אזעלכע אויסגעשפראכענע מחאות. דער עולם האט זיך אונטערגעשמייכלט ווי צו זאגן: גיי דיר שוין צו אלע שווארצע רוחות, שמעקעדיג האט צוגעלייגט פאר א צולאג אן אזהרה חמורה: נישט קיין פלאגעריזם, ער זאגט ער ווייסט די סמנים וואס יעקב האט איבערגעגעבן פאר רחל.

לאמיר נישט פארקריכן, וואו האבן מיר געהאלטן? אה יא, וועגן אהבה, למעשה האבן די לינקע חברה אנגעפאנגען פארקאכן א קאשע, לאו כל יומא מתרחש דא, אז מען קען שרייבן איבער אהבה בין איש לאשתו. זיי האבן זיך ארויפגעצויגן די ארבל און זיך גענומען דערצו ווי בעקיטשע אידן ערב פסח צום מים שלנו שעפן, ידען'ס פאנטאזיע האט אנגעפאנגען ארבעטן און בן תמליון איז אריין אין געיר.

דא האט לעמאן דשאוס אראפגעשטעלט א פיס, מילא זאגט ער אהבה בין ישראל לאבינו שבשמים צו דעם קען ער נאך מסכים זיין, אפילו אהבה בין אב לבנו קען ער נאך אראפשלינגען, אבער אהבה בין איש לאשתו נאופ! אויף דעם וועט ער נישט איינגיין! לעיקוואוד מיט זיין קאלטע לאגיק האט פרובירט זיין בעסטע, ער האט זיך געאייסערט אז ער זעהט נישט קיין שום פראבלעם, מ'קען טוהן גענוי ווי שלמה המלך אין שיר השירים, שרייבן פשוט'ע ווערטער פון אהבה, און ווער עס וויל זאל עס פארשטיין כפשוטו, און ווער עס וויל זאל עס פארשטיין כמשל. לעמאן האט רעאגירט צו דעם אזויווי איינער זאל זאגן: לעיקוואוד טייערע איך בין נישט דערביי יעצט אריינצוגיין אין א פילאזאפישע וויכוח פאר צוויי שעה, אויב איז עס וועגן אהבה בין איש לאשתו בין איך נישט דא, איך צי זיך ארויס פונעם פארמעסט.

נאך לעמאנס אויסברוך איז עפעס געקומען די גאנצע זאך צו א האלט, און כדי שלא ישאר הנייר ריק, האב יאך, אני הקטן, גלייך צוריק ארויפגעברענגט קופערניקוס הצעה מען זאל שרייבן וועגן אונזער סיסטעם, אדער וועגן די שואה, דער עירט איז וועגן עפעס אן אומגליק, געפילטע מיט זיינע שטעך ווערטלעך האט גלייך אריינגעווארפן א פלאקן אויף קופערניקוס הצעה וועגן די סיסטעם, חוזק מאכענדיג: בעשן א סיסטעם אויך מיר אן ארט!, און קופערניקוס שלא כדרכו האט אים גלייך שארף אפגעענטפערט, [איך געדענק נישט גענוי וואס ער האט געענטפערט, אפשר ווייל בשעתו האב כ'עס נישט געכאפט פונקטליך],

דאס לעצטע נאגל אינעם אהבה קאסטן איז געקומען פון אונזער משורר, בעל הפיוט "דער ביבער", וה"טונקעלע מארגן", כ'האב שיעור פארגעסן אויך בעל מחבר ספר יואל, ער האט גע'טענה'ט ווי אן עכטע משורר וועגן אזעלעכע הויכע זאכן ווי השראה און פינקן, און אז א שיר איז נישט קיין באשטעלונג און נאך אזעלכע פאעטישע זאכן, בקיצור לעמאן האט געמאכט אן עמערשענסי מיטינג מיט עפעס א געהיימע אינטערנעט חבר רח"ל, און אויך מיט משה געצעל'ן און מען איז געקומען לעצה אחת, אז דער פארמעסט איז אין קראפט, און מען קען שרייבן איבער וואספארא נושא דאס הארץ באגערט, אין וועלכען פארעם די נשמה זינגט : פאעזיע, פראזע, פעליטאן, לימעריק, נעלסאן און נאך.

הדבר יצא מפי המלך און דער עולם האט זיך גענומען צום ארבעט, ווער עס האט הענט און פיס איז אריין אינעם מארעטאן, עד כדי כך אז קאמפיוטער פון פלעטבוש איז געקומען צוקריכן מיט א פאעם אין ענגליש, [פעך ענגליש טוי טוי!],
און דער משכיל לעקוואוד אים ציט צו מאכן א פאעם אין פראנצויזיש, איך פערזענליך מיין אז אין פראנצויזיש איז נישט קיין קונץ צו מאכן א פאעזיע, די גאנצע שפראך דארט גייט מיט אזא ניגון אזא, אויך יעדעס ווארט דארט גראמט איינס מיטן צווייטן, בפרט אויף אהבה איז זייער שפראך רייך און אויסגעשפראכן, ווי אזוי זינג ר' יו"ט ערליך: זאגן זיי ניין ניין האלט עס אליין, מיר ווילן נישט אז דער פאמיליע לעבן זאל זיין ריין.

שיעור פארגעסן וועגן מח שליט, ער זאגט אז ער איז גערירט ביז טרערן [ווער נישט?], ס'איז א בחינה פון לבו שליט על מוחו און שלא כדרכו זאגט ער אז ער האט נישט קיין ווערטער,[כ'מיין עס איז פון די קערצסטע תגובות וואס ער האט נאר אמאל געשריבן].

צו מאכן א קורצע מעשה לאנג, לעמאן איז געווארן הייפער און אנגעפאנגען צו שיסן גוזמאות, וועגן הילפס אנבאטן וואס קומען אריין פון אלע עקן וועלט, יעדע מינוט פליסן אריין צענדליגע פרישע מייסטער ווערק פון פאעזיעס, קופערניקוס האט אים גלייך אראפגעשלעפט צום קרקע המציאות מיט א הילכיגן געשריי פון חתוך את צואת השור! [בכלל איז דער קופערניקוס זייער נערוועז לעצטענס, כ'מיין דאס קומט ווייל ער שלאפט נישט געהעריג עיין לקמן באריכות] לעמאן דשאוס האט איינגענומען א שטיל שווייגעניש פאר א גאנצע פאר מינוט.

בדרך אגב עס איז דא א פאר חברים וואס האבן געלאזט הערן רמזים איבער וואספארא נושא זייער פאעם גייט זיין, יאיר למשל זאגט אז ווי עס קוקט אים יעצט אויס וועט ער אריינלייגן א שטיקל פרשת משפטים, ער איז זיך מסתמך אויף עפעס א פסק פון איינער הגר"מ שליט אז משפטים איז ריין ליטעראטור [און אויף דעם ליטעראטור האב איך געכאפט מכות פון מיין רבין, שוין גם יהיה ברוך], יאנקל האט גלייך מוחה געווען אז דאס איז דאך פלאגיאירן ג-ט אליין, איך ווייס נישט פון וואו יענקל נעמט אז ג-ט געט א דעים.

קאווע טרינקער האט מרמז געווען אז כדי לערבב את השטן וועט ער שלא כדרכו דאס מאל נייטן זיין פאעם אויפן פרומע זייט, ער זאגט אז ער גייט קויפן גאר לאנגע חסידישע גאטשעס ספעציעל פארן פאעם, (הייסט עס אז דו ביסט דאס דער יונגאטש דער יעניגער וואס איך טרעף כסדר אין מקוה מיט די קליינע געלע גאטשעס, באצירט מיט בלויע מענטשעלעך, מעגסט דיר שוין קויפן נייע!) איך האלט זאלסט טוישן דעם שטריימל אוואטאר דיינ'ס, פאר א רבינו תם'ס גאטשע, אדער אפשר זאל די גאטשע גיין אויפן שטריימל, לעמעל האט מעיר געווען אז מען וועט גרינג דערקענען קאווע טרינקערס פאעם דורך די פיל פארביגע קאלירן וואס ער האט ליב צו פארבן זיינע פאעמס [לעמיל קענסט גיין ארבעטן פאר די וועד משמרת הצניעות].

בכלל האט דער גאנצער עולם גענומען זייער ערנסט דעם פארמעסט, למשל אוהב דעת זאגט אז ער האט נאך קיינמאל נישט געשריבן קיין פאעזיע, אבער נאך אלעם איז ער א יוד, און ווען א איד זעהט א פארמעסט, און עס איז נאך אומזיסט אויך, פרעגט מען נישט קיין קשיות און מען טאנצט אריין דערין אזוי ווי נחשון בן עמינדב אין וואסער, שפעטער האט ער געלאזט וויסן אז דער פאעזיע איז פארטיג און ס'איז אזאנס אין אזעלעכס, עס גייט מענין לענין שלא מאותו ענין, אזא כל בו אזא, עס איז עפעס אזוי ווי א שמחה ואורה סידור מיט כל מיני דרוקן סייזעס און פאנטס, עס רעדט זיך פון אונזער סיסטעם, שואה, אהבה, שנאה, און וואס נישט, און דער עיקר איז ס'גוט באשמירט מיט דעפרעסיע, אזש ער ווארענט שוואכע הערצער זאלן עס נישט ליינען, ווער עס וועט עס ליינען וועט וויינען זיבן טעג און זיבן נעכט.

אבער ווער עס איז די מערסטע באטראפען געווארן פונעם פארמעסט איז אונזער פורים רב קופערניקוס, [איך ווייס נישט צו דער עולם האט באמערקט, אבער זינט קופערניקוס איז פורים רב האט ער צוגעלייגט א גאנצע שלש סעודת תורה פאר אן אונטערשריפט,וועגן די חטא הידוע כ'מיין ער דערמאנט דארט אויך א ווארט פינעם ערשטן רבי פון קאנפיוצעס, און אז מען רעדט שוין, די רב וואלט שוין געמעגט לייגן א בילד פון זיך בבחינת והיה עיניך רואות את צאנך, עס איז דא שיינע בילדער פון קופערניקוס,] דאס ווייב זיינע זאגט אז זינט דער פארמעסט איז געגאנגען פובליק איז דער רב נישט אין ארדענונג, ער עסט נישט ער שלאפט נישט, און ווען ער שלאפט שוין יא וועקט ער זיך אויף באגאסן מיט קאלטע לעמאן זאפט, שרייענדיג הילכיג דערביי פאעזיע!! פאעזיע!!, דאס ווייב זאגט אז די לעצטע מאל וואס ס'איז געשעהן אזא זאך איז געווען ביי די וועבערמאן פרשה ווען ער פלעגט זיך דערוועקן באגאסן מיט יוסעלע'ס הייסע גיהנום וואסער, שרייענדיג סומעטאכע!! סומעטאכע!!

פאר איך ענדיג צו דא וויל איך אויך קלאר מאכן פארן עולם די ניקן וואס גייען זיכער נישט אריינגעבן קיין שטיקלעך, אין פארמעסט:

דער ערשטער איז שמעקעדיג, שמעקעדיג איז א איד וואס וויזט גענוי וואס ער קען און וואס נישט, ער זאגט שרייבן קען ער פאעזיע קען ער נישט, ובכן איז ער נישט אינעם פארמעסט, עטץ הערט א גערעדאכטס ער קען נישט! וואס הייסט דו קענסט נישט, נחשון האט יא געקענט? דוד המלך ווען ער איז געדאנגן אקעגן גלית האט ער יא געקענט?, כ'האב מורא שמעקעדיג איז דו ביזט נישט מזרע ישראל חלילה, עכ"פ קיין היימישער ביסטו זיכער נישט.

פשוט קאמפליצירט איז מער קאמפליצירט ווי פשוט, פאנגען פאנגט ער אן: פראזע שרייבט מען און פאעזיע שרייבט זיך, און איך האב נישט וואס צושרייבן וכו', איז דאך משמע פין דעם אז ער גייט נישט שרייבן, ענדיגען אבער ענדיגט ער מיט עפעס אן עצה פון בין השמשות, נאך די זון איז אוועק, פאר די לבנה איז אנגעקומען, האט ער פארפירט א שמועס מיט זיין קלעם [אפשר אין שטום לשון],
עפעס איז מיר אויך אויסגעקומען דארט אז ער האט עפעס געבארגט פון בלעם, נישט פארגעסן קאמפליצירט טייערע אפצוגעבן צוריק פאר בלעמ'ן וואס דו האסט גענומען פון עם, און אז דו טרעפסט דיך שוין מיט בלעםן, זאג עם אז ער האט אונז שיין מסדר געווען דארט מיט זיינע ברכה פון הן עם לבדד ישכון [און דאס איז שוין פון די ברכות, שטעלטס ענק פאר ווען ער שעלט געווען, ג-ט זאל באהיטן, איך וויל אפילו נישט טראכטן].

געפילטע פיש איז אויך מרמז אז ער איז נישט און פארמעסט, ער קלאגט אז ער איז נישט קיין פייטן אויסער אפאר פאעםס וואס ער האט געשריבן און די בראשית יארן פאר דאס טייבל זיינע, הגם זי דאס טייבעלע זאגט אז עס איז גאר גוט, נעמט געפילטע נישט ארויס דערפון קיין סאך, ער זאגט אלע טייבעלעך זאגן אזוי פאר זייער געליבטע טויבעלע,

טעפל זעהט אויס צו זיין היבש צומישט, קודם האט ער געהאלטען פאר א דבר פשוט אז ער קען נישט, אבער נאכן ליינען נח געצל'ס אשכול "וואס איז דאס פאעזיע" וואס יאנקל האט צוגעצייכנט [אויסכאפענדיג יידל בעל הלינק, ע"ש ותבין], האט טעפל אנגעפאנגן צו האבן ערנסטע ספיקות, אז אפשר קען ער גאר יא פאעזירן, מעגליך אז ער וועט גיין און א פארמעסט מיט שלמה המלך'ס שיר השירים.

איך כשלעצמי האב מיך אפאר מאל אריינגעלאזט און ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט, דאכט זיך דריי אדער פיר מאל, איך ווייס אליין נישט צו איך בין יעצט אינעווייניג אדער אינדרויסן, אפשר וועל איך מיר טרעפן און לולקע-ציבעלעך'ס אשכול "ווי בין איך".

וכל מעשה תקפו וגברותו של הפאעזיע פארמעסט, הלא הם כתובים באשכול 'תחרות הפיוטים' בפרטים ובפרטי פרטים עיין שם ותמצא נחת.


נ.ב ספעציעל געשריבן דעם אשכול אין אידיש, אז אוהב שלום זאל אויך פארשטיין, און הדד בן בדד מיט די ברוינע בערעלעך זאל זיך נישט דארפן איבעררייסן צו ליינן לשון קודש.[/justify]
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

: :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיין ווייב און קינדער פרעגן פארוואס איך רייס מיך.... כ'פרובירט צו פארענטפערן אלס משנכנס אדר, אבער זיי טענה'ן אז כ'האב נאך אזוינס נישט געלאכט!

בענזשאמין, וכל מעשה תקפו וגבורתו, וואס דו האסט דא באוויזן, דו קענסט יא! אבער נאך ווי!
וואו ביסטו געווען ביז היינט?
אלס קנס, און תשובת המשקל, וועסטו יעדן טאג אין חודש אדר מוזן שרייבן אזא ארטיקל, מיט לכה"פ אזויפיל קערעקטערס ווי די אויבנדערמאנטע! הערסט?

ס'געפעלט מיר! שמעקעדיג איז נישט קיין היימישער! (נעוואדע נישט! די היימישע שמעקן נישט, זיי שטינקען)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

אפיקתוזתי בצחוק.

און ווי יענער משפטים בוגימען האט געזאגט: אז דו קענסט יאאאא וכו'.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

רבותי, קאווע טרונקער, עס וואקסט אונז דא אונטער א ריז, א גאון! בענדזשאמין האסטו מיר אוועקגעלייגט! אריינפאקן אזויפיל כשרון, אזויפיל קליינע און טיפע חידושים אזוי נישט מיר נישט דיר בין הקטעים, וואו, ריין כשרון! :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like :like
ווען בענדזשאמין האט זיך דא אנגערוקט צום ערשטן בין איך געווען סקעפטיש. נאך א יונגערמאן מיט גרויסע אמביציעס, א קליינער טוטער הילט זיך איין מיט א גרויס נאמען און פרובירט צו שפילן עגנון.... אבער רבותי, דער בעל ההונדערטער מיט זיינע גרויסע געפינסן קען זיך פארשטעקן פאר ממשיך דרכו! וואו, ריין גאונות!
ווען איך וואלט נישט געווען זיכער אז די ביסטו פון אונזער מין וואלט איך דיר מציע געווען נישואין! :lol:
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אזא מאמר פון ר' בענדזשאמין פאדערט א געהעריגע רעצענזיע (וואס מיינט די ווארט? כ'ווייס נישט, אבער אז עס איז גוט פאר יידל און יאנקל איז עס פאר מיר גוט אויף איינס, כמה וכמה)
דער מאמר איז א געוואלדיגער, פון מיט הומאר און ידיעות. ר' בענדזשאמין איז דא א פסיכאלאג, א וויסנשאפטלער, ממש אן איש האשכולות.
לעמאן דזשוס'נס דראנג צו פיוט הענגט ער אן אין די אידישע מדה פון ביקוש און רדיפת השלימות, ווי ער שרייבט אזוי בא'טעמט"פלוצלינג פון איין מינוט אויפן צווייטן דערזעהט ער זיך, נישט מער נישט ווייניגער, אלץ פאעט. נא וואלט ער דאך געדארפט זיין העכסט צופרידן, אבער א יוד איז קיינמאל נישט צופרידן, אויב איז ער א שרייבער וויל ער ווערן א פאעט, איז ער א פאעט וויל ער א פארמעסט........."
ר' בענדזשאמין פארשטייט א היבש ביסל צו קבלה, און ער איז נאר מלביש מיט עניוות " [לא הצלחתי לרדת לעומק הסוד של חכם געציל, איזה רז מצא בפסוקים אלו, אבל מובטחני שנתכוין בזה לרזין דרזין טמירין ונעלמין, כי ידוע שיש לו יד ובטן בחכמת האמת" און טאקע, איך, וואס ב"ה איך האב זוכה געווען צו לערנען ביים פריערדיגן קאנפיוצעס ווייס צו זאגן אז די עיקר חכמה איז אין בטן, און נישט חלילה אין די רגל ווי מאנכע שפעקולירן.

יאנקלען, לערנט בענדזשאמין ווידער אפ ווי א פסיכאלאג, אנצייגענדיג אויף יאנקל'ס ברייטן ספעקטרום. און אזוי די דקות'דיגע חילוק צווישן משה געציל'ען און לעמאן דזשוס הענגט ער אן אין זעלבסט-זיכערהייט. מיר האט דער פסיכאלאג פארשוינט, עס איז נישט זעלבסטזיכערהייט אדער או-סי-די, עס איז פשוט ווייניג שלאף.
לעמריק נעלסאן, דער עלילת דם פון קראון הייטס, וועמען מען האט אומשולדיג באשולדיגט, בלאנדזשעט אויך מיסטעריעז אריין אין בענדשאמינס עסיי, גיי פרעג קושיות אויף פסיכאלאגן.
דער פסיכאלאג שפרייזט אריבער צום תחום פון בלשנות, לינגוויסטיקס, און דווקא פון יום טוב ערליך, נעמט ער דקות'דיגע משמעות'ער איבער פראנצויזיש. אז לינגוויסטיקס פון יום טוב ערליך, גלייב איך אז פסיכאלאגע שטאמט אויך נישט פון זיגמונד פרויד בכבודו ובעצמו, ווארשיינליך פון יונתן שווארץ.
אויב איז יום טוב ערליך נישט גענוג, קומט די שמחה ואורה סידור און מאכט מיר קלאר אז בענדזשאמין איז א היימיש קינד..........
ביז דא איז אלעס גוט, אבער דא נעמט זיך דער הומאריסט, פסיכאלאג, ליטעראריסט, לינגוויסט צו מיינע ביינער און טיטולירט מיר אלס נישט מער און נישט ווייניגער ווי פורים רב, העי, חוצפה, די ווייסט אז ווען די ביסטו נאך געווען אין די פעמפערס האב איך שוין געשריבן דא לאנגע מאמרים אין שטיבל, און פורים רב געסטו מיר??????????
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

@בנימיןפרענקלין, כ׳בעטיך בלייב ווייטער שרייבן אין לשון קודש מעשה׳לעך פון מדרש און קינדערישע נצחונות! ביזט נעם נארמאליש, זאג האסט געהאט א פארלענגערטע שבת מיטאג דאס אלעס אויסצושפעקולירן??

מיינע אינטערנעט חבירים רופן מיר אן, מיט מאדנע קולות א געמיש פון שוידער און פרייד, זיי ווייסן נישט וואדאגייט פאר, דער בענדזשי איז אין די פידלען און שרייבט העפטיג פראזע אינמיטן דעם גרויסן פארמעסט, איך מאך מיך געשטארבן, נעה, דער זוכט סתם אונטערצוהאקן, עריז פון די יאיר׳ס מחאה כעוורע, צו וועם קופערניקוס האט זיך לעצטענס צוגעשטעלט! זאגן זיי מיר ניין, לויף שנעל אריין אין קאווע רום העסטו זעהן אז דער בנימין איז גאר ערענסט גערירט געווארן פונעם פארמעסט, אזש ערהאט אנגעשריבן א קונטרס מיוחד לרגל ׳שבוע פאעזיע׳!, דאס געזונדל געפאקט אין בעטאריין און געכאפט מיין מעיל ארויסגעלאפן אין קאווע קרעטשמע, קוד׳ן בינעך באגריסט געווארן פון די פרייליכע אדר היטלעך וואס אונזערע וועיטערס האבן זיך אנגעטון לרגל דעם מישענעכנס וואס איז אויפן טאג ארדענונג!

דערנאך געב איך א גיי צו, צום ווינקל ווי בענדזשי זיצט כ׳זעה סא בהלה יאנקל טיף פארטראכט, יידל אן זיינע לינקס און קופערניקוס מיט זיין נאטיץ ביכל שרייבט אראפ יעדעס ווארט וואס רויעכט ארויס פון בענדזשי׳ס קאווע פארגרוכטע מויל, יעדע שגגה היוצא מפי השליט ווערט ביי אים פארצייכנט און שרייבט זיינע הגהות, אט העריך בענדזשי׳ס קול ער שטורעמט און ליארעמט און דערוילעם קען אים נישט בארואיגן!

בענדזשי, ס׳יז נאר א פארמעסט! רוה איין...איין זאך זאג איך דיר יא אין די אייוועלט אדר פארמעסט ביזטו לכאורה דער געווינער, געלעגער זאגט מיר אז ער טראכט ערענסט דיין שטיקל נישט אריינלייגן ווייל ס׳נישט קיין אייניגע פארמעסט מיט זיינע כעוורע, ס׳יז ווי אידיש און פראנצויזיש פאעזיע פארמעסט, וואס ארבעט נישט

און צום שלוס, מוזט מיר דאס נאר אויסזאגן, ווען האסטו געשריבן דעם קונטרס ׳שבוע פאעזיע׳ פאר דעם זיבעטן אדער נאך...מוזט מיר דאס אנטפלעקן
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

ווער ס'איז אויפן מאה... בענדזשי איך שטעל מיך אויף פאר דיר! ווען דו לייגסט ווען יעדע פאראגראפ אין א עקסטערע תגובה לייק איך דיר אויף יעדע באזונדער! און דו מיזט זיך באטייליגן אינעם פאעזיע פארמעסט, גאט האט נישט געשאנקען אזא פעדער על לא דבר, יו בעט הי גיווס עי דעם.

איין זאך וויל איך נאר וויסן, וואס ביסטו אזוי ביזי מיט שלא כדרכו? א נייע סומאטאכע?
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:[justify]עס זענען פארהאן חברים אין שטיבל וואס זענען פארזעצט אינעם פארברענגן אפטיילונג, זיי דרייען זיך צווישן סומעטאכעס און היימישע ניייעס, זיי טרעטן נישט אריין אינעם מדור פון תורה ומחשבה, זיי שענקן ניטאמאל א שמירת עינים בליק אין יענע ריכטונג, און אוודאי און אוודאי נישט אינעם קונסט סעקשען, כ'מיין וואס האט א חסידישע אינגערמאן מיט קונסט אנגעלייגט, ווער רעדט נאך פון פאעזיע, עס אינטערעסירט אים ווי דער פאריעריגער פראסט, אלזא פאר די דאזיגע ליינער האב איך געוואלט שרייבן א קליינע הודעה'לע בערך אזוי:


טעפל זעהט אויס צו זיין היבש צומישט, קודם האט ער געהאלטען פאר א דבר פשוט אז ער קען נישט, אבער נאכן ליינען נח געצל'ס אשכול "וואס איז דאס פאעזיע" וואס יאנקל האט צוגעצייכנט [אויסכאפענדיג יידל בעל הלינק, ע"ש ותבין], האט טעפל אנגעפאנגן צו האבן ערנסטע ספיקות, אז אפשר קען ער גאר יא פאעזירן, מעגליך אז ער וועט גיין און א פארמעסט מיט שלמה המלך'ס שיר השירים.[/justify]

ר' בינימין האסט מיר ערלעדיגט אינגאנצן, כ'האב שוין היינט אינדערפרי באשלאסן אז איך קען נישט, אבער נאך וואס כ'האב געשריבן היינט אפאר שורות אינעם אשכול א יאר אינעם שטיבל מיט א לייק פון משה געציל'ן האב איך מחליט געוועהן אז כ'קען יא, אבער דערנאך האב איך געזעהן אנדערע און באשלאסן אז כ'קען נישט, אבער יעצט אז איך זעה אז איך קען נאך ווי שלמה'ן אליין'ס..... כ'פארשטיי ס'איז א קליינע גוזמא אבער אין עשן בלי אש, כידוע ליודעי אש....
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

קופערניקוס האט געשריבן:אזא מאמר פון ר' בענדזשאמין פאדערט א געהעריגע רעצענזיע וכו'


אין אמת'ן אריין וואלט איך געדארפט אפשרייבן א רענזאציע אויף דיין הערליכן רענעזאציע. נאר איך האב מורא אז אויב וועל איך שרייבן א רענזאציע וועסטו פריש אפשרייבן א נייע רענעזציע אויף מיין רענעזאציע, און אזוי וועט עס גיין ווייטער און ווייטער כמים שאין להם סוף, עס וועט ווערן א פרישע רענזאציע סומעטאכע און מ'וועט זיך נישט קענן ארויס זעהן דערפון. וויאזוי זאגט שרגא אין זיין חתימה: "איינער מוז האבן דעם לעצטן ווארט". על כן וועל איך לאזן דעם רב האבן דאס לעצטע ווארט.

קופערניקוס האט געשריבן: דער פסיכאלאג שפרייזט אריבער צום תחום פון בלשנות, לינגוויסטיקס, און דווקא פון יום טוב ערליך, נעמט ער דקות'דיגע משמעות'ער איבער פראנצויזיש. אז לינגוויסטיקס פון יום טוב ערליך, גלייב איך אז פסיכאלאגע שטאמט אויך נישט פון זיגמונד פרויד בכבודו ובעצמו, ווארשיינליך פון יונתן שווארץ.


ניין איך קען נישט פארנצויזישע לינגוויסטיק פון יו"ט ערליך, איך האב נאר געברענג א ראי' כיהודה ועוד לקרא, איך קען בעזרת צורי וגואלי א פליסיגע פראנצויזיש, און אז די וועסט מיך נאך אביסעל אונטערציען וועל איך מאכן מיין פאעזיע אויף פראנצויזיש. ? avez-vous compris ce que j'ai dit אין אידיש: אווע וואא קאמפרי סי קה זשעי די

יאנקל האט געשריבן:בנימין - דאס פנים איז מיר רויט פאר בושה און אויפרעגונג. :evil:
מיט וואס האב איך מיר פארזינדיגט אז דו רייסט מיך אזוי אראפ, און נאך דערצו ברבים?!
יא, ס'איז אדר. יא, מ'פייערט א יאר פון קאווע שטיבל. אלעס פיין און וואויל. אבער הוללות?! רחמנא ליצלן!


איך האב געמיינט אז דו וועסט זיך פרייען מיט אזעלעכע קאפמלימענטן נישט ווערן רויט פאר בושה, אבער מיט א טיפערע פסיכאלאגישע בליק טראכט איך אז דאס האט באמת פאסירט דא, דו האסט דעמאנסטריט:
The misattribution of arousal theory, whereby people make mistaken inferences what is causing them to fill the way they do.(Ross and Olson 1981, Gold and
Ryckman, 2003).
דאס טייטש אזוי, דו ביזט באמת געווארן רויט און עקסיידעט ווייל דו ביזט געווארן קאמפלימענטירט, נאר דו האסט אפגעטייטש דיין arousal אלץ א פארשעמונג ע"ש באריכות.
דאס איז אלעס לאפוקי יונתן שווארץ'ס שיטה און פסכילאגיע, הערסט קופערניקוס ?
שוב חשבתי אז יענקל און יונתן שווארץ האלטן אזוי ווי די אנדערע שיטה:
The appraisal theories of emotion, a theory which holds that emotions result from people’s interpretations
explanations of events), even in the absence of physiological arousal. (Ellworth, 1994; Roseman and Smith 2001)

לעמאן דזשוס האט געשריבן:און צום שלוס, מוזט מיר דאס נאר אויסזאגן, ווען האסטו געשריבן דעם קונטרס 'שבוע פאעזיע' פאר דעם זיבעטן אדער נאך...מוזט מיר דאס אנטפלעקן


איך האב אפגעשריבן דעם קונטרס פארן "זיבעטן" [האסט אפשר געשריבן דעם תגובה אין מקוה בור ?], נאכן ענדיגן האב איך געזעהן אז דער קונטרס טראגט א אדר'דיגע פארמאט, האב איך געווארט אויף מוצ"ש, די זין זאל אונטערגיין, די לבנה זאל אויפשיינען [קרעדיט פ"ק] און דער שמש זאל געבן א אדר'דיע געשריי יעלה ויבא!

געפילטע פיש האט געשריבן:ווער ס'איז אויפן מאה... בענדזשי איך שטעל מיך אויף פאר דיר! ווען דו לייגסט ווען יעדע פאראגראפ אין א עקסטערע תגובה לייק איך דיר אויף יעדע באזונדער! און דו מיזט זיך באטייליגן אינעם פאעזיע פארמעסט, גאט האט נישט געשאנקען אזא פעדער על לא דבר, יו בעט הי גיווס עי דעם.

איין זאך וויל איך נאר וויסן, וואס ביסטו אזוי ביזי מיט שלא כדרכו? א נייע סומאטאכע?


געפילטע, דא האסטו "שלא כדרכך" אריינגעלייגט א קאמפלימענט צוזאמען מיט א שטאך ווערטל אין איין תגובה, בבחינת אליה וקוץ בה.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

בענדזשי זיסער, יא אר די בעסט!
מיך צושמירט און צובלאזן, קודם האט ער מיר צוגעלייגט אפאר פונט אויפן וואגשאל זאגענדיג אז מיין בטן איז פיל פון חכמת האמת...
דערנאך האט ער מיר באשולדיגט אין האבן צו ווייניג פון די גאווה דקדושה...
איין זאך קען איך דיר זאגן פראביר נאר נישט צו שפילן אויף מיינע ענווה, הגם א יעדע ווארט דיינס איז אמת מיט א שמיץ אריבער פאר ווער עס קען אביסל מיין מדת הענווה, דאך הרחק מזה כהרחק מטוה מהקשת ווייל ווען דער פינק אכטעל שבאכטעל צופייערט זיך שפריצט עס פינקן אויף אלע זייטן...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ווער ס'איז אויפן מאה... בענדזשי איך שטעל מיך אויף פאר דיר! ווען דו לייגסט ווען יעדע פאראגראפ אין א עקסטערע תגובה לייק איך דיר אויף יעדע באזונדער! און דו מיזט זיך באטייליגן אינעם פאעזיע פארמעסט, גאט האט נישט געשאנקען אזא פעדער על לא דבר, יו בעט הי גיווס עי דעם.

איין זאך וויל איך נאר וויסן, וואס ביסטו אזוי ביזי מיט שלא כדרכו? א נייע סומאטאכע?


געפילטע, דא האסטו "שלא כדרכך" אריינגעלייגט א קאמפלימענט צוזאמען מיט א שטאך ווערטל אין איין תגובה, בבחינת אליה וקוץ בה.

אריינלייגן א קאמפלעמענט געמישט מיט א שטאך איז שלא כדרכי?
יעצט זע איך אז פון שלא כדרכו גייסטו צו רעדן מיט יאנקל וועגן arousal, איך וועל נישט פרעגן קיין איבעריגע שאלות, לאמיר בלייבן ביי דעם.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:אזא מאמר פון ר' בענדזשאמין פאדערט א געהעריגע רעצענזיע וכו'


ניין איך קען נישט פארנצויזישע לינגוויסטיק פון יו"ט ערליך, איך האב נאר געברענג א ראי' כיהודה ועוד לקרא, איך קען בעזרת צורי וגואלי א פליסיגע פראנצויזיש, און אז די וועסט מיך נאך אביסעל אונטערציען וועל איך מאכן מיין פאעזיע אויף פראנצויזיש. ? avez-vous compris ce que j'ai dit אין אידיש: אווע וואא קאמפרי סי קה זשעי די
.



vous pouvez vraiment écrire un bon article en français?
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

juste une blague
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

אמאהל פלעג איך זיך צודרייען אין די תורה ומדע סאך מער, בנימין פרענקל, האסט מיר אויפגעוועקט פון א טיפע שלאף, הריני מקבל עלי...
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

רבותי פארברענגן קוועטשערס, די פארמעסט איז אין קראפט, מען האט שוין ארויסגעלייגט זעקס שטיקער פאעזיעס, דער ערשטער רעדט זיך פון ווינטער, דער צווייטער פון תפיסה, דער דריטער פונעם פארלוירענע יוגענט, דער פערטער פון א פאסט קעסטל, דער פיפטער פון א הינער איי, דער זעקסטער פון א בלטעל.
עס איז נישט צו באשרייבן וואס עס קען אלץ בייפאלן מענטשן , אומגלויבלעך!, יעדעס שטיקל איז א מעשה אומן. גייטס כאפטס א בליק און האט הנאה.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:רבותי פארברענגן קוועטשערס, די פארמעסט איז אין קראפט, מען האט שוין ארויסגעלייגט זעקס שטיקער פאעזיעס, דער ערשטער רעדט זיך פון ווינטער, דער צווייטער פון תפיסה, דער דריטער פונעם פארלוירענע יוגענט, דער פערטער פון א פאסט קעסטל, דער פיפטער פון א הינער איי, דער זעקסטער פון א בלטעל.
עס איז נישט צו באשרייבן וואס עס קען אלץ בייפאלן מענטשן , אומגלויבלעך!, יעדעס שטיקל איז א מעשה אומן. גייטס כאפטס א בליק און האט הנאה.
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

ר בנימין, כאב נאך א צוויי אדרעסן צו מעלדן דעם ציבור א׳ אין די וו׳ב סאמאטוכע הענגל. ב׳ די מאנסי חדר סאמאטוכע...דארט זיצט דערוילעם!
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

בנימין כתב
עס איז עפעס אזוי ווי א שמחה ואורה סידור מיט כל מיני דרוקן סייזעס און פאנטס

דאס בין איך דיר נישט מוחל, מיין לעצטע איבערבלייבעניש פון מיינע תמימותדיגע קינדער יארן, איז יעצט אוועק מיט'ן רויעך, און איז פארניכטעט געווארן מיט דעם שטורמישע געלעכטער, וואס די שורה האט פאראורזאכט.

בר ימינא איך האב ליב דיין שרייבן אויף אידיש און לשה"ק, שרייב מער און אפטער.

[center]להתוודע ולהגלות איך האב נאכקיינמאל קיין פאום נישט געשריבן איר ליינט דאס אויף אייער אייגענע אחריות[/center]
לרלג די שטארקע דברי התעוררות פון חכם הימיני

בר ימינא הפרענק,
האט פארן עולם געמאכט א פרענק, {פה דגוש}
געשריבן ווי צאפעדיגע קאטשקע,
און אין שטיבל געמאכט א קוראטשקע,
יעדן אריינגענומען אין ראד,
דעם גאנצען עולם געפירט אין באד,

די וואס האבן זיך געאייסערט,
נאר אין לשה"ק איז ער א מומחה,
איז געקומען דער שייסער{ט}, {ט' נבלע}
און אוועק גענומען זייער שמחה.

ווער דארף א פאאזיע, פאעט וכל שום וחניכיה,
ווען אזא מאמר מען ליינט און מען לאכט מיט רציחה,
זייט הערן זעמיל זינגען דעם "ואני",
כזאת לא שמעני,

די מכנסיים געלאפן טוישן,
עס האט זיך געטון דארט רוישן,
פארלוירן דעם כח האנושי,
ווי א בנש"ק ביי שישי,
הנאה געהאט פון יעדע מליצה,
חידושים בואו ונרוצה,
בשם די גאנצע קבוצה,
באדאנק איך מיר מיט א נשיקה מציצה...
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

המשך...
פון אהבה קען איך נישט שרייבן,
עס טוט מיר די חושים פארטייבן,
עס צונעמען מיר זיך אלע הרגשים,
נאר צו טראכטן פון נשים,

פון די בלאנדע לאקן,
ביז די שיינע זאקן,
די אויגן העל און בלוי,
די נאז אזוי גענוי,
דער שמייכל אויס געוועבט,
אויף די ליפן עס שוועבט,
שלאנק און פלינק,
נאר מיט א אויגן בלינק,
פארשטייט אויפן ווינק,

די הייעך מיט שטאלץ,
גראד ווי א האלץ,
די שטיוול ביז די קני,
אויסגעפארעמט איז זי,
דער קלייד ווי געגאסן,
קיין אבר אויסגעלאזן,
כלך יפה ומום אין בך,
אהבת עולם אהבתי אותך.
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

קודם, א הארציגן דאנק פאר אזא שיינע פאעם, עס האט מיר דערווארעמט דאס הארץ און דערקוויקט די נשמה. יעצט אביסל קריטיק:

אין אן אנדערע אשכול בין איך מאריך וועגען די חרבנות פון פאעזיע, איך בין מיך שטארק מתמרמר אויף דאס שרייבן פאעזיאכטס, צווישן אנדערע שרייב איך דארט וזל"ק:
"איך זעה עפעס א סתירה צווישן השראה און חרוזים, צווישן שעפערשקייט און גראמען. אויב איז עס א גוטע מליצה'לע גראמט עס נישט, אויב עס גראמט איז עס נישט צו דער זאך. איך שפיר ווי דער גראם צווינגט מיך זיך באקענען מיט ווערטער וואס איך וויל נישט קענען, אריינשטופען שורות וואס זענען מיר נישט צום הארצן, גאנצעטע פאראגראפן וואס זענען ווי אומגערופענע געסט, דער פאעם פירט מיר דעם גאנצע געשרייבאכטס אויף א צווייטע טרעק נגד רצוני, ס'איז נישט קיין סוף מעשה במחשבה תחלה. ער איז ווי א ילד שקם באביו, אדער ווי א עבד שמשתלט על ברבו אדער גאר ווי א חפץ שקם על בעליו",
דו פאעזיעריסט מיר דא:
בר ימינא הפרענק,
האט פארן עולם געמאכט א פּרענק,
איך ווייס גענוי ווי אזוי די גראם איז צושטאנד געקומען: האסט געהאט א פיינעם ליין האסט פארן עולם געמאכט א פּרענק לאזט דיך ארויס אויפן יאגד זוכן א שיינעם גראם, פלוצלינג באגעגנסטו דיך מיט א שיינעם פראז בר ימינא הפרענק געזאגט און געטאן און עס נעמט נישט מער ווי א מינוט א בענדשאמין פרענקלין ווערט הורתו ולידתו בספרד.
אוי רבונו של עולם ווי נעמט מען א מרים בת בילגה וואס זאל שרייען אין אלע גאסן "פאעזיע פאעזיע עד מתי את מכלה אשכנזים מישראל".
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

אויס מענטש האט געשריבן:
בנימין כתב
עס איז עפעס אזוי ווי א שמחה ואורה סידור מיט כל מיני דרוקן סייזעס און פאנטס

דאס בין איך דיר נישט מוחל, מיין לעצטע איבערבלייבעניש פון מיינע תמימותדיגע קינדער יארן, איז יעצט אוועק מיט'ן רויעך, און איז פארניכטעט געווארן מיט דעם שטורמישע געלעכטער, וואס די שורה האט פאראורזאכט.

בר ימינא איך האב ליב דיין שרייבן אויף אידיש און לשה"ק, שרייב מער און אפטער.

[center]להתוודע ולהגלות איך האב נאכקיינמאל קיין פאום נישט געשריבן איר ליינט דאס אויף אייער אייגענע אחריות[/center]
לרלג די שטארקע דברי התעוררות פון חכם הימיני

בר ימינא הפרענק,
האט פארן עולם געמאכט א פרענק, {פה דגוש}
געשריבן ווי צאפעדיגע קאטשקע,
און אין שטיבל געמאכט א קוראטשקע,
יעדן אריינגענומען אין ראד,
דעם גאנצען עולם געפירט אין באד,

די וואס האבן זיך געאייסערט,
נאר אין לשה"ק איז ער א מומחה,
איז געקומען דער שייסער{ט}, {ט' נבלע}
און אוועק גענומען זייער שמחה.

ווער דארף א פאאזיע, פאעט וכל שום וחניכיה,
ווען אזא מאמר מען ליינט און מען לאכט מיט רציחה,
זייט הערן זעמיל זינגען דעם "ואני",
כזאת לא שמעני,

די מכנסיים געלאפן טוישן,
עס האט זיך געטון דארט רוישן,
פארלוירן דעם כח האנושי,
ווי א בנש"ק ביי שישי,
הנאה געהאט פון יעדע מליצה,
חידושים בואו ונרוצה,
בשם די גאנצע קבוצה,
באדאנק איך מיר מיט א נשיקה מציצה...

קענסט מיר מסביר זיין פארוואס ביסט נישט אין פארמעסט???
אויס מענטש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 832
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 22, 2012 10:35 pm
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 572 מאל

שליחה דורך אויס מענטש »

בר ימינא די ביסט גערעכט מיט דיין באהויפטינג וועגן די גראמען, וואס צווינגען אריין אנדערע ווערטער אינעם פאעזיע, אבער במחילת כבוד חכמתך, וחכמתך בבאנק העולמי ינוח, ביסטו דאסמאל נישט גערעכט, וכמובואר להלן:
איך האב דיר גערופן פון די ערשטע מינוט, בר ימינא אלץ בנימין אויף אראמיש, און הספרדי אלץ דאס נאנסטע צו פרענקלין, וזה מה שכתבתי אודות כבוד מעלתו, באשכול כ"א כסלו דף ב'
קיין שום מחלוקה צווישן בר ימינא הספרדי און דעם סאטמאר רב
עס איז פשוט א חקירה וואס נישט סאטמארע חסידים, זענען בארעכטיגט צו חוקר זיין

און איך האב דוקא מיט דעם אנגעהויבן מיין שורה, און געלאפן זיכן א פאסיגע שותף צום גראם ועלה בידי פרענק. ודו"ק
און ביי מיר עכ"פ העלפט יא אסאך מאל דאס זוכן א גראם, צו העלעפן דעם מהלך השיר"ה, וכדוגמא הנ"ל, אבער בכלליות הרג'ט טאקע אפ דער גראם דעם תוכן ורצון ומכוון המשורר, ובזה גדלו מעשי המשוררים הקודמים, שעלה בידם להוציא כוונתיהם, ולא ליסחב מכונתם, ואע"פ שהי' מיסוד על הגראם.
אבער איך מוז דיר זאגן די האסט אריין געברענגט א חיות און א נייעם נהלך דא אין שטיבל, תשואות חן חן לך
דיין חתימה איז טאקע גוט,
זעה נאר דיין תגובה זאל אויך שטימען.
פארשפארט