קאמענטארן אויף די פאעזיע פארמעסט, אדר-תשע"ג
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
כ'בין דורך שווערע צוויי וואכן, אחת היא בקשתי פון מיין יוצר ובורא: גיב מיך מנוחה, ייש"כ.
במשך'ן שבת האב איך מיט א רוהיגקייט אנאלאיזרט די 15 פאעזיע שטיקלעך (וואס כ'האב מדפיס געווען צווישען די צוויי שבת פייפערס), וואס זענען ארויס געשטעלט געווארן דורך ידידנו המכונה מיץ-לימון, ה' ירום הודו, וימתיק מיצתו. האמת אגיד, איך וואלט איצט נישט געוואלט זיין אין זיין פאזיציע, ווארום עס ווארט אים נישט קיין לייכטע טעסק. צווישען די 15 שטיקלעך איז דא גאר פיינע סחורה, וואס זענען ראוי צו זיין "געווינערס", און מחליט צו זיין ווער THE געווינער איז, איז נישט עפעס וואס איך וואלט מיך אונטער גענומען אין די פארנומענע פורים-הכנות טעג.
אבער, א מיינונג האב איך, און די רעכט איר פארצושטעלען האב איך אויך. אלזא, לאמיר מסכים זיין ממה שבא לידינו, און מצמצם זיין א נומינירטע ליסטע. איז אזוי, איך, ווי דר'עולם האט מיך שוין קענען געלערנט, בין א טיפישע אינגערמאן, גארנישט ספעציעל אהער און גארנישט ספעציעל אהין. איך בין נישט קיין שדכן און נישט קיין בדחן. כ'פארשטיי נישט צו וויין, און כ'פארשטיי נישט צו חינוך. אפילו דאס ביסעלע טינט וואס כ'שפריץ ארויף אויף די בלעטער דא, זענען חידושים פעהלערדיג, כ'חזיר איבער אלטע סחורה. און ס'איז לייכט צו דערקענען אז א רייכע שפראך פארמאג איך נישט. כמעט וואס כ'לייק נישט יאנקל, ווייל 90% פון זיינע ווערטער פארשטיי איך נישט.
ווער רעדט נאך פון פאעזיע, וואס איך בין בכלל נישט קיין מאן דאמר. און דאס איז דאס ערשטע טעות וואס קופערניקוס האט געהאט, וואס האט אפגע'הרג'ט די געפלאנטע יארצייט סעודה, מיט דעם וואס ער האט געהאנגען מיין נאמען אונטער "פאעזיע פאנעל", א פאזיצע וואס וואלט געפאסט פאר משה געציל. אז איך הייב אן צו זינגען א שטיקל פאעזיע און איך כאפ נישט וואס ער רעדט, וואו ער שטייט, וכו', ווער איך צומישט, מיין CPU שטרענגט זיך איבער, אזאך וואס כ'קען נישט פארנעמען, און דער פיוט פארלירט מיין געטריישאפט.
מיום עמדי על דעתי האב איך סך הכל צוויי פיוטים מחבר געווען "דער טונקעלע מארגען" און "א hit פון ביבער". וואו געזאגט, זענען זיי נתחבר געווען בעמק הבכה, ווען אנגעזעצטקייט איז געווען אויפן העכסטען שטאפל, און ווער ווייסט צו די חידושים וואלטן נתגלה געווארן פאר'ן ציבור, ווען נישט אונזער קאווע שטיבל? – ייש"כ טייערע גבאים. עכ"פ ווען דו באטראכסט די צוויי דערמאנטע פיוטים, זעהסטו מער דער געדאנק ווי דער שפראך, איך נוץ נישט קיין נישט-באנוצטע ווערטער. ביי מיר איז דער רעיון דער יסוד פונעם חיבור.
מיט דעם הקדמה וועט איר פארשטיין פארוואס איך בין א פורש מן הציבור, און איך ווער נישט פארגאפט פון שטיקל נומער 1. ס'איז הערליך געשריבן, און מסתמא לויט די יסודות פון פעאזיע איז דאס א שטארקע קאנדיטאט, אבער די מעסעדזש איז נישט עפעס שטעכעדיג. – די ערשטע 4 שורות האב איך נאך מיטגעהאלטן, אבער די קומענדיגע 4 זענען צו הויעך פאר אזא לא-יוצלח ווי מיר. "ס'שטרייטן גייסטער אפנים" איז ריכטיגע אלט-יידישע אויסדריק פון אידיש מיט יוד. אבער א שיין שטיקל איז עס. צו באמערקען, אז נאר יעדע זעקסטע זיבעטע ווארט גראמט, משא"כ 3 4 און 5 ועוד, זענען מער גראמען פיל.
שטיקל 2. איך האב שטארק מיטלייד מיט אים. אבער אלץ א געווינער איז נישט שייך אים צו באשטימען, צוליב דעם וואס שטיקל 3 שטייגט אים איבער. וואס יא, די זכות פון אזויפיל ליינער וואס האבן מיטגעוויינט ליינענדיג זיינע בענקשאפט-צום-טאטען שורות, זאלן ארויפגיין פארן כסא הכבוד, און פועל'ן א רוח והצלה, אמן. און אויב איז ער מצליח מיט דעם, איז ער טאקע דער געווינער.
שטיקל 3, ווי שוין מרמז געווען, איז א פיין שטיקל סחורה מהחל ועד כלה. ס'ליינט זיך לייכט, און געשריבן אויף זייער א קונצלעכדיגע אופן וויאזוי די שורות ווערען קרובות. ס'שמעקט פון משה געציל, אבער די מסקנה, אז מ'גייט צו באשעפער פון הימל, און מ'וויינט זיך אויס פאר אים וכו' וכו', שמעקט מער כמעשה ידי ידידינו החביב ברסלבער. שטיקל 3 האט אבער נישט מצליח געווען מיר צו מאכן לאכן ווי שטיקל 4.
שטיקל 4. דאס איז עס. אע"פ וואס די מסקנה איז הוילע שטותים, קיינער דארף דיך טאקע נישט, נישט דיך און נישט מיך, מ'דארף דיין געלט. אבער ווען איך דערמאן זיך פון די ערשטע בריוועלעך וואס איך האב געפונען אין מיין פאסט קעסטל נאך מיין חתונה, קען איך נישט לייקענען, אז יא, ס'פיהלט גאנץ גוט (פאר די יונגע ליינער: אין מיינע צייטן האבן בחורים נאך נישט געהאט קיין POB). – דער וועג וויאזוי ער לייגט דאס אראפ, און די סארט בריווען וואס ער טרעפט איז א מחיה צו ליינען, כ'האב דאס טאקע איבערגליינט מער ווי איינמאל. ס'האט א מעסעדזש, פון די ערשטע שורה האלט איך מיט וואס ער טוט, ער באגלייט דיך די גאנצע וועג ביז ער ווייזט דיך די לעכטיגע ענדע. גראדע, שטיקל 3 טוט דאס אויך, אבער ווי געזאגט, שטיקל 4 איז מער מחודש, און שמייכלדיג.
איך וואלט שוין מכריז געווען שטיקל אלץ געווינער, אבער וואס זאל איך טוען אז דער מחבר פון שטיקל 5 (לעיקוואוד?) האט גענומען אן איי, און געמאכט פון איר א קאשטקע. דאס איז א געזונטע מחודש'דיגע שטיקל. ס'גראמט זיך לייכט, און ס'איז געשמאק. איך האב געמוזט ארויסנעמען אן עירובין גמרא צו פארשטיין וואס ער מיינט מיט די מעשה פון ר' עקיבא. די פראזע "א שיעור מדאורייתא צו קענען בענטשען" איז לכאורה א טעות, ווייל לפי זכרוני איז ברכת המזון מן התורה נאר אם אכל ושבע, ושיעור כביצה איז נאר מדרבנן. ס'וואלט געפאסט צו מאריך זיין בשבחו פונעם שטיקל, אבער, ס'רעד פון זיך אליינס. אין קורצען: א געווינער קאנדידאט.
שטיקל 6, כמדומה אז דעם שטיקל האב איך שוין באגעגענט אין שטיבל, געשריבן דורך דעם הויעכגעשעצטער בעל הפארמעסט אליין, ממילא איז נישט שייך צו נעמען א שטעלונג. דעם שטיקל, אזוי שטיקל 1, זענען פאעזיע לשם פאעזיע: ביימער, בלעטלעך, שטיל שווייגעניש, זון שטריילען, לבנה שיין, בערג, טאלען, קאלט, הייס, ווינטען, מתים און נשמות. – אנדערע וועלען פאר אים שטימען, דאך, מיין מיינונג מעג איך זיך אונטערברומען.
שטיקל 7. ריכטיג קונסט. נישט סתם. על אף ס'האט מיר גענומען א רגע צו כאפן וואס זיין מהלך, ציעל איז, אבער Once איך האב געכאפט די כוונה, האב איך באוואונדערט זיין ווערק. ס'איז קורץ און שארף. ס'גראמט, ס'רעדט, ס'שרייט, ס'גוט. דא האבן מיר נאך א געווינער קאנדידאט. איך וואלט מייחס געווען דעם שטיקל פאר מיכאל שניצלער, לבי אומר לי. עכ"פ דער מחבר האט זיכער אסאך געהערט זיינע טעיפס. – אויב דער ריכטיגע מחבר פילט זיך געטראפן פון מיין השערה, דאן קען איך אים נישט העלפן. סארי.
שטיקל 8, - כ'הייב אן צוטראכטען אז פאעזיע שרייט כלך לך אל צומעס וסומאטאכותיהם, ווייל צו פאעזיע פארשטייסטו נישט. מתים, סיביר'ע קעלט, געיאמער, טרערן, רוחות, וכו'. און ס'איז מסתב"ר אזוי, ווייל דער איפכא מסתבר"א איז זיכער נישט קיין פשוטע מחבר, מ'זעהט ער פארשטייט עפעס, ער זאגט עפעס, ער מיינט עפעס. פון די אנדערע זייט, דער טייערע מחבר, ס'זאל פאר אים זיין מסתבר, אז ס'איז איפכא, נישט יעדער איז א מומחה. אבער נניח אז דער שופט כל השטיקלעך וועט בוחר זיין אין פאעזיע לשם פאעזיע, דאן וועט שטיקל 1 און 6 זיין א שטארקע קאנקורענץ.
שטיקל 9. איך גלייב אז דער מחבר האט נישט געוואוסט וואס ס'ווארט אים אפ דא, לענגערע שטיקלעך פון גרויסע לייבן. עכ"פ איך שמעק אז ער איז ביכולת מאריך צו זיין כהנה, און ער האט יד ושם אין פאעזיע, והראיה, ער רעדט פון בערג, טרערען, און שטערנס.
שטיקל 10 גארנישט אזא בייזער חלום, ס'איז היבש זיס. כ'וואלט געראטען דעם מחבר צוצולייגען אן אויספיר, על פי דרכו:
נישט גע'דאגה'ט אידן!
ס'וועט שוין באלד קיין חלום מער נישט זיין!
דער גוי ביי אונז געבליבן!
מ'וועט מחה תמחה מיט אים מקיים זיין!
וכו',
שטיקל 11 קען נישט בטל ווערען, צוליב וואס ער איז א חתיכה הראוי להתכבד. מ'קען אויף יעדע שורה מאכן א שיר פאר זיך. א שיר?! א קינה! דער שטיקל איז תובע אידיש בלוט. ס'רייסט. כ'וואלט געבעטן שמעקעדיג (וואס טוט אין שלום בית, וויפיל מאל דארף ער דאס זאגן?..) זאל מאכן אן אשכול אויף דעם קינה. א אשכול?! א סומאטאכע! אין כאן מקומו להאריך. יקויים בך (וואס מ'זאגט שבת אינדערפרי ביים דאווענען – שטייט אויך אין תהילים): שמחנו כימות ענתנו, שנות ראינו רעה.
שטיקל 12 איז א שטיקל, דער אופן הכתיבה איז זייער קונצלעך. אביסעל קורץ לעומת די אנדערע קאנדיטאטען, אבער ס'איז ראוי להצטרף בהאי פור הוא הגורל לפני לעמאן.
שטיקל 13, דער מעסעדזש איז בייסיגער (און ברעקלעך טינוף) און געט מער וואג ווי דער עצם פאעזיע. ס'ליינט זיך גרינג, מ'פארשטייט וואו אהין דער מחבר טראגט אייך.
להוי ידוע, אז משה געציל האט מייחס געווען דעם שטיקל צו מיר. אבער ס'גלייבט זיך שווער, צוליב דעם וואס איך בין נישט קיין פרוי, אע"פ ווען מ'פרעגט מיך בשעת הזרעה וואלט איך בוחר געווען אזוי (אין 2000 והלאה, זענען פרויען אייביג גערעכט.) און קיין בעל גאוה בין איך אויך נישט, ווייל איך אליינס האב פ"ס. עכ"פ דער שטיקל איז בלי שום ספק א געוינער קאנדידאט.
שטיקל 14. א געווינער נומער צוויי. ס'הייסט, ער שפאצירט אריין אין קאווע שטיבל, ער שרייבט אפ 16 שורות פאעזיע, און שעפט פון דעם נחת, ובכל זאת, איז ער מחליט ער לאזט אלעס אפ, און זעצט זיך צוריק אין בית המדרש. כמותך ירבו בישראל.
שטיקל 15, שוין ווייטער מיט בערג, ביימער, קושן, טאנצען. דאס איז פאעזיע. ער פירט ארום די ליינער מויערען און טורעמען. אפגעזעהן צו דעם שטיקל איז דער געווינער, איז דער מחבר זיכער א מומחה אין דעם געביט. איך בין זיכער אז ער האט געשריבען און וועט שרייבן נאך.

Under influence
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
לעמאן דזשוס האט געשריבן:קאווע טרינקער, דו ביזטאס? אוודאי ווער דען?! דאס הייסט א ריכטיגע ריוויו, און קריטיק, דאס איז די ציהל פונעם פארמעסט!!!
לאו דוקא, יעצט זעה איך אז כמעט אלע האבן א רעכט צו שטימען (איך מיין מ'זאל מאכן אן אויסנאם פאר לולקע-ציבעך, אדער זאל שרייבן נאך אפאר הודעות). ממילא איז מיין גאנצע שפריצעריי צוויי מאהל גאהרנישט, ווייל אז דער עולם מאכט אפ, קען דאך אובאמא אויך געווינען.
Under influence
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
יאנקל האט געשריבן:לאמיך איבערגיין די שטיקלעך און אויסדרוקן מיין מיינונג.
א שאד אז מ'האט געשטעלט "ווינטער נאכט" צוערשט. דאס קוואליטעט פון דעם ליד איז בכח צו צעבלאזן יעדן איינרעדעניש פון א מענטשן אז ער קען פאעטיזירן. דאס איז א ליד וואס שרייט פאעזיע; וואס דארף נישט קיין הסברים. ס'זינגט פון זיך אליין און צעגייט אין אלע אברים. די ווערטער, די שילדערונגען, געקליבענע פון א רייכן ווערטער-אוצר, שניידן, רייסן, פארבענקען, און דער עיקר, דערציילן מיט טעכניקאליר וואס אזוינס דאס איז א "ווינטער נאכט". ס'וואיעט, ס'ברימט, ס'זשומעט, דאס בילד מאלט זיך אויס אין דמיון ווי א רעמבראנדט, און לאזט נאך ברייט פלאץ פאר די אוואנטורעס פון דער פאנטאזיע.
פון דער אנדערער זייט שטערט מיך אז דער געדאנק איז טרוקן, נאטור איז שיין און ערלויבט אזא וואונדערליכער ווערק, אבער מיין שטימע וויל איך געבן פאר א שעפערישער געדאנק וואס שפינט מיט פאעזיע מחשבות און אקטועלע געדאנקען וועלכע רעדן צום הארץ.
"איך וויל מיין טאטן צוריק", נומער 2, שילדערט די רירנדע בענקשאפט פאר א קינד וועמענס טאטע איז נעבעך פארשלעפט געווארן אין תפיסה. דער געדאנק איז שטארק אקטועל, די ווערטער זענען שיין געשריבן און בארירן דעם הארץ, כאטש די גראמען און די מעטאפארן זענען גאנץ פשוט און ווידערהאלנד.
"דער זארגלאזער אמאל", נומער 3, איז א הערליך שטיקל פאעזיע מיט פאסיגע גראמען און שיינע געדאנקען. ווידער "מיין פאסט קעסטל – מיין טרייסט", נומער 4, כאטש נישט אזוי רייך מיט פארשידענע סצענעס און האפענונגען, פארמאגט זי אין אירע קורצערע שורות פילע שעפערישע עלעמענטן. דער געדאנק איז שטארק אריגינעל, רירנד אין א וועג, באגלייט מיט הומאר. די גראמען שטימען גאר גוט, און טייל פון זיי זענען שטארק אריגינעל.
"דאס הינער איי", נומער 5, פארמאגט אין זיך קענטיג א סך ארבעט, סיי אינעם שרייבן און סיי אין דער מחשבה פראצעס. עס ליגט דערין א פאכמאנישקייט צוזאמענצושטעלן הומאר און תורה, באגלייט מיט שיינע גראמען. "דאס בלעטל – מיין שפיגל", נומער 6, איז אן קיין צווייפל פון די שענסטע לידער וועלכע זענען שוין ארויפגעשטעלט געווארן. דאס ליד פארמאגט די מיסטעריע פון פאעזיע, באגלייט מיט א פאלקסישער קלארער שפראך וואס מאכט קלאר די כוונה. דער געדאנק איז שעפעריש און שפיגלט אפ דעם מענטשליכן שיקזאל, און די גראמען זענען מייסטערהאפטיג.
"איך בין הייליג", נומער 7, שילדערט די טאג-טעגליכע ערשיינונג פון די וועלכע האלטן אז זיי פארשטייען דעם מח פון גאט, און פארמאגן מיט אים א ספעציעלן קשר. עס איז געשריבן אויף דעם בייסיגער סארקאזם סטיל פון דעם באקאנטן קלאסישן ליד "דער טונקעלער מארגן". "איפכא מסתברא", נומער 8, איז א קלאסיש שטיק פאעזיע וואס מ'דארף זיך דערין פארטיפן ווי אין מאדערנער קונסט. אנשטאט שילדערן מיט פאעטישע בלומעלעך אן אריגינעלן געדאנק, איז דער ליד פארשוואנגערט מיט אריגינעלע פילאזאפישע געדאנקען אין יעדער שורה, וואס דער מחבר האט געטראכט צי נישט.
כ'האף ממשיך צו זיין שפעטער.
כדרכך האסטו, יאנקל, געמאכט א סופער דזשאב. גרינטליך, אנאליטיש, קריטיש, און צוגלייך, פארשטענדליך. איך טייל דיין מיינונג, מער ווייניגער. יעדעס איינס פון די שטיקלעך איז אייגנארטיג פאר זיך. ווי מיט יעדער קאמפאזיציע, האבן אלע זיך זייערע מעלות און חסרונות. פארגלייכן זיי איינס צום אנדערן האט נישט קיין פשט, ווייל זיי זענען זייער פארשידנארטיג.
פאלגנד איז וואס איז די ערשטע רעאקציע וואס איז מיר אויפגעקומען אין געדאנק ביים לייענען די פאעמעס.
1. דער שרייבער איז אן אמת'ער פאעט.
אפשר נישטא קיין סך אריגינעלע געדאנקען; איז די פאעמע שיין געשריבן. לייק.
2. שיין. סענטימענטאל. אפשר נישט אזוי פאעטיש ווי אנדערע שטיקלעך; אבער פארט, שיין ארויסגעברענגט די הרגשים.
3. שיין און פארט געשמירט. לאזט געווענליך, פשוט'ע געשעענישן אין לעבן דורכלויפן א פאעטישער פריזמע. מאכט א גוטן דזשאב דערמיט.
4. דער עיקר קונץ דערמיט איז דאס נעמען א געדאנק וואס אין אן ארטיקל וואלט נישט געהאט קיין סך "עקסייטמענט", און פארוואנדלט אים אין א ביג דיל דורך אים צעלייגן אין א פאעמע.
5. הומאריסטיש און קיצלדיג. איך מיין אבער אז דער חידוש שבו האט נישט מיט פאעזיע. דאס שטיקל וואלט פונקט אזוי גוט געווען אויב געשריבן אין פראזע.
6. ענליך צו נומער 1. נומער 1 איז מער פאעטיש; דער געדאנק אין נומער זעקס איז מער אריגינעל.
7. איך וואלט אויף דעם געזאגט דאס זעלבע וואס אויף נומער 4.
8. ניש'קשה. גאנץ א לייטיש שטיקל; איך האב ליב די סטיל, הגם כ'מיין אז עס זאגט נישט גענוג קלאר וואס עס וויל ארויסברענגען.
9. קלאסיש היפער-ראמאנטיש שטיקל. פשוט פאעזיע. רעפלעקטירט עפעס וואס עקזיסטירט אין חלומות.
10. שיין און קיצלדיג. איך מיין אבער אז די געדאנקען אין דעם שטיקל האט מער מעגליכקייטן ווען געשריבן בנוסח פראזע.
11. רירנד און הארצרייסנד. ס'איז אבער מער דער מעסעדזש ווי דעם אופן ווי ער ווערט איבערגעגעבן.
12. תוכן הדברים איז קלאסיש און לייכט ראמאנטיש. דער עיקר חידוש איז דער קאנטראסט אין סטיל ביי יעדן שטיקל, וואס לויפט פון קורצע גראמען (ווען איך האב דיר געזען, אויפ'ן טרעין, נעבן אים) ביז דער פאלגנדער שורה (מיט די פארלאשענע אויגן). אין אלגעמיין האב איך בעסער ליב פרייהייט און שעפערישקייט און א הפקרות מיט דער סטיל. דער מחבר האט אבער דא אריינגעברענגט א חידוש מיט'ן אויפבויען א שפאנונג אין איין שורה, און דאן ווי אויסאטעמען דעם אויספיר אין איין שאס. לייק.
13. מער על או על ווי סיי וואס אנדערש. אבער די פאעזיע איז אויך ניש'קשה.
14. זיס. דווקא נישט קיין שלעכט שטיקל פאעזיע.
15. שיינע חידושים. איך וואלט דעם שטיקל איבערגעשריבן אויפ'ן שניט פון נומער 8. איך מיין אז די בילדער און געדאנקען פון דעם שטיקל בעטן זיך פאר א מער אבסראקטן און לויזן שניט ווי גראמען.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
קאווע טרינקער האט געשריבן:להוסיף עוד נקודה, איין טעות האט דער נומער 13 געהאט, אז דער קעפל זאגט שוין אויס דעם סוף פסוק. דאס איז טעות. איך וואלט געראטן אזא קעפל: "יגיע כפיך כי תאכל, אשריך".
איר האט רעכט, האמת אגיד די שטיקל איז אריינגעקומען נאכן צווייטן פייף, און אן א קעפל. האב איך אליין געשריבן דעם קעפל! איצט אז איר שלאגט פאר אנאנדער קעפל, האבן מיר עס געטוישט.
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- קאמפיאטער
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 13, 2012 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 12 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 101 מאל
- קאנטאקט:
פינעם גבאי'ן באקימען אן אישי.
שוין געמיינט אז עפעס איז פישי.
אבער סך הכל צי קימען.
אין אפגעבען די וויכטיגע שטימען.
ווער פין די פיפצען גייט באקימען מיין הסכמה?
האב איך אפגעמאכט; דער וואס וועט ארויסנעמען מיין נשמה.
איך טי צי דער זאך.
אין די אשכול פין פאזיע'ס איך געב א אויף מאך.
אן קיין סדר איך נעם מיר ליינען.
איך טראכט צי מיר מען קען שוין מיינען.
אבער ניין 'קאמפיאטער ניין.
עס לוינט נישט אוועק צי גיין.
זיצענדיג פארטיפט נישט כאפענדיג.
פיל איך ווי אן קיין שום פריעדיגע ווארענונג.
טיען זיך אויף מיין פנים פארמערן.
ווארעמע אידשע טרערן.
איך האלט עס נישט אויס.
פין דיין הארץ ארויס.
דיין ווייטאג געטיען מיטטיילן.
זאל דיין ישעוה די באשעפער צי איילן.
יאפ נאמבער "11" די האסט מיין הארץ צישפיעלט.

actually; i'm using my blackberry more than my computer
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
מיין אנאליז אויף די הערליכע שטיקלעך
איצט כאפ איך אפאר מינוט אפצושרייבן מיין קורצזיכטיגע אנאליז, לויט ווי דעתי העני' טוט אפשאצן, כאמור, שאץ איך א שטיקל פאעזיע מער-ווייניגער מיט דריי יסודות'דיגע פאקטורן א' שפראך, ב' טיפקייט און ארגינעלקייט פון געדאנק, ג' משקל-דהיינו וויאזוי די עצם שטיקל זינגט זיך! איצט וויל איך צולייגן נאך גאר א שטארקע פאקטאר וואס איז בעצם עולה על כולם אין א געוויסע זין; וויפיל מאל קען איך איבערליינען דעם שטיקל-דהיינו-גיי איך אוועקלייגן דעם שטיקל און ארויסנעמען אין א צייט פון נויט אפצוליינען און דערקוויקן מיין הארץ!!! פארשטייט זיך אז די אויבנדיגע דריי פאקטארן שפילן א וויכטיגע ראלע אין דעם לעצטן, כמובן, אבער עס קוקט זיך פון א פארקערטן קוק ווינקל.
פאר איך הייב אן, וויל איך מעלדן, איך גיי קריטיקירן אנאליזירן מיט צוגעמאכטע אויגן, דהיינו, כאילו איך ליין זיי אין א ביכל-נישט פון ניקס דא. אויב איינער שפורט באליידיגט א' זאל ער קומענדיגע מאל נישט אריינגעבן א שטיקל. ב' קען מיר מעלדן און מען וועט נישט ארויסגעבן זיין נאמען....אבער איך נעם אן אז די שרייבער פארשטייען געוויס אז די הויפט געדאנק און אויפטוה פון אזא פארמעסט איז טאקע קריטיק און בעסער ווערן!! כדרכם של קונטס-קריטיק למיניהם!
אלזא, איך וועל עס פרובירן צו מאכן קורץ און צום פונקט.
ווינטער נאכט. דער שרייבער שטעלט אראפ א פראסטיגע ווינטער נאכט, ער הייבט אן מיט די אימה'דיגע קולות פון גאס, די הינט בילן דערציילן אים אז שדים האבן זיך געדרייט אינעם פארלאזטן חושך'ן גאס, ער זעהט די ווייסע לבנה וואס קוקט אים אויס ווי זיי זענען בלאס פאר פחד פונעם שווערן ווינטער. די קורצע ביימער שטייען נאקעט-אן בלעטער און קוקן אויס פיל העכער ווי זיי זענען באמת, די ביימער בענקן נאכ'ן פארלאפענעם זומער און די זיסע בינען וואס זומען ליבליך-זיי געפעלן אים מער ווי די הינט'ישע בילן! דערנאך הערט ער גערודער פון א הימלדיגן שטורעם וואס זאגן אים אן אז א שניי גרייט זיך אנצוקומען, מאכנדיג איר וועג אראפ אויפ'ן קאלטן ערד, ער-דער שרייבער-דערזעהט אויף די פרישע שניי פיצינקע פיס-טריטן פון א קעצל וואס שטייט אין ווינקל פון גאס און פרייד זיך צו זעהן ווי הערליך די שניי האט צוגעדעקט איר צואה!
א ברעקל, א ברעקל,
פון סחורה, פיין און גלאט,
מיט ערשטע רונדע טריטלעך,
פון א קעצל, נישט ווייט.
מיט שארפע אויגן גרינע,
וואס קוקן ברוגז זיך פאר.
פארדעקט איר מיסט ס'האט,
דער ערשטער שניי אין יאר!
די צוויי בתים, זענען לדעתי די שענסטע, און פארטיגט גאר הערליך אויס דעם נארוואס געמאלעוועט בילד! די צוויי בתים קען איך איבערליינען איינמאל און נאכאמאל און דערהערן פון פריש דאס גאנצע ווינטער נאכט....
איצט צום פונקט, שפראך-העכסטע ראטע-פינעף שטערדלעך, געדאנק-געמאלן א בילד פונעם ווינטער-צוויי און א האלב שטערנדלעך, משקל-פינעף שטערנדלעך. איבערליינען-די לעצטע צוויי בתים!

- הודעות: 201
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2012 8:42 pm
- האט שוין געלייקט: 177 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
עס ווילט זיך מיר לויפן
און דעם וועלט דעם גרויסן
אוועק פון מיינע ליידן
עגמת נפש צו פארמיידן
לאזט מיר ארויס וויל זיך פון מיר שרייען
עס בלייבט מיר איבער די ווערטער צו פארדיייען
צומאל קוקט מיר אויס
אז אזוי וועט גיין ביז פונעם וועלט ארויס
אבער דען טהו איך מיר דערמאנען
אז מען איז שוין ערגער געשטאנען
אבער מיט די צייט
איז געווארען גרינגער די לייד
און עס קומט א צייט
ווען מען ווערט צוריק פיהל מיט פרייד
קוק נאר אהן דיר וואו די שטייסט
עס איז שוין געווארען גרינגער אויפן גייסט
ווען די מארגן וועט אויפשיינען
וועלן מיר זיך שוין צוזאמען פרייען
און דעם וועלט דעם גרויסן
אוועק פון מיינע ליידן
עגמת נפש צו פארמיידן
לאזט מיר ארויס וויל זיך פון מיר שרייען
עס בלייבט מיר איבער די ווערטער צו פארדיייען
צומאל קוקט מיר אויס
אז אזוי וועט גיין ביז פונעם וועלט ארויס
אבער דען טהו איך מיר דערמאנען
אז מען איז שוין ערגער געשטאנען
אבער מיט די צייט
איז געווארען גרינגער די לייד
און עס קומט א צייט
ווען מען ווערט צוריק פיהל מיט פרייד
קוק נאר אהן דיר וואו די שטייסט
עס איז שוין געווארען גרינגער אויפן גייסט
ווען די מארגן וועט אויפשיינען
וועלן מיר זיך שוין צוזאמען פרייען
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
מיין אנאליז אויף איך וויל מיין טאטן
איך וויל מיין טאטן צוריק. זייער זייער א ווארעמע שטיקל, ספעציעל נעמענדיג אין באטראכט די נארוואס פארלאפענע סאמאטוכע בפרט, און אזוי אויך די אנדערע היימישע יושבי חשך וצלמות! דער שרייבער לייגט זיך אריין טיף טיף אינעם קליין הערצעלע פונעם קליין קינד פונעם צום-תפיסה-פאראורטיילטן. דאס קינד רעד כלומרשט צום טאטן און בעט זיך ער דארף נישט קיינע הסבירים, קיינע בריוו, קיינע בארואיגונגס-ער וויל זיין טאטע זאל אים אפווישן די טרערן וואס ער גיסט אויף'ן טאטע'נס אפוועזהייט!!
איך פרעג פארוואס, ער זאגט איך בין קליין צו פארשטיין,
אבער איך דארף מיין טאטע, איך בין נאך זייער קליין
די צוויי שורות, איז לדעתי דאס טיפסטע, דאס קינד פרעגט פארוואס, דער טאטע ענטפערט, ביזט צו קליין! ענטפערט דאס קינד, טאקע דערפאר דארף איך דיך אזוי וויכטיג...
עס פירט אויס, דאס קינד זעהט אז דער טאטע איז פארגאנגען ווענד ער זיך דערפאר צום טאטען אין הימל און פרובירט דארט זיין גליק!!
אלזא, שפראך-זיס און שיין, צוויי און א האלב שטערנס, געדאנק-הערליך, אידיש הארץ-רירנד, דריי און א האלב שטערנדלעך, משקל-דריי שטערנס, מיטנעמען און ליינען שפעטער-פינעף שטערנדלעך....ווען איך גיי מיר דערמאנען פון א יושב כלא, וועל איך אפליינען דעם שטיקל! שקויעך שרייבער.
דרך אגב, עס איז גאנץ קלאר, אז דער שרייבער האט נישט געצילט צו א נומער איינס אינעם פארמעסט, בלויז געשריבן וואס איז אים געליגן אויףן הארץ!
איך פרעג פארוואס, ער זאגט איך בין קליין צו פארשטיין,
אבער איך דארף מיין טאטע, איך בין נאך זייער קליין
די צוויי שורות, איז לדעתי דאס טיפסטע, דאס קינד פרעגט פארוואס, דער טאטע ענטפערט, ביזט צו קליין! ענטפערט דאס קינד, טאקע דערפאר דארף איך דיך אזוי וויכטיג...
עס פירט אויס, דאס קינד זעהט אז דער טאטע איז פארגאנגען ווענד ער זיך דערפאר צום טאטען אין הימל און פרובירט דארט זיין גליק!!
אלזא, שפראך-זיס און שיין, צוויי און א האלב שטערנס, געדאנק-הערליך, אידיש הארץ-רירנד, דריי און א האלב שטערנדלעך, משקל-דריי שטערנס, מיטנעמען און ליינען שפעטער-פינעף שטערנדלעך....ווען איך גיי מיר דערמאנען פון א יושב כלא, וועל איך אפליינען דעם שטיקל! שקויעך שרייבער.
דרך אגב, עס איז גאנץ קלאר, אז דער שרייבער האט נישט געצילט צו א נומער איינס אינעם פארמעסט, בלויז געשריבן וואס איז אים געליגן אויףן הארץ!
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
מיין אנאליז-דער זארגלאזער אמאל.
דער זארגלאזער אמאל. דער שרייבער, דערציילט גייסטרייכיג זיין מצב-און אלע זיסע קינדערלעך'ס מצב-אלס קליין קינד. ער הייבט אן אלס גאר פיצל ווען די עסן און ארויסגיין איז נישט זיין אייגענע דאגה, דאס שלאפן און אויפשטיין, גארנישט גארנישט-איין קליינע דאגה, וואס אויך דאס דארף ער נישט לעזן און דאס איז; זיין נאנט צו זיין מאמע, און אויך אויף דעם זארגט די מאמע אזוי שטארק און ברענגט עס הערליך ארויס מיט אט די זאץ,
דאס לעבן אזוי פיין
בעסער קען נישט זיין
נישטא קיין פראבלעמען צו לעזן
צרות קיין איין
איך בין נישט אליין
די מאמע מיין גאנצע וועזן נישטא קיין פראבלעמען צו לעזן!!! דערנאך, ער טרעפט זיך אונטער די חופה מיט א אשת חיל וואס ער האט געפינען, קורץ דערנאך דערזעהט ער זיך מיט די לעבנ-פראבלעם, פון פרנסה ביז גוטע קינדער און אלעס אינדערצווישן-ער זוכט ווי זיך צו ווענדן, און טרעפט נישט....ער ווייסט פון אזא זאך באשעפער, אבער ער ציטערט זיך צו אים צו ווענדן, ווייל ער איז מיט פוטער אויפן קאפ!! און האט מורא צו באווייזן א פנים און נאך דערצו מיט א בקשה'לע ממש א חוצפה. און זאגט עס אין איין ווארט צרות מער ווי איך מיין, איך בין אינגאנצן אליין! נאטורליך נעמט ער א תהלים'ל אין פארצווייפלונג און אט טרעפט ער א שורה וואס ליינט "כגמול עלי אמו" הייסט עס אז ג-ט איז די מאמע פאר די גרויסע מענטשן פון די וועלט! די מאמע ווישט צואה, באשעפער ווישט עוונות....פשי, ער האלזט און קושט דעם תהלימ'ל און דא שפילט ער זיך ארום מיט זיין פריערדיגע ווערטער, און טוישט עס אויף צרות מער ווי איין, אבער איך האב צו וועם צו גיין!
אלזא, שפראך-זיס, שיין, אידיש-דריי שטערנדלעך, געדאנק-פינעף שטערנס, משקל-פינעף שטערנס, מיטנעמען אויף ווייטער איבערליינען פינעף שטערנס, אפשר זעקס בפרט די שורות,
עס איז שוין צוריק גוט
אין יעדן געביט
אוי ווי געשמאק איז דאס געוועזן
מיט א רוהיג געמיט
דער באשעפער מיר היט
איך לעב גאר אויף זיינע שפּעזן
דאס לעבן אזוי פיין
בעסער קען נישט זיין
אלע פראבלעמען קען מען לעזן
צרות מער ווי איין
אבער איך האב צו וועם צו גיין
דער באשעפער מיין גאנצע וועזן!