ביטול היש -- צו וועמען?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

ביטול היש -- צו וועמען?

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

ביטול היש, מבטל זיין דעם איך, דעם ישות, איז אביסל שווער צו פארדייען. דער עצם געדאנק איז שיין און גרינג צו פארשטיין. אבער וואס מיינט עס למעשה: איך זאל זיך צעבלאזן? פארשטיין אז יענער איז מער פון מיר? אז איך בין נישט גענוג גוט? אז איך קען קיינמאל נישט יוצא זיין? דאס איז דאך אוממעגליך. ווייל אזוי לאנג ווי ס'איז דא אן "איך", איז דאך דער "יש" נישט בטל. וויאזוי קען איך זיך מבטל זיין, אויב "איך" פארבלייב אינעם בילד? אזוי לאנג ווי איך דארף דורכפירן דעם ביטול-פראצעדור, וועל איך בשום אופן נישט קענען דאס אויספירן.

לאמיר דאס פארשטיין דורך אריינטראכטן אין דעם מהות פון "איך" און "מיינס". (ווער איך בין, האבן מיר שוין פעסטגעשטעלט, ווייס איך נישט. אבער ווער איך זאל נאר נישט זיין, וויל איך וויסן וויאזוי עס מבטל צו זיין!)

אויב כאפט מיך א נערוו צו געבן זיך א גוטן ציפ אין דער האנט, קען קיינער צו מיר נישט האבן קיין טענות. ס'איז מיין האנט, און איך מעג זי טאן וואס איך וויל. יעדער וועט אבער מסכים זיין אז מיין קינד טאר איך נישט סתם אזוי געבן דעם זעלבן ציפ -- אפילו דאס קינד איז אינגאנצן מיינס; איך האב עס אראפגעברענגט אויף דער וועלט און האב אויף אים דאס גרעסטע מאס בעלות.

וואס איז דער חילוק צווישן מיין קינד און מיין האנט? ביידע באלאנגען דאך צו מיר, נישט אזוי: ס'איז מיין קינד; ס'איז מיין האנט. ביידע טוען אויך וויי. אויב וועל איך געבן מיין קינד א גוטן ציפ דורכאויס א כעס-אויסברוך, וועט עס מיר, נאכ'ן זיך בארואיגן, גוט וויי טאן.

איין חילוק אויבנאויף איז דא. ביידע, דאס קינד און די האנט, באלאנגען טאקע צו מיר. דאס קינד איז אבער פארט נישט א חלק פון מיר; ס'איז נישט מיינס אין דעם זעלבן זינען ווי די האנט, וואס איז צוגעטשעפעט צו מיין גוף.

אבער, באמת: אין ביידע פעלער האב איך יסורים. ביידע טוען וויי. פארוואס ווערן די צוויי פארט געזען אזוי אנדערש?

לאמיר אריינקריכן א טראפ טיפער. דער מענטשליכער גוף איז דאך אין אמת'ן נישט איין גרויסער שטיק, ווי ער זעט אויס פאר'ן אויג. מיר זענען צוזאמגעשטעלט פון צעלן, וואס זענען צוזאמגעשטעלט פון נאך קלענערע חלקים, וואס זענען צוזאמגעשטעלט פון נאך קלענערע חלקים. סוף כל סוף באשטייט יעדער מענטש פון אטאמס. אן אטאם באשטייט פון זייער ווייניג מאטעריאל. איבער 99 פראצענט פון יעדן אטאם באשטייט פון ליידיג חלל.

קומט אויס אז דער קערפער באשטייט פון סך מער ליידיג פלאץ, ווי חומר. א מענטש איז באמת א לופטיגער וועזן: 99 פראצענט לופט און איין פראצענט ממשות'דיגן מאטעריאל.

דאס זאגט אז די האנט איז גארנישט אזוי נאענט און באהאפטן צום קערפער. זי האט פאקטיש סך ווייניגער שייכות מיט אונז ווי עס זעט אויס.

א קינד, פון דער אנדערער זייט, איז סוף כל סוף אויך א טייל פון מיין גוף. זיין ערשטער צעל, פון וואס זיין גוף האט אנגעהויבן ווערן און וואקסן, איז געווען מיינס. ממש אזוי. ער איז פונקט אזוי א חלק פון מיין גוף ווי מיין האנט. ער איז טאקע נישט באהאפטן צו מיין קערפער; אבער אפילו מיין האנט -- די צעלן וואס פורמען מיין האנט -- איז אויך נישט עפעס מורא'דיג פעסט באהאפטן צום גוף. און וויי טאן טוען מיר ביידע וויי.

אין ליכט פון אזא הקדמה קען מען זאגן, אז דאס שייכות פון זאך ביז זאך, אפילו ביי זאכן וואס זענען אזוי מיינס ווי מיין קען נאר זיין, איז באזירט אויף זייער ווייניג ממשות. דער יסוד פאר "מיינס" באשטייט כמעט אינגאנצן פון פסיכאלאגישע און קולטורעלע הנחות קדומות. דאס איז אמת פאר מיין קינד, מיין האנט, און אפילו מיין גוף. אפילו דער קשר פון די צעלן-חלקים ביז'ן עצם צעל איז זייער לויז און לופטיג.

ס'איז אמת אז למעשה זענען מיינע קערפער-טיילן פארבינדן צווישן זיך און מיט מיר דורך דער קעגנזייטיגער אנגעוויזנקייט וואס זיי האבן איינער אויפ'ן אנדערן. (אן קיין אטאמס זענען נישטא קיין צעלן, און אן קיין צעלן איז נישטא קיין האנט.) אבער לפי זה איז מיין האנט אין זעלבן סוג ווי דאס עסן וואס דערנערן מיך און דערהאלטן אין מיר דאס חיות. יענץ איז אויך זייער וויכטיג פאר מיין עקזיסטענץ. דאס עסן גייט אויך אריין אין מיין גוף. דאס עסן ווערט אייגנטליך א חלק פון מיין גוף. דאס שטיקל ברויט וואס איך עס פאר פרישטאג, האט פאר'ן אויפגעגעסן ווערן גארנישט ווייניגער שייכות מיט מיר ווי מיין קינד נאכ'ן געבוירן ווערן.

שייכות פון זאך ביז זאך, ובכן, איז מער דמיון ווי ממשות. די איינציגע זאך אויף וואס מען קען זאגן אז זי איז גאנץ, אז זי האט עפעס, פארמאגט עפעס, אז עפעס באלאנגט צו איר -- איז די גאנצע בריאה, כל היקום, דער כלל פון כל העקזיסטענץ כולו. אויב קוקט מען אן די בריאה ווי איין גרויסן וועזן, קען מען זאגן אז אלעס וואס איז פאראן, באלאנגט צו איר. ווייל ווען מען קוקט אלעס אן פון אזא קאסמישן פערספעקטיוו, איז טאקע אלעס טייל פון דער דאזיגער איין-איינציגער זאך. די בריאה איז דער עצם; אלעס אין דער בריאה איז א טייל פון איר. קען די בריאה זאגן מיט א זיכערקייט אויף סיי וואס: ס'איז מיינס.

"איך" און "מיינס" זענען פון אזא קאסמישן, אל'בריאה'שן פערספעקטיוו, הויל דמיון.

ס'איז אמת אז "למעשה", נאך אלע פשט'לעך, ארבעט נישט די וועלט אזוי. עס זענען פאראן כללים וועגן איך, מיך, און מיינס. און די וועלט מוז האבן אזעלכע כללים כדי צו קענען עקזיסטירן. אבער די זעלבע זאך איז אמת כלפי מיינע צעלן און אברים. אויב מאכט זיך א געזונטהייט פראבלעם אין מיין האנט, און עס פארלאנגט זיך אויף איר דורכצופירן א ווייטאגליכע אפעראציע, וועט די האנט נישט קענען האבן קיין טענות, ווי האסטו די חוצפה מיך וויי צו טאן: וואס דארף איך ליידן אז דיינע נערוון אין מוח שפירן ווייטאג?

די וועלט, פונקט ווי דעם גוף, פירט זיך מיט א סדר און כללים, וואס מוזן אויסגעפאלגט ווערן כדי זיי זאלן האבן א קיום און המשך. אבער דער דאזיגער סדר איז מער פראקטיש ווי "אמת". די איינציגע אמת-אביעקטיווע עקזיסטענץ וואס איז עפעס וואס קען זאגן מיט א זיכערקייט אויף עפעס אז ס'איז אירס, איז כלל-כל הבריאה כולה.

ווען א מענטש באווייזט דאס אמת'דיג צו באגרייפן מיט'ן הארץ, פילט ער א טעם פון "ביטול היש". ער דארף זיך נישט צעברעכן, אדער זיך מסביר זיין אז ער איז גארנישט מער ווי קרוץ מחומר; עס פעלט אויך נישט אויס זיך צוצושטעלן און פארגלייכן צו אנדערע מענטשן, און מאכן דעם חשבון אז ער איז נישט אזוי גוט ווי יענעם אא"וו. ביטול היש מיינט נישט אז ס'איז פאראן אזא זאך ווי חשוב און ווערט, נאר איך פּאס פשוט נישט אריין אין יענער קאטעגאריע. ביטול היש איז דאס פארשטיין מיט'ן הארץ (נישט אינעם מוח -- וואס באגרייפט דעם קאנצעפט נאר אויף אן אינטעלעקטואלער מדריגה) אז איך בין באמת גארנישט מער ווי א פרט אין אן עקזיסטענץ וואס איז סך גרעסער -- נישט ווייניגער ווי מיין האנט איז א פרט אין מיין עקזיסטענץ.

ביטול היש מיינט א ביטול צו מרס. בריאה, צו דער גאנצער גרויסער "זאך". און נישט ווייל איך בין גארנישט, נאר ווייל מיין עקזיסטענץ קען בעצם נישט זיין עפעס אנדערש ווי א טייל פון דעם גאנצן יקום.

אזא מין ביטול ברענגט נישט קיין געפאלנקייט, נאר דווקא רואיגקייט, מנוחה, שלוות הנפש. דער עגא פארלירט א סך פון דעם זעלבסט-חשיבות וואס ער טיילט זיך צו מיט א ברייטער האנט. דער עגא, וואס איז דער שורש פאר כמעט אלע הארצווייטאגן און אינערליכע קאנפליקטן, ווערט געזען ווי נאך א פרט, איינער פון זייער, זייער א סך.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר