תלמוד ירושלמי

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ממי_שאמרו
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1444
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 7:45 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1431 מאל

תלמוד ירושלמי

שליחה דורך ממי_שאמרו »

בס"ד

שאלו שלום ירושלים

דער חסד וואס די אייבערשטער האט געטוהן צו אונז אז ער האט אונז פארשפרייט צווישן די פעלקער (אזוי ווי די גמרא זאגט שוין אז דאס איז א גרויסע חסד פונעם אייבערשטער, און דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס כלל ישראל האט געהאט א קיום ביז היינט) האט געמאכט אז עס איז איז ביי אונז פארשידענע מיני מנהגים, מנהג אר"י, מנהג פוילן, מנהג אונגארן וכו', פארשידענע מיני נסחאות, נוסח ספרד און נוסח אשכנז וכו', אזוי אויך איז אויסגעקומען אז עס איז דא ביי כלל ישראל צוויי תלמודים, תלמוד בבלי און תלמוד ירושלמי.

איבער די ירושלמי המזויף איז שוין געשריבן געווארן אין יעדע זייטל און אויסגאבע, איך וויל שרייבן מער וועגן די תלמוד הירושלמי וועלכע איז נישט מזויף געווארן. וכאן מודעה רבה לאורייתא, די ארטיקל איז שוין געלאפן אינעם בלאט סוכות תשע"א. (צוויי ארטיקלען האט מיין חבר אריינגעשיקט אינעם בלאט- די, און מדינה של גיהנום). און א טייל פון דעם האט הרב הגאון הבקי רבי אהרן קרויס שליט"א שוין גערעדט ברבים.


עס שטייט אין פסוק כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים, דאס הייסט אז די תורה גייט ארויס פון ירושלים, אז מ'קוקט אריין אין א אוצר הספרים אין ביהמ"ד וועט מען זעהן אז עס איז דא צוויי גמרות, א תלמיד בבלי און א תלמיד ירושלמי. לכאורה פון די פסוק זעהן מיר אז מיר וואלטן ווען געדארפט לערנען מער ירושלמי און ווייניגער בבלי, אויב אזוי פארוואס לערנען מיר בבלי מער פון ירושלמי?

הקדמה:

די גמרא זאגט שוין הכל תלוי במזל אפילו ספר תורה שבהיכל, אז מ'טראכט אריין קען מען זאגן אז בבלי און ירושלמי זענען אזוי ווי צווילינג ברודערס, ביידע האט דער אייבערשטער געגעבן ביי מתן תורה, ביידע זענען געמאכט געווארן אדורך די אמוראים וועלכע זענען מפרש די תנאים. ירושלמי איז געמאכט געווארן פריער פון בבלי, אפילו אין תלמוד בבלי אליינס קען מען זעהן ווער עס האט געוואוינט אין ארץ ישראל און ווער אין בבל, וועם די גמרא בא'טיטל'ט 'רבי' מיט א יו"ד, האט געוואוינט אין ארץ ישראל, און וועם די גמרא בא'טיטל'ט אין א יו"ד, האט געוואוינט אין חוץ לארץ.
תלמיד ירושלמי איז שוין געמאכט געווארן צוויי צו דריי הונדערט יאר נאכן חורבן בית שני, פון די אנדערע זייט תלמוד בבלי האט מען געמאכט איבער דריי הונדערט יאר שפעטער אדורך רב אשי ורבינא (צו זיי האבן מסדר געווען די גאנצע, צו נאר א האלבע איז אן עקסטערע שמועס ועוד חזון למועד אי"ה). אז מ'טראכט אריין נאר מער, זעהט מען אז בזמן חז"ל איז בבלי געווען שטארק אונטערטעניגט אונטער ירושלמי, און יעדער האט גע'פסק'נט ווי ירושלמי. אזוי ווי די גמרא אין זאגט שוין אין תלמוד ירושלמי מסכת שבת אז רבי יהודה נשיאה (אן אייניקל פון רבינו הקדוש און האט געוואוינט אין ארץ ישראל) האט מתיר געווען צו ניצן אויל פון א גוי (שמן של עכו"ם), אבער רב האט נישט געוואלט אננעמען דעם פסק, האט אים שמואל געזאגט אז דו וועסט נישט אננעמען די פסק וועסטו זיין א "זקן ממרא" (אן אלטער ווידערשפעניגער). כאטש רב איז געווען א שטיקל תנא ווי מ'זעהט עטליכע מאהל אין ש"ס 'רב תנא ופליג', און ער איז געווען עלטער פון רבי יהודה נשיאה, מיט דעם אלעם האט אים שמואל געווארנט אז ער זאל זיך נישט קעגן שטעלן רבי יהודה נשיאה'ס פסק דין, אויך לכאורה מכח דעם פסוק כי מציון תצא תורה.

וכאן הבן שואל, אבער היינט צוטאגס איז ורב יעבוד צעיר, ווען עס איז דא א מחלוקה צווישן בבלי און ירושלמי, פסק'נט מען רוב מאהל ווי בבלי, אסאך מער מענטשן לערנען בבלי און ווייניגער מענטשן לערנען ירושלמי, אפגערעדט פון סדרי הישיבה, יעדע חדר, ישיבה האט זיך זייער סדר הלימוד אין בבלי, א שיעור עיון און א שיעור פשוט. אבער אין ירושלמי, מאן דכר שמיה? קיינער כמעט לערנט דאס נישט, פארוואס איז דאס טאקע אזוי? פארוואס האט מען אזוי נאכגעלאזט אינעם תלמוד ירושלמי? נאר לא אשמים אנחנו, מיר זענען נישט אזוי שולדיג אין דעם, שוין הונדערטער יאר צוריק זעהט מען ווי אזוי די ראשונים אדער די אחרונים פראבירן צו מלמד זכות זיין אויף כלל ישראל און פארעטנפערן די סיבה פארוואס מיר האבן אזוי נאכגעלאזט דעם תלמוד ירושלמי.


פארוואס טאקע מער בבלי פון ירושלמי:

רב האי גאון זאגט אין א תשובה אז די סיבה דערפון איז צוליב דעם וואס שפעטער מיט די יארן אין די תקופה פון סוף אמוראים איז געווארן זייער שווער פאר די ערליכע אידן אין ארץ ישראל, די צרות און עגמת נפש וואס די אידן האבן דארטן געליטן האט זיי געצווינגען אראפצוגיין פון ארץ ישראל קיין בבל, איז אויסגעקומען אז רוב אמוראים וועלכע האבן קודם געוואוינט אין ארץ ישראל און מחבר געווען תלמוד ירושלמי האבן זיך שפעטער אראפגעצויגן קיין בבל און דארט ממשיך געווען אין תלמוד בבלי. קומט אויס, אז אין תלמוד בבלי ליגט אויך א גרויסע חלק פון תלמוד ירושלמי, איז שוין געווארן מער אנגענומען בימים ההם און כל שכן בזמן הזה תלמוד בבלי מער פון תלמוד ירושלמי.

אדער איז דא וואס ווילן זאגן נאך א טעם, אדער ווייל בבלי האט געהאט ווער עס זאל עס פארשפרייטן, עס איז מיטגעגאנגען מיט די גלות ווי די אידן האבן געוואנדערט, פון בבל קיין אייראפע וכו', פון די אנדערע זייט די ערליכע ישוב אין ארץ ישראל איז אלס געווארן קלענער און קלענער און עס איז נישט געווען ווער עס זאל עס פארשפרייטן אין חוץ לארץ (חוץ ביי די ספרדישע קהלות בעיקר אין טערקיי, וואס רוב מפרשי הירושלמי קומען פון די ספרדישע חכמים אדער פון ארץ ישראל). אדער איז דא וואס ווילן זאגן אז די סיבה איז צוליב דעם וואס מיט די יארן ווערן כסדר טעותים, במילא אין בבלי ווי עס איז געווען מער מענטשן וואס האבן דאס מפרש און מסביר געווען און אודאי אסאך מער מענטשן וועלכע האבן לכתחילה דאס געלערנט, האבן זיי מתקן געווען אלע טעותים (אזוי ווי מיר זעהן טאקע רש"י איז מתקן אסאך מאהל א טעות ווי אויך דער הגהות הב"ח און נאך), אבער פון דער אנדערע זייט, אזוי ווי ווייניגער מענטשן האבן לכתחילה געלערנט תלמוד ירושלמי, האט זיך דארט אריינגעכאפט גאר אסאך טעותים, אויף אזוי ווייט אז דער רשב"א זאגט אז אין תלמוד ירושלמי איז דא אזוי סאך טעותים אז 'אפשר' איין מענטש אין יעדע דור, קען באמת ירושלמי!

ווען און ווער האט מען דאס מחבר געווען:

משניות איז מסודר געווארן בערך 160 יאר נאכן חורבן בית שני, אבער ווען די ירושלמי איז געשריבן געווארן, איז שוין א מחלוקת. דער ראב"ד הראשון שרייבט אז עס איז געשריבן געווארן בערך צוויי הונדערט יאר נאכן חורבן בית שני, אבער דער רמב"ם און דער ראב"ד און אזוי אויך דער ר"ש מקינון שרייבן אז עס איז געשריבן געווארן ארום דריי הונדערט יאר נאכן חורבן בית שני. רב שרירא גאון שרייבט אז די מחלוקת ווער עס האט מסדר געווען ירושלמי ווענדט זיך ווען מען האט מען דאס מסדר געווען, ווייל רבי יוחנן איז נפטר געווארן ארום 2 הונדערט יאר נאכן חורבן בית שני. דאס אז בבלי איז לכאורה געשריבן געווארן פינף הונדערט יאר נאכן חורבן בית שני איז גאנץ זיכער (על כל פנים, רוב).

דער רמב"ם האלט אז רבי יוחנן וועלכע איז געווען פון די ערשטע אמוראים און איז נאך געווען א תלמיד פון רבינו הקדוש האט דאס מסדר געווען, אבער עס איז זייער שווער דאס צו זאגן, ווייל אפילו לויט די דעה אז עס איז געשריבן געווארן ארום צוויי הונדערט יאר נאכן חורבן, רוב אמוראים וועלכע מ'טרעפט אין ירושלמי האבן געלעבט צוויי צו דריי דורות נאך רבי יוחנן. עס איז דא וואס זאגן אז דער וואס האט דאס געשריבן איז נישט דער באקאנטע רבי יוחנן בר נפחא, נאר רבי יוחנן בר מרי וועלכע האט געלעבט שפעטער פון דער ערשטע רבי יוחנן. אדער איז דא וואס ווילן זאגן אז רבי יוחנן האט נאר אנגעהויבן, אבער אנדערע האבן דאס צוגעענדיגט, אזוי ווי תלמוד בבלי האט לכאורה נאר רב אשי ורבינא אנגעהויבן צו שרייבן און אנדערע האבן דאס צוגעענדיגט.

רבי יוחנן אליינס האט נישט געוואוינט בכלל אין ירושלים נאר האט געוואוינט און געפירט זיין ישיבה אין טבריה, בשעתו איז די ישיבה פון רבי יוחנן אין טבריה געווען די גרעסטע, גרעסער פון די ישיבה אין צפורי, לוד און אין צפורי. און אזוי אויך רוב אמוראים אין יענע תקופה (דער רמב"ם מיט'ן של"ה הקדוש האט מען באגראבן נעבן זיי אין טבריה) האבן געוואוינט אין יענע געגענט.

דאס געשטעל פון ירושלמי:

די שפראך וואס רבי יוחנן האט גענוצט איז אינגאנצן אנדערש פון תלמוד בבלי, קודם כל די שפראך פון בבלי איז לשון הקודש צוזאמגעמישט מיט אראמיש, ירושלמי איז לשון הקודש צוזאמגעמישט מיט עטליכע אראבישע שפראכן. און אזוי אויך איז די וועג פון ירושלמי זייער קורץ, ער שרייבט נישט חייב נאר חב, ער שרייבט נישט ארויס א גאנצע נאמען נאר א צו-נאמען, ווי למשל פאר אליעזר ניצט ער ליעזר, אזוי אויך שרייבט ער נישט אמר רבי יוחנן למשל, נאר ער שרייבט גראד די הלכה וואס רבי יוחנן האט געזאגט אהן די אמר. אויף אזוי ווייט אז ווען די גמרא איז בבלי (ב"ק דף ו') וואונדערט זיך פארוואס שטייט חב במזיק און נישט חייב המזיק, זאגט די גמרא אז די שטיקל קומט פון ירושלמי.
און בכלל אין ירושלמי איז נישט דא אזוי פיל קשיות ווי אין בבלי. אין ירושלמי ברענגט מען מער ארויס נאר די חלק הלכה, און נישט די קשיות פון איין אמורא אויפן צווייטן (גאר ענדליך פון משניות וועלכע איז אויך געמאכט געווארן אין ארץ ישראל). אזוי ווי די גמרא זאגט שוין אין סנהדרין כ"ד ע"א, אז די חכמי ירושלמי איז איינער פארן צווייטן אזוי זיס ווי שמן זית, אבער די חכמי בבל זענען אזוי ביטער איינער פארן צווייטן ווי א זית. נאך א חילוק, אז די חכמי ירושלמי מאכן זיך שיין איינער דעם צווייטן בהלכה, אבער די חכמי בבל צושטערן איינער דעם צווייטן בהלכה.
פאר א קליינע דוגמה, אין בבלי איז דא ביי בבא קמא, מציעא, בתרא אן ערך פון 420 בלאט, אבער ביי ירושלמי איז די דריי מסכתות נאר 88 בלאט!

איינע פון די סיבות פארוואס טאקע אין ירושלמי איז כמעט נישט דא קיין אגדות, ווייל זיי האבן שוין געהאט מדרש רבא, פסיקתא און נאך מדרשים וועלכע איז געווען אגדה, האבן זיי געמאכט די גמרא בעיקר פאר הלכות.

מ'קען טאקע טרעפן אסאך מאהל ווי די גמרא אין ירושלמי פרעגט א קשיא, אבער פילט אפילו נישט פאר וויכטיג צו ענטפערן דערויף, ווייל עס איז נישט געבויעט אויף א וועג פון קשיות איינער אויפן צווייטן.

אנדערש פון בבלי, וואס דארט איז דא פול מיט מפרשים ווי רש"י און תוספות, איז אין ירושלמי כמעט נישט דא קיין מפרשים (צוליב דעם וואס שוין דעמאלס האט מען דאס ווייניגער געלערנט). צוליב דעם פסק'נט מען היינט רוב מאהל ווי תלמוד בבלי און נישט תלמוד ירושלמי.
דא איז א ליסט פון טייל פון די מפרשי הירושלמי:

א פירוש פון הרה"ג רבי משה מרגלית זצ"ל (איינע פון די רבי'ס פונעם ווילנא גאון) אויף גאנץ ירושלמי, און עס איז איינגעטיילט אין צוויי פירושים, א גרינגערע וואס הייסט פני משה, און א לענגערע וואס הייסט מראה פנים.
דער רידב"ז זצ"ל האט געמאכט א פירוש וואס זעהט אויס ווי א לאנגע רש"י (ענדליך צום רשב"ם אין מסכות מכות).
נאך א פירוש איז דא פונעם בעל החרדים זצ"ל פון צפת (טייל מקומות פירן זיך צו זאגן זיינע פיוטים שמחת תורה צווישן די הקפות), ער האט געמאכט אויף מסכת ברכות און אויף מסכת ביצה.
א פירוש פון רבי שלמה סיריליאו זצ"ל (איינע פון די גרויסע ספרדישע חכמים נאך גירוש שפאניע) זיין פירוש איז אויף סדר זרעים און מסכת שקלים.
די פירוש פון רבי יהושע בנבנישתי זצ"ל (א גרויסע ספרדישע חכם, זיין ברודער איז געווען רבי חיים בעמח"ס כנסת הגדולה, און רבי משה בעמח"ס שו"ת פני משה- זיי האבן געלעבט אין טערקיי בשעת די תקופה פון שבתי צבי ימ"ש און אביסל שפעטער) זיין פירוש הייסט שדי יהושע אויף א חלק פון סדר זרעים און סדר נזיקין.
יפה מראה – די פירוש פון רבי שמואל יפה אשכנזי זצ"ל (האט געלעבט אין טערקיי פאר 500 יאר צוריק, און איז געווען בשעתו איינע פון די גרעסטע גדולי וחכמי ספרד) אויף די אגדות פונעם ירושלמי.
ביאור הגר"א – א פירוש וואס די תלמידים פונעם ווילנא גאון האבן נאך געשריבן וואס ער האט געזאגט.
נועם ירושלמי – פון רבי אייזל חריף (הגאון רבי יהושע יצחק שפירא, געווען דער אב"ד פון סלאנים), זיין פירוש גייט בעיקר ארויף אויף די שווערערע סגיות פון ירושלמי.
יפה עינים – פון רבי אריה לייב יעלין, דאס איז א חיבור צום סוף פון תלמיד בבלי ווי ער ברענגט נאך וואס די ירושלמי זאגט אויף די סגיות וואס די גמרא האט דערמאנט אין די מסכת.
ציון ירושלים – די פירוש פון רבי יוסף שאול נתנזון זצ"ל דער לעמבערגע רב- אזוי אויך האט ער ארויס געגעבן די ספר שואל ומשיב און נאך ספרים.
הגהות הירושלמי – די פירוש פון מונקאטש'ע רב זצ"ל (רבי חיים אלעזר שפירא) אזוי אויך בעל שו"ת "מנחת אלעזר".

ירושלמי נעמט זיך אן פאר זיין כבוד:

רבי יוחנן פלעגט זיך זייער אננעמען פאר זיין תלמוד ירושלמי, אפילו אין תלמוד בבלי האט ער כסדר אריינגעווארפן אז תלמוד ירושלמי איז מער חשוב'ער. אזוי ווי די גמרא ברענגט נאך א פסוק אין חגיגה דף י' ע"א. 'ליוצא ולבא אין שלום'- אז איינער וואס טוישט זיין סדר הלימוד וועט נישט האבן קיין הצלחה. זאגט רבי יוחנן אז דאס גייט ארויף אויף איינער וואס האט געלערנט ביז איצט תלמוד ירושלמי און ער וויל טוישן צו תלמוד בבלי, זאגט רבי יוחנן - אזא מענטש וועט נישט האבן קיין הצלחה.

אזוי אויך אין מסכת סנהדרין דף כ' ע"א זאגט רבי יוחנן פארוואס הייסט תלמוד בבלי מיט'ן נאמען 'בבלי'? ענטפערט רבי יוחנן ווייל עס איז צוזאמגעמישט (בבל איז א לשון פון צוזאמגעמישט) פון פסוקים, משניות, און אמוראים. לכאורה מיינט ער צו לויבן בבלי אז עס האט איז זיך אלעס. אבער דער מהרש"א זאגט דארטן אויפן פלאץ אין חדושי אגדות, אז רבי יוחנן האט דא געמיינט פונקט פארקערט פון לויב, ער האט געמיינט צו זאגן אז עס איז זייער שווער צו פארשטיין ווייל עס איז זייער פארמישט.

די גמרא אין מסכת בבא מציעא דף פ"ה ע"א שטייט אז ר' זירא איידער ער איז ארויף קיין ארץ ישראל צו לערנען תורה פון רבי יוחנן האט ער געפאסט 100 תעניתים. און ער האט דאס נישט געפאסט אז ער זאל בעסער געדענקען דאס לערנען וואס ער האט געלערנט ביז איצט, נאר ער געפאסט כדי ער זאל פארגעסן אלעס וואס ער האט געלערנט אין בבל, כדי ער זאל קענען בעסער פארשטיין וואס רבי יוחנן לערנט אין פאר, און ער זאל נישט ווערן צומישט פון וואס ער האט געלערנט אין בבל.

פארוואס ירושלמי:

אויב אזוי אז די אמוראים וועלכע האבן דאס מסדר געווען האבן בכלל נישט געוואוינט אין ירושלים, פארוואס הייסט עס ירושלמי עס איז דאך געשריבן געווארן אין גליל און נישט אין ירושלים? נאר דארף מען זאגן אז די חכמים פון יענע דור האבן איינגעזעהן אז לכבודה פון ירושלים עיר הקודש דארף מען דאס א נאמען געבן נאך איר. ווייל די סיבה פארוואס די חכמים פון יענע דור האבן נישט געוואוינט אין ירושלים איז נישט געווען ווייל זיי האבן איינגעזעהן אז גליל איז בעסער, נאר פשוט ווייל די רומאים פון יענע דור האבן נישט ערלויבט פאר קיין שום איד צו וואוינען אין ירושלים.

(במאמר המוסגר - אזוי ווי מיר זעהען האבן אייביג די חכמים מקפיד געווען אויף די כבוד פון ירושלים, און איר פראבירט איבערצובעטן אז מען האט נישט געוואוינט אין איר. ווען עס האט פאסירט די ביטערע ערדציטערניש אין צפת פאר ארום 180 יאר צוריק, האט דער חתם סופר געשיקט אין א בריוו אז דאס קומט צוליב דעם וואס ירושלים איז זייער אנגעווייטאגט אז די אידן האבן איר איבערגעלאזט און געגאנגען וואוינען אין צפת, לכבוד דעם בריוו זענען אסאך פון די צפת'ע איבערלעבער און בראשות ר' ישראל און זיין זוהן ר' ניסן בעק ז"ל (גרויסע ריזשינע חסידים און דער רוח החיים פון ריזשינע חסידים אין ארץ ישראל בימים ההם) ארויפגעפארן קיין ירושלים און געבויעט דעם חסידישן קלויז 'תפארת ישראל' אויפן נאמען פונעם הייליגן ריזשינער זי"ע.

די וועלט דערציילט א שיינע עובדא איבער דעם שוהל. ווען ר' ניסן בעק האט געהאלטן אינמיטן אויפבויען דאס שוהל, איז אים דאס געלט אויסגעלאפן און ער האט נישט געקענט ענדיגן דאס ביהמ"ד, און פאר א שטיק צייט איז דאס שוהל געבליבן אהן א דאך איבערן קאפ, ווען דער קייזער פראנץ יוזעף פון אונגארן-עסטרייך האט אפגעשטאט א באזוך אין ארץ ישראל און איז געווען באזוכן אין ירושלים, איז ער אריין אין די נייע שוהל פון ר' ניסן בעק, און צו זיין ערשטוינונג זעהט ער ווי דאס שוהל האט נישט קיין דאך. פרעגט ער פון ר' ניסן, וואס איז פשט פון דעם אז עס פעלט די דאך? ר' ניסן האט זיך זייער געשעמט צו פארציילן דעם אמת אז ער האט נישט קיין געלט, האט ער געזאגט פאר'ן קייזער אלס א ווערטל, אז די שוהל האט זיך אויסגעטוהן זיין הוט לכבודו פונעם קייזער (אמאליגע צייטן פלעגט מען אויסטוהן די הוט וועון מ'האט געזעהן זייער א חשוב'ע פערזענליכקייט)... דער קייזער איז זייער געפאלן דעם תירוץ און ער האט ארויסגענומען טויזענט פראנק (א סכום עצום בימים ההם) און אויסגעצאלט צו מאכן דעם דאך).


חסורי מחסרא והכי קתני

למעשה איז נישט דא פון תלמוד ירושלמי א פירוש אויף אלע ששה סדרי משנה, עס איז דא נאר אויף זרעים, מועד, נשים און נזיקין. קדשים און טהרות איז נישט דא היינטיגע צייטן. אבער דער רמב"ם ביים פירוש משניות ברענגט יא נאך פון תלמוד ירושלמי אויף קדשים, אזוי אויך דער ראב"ד הראשון אין זיין פירוש אויף ספר היצירה ברענגט אויך נאך פונעם ירושלמי אויף קדשים. זעהט מען פון דעם אז די ראשונים האבן קלאר יא געהאט אויף קדשים אויך.

אזוי אויך איז דא עטליכע מאמרים וועלכע מען זאגט נאך פון ירושלמי אבער אז מ'קוקט אריין היינט אין ירושלמי קען מען דאס נישט טרעפן. ווי למשל דער רמ"א אין הלכות ראש השנה ברענגט נאך פון א ירושלמי אז ווער עס שלאפט ראש השנה פארשלאפט זיין מזל, און טאקע צוליב דעם רמ"א פירן זיך חסידים ואנשי מעשה אויפצושטיין ראש השנה ביים עלות אדער ביים נץ כדי נישט צו פארשלאפן זייער מזל. אבער אויב מען וועט אויפזוכן אין ירושלמי וועט מען נישט קענען טרעפן אזא מאמר.

אזוי אויך שרייבט דער מונקאטשער רב ז"ל בשם זיין טאטע דער דרכי תשובה ז"ל אין נאמען פונעם הייליגן צאנזער רב זי"ע, אז עס איז א גרויסע סגולה אליינס צוזאמצולייגן די תפילין נאכ'ן דאווענען, ווייל די ירושלמי שרייבט אז איינער וואס איז מקפיד אליינס צוזאמצולייגן זיין תפילין, טוט מען אים פארלענגערן זיינע יארן. שרייבט דער מונקאטשע רב, אז אפילו אויב מ'וועט אויפזוכן אין ירושלמי און מ'וועט נישט קענען טרעפן אזא גמרא, אבער איך פארלאז זיך אויפן הייליגן צאנזער רב אז אויב ער האט אזוי געזאגט איז זיכער אזוי, און זיכער האט ער געהאט א כתב יד אדער א קבלה פון זיינע רבי'ס פון ווי ער האט דאס גענומען.

לכאורה איז פארלוירן געווארן די צוויי חלקים פון תלמוד ירושלמי מיט די יארן, אזוי ווי עס איז אויך פארלוירן געווארן פון תלמיד בבלי סדר זרעים און טהרות.

די וועלט דערציילט אן אינטרעסאנטע חסיד'ישע מעשה, די מעשה גייט ווי פאלגענד: א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן רבי ר' זושא זי"ע און זיך זייער אויסגערעדט זיין צובראכן הארץ אז זיין טאטע איז נפטר געווארן נישט לאנג צוריק, און זייט זיין פטירה קומט ער אים אין חלום און בעהט אים אז ער זאל זיך שמד'ן רח"ל, און ער ווייסט נישט וואס צו טוהן. האט אים רבי ר' זושא געזאגט אז ער זאל גיין אויפגראבן זיין טאטע'ס קבר וועט ער זעהן דארט א צלם ליגן. וכך הוה, דער קינד איז שנעל געלאפן און אויפגעגראבן זיין טאטע'ס קבר און געטראפן ליגן דארט א צלם וואס זעהט זיך אויס אז עס איז ארויסגעפאלן פון איינע פון די גוי'אישע ארבעטער פונעם בית החיים.

פארציילט ווייטער די וועלט, ווען איינער האט פארציילט די מעשה פאר'ן ווילנא גאון, האט ער זיך אנגערופן: דאס איז נישט קיין מופת, דאס איז א בפירוש'ע ירושלמי אז אויב איינער ווערט באגראבן מיט א צלם קען דער נפטר קומען אין חלום בעטן אז ער זאל זיך שמד'ן, די חידוש איז נאר פון וואו האט רבי ר' זושא געוואוסט פון די ירושלמי צו זאגן. ווען רבי ר' זושא האט געהערט וואס דער גר"א האט געזאגט האט ער זיך אנגערופן, אמת טאקע איך האב דאס נישט גענומען פונעם ירושלמי, נאר איך האב דאס גענומען פון וואו דער ירושלמי האט דאס גענומען.

לכאורה איז שווער אפאר קשיות אויף די מעשה: ראשית כל אויב עס איז א בפירוש'ע ירושלמי פארוואס האט זיך דער גר"א אזוי געוואונדערט פון רבי ר' זושא קען דאס? און צווייטענס אויב עס איז טאקע א בפירוש'ע ירושלמי פארוואס האט רבי ר' זושא געזאגט אז ער קען דאס נישט פון דארט? נאר אויב איינער וועט נעמען די מיה און אויפזוכן אין ירושלמי, וועט ער נישט טרעפן אזא גמרא. נאר ווען מ'האט פארציילט די מעשה פאר איינע פון די גדולים, האט ער געזאגט אז עס איז טאקע נישט דא אזא ירושלמי, נאר ווי באקאנט האט דער גר"א געהאט גאר טייערע כתבי ידות וואס קיינער האט נישט געהאט. במילא האט זיך דער גר"א געוואונדערט, בשלמא אז איך קען די ירושלמי ווייל איך האב די כתב יד, אבער פון האט רבי ר' זושא געוואוסט צו זאגן פון די פארלוירענע ירושלמי.

דער גור'ע רבי דער לב שמחה ז"ל, האט יא געוואלט איינפירן ביי זיינע חסידים אז מ'זאל לערנען יעדן טאג אביסל ירושלמי, אבער עס האט זיך נישט צו שטארק איינגעגעבן דארט, אז היינט ווערט דאס אפשר אביסל שטערקער צווישן די לומדים וועלכע האבן שוין געענדיגט בבלי, אבער נאך אלס איז דא זייער א קליינע ציבור וואס איז גוט באהאווענט אין תלמוד ירושלמי.
Perchik: Money is the world's curse.
Tevye: May the Lord smite me with it. And may I never recover.

דער אשכול פארמאגט 6 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר