וואס איז די מזרחי, מזרחיסטן?

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

וואס איז די מזרחי, מזרחיסטן?

שליחה דורך ידען »

איך לייען די ״משלחן מלכים״ שמועסן פון מהר״א מ׳סאטמאר שליט״א כמעט יעדע וואך. פ׳ שמיני איז געעוען א שמועס מיט הגאון ר׳ מיכל זילבער שליט״א און אינמיטן פון די שמועס האבן זיי געהאקט אויף די מזרחי און דערציילט א פאר מעשה׳ס וועגן זיי.

איך מיין אז א פאר וואכן פאר דעם איז אויך געווען א שמועס וועגן מזרחי, אבער איך האניש געדולד עס צו זוכן יעצט.

איך וויל וייסן וואס איז די מזרחי, וואס האלטן זיי, און איז מיט זיי שלעכט?

איך מיין אז זיי זענען די וואס מע רופט אן ״רעליגיעזע ציוניסטן״, ריכטיג? זענען זיי די מתנחלים?

וואס איז זייער היסטארי?

Fill me in
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: וואס איז די מזרחי, מזרחיסטן?

שליחה דורך ידען »

אויך רעד מען דארט פון הרב קוק (זיי זאגן נישט ימ״ש, וועל איך אויך נישט שרייבן אזוי) וויל איך וויסן וואס איז געווען זיין שייכות מיט מזרחי?
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

Re: וואס איז די מזרחי, מזרחיסטן?

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

ידען האט געשריבן:איך לייען די ״משלחן מלכים״ שמועסן פון מהר״א מ׳סאטמאר שליט״א כמעט יעדע וואך. פ׳ שמיני איז געעוען א שמועס מיט הגאון ר׳ מיכל זילבער שליט״א און אינמיטן פון די שמועס האבן זיי געהאקט אויף די מזרחי און דערציילט א פאר מעשה׳ס וועגן זיי.

איך מיין אז א פאר וואכן פאר דעם איז אויך געווען א שמועס וועגן מזרחי, אבער איך האניש געדולד עס צו זוכן יעצט.

איך וויל וייסן וואס איז די מזרחי, וואס האלטן זיי, און איז מיט זיי שלעכט?

איך מיין אז זיי זענען די וואס מע רופט אן ״רעליגיעזע ציוניסטן״, ריכטיג? זענען זיי די מתנחלים?

וואס איז זייער היסטארי?

Fill me in



מזרחי זענען די וואס מען רופט היינט "דתי-לאומי", רעליגיעז און נאציאנאליסטיש. איך האב זיי נישט שטודירט, אבער אויף ווי ווייט איך ווייס האט די באוועגונג זיך אנגעהויבן מיט פרומע אידן און רבנים וואס האבן געהאלטן אז מצות ישוב ארץ ישראל איז נוגע למעשה. די מזרחי האט געהאלטן אז מען דארף זיך צושטעלן און צוזאמארבעטן מיט די פרייע אויפצובויען דאס לאנד.

היינט איז דער נאמען "מזרחי" נישט באמת אין באניץ. דער לעצטער גלגול פון דער באוועגונג איז געווען די מפד"ל פארטיי (מפלגת דתית לאומית), וועלכע איז אין די לעצטע יארן אויפגעלעזט געווארן דורכ'ן לעצטן פירער, אפי איתם (אויב איך געדענק גוט). די סיבה איז געווען ווייל די פארטיי האט געהאלטן אין איין שרינקען. ביים אויפלעזן די פארטיי האט איתם געזאגט אז די סיבה פאר דער פארטיי'ס כסדר קלענער ווערן איז ווייל די דתים-לאומיים האבן זיך געהעריג אינטעגרירט אין דער אלגעמיין ישראלדיגער געזעלשאפט, און די דאזיגע קבוצה נויטיגט זיך נישט אין קיין אייגענער פארטיי. דאס איז מסתמא אמת. איתם אליין איז א געוועזענער גענעראל. אלע סעקטארס פון דער ישראל געזעלשאפט פארמאגן שוין היינט געשטריקטע קאפלעך.

היינט איז שוין פאראן א באגריף ווי חרד"ל -- חרדי דתי-לאומי. אין אידישקייט איז מזרחי ענליך צו דער מאדערן-ארטאדאקסישער באוועגונג אין אמעריקע. עס זענען פאראן פרומערע און מער ליבעראלע. די גאר פרומע ביי זיי זענען נישט קיין סך אנדערש ווי טיפיש חרדישע אידן, אחוץ מיט דעם שייכות צו דער מדינה, מיליטער אא"וו. די גאר ליבעראלע זעען אויס ענליך צו יאנג-איזראעל אידן.

מתנחלים זענען לאוו דווקא מזרחיניקעס. עס זענען פאראן אין די ישובים אין יהודה-שומרון א סך פרייע אידן, וואס זענען פאליטיש רעכט. דער טשעמפיאן פון דער התנחלות באוועגונג איז געווען דער געוועזענער פרעמיער אריק שרון, וועלכער איז זיכער נישט רעליגיעז. עס זענען אפילו פאראן דארט פאליטיש-לינקע, וואס האבן זיך באזעצט אין די שטחים פאר פרנסה, אדער ווייל זיי האבן ליב דעם לייפסטייל. וואס יא, די רעליגיעזע ציוניסטן ווערן באטראכט ווי דעם ריקנביין פאר התנחליות.

וואס איז שלעכט מיט זיי? פון א קנאי'שן פערספעקטיוו זענען זיי די פאן טרעגערס פון דעם ציוניסטישן רעיון, און דערצו נאך אין דעם נאמען פון דער תורה.

די מזרחי באוועגונג האט אדאפטירט הרב קוק ווי זייער גייסטיגן מורה דרך. הרב קוק איז אבער נישט געווען קיין מזרחיסט, פער סעי. ער איז געווען אן אייגנארטיגער מענטש, מיט אייגנארטיגע השקפות, וואס צוזאמגענומען אינאיינעם האבן נישט געשטימט מיט קיין איין אנדערן מהלך המחשבה. די מזרחי האט אים אדאפטירט אדאנק זיין גלייבן אין מצות ישוב הארץ, ווי אויך צוליב זיין אפנקייט זיך אפצוגעבן מיט אישוס למעשה. דערפון איז ארויסגעקומען זיין היתר מכירה פאר'ן שנת השמיטה.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: וואס איז די מזרחי, מזרחיסטן?

שליחה דורך יידל »

פשוט-קאמפליצירט :like :like :לייק :לייק :דאבללייק: :דאבללייק:
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

Re: וואס איז די מזרחי, מזרחיסטן?

שליחה דורך ידען »

וויי וויי וי האב איך געקענט פארגעסן פון דעם אשכול?

פשוט-קאמפליצירט

אזוי שיין און קלאר און גרינג צו פארשטיין.

Super job well done

און אלעס נאר פון זכרון ארויס?!

:like :like :like

:דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :דאבללייק: :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק :לייק
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

Re: וואס איז די מזרחי, מזרחיסטן?

שליחה דורך זר זהב »

זאב ברענער און דוב הייקינד זענען פון יענע שטרעמונגען.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

Re: וואס איז די מזרחי, מזרחיסטן?

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

א גאנצע גווארדיע מיט אגודלים-אויף-ארויף האט איר מיר אנגעשיקט, יידל און ידען :)
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
אורח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 86
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 03, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 25 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 48 מאל

Re: וואס איז די מזרחי, מזרחיסטן?

שליחה דורך אורח »

א גרויסע ש'כח און שרייב נאך
גם כי אלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 80
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 16, 2014 1:31 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גם כי אלך »

כ'קלער אז די נאך די לעצטיגע אנטוויקלונגען אינערהאלב די רעגירונג אין מדינת ישראל, איז שוין די קשיא שוינישט אזוי שווער... די הבית היהודי פארטיי, די היינטיגע ווערסיע פון די מזרחי, האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אן אייניגע פארטנער מיט די לינקע שונאי הדת יאיר לפיד וחביריו.

צום עצם ארטיקל איז אפשר כדאי צו באצייכנען אז רבי אלחנן וואסערמאן זצ"ל שרייבט לגבי די מזרחי: לאומיות איז עבודה זרה, און דתי לאומיות, איז עבודה זרה בשיתוף..
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1457 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל

שליחה דורך פארוואס? »

[tag]פשוט-קאמפליצירט[/tag]
א תיקון טעות. עס זענען דא צוויי באוועגונגען איינס וואס מען רופט ד״ל ~ דתיים לאומיים. און די אנדערע מער פרומערע וואס מ׳רופט חרד״ל ~ חרדי לאומי. הצד השוה שבשניהם, אז זיי זעהן אין מדינת ישראל א הייליגקייט, א כסא פאר די שכינה הקדושה וכו׳.
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק
פארשפארט