קיינער איז נישט קיין אפיקורס

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

קיינער איז נישט קיין אפיקורס

שליחה דורך [NAMELESS] »

יא! קיינער דא איז נישט קיין אפיקורס.
אפילו די וואס רעדן קעגן חסידישע מנהגים, שטילערהייט באין רואים טוען זיי יעדע חסידישע סגילה אויף פרנסה וכו׳.
אפילו יעדער וואס שרייט אז ער איז אויפגעקלערט גייט פורים נאכמיטאג וויינען און זינגען גראד מאכענדיג זיין ומרדכי לא יכרע ולא ישתחווה היטל, און זינגען קלי קלי למה, למה עזבתנו. וכו׳

נאר וואס דען?
דער עולם איז אנגעווייטאגט.
חסידישע גאטשעס איז איינע פון די עשרת הדברות,
אלעקסיי איז איינע פון די 13 אני מאמינס. (באמת, נישט געקענט נעמען א חסיד פאר א מנהיג און די מעשיות וואלטן געווען אסאך שענער מיט נאך עטליכע בנשק׳לעך?)
יעדער וואס גייט נישט אדער טראכט נישט ווי דיר, איז א ציוני, שגץ, וכו׳. די גיהנום גייט זיין פול מיט חסידישע אידן וועלכע האבן געלערנט כל ימיהם, און די גן עדן גייט האבן אפאר ומרדכי לא יכרע ולא ישתחווה, ווייל זיי האלטן אז גיין צום כותל איז ארגער פון לא תרצח.
יעדע צדיק ניצט מען פאר א שטעקן, די רבי האט געזאגט (דו ווייסט שוין אז עס קומט אן הקפדה, קללה, אדער כעס).
מ׳פארקויפט שטותים פאר די קינדער אנטשטאט מדות טובות. א גרויס געשעפט האב איך ווי לאנג די רבי איז געזיצן הכנות פאר׳ן דאווענען. פארצייל מיר מדות טובות פון מיינע רבי׳ס, נישט האלבע אמת און גאנצע שקרים.
רבנים זאלן זיך צו לעזען אונזערע אמת׳ע פראבלעמען, און נישט אויסטרעפן נייע פראבלעמען צו קענען אנטלויפן פון די מציאת.
און אזוי ווייטער.

קיינער דא איז נישט קיין עטיסט, קיינער דא האט זיך נישט אויסגעטוהן די הייליגע גאטשעס, יעדער דא איז ערליך און חסידיש. אבער מ׳איז אנגעווייטאגט, און אזוי גיבט מען ארויס די ווייטאג.  
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

זייער שיין געשריבען. אבער ווער האט דיך אויפגערעגט יעצט?..
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איינער וואס מיר באוואשן אז דא געפינען זיך די משכילים פונעם היינטיגן דור
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

דאס אז דו זאגסט אז קיינער איז נישט קיין אטיסט, באפאל מיך נישט, כ'מיין אז ס'איז דא געציילטע אטיסטן..
דיין בעסטע סענטענס איז די הכנות פארן דאווענען, כ'מיין אז אפילו ביים הייליגן רבי'ן פון ויזניץ רעדט מען נאך נישט פון דעם.. (מיט די צייט).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך האב אמאל געשריבן אין א בי בי עם גרופע (געווען אמאל אזא זאך, געדענקסט? צוזאמען מיט קוטשמעס...) אן ארטיקל מיט׳ן נאמען אי לאו האי יומא. כו אב. עס איז געווארן שטארק צושפרייט. איך האב עס נישט געסעיפט. אויב איינער האט דעס וואלט איך עס דאנקבאר געווען אויב ער לייגט עס ארויף 
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

ממי_שאמרו האט געשריבן:איך האב אמאל געשריבן אין א בי בי עם גרופע (געווען אמאל אזא זאך, געדענקסט? צוזאמען מיט קוטשמעס...) אן ארטיקל מיט׳ן נאמען אי לאו האי יומא. כו אב. עס איז געווארן שטארק צושפרייט. איך האב עס נישט געסעיפט. אויב איינער האט דעס וואלט איך עס דאנקבאר געווען אויב ער לייגט עס ארויף 

איהר מיינט אי לאו האי יומא וואלט איך נישט געוואסט אז ממוז פיינט האבען דעם וכו' וכו'???
דאס האב איך באקומען אמאל נאך פאר כ'האב געוואסט ווער ר' ממי שאמרו איז..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טעפל האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:איך האב אמאל געשריבן אין א בי בי עם גרופע (געווען אמאל אזא זאך, געדענקסט? צוזאמען מיט קוטשמעס...) אן ארטיקל מיט׳ן נאמען אי לאו האי יומא. כו אב. עס איז געווארן שטארק צושפרייט. איך האב עס נישט געסעיפט. אויב איינער האט דעס וואלט איך עס דאנקבאר געווען אויב ער לייגט עס ארויף 

איהר מיינט אי לאו האי יומא וואלט איך נישט געוואסט אז ממוז פיינט האבען דעם וכו' וכו'???
דאס האב איך באקומען אמאל נאך פאר כ'האב געוואסט ווער ר' ממי שאמרו איז..

איך האב דאס געשריבן פאר כו אב אין א בי בי עם גרופע
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אי לאו יומי:
לכבוד כו אב.

מיר סאטמארע אידן דארפן אפגעבן א שבח והודאה אין אזא הייליגע טאג פאר'ן אונז איבערלאזן דעם הייליגע רבי זצ"ל.

איך ווייס נישט צו דו האסט אמאל אריינגעטראכט דעם שבח והודאה מ'דארף געבן פאר'ן באשעפער פאר'ן אונז געבן אזא רבי. לאמיר זיך פארשטעלן ווי אזוי מיר וואלטן ווען אויסגעזעהן אן אים;

ווען נישט אים וואלסטו ח"ו געשפילט באלי מיט דיין אינגל,
ווען נישט אים וואלסטו ל"ע געלערנט דף היומי,
ווען נישט אים וואלט דיין אינגל (אויף קיין שום איד נישט געזאגט) געפארן אויף א שגץ בייק,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז די בעלזער'ס ביקן זיך עכט צום צלם פאר זיי גייען אין שיל,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז נאר אונז סאטמארע אידן זענען די אמת'ע פח שמן הטהור, און אלע אנדערע אידן זענען סתם אידן וואס ביקן זיך צום בעל און האבן נישט קיין חלק לעולם הבא!
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז מ'קען מלבש זיין שנאה אויף יעדע איד מיט א תורה'דיגע לבוש,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געוואוסט אז די אלע וואס זענען גענאנגען צום כינוס כלל ישראל זענען נישט מזרע ישראל,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געהאט אזעלכע זאפטיגע מעשיות ווי אזוי ער האט אריינגעזאגט און אריינגעשניטן יעדע רב ביי יעדע אסיפה,
ווען נישט אים וואלט הלל טייטלבוים און דוד עקשטיין געוואוינט אין וויליאמסבורג,
ווען נישט אים וואלטן מיר נישט געהאט פרייטאג צו נאכטס ביים זמן 15 מינוט וואס מ'מעג נאר בדיעבד מחלל שבת זיין,
ווען נישט אים וואלסטו נישט געהאט 16 דורות נוטר ברית (וואט עבער עס מיינט)
ווען נישט אים וואס וואלטן מיר געטוהן שובבים?
ווען נישט אים ווי אזוי וואלטן מיר געווארן אויס תלמיד ווען מיר האבן געמאכט א קראץ אויף א נכס פון ישיבה?

יעצט ווען עס קומט די גרויסע יארצייט, געדענקסט אז 15 מינוט ביי גייקאו קען סעיוון 15 מינוט אדער מער!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יישר כוח טעפל, פארן מיר עס שיקן אין אישי
און נישט דאס איז מיין נושא יעצט, דאס איז נאר כיהודה ועוד לקרא צו ווייזן די ווייטאג פון די שטותים וואס מ׳פארקויפט אונז אויף אזא הייליגע איד ווי די רבי זצ״ל. און ווי אזוי מ׳לייגט אים אראפ.
איך מיין אז די ליינער ווייסן אז איך בין א גרויסע חסיד פונעם רבין (עיין מה שכתבתי לרגל כא כסלו), נאר די פעדרעריי וואס מפארקויפט בשמו איז בזיון תלמיד חכם און רשעות אנטקעגן אים וואס מקען ניטאמאל פארשטיין
אגב מיין ארגענעלע האט געהאט מער שירות, איך וועל עס אויפזיכן אויב איינער האט די לענגערע
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

מהנשתנה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך מהנשתנה »

איך מיין אלס א חסיד פון סאטמאר טארסטו נישט ארויפלייגן דאס צווייטע העלפט. ביסט אפשר גערעכט, אבער די תוצאה איז א בזיון פאר סאטמאר. האסט אמאל געהערט פונעם אויסדרוק מ׳לייגט נישט וועש ברבים??
בלייב אין תורה און היסטאריע, לאז דיר אפ פון שמיץ. פארשעמסט דיר מיט דיין חסידות אינאיינעם
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

האסט אן הגהה אויף איינע פון מיינע יסודות? דיר גייט יא אן ווי לאנג די רבי האט געהאט עצירות פארן דאווענען? מיר נישט.
ביי מיר איז גיהנום לאו דוקא חסידי בעלז, און גן עדן לאו דוקא מנשה פיליפף אדער הערשל קלאר, ביי דיר יא? שמחת זקנתי.
און אזוי ווייטער און ווייטער
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

ממי_שאמרו האט געשריבן:אי לאו יומי:
לכבוד כו אב.

מיר סאטמארע אידן דארפן אפגעבן א שבח והודאה אין אזא הייליגע טאג פאר'ן אונז איבערלאזן דעם הייליגע רבי זצ"ל וכו',

ווען נישט אים וואלסטו נישט געהאט 16 דורות נוטר ברית (וואט עבער עס מיינט)

עס מיינט אז דער רבי האט זיך אויסגעדריקט אז פון עם זעכצן דורות ארויף האבן קיינמאל נישט פוגם געווען.
איך האב שוין לאנג געוואלט מברר זיין ווער איז דאס דער יעניגער דער זיבצענטער דור וואס האט אפגעהאקט די שלשלת הזהב.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בענדזשאמין פרענקלין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

ממי_שאמרו האט געשריבן:האסט אן הגהה אויף איינע פון מיינע יסודות? דיר גייט יא אן ווי לאנג די רבי האט געהאט עצירות פארן דאווענען? מיר נישט.
ביי מיר איז גיהנום לאו דוקא חסידי בעלז, און גן עדן לאו דוקא מנשה פיליפף אדער הערשל קלאר, ביי דיר יא? שמחת זקנתי.
און אזוי ווייטער און ווייטער

דו רעדסט פון קלאר'ן האלט איך קליפ און קלאר אז ער מיט צימערמאן ארבעטן פאר די מוסד! פרעג מיר פארוואס, איך ווייס אויך נישט פונקטליך, אבער עפעס דרייט ער זיך ארום זייער פארדעכטיגט ווי די פארצייטישע קעי. דזשי. בי. אגענטן. צימערמאן האט זיכער א אריינגעפלאנצטע פארגעשריטענע אפאראט סטאנציאנירט אין נאז, אנדערשט זעה איך נישט פארוואס ער שטיפט איר אריין איבעראל...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

איך מיין אז קיינע פון די תגובות חוץ פונעם ערשטען האבען נישט צוטוען מיטן קעפל, אבער אלס לויט זיך ממי שאמרו מיט משה געצל וכו' ארומארבעטען..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך ווארט אויף איינער וואס זאל זיין א משיב כהלכה
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

ממי_שאמרו האט געשריבן:איך ווארט אויף איינער וואס זאל זיין א משיב כהלכה


ליין ר' אלימלך שפירא'ס ספר "די גרעניצן פון ארטאדאקסישע טעאלאגיע" און ס'שטעלט זיך ארויס אז קיינער איז טאקע נישט קיין אפיקורס (כמעט).
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

ממי_שאמרו האט געשריבן:איך ווארט אויף איינער וואס זאל זיין א משיב כהלכה


וואס איז די פראגע?

אויב איך מעג ענטפערן מיט א שאלה מענין לענין, וויל איך קודם פארשטיין וואס מיינט אן אפיקורוס וואס גלייבט נישט אין אויבערשטן. אין חז"ל און שפעטערדיגע געפינען מיר פארשידענע הגדרות אויף "מין" און "אפיקורוס". מיין שאלה איז נישט טיף און פילאסאפיש. איך וויל פארשטיין דעם פשוט'ן טייטש פון די ווערטער "גלייבט נישט אין אויבערשטן". דעם אויבערשטן קען מען דאך נישט משיג זיין, פון איין זייט. איך גלייב שווער אז ס'איז פאראן היינט עמיצער וואס האלט באמת ביי זיך אז די וועלט איז געשען פון זיך אליין. גלייבן אין א סיבה ראשונה (און ווידעראמאל, איך פארשטיי נישט וויאזוי מען קען עס אנדערש אנקוקן), נאר זאגן אז איך פארשטיי נישט די פרטים - איז דאס פאררעכנט ווי מינות?

איך האב די זעלבע שאלה אויף "אגנאסטיק" (עמיצער וואס איז "נישט זיכער"). וואו און אין וואס שטעקט יענעמס ספק?
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

דער אפיקרוס גלייבט נישט אין א ספעציפשע גאט. זאל עס די אידשע צי די קריסטליכע.
דאס הייסט ער זאגט דאס וואס די מאמין גלייבסט און האלטס אז גאט איז, דאס גלייב ער נישט.
אודאי ביסטו גערעכט אויב די ווארט 'גאט' מיינט גארנישט, דאן קען מען נישט לייקנען דערין.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ריצ'רד דוקינס בספרו מוטשעט זיך טאקע מסביר זיין פונקטליך אין וואס ער גלייבט נישט, די קלארסטע וואס ער קומט אויס איז אז ער גלייבט נישט אין קיין שום זאך וואס איז מער פון טבע, אין א שום איבערנאטורליכע זאך.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אפילו די עטיעסט איז א מאמין, ער גלייבט אז עס איז חלילה נישט דא קיין באשעפער...
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ממי_שאמרו האט געשריבן:אפילו די עטיעסט איז א מאמין, ער גלייבט אז עס איז חלילה נישט דא קיין באשעפער...

פארדעם טאקע איז נישט ראציאנאליש צו זיין א עטיעיסט, העכסטנס קען ער זאגען סנישט מסתבר אז סדא א באשעפער.
נאך בעסער, ער קען טענה'ן אז דער ווארט גאט האט נישט קיין קלארע מובן און ממילא זאגט עס גארנישט, ממילא איז ער נישט מאמין אין נישט כופר אין גארנישט, ער זאגט פשוט ער וייסט נישט.
I have a dream
Martin Luther King ~
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

לעיקוואד האט געשריבן:ריצ'רד דוקינס בספרו מוטשעט זיך טאקע מסביר זיין פונקטליך אין וואס ער גלייבט נישט, די קלארסטע וואס ער קומט אויס איז אז ער גלייבט נישט אין קיין שום זאך וואס איז מער פון טבע, אין א שום איבערנאטורליכע זאך.

ער האלט דאך אז די פראבעביליטי פון א אבערנאטורליכן באשאפער איז זייער זייער נידעריג, אבער נישט אוממעגליך?
מקור
פארשפארט