כ'האב אנגעגרייט פאר מיינע קינדער א פורים שפיל צו פערפארמען פאר די זיידע און באבע, פאר משפחה ביי משלוח מנות געטראגאכץ. שטעלט זיך ארויס אז זיי ווייסן נישט וואס איך וויל פון זיי. קיין איינע פון די שכנים און משפחה מיטגלידער טוהן דאס נישט, און זיי ווילן נישט זיין די אטיארן פון די משפחה.
ווען איך בין געווען אינגער, ווען די פארשטעלאכץ'ער פלעגט מען נישט ארויסקלויבן פון א קאטאלאג, איז נאך געווען מאנכע וועלכע פלעגן ארומגיין מיט א געשמאק און חן, פארזאגן א קורצע פורים שפיל (עטליכע זאצן פון וויציגע גראמען) און באקומען אדער געלט אדער אטענשאן און געהאט א פארגעניגן. הגם איך האב קיינמאל פערפארמט א פורים שפיל, האבן מיינע פעטערס אבער געפרעגט "נו, אינגעלע, האסט א פורים שפיל?" זעהט זיך אויס אז אין זייערע צייטן אז עס געווען ווי ערווארטעט.
ס'וואלט געווען שיין צו הערן פון אנדערע אויב זיי פלעגן אזאנס טוהן, און אפשר גאר מייטיילן מיטן עולם די טעקסט פונעם שפיל. ווי אויך ווער ס'קען אראפגעבן די טראדיציאנאלע שפילן, א שטייגער ווי "היינט איז פורים, מארגן איז אויס...." אדער "א גיטן פורים מלאך, ווי איך גיי פאל איך..."
נאדיר א סיגוט'ער אפשטאמיגער'ס שילדערונג פון זיין פורים שפיל וואס זיין פאטער האט פארגעשריבן פאר אים אין זיין שוועסטער, ווי זיי פלעגן ארומגיין בעצם יום הפורים און משמח זיין די שכינים אין דארף.
פורים שפיל: א פארגעסענע געשמאקע טראדיציע
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
אט א זיסע פורים שפילעכל פון הרה"צ רבי איציקל פון מאנגער.
אויך שלום עליכם האט א זיסע פורים מעשה'לע אויפן פסוק "איש יהודי היה בשושן ושמו מאטל" אוי, זיסע אידעלעך געווען אמאל,
מגילה-לידער " פֿאַר וואָס מרדכי הצדיק האָט געפֿונען חן בייַם מלך
איציק מאַנגער [ 1901-1989 ]
,,ווער איז דאָס יידל מיטן האָרב,
וואָס דרייט זיך אין מלכם טויער
און ווו ס'ריידן און שושקען זיך צוויי,
שטעלט ער אונטער אַן אויער?''
,,אוי ביסטו אַ נאַרעלע, קינד,
דאָס ווייסטו נישט אפֿילו?
מרדכי הצדיק איז דער ייד,
דער ייד פֿון דער מגילה.
ער האָט געפֿונען בייַם מלך חן
בייַ אונדזער מלך, דעם שוטה,
וואָס שיכּורט כּסדר טאָג און נאַכט
און האָט אַ נאָז אַ רויטע.''
,,פֿאַר וואָס זשע האָט ער געפֿונען חן
בייַ אונדזער מלך, דעם שוטה,
וואָס שיכּורט כּסדר טאָג און נאַכט
און האָט אַ נאַָז אַ רויטע?''
,,דערפֿאַר, ווייַל ר'האָט אַ מאָל בייַ נאַכט
אין טויער זיך אונטערגעהערט,
ווי בגתן ותרש האָבן געזאָגט:
- מיר האָבן דעם מלך אין דר'ערד!
ער איז אַ טיראַן, אַ פֿינסטערלינג,
אַ רוח'ן אין זייַן מאַמען!
לאָמיר אים שיטן אין בעכער סם
און לאָמיר אים פֿאַרסמען. –
אַזוי האָבן ביידע אָפּגערעדט
און זענען צעגאַנען זיך שטילע
און מרדכי האָט דאָס געמסרט אַלץ
מיטן ניגון פֿון דער מגילה.
איז דער מלך געוואָרן אין כּעס
און נישט געהייסן מאַכן קיין שהיות
און הענגן די בונטאַרן די צוויי
אויף צוויי באַזונדערע תליות.
און צו מרדכי הצדיק האָט ער געזאָגט:
- דו מעגסט אין מייַן טויער האַנדלען
מיט שנורעוואַדלעס און כּשרער זייף,
מיט פּאַסטאַ און מיט מאַנדלען.'' –
פֿאַרטראַכט זיך דאָס קינד און די מאַמע שווייגט,
דער אָוונט איז בלאָ ווי אַ תפילה –
און נאָר די פֿליגן אויף דער וואַנט
זשומען שטיל די מגילה.
אויך שלום עליכם האט א זיסע פורים מעשה'לע אויפן פסוק "איש יהודי היה בשושן ושמו מאטל" אוי, זיסע אידעלעך געווען אמאל,
מגילה-לידער " פֿאַר וואָס מרדכי הצדיק האָט געפֿונען חן בייַם מלך
איציק מאַנגער [ 1901-1989 ]
,,ווער איז דאָס יידל מיטן האָרב,
וואָס דרייט זיך אין מלכם טויער
און ווו ס'ריידן און שושקען זיך צוויי,
שטעלט ער אונטער אַן אויער?''
,,אוי ביסטו אַ נאַרעלע, קינד,
דאָס ווייסטו נישט אפֿילו?
מרדכי הצדיק איז דער ייד,
דער ייד פֿון דער מגילה.
ער האָט געפֿונען בייַם מלך חן
בייַ אונדזער מלך, דעם שוטה,
וואָס שיכּורט כּסדר טאָג און נאַכט
און האָט אַ נאָז אַ רויטע.''
,,פֿאַר וואָס זשע האָט ער געפֿונען חן
בייַ אונדזער מלך, דעם שוטה,
וואָס שיכּורט כּסדר טאָג און נאַכט
און האָט אַ נאַָז אַ רויטע?''
,,דערפֿאַר, ווייַל ר'האָט אַ מאָל בייַ נאַכט
אין טויער זיך אונטערגעהערט,
ווי בגתן ותרש האָבן געזאָגט:
- מיר האָבן דעם מלך אין דר'ערד!
ער איז אַ טיראַן, אַ פֿינסטערלינג,
אַ רוח'ן אין זייַן מאַמען!
לאָמיר אים שיטן אין בעכער סם
און לאָמיר אים פֿאַרסמען. –
אַזוי האָבן ביידע אָפּגערעדט
און זענען צעגאַנען זיך שטילע
און מרדכי האָט דאָס געמסרט אַלץ
מיטן ניגון פֿון דער מגילה.
איז דער מלך געוואָרן אין כּעס
און נישט געהייסן מאַכן קיין שהיות
און הענגן די בונטאַרן די צוויי
אויף צוויי באַזונדערע תליות.
און צו מרדכי הצדיק האָט ער געזאָגט:
- דו מעגסט אין מייַן טויער האַנדלען
מיט שנורעוואַדלעס און כּשרער זייף,
מיט פּאַסטאַ און מיט מאַנדלען.'' –
פֿאַרטראַכט זיך דאָס קינד און די מאַמע שווייגט,
דער אָוונט איז בלאָ ווי אַ תפילה –
און נאָר די פֿליגן אויף דער וואַנט
זשומען שטיל די מגילה.