זאלן עלטערע רבנים רעזיגנירן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

דער חתם סופר האט (אם זכרוני איני מטעני) גארנישט איבערגעבן פאר זיין זון. סאיז געווען א וועד הקהילה און זיי האבען צופעליג אויסגעקליבען דער רב'ס זון זאל זיין דער נעקסטער רב. און אזוי איז געווען ביי רוב אמאליגע קהילות. אמת אויב דער זון איז געווען ראוי איז ער געקומען אמאל פאר אנדערע, און אמאל נישט, עכ"פ סנישט געווען אוטומאטיש און אוודאי נישט אז די מענטשען און די קהילה איז פשוט זיין ביזנעס.

צוייטענס, אפילו נניח אז דער חתם סופר האט אזוי געטוהן מאכט עס דאס נאכנישט ריכטיג אזוי צו טוהן. ממעג זיך אמאל מתקן זיין די עונות הראשונים אויך. (וע"ע אכשר דרא).
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אם אין דעת הבדלה מנין
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ממי_שאמרו האט געשריבן:צום לעצטן מאהל לעיקוואד, דאס איז נישט קיין משתלט על הציבור. ער האט גע׳עפענט א ישיבה. ווער ס׳וויל קען שיקן דארט און ווער נישט דארף נישט. דאס איז נישט קיין משתלט בכלל. און איך בעט זיך ביי דיר, צו צוריק פונעם צוזאמשטעל פון הרב וואזנער מיט סאדאם. עס איז זייער נישט שיין און קעגן די הלכה אויף סיי וועלכע אופן.

האב איך דאך מסביר געווען בטוטו"ד פארוואס יא. ולא ראית בדבריך תשובה על טענותי.
איך וייס נישט וועלכע איסור דאס איז ע"פ הלכה, עכ"פ איך האב מסביר געווען פונקט וואס איך מיין אז דאס האט גארנישט צוטוהן מיט דער אישיות פון הרב וואזנער וואס איז כמובן מאליו להבדיל מיליאן מאל פון סאדאם. נאר אויף דער צורת ההנהגה זייערע. אויב פארשטייסטו אז סאדאם כוסעין האט נישט קיין רעכט מוריש צו זיין זיין מלוכה פאר זיינע קינדער טראצדעם וואס ער האט מיט די אייגענע הענט דאס אויפגעשטעלט און ווער עס וויל נישט קען גיין וואוינען ערגעץ אנדערש, איז עליך חובת הביאור פארוואס הרב וואזנער מעג דאס יא. עס העלפט נישט שרייען אז מטאר נישט אזוי פרעגן. מדארף ענטפערן צו דער זאך.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סאדאם האט איינגענומען א לאנד וואס שטייט שוין עטליכע טויזענט יאר. עס איז נישט זיין, ער האט זיך משתלט געווען אויף א זאך וואס עס איז שוין געווען. במילא איז לעכרליך צו שרייען מוף אוועק. איך בין דא געווען פאר דיר. שב ועל תעשה וועט נישט העלפן.
להבדיל אלף אלפי הבדלות, הרב וואזנער האט גע׳עפענט אליינס א ישיבה. דאס איז זיין פריוואטע אייגענטום. דו דארפסט טוהן א פעולה צו ווערן אינטערגעווארפן אינטער אים. עס איז בקום ועשה
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

וואס איז מיט די מענטשען וואס זענען געקומען קיין איראק נאך עם? אויף זיי איז יא א טענה? וואס איז מיט די ואוס זענען געבוירען שוין אונטער זיין הערשאפט? וואס איז מיט א מענטש וואס איז געקומען דארט נאר אדאנק זיין הערשאפט? מעג ער וועגן דעם עס מוריש זיין צו זיין זון אן זיי פרעגן?

והעיקר, אויך צו הרב וואזנערס ישיבה קומען מענטשען וואס זענען געווען פאר עם. כמוסבר כמה פעמים, עס זענען דא מענטשען וואס געהערן פאר זיין קהילה און מוזן שיקען די קינדער דארט, עס איז בכלל דא א געוויסע סכום מענטשען וואס מוזען שיקען צו עם ווייל עס איז נאר דא א געוויסע סכום מענטשען א געוויסע סכום געלט און א געוויסע סכום ישיבות. און אז ער גיט די הנהגה צו זיין זון הייסט דאס אז ער איז ממנה א ראש ישיבה אויף מענטשען וואס ווילען דאס נישט.

לעולם איז די עיקר נקודה דא נישט די ישיבה במובן המצומצם. נאר דאס וואס מפאדערט זיך שררה על הציבור באופן כללי, צו בשם דעם וואס איך בין א ראש ישיבה, אדער א רב, וכדו' באופן כללי.
I have a dream
Martin Luther King ~
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

ממי איך מיין אז מפארפארט, מיין שאלה איז: וואלט בעסער געווען פאר מיר און דיר היינטיגע צייטען ווען מקוקט זיך אים וויאזוי כלל ישראל פארמט זיך, אז ישיבותאון מוסדות גייען נישט בירישה נאר ענדערשט אריין וואטען????
לאז רב וואזנער און סאדאם אין דער זייט 
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אוהב, הינדערט פראצענט אז יא.

קהילות יא, קהילישע ישיבות יא. פריוואטע ישיבות נישט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ער האט נישט קיין קהילה, נישט דא קיין מוסדות, אפילו נישט א בית המדרש
משה רוקח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 434
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:45 pm
געפינט זיך: רואיגערהייט ביים וואסער
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך משה רוקח »

האט דען נישט ר' מאטעלע וויזניצער לעצנטס געזאגט אז ער איז שוין צו אלט און נעמט מער נישט קיין מענטשן?
_____
אויב איז דא א רבי אדער ראש ישיבה וואס איז גענוג קלוג אויפצוגעבן די פירערשאפט, מאכט דאס אים נישט קלוגער ווי אלע אנדערע רבנים וראשי ישיבות? אויב יא, דעמאלס דארף ער אפשר יא בלייבן אויף זיין פאסטן.
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון אונזערע תגובות. מיר זיפן די מעל און באקוקן די אייער.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לעיקוואד האט געשריבן:וואס איז מיט די מענטשען וואס זענען געקומען קיין איראק נאך עם? אויף זיי איז יא א טענה? וואס איז מיט די ואוס זענען געבוירען שוין אונטער זיין הערשאפט? וואס איז מיט א מענטש וואס איז געקומען דארט נאר אדאנק זיין הערשאפט? מעג ער וועגן דעם עס מוריש זיין צו זיין זון אן פרעגן.


א מענטש וואס קומט אדעתיה דהכי, אז יעצט וויל ער זיין דוקא אונטער זיין רעדשים, און די סדר העולם איז אז די זין זיינע וועט איבערנעמען, קען נישט האבן קיין טענות.

און נאך מער, קיינער דארף נישט ווייטער שיקן קיין קינדער דארט, מ׳קען רואיג ארויס נעמען די קינדער פון דארט. קיינער צווינגט נישט צו שיקן נאך א קינד דארט צו נישט.

פארוואס ווען די רבי ז״ל האט געלעבט האט ער געמעגט ממנה זיין וועם ער האט געוואלט אין זיין ישיבה? ווייל די עולם האט אים געטראסט אז ער וועט מאכן א גוטע דיסישן. די זעלבע דא, די אלע וואס האבן געשיקט זייערע קינדער דארט טראסטן אים אז ער ווען מאכן דאס בעסטע החלטה לטובת הישיבה
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

ממי_שאמרו האט געשריבן:עס איז זיין פריוואטע קאמפעני, ער האט גארנישט איינגענומען.


א איד האט מיר מעורר געווען, אז א פריוואטע ישיבה איז נאר ווען ער האלט עס אויס פון די אייגענע קעשענע. איין מאהל ער שנארט געהער עס פאר דעם ציבור וכך פסק (כמדומני החזו"א) בנוגע אם שייך איסור גניבה על בחורים שמעלימים מאכלים לטובת עצמם, אז די נדבות איז לטובת די לומדי תורה דארט, אמת, אז עס דארף זיין ארדענונג, אבער נישט אז דער מענעדזשער - CEO ווערט בעל הבית דערויף.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

במילא ווען ער נעמט אויף א מגיד שיעור דארף ער שיקן א בריוו פרעגן יעדעם, א חומרה וואס אפילו ביי קאמפעניס וועלכע זענען גענאנגען פאבליק דארפן נישט טוען צו זייער שעיר האלדערס
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

משה רוקח האט געשריבן:
אויב איז דא א רבי אדער ראש ישיבה וואס איז גענוג קלוג אויפצוגעבן די פירערשאפט, מאכט דאס אים נישט קלוגער ווי אלע אנדערע רבנים וראשי ישיבות? אויב יא, דעמאלס דארף ער אפשר יא בלייבן אויף זיין פאסטן.

א שיינע פורים תורה!
1. ער איז טאקע קלוגער פון אנדערע אין זיין עלטער וואס טויגן נישט, אבער קלאמערן זיך נאך צום פאסטן
2. קענסט זאגן אז ער איז קלוגער פון אנדערע אין דעם הינזיכט

אבער אויב ער שפירט אז ער טויג שוין נישט דערצו, און דערפאר גיבט ער עס אויף, טא פארוואס זאל ער בלייבן.

-
יעצט נאכ'ן שרייבן, קלער איז אז דו האסט מן הסתם געמיינט טאקע פורימ'דיג.
באניצער אוואטאר
איציק
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 197
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 01, 2013 2:57 am
האט שוין געלייקט: 462 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 157 מאל

שליחה דורך איציק »

ממי_שאמרו האט געשריבן:במילא ווען ער נעמט אויף א מגיד שיעור דארף ער שיקן א בריוו פרעגן יעדעם, א חומרה וואס אפילו ביי קאמפעניס וועלכע זענען גענאנגען פאבליק דארפן נישט טוען צו זייער שעיר האלדערס

דאס האב איך נישט געזאגט.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

רבנים אפשר נישט, אבער אדמורים יתכן אז יא
אבער רבנים וואס דערקלערן זיך ביי די זיבעציג אלץ א אדמו"ר זאל אויך שנעל רעזיגנירען
90% פון הייניטיגע מחלוקות שנאת חנם וואס הערשט ביי חסידים וואלט געוועהן ווען העט דער רבי רעזיגנירט, אין געקענט מאכן סדר בצייטענס.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

ממי, אויב די ישיבה נעמט נישט קיין געלט ,קען איך הערן דיין פוינט, אויב נעמט ער געלט פונם ציבור, זאל ער שיינערהייט לאזען דעם עולם אויסוועלן וועם זיי ווילען,ער איז נישט בעה״ב ער קען מאכען דיסישענס ווילאנג ער לעבט כדוגמת סאטמער רב, און סאטמער רב האט אויך פארשטאנען אז די רגע וואס ער פארלאזט דער וועלט איז ער נישט בעה״ב ,(והא ראיה ער האט נישט געשריבען קיין צוואה)
יעצט בלייבט איבער פאר די לעבעדיגע צו מאכען די ריכטיגע באשלוס , און די בעסטע איז צו מאכען וואלען , קענסט זיך פארשטעלן וויפיל מחלוקת דעס וואלט איינגעשפארט???
בוזטו עכ״פ מודה אז סוואלט איינגעשפארט מחלוקת?????
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

האסט געמאכט אן הנחה און די פרעגסט א שאלה. פארוואס איז ער נישט כדוגמת סאטמאר רב?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און פארוואס איז עס אנדערש פון א קאמפעני וואס גייט פאבליק אז די שעיר האלדערס קענען נישט איינטיילן ווער די איינגעשטעלטע זאלן זיין?
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

ממי,פארגעס פון מיין הנחה, יעצט פרעג איך דיר ווי א טאטעלע, סוואלט איינגעשפארט מחלוקת??????
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואלן זאל איינשפארן מחלוקת?? מאז היחי המלך ראשון האט וואלן געמאכט היציגער מחלוקת און נישט בארואיגט מחלוקת. די איינציגסטער וועג פון מבטל זיין מחלוקת איז מבטל זיין דאס עצם רבנות
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

די טענה איז נישט יא מחלוקת נישט מחלוקת, א מחלוקת ווען עס איז לעגיטים, דהיינו אז יעדער צד פראבירט זיך צו פארשטעלן אלץ דער בעסטער קאנדידאט, און פארשטייט אז צום סוף דארף דעת הציבור מכריע זיין, איז בכלל נישט קיין שלעכטע זאך (ובזה טועים הרבה ואכ"מ), אדרבה, דאס איז דער בעסטער זאך, דעמאקראטיע.
דער טענה איז מיט וואסארא רעכט נעמט דער רב זיין זון און מאכט עם רב אויף מענטשען וועם ער האט נישט געפרעגט. די פראבלעם פון מחלוקת איז נאר ווען מזעהט נישט דער מחלוקת אלץ לעגיטים, און יעדער זייט שרייט אז הלכה למשה מסיני ער דארף זיין רבי און דער צוייטער האט גארנישט קיין רעכט זיך צו דינגען. און די גאנצע מחלוקת פירט זיך בבית דינו של מרן הגאון מח"ס כל דאלים גבר, דעמאלטס איז מחלוקת א פראבלעם.

דער חילוק פון דער ערשטער מנהיג פון א קהילה און דער צוייטער איז אז ביי די ערשטער וואס האט מייסד געווען דער קהילה איז טאקע אמת א מענטשען קומען צו עם לכתחילה וייל זיי טראסטען עם, ממילא איז ער טאקע רבי אפילו מהאט עם נישט געוועלט, דאס מיינט אבער נאכנישט אז די מענטשען פארקויפען זיך ובני בניהם עד סוף כל הדורות פאר ער מיט זיינע קינדער עד סוף כל הדורות. און אויך דער ערשטער רבי טאר נישט טוהן אינגאנצן וואס ער וויל ער מוז זיך אויך רערכענען מיט די רעכטען פון די מענטשען לפי גדרי האנושיות.

די רגע וואס עס איז דא א מנהיג וואס דער עולם האט אויפגענומען און טראסט קומט זיך מיט דעם די רעכטען ער זאל טוהן כל מיני זאכען על דעת עצמו, פונקט ווי דער פרעזידענט פון א מדינה אדער קארפארעישין נאכדעם וואס ער איז דערוועלט דארף נישט פרעגן אויך יעדער זאך, שהרי לכך נבחר. אבער עס מיינט נישט בשום אופן אז ער קען טון אפילו איין קליינע זאך לטובת עצמו. די קלענסטע אזא זאך וואס ער טוט איז ער מועל בשליחותו. (פארשטייט זאך מקען נישט פאדערן וואס איז למעלה מהשגת אנוש, אבער זאכען ווי עס שרייט ארויס אז דא מיינט ער זיין אינטערעס, מעג ער האבען גענוג שכל נישט צו טוהן. להבדיל אין אלע פאליטישע תפקידים אי דא קלארע געזעצן פון עטיקס וואס מטאר און טאר נישט טון פאר אייגענע חשבונות)
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לעיקוואד,
יעצט איינמאל פארשטיי איך וואס דו מיינסט ארויסצוברענגען, איך וועל דיר פראבירן מסביר זיין ככל שידי מגעת:

די מלבי"ם איז מסביר די חילוק פון דימאקראטיע און דיקטאטור אזוי:
עס איז דא צוויי סארט מלכים, איינס איינער וואס ערוועלט געווארן אדורך די עולם, און צווייטע איינער וואס קעניגט ביד חזקה אזוי ווי איינער וואס נעמט איין א לאנד און ער קעניגט אויף זיי צו זיי ווילן יא צו נישט.

פון דעם קומט ארויס צוויי סארט קעניגרייכן:

איינס: א באגרעניצטע קעניגרייך, דער קעניג דארף דינען דעם עולם, און עס האט א גרעניץ. און בשעת דער עולם וועלט אים אויס ווייסן זיי פונקליך וואס זיין כוח איז און וואס נישט, און בשעת ער ווערט איינגעשוואוירן דארף ער צוזאגן אז ער וועט איינהאלטן אלע חוקי ודתי המדינה.

צווייטע: אן אומבאגרעניצטע קעניגריייך, דער קעניג האט רשות צו טוהן ככל העולו על רוחו, ער דארף נישט זיך אדורך רעדן מיט די שרי המלוכה. ער קען אנפייפן אלע געזעצן, און פאקט- קען ער אליינס מאכן די געזעצן. ער איז סיי די סענאט, קאנגרעס, און קאורט.

פון די צוויי סארט ממלכות איז דא 5 פלעצער ווי עס קומט אויס:

1) א באגרעניצטע קעניג דארף דינען דעם עולם און זיי געפעלן, און ער איז משעובד צום פאלק און נישט זיי צו אים און ער דארף פייטן זייערע מלחמות, ער קען נאר מחליט זיין לטובת הכלל ווי למשל די טעקס.
אן אומבאגרעניצטע קעניג דינט די עולם פאר אים, און ער דארף זיי נישט געפעלן. אלע בירגער און זייערע נכסים געהערן צו אים ווי עבדים כנענים, און ער קען טוהן מיט זיי וואס ער וויל.

2) א באגרעניצטע קעניג, אלע אוצרות געהערט צום לאנד, און ער טאר עס נישט ניצן פאר זיינע פריוואטע אינטערעסן.
אן אומבאגרעניצטע קעניג, אלע אוצרות געהערן צו אים פריוואט, און עס לרשותו לטוב ולמוטב.

3) א באגרעניצטע קעניג קען נישט מחליט זיין גארנישט אליינס נאר מיט די רשות פון זיינע שרים (סענאט היינט).
אן אומבאגרעניצטע קעניג קען אליינס מחליט אלע געזעצן וואס ער וויל, און ער דארף נישט האבן קיין רשות פון קיינעם.

4) א באגרעניצטע קעניג טאר נישט עובר זיין אויף די געזעצן פונעם לאנד, און אויב יא פארלירט ער זיין אמט.
אן אומבאגרעניצטע קעניג מעג עובר זיין אפילו אויף די געזעצן וואס ער האט אליינס געמאכט.

5) א באגרעניצטע קעניג קען נישט טוישן די הויפט שטאט צו ווי עס געפעלט אים בעסער.ער דארף זיצן אין די הויז-שטאט פון זיינע פארגייער.
אן אומבאגרעניצטע קעניג מעג טוישן די הויפט שטאט צו ווי ער וויל, און ער קען טוישן די סדרי המדינה לויט זיין גוסטע.

יעצט לאמיר אריינגייין אין די הלכות רבנים וראשי ישיבה.

עס איז דא צוויי סארט רבנים און צוויי סארט ראשי ישיבה.

איינס איז כדאי לסבר את האוזן, לדוגמה ראובן עפענט אויף אין זיין בעיסמענט א שוהל מיט'ן נאמען קאווע שטיבל (אויב בריסטא וועט אים ערלויבן).
שנית אויב שמעון נעמט איבער א קהילה רבנות פאסטן ווי די קהילה האט אים ערוויילט און געגעבן א קאנסעס און געמאכט אן הכתרה.

די חילוקים וועט זיין ווי פאלגענט:

1) ראובן וואס האט אליינס גע'עפענט קען עס מארגן צומאכן אויב ער וויל.
שמעון וועט דארפן פירן די קהילה ביז משיח קומט, אדער ער שטארבט, אדער מ'ווארפט אים אראפ. (פינקט ווי א חתונה).

2) ראובן פירט אליינס די קאסע, און ער איז אליינס מחליט אויב צו בויען-איבערמאכן וכו'. נאר אויב איינער האט מנדב געווען דעם ארון הקודש דארף עס שטיין אויפן ארון הקודש, אבער די געלט דארף נישט אנקומען דארט, און אויב עס איז איבערגעבליבן געלט מעג ער עס ניצן פאר אנדערע זאכן. און אזוי אויך קען נאר ער אליינס מאכן וויפיל געלט ער מאכט פון די שוהל.
שמעון באקומט א געהאלט פון די קהילה און ער קען נישט אריינרעדן אין דעם. אויב וויל ער מער קען ער בעטן א רעיס פון די ראשי וטובי הקהילה און אויב זיי זענען אין גוטן מיט אים וועלן זיי אים עס צומאהל נאכגעבן.

3) ראובן מעג אויפנעמען א יורש בחייו אדער לאחר מותו, און וועם עס געפעלט נישט קען זיך זיכן אז אן אנדערע שוהל ווי צו דאווענען.
שמעון קען נישט אויפנעמען א יורש בחייו אדער לאחר מותו, נאר אויב די ראשי הקהילה זענען מסכים דערצו.

4) ראובנ'ס בית המדרש און אלע נכסים געהערן צו אים פערזענדליך, און ער קען אויפנעמען די שמש אליינס און אזוי ווייטער.
שמעונ'ס בית המדרש געהערט צו קהל און נאר קהל קען אויפנעמען אן איינגעשטעלער און אזוי ווייטער.

5) ראובן מאכט אליינס די תקנות הקהילה, און ווער ער איז עובר אויף דעם קען מען אים נאר אנקוקן ווי אן היפעקריט, אבער די חברי הקהילה אויב זיי זענען עובר קענען זיי פארלירן זייערע זכותים אלס חבר.
שמעון טאר נישט עובר זיין אויף די תקנות הקהילה, און אויב איז ער יא עובר קען אים קהל פארהאלטן און באשטארפן דערויף.


במילא אויף אונזער ויכוח צו א רב מעג אדער טאר נישט אויפנעמען א יורש צו נישט, אדער צו א קינד ווערט אוטומאטיש א יורש, ווענט זיך צו מ'רעדט פון א קהילה ווי ראובן צו שמעון. און בנוגע הרב וואזנער איז עס קלאר אז מרעדט פון אזא פאל ווי ראובן.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך בין נישט מסכים אז דער ערשטער סארט קהילה האט די הלכות ווי דו זאגסט. אויך אויב ער האט אליינס געפענט און אלץ ווערן די מענטשען נאכאלץ נישט זיין רכוש פרטי. די טענה אז מענטשען קענען אוועקגיין איז ברגע וואס עס איז אן אוועקגעשטעלטע קהילה מיט משפחות וואס ווערן געבוירען דארט וכו' אזא לעכערליכע טענה ווי די טענה אז מקען אוועקגיין וואוינען פון סאדאם'ס מדינה. די סארט טענה איז אפשר שייך ביי איינער וואס האט א קליינער שול ביי זיך אין בעיסמענט ווואס ווערט נישט בשום אופן קיין קהילה (אויך דעמאלטס בין איך מסופק אין דעם) . ברגע וואס דא איז דא א קהילה איז די קהילה, דהיינו די מענטשען, בעלעבאס אויף אלץ. נישט קיין חילוק אויב עס איז פארשריבען אויף דעם נאמען אדער אויף יענער נאמען. במציאות ע"פ רוב איז אויך די גאנצע געלט געקומען פון זיי.

אויב ווילסטו טאקע מדמה זיין דער ערשטער סארט צו א דיקטאטאר, האב איך נייעס פאר אייך, היינט איז אנגענומען אז עס איז קיינמאל נישט דא קיין רעכט פאר קיינער צו זיין קיין דיקטאטאר אונטער קיין שום אומשטענדען, נישט קיין חילוק וואס און ווען. און איך מיין אז דאס איז כולל אויך איינער וואס האט געעפענט א בית מדרש.

בנוגע רב וואזנער איז מיר דוקא בכלל נישט קלאר פון וואסארא סארט קהילה עס רעדט זיך, אפילו זאל מען אננעמען דיין חילוק, בכל אופן איז עס נישט חשוב בעצם, עס איז נאר א דוגמא צו דער עצם ענין.
I have a dream
Martin Luther King ~
פארשפארט