קאמענטארן אויף די פאעזיע פארמעסט, אדר-תשע"ג

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לעמאן, דו ביסט א געזונטער מבין!
אויסער שרייבן פאעזיע, דארף מען דאס קענען מסביר זיין,
וכן יאיר, וואנדערבארע תגובה!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

לעמאן דזשוס האט געשריבן:איך בין הייליג! דער שרייבער איז מיר א קענטליכע שפראך, אבער דא לאזט ער זיך ארויס אין א לענגערע אפשאצונג, און קריטיקירט גאר שארף, שפיזיג, און בייסיג א אומרעכט, און בעיקר איז ער אויסגעדרייט מיט זיין שפיזיגן פעדער און צילעוועט עפעס א מאן דהוא וואס האקט אין טשייניק. אינעם מאמר קומט שטארק צום אויסדרוק דעם דברי חז"ל קשוט עצמך ואח"כ קשוט אחרים.....אויך קומט גאר שטארק אין געדאנק די באקאנטע מעשה אז ר' ישראל סאלאנטער האט באגעגנט א איד אנהייב אלו"ל מיט א פארלאזטן גערעגטן מינע, און אויף זיין פראגע פארוואס ער שפריצט טרויער אויף'ן גאנצן ארום-האט יענער חכם גע'ענטפערטט; ס'הייסט אלולללל, האט ר' ישרא' אים גע'ענטפערט "קיינער איז נישט שולדיג אז דו טוסט יעצט אין אלול".... דער שרייבער גיבט טאקע דעם שטיקל דעם נאמען "איך בין הייליג" וואס דאס דרוקט אויס דעם שטארקן גרויל און אפשיי פון די סארט וואס מיט זייערע מעשים דינען זיי נישט א ג-ט נאר באצוועקן זייער גאנצע ארום פאר זייער תאוה ארויפגעקוקט צו ווערן, זיי נוצן יענעם'ס חטאים אלס שפילצייג פאר זייערע אייגענע הולטייען פון זיין פרום...

דער שרייבער וועבט צוזאם הערליך ווי די יעניגע רעדן זיך אפ אויף יעדע ריר, אויפן בעל תפלה וואס יאגט זיך, אויפן בעל קורא גרייזיג,...און אזוי ווייטער. דערנאך וויזוי די יעניגע געוועלטיגן אויף זייערע צארטע קינדערלעך וואס ווייסן נישט וויזוי זינד זעהט אויס, און ער אינדעזוועקעט זיך אויף זיי מיט'ן הארבסטן...


איך מיין לעמאן אז דו האסט אפשר נישט ארויס די עומק הכוונה פונעם פייטן, ער האט נישט געמיינט בלויז פרומאקעס אויף יענעמ'ס חשבון, נאר די עלטערע אידן וועלכע זענען זיך פלוצים מוחל זייערע עבירות, און הייבן אן פייניגן דעם יונגערן דור, און הייבן זיך אן פירן מיט פארפרומטע מנהגים. ווי אונזער באליבטער ידען האט שוין באשריבן אין א אשכול.

מיינסט כ'האב א נקודה קטנה?
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

מיין אנאליז-13, 14, 15

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

יגיע כפיך כי תאכל! די שרייבער א מייסטערהאפטיגע סטארי טעללער, ער שפיצט אן אלע זיינע חושים צו דערטאפן דעם יעניגן יונגערמאן, ער דערזעהט אים, זיין ווייב, זיין יונגט, זיין געלט, און זיין האב און גוטס...עריז אים מקנא ביז גאאאר! דער שרייבער האלט מיר געשפאנט ביז ממש צום סוף, איך האב קיין אהנונג נישט קיין ווי ער ציהלט, און דערנאך גיבט ער מיר אזא פליק-ממש די פליק וואס ער האט געכאפט ביים זעהן דאס סאמע ארגסטע דאס פייסמך קארטל!!

אסאך בינינו שפיגלען זיך אינעם שרייבער, אסאך אינעם שיינעם יונגערמאן! אבער וויפיל האבן שוין דעם דיגרי???! אומפארענטפערטע פראגע!!

דא וועל איך מיך אויך באנוצן מיט די ווערטער פון חברינו יאנקל וואס שרייבט אויבן
נומער 13, "ס'איז נאר די פאלשע Looks", הע! שטארקע ווערטער, א גוטער מוסר-השכל, און הומאריסטיש ביז גאר!


אלזא, שפראך-ריזיג, נישט פאעטיש, דערפאר 3 און א האלב. געדאנק-ריזיג, 5. משקל-ריזיג 5, מיטנעמען אויף ווייטער-יא, אויפהענגן אין פודסטעמפס אפיס. אדער אין די באגעבו סטאר!

ואיני יכול לנגוע בך. זייער קלאר אפגעשריבן וואס ער וויל, כאטש עס איז ווייט פון אמת אזויווי די שטיקל באווייזט. ער לאכט זיך און די גאנצע פארמעסט אין פנים, און לויפט צוריק אין שול אריין. אין תוך גענומען קען זיין דער מחבר איז מרמז עפעס טיפער'ס (עלמיר אים לאזן זאגן יא אדער ניין) נעמליך, ער חוזק'ט אפ פון געוויסע שטרעמונגען וואס פארשטומען א גייסט פון קונסט, אויב מאכט זיך א יונגערמאן וואס גארט צו שרייבן אדער מאלעווען כאפט ער זיך גלייך אין אנהייב ביים קאפ אין "ער לויפט צוריק אין שול" און לאזט אפ די נארישקייטן!!! אזוי האב איך עס אפגעלערנט, גוט?!

אלזא, שפראך-הערליך שיין, נישט פאעטיש 3 און א האלב. געדאנק-אויב מיינט ער וואס איך טראכט דאן 4. משקל- 4 און א האלב....

שרייב שרייב און לעז שטיקלעך. האלט איך גענוי ווי יאיר שרייבט אויבן, איך דינג זיך שטארק מיט פ"ק אז עס דארף אויסקוקן ווי 8, און איך האלט ווי יאיר און יאנקל און געפילטע פיש (אין אישי) אז עס איז א מייסטערשטיקל. יאיר, שרייבט שוין אויבן זיינע הרגישים און די שלאפלאזע טאג וואס ער האט געהאט דערפון. איך וויל אויך צוגעבן א שטיקל מיין וואס דער שרייבער וויל;

ער הייבט אן שרייבן, ער זעהט א מענטש (יונגערמאן) זיצן פארטראכט אן לשון, אן שפראך, ער וויל זינגען א ניגון אבער ווייסט נישט קיין נאטן! ער מאכט אפ צו גיין צוריק ארבייטן ברענגן א גראשן, אבער ס'הארץ דערציילט אים-געלט איז נישט וואס דו זוכסט...ביזט פארדראשן, דיין זעהל גייט איין! און ער שרייבט;

וויל אפשטארבן,
נאר גייסט זאל לעבן,
ער וויל פארבן
א קונסט שטיק פארוועבן


ער גייט אויס צו קענען ארויסברענגן א געפיל פון זיין גייסט וואס איז באהאלטן אזוי טיף אין אים, דערנאך זעט דער שרייבער ווי דער מענטש באטראכט די הימל און וויל כאפן א פלי מיט די פויגל הויך ארויף העכער די וועלט-דהיינו-ער וויל זיך דערהייבן העכער זיין הגשמה! און ער שרייבט;

מיט'ן פויגל מיטן אדלער פליען
כאפן א רייזע הויעך,
וויל נישט איינרוען
וויל גיין אין די ספערן אויך

האלזן שלאנקע ביימער
קושן אירע בלעטער,
רעדן צו בערג מיט שטיינער
אויסלויפן די וועלט, וועט-ער

כאפן א בליק אונטער אלעם
דערט ווי נאטור שמועסט מיט ג-ט,
ער שטייט אין ווינקל, אט אט
וואו וויסנשאפט באהאלט איר סוד


ער וויל שמועסן מיט ג-ט און נאטור און דערזעהן ווי נישט סתירה'דיג עס איז, ער וויל זעהן ווי וויסנשאפט-טבע-באהאלט איר סוד דארט ביי די צוזאמטרעף פון ג-ט מיט נאטור.... דער מענטש זעהט פלוצלינג ווי די זייגער שטעלט זיך אפ, צייט איז נישט קיין שטער, ער ווערט אומשטארבליך, ווייל זיין גייסט געוועלטיגט אט איבער אים. נעמט ער זיך זוכן א פעדער אפצושרייבן וואס ער שפירט "ער וויל זיין הארץ אויסגיסן, זיין גייסט אויפשליסן" לויפט ער אריין אין א לייברערי צו זוכן עפעס פאר זיין דורשטיגע נשמה! און ער טרעפט אידישע שעיקספיר און להבדיל די גרויסע אבן עזרא און ר' יהודה הלוי, און ברעכט אויס אין א געיאמער "פארוואס, האט מען מיר נישט דערפון געזאגט" פארוואס דארף ער זיין אין זיינע ימי עמידה געוואיר צו ווערן אז א גייסט האט א אויסקוק און איז דארשטיגג און עס איז דא וויזוי אנצוטרינקן אים!

ער טרעפט זיך נאך א נאכט אין ביביליאטעק מיט הויפענס ביכער וואס רעדן גייסטרייך צו אים, ער איז בארואיגט, און ווערט א נייע מענטש, און וועט שוין קיינמאל קיינמאל נישט זיין די זעלבע; פון היינט אן זעהט ער ברוסטן אלס טורעמ'ס און נישט מיידלישע פארעם, ער זעהט לאקן שיינע האר אלס א געדאנק פאר א שיר! נישט מער די נידריגקייטן פון גוף און פליישיגע נידריגקייטן, ער קושט מלאכים די פוס און דערזעהט הויכע בערג שושקען זיך שטיל, ער פרובירט צו דערגיין זייער זאך! און ער לאזט זיין הארץ זיך אין א שיר צוגיסן!

און ענדיגט זיין פריידיגע ערפונדונג מיט;

שרייב, שרייב, שרייב,
גרייך ביז ענדע, סוף, און אויס
מיט'ן פעדער אין האנט פארבלייב
און אזוי, פון ענגשאפט ארויס!!

פאכע דעם גלות פרעך
מיט'ן פעדער און פעקל פאפיר,
שרייב און שרייב און לעהז שטיקעלעך
מאך זיך גרייט צום ושם נשיר!!!


ער באנוצט שוין זיינע שרייבערייען צו פאכען דעם גלות און נישט ווערן צוקוועטשט מער, ער לעבט ווייל זיין גייסט לעבט.

אלזא, שפראך-5 געדאנק 5 משקל 4 און א האלב און מיטנעמען אויף ווייטער-שרייב און שרייב ביז ענדע ביז סוף ביז אויס..ושם נשיר.
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

כ'וואלט געזאגט אז דעם איי'ס מראי מקומות געהערן צו יידל, עס קלעבט אבער נישט מיט'ן יידישיזם...

אפשר ממי שאמרו אדער געפילטע? [דער לעצטער האט אפשר געשריבן ערגעץ אז ער נעמט נישט אנטייל?].
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

לעמאן נאכען דורליינען אלע אנאליזען הייבט מען אהן טראכטען פון פריש..פאר וועם דארף איך שטימען..אוי כ'האב שוין געשטימט!!! שאד.. :oops:
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

א קינד קוים טאג אכט
אין שול מיר אריינגענומען
צען אידן זיך אפגעפונען
א ברית דארט געמאכט

דער טאטע טוט שוין שפינען
בושות ס'טוט מיר ווארטן
למעשה האט ער געווינען
דער מוהל אים געפאלגט ווי א פארנארטן

מיינע קוויטשעס
על קרן הצבי
נישט מורא געהאט פון סטיטשעס
א שאד געווען די מיה

דער מעסער האלטער פרעגט באש להוב
ויקרא שמו בישראל
די טאטע שרייט "זר זהב"
מיינט ער איז COOL

געלעכטער הילכן אפ
מיין קוישעלע איך זוך
דאס גלעזעלע פאלט אראפ
דער מוהל איז נישט ביי זיך
-----

די מעשה איז געווען קיינמאל
מיר אויפגעצויגן אבער יא מיט דעם שניט
אייביג מיר געמאכט פאר א FOOL
מיר געטיילט בושות אויף טריט און שריט

מיין מיינונג קיינמאל געטון אויסהערן
איך בין דאך א טראטשאק
א שאד די צייט צו פארווערן
מיר צו דערנידערן אך ורק

מיין געדולד געפלאצט
חוצפה'דיג געווארן
נאך א שנעלער אפשאץ
זיך דערזעהן ביי גרויסע פראפעסארן

עפעס מיט מיר
זיכער ראנג מוז זיין
נאר מיר גענומען אפיר
מיט טאטי איז דאך אלעס פיין

אזוי פארגלייבט געווארן
קאמפלעקסן איך פארמירט
זיין מהלך נישט גערירט
פאלשן חינוך שטרענג פארסירט
זיך נאך דערמיט באצירט
אבי נישט זעהן צארן

וואו קען איך געפונען דעם רשע
טרעפן זאליך נאר דעם איינער
געמיינט ער איז געמאכט פאר לזווגן קשה
איך וועל אים אנברעכן די ביינער
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום זר זהב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

נו לעמאן דזשוס איך האב געטרייט עפעס פאר דיר....
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

זר יעצט האסט דיך דערמאנט? נאך וואס כ'האב שוין געשטימט???
שוין מ'וועט מוזען מאכן א ניסן פארמעסט..
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

לענ״ד וויבאלד רוב וואטערס פון ק״ש זענען נישט דווקא די מורדיגע מבינים אויף פראזע פאעיזע גראזע וכו׳, וועלען זיי ענדערשט שטימען אויף די שטיקעל וואס האט זיי די מערסטע ארויסגענומען פון די כלים, און דאס וועט זיין לכאורה נומבער 11
דאס איז מיין נביאות
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

כ'האב יעצט באמערקט אז איך האב בטעות געשריבן 7 פאר פשוט-קאמפלעצירט, טעות לעולם חוזר כ'האב געמיינט 8.
און משה געציל ניין עס איז נישט קופערניקוס, ער איז נישט אזוי אבסטרעקט. [בד"וו איינער ווייסט ווי ער איז אהינגעקומען ?]
חמין במוצאי שבת מלוגמא
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

געפילטע פיש האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:יעצט זעהסטו דעם ווייטן בליק און יודע-הכל, יידל.
ער ווארט אויף די לעצטע מינוט, ווען אלע טעותים וועלן זיין מתוקן.

אויב איז ער טאקע א יודע הכול ווייסט ער דאך וואס מ'גייט מתקן זיין.

די גייסט אריין אין די קשיא פון ידיעה ובחירה, שגץ.
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

ס'זעהט מיר אויס ווי "זר זהב" ניק איז גע'העקט.................. :lol:
אדער פארקויפט פאר גוט געלט???
Under influence
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך האב יעצט געענדיגט דורכטוהן אלע 15 שטיקלעך, כולם אהובים כולם ברורים, אלע זענען שיין און געשמאק, יעדער מיט זיין אייגנארטיגקייט, און ווען מען דארף אויסוועלן נאר 4, איז דאס אביסל א שווערע ארבעט.
האב איך געטראכט צו גיין לויט דעם תוכן, וועלכע שטיקלעך זענען די מערסטע תוכנ'דיג, און מען קען עפעס ארויס נעמען א מוסר השכל דערפון אויף למעשה, לעניית דעתי הקדושה.

לדעתי זענען זיי 3, 6, 7, 11.

3 – דער זארגלאזער אמאל, זייער א שיינע מוסר השכל אז דער אייבערשטער איז ווי א מאמע וואס זארגט זיך פארן קינד, און דער קינד דארף בכלל נישט זארגן, דער אייבערשטער וועט פון אלעס קער נעמען.
די גראמען, משקל, איז געוואלדיג שיין אויסגעשטעלט, עס ליינט זיך קלאר און געשמאק, און עס איז ווערט איבערצו'חזר'ן מער ווי איין מאל.

6 – דאס בלעטל מיין שפיגל, אויך זייער א שיינע מוסר השכל אז מען מיינט אז מען איז גליקליך ווען מען רייסט זיך אפ פון בוים, אבער נאכדעם בלייבט מען טויט, און מען איז מער גארנישט ווערט, ער שטעלט אוועק זיין מציבה אז אנדערע זאלן זיך אפלערנען דערפון, אבער באמת איז דער משל נישט ממש דומה לנמשל, ווייל ביים נמשל קען מען זיך נאך יא צוריק כאפן,
די גראמען זענען זייער שיין, עס ליינט זיך זייער געשמאק, און ס'ווערט צו איבערליינען מערערע מאל.

7 – איך בין הייליג, א שיינע מוסר השכל, ווילסט זיין פרום? אבער נישט אויף יענעמ'ס חשבון, ווער מיר נישט דעם באשעפער'ס פאליציי, זייער שיין ארויסגעברענגט, ווען דו ווערסט בעסער דארף נאכנישט יעדער ליידן.
די גראמען נישט די בעסט, אבער די שיינקייט ליגט אין די קורצע שארפע זאצן וואס מאכט עס געשמאק.

11 – קינות גירושין, האט א הארצרייסענדע מוסר השכל, אז עס לוינט זיך בכלל נישט צו געבן די צוועלף שורות, עס ברענגט אן א שיעור פראבלעמען און צרות (דאס איז וואס איך האב ארויס גענומען דערפון), ראה חיים עם האשה שבחר לך אביך ואמיך, פרוביר דיך צו מאכן באקוועם אין דיין מצב, מיט וואס דו האסט באקומען.
עס האט נישט קיין גראמען און נישט קיין פאעזיע, אבער זייער א רירנדע ארטיקל.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

ברעסלובער לגבי קינות גירשין , אז א מענטש דארף זיך גטן זאל ער אוודאי יא אזוי טון , ח״ו צו לעבן און ליידען, מדארף נאר האבען שכל וויאזוי צו האנדלען מיט דעם
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

האסט א שטארקע פוינט.
אבער כ'האב מיר שוין אויסגעגארגעלט אויף דעם נושא אין עטליכע אנדערע אשכולות, עס איז נישט די פלאץ דא צו מאכן דערפון א סומאטאכע.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'זעהט מיר אויס ווי "זר זהב" ניק איז גע'העקט.................. :lol:
אדער פארקויפט פאר גוט געלט???

פארקויפט האבעך די קרוין :)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:
קאווע טרינקער האט געשריבן:יעצט זעהסטו דעם ווייטן בליק און יודע-הכל, יידל.
ער ווארט אויף די לעצטע מינוט, ווען אלע טעותים וועלן זיין מתוקן.

אויב איז ער טאקע א יודע הכול ווייסט ער דאך וואס מ'גייט מתקן זיין.

די גייסט אריין אין די קשיא פון ידיעה ובחירה, שגץ.

געפילטער אויב יודל וועט זאגן ער גלייבט נישט אין גאט טוסטו אויס דאס קאפל? ווי ווייט גייסטו מיט דעם?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

וואס האט גלייבן אין גאט צו טוהן מיט א קאפל?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

ביסט גערעכט לגבי דעם קאפל ,ליבי אמר לי אז דו גייטס דיך שטעלן דערויף אבער
that's not the point here
יודל וויאזוי הייסט אזא twist ?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

moti107 האט געשריבן:ביסט גערעכט לגבי דעם קאפל ,ליבי אמר לי אז דו גייטס דיך שטעלן דערויף אבער
that's not the point here
יודל וויאזוי הייסט אזא twist ?


Red herring
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ונבנתה העיר האט געשריבן:כ'וואלט געזאגט אז דעם איי'ס מראי מקומות געהערן צו יידל, עס קלעבט אבער נישט מיט'ן יידישיזם...

אפשר ממי שאמרו אדער געפילטע? [דער לעצטער האט אפשר געשריבן ערגעץ אז ער נעמט נישט אנטייל?].


איך האב נישט אריינגעשיקט קיין איינס. אבער ייש"כ ונבנתה פאר די קאמפלימענט. :like :like :like :like :like :like
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

סעים הער.

און מאטי הונדערט און זיבן, איך ווייס נישט פונקטליך וואס דיין פראבלעם איז, ביטע זיי מסביר.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

סאיז בסדר געפילטער let's go back to poetry
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארשפארט