שערוריה: איינשטיינס סוד אויפגעדעקט, אויפדעקער עלימינירט

אלבערט איינשטיין איז געווען גאר א קלוגער מענטש, זיין נאמען איז געווארן א סימבאל פאר קלוגשאפט, אז א סטודענט אין קאלעדזש וויל משבח זיין זיין לערער זאגט ער "ער איז אן איינשטיין". בערך אזוי ווי דא אין שטיבל, און אז איינער וויל משבח זיין איינעם זאגט ער ביסטו א יידל, א יאנקל, א געפילטע פיש וכדומה.
איינשטיין האט אויך געהאט א גרויסע מעלה, ער האט געהאט גאר א שיינע צינג, כידוע לחובבי לשון בחרדל וללא חרדל. ועד כאן לשון קדשו
איינשטיין האט ערפינדן אסאך גרויסע זאכן, ובתוכם די חכמה פון רעלאטיוויטעט. איך וועל לאזן פשוט קאמפליצירט, יידל, יאנקל, לעיקוואד, געפילטע פיש, יואליש, יאיר, ממי שאמרו און די אנדערע אינטעלעקטואלן ערנסט דיסקוסירן וואס רעלאטיוויטעט איז. איך ווייס וואס מען האט מיר אויסגעלערנט אין מקוה אז "דריי האר איז אסאך? אה, דאס איז רעלאטיוויטעט: אין א בארד איז עס ווינציג, אין א זופ, גאר אסאך....".
אבער איינשטיין איז נישט בלויז דער זיסער זיידע מיט די לאנגע צינג, ער האט ערפינדן דעם חכמה פון אטאם, און געשאנקען די וועלט מיט די כלי, וואס ווען נישט ביבי נתניהו צייכנט אויף א גרויסע טאוול מיט א רויטע מארקער, וואלטן מיר געווען באדראעט פון איראן. אלזא, איינשטיין האט א פינסטערע זייט צו אים.
אויב, אבער האט איר געמיינט אז איינשטיין'ס פינסטערע זייט איז בלויז די אטאם באמבע, הערט א שוידערליכע מעשה וואס האט זיך אפגעשפילט אין אונזערע צייטן, ממש דא, בתוכנו, במחננו.
איינשטיין האט אויך געהאט אסאך זאפטיגע אויסדרוקן, יעדע זאך וואס די בדחנים זאגן "חיים מענדל פלעגט זאגן" אדער וואס מען זאגט אין ראדני ביי די הערינג "דער רבי זכרונו לברכה האט אמאל געזאגט", זאגט מען אין די אקעדעמישע קרייזן "עס אלבערשט איינשטיין יוסד טו סעי"....
אבער הערט די שוידערליכע פאסירונג וואס האט פאסירט צו איינס פון זיינע אויסדרוקן:
געווען איז א טייערער איד, גאלדענער קרוין. א באטעמט איד געווען, און א נייגעריגער מענטש מיט אסאך ידיעות, און ער האט אייביג דערציילט ידיעות און נייעס. פון ווי האט דער גאלדענער קרוין געוואוסט אזויפיל? געטענה'ט האט ער אז ער וואוינט אין ציריך, און דארטן דרייט ער זיך ביי די עליטע, און באקומט זייערע אינערליכע אינפארמאציע. אבער, עפעס, עפעס, די וועג ווי ער האט אייביג געהאט אינטערסאנטע סחורה צו דערציילן איז אייביג געווען מאדנע. אבער, גאלדענער קרוין איז געווען א באטעמטער, א וויצלער, א געשמאקער, אן אינטערטעינער, און קיינער האט נישט געטראכט אז עפעס דראמאטיש גייט מיט אים אמאל פארקומען.
איין טאג איז עס געשעהן, ווען גאלדענער קרוין איז געקומען מיט א פרישע שטיק הייסע ווארע "
If your landlord does not give you enough heat, do not pay the rent" - Albert Einstein"
יא, אזוי ווי איר הערט, א גאונישע, נייע דערהער פון איינשטיין. לאמיר עס רופן די "היץ-רענט טעאריע".
איינשטיין, אלס אן איש אשכולות האט זיך דערגרונטעוועט צו אט די דבר חכמה, ווייל צו זאגן אזא זאך דארף מען סיי האבן טיפע פארשטאנד אין עקאנאמיקס, אין פיזישע וויסנשאפט איבער היץ און הייצונג, און סיי בעיקר פארשטיין די פסיכאלאגיע פון א מענטש אין די נושא פון נקמה און וויאזוי צו האלטן די איידעלע דיסטאנץ צווישן פארטיידיגן די אייגענע רעכטן, זיך נישט לאזן צוטרעטן, אבער לעומת זה נישט פארלירן די דירה.
די דאזיגע טעאריע פון איינשטיין איז אלע יארן געווען פארהוילן. ווען גאלדענע קרוין האט אויפגעדעקט דעם טעאריע פון היץ-רענט, האבן אלע חובבי איינשטיין אויפגעשפרונגען, און אנגעהויבן פארפירן פארוואס מען האט דאס פארהוילן. די אפיציעלע ווערסיע איז געווען אז די טעאריע האט נאך לעכער, ווארום, דער אייגענטומער פון די אפארטמענט בילדינגס gעט נישט היץ, און ברענגט א מואווינג טראק אויב צאלט מען נישט רענט.
די קאנספיראטארן האבן אבער אנגעהויבן קאכן א קאשע און וועבן א קאנספיראציע אז די גרויסע קארפערעטס וואס קאנטראלירן אמעריקע האבן דאס במזיד באהאלטן ווייל זיי ווילן צעקוועטשן די ארימע מיטל קלאס.
מר. מעקלעלעלן דער פארזיצער פון "רענט איז צו פארקאקט הויך" פארטיי האט זיך שוין געלאזט הערן לעצטנס ביים זיך באטייליגן אין א נטורי קרתא פראטעסט, בלשונו "רענט איז טו דעם היי, די היט איז טו דעם לאו, דאנט פעי די דעם רענט".
די אינטערנאציאנאלע אנארכיסטן באוועגונג האט שוין געלאזט הערן אז די דאזיגע טעאריע באשטעטיגט אז איינשטיין איז געווען אן אנארכיסט, און ביי די קומענדע פראטעסט ביי א כינוס כלל ישראל אדער כ"א כסליו, וועלן די היימישע אנארכיסטן האלטן א שילד "אין אפטרופוס לעריות, איף די לענדלארד דאנט גיוו יו רענט, אר הי מאלעסט יו, דאנט פעי די רענט".
רעגירונגען האבן אנגעהויבן ערנסט מורא האבן, ווייל אויב פארשטייט מען די טעאריע, זאגן סייענטיסטן, איז פשוט לויט די כללים פון לאגיק, אז גענוי ווי אויב דער לענדלארד, געט דיר נישט קיין הייצונג, געב נישט קיין רענט, די זעלבע איז אויב די רעגירונג געט דיר נישט קיין סערוויסעס, צאל נישט די טעקס. און אזוי ווייטער, עד אין שיעור וערך...
אבער, די וועלט איז נישט הפקר, פינסטערע כחות פירן די וועלט מיט אן אייזערנע פויסט, הערט די שרעקליכע פאסירונג :
גאלדענע קרוין איז נעלם געווארן, די ערד האט אים איינגעשלינגען. דער גאלדענער קרוין וואס איז אייביג געווען דא, אייביג גוט געזאגט האט איבערגעצויגן דעם שטריקל, ער האט אנטדעקט די אמתע טעאריע איבער וויאזוי די וועלט פירט זיך, און וויאזוי פשוטע מענטשן זאלן נישט לאזן זיך דיקטירן... און יא, די פינסטערע כחות האבן אים אפגעראמט פון וועג!
אוי. אוי, אוי, גאלדענע קרוין איננו!

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- איך אויך
- חבר ותיק
- הודעות: 6351
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
- האט שוין געלייקט: 8611 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל
און איך ווער גאר געוואר אז איינשטיין האט געשריבן אשכולות.
הפוך בקופערניקוס והפוך בקופערניקאס דכולהו בה!

Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
אין די לעצטע נייעס קומט אפיר א באריכט אז גרויסע פארשער אין שפיץ פון דעם אנטדעקער, קרוינגאלדערס (נו, דארט וואו אלע חרדי'שע אידן וואוינען), האבן אנטדעקט איין באהאלטענע פארטיקל וואס פארלעצט די טעאריע. מען ווייסט נאכנישט גענוי אלע פרטים, ווייל צוליב איר באהאלטענקייט האט מען בכלל נישט געוואוסט אז זי עקזיסטירט ביז לעצטנס, ווען צוליב א קאמפליצירטע פראבלעמאטישע נוקלעאריסטישע וויברירנדע אויפרייס וואס רופט זיך אין די סייענטיפישע שפראך "סומאטאכע", האט דאס געברענגט אין רעזולטאט א כעמישע רעאקציע וואס האט אויפגעדעקט די באהאלטענע פרטים פון די גאדדעמנד פארטיקל וואס שטימט נישט מיט די קרוינגאלדערס-איינשטיין טעאריע. דער פארטיקל רופט זיך וויליאמסבורג. לויט ווי פארשער געבן איבער געפינט זיך אויף דער פארטיקל, וואס איז בעצם א פלאנעט פאר זיך, געוויסע מאדנע ברואים, וואס צאלן טייער רענט נישט קיין חילוק ווי קליין און פארשימלט די דירה איז און אודאי איז נישט מעלה ומוריד וויפיל מאל דער לענדלארד וועט אפהאקן די הייצונג, די קעשענע, אדער דעם קאפ.
מאנכע שפעקולירן גאר אז די אזוי גערופענע סומאטאכע האט גאר גורם געווען סיי צו די אנטדעקונג פון די וויליאמסבורג פלאנעט, און סיי צו די פארכאפונג פון אונזער הויכגעשעצטער סייענטיסט, שרייבער, הומאריסט, און דערגרייכער פון די איגנאבל פרייז, דר. קרוינגאלדערס. אנדערע ווארפן עס קאטעגאריש אפ, נישט קענעדיג גלייבן אז דער כעמישע רעאקציע פון די סומאטוכע זאל זיין בכח צו מסדר זיין אזא גאוני'שן מח ווי קרוינגאלדערס. היסטאריקער זאגן אז זייט די קאווע שטיבל שטייט איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא כאאס ווי ביי די יעצטיגע קרוינגאלדערס סומאטאכע. מען ווארט אין די קומענדיג טעג צו זען וואס וועלן ברענגען. און די אלע גלענצנדע מוחות וואס קענען זיך ממש נישט באגיין אן דעם פראפעסאר האפן בכליון עינים אז ער וועט זיך צוריקקערן ווי אמשנעלסטן, און אז עס זאל זיך ארויסשטעלן אז די גאנצע פארטיקל וואס פארלעצט די טעאריע איז א טעות מעיקרא, און אז איינשטיין איז יא געווען גערעכט.

האדם לא נברא אלא להתענג
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:ער האט ערפינדן דעם חכמה פון אטאם, און געשאנקען די וועלט מיט די כלי, וואס ווען נישט ביבי נתניהו צייכנט אויף א גרויסע טאוול מיט א רויטע מארקער, וואלטן מיר געווען באדראעט פון איראן. אלזא, איינשטיין האט א פינסטערע זייט צו אים.
יויש, כ'האב פיינט צו נעמען אזא גוט שטיקל קרעפל פשעטל און זיך ארויפכאפן אויף די ר' חיימדיגע קנייטשן, נאכדערצו ווען מ'געפינען זיך דא אין שמייכל פארום, ומה לו לכהן בבית הקברות? אבער ווי נישט ווי, אליביה ד'פשוט קאמפליצירט זענען קופערניקוס' שמייכלעך שווערע שטיקלעך אקאדעמישע ווערק, און בנוסף לזה האב איך דאך מורא אז דער עולם וועט אהיימגיין מיט א טעות אין די י"ג עיקרי ההיסטאריע, שפיר איך פאר א חוב קדוש איבערצוברענגן דאס וואס כ'האב שוין אמאל געברענגט ווי פאלגנד:
יידל האט געשריבן:אגב, אנדערש ווי דער עולם מיינט, איינשטיין האט נישט ערפינדען דעם אטאם באמבע, נאר לעא סילארד (אויך א איד) וועלכער האט אייגענטליך געהאט א פעטענט דערויף. איינשטיין האט בעיקר געהאלפן איבעררעדן פרעזידענט רוזוועלט אז מ'קען און מ'דארף פראדוצירן די באמבע דורך אונטערשרייבן אויף א בריוו וואס סילארד האט געשריבן.
שוין מ'קען שוין צוריק אנצונדען די מוזיק און ווייטער טאנצן.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
איין מינוט, צינד נאכנישט אן די מוזיק. איינשטיין האט געשפילט א גרעסערע ראלע אין דעם אטאם באמבע, וויבאלד אין זיין טעאריע פון ספעציעלע רעלאטיוויטעט האט ער צום ערשטן מאל ארויפגעברענגט דעם געדאנק אז מאסע קען ווערן ענערגיע, וואס האט עווענטועל געפירט צום אטאם באמבע. עס איז אים אבער קיינמאל נישט איינגעפאלן אז מען קען עס נוצן פאר אן אטאם באמבע ביז סילארד האט עס ארויפגעברענגט פאר אים. ער האט אויך נישט געהאט קיין חלק אין די טעכנישע דעטאלן, וויבאלד מען האט אים פשוט נישט געטראסט אז ער וועט נישט ארויסגעבן די סודות. ווען ער איז געוואויר געווארן אויף די ראדיא פונקט ווי יעדער איינער אז מען האט געשאסן אן אטאם באמבע אויף יאפאן און די שוידערליכע קאנסעקווענצן וואס דאס האט געברענגט, האט ער זיך אויפגעגעסן דאס געזונט אז ער האט אומדירעקט צוגעברענגט דערצו, און ער האט געווידמעט זיין לעבן צו פארמיידן דאס פארשפרייטונג דערפון. אלזא, איינשטיין האט נישט אזא פינסטערע זייט צו אים, יהא זכרו ברוך.
ס'איז אלעס דיין שולד, יידל.
ס'איז אלעס דיין שולד, יידל.
האדם לא נברא אלא להתענג
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
אין ווייטערדיגע אנטוויקלונגען ארום דעם שרעקליכע סקאנדאל, קומט יעצט אריין א שאקירנדע באריכט וואס ווייסט צו פארציילן אז נישט בלויז דער אויפדעקער פון איינשטיינס היץ-רענט טעאריע איז פארשווינדען ווי אין וואסער, נאר דער הויכגעשעצטער אקאדאמיקר דר. קופערניקס וואס איז געווען דער ערשטער צו דעקן דעם -שוין יעצט באקאנטען- סקאנדאל איז אויך פארשווינדען געווארן פונעם האריזאנט.
לויט ווי געוויסע באריכטן טוען אנגעבען, איז אויפן דירקעטן באפעל פון די טופע קאמערן אונטערן ווייסן הויז (יא יא, דארטן ווי כוסעין מיט קאדאפי זיצען צוזאמען און פירן די וועלט) פארדענט געווארן א ברייטן זיך אקציע העכער דעם בארמידאן דריי עקדיגען תהום, אויס מורא אז די בייזע רוחות האבן פארכאפט די צוויי.
א געוויסע באריכט ווייסט גאר צו פארציילן, אז די גאנצע פארשווינדען ווערן איז נישט מער ווי א ווילדע קאנספיראציע. די סיבה פארוואס גאלדקרוין איז פארשווינדען געווארן איז לויט זיי נישט מער ווי א טעכנישע סיבה.
אנדערע זאגן גאר אז מען האט געטראפן די צוויי צוזאמען אריינגיין אין א געביידע. ווען דער ריפארטער וואס האט דאס באמערקט האט פראבירט אריינצוגיין האט ער נישט געקענט, צוליב די שווערע כעמישע גערוך וואס איז ארויס געקומען פון יענעם געביידע. דער קאריספאדאנט האט נישט געוואלט ארויסגעבן צופיל דעטאלן, נאר אזוי פיל האט ער געוויסט צו זאגן, אז א טייל פון די כעמיקאלן אין יענע געביידע זענען גאר שעדליך, ווייל זיי זענען א געמיש פון הערינג געווייקטע צוויבל מיט באטלעך קאפ און פלייצע געמויזאכטס וואס הענגט דארטן אויף האקס, אזוי ארום פארמירן די צוויי א געמיש פון שעדליכע כאמיקאלן. לויט א געוויסע באריכט געפינט זיך די געביידע אויף א געסל מיטן נאמען ראדני. וואו, וואס, ווער, ווען, איז נישט באקאנט.

ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
ווי איר זעהט אלע טייערע ידידים האב איך געפעלט אפאר טאג, ווי בין איך געווען? דא ווען די צייט איז נאכנישט געווען רייף, האב איך פארקויפט תורת לאקשן ווי איך בין אלס געווען, אבער היות אז ברוך השם מען זעהט שוין לעכטיגקייט ביים ענדע טונעל, קען איך ענק מגלה זיין ווי איך בין געווען:
ווי איר קענט אייך איבערצייגן איז געשעהן החזרת עטרה ליושנה די קרוין איז צוריק אפגעקומען קיין יושנע, זר זהב איז צוריק!
דאס איז א היסטארישע געשעעניש, נאך זעקס יאר וואס ער פעלט שוין. נו, מאי האי? פארוואס איז זר צוריק? און פארוואס צוריק אנעם קרוין?
אלזא, דאס האט צוטון מיט מיין פעלן. די גרויסע טונקעלע כחות וואס פירן די וועלט באהאלטענערהייט זענען געווארן דערשראקן פון זר'ן, בפרט אין א צייט וואס אמנון יצחק זאגט צו לחם בשקל, האבן זיי אים גאר שארף פארכאפט. יעצט נאכן שטורעם פון דעם געהיימען אגענט X האבן זיי מורא געהאט צו האלטן ווייטער זר'ן באהאלטן, איך בין אראפגעפארן צו די בארמודע המן טאש און זיי האבן ארויסגעלאזט זר זהב, אבער פארשטייט זיך אז מען האט אים פארשיקט מיט בושות, דיס-האנארד, אן די מעדאלן און אראפ מיטן קרוין.
אלזא זר איז דא צוריק א צעביילטער און פארשעמטער,עס איז נישט דער זעלבער זר, ער איז א קרבן פארן זיין א ווהיסל-בלוער, זייט אים מחזק.

קופערניקוס האט געשריבן:ווי איר זעהט אלע טייערע ידידים האב איך געפעלט אפאר טאג, ווי בין איך געווען? דא ווען די צייט איז נאכנישט געווען רייף, האב איך פארקויפט תורת לאקשן ווי איך בין אלס געווען, אבער היות אז ברוך השם מען זעהט שוין לעכטיגקייט ביים ענדע טונעל, קען איך ענק מגלה זיין ווי איך בין געווען:

אלזא, דאס האט צוטון מיט מיין פעלן. די גרויסע טונקעלע כחות וואס פירן די וועלט באהאלטענערהייט זענען געווארן דערשראקן פון זר'ן, בפרט אין א צייט וואס אמנון יצחק זאגט צו לחם בשקל, פעלט זיי נאך אויס א העצער קעגן רענט? האבן זיי אים גאר שארף פארכאפט. יעצט נאכן שטורעם פון דעם געהיימען אגענט X האבן זיי מורא געהאט צו האלטן ווייטער זר'ן באהאלטן, איך בין אראפגעפארן צו די בארמודע המן טאש און זיי האבן ארויסגעלאזט זר זהב, אבער פארשטייט זיך אז מען האט אים פארשיקט מיט בושות, דיס-האנארד, אן די מעדאלן און אראפ מיטן קרוין.
אלזא זר איז דא צוריק א צעביילטער און פארשעמטער,עס איז נישט דער זעלבער זר, ער איז א קרבן פארן זיין א ווהיסל-בלוער, זייט אים מחזק.
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:ווי איר זעהט אלע טייערע ידידים האב איך געפעלט אפאר טאג, ווי בין איך געווען? דא ווען די צייט איז נאכנישט געווען רייף, האב איך פארקויפט תורת לאקשן ווי איך בין אלס געווען, אבער היות אז ברוך השם מען זעהט שוין לעכטיגקייט ביים ענדע טונעל, קען איך ענק מגלה זיין ווי איך בין געווען:
ווי איר קענט אייך איבערצייגן איז געשעהן החזרת עטרה ליושנה די קרוין איז צוריק אפגעקומען קיין יושנע, זר זהב איז צוריק!
דאס איז א היסטארישע געשעעניש, נאך זעקס יאר וואס ער פעלט שוין. נו, מאי האי? פארוואס איז זר צוריק? און פארוואס צוריק אנעם קרוין?
אלזא, דאס האט צוטון מיט מיין פעלן. די גרויסע טונקעלע כחות וואס פירן די וועלט באהאלטענערהייט זענען געווארן דערשראקן פון זר'ן, בפרט אין א צייט וואס אמנון יצחק זאגט צו לחם בשקל, האבן זיי אים גאר שארף פארכאפט. יעצט נאכן שטורעם פון דעם געהיימען אגענט X האבן זיי מורא געהאט צו האלטן ווייטער זר'ן באהאלטן, איך בין אראפגעפארן צו די בארמודע המן טאש און זיי האבן ארויסגעלאזט זר זהב, אבער פארשטייט זיך אז מען האט אים פארשיקט מיט בושות, דיס-האנארד, אן די מעדאלן און אראפ מיטן קרוין.
אלזא זר איז דא צוריק א צעביילטער און פארשעמטער,עס איז נישט דער זעלבער זר, ער איז א קרבן פארן זיין א ווהיסל-בלוער, זייט אים מחזק.
בארמודע המן טאש האסט מיר געמאכט ס'טאג!! וועלקאם בעק איינשטיין כ'מיין קופערניקוס!