קאמענטארן אויף די פאעזיע פארמעסט, אדר-תשע"ג
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
איך בין פון נאטור אויס אויסגעשפראכן קעגן סתם מרבה זיין דברים בטלים שלא לענין, די פיוטים האבן שוין קאמענטירט און אנאליזירט אזעלכע שרפי מעלה וחכמי עולם. קודם יאנקל מיט זיין חכמה, לעמאן דזשוס מיט זיין תבונה, יאיר מיט א ברייטן בליק, קאווע טרינקער מיט זיין הומאר, געפילטערטע מיט זיין דעת שעמקעדיג, ברסלבער און אזוי ווייטער, און האפנטליך קומען נאך, אלזא מי אנכי? וואס'זשע וועל איך צוגעבן? איך פארשטיי צו פאעזיע ווי א דרייסיג יעריגער סדר פירער צו די עריכת הקערה, אדער ווי א פרוי צו הערינג, אלזא, וואס האב מיר צו רעדן?
ולא די בזה, נאר זיך אומקוקנדיג דא איבער די הערליכע אנאליזן פון לעמאן דזשוס וחבריו, די הערליכע אנאליז פון יאנקל, די הפלא'דיגע שטיקל פון יאיר, זעה איך אז חכמת אפשאצן פאעזיע איז נאך גרעסער ווי די עצם גופו של דבר, אם כן למה זה אנכי, אסקופה הנמצצת, שטיק ראץ, עפר ואפר, ווי וועל איך זיך שטעלן מאחורי פרגוד קרסוליהם?
נאר וואס, איך בין נתפעל וויאזוי לעמאן דזשוס האט א כאפט געטון דעם שרביט הזהב, א זאג געטון צו זיך במקום שאין אנשים, השתדל להיות איש, און אלע כשרונות וואס מען האט דערדרוקט צענדליגער יארן, האט איין לעמאן דזשוס אונז אלע אויפגעהויבן!
אידן וואס זינט זייער פשעטיל ווי זיי האבן נאר געזאגט "המוציא תפילין" ולא הספיק לאמרו עד שבאו המנגנגים ואמרו וראה בנים - זענען געווארן פאעטן! אה, ברוקלינער מעלעסטערטע קינדער, זענען געווארן קליינטשיגע שלמה אבן גבירולעך!
אלזא, לכבודו של רבי לעמאן וועלן מיר צומאכן די לייטס און רעדן פון ריין השראה ארויס, אן קיין הכנה, אן קיין עיון, נאר מה שישים ה' בפי הטבעת, כ'מיין בפי האסון והאתון, אותו אדבר, ואם דיברתי שטותים, לך לאומן שעשני:
נומער 1 ווינטער נאכט
אלע האבן שוין אנאליזירט דעם ערשטן פיוט אלס רייך אין שפראך און נישט איבעריג רייך אין געדאנק. איך זעה יא אסאך כשרון, ער טרעפט געוועזענע שדים אין די געוויין פון קעץ, ער הערט יענע-וועלטישע געשריי,גייסטער, שדים ורוחין, הכלל, א שטיק בצרי. אבער שפעטער, ווערט ער אזא פאזיטיווער הומאניסט, א בריאה ליבהאבר מיט די ביסל שלג כצמר. ער נעמט דיר אויף א שיינע רייד.
וואס יא, ער נוצט די זון, לבנה, שניי, און נאך אביעקטן וואס מען נוצט שוין דורי דורות, נו הכלל, די דאזיגע זאכן זענען אוניבערסאל, אייביג, און קען אייביג שיין גענוצט ווערן.
נומער 2 איך וויל מיין טאטן צוריק
דאס איז גאר הערליך, הארציג און ווארעם. ניין, עס איז נישט קיין גאונות, אבער ווער דארף גאונות ווען מען רעדט דאס הארץ'ס שפראך. דער פייטן נעמט ארויס די סומאטאכע פון די שמוציגע רעאליסטישע וועלט פון קנאה, שנאה, האטליינס, לויערס, סומאטאכעס און קריכט אריין אין די הארץ פון אן אומבאהאלפן קינד, און די שאלה שטעלט זיך אויטאמאטיש איז דאס קינד נישט קיין וויקטאם? פיליזאפיר נישט ארום, ענטפער נישט שכל'דיג, קוק אויף דאס קינד'ס געוויין וואס ווערט אזוי עלעקוואנט אראפגעשריבן דורכן פייטן.
שטיקל נומער 3 דער זארגלאזער אמאל
די גראמען אין די פיוט איז גאר הערליך, זיי קלעבן זייער שיין, די ווערטער אויסוואל איז הערליך. ווי ערווענט פעלט די שטאך און עלעמענט פון סופרייז וואס א פאעם וואס איז מגלה טפח ומכסה טפחיים פארמאגט, אבער זי איז הערליך שיין, זי נעמט ארום דעם גאנצן מענטש, עולם ומלואו, עס בארירט זיכער אסאך הערצער, און איז בכלליות א הערליכע יצירה.
נומער 4 מיין פאסט קעסטל מיין טרייסט
אה, דאס האב איך ליב! (איך האב געשטימט דערפאר, ששששש) א זיסע שטיקל הומאר, ווי דער שרייבער טוט זיך זעלבסט אויס נאקעט און גראבלט אריין אין נאטורליכע מענטשליכע הרגשים. די גראמען זענען זייער זיס און די אויסוואל פון ווערטער זייער זיס. ער רוקט זיס אריין דעם רבין דעם בלאפער, און איז אים מקטיר בחד קטירא מיט קופת העיר. זייער זיס. עס שטייגט נישט איבער אנדערע, אבער איך האב ליב הומאר, ערנסטקייט איז גוט אין שול, אין שטוב, אין ארבעט, איך גלייב אז ווי דען אויב נישט אין קאווע שטיבל זאל מען פיטערן דעם עולם מיט לוסטיגקייט.
נומער 5 דאס איי
איי, איי, ממש איי'זן. דער שרייבער דארף ווערן דער נשיא פון איי-וועלט, אזויפיל הומאר, בקיאות, און וויסנשאפט. ער האט געשאנקען דעם איי א לעבן! די גראמען זענען הערליך און די גאנצע זאך שרייט כשרון און גאונות.
לאמיר ממשיך זיין שפעטער

- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
כעוורע, זאל ארויסגעלייגט ווערן די נעמען פון די שרייבער?
וואס האלט דער עולם ערב די אויסגאנג פון די וואלן?
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
נומער איינס' אויספיר איז מיר א פליאה. כ'האלט דער פייטן האט געוואלט עפעס זאגן דערמיט, אבער כ'האב נישט געזעהן קיינע פון די קריטיקירער דאס דערמאנען:
א ברעקל, א ברעקל,
פון סחורה, פיין און גלאט,
מיט ערשטע רונדע טריטלעך,
פון א קעצל, נישט ווייט.
מיט שארפע אויגן גרינע,
וואס קוקן ברוגז זיך פאר.
פארדעקט איר מיסט ס'האט,
דער ערשטער שניי אין יאר!
ונעלם ממנו.
א ברעקל, א ברעקל,
פון סחורה, פיין און גלאט,
מיט ערשטע רונדע טריטלעך,
פון א קעצל, נישט ווייט.
מיט שארפע אויגן גרינע,
וואס קוקן ברוגז זיך פאר.
פארדעקט איר מיסט ס'האט,
דער ערשטער שניי אין יאר!
ונעלם ממנו.
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
יואליש, מיר האבן עס דערמאנט אין אונזער אנאליז דף 6
ער-דער שרייבער-דערזעהט אויף די פרישע שניי פיצינקע פיס-טריטן פון א קעצל וואס שטייט אין ווינקל פון גאס און פרייד זיך צו זעהן ווי הערליך די שניי האט צוגעדעקט איר צואה!
א ברעקל, א ברעקל,
פון סחורה, פיין און גלאט,
מיט ערשטע רונדע טריטלעך,
פון א קעצל, נישט ווייט.
מיט שארפע אויגן גרינע,
וואס קוקן ברוגז זיך פאר.
פארדעקט איר מיסט ס'האט,
דער ערשטער שניי אין יאר
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
נא חברה, שוין אפגעשטומט? צייט לויפט, ווייניגער ווי אכט שטונדען פארבליבן צו שטימן! פוילט אייך נישט און נעמט די פאר סעקונדען וואס עס פארלאנגט זיך אפצוגעבן די שטימע און וועהלט זאפארט!
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
אויף וואס ווארט ער? ער וויל מען זאל נאכאמאל אונטערנעמען א זיך אקציע? ער ווארט אויף שלשת ימי הגבלה וואס דעמאלטס איז זיין קאפ בבחינת גדלות המוחין? קופערניקוס זיסער, איך ווארט און איך ווארט און איך ווארט... ביטע לאז דיך נישט ווארטן אזוי לאנג...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
ליסטע פון באטייליגטע אינעם פארמעסט, עפ"י סדר הא"ב
פאלגענד איז א ליסטע פון שרייבער וואס האבן זיך באטייליגט אינעם פארמעסט-כפי סדר הא"ב.
בן תמליון
בענדשאמין פרענקלין
ברסלבער
הציץ ונפגע
יאנקל
יידל
לעמאן דזשוס
משה געציל
פשוט-קאמפליצירט
קאווע טרינקער
ראשעקאל
רוצה בעילום שמו
שהי פהי
בן תמליון
בענדשאמין פרענקלין
ברסלבער
הציץ ונפגע
יאנקל
יידל
לעמאן דזשוס
משה געציל
פשוט-קאמפליצירט
קאווע טרינקער
ראשעקאל
רוצה בעילום שמו
שהי פהי
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
מיין אנאליז:
באמת קום איך דא ווי א שירעם נאכן רעגן, נאך וואס די גדולי עמודי פאעזיע האבן שוין אפגעזאגט זייערע מיינונגען, קריטיק, קאמפלימענטן און הרגשים. נאר וואס דען? די אלע וואס האבן געשריבן אנאליזן און רעצענזיעס זענען דאך באמת מבינים צו פאעזיע. פון די שאר פשוטי העם וואס זענען נישט קיין מבינים האט כמעט קיינער זיך נישט אויפגעשטעלט זאגן זיין מיינונג. האב איך געשפירט א פליכט, במקום שאין איש, זאל כאטש איין נאוויס זאגן זיין אנאליז וכל העם ישמעו ויראו. און טאקע וויבאלד כ'בין דער קנאפער מבין וועל איך זיך נישט קאנצעטרירן אויף אזלעכע דערהויבענע ענינים ווי משקל און בתים, נאר כ'וועל זיך מער אפגעבן מיט די פשוט'ערע ענינים, ווי שעפערישקייט און הויעכע וואקאבולאר, ווערטער וואס גראמען, געדאנקן און אריגינאליטעט וכדומה. פארשטייט זיך אז פיל פון מיינע פונקטן וועלן זיין פשוטע חזרות אויף די נקודות וועלכע זענען שוין אויבן ארויסגעברענגט געווארן, ובזה יצאתי ידי חובת פלאגיאריזם והאומר דבר בשם אמרו.
נומער איינס, "ווינטער נאכט". עס גראמען יעדע צווייטע שורה, און פון גראם אויס איז עס זייער שיין, כאטש נישט פונקטליך (שווארצע - קורצע, ווינט - קינד, בלומען - באקומען, גלאט - ווייט). די מעשה איז אז די ערשטע 5 בתים האבן מיר מורא'דיג באיינדרוקט, אבער די אנדערע 7 נישט, כאטש עס באטראכט דעם ווינטער פון אן אינטערעסאנטן פערספעקטיוו. די סיבה איז מסתמא (אזוי ווי איינער האט שוין אויבן דערמאנט) וויבאלד עס איז א נייטראלע טאפיק. מה שאין כן די ערשטע 5 בתים ברענגן אריין מער מיסטישע געפילן מיטן דערמאנען די שדים, גייסטער, טייוולען און יענער וועלטישער געשריי. א סקרוך איז מיר דורך אין די ביינער ביים ליינען די שורות, און דאס פארבינדן די העכערע כוחות מיט דאס פייף פונעם ווינט איז זייער הערליך ארויסגעברענגט געווארן. ווידעראום די אנדערע 7 בתים זענען גאנץ פשוט, און טראגן נישט אוועק דעם מענטש צו אן אנדערע פלאץ. נאך א געוואלדיגע נקודה: עס דערקענט זיך א שעפערישקייט אין אויסדרוקן און לאו דוקא ווען ס'קומט צוניץ ביים גראם. (לדוגמא: שטראלן דינע צוגאסן, ס'שטרייטן גייסטער אפנים, זויגט בלוט די בלומען, א שטאלענער הימל.) לויט די משקל און נישט פונקטליכע גראמען וואלט איך געגעסט אז עס איז בן תמליון, נאר למעשה נוצט בן תמליון נישט געווענליך אזעלכע הויעכע אומבאקנטע אויסדרוקן.
נומער צוויי, "איך וויל מיין טאטן צוריק". יעדע שורה גראמט, און גאנץ פשוטע גראמען. כ'וואלט אפילו געזאגט אז ס'מער גראמען ווי פאעזיע. דער געדאנק אבער איז אן אינטערעסאנטער. צו נעמען א לידל פון א קליין אינגל אדער מיידל פארזינקען און זיינע/אירע צובראכענע געפילן ווען זי טראכט פון זיין/איר טאטן וועלכער איז גרויזאמערהייט אוועקגעריסן געווארן פון איר - דאס ברענגט ארויס זייער שטארקע געפילן ווען מ'קוקט פונעם קינד'ס פערסעפקטיוו. ס'האט מיר אביסל געבאדערט אז דאס פאעמע רעדט פון תפיסה. א קליין קינד פארשטייט נישט ווי אהין דער טאטע איז פארשוואונדן. אלץ וואס דאס קינד ווייסט איז אז דער טאטע איז אוועקגעגאנגען. פונעם קינד'ס שטאנדפונקט איז נישט קיין חילוק צו דער טאטע גייט אוועק ווייל ער גט זיין ווייב, ווערט איינגעזעצט אין תפיסה אדער ווערט נפטר. דאס קינד וויל זיין טאטע, פעריאד. דאס פאעמע וואלט געווען פיל הארציגער - אין מיינע אויגן - ווען עס רעדט נישט בלויז פון א טאטע וואס גייט זיצן. אבער אפשר איז דאס גופא געווען די כוונת המחבר, און טאקע אין ליכט פון די וועבערמאן פרשה. דאס מאכט מיך טראכטן אז דער פאעמע איז שמעקעדיג. (בן תמליון שליס איך אויס באזירט אויף זיינע שיר השירים פאעמעס.)
נומער דריי, "דער זארגלאזער אמאל". די משקל איז קונסטליך. צוויי שורות וואס גראמען איינס מיטן צווייטן, דערנאך א שורה, דערנאך נאך צוויי שורות וואס גראמען איינס מיטן צווייטן, און א זעקסטע שורה וואס גראמט מיטן דריטן שורה. די בתים זענען ווייטער זייער שיין. עס איז צעטיילט אין דריי פעריאדס. 6 בתים פאר יעדן פעריאד, 4 דערפון זענען אייגענארטיג און די לעצטע צוויי גייען איבער די זעלבע בתים אבער מיט וועריאציעס געוואנדן לויטן פעריאד. נישטא קיין גרויסע שעפערישקייט פון ווערטער און די גראמען זענען גאנץ פשוטע אבער די געדאנק איז א מעכטיגער, סיי מכוח אויסלייג און סיי מכוח אינהאלט! כ'האב א געפיל אז די פאעמע איז משה געציל'ס.
נומער פיר, "מיין פאסט קעסטל, מיין טרייסט". יעדע שורה גראמט מיט צוויי שורות דערנאך (שורה א מיט שורה ג און שורה ב מיט שורה ד). צוזאמגעשטעלט פון 11 בתים, 4 שורות יעדע איינע. א זיסער געדאנק און גראדע שטארק אריגינעל, וועלכע מאכט מיך טראכטן אז אפשר זאל איך שטימען דערפאר. דער מחבר האט גאנץ א גוטער שעפערישקייט אין ווערטער ווען עס קומט צו טרעפן ווערטער וואס גראמען, און דוקא אין א נישט ערווארטעטע ריכטונג. געווענליך זוכט מען ווערטער אין אידיש. אונזער מחבר האט נישט קיין פראבלעם צו נוצן "אינגלישע" ווערטער, (ענליך צו דער מחבר פון נומער 13, "יגיע כפיך כי תאכל, אשריך!", נאר יענער האט געשפירט פאר וויכטיג צו שרייבן די ווערטער אין ענגלישע אותיות). על זה הדרך טרעפן מיר אינפארמעישאן, אינוויטעשאן, אפפער און ביל. איך וואלט געזאגט אז דאס איז די ערשטע שטיקל פאעזיע פון דעם שרייבער וועלכע ער שטעלט ארויף אין קאווע שטיבל.
נומער פינף, "דאס הינער איי". שוין, מ'האט דאך שוין באזונגען דעם מחבר'ס בקיאות און אריגינעליטעט אזש ס'מיר גארנישט געבליבן וואס צוצולייגן. איך פערזענליך האב גאר שטארק הנאה געהאט דערפון און כ'גלייך זייער דעם סטיל. די גראמען זענען געווענליך, יעדע שורה גראמט מיט די קומענדיגע. לדעתי לדעתי איז דער מחבר נישט קיין אנדערער ווי אחד מגדולי השטיבל, יאיר זאל זיין געזונט. דאס בקיאות, די לייכטע הומאר, ס'שרייט ארויס פון זיך יאיר. אבער - עז אלוועז - איי מייט בי ראנג. אן ערנסטער קאנדידאט פאר מיין שטימע, פשוט אלס די אריגינעלע געדאנק און די שווערע ארבייט וואס איז אריינגעגאנגען מלקט צו זיין די מקורות.
נומער זעקס, "דאס בלעטל, מיין שפיגל". די משקל איז על אותו הדרך פון נומער 4. דער געדאנק איז היבש אריגינעל, און ס'הערט זיך ווי א לעמאן-דזשוס'ישער פאעמע. די שטרעכל נאך די פרעפיקס "גע" (ווי "גע'גלעט"), שטימט אויך מיט לעמאן דזשוס. די ווערטער זענען נישט מחודש'דיג, אבער די געדאנק ווערט זייער שטארק ארויסגעברענגט און איז, ווי מ'רופט עס "א פאוערפול שטיקל".
נומער זיבן, "איך בין הייליג!". א פשוט'ער משקל. דער געדאנק איז מעסיוו!! און די חידוש שבו איז געוואלדיג. עס ברענגט זייער גוט ארויס זיין נקודה, און הונטער די גראמען ליגן אסאך באהאלטן. לולא דמסתפינא וואלט איך מסכים געווען צו יאנקל'ס באהויפטונג אז דאס מייסטערהאפטיג שטיקל איז נתחבר געווארן דורך דעם גברא רבא, איש האשכולות המכונה קאווע טרינקער. נאר היות איך האב אויך א שטיקל ספק אז נומער 13 איז מעשי ידי ר' קאווע טרינקער וועל איך מיך צוריקהאלטן פון זאגן מיט א זיכערקייט אז 7 איז טאקע דעם רבי'נס. דאס באקומט א זיכערע שטימע פון מיר וויבאלד די געדאנק און וויאזוי עס ווערט ארויסגעברענגט איז סיי שארף און סיי הומאריסטיש. און צום בעל מחבר וויל איך בעטן א בקשה: ווי וואנט מאר. שרייב אפטער אזעלכע שטיקער!
נומער אכט, "איפכא מסתברא!". כ'האב שוין געשריבן אז איך גיי משוגע פאר "איפכא מסתברא", און שמעקעדיג האט מיך שוין געטשעלענדזשד כ'זאל מסביר זיין וואס ליגט אונטער איפכא מסתברא. עס איז שווער מסביר צו זיין. לאמיר נאר שרייבן אפאר נקודות. די ערשטע נקודה איז, עס גראמט נישט. און דאס שטיקל איז אזוי גוט אז כ'האב ניטאמאל געכאפט אז עס גראמט נישט, ווי לאנג כ'האב אנגעהויבן זוכן וועלכע משקל עס האט! צו נעמען נישט גראמענדע ווערטער און מאכן דערפון אזא הערליכער שטיקל פאעזיע איז א קונץ! די צווייטע נקודה: דער פאעמע כאפט אן פשוט'ע הנחות און פרעגט "רבי לעבן אפשר פונקט פארקערט". עס מאכט טראכטן איבערן מענטשליכן שיקזאל, דאס לעבן געלויף און אזוי ווייטער. די דריטע נקודה, עס פארמאגט שעפערישע אויסדרוקן. "פארפאלן אין פוילקייט", "שטיין-קאלטע מציבות", "גוף-גרויס", "טויטע צייט-שכנים" וכו'. די געדאנק וועלכע ווערט ארויסגעברענגט דערמאנט מיר זייער שטארק דעם בלאג פאוסט נאר דארט איז אין פראזע און דא אין פאעזיע. מיין געס איז אז דער מחבר איז פשוט-קאמפליצירט. נומער אכט באקומט מיין ערשטע שטימע בלי ספק.
נומער ניין, "צוזאמען". א קורצער שטיקל, פשוט'ער אויסלייג. עס איז גאנץ קורץ און כאטש פאר זיך איז עס א שיין שטיקל ארבעט, איז עס אבער נעבעך אריינגעפאלן צווישן 15 אנדערע שטיקלעך, לענגערע און גרעסערע וועלכע ווארפן איר אין שאטן. כ'האב שטארק הנאה געהאט פון איינס פאר די לעצטע בית: צוזאמען קענען מיר אלעס אין די וועלט אויספירן/דער הימל איז דער גרעניץ שטערנס וועלן מיר רירן. עס האט גערירט די סטרונעס פון מיין הארץ. נאר א שאד אז דער מחבר האט נישט צוגעלייגט נאך אפאר שורות מיט ענליכע געדאנקען, דאן וואלט עס ווען געקענט זיין אן ערנסטער קאנדידאט פאר מיין שטימע.
נומער צען, "מחה תמחה". באשטייט פון צוויי גראמען (שורה 1 און שורה 2, שורה 3 און שורה 4) און א פיפטע שורה אלץ פזמון וועלכע ווערט איבערגע'חזר'ט אין יעדן בית. די געדאנק איז זייער אריגינעל, אבער עס וואלט מסתמא מער געקענט ערפילן דעם תפקיד אלס הומאריסטישער ארטיקל ווי אלץ פאעמע. דער סאציאלער קריטיק - ווי יואליש האט שוין ארויסגעברענגט - איז אויך א פיינער געדאנק. עס איז אביסל צו קורץ, עס איז דא נאך אסאך חומר אריינצושטעלן צווישן פינפטן און זעקסטן בית, פאר מ'קומט צו אז דער גוי האט זיך אליינס גע'הרג'ט... זייער זיס, שעפעריש מצד דעם געדאנק, גארנישט ספעציעל מצד די ווערטער אדער גראמען.
נומער עלף, "קינות גירושין", פארלאנגט א תגובה הראויה להתכבד בה פאר זיך. עס איז משוגע צו ווערן די געדאנקען און הרגשים וואס זענען אלץ אריין אין דעם פראזע-פאעזיע און עס ברענגט ארויס שטארקע מיטגעפיל אינעם ליינער צום מחבר. דער שטיקל האט נישט קיין משקל און די שורות גראמען נישט. ווי איינער האט שוין געשריבן אויבן, ווען נישט די פסוקים, וואלט עס נישט געווען פאעזיע בכלל. איך מיין אז דער שטיקל איז פון הב"ש. מי יתן אז דער שרייבער פון נומער צוועלף זאל איבערשרייבן דעם קינות אויף א שטערקערן פאעטישער סטיל, דער רעזולטאט וועט בוקע רקיעים זיין!
נומער צוועלף, "צעריסענע בענקשאפט". גראמען, אין כדוגמתה. די משקל גייט דריי שורות גראמען נאכאנאנד, דערנאך שורה 4, און נאכאמאל דריי שורות גראמען נאכאנאנד און שורה 8 וועלכע גראמט מיט שורה 4. שורות 2 און 3 און שורות 6 און 7 זענען קורצע שורות, בעת 1, 4, 5 און 8 זענען אביסל לענגער. די קריעטיוויטי איז געוואלדיג. די געדאנק איז אויך זייער שיין, כאטש נישט מורא'דיג אריגינעל. די נקודה ווערט ארויסגעברענגט זייער קלאר און שארף און די געפילן וואס דער מחבר האט געהאט ביים שרייבן די ווערטער גיסן זיך איבער פון די ווערטער. דער שרייבער איז גאנץ ווארשיינליך אחד ומיוחד מחכמי השטיבל, ה"ה יאנקל.
נומער דרייצן, "יגיע כפיך כי תאכל, אשריך". דער אריגינעלער געדאנק איז סיי הומאריסטיש און סיי בייסיג. געשריבן על דרכו פון קאווע טרינקער (כאטש כ'בין מער נוטה אז קאווע טרינקער האט געשריבן "איך בין הייליג"). דער משקל איז זייער סימפל, אבער עס נעמט גארנישט אוועק פונעם שארפקייט און זיסקייט.
נומער פערצן, "ואיני יכול לנגוע בך". קורץ און שארף (אפשר אביסעלע צו קורץ), פון איינער וואס איז נישט צו רגיל אין פאעזיע - ווי ער איז אליינס מעיד אויף זיך. די גראמען זענען נישט פונקטליך (לדוגמא: תדרוש, בית מדרש) אבער גאנץ געשמאק. די משקל איז אז שורה 1 גראמט מיט שורה 3 און שורה 2 מיט שורה 4. עס איז צו קליין דן צו זיין איבער די שעפערישקייט שבו, אבער כ'האב הנאה געהאט פון דעם אוסדרוק "פאעזיע טאנץ", און דאס פאראידישען דעם ווארט trance צו טרענץ.
נומער פופצן, "שרייב און שרייב, און לעהז שטיקלעך!!". איז געוואלדיג! א שטארקע קאנדידאט פאר מיין שטימע. די משקל איז גאנץ פשוט און אזוי אויך די גראמען, אבער די געדאנק שיש בו משום חידוש און די אופן וויאזוי עס ווערט ארויסגעברענגט איז גאונ'יש. זאל איך זאגן אז דאס האט קופערניקוס געשריבן? גאנץ מעגליך. איך וואלט מער געדארפט מאריך זיין אויף דעם שטיקל, אבער הזמן קצר און בעל הבית דוחק, איך האב דאך נישט א גאנצן טאג צו שרייבן.
כ'האף אז איר האט הנאה געהאט פון מיין דעת-בעל-הבית'ישער אפיניען, און כ'האף אז איך האב קיינעם נישט באליידיגט מיט מיינע אנאליזן. יעצט עלמער הערן וואס לעמאן דזשוס האט צו זאגן אויף מיין רעצענזיע...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יידל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.