"עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

שליחה דורך יידל »

איך האב דעם פעמעניסטישן זייט אנגעקוקט אנדערש - אז די פרויען, וואס טארן סתם אזוי זיך נישט באטייליגן אין הצלה אלץ צניעות - האבן איצטער א געלעגנהייט צו קענען לויפן אויף הצלה רופן.
אגב, הרב ראטה איז גראדע באקאנט אלץ ליבעראל אין הלכה. איך ווייס אבער נישט לגבי זיין השקפה.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

שליחה דורך דבילה »

גאר א דריטע בליק איז א "חברה הצלה" באקומט א קאנקורענט. "חברה הצלה" איז טאקע באקאנט אלס אן אויסנאם ארגאניזאציע וואס טוט זייער ארבעט לש"ש בנאמנות, און דערפאר ווערן זיי באלוינט פון כל הק"ק אז זיי זענען אטאמאטיש באגנאדיקט אויף אלע שוגגים ומזידים. אויב ווילן באראפארקער איינוואוינער האלטן די חברה פראפעסיאנאל און זיכער מאכן אז זיי זוכן כסדר זיך צו פארבעסערן - קען קיין בעסערע זאך נישט זיין ווי אן ערענסטע קאנקורענט.

אלנפאלס, די אראגאנטע מהלך מיט וואס "חברה הצלה" האט זיך באנומען צו די נושא פון "עזרת נשים" האט גורם געווען אז זיי זאלן דארפן זיך אנשליסן מיט אן אויסערליכע אמבולאנס אגענטור, און דאס קען זיין די ערשטע ריס אין די אומדורכדרינגליכע פאנצער וואס הצלה האט זיך ביז היינט דערין איינגעהילט.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

שליחה דורך שרגא »

יאנקל האט געשריבן:אויף דעם עצם געדאנק זענען פאראן צוויי וועגן וויאזוי עס צו באטראכטן. צו ערשט איז דער פרומער בליק - אז דאס איז א פרישע חומרא מיט דעם אז מענער זאלן זיך נישט דארפן אפגעבן מיט פרויען, א שטייגער ווי די הוראה וועלכע איז ארויס א צייט צוריק פון האדמו"ר מסקווער אז אין זיין שטעטל זאלן פרויען דינען אלץ הצלה מעמבערס פאר פרויענישע אומשטענדן.
מיט עטליכע וואכן צוריק איז געווען באריכטעט אז הרב יחזקאל ראטה האט געגעבן זיין הסכמה פאר "עזרת נשים". עס איז גרינג זיך פארצושטעלן אז הרב ראטה קוקט עס אן ווי א חומרא לגבי נגיעה בנשים.


אינטערעסאנט אז סקווירא זאל מאכן די חומרא ווייל דאכט זיך אז אסאך פון זייערע געבורטס-דאקטוירים זענען מענער און זענען זייער פאפולער (וואס איז מיר טאקע געווען א חידוש אז קיינער האט נאך נישט געטראפן קיין פראבלעם דערמיט).
הרב ראטה גלייב איך נישט האט א פראבלעם אנדערש, ווייל ער האט נאכנישט ארויסגעגעבן קיין פסק פאר פרויען צו פרובירן גיין צו פרויען דאקטוירים (אפילו ביי געבורט), סאו אויב עפעס, איז עס נאר בגדר א "פארוואס דען נישט?", זאלן זיך היימישע פרויען שפירן אין בעסערע הענט ("ווארטשפיל בכוונה"; אזוי זאגט מען עס אין אידיש? אריין אין שפראך אשכול).
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

שליחה דורך דבילה »

ביי חרדי'שע רבנים אין ארצינו הקדושה, בפרט ביי די ירושלימ'ער, איז דאס שוין א לאנג-יעריקע ארטיקל צו ממליץ זיין פאר פרויען זיך צו אונטער-זיכן נאר ביי פרויען דאקטוירים. דאס איז מן הסתם א קומענדיקע חומרא דא אין חו"ל אויך.
טעמפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

שליחה דורך טעמפא »

דבילה האט געשריבן:ביי חרדי'שע רבנים אין ארצינו הקדושה, בפרט ביי די ירושלימ'ער, איז דאס שוין א לאנג-יעריקע ארטיקל צו ממליץ זיין פאר פרויען זיך צו אונטער-זיכן נאר ביי פרויען דאקטוירים..

די זעלביגע ביי פילע רבנים דא אין די פאראייניגטע שטאטן. וו.צ.ב"ש. הרב חיים לייב כ"ץ אב"ד סערדעהאל.
עדיוקעטעט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 4:41 pm
האט שוין געלייקט: 13 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

שליחה דורך עדיוקעטעט »

As a husband of a woman taking by Hatzolah during labor. I would say my wife felt very uncomfortable and she still feels when she meets them on street.. Kol hakavod Mrs. Freier.. I can't understand why hatzolah is against it?? So they will have 20 less calls a week to cover. There is still enough for both 
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

שליחה דורך געפילטע פיש »

לגבי הרב יחזקאל רויט לאמיך ציטוטירן פון א וואס-איז-נייעס ארטיקעל
“He explained that historically the ‘miyaldos’ (mid-wives) were women and we see in our community that in the Chevra Kadisha, we have men attending to men and women attending to women. Our shuls are separate, our weddings are separate and there is no reason for our emergency medical corps not to function in the same way, not only in childbirth but in other medical situations as well.

איז קלאר אז ער זעהט עס ווי א חומרה. די שאלה איז נאר אויב זיי וועלן מעגן גיין אויף קאלל'ס מיט סיירינס, צו ס'איז א שאלה פון קול באשה...
טעמפא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 12:07 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 13 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

שליחה דורך טעמפא »

א חבר האט מיר אמאל געזאגט אז דער רמב"ם און דער רמב"ן זענען ביידע געווען פרויען דאקטוירים. איינער ווייסט א מקור דערפאר?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

שליחה דורך געפילטע פיש »

טעמפא האט געשריבן:א חבר האט מיר אמאל געזאגט אז דער רמב"ם און דער רמב"ן זענען ביידע געווען פרויען דאקטוירים. איינער ווייסט א מקור דערפאר?


כ'ווייס נישט צו ס'פעלט אויס מקורות פאר דעם, מיר ווייסען אז זיי זענען געווען דאקטורים, און אין יענע צייטן דאקטוירים זענען געווען דאקטוירים, עס זענען נישט געווען קיין ספּעציאַלטעטן זיי זענען אַלע אַלגעמיינע דאקטוירים. חוצמזה אין זיין דאקטוירישע ספר "פרקי משה" איז די רמב"ם מאריך אין אנטומיע, פיזיולוגיע, פאטולוגיע, דיאַגנאָסיס, טיולוגיע פון קראנקהייטן, פיווער, הקזת דם, שילשול, כירורגיע, דיעטע, מעדיציניען און אויך גניקולוגיע.

אבער איז דאס בכלל א חידוש? האסט געהאט א הוה אמינא אז די רמב"ם האט נאר באהאנדלט מענער?
סתם געפלאפלט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:52 pm
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

שליחה דורך סתם געפלאפלט »

שרגא האט געשריבן:אינטערעסאנט אז סקווירא זאל מאכן די חומרא ווייל דאכט זיך אז אסאך פון זייערע געבורטס-דאקטוירים זענען מענער און זענען זייער פאפולער (וואס איז מיר טאקע געווען א חידוש אז קיינער האט נאך נישט געטראפן קיין פראבלעם דערמיט).

איך ווייס נישט וואס איר חלום'ט, אין סקווירא איז נישטא קיין געבורטס-דאקטוירים.
באניצער אוואטאר
שרגא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 548
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 27, 2012 11:20 pm
האט שוין געלייקט: 232 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 768 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

שליחה דורך שרגא »

סתם געפלאפלט האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:אינטערעסאנט אז סקווירא זאל מאכן די חומרא ווייל דאכט זיך אז אסאך פון זייערע געבורטס-דאקטוירים זענען מענער און זענען זייער פאפולער (וואס איז מיר טאקע געווען א חידוש אז קיינער האט נאך נישט געטראפן קיין פראבלעם דערמיט).

איך ווייס נישט וואס איר חלום'ט, אין סקווירא איז נישטא קיין געבורטס-דאקטוירים.


צו וועמען באלאנגט "רפואה העלט סענטער"?
(We need mercy, kindness, not judgment. (Describe, Matisyahu
באניצער אוואטאר
דבילה
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 23, 2012 10:17 pm
האט שוין געלייקט: 1091 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 542 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

שליחה דורך דבילה »

ווי ווערן געבוירן אלע סקווירא קינדערלעך ווי, ביים רבי'ן אין שטוב?
סתם געפלאפלט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 13
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:52 pm
האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

שליחה דורך סתם געפלאפלט »

רפואה העלט סענטער האט נישט קיין געבורטס-אפטיילונג.....
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

Re: "עזרת נשים" אפטיילונג אין הצלה געגרינדעט

שליחה דורך געפילטע פיש »

זיידעטשקע האט געשריבן:טאקע אונטערסאנט. אויב געדענק איך גוט האלט די רמבם אז נגיעה ערוה איז א איסור דאורייתא. איז וויאזוי האט ער זיך א עצה געגעבן מיט זיין פרעקטיס??

נגיעה שאינה לשם חיבה איז דא חילוקי דיעות צו די רמב"ם האט געהאלטן אז ס'דאורייתא, אבער א דאקטער מעג זיכער כיוון דבעבידתיה טריד.

מענין לענין, איינער האט מיר דאס געשיקט פורים. (אזהרה, נשים!)
בילד
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיר קענען שוין קוים ווארטן. די בעסטע וואלט געווען אויב דאס וואלט געווען א פליגל אינטער הצלה צו פארמיידן פאליטיק אין אזא הייליגע ארבעט.
בן מלך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 1:20 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך בן מלך »

..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בן מלך האט געשריבן:..


ביסט גערעכט, קיינער קען דיר נישט סותר זיין. (אפשר איז דאס עדות שאי אתה יכול להזימה?)
בן מלך
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 14
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 24, 2012 1:20 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9 מאל

שליחה דורך בן מלך »

ממי_שאמרו האט געשריבן:
בן מלך האט געשריבן:..


ביסט גערעכט, קיינער קען דיר נישט סותר זיין. (אפשר איז דאס עדות שאי אתה יכול להזימה?)

סארי איך האב עפעס געשריבן, געשיקט און געוואלט מעקן נאכדעם. פארשטייסט?
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

יאנקל האט געשריבן:יעצט, א יאר שפעטער, ווערט באריכטעט דורך VIN אז די "עזרת נשים" אפטיילונג האט באקומען באשטעטיגונג פון מדינת ניו יארק.

זאל זי גיין מחיל אל חילת.
Under influence
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

ווען איינער גייט אריין אונעם ניינטען, זאל ער זיי קאלן מיט איין בהלה און זאגן אז עס איז אן עמערדשענסי, אפשר אזוי וועלן זיי אנקומען און צייט.
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
באניצער אוואטאר
מאראנצןזאפט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 994
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 22, 2013 2:15 pm
האט שוין געלייקט: 1544 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2255 מאל

שליחה דורך מאראנצןזאפט »

ממי_שאמרו האט געשריבן:מיר קענען שוין קוים ווארטן. די בעסטע וואלט געווען אויב דאס וואלט געווען א פליגל אינטער הצלה צו פארמיידן פאליטיק אין אזא הייליגע ארבעט.

הצלה קען נישט נעמען קיין פרויען זאלן ארבעטן צוזאמען מיט מענער, ס'וואלט נישט געקלאפט.
הצלה האט שוין געהאט דעם פראבלעם מיט יארן צוריק אין סטעטן איילענד, הערשל וועבער האט געזאגט לא מיט א למד און ביי דעם איז עס געבליבן.
צו די חשוב'ע רעדאקציעס פון אידישע אויסגאבעס: אדם אוסר את שלו, עס איז נישט ערלויבט זיך צו באנוצן מיט מיינע ארטיקלען אן קיין בפירושער ערלויבעניש. איר קענט אייך מיט מיר פארבינדן אין אישי. א דאנק פון פאראויס.
באניצער אוואטאר
ניו יארק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 815
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
האט שוין געלייקט: 98 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל

שליחה דורך ניו יארק »

יעצט באקומען פון איינעם אויפן בבמ (נאר די מידעל עידש ווייסען וואס דאס איז). נישט אזוי.גוט געשריבען אבער די פוינט איז דא
8. Call to Ezras nushim Says: Dispatcher: My wife is having terrible labor pains..please please
Dispatcher: Whats the address please.? what floor is she at now?
Dispatcher: All units please respond to emergency at ...Webster ave.
Unit B23: Sorry getting my kids on bus now ...
Unit B19: Sorry my car is stuck in 14 inches of snow
Unit B11: Trying to get there but behing sanitation truck
Unit W7: On Prospect Expwy should be there in 17 minutes
Unit Q14: Getting dressed and taking my baby next door to baby sitter.ETA 19 min.
Patient: Please please its getting worse ..please get me someone here...
Dispatcher : Sorry we have no one before 16 minutes please call 911 or Hatzoloh...
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק בילד ®
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אן אמתע שאלה, ווען דו זעהסט רח״ל אן עלטערע איד גייט אדורך אן הארץ אטאקע ה״י, וועם ווילסטו ענדערש זעהן אנקומען? א פרוי שרייען עלעקא דמעיער אנענו, אדער א אינגערמאן פון יוקאן מיט 15 טויזענט דאלער לייטס און סיירענס? איך וואלט ענדערש געוואלט דער אינגערמאן
פארשפארט