דער הימל, ווייסן מיר פון קליינווייז אן, איז "אויבן". דארט אינעם הימל זיצן מלאכים. אויך די נשמות גייען אהין נאך דעם וואס דער גוף שטארבט אפ. מלאכים, שרפים, חיות ואופני הקודש, אלע זענען זיי אויבן. אויך דער כסא הכבוד געפינט זיך דארט.
הקיצור: אלע העכערע זאכן געפינען זיך אין די הימלען, און אלע הימלען זענען אויבן.
וואס מיינט דער פסוק מיט "אויבן": ערגעץ וואו זייער, זייער ווייט הויך ארויף? בפשטות מיינט עס נישט דאס. שווער צו זאגן אז דער הימל פארמאגט א באשטימטן לאקאל ערגעץ וואו אין די ספערן. ווייל אויב יא, איז עס דאך טייטש אז מיר קענען, הגם נאר טעארעטיש, אהינפליען נאך זייענדיג אינעם גוף. ס'וועט זיך נאר אויספעלן פאר דער טעכנאלאגיע צו מאכן אביסל פארשריט, און דאן וועלן מיר זיך קענען ארויסלאזן אויף א נסיעה צום הימל. (קרח-הנורא באזוכערס וועלן מוזן מיטנעמען ווארעמע קליידונג. ווידעראום, פאר א קרוז צווישן אצילות און בריאה זאל מען מיטנעמען לייכטע זומער-בגדים.)
איז די מעשה מיט די הימלישע איינוואוינערס, הייסט עס, אז זייער טעכנאלאגיע איז מער פארגעשריטן ווי אונזערס -- אז זיי קענען "ארויפפליען" און "אראפפליען"?
די נקודה מיט'ן הימל וכל אשר בו איז דאס, אז ווען מיר רעדן דערפון, רעדן מיר פון עפעס וואס איז פאר אונז אומדערגרייכבאר. ס'איז עפעס וואוהין א גוף קען נישט אנקומען. א פלאץ וואס איז אונז נישט צוטריטליך.
מיר היינט ווייסן שוין אז די וועלט איז רונדיג, און באמת זענען אפילו אויף דער פיזישער וועלט דא "אונטן" נישט פאראן קיין "אונטן" און "אויבן" בכלל. דאס וואס מיר רופן "אונטן" און "אראפ", איז די ריכטונג אין וועלכער די ערד'ס צוציאונגס קראפט שלעפט אונז. "ארויף" און "אויבן" איז די ריכטונג אין וועלכער עס קומט אונז אן שווערער צו גיין, ווייל מיר דארפן איבערקומען דער ערד'ס גראוויטאציע.
"אויבן", אין אנדערע ווערטער, מיינט ערגעץ אדער עפעס וואס איז פאר'ן מענטש ווייניגער צוטריטליך. "אונטן" איז וואו איך געפין זיך "ביי דיפאלט"; "אויבן" איז ערגעץ וואס פאדערט אנשטרענגונג צו קענען אהין אנקומען.
אמאל, מיט יארטויזנטער און יארהונדערטער צוריק, ווען די מענטשהייט האט נישט געהאט קיין צוטריט צו די רוימען אויבן, האבן מענטשן געוויזן מיט'ן פינגער ארויף, ווען זיי האבן גערעדט וועגן מלאכים און אנדערע אזעלכע זאכן וואס זענען "דארט", אויף "העכערע" פלעצער. היינט, ווען מיר זענען שוין אנגעקומען צו דעם דאזיגן דארט פון אמאל, האבן אונזערע הימלען זיך אפגעטראגן פון די ספערן. זיי האבן זיך אוועקגעצויגן, און קיינער ווייסט נישט וואוהין...
"הימל", "אויבערשטער" (דער פון "אויבן") באצייכענען זאכן וואס זענען מחוץ אונזער השגה, וואוהין מיר קענען נישט גיין. אמאל, ווען די גרעניץ פון מענטשנ'ס פארשטאנד איז געווען "דא", אויף דער ערד, צי אביסל העכער איר, איז דער הימל געווען יענער שטח דארט ווייט אויבן וואו די זון, לבנה און שטערנס וואוינען און וואנדערן ארום. היינט, אז מיר זענען שוין היימיש מיט די הימלישע קערפערס און דרייען זיך צווישן זיי ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, איז דער הימל געלאפן נאך ווייטער.
באמת אבער האט זיך גארנישט געביטן. די וואס האבן ארויסגעהאט דאס עסק -- אז אויבערשטער מיינט עפעס וואס איז "אין סוף", אז "לית אתר פנוי מיניה" און "לית מחשבה תפיסא ביה כלל" -- זיי האבן פארשטאנען אז דער אויבערשטער איז גארנישט מער אויבן ווי אונטן, און אז די ערד איז פונקט אזוי ג-טליך ווי די לבנה און די שטערנס. ווידעראום, דער פראסטער המון עם, וואס האט טאקע געזען דעם הימל ווי דעם משכן כבוד קדשו, די האבן היינט אויך א מוגבל'דיגע הבנה אין דעם גאנצן ענין. דער היינטצייטיגער המון עם וועט רעדן פון "ענערגיעס" און "סופער קאנשאס", און אנדערע אזעלכע שמות נרדפים וואס ליידן אלע פונעם זעלבן חסרון פון מגביל זיין עפעס וואס האט נישט קיין הגבלות.
איך מיין אז אפילו היינט, ווען מיר זענען שוין היימיש מיט יענעם אמאליגן "אויבן", זענען די צוויי טערמינען אויסגעהאלטענע ווערטער צו באצייכענען העכערקייט און ערדישקייט. ווייל למעשה איז "אראפ" מער גשמיות און פארגרעבט. מיר ווערן אראפגעצויגן דורך א געזעץ אין דער טבע, גראוויטי. צו גיין ארויף אויבן פאדערט זיך אנשטרענגונג און ארבעט צו גיין קעגן דער טבע.
א ספעיס-שאטל צום הימל
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
א ספעיס-שאטל צום הימל
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
יעצט בין איך שוין אינגאנצן צומישט? ווי אזוי ווילסטו מ'זאל אים רופן דעם אינטערשטער?
אויבערשטער איז לאו דוקא צוליב דעם וואס ער איז אויבן. נאר עס א לשון למודים ווי ברום המעלה, עלה ונתעלה במסילה העולה בית א-ל, ער איז א געהויבענע בחור, ער פליעט אין די הימלן, ער זעהט אויס ווי מיט א קאפ העכער, רם ונישא, עס איז געווען א דערהויבענע שבת, און אזוי ווייטער. הויעך און אויבן ווערן געניצט אלס א לשון פון הייליגקייט ("למעלה" מהשגותינו)

- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
מען טרעפט שוין אין די גמרא אז מען האט פארבינדן דעם פיזשן הימל מיט אלוקות, אין ברכות מ"ח ע"א פארציילט די גמרא:
און אין דף ל"ד ע"ב, אויף וואס די גמ' זאגט אז מען דארף דאווענען בבית שיש בו חלונות שרייבט רש"י: שגורמין לו שיכוין לבו שהוא מסתכל כלפי שמים ולבו נכנע.
איז לכאורה וואלט מען געדארפט זאגן אז עס טאקע נאר אזוי בלשון בני אדם [און אז מען אסאשיעיד די גרמי השמים מיט געטליכקייט ברענגט הסתכלות בשמים צו הכנעת הלב בדרך ממילא], אבער דער אמיתית הענין פון כי האלוקים בשמים וכדומה מיינט אודאי למעלה במדרגה, ווי דער רמב"ם שרייבט אין פ"ב פון יסוה"ת לגבי די מדרגות המלאכים: זה שאמרנו למטה ממעלתו של חבירו אינה מעלת מקום, כמו אדם שיושב למעלה מחבירו, אלא כמו שאומרין בשני חכמים שאחד גדול מחבירו בחכמה שהוא למעלה ממעלתו של זה, וכמו שאומרין בעילה שהיא למעלה מן העלול.
למעשה איז אין פ"ג יא משמע אז די גרמי השמים זענען איידל'רע גשמיים און נענטער צו אלוקות [כ'קען זיך נישט דערמאנען וואו דאס ווערט קלאר אויסגעשריבן], אין ה"ג שרייבט ער:
און אין ה"ט:
משא"כ אונזער וועלט איז צוזאמען געשטעלט פון די ד' יסודות [ווי ער זאגט ריש פ"ד], און אויף זיי שרייבט ער אין הי"א:
--------------
דר"א, לפי די ביאור פונעם מפרש אז די ראי' אז זיי זענען בעלי נפש וכו' איז מכח זייער תנועה, איז עס דלא כקופערניקעס, וממילא איז די ערד אנדערש.
אביי ורבא [ווען זיי זענען געווען קינדער] הוו יתבי קמיה דרבה, אמר להו רבה למי מברכין? אמרי ליה לרחמנא, ורחמנא היכא יתיב? רבא אחוי לשמי טללא [צום דאך], אביי נפק לברא, אחוי כלפי שמיא, אמר להו רבה תרווייכו רבנן הויתו, היינו דאמרי אינשי בוצין בוצין מקטפיה ידיע.
און אין דף ל"ד ע"ב, אויף וואס די גמ' זאגט אז מען דארף דאווענען בבית שיש בו חלונות שרייבט רש"י: שגורמין לו שיכוין לבו שהוא מסתכל כלפי שמים ולבו נכנע.
איז לכאורה וואלט מען געדארפט זאגן אז עס טאקע נאר אזוי בלשון בני אדם [און אז מען אסאשיעיד די גרמי השמים מיט געטליכקייט ברענגט הסתכלות בשמים צו הכנעת הלב בדרך ממילא], אבער דער אמיתית הענין פון כי האלוקים בשמים וכדומה מיינט אודאי למעלה במדרגה, ווי דער רמב"ם שרייבט אין פ"ב פון יסוה"ת לגבי די מדרגות המלאכים: זה שאמרנו למטה ממעלתו של חבירו אינה מעלת מקום, כמו אדם שיושב למעלה מחבירו, אלא כמו שאומרין בשני חכמים שאחד גדול מחבירו בחכמה שהוא למעלה ממעלתו של זה, וכמו שאומרין בעילה שהיא למעלה מן העלול.
למעשה איז אין פ"ג יא משמע אז די גרמי השמים זענען איידל'רע גשמיים און נענטער צו אלוקות [כ'קען זיך נישט דערמאנען וואו דאס ווערט קלאר אויסגעשריבן], אין ה"ג שרייבט ער:
כל הגלגלים אינן לא קלים ולא כבדים ואין להם לא עין אדום ולא עין שחור ולא שאר עינות, וזה שאנו רואין אותם כעין התכלת למראית העין בלבד הוא לפי גובה האויר, וכן אין להם לא טעם ולא ריח לפי שאין אלו המאורעין מצויין אלא בגופות שלמטה מהן.
און אין ה"ט:
כל הכוכבים והגלגלים כולן בעלי נפש ודעה והשכל הם, והם חיים ועומדים ומכירין את מי שאמר והיה העולם, כל אחד ואחד לפי גדלו ולפי מעלתו משבחים ומפארים ליוצרם כמו המלאכים, וכשם שמכירין הקב"ה כך מכירין את עצמן ומכירין את המלאכים שלמעלה מהן, ודעת הכוכבים והגלגלים מעוטה מדעת המלאכים וגדולה מדעת בני אדם.
משא"כ אונזער וועלט איז צוזאמען געשטעלט פון די ד' יסודות [ווי ער זאגט ריש פ"ד], און אויף זיי שרייבט ער אין הי"א:
ארבעה גופות האלו אינם בעלי נפש ואינם יודעים ולא מכירים אלא כגופים מתים, ויש לכל אחד ואחד מהם מנהג שאינו יודעו ולא משיגו ואינו יכול לשנותו.
--------------
דר"א, לפי די ביאור פונעם מפרש אז די ראי' אז זיי זענען בעלי נפש וכו' איז מכח זייער תנועה, איז עס דלא כקופערניקעס, וממילא איז די ערד אנדערש.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

-
- היימישער באניצער
- הודעות: 384
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
אליהו הנביא איז ארויף און הימעל, דארט ווי עס איז השמים כסאי והארץ הדום רגלי, דארט ווי די אויבערשטער איז אבער זיין תורה איז נישט, לא בשמים הוא, די אויבען פון ווי מן השמים השמיעך את קולו. די הימעל פון די ענשענט טעקסטס, די עלה למרום הימעל פון ווי משה האט אראפ געשלעפט די ריזיגע מארבעל שטיינער וואס איז ארויס געפאלען פון זייער הענט, מיינט מער ליטערלי ווי די ווילסט עס ספינען.