אויפדעקונג: יידל איז א טראנס-היומאן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
[NAMELESS]

אויפדעקונג: יידל איז א טראנס-היומאן

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעדער ווייסט די סומאטאכע וואס האט זיך דא אפגעשפילט ווען קאווע טרינקער האט באשולדיגט ידידינו ר' יידל אז ער איז א כל יכול. אקעי, כ'פארשטיי אז עס איז א ווילדע הגדרה, אבער איינער וואס קוקט נאך יידל זעהט אז עס איז נישט נארמאל וואס דער מענטש קען אלס.
יידל איז נישט דער איינציגסטער, זיין צווילינג ברודער יאנקל, איז א יודע הכל, ממש באופן נפלא, און מיט דעם האט קופערניקוס אפגעשלאגן קאווע טרינקערס ווילדע קאנספיראציע. (איך האב נישט געקענט טרעפן ווי די שמועס איז געווען, ווער עס קען זאל עס ברענגען)
לעצטנס איז דא פארהאן יאיר, וואס איז א חוט המשולש מיט די צוויי חכמים. אבער עס ענדיגט זיך נישט דא, נאך עטליכע דא זענען אזוי קלוג אז עס לאזט זיך שרייען "לית דין בר נש", אלעס ווייסן זיי, אלעס לערנען זיי טיף אפ, פון קוואנטום פיזיקס ביז פרי מגדים, פון וויסנשאפט ביז קבלה, ממש באופן נפלא.
אבער יידל אליין האט בדרך אגב אנטדעקט וואס ער איז אין זיין הערליכע שמועס פארוואס אידן זענען אזוי קלוג האט יידל אנגעצייכנטבדרך אגב, בקצרה די נושא טראנס הומאניזם איך האב זיך איינגעשפארט פערציג טעג און פערציג נאכט, ארבעים נקיים אויף א טיפת דיו פון יידל. און טראנס-הומאניזם איז א העכערע דרגא מענטש. פילאזאפירער וואס זעען דעם געוואלדיגן גאלאפ אין די מענטשליכע מעגליכקייטן און די גרויסע פארשריט וואס זי מאכט ווי אויך די צונויפשמעלצונג פון מענטשליכע מעגליכקייטן מיט קאמפיוטעריזירטע יכולת'ן, האלטן זיי אז נייע סארטן מענטשן קומען אפיר אויף די ארענע, מענטשן מיט גאר הויכע מעגליכקייטן, און זיי רופן עס "טראנס-הומאניזם". מענטשן וואס וועלן שוין במעי אמם אויסגעבעסערט און בארייכערט מיט טעכנאלאגישע מעגליכקייטן, מענטשן וואס וועלן נישט ווערן אלט, און מענטשן וואס מען וועט עוקר זיין די שלעכטע נייגונגען פון זייערע מוחות. די נושא איז א ברייטער, אבער אז מען זעהט דעם ריזן חילוק צווישן אן אלט פארצייטישן וואלט-מענטש און א היינטצייטיגער אקאדעמיקער, איז עס אויך טעכניש צוויי סארטן מענטש וואס אויסער אויסערליכע שטריכן זענען זיי ווייט כרחוק אהרן מזלמן לייב. טראנסהומאניזם וועט פירן די מענטשהייט צו העכערע און נייערע מעגליכקייטן ואין כאן מקומו להאריך בזה, יבוא יידל ויסביר את מהותו.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דו מיינסט אודאי להוסיף לעיקוואד און מח שליט? אדער (חדשים מקרוב באו) ממי_שאמרו?
וואס מיינט טראנס-היומאן? בקיאים אין וויקיפידיע?
(כ'מאך נאר א הלצה לכבוד אדר)
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אין אז ער לאט זיך אראפ צו אונז פשוטע מענטשעלעך ווי ראש לימבו פרייטאג נאכמיטאג מסביר צו זיין מיט א קלארקייט אויף אונזער לעוועל הויעכע ענינים איז עפעס א קלייניקייט?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

שמעקעדיג האט געשריבן:דו מיינסט אודאי להוסיף לעיקוואד און מח שליט? אדער (חדשים מקרוב באו) ממי_שאמרו?

ייש"כ שמעקעדיג
איך האב זיך שוין ממש נישט געוואוסט וואס צו טוהן, איך האב געהאט אזא דילעמא, מצד אחד, ענווה, ספאסט נישט איך זאל אליינס מעורר זיין אז מהאט מיר אויסגעלאזט.. מצד שני, כבוד התורה, און בכלל, קען איך דען צולאזען אז דער אמת זאל נישט קלארגעמאכט ווערן... בא ר' שמעקעדיג וקיים יהללך זר ולא פיך, און איך אטעם אפ..
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

לעיקוואוד, וואלסט געקענט געבן א דריי מיט די פלייצע און א נערוועזע געשריי טאן, "נו, כבוד התעירע!!!" און בשעת מעשה זיך אויסדרייען דעם רוקן יעדער זאל זען דיין פראק.
האדם לא נברא אלא להתענג
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

כבוד התורה אדער כבוד התורא?
נישט ח״ו לעיקוואד.איך רעדט פון די פראק דוגמה פון יאיר
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

איך ווייז נישט אבער וואסארא פראק א טראנס-היומאן דארף צו גיין, לכאורה קומט עס מיט אן א שיעור ווייערס און בליטשקען פון אלע זייטען מיט סקרינס און באטענס.
לעולם איז שמעקעדיג גערעכט, א טראנס-היומאן איז פשוט אזא איינער וואס זיין מח איז צוגעטשעפעט פון איין זייט צו וויקיפידיע, פון א צווייטער זייט צו גוגל, א דריטער צו פרוייקט השו"ת, א פערדער צו אוצר החכמה, און א פיפטער צו קאווע שטיבל שרייבען תגובות געמישט פון די אלע מקורות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ענטפער צו קופערניקוס

שליחה דורך berlbalaguleh »

טראנס פעט ווייסן מיר שוין וואס ס'איז אין זכות פון קינג מייק בלומבערג. אבער טראנס היומאן לא שמענו. אפשר איז פשט. א היומאן וואס אנטהאלט אין זיך א סאך טראנס פעט.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איין זאך האט קופערניקוס פאראורזאכט אז יעצט וועל איך זיך וואלגערן פערציג נעכט (בייטאג בין איך ב"ה פארנומען), איבער דעם עקזיסטענציאלער ספק יא צו לייקן קופערניקוס אדער נישט. פון איין זייט, ער האט דאך מיר געמאכט שמייכלן. פון צווייטן זייט, נו ווי פאסט זיך אליינס צו 'קלאפן אויפן רוקן?

ערנסט גערעדט, דערווייל זענען טראנסהומאניסטן פשוטע מענטשן וועלכע האלטן אז מ'זאל אדער מ'דארף אדער מ'וועט אנקומען צו א מצב ווי די מענטשליכער מין וועט זיין אזוי פארגעשריטן אז זיי וועלן בכלל נישט זיין מענטשן נאר "אבער-מענטשן" - סופעריומען ביאינגס בלע"ז. פארבינדען מיט דעם מושג, איז דער מושג פון סינגולעריטי, (http://en.wikipedia.org/wiki/Technological_singularity) ווען אונזער טעכנעלאגיע וועט ווערן אזוי פארגעשריטן אז מענטשן וועלן האבן די מעגליכקייט צו האבן קאמפיוטער מוחות (נישט מעטאפאריש נאר פיזיש) און דאס וועט זיי שטעלן אויף אן אבנארמאלען הויכן מדריגה אין קאנטראסט צו היינטיגע נישטיגע מענטשעלעך.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט