דער סיסטעם

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
אברעמעל
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 496
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 26 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 100 מאל

Re: דער סיסטעם

שליחה דורך אברעמעל »

גראדע האט מען שוין אסאך פרובירט צו מאכן קלעסעס באנאכט טאקע מעיקר פאר כולל אינגעלייט, טורא קאלעדזש פלעגט האבן רוב קלעסעס באנאכט, דער עולם כאפט זיך אבער נישט צו דערצו, האט עס דען עפעס מיט די סיסטעם?
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

Re: דער סיסטעם

שליחה דורך יואליש »

אברעמעל האט געשריבן:גראדע האט מען שוין אסאך פרובירט צו מאכן קלעסעס באנאכט טאקע מעיקר פאר כולל אינגעלייט, טורא קאלעדזש פלעגט האבן רוב קלעסעס באנאכט, דער עולם כאפט זיך אבער נישט צו דערצו, האט עס דען עפעס מיט די סיסטעם?

מיט די אלע בייזע בליקן פון די עלטערן, שוויגער עלטערן, שכינים און קהלה מעמבערס, לאנגע ארטיקלן דערקעגן פון מנשה פילאפ אין די צייטונג - זיכער כאפט מען זיך נישט צו. מיר האבן א טבע צו אראפרייסן די וואס גייען זיך לערנען און נאכדעם צייגן מיט שטאלץ אויף די וואס האבן זיך אויסגעלאכט און עס געמאכט סוקסעספול צום אנדערען ברעג פונעם ברויזענדע ים, טראץ די בייזע בליקן און די קהלה פרעשור - לאמר, קוק, מיר זענען פונקט אזוי קליג, מיר האמיר געלערענטע צווישן אונז.
דעמאקראטיע
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 139
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 2:48 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 31 מאל

Re: דער סיסטעם

שליחה דורך דעמאקראטיע »

נארישקייטן יוליש
קיינער אינעם סיסטעם האט גארנישט קעגן די קלעסעס ,איך מיןן אז עס האט מער צוטוהן מיט דעם אז ס'קאסט אסאך געלט וואס מען קען זיך נישט עפארדן מיט די אומדערטרעגליכע רענט פרייזן

אגב וואלט אפשר כדאי געווען צו עפענען א באזונדערע אשכול איבער די רענט אין וויליאמסבורג
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

Re: דער סיסטעם

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

פריינדליך,

וואס, אייגנטליך, איז אלץ בכלל דעם "סיסטעם" וואס ווערט דא באהאנדלט? אויב מיינסטו דערמיט דעם כלל-כולו פון אונזער געזעלשאפט, וויל איך פארשטיין: זענען באמת נישטא קיין זאכן ביי אונז וואס קענען פארבעסערט ווערן? נישטא קיין פראבלעמען מתקן צו זיין? ווען דו וואלסט זיך אוועקגעזעצט דעזיינען א "סיסטעם", וואלט עס אויסגעזען אויף דער האר ווי אונזערן יעצט?
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

נאך דער לעצטע פרשה אין מאנסי, איך נאך די סקאנדלן אין די חסידישע געזעלשאפט, זעהט אויס אין נאך עטליכע יאר ארום וועט זיך צופאלן דעם ביז יעצטיגען סיסטעם, מיט א שינוי לטובה, אזוי שמעקט איך.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
ניעק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:43 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך ניעק »

The first 15-20 years of the chasidic life is u stand up in the morning 6am straight to school/tt till 6 pm back by 7:30 back home 9:30 and this is it. nothing accomplished, no talent, no fun, no interested lectures, no history, no math, no job skills, no fun, no exersize, no diploma, no degree, no report cards, not even healty food, no english not even stodies to b a dieyn, no aluches, no tenach, no jewish history, nothing nothing nothing. just wested 15 best years of your life. just heavy rubber kantchick and sitting for 10-12 houers straight with 10 minute reces, There is no system at all
ניעק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:43 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך ניעק »

אברעמעל האט געשריבן:גראדע האט מען שוין אסאך פרובירט צו מאכן קלעסעס באנאכט טאקע מעיקר פאר כולל אינגעלייט, טורא קאלעדזש פלעגט האבן רוב קלעסעס באנאכט, דער עולם כאפט זיך אבער נישט צו דערצו, האט עס דען עפעס מיט די סיסטעם?

after the chasuna is too late. the governer pays for each student atleast $5000 a year for 5 years (yeshiva) plus sechar limed another 300 a month its real geniva not to teach the BUCHREM atleast 2 houers a day in yeshive some clasess or skills
ניעק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:43 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך ניעק »

יואליש האט געשריבן:
אברעמעל האט געשריבן:גראדע האט מען שוין אסאך פרובירט צו מאכן קלעסעס באנאכט טאקע מעיקר פאר כולל אינגעלייט, טורא קאלעדזש פלעגט האבן רוב קלעסעס באנאכט, דער עולם כאפט זיך אבער נישט צו דערצו, האט עס דען עפעס מיט די סיסטעם?

מיט די אלע בייזע בליקן פון די עלטערן, שוויגער עלטערן, שכינים און קהלה מעמבערס, לאנגע ארטיקלן דערקעגן פון מנשה פילאפ אין די צייטונג - זיכער כאפט מען זיך נישט צו. מיר האבן א טבע צו אראפרייסן די וואס גייען זיך לערנען און נאכדעם צייגן מיט שטאלץ אויף די וואס האבן זיך אויסגעלאכט און עס געמאכט סוקסעספול צום אנדערען ברעג פונעם ברויזענדע ים, טראץ די בייזע בליקן און די קהלה פרעשור - לאמר, קוק, מיר זענען פונקט אזוי קליג, מיר האמיר געלערענטע צווישן אונז.

its not just this after the chasuna is allready a little late. if we would have for just 1 houer every day from the 8 years old till the 18 study with real teachers and with chizuk from the rabbis we would have acompleshed a gevald
משה רוקח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 434
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:45 pm
געפינט זיך: רואיגערהייט ביים וואסער
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך משה רוקח »

דער סיסטעם וואס עטס ווילטס טוישן, איז די סאטמארע סיסטעם. בין איך גערעכט?
ביי אונז אין באבוב האט מען געלערנט יעדן טאג פאר צוויי שעה א געהעריגע ענגליש מיט פאבליק סקול טיטשערס (היינט איז שוין דא חסידישע טיטשערס).
איך קען ב"ה א געשמאקע ענגליש (אלעס ביז Algebra).
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון אונזערע תגובות. מיר זיפן די מעל און באקוקן די אייער.
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

משה רוקח האט געשריבן:דער סיסטעם וואס עטס ווילטס טוישן, איז די סאטמארע סיסטעם. בין איך גערעכט?
ביי אונז אין באבוב האט מען געלערנט יעדן טאג פאר צוויי שעה א געהעריגע ענגליש מיט פאבליק סקול טיטשערס (היינט איז שוין דא חסידישע טיטשערס).
איך קען ב"ה א געשמאקע ענגליש (אלעס ביז Algebra).

גם אני מצטרף
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

סאנבאר איז אויך באבוב?
וירח ה' את ריח הניחוח
משה רוקח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 434
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:45 pm
געפינט זיך: רואיגערהייט ביים וואסער
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך משה רוקח »

פון זיינע תגובות אין דעם באבוב'ן צימעס אשכול, זעהט אזוי אויס.
קען גאר זיין ער איז מיין קלעסמעיט.....
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון אונזערע תגובות. מיר זיפן די מעל און באקוקן די אייער.
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

שמעקעדיג האט געשריבן:סאנבאר איז אויך באבוב?

געלערנט
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

משה רוקח האט געשריבן:פון זיינע תגובות אין דעם באבוב'ן צימעס אשכול, זעהט אזוי אויס.
קען גאר זיין ער איז מיין קלעסמעיט.....

;)
ניעק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:43 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך ניעק »

sunbar האט געשריבן:
משה רוקח האט געשריבן:דער סיסטעם וואס עטס ווילטס טוישן, איז די סאטמארע סיסטעם. בין איך גערעכט?
ביי אונז אין באבוב האט מען געלערנט יעדן טאג פאר צוויי שעה א געהעריגע ענגליש מיט פאבליק סקול טיטשערס (היינט איז שוין דא חסידישע טיטשערס).
איך קען ב"ה א געשמאקע ענגליש (אלעס ביז Algebra).

גם אני מצטרף

?for how many years
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

ניעק האט געשריבן:

איך פארשטיי נישט וואס די פרעגסט

for how many years did u learn english every day for 2 hr. and what about GED high sschool diploma איך פארשטיי נישט וואס די פרעגסט
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

משה רוקח האט געשריבן:דער סיסטעם וואס עטס ווילטס טוישן, איז די סאטמארע סיסטעם. בין איך גערעכט?
ביי אונז אין באבוב האט מען געלערנט יעדן טאג פאר צוויי שעה א געהעריגע ענגליש מיט פאבליק סקול טיטשערס (היינט איז שוין דא חסידישע טיטשערס).
איך קען ב"ה א געשמאקע ענגליש (אלעס ביז Algebra).

רעכענען ביז algebra לערנט מען אין סאטמער אויך
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

אונז האבן געלערנט צוויי שעה ביז נאך די אכטע קלאס. אין ישיבה קטנה האט מען געקענט צוענדיגן די נעקסטע פיר קלאסן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אוי וואס איז די פראבלעם מיט די סיסטעם?? וואס איז נישט????????

בחורים ווערן נישט אנגענומען אין ישיבות צוליב א שוואכע קאפ טראץ וואס זיי זענען גאר גוטע בעל יראת שמים. און פארקויף מיר נישט קיין קרויט לאקשן אז עס איז אמאל געווען די פראבלעם. איך רעד פון תשע"ג למספרם. מיין שכן איז געווארן אנגענומען אין א ישיבה ראש חודש שבט!! א בחור'ל פון 13 יאר. רשעות לשם רשעות אן אייניקל פון רשעות! ווען איך גיי אנקומען אויף יענע וועלט, און מ'גייט מיר שיקן צום חלקת הרבנים, גיי איך וויינען און בעטן אז ביטע נישט. שפעטער ווען דער בחור גייט זיך נישט געפינען די פלאץ דארט (ווי אזוי זאל ער יא אויב נעמט מען אים אן ראש חודש שבט??) גייט יעדער זיין שולדיג נאר נישט די ישיבות.

ווען האט מען געלערנט לעצטע מאהל אין חדר אדער אין שולע אז דער אייבערשטער האט אונז ליב, און אונז זענען באשאפן געווארן נאר כדי ער זאל אונז קענען געבן גוטס? ווען האט מען לעצטע מאל מסביר געווען לדוגמה אז ראש השנה איז נישט קיין צייט ווען דער אייבערשטער זיצט מיט א פאנטשיק גלאוו און פרייט זיך אז ער האט געטראפן אן עבירה ביי א איד, און ער דעליווערט אים א זעץ אין די ביצים? די גמרא זאגט אז ראש השנה האט מען געמאכט א תשרי ווייל דעמאלס איז א צייט וואס די אייבערשטער טיילט מתנות לכבוד יום הולדתו כביכול. ווען רעדט מען פון אהבת השם??? וויפיל מאהל א טאג דערמאנט מען אז די אייבערשטער האט אונז ליב ריגארדלעס וואס אונז טוען. א טאטע האט אייביג ליב דאס קינד ורוצה בטובתו!!

פארוואס ווען מיין בחור'ל קומט אין ישיבה 10 מינוט שפעט אדער סיי וואס ער טוט נאר קנס'ע אים מיט 10 דאלער? צו איז דאס נארמאל?? וועם שטראפסטו מיט דעם?? וואס זענען די ארימע עלטערן שולדיג?? נישט גענוג די שכר לימוד וואס זיי צאלן?? וואס איז פשט פון די קנס אויב נישט געלט-גייציגקייט פון די מגידי שיעור? נישטא קיין הסבר אויף דעם להלכה אדער מענטשליך. אין מיין שולחן ערוך שטייט נישט למשל אז חילול שבת איז א קנס פון 150 דאלער, עריות 250, גיין צום כותל 450. וועלכע סאדיט האט אויסגעטראפן די עונשים אכזריים???

ווען האט מען געלערנט דאס לעצטענס מאהל דיין אינגל סעיפטי אין די גאסן?? וואס טוט זיך מיט חמירא סכנתא מאיסורא??? וויפיל טראגעדיעס דארפן געשען אז מ'זאל זיך אויפוועקן????

ווען יעדע חסידות האט 4 מיט וועם זיי האבן אן אפענע קריג, און 9 וועם זיי האבן חשבונות, וואס ווילסטו אז מיין קינד זאל טראכטן? טאטי רעדט קעגן חב"ד (לדוגמה), חב"ד רעדט קעגן סאטמאר, איך זאג אלו ואלו דברי אלקים חיים, און ביידע קענען גיין לעזאזל.

פארוואס קענען נישט די קינדער א חילוק פון א מנהג ביז צו א סימן שולחן ערוך??? פארוואס דארף דאס קינד טראכטן אז אויב בין איך א גור'ער און איך האלט נישט ביים גיין מיט גע'גט'ע הויזן, וועט עס מיין טאטע אננעמען כאילו איך האב זיך געבוקט צום צלם (יעדע חסידות מיט זיין משל)????

פארוואס ווען דו זעהסט א קול קורא ווייסטו גראד אז עס א איסור, חרם, או קונם???? פארוואס היינטיגע רבנים דארפן גיין מיט אראפגעלאזטע נאז און ח"ו נישט געבן א שמייכל???

פארוואס זענען רוב רבנים אדער ראשי הישיבה נישט די בעסטע מיט זייערע קינדער אדער משפחה?? ווייזט דאס נישט אויף עפעס??? וואס ווייסן זיי וואס מיר ווייסן נישט??

פארוואס האבן רבנים געקענט אמאל ארבעטן אין געהעריגע פרנסות און פסק'נען שאלות אין די זייט און העלפן כלל ישראל. היינט, וועלכע וואס האלט זיך נאר פאר א מיני בן בכבוד'יגער איד ארבעט נישט און גייט פאר נדבות?? אלע גמרות קענען זיי חוץ פון פשוט נבילה בשוק ואל יצטרך לבריות???

פארוואס ווען א רב קומט צו א חתונה און ער באקומט נישט א ברכה אונטערן חופה ווערט ער טויט באליידיגט?? מיינע קינדער מיינסטו זעהען נישט דעם נארישן ביליגע כבוד שפיל??? איך בין געווען אמאל שחרית אינאיינעם מיט מיין צדיק'ל אין א קלענערע שוהל, איז דארט אנגעקומען א רב פון א"י, ביידע גבאים פון דעם רב פונעם שוהל און דער רב פון א"י זענען געגאנגען קולות וברקים וכל העם "רואים" את הקולות. וואס איז? דער גבאי פונעם גאסט האט גע'טענה'ט אז היות ער איז א גאסט דארף דער רב פונעם שוהל צוגיין צום גאסט געבן שלום עליכם. דער גבאי פונעם רב פונעם שוהל האט גע'טענה'ט אז ער איז מרא דאתרא (א נייע טיטל וואס רבנים האבן מיטגענומען פון פארן קריג. האסט קוים מנין שבת, אבער ביסט מרא דאתרא...) און דער גאסט דארף קומען נעמען שלום עליכם. פאר 25 מינוט האבן זיי זיך געשלאגן ביז איך האב געענדיגט דאווענען און איך בין ארויס. למען האמת ווייס איך נישט וואס די סוף איז געווען. אבער פאר די קשיות וואס מיין צדיק'ל האט געהאט נאכדעם, איז א הימל געשריי, און נאר פאר דעם אליינס וואונטש איך זיי א שווערע דייעריע ווען זיי גייען מיט זייער סטראקעס בשעת א חתונה אדער שבת מברכים ביים ראש חודש בענטשן. ווער פארשעמט די תורה אויב נישט ענק?????

פארוואס פארציילט מיר מיין ברודער שבת חנוכה אז זיין רבי האט אן אינטערעסאנטע מנהג, ער לייגט ביי לאנטש די רבינו תם תפלין מיט די טלית. ווי לאנג מיינסטו קענסטו אים אפנארן? ווען גייען מלמדים איינזעהן אז קינדער זענען נישט אזוי תמימות'דיג ווי עטץ מיינטס??? פארוואס זאל ער דיר גלייבן א ווארט ווען דו זאגסט אים ליגענט מדי יום ביומו????

פארוואס נאר ווען עס ווערט א שטינק אין די גאס, וועקן זיך אויף די רבנים?? פארוואס דארף איך צוקומען צו אזא בליטגייציגע פארשוין ווי נחום ראזענבערג אז ענק זאלן זיך אויפוועקן????

פארוואס ווייסן אלע מנהלי המוסדות ונשיאהן פון יעדע סימן אין שולחן ערוך חוץ פון חושן משפט???? גניבה פון א גוי איז אסור!!!! ווען דו געסט סנעק פאר מיין קינד נאר די וואך וואס די אינספעקטאר קומט, און דו גיסט נארמאלע לאנטש נאר דעמאלס. דו מיינסט טאקע אז ער איז בלינד ח"ו??? ער כאפט נישט ווי דו בא'גנב'סט די רעגירונג אין גרויסן??? שפעטער פארשטייסטו נישט פארוואס עס איז דא אזוי סאך שווינדלערס ביי אונז, ווער האט אים דאס מחנך געווען אויב נישט דו אליינס??? דו האסט אים ממש מחנך געווען אז מ'מעג גנב'נען פון א גוי (לאמיר האפן אז ער פארשטייט כאטשיק די חילוק פון א איד ביז א גוי, וואס אין שולחן ערוך איז נישט דא). דו מיינסט ער זעהט נישט די שמייכל פונעם מלמד און מנהל אז עס איז מיר געלונגען צו אויסנארן דעם גוי? חוץ פון דעם וואס דו ביסט מחנך מיינע קינדער מיט טריפה געלט, וואס אלס סאטמארער דארפסטו זיין דער ערשטע וואס ערלויבט דאס נישט צו טוהן.

איך קען גיין און גיין אזוי פאר בלעטער און בלעטער. אבער ווער בין איך א קליינע ממי שאמרו וואס וויל פארשטיין בעסער פון די אלע רבנים און עסקנים (בדרך אגב, וואס דארף מען זיך לערנען צו זיין אן עסקן???)

החותם בכאב;
ממי שאמרו
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

דו לייגסט אראפ דעם חינוך פון א טיפיקעל סאטמארע חזיר, להוי ידוע לך עס פעלט נישט קיין טשויסעס, די נעבעך איז אויף דיר פונקט ווי אויף דיין זוהן אז דו געבסט עם איבער די חאזעריי מיט וואס מען דיר געפיטערט. נעבעך.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יעדע זאך, סאטמאר. ווי קומט דא אריין סאטמאר? די זעלבע פראבלעם איז אין יעדע חסידות בכל קצוי תבל
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

איך האב נישט קיין צייט צו שרייבן באריכות אבער איבער האלב פון דיינע פראבלעמן טרעפט מען בעיקר אצל הכת דמתקריא סאטמאר.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
פארשפארט