זאלן עלטערע רבנים רעזיגנירן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לעיקוואד האט געשריבן:איך בין נישט מסכים אז דער ערשטער סארט קהילה האט די הלכות ווי דו זאגסט. אויך אויב ער האט אליינס געפענט און אלץ ווערן די מענטשען נאכאלץ נישט זיין רכוש פרטי.


ווער רעדט פון מענטשן? איך רעדט פון נכסים און די קאפי רייט אויף די נאמען. אזוי ווי א גראסערי איז נישט בעל הבית אויף די קאנסטומער נאר אויף די פראדוקטן און די נאמען פונעם געשעפט
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

וואס הייסט ווער רעדט פון מענטשען? פון וואס דען רעדט מען?
לאמיר זאגען אז סדא א קהילה תולדות חיים יענקל, די קהילה האט זיך אנגעהויבען פון א פשוטער מנין אינעם בעיסמענט פונם רבין, אבער עס איז געוואקסען ביז עס איז היינט א פולשטענדיגער קהילה מיט מוסדות וכו', יעצט זאגט דער רבי איך בין מוריש מיין רבנות צו מיין זוהן, מיינט דאס דען ער גיט עם פשוט איבער די ברענד פון תולדות חיים יענקל? עס הייסט דאך אז ער גיט עם איבער די מענטשען. און טענה'ן אז די מענטשען קענען אוועקגיין איז לעכערליך ברגע וואס זיי זענען בפועל א חלק פון דער קהילה.

כמו"כ די נכסים האבן דאך די מענטשען געצאלט דערפאר אלץ א חלק פון די זאכען וואס מדארף פאר א קהילה, נישט ווייל סאיז זייי בייגעפאלען צו געבן א מתנה פאר דער רבי.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הונדערט פראצענט אז קהילת תולדות חיים יענקל געהערט צום נייעם רבי'ן און לאמיר האפן אז ער וועט עס פירן על מי מנוחות ביז משיח קומט על דרך ישראל סבא בהתרוממות קרן התורה וישראל. בדרך אגב, א וויכטיגע קשיא: ווי גייט ער שיקן די בילדער? די וואך אדער כל העולם?

פונקט ווי ער איז בעל הבית אויפצונעמען וועם ער וויל און פייערן וועם ער וויל
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

שוין, דער וויכוח האלט שוין ביים שלב פון סתם זאגען סטעיטמענטס אן קיין טענות, בלייב איך דא.
ביי מיר איז הונדרעט פראצענט אז אויב דער נייער רבי נעמט די רבנות אן די הסכמה פון לכה"פ רוב בני הקהילה ובשאלת פיהם איז ער א פשוטער גנב א גזלן א רויבער א פוסע על ראשי עם קדוש א משתלט על הציבור א מטיל אימה על הציבור שלא לשם שמים א דיקטאטאר א סאדאם כוסעין א נבוכדנצר א פרעה וכו' וכו'

און דער חילוק פון דער זכות פונם ערשטען רבין אויפצונעמן ווער ער וויל ביז ממנה זיין א ממלא מקום האב איך שוין מסביר געווען למעלה- אז דאס איז בהסכמת בני הקהילה און דאס נישט.

אויב דו האסט עפעס א נייע טענה, נישט נאר א סטעיטעמנט, בין איך גרייט צו הערן און זיך דינגען עד אשר יצא מאפכם, אנישט, איז כל טוב ואת והב בסופה.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען איך עפן אויף א געשעפט בין איך א משתלט??????? ער עפענט אויף א שוהל אין "זיין" בעיסמענט, אדער "ער" דארף זיך מיטשען מיט די מארטגעדש און "דו" ביסט בעל הבית????

אז איך בין א געטרייע קאסטומער פון מיין גראסערי שוין איבער 15 יאר, קען איך אים איינטיילן ווער עס גייט איבער נעמען דאס געשעפט נאך זיין מאה ועשרים?????

כמדומה לי אז איך האס עס שוין מסביר געווען באריכות ובטוב טעם די חילוק פון ביידע רבנים.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

דולה ומשקה האט געשריבן:רבנים אפשר נישט, אבער אדמורים יתכן אז יא
אבער רבנים וואס דערקלערן זיך ביי די זיבעציג אלץ א אדמו"ר זאל אויך שנעל רעזיגנירען
90% פון הייניטיגע מחלוקות שנאת חנם וואס הערשט ביי חסידים וואלט געוועהן ווען העט דער רבי רעזיגנירט, אין געקענט מאכן סדר בצייטענס.


דא האט איהר א אשכול איבער דער וויזניצער רבי'ס רעזיגנאציע viewtopic.php?f=33&t=1149

דער ליבאוויטשער רבי האט די לעצטע יאר פאר זיין סטראוק געזאגט, מ'זאל איהם שוין מער נישט פרעגן קיין שאלות עצות וכדומה, ער האט געזאגט מ'זאל פרעגן א רב שבעירו, אזוי אויך האט שוין אלעס געשריבען אדער געזאגט.

אבער איז דען נישט דער טיטול 'רב הצעיר' געבוירען געווארען לכתחילה, צוליב וואס דער רב איז שוואכער געווארען?
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אקעי הרב וואזנער און סאדאם כוסעין אין א זייט געלייגט, די משלים ברענגען ארויס בייז בלוט, אלזא לאמיר נישט נוצן נעמען, הייליגע נעמען לאמיר לאזן פאר די פיפטע פון די עינויים ווען עס איז א גרויסע סגולה צו מזכיר זיין נשמות.
איר ביידע, לעיקוואד און ממי שאמרו, ביידע פון די חכמי וחשובי השטיבל, האט ביידע געוויסע נקודות, און עס איז שווער צו מחליט זיין. עס האט אויך צו טון וועלכע סארט רבי:
לאמיר נעמען א דוגמא צוויי רבי'ס:
ר' בנציון פון באבוב. א קעניג בן קעניג וואס האט קיינמאל נישט געטינקען קיין פינגער אין קאלט וואסער, פארוואס אין די וועלט זאל ער קענען זיצן אויפן בענקל ווען ער קען שוין נישט פירן? פארוואס איז עס זיינס? ביי אזא איינעם איז לכאורה לכל הדעות אז דער ציבור דארף האבן רעכט אים צו מעביר זיין.
ביי אזא סארט רבי איז לעיקוואד לכאורה טויזנט פראצענט גערעכט, אז א ציבור באבובער אידן בפרט די נגידים-עסקנים און שוויצער וואס האבן משקיע געווען חלב ודם, קענען פארלאנגען אז זיי ווילן אויפנעמען ר' משה זאובערמאן פאר רבי. אויב זיי קענען צוזאמענקראצן רוב דעות זעה איך נישט פארוואס נישט.
ר' מרדכי דוד פון פינף און פערציג איז פארטריבן געווארן פון באבוב, מיט זיינע צען פינגער האט ער געהארעוועט און געארבעט שווער, יא, אוודאי ער האט געהאט הילף, אבער עס איז געווען זיין מאטיוואציע. דא האבן ביידע רעכט, איך קען הערן לעיקוואדס טענה: קיין איין קוואדער איז נישט געווען אייגענס, די געלט, די מאטיוואציע, די לעגיטימאציע איז אייביג געווען די ציבור וואס האט אים אונטערגעשטופט.
לעומת זה, איך קען זעהן ממי-שאמרו'ס טענה, עס איז געווען מרדכי דוד'ס וויזיע, זיין אינציאטיוו, זיין כח און מוט. זיין גבורה און מסירות נפש.
ווען א איד עפענט א ישיבה איז די שאלה לכאורה די זעלבע.
איין פאל ווייס איך ווען א ראש ישיבה האט פשוט מחליט געווען אז ער געט אויף און עס איבערגעבן צו א פרעמדן און מער נישט צוריקגעקוקט דערויף, מער נישט גענומען קרעדיט, כבוד אדער זכותים דערין. דאס איז הרב קאפלמאן וועלכער האט געגרינדעט ישיבה שערי יושר, און ווען ער איז געפארן קיין שווייץ צו איבערנעמען די לוצערן ישיבה (פון הרב משה סאלאוווייטשיג, וועלכער האט געמוזט ווערן אויס ראש ישיבה אלס שטראף פאר זיין ראלע אין די קידנעפינג פון יאסעלע שוכמאכער) האט ער געזוכט חשובע מענטשן, און געטראפן הרב אברהם יוסף ראזנבלום און הרב שלמה פיגא און זיי געגעבן די ישיבה און פשוט פארגעסן דערפון, ער האט נישט דערין קיין שום זכות. רוב רבי'ס וואלטן אריינגעשטעלט איינעם און געבליבן נשיא וכדומה.

הרב לעיקוואד, די ווילסט אן עולם התיקון, די מאלסט אפ אן אידעעאליסטישע וועלט, אבער מיר האבן נאך א לאנגע וועג צו גיין. מיר האלטן נאך ביי בעטן רבי'ס צו טון עפעס וועגן מעלעסטעישאן, צו נישט גיין אין קאורט קעגן דעם ברודער, צו נישט באיאקאטירן יעדן איינעם וואס גייט נישט מיט דיר אין שפאן, די ווילסט זיי אלע מאכן פאר מאמע טערעסא אין איין טאג. אוודאי, אין אן עולם התיקון ביסטו גערעכט, אבער מיר האבן נאך א ווייטן וועג.
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

קופערניקס, טאקע א געוואלדיגע ראיה פון ר קאפעלמאן , און אזוי האט טאקע געטון יעצט הרב ראזענבלום איבערגעגעבן צו הרב שטיינווארצעל( נישט פאר זיין איידעם וואס וואלט ווען געקענט נוצען דעם אמט)ווייל ער איז א צדיק און ער פארשטייט אז דאס איז לטובת העינן,
ועוד, זאלען די רבנים וויסען אז זיי ווערן אריינגעוואט יעדע 4 יאר וואלטען זיי שוין איינמאל געטאן פארן ציבור , זיי ארבעטן נישט ווייל גארנישט שטופט זיי נישט צו ארבעטן, בקיצור אפכא מסתברא, דאס איז דער יסוד פון אלע פארבלעמן
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלזא רבותי, לאמיר דא פארשלאגן גוטע קאנדידאטן פאר גרויסע רבנות פאסטענס. פאר די רבנות פון סאטמאר, די גרעסטע קהלה אין די וועלט בין איך מציע דעם גרויסן גאון רבי חיים קנייבסקי... העי, זאגסט אז רבי חיים איז נישט קיין מנהיג, ער איז נישט קיין גוטע רעדנער? ווילסט א רעדנער, נעם לייביש לאנגער........ אה, ווילסט איינער וואס קען ביידע? אה, נעם רבי יצחק זילבערשטיין. אה, ווילסט נישט קיין ציוני, אה, נעם ר' ישראל דוד שלעזינגער...... אה, אפשר לעיקוואד פון קאווע שטיבל, מער א פרומע זאך? נעם ברסלבער?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

צימערמאן פאר חב"ד?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

העי, חב"ד גייט פאר ונבנתה. באיאן פאר קאווע טרונקער מיטן שפיציגן שטריימל. מעמיש-אאמרו וועט מוזן זיך מאכן אליין א קהלה,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ישעי יענקל קאהן פון קר"י אפשר פאר בעלזא?
יוסי געשטעטנער פאר בני יואל?
רבי יואל כהן פאר סלאבאדקע?
לייבל גראנער פאר מיר?
מנשה פילאפ פאר גער?
הערשל קלאר פאר יונג איזראעל?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

קופערניקוס האט געשריבן:העי, חב"ד גייט פאר ונבנתה. באיאן פאר קאווע טרונקער מיטן שפיציגן שטריימל. מעמיש-אאמרו וועט מוזן זיך מאכן אליין א קהלה,

סארי, איך נעם עס נישט אן. בעהוש, אפשר.
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

אוהב דעת האט געשריבן:קופערניקס, טאקע א געוואלדיגע ראיה פון ר קאפעלמאן , און אזוי האט טאקע געטון יעצט הרב ראזענבלום איבערגעגעבן צו הרב שטיינווארצעל( נישט פאר זיין איידעם וואס וואלט ווען געקענט נוצען דעם אמט)ווייל ער איז א צדיק און ער פארשטייט אז דאס איז לטובת העינן,

אויב איז ער טאקע אזא צדיק, וואלט ער דאך דאס געקענט איבערגעבן פאר ר' יוסף מייער, שוין לאמיר דאס אוועקלייגן אויף נאך פורים.
Under influence
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

קופערניקס, ביזט שוין פורימדיג? אזוי ווי איינער לויפט פאר מעיאר דארפ ער ברענגען עפעס 10,000 חתימות , די זעלבע געדאנק לכאורה קען ארבעטן דא אויך, פארוואס זאל נישט סאטמערע אידען האבען א ברירה בוחר צו זיין טודרוס זילבער אדער י ח מ פרידמאן? פארוואס אין די העל מוז עס בלייבען ביי טייטעלבוים????
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
אוהב דעת
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 351
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 229 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 194 מאל

שליחה דורך אוהב דעת »

קאווע טרינקער האט געשריבן:
אוהב דעת האט געשריבן:קופערניקס, טאקע א געוואלדיגע ראיה פון ר קאפעלמאן , און אזוי האט טאקע געטון יעצט הרב ראזענבלום איבערגעגעבן צו הרב שטיינווארצעל( נישט פאר זיין איידעם וואס וואלט ווען געקענט נוצען דעם אמט)ווייל ער איז א צדיק און ער פארשטייט אז דאס איז לטובת העינן,

אויב איז ער טאקע אזא צדיק, וואלט ער דאך דאס געקענט איבערגעבן פאר ר' יוסף מייער, שוין לאמיר דאס אוועקלייגן אויף נאך פורים.

בוזט משוגע?? פלעין וויל י מעיאר וויל עס, איך וויל אויך! , ער געט עס פאר ווער סאיז פאסיג נישט פאר זיין משפחה אדער פריינד אדער זיין נאנסטע מענטש וואס האט זיך געהארגעט פאר עם , he is doing whats right!
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!(איחוד פעלד)
אבער נאר די חוקי התורה קען אפמאכען ווער עס איז א מאלעסטער!!!
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

שוין, איך זעה אז דער עולם, ובראשם מוהר"ר אב"ד פורים (איך הער אז ער האט שוין רעזיינט צוליב זיין עלטער, זייענדיג דער פורים רב שוין מיום התייסדות השטיבל עד היום, און עס איז עם שוין שווער מיטצוהאלטען יעדער סאמאטוכע מאכען ליצנות פון דעם, ומהיום והלאה ייקרא שמו פורים רב עמירעטוס), האט גענומען מיין פאזיציע פאר א פאליטישע פאזיציע למעשה. בין איך שוין דא מוסר מודעה אז איך שרייב נישט קיין שום זאך אויף הלכה למעשה, מיין תפקיד איז נאר אויף צו פילאזאפירען און טראכטען וואס וואלט געדארפט זיין, וואס איז די הונדרעט פראצענטיגע גערעכטיגקייט און אמתדיגקייט פון יעדער נושא. איך מיין נישט קיין שום זאך וואס איך שרייב אויף למעשה במובן הפשוט, עס איז נאר ארויסצוברענגען דער אמת און דער גערעכטיגקייט פון דער זאך. למעשה לעבן מיר טאקע נישט אין קיין עולם הפילאסאפיע נאר ענדערש אין א עולם גולם עלמא דשיקרא ודטינופא, דארף מען זיך נישט מער ווי דערמאנען פון צייט צו צייט וואס איז אבער דער ריינער אמת, ועל משמרתי זו אעמודה.
I have a dream
Martin Luther King ~
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

דאס וואס איז מקשר דער פילאסאפישער אידיאליסטישער אוטופישער אמתער וועג וויאזוי זאכען דארפן אויסזעהן מיט דער פשוטער נידעריגער נארישער וועג וויאזוי זיי קוקען אויס, דאס וואס גיט אונז א רעכט טאקע אין דער מצב השפל צו רעדן פון הויכע אידיאלן, צו שטרעבן אויף ווייטע און הימלדיגע שלימותדיגע וועלטן, און פראבירען מיט זי ביסעלע כוחות וואס גאט האט אונז באשאנקען צוצושטיפען דער מציאות אפאר קליינע בעיבי טריט און דער ריכטונג פון דער תכלית, אט דאס איז די זאך וואס רופט זיך חלום, אדער אין אנדערע ווערטער תקווה. איך בין נישט קיין נאר, איך וייס טאקע אז פון די אידיאלען פון וואס איך רעד ביז די פראסטע מציאות בשטח איז א היבשע מהלך, דאך אבער רעד איך נישט פון דער אידיאל נאר אין א מופשטדיגער פילאסאפישער קאנטעקסט, נאר אויך און בעיקר אין א קאנטעקסט פון האפענונג, אין א קאנטעסקט פון חלומן, פון שטרעבן אז מיר וועלן נאך אמאל זוכה זיין צו זעהן אין אונזער פראבסטע ארצישע מציאות די הימלדיגע חזונות פון שלימות, אמת, וצדק.

אט דאס איז טאקע וואס עס שטייט לפני עיני ועיניכם בחתימתי, בשמו של הקדוש הרב ד"ר מרתין לוטר קינג זצוקללה"ה, "i have a dream", דאס איז דער רוף וואס האט מעורר געווען מילאנער אמעריקנער גוים און יודען (ובראשם חברו של ד"ר קינג שצעד עמו בצעדה המפורסמת הרב אברהם יהושע העשיל זצ"ל), נישט ארפאלייגען הענט בייאוש, נאר ארבעטן און פועלן מיט ביטערע שוייס ביז דער גערעכטיגקייט ntil justice rolls down like waters and righteousness like a mighty stream.' , ווי ער האט מצטט געווען פונם נביא, ביז זיי האבען אויסגעפירט, אום האלטען אין איין אויספירען, ווי מלכנו יר"ה מהר"ר אובמה זאגט, change, yes we can!

אט דאס איז דאס וואס מוועט אונז פרעגן ביים בית דין של מעלה "צפית לישועה?", דאס איז דער זאך וואס איז דער יסוד פון א יידושע לעבן, דער יסודישע טיפוס פון דער גלות יוד, וואס נארט זיך נישט, ער זאגט נישט אז משיח איז שוין געקומען, ער רעדט זיך נישט איין אז ער לעבט אין דער אוטופיה, ער מאכט נישט קיין תירוצים פאר יעדער חסרון וואס איז דא ביי זיין מציאות אז אזוי דארף טאקע זיין, ער זעהט און וייטאגט טאג ביי טאג די געוואלדיגע ריחוק פון דער טאגטעגליכער מציאות און עוולות ביז דער געטליכער הימלדיגער צדק און אמת, דאך ברענגט דאס עם נישט צו ציניזם, צו ממציא זיין אזוינע תירוצים און השקפות עולם אז "אלץ איז ביזנעס און אינטערעסן, פראביר דו צו ארבעטן ציניש אפשר וועט דיר גיין", נאר צו לעבן מיט דער חלום פון גאולה אין הארץ, און נישט נאכצולאזען און זיך נישט מייאש צו זיין נאר ממשיך זיין וייטער צו חלומען און האפען און טוהן וואס מקען אזוי טריט ביי טריט וועט דער טויש אפירקומען ביז מיר וועלן זיך זעהן אין גאר אן אנדערע וועלט.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לעיקוואד האט געשריבן:דאס וואס איז מקשר דער פילאסאפישער אידיאליסטישער אוטופישער אמתער וועג וויאזוי זאכען דארפן אויסזעהן מיט דער פשוטער נידעריגער נארישער וועג וויאזוי זיי קוקען אויס, דאס וואס גיט אונז א רעכט טאקע אין דער מצב השפל צו רעדן פון הויכע אידיאלן, צו שטרעבן אויף ווייטע און הימלדיגע שלימותדיגע וועלטן, און פראבירען מיט זי ביסעלע כוחות וואס גאט האט אונז באשאנקען צוצושטיפען דער מציאות אפאר קליינע בעיבי טריט און דער ריכטונג פון דער תכלית, אט דאס איז די זאך וואס רופט זיך חלום, אדער אין אנדערע ווערטער תקווה. איך בין נישט קיין נאר, איך וייס טאקע אז פון די אידיאלען פון וואס איך רעד ביז די פראסטע מציאות בשטח איז א היבשע מהלך, דאך אבער רעד איך נישט פון דער אידיאל נאר אין א מופשטדיגער פילאסאפישער קאנטעקסט, נאר אויך און בעיקר אין א קאנטעקסט פון האפענונג, אין א קאנטעסקט פון חלומן, פון שטרעבן אז מיר וועלן נאך אמאל זוכה זיין צו זעהן אין אונזער פראבסטע ארצישע מציאות די הימלדיגע חזונות פון שלימות, אמת, וצדק.

אט דאס איז טאקע וואס עס שטייט לפני עיני ועיניכם בחתימתי, בשמו של הקדוש הרב ד"ר מרתין לוטר קינג זצוקללה"ה, "i have a dream", דאס איז דער רוף וואס האט מעורר געווען מילאנער אמעריקנער גוים און יודען (ובראשם חברו של ד"ר קינג שצעד עמו בצעדה המפורסמת הרב אברהם יהושע העשיל זצ"ל), נישט ארפאלייגען הענט בייאוש, נאר ארבעטן און פועלן מיט ביטערע שוייס ביז דער גערעכטיגקייט ntil justice rolls down like waters and righteousness like a mighty stream.' , ווי ער האט מצטט געווען פונם נביא, ביז זיי האבען אויסגעפירט, אום האלטען אין איין אויספירען, ווי מלכנו יר"ה מהר"ר אובמה זאגט, change, yes we can!

אט דאס איז דאס וואס מוועט אונז פרעגן ביים בית דין של מעלה "צפית לישועה?", דאס איז דער זאך וואס איז דער יסוד פון א יידושע לעבן, דער יסודישע טיפוס פון דער גלות יוד, וואס נארט זיך נישט, ער זאגט נישט אז משיח איז שוין געקומען, ער רעדט זיך נישט איין אז ער לעבט אין דער אוטופיה, ער מאכט נישט קיין תירוצים פאר יעדער חסרון וואס איז דא ביי זיין מציאות אז אזוי דארף טאקע זיין, ער זעהט און וייטאגט טאג ביי טאג די געוואלדיגע ריחוק פון דער טאגטעגליכער מציאות און עוולות ביז דער געטליכער הימלדיגער צדק און אמת, דאך ברענגט דאס עם נישט צו ציניזם, צו ממציא זיין אזוינע תירוצים און השקפות עולם אז "אלץ איז ביזנעס און אינטערעסן, פראביר דו צו ארבעטן ציניש אפשר וועט דיר גיין", נאר צו לעבן מיט דער חלום פון גאולה אין הארץ, און נישט נאכצולאזען און זיך נישט מייאש צו זיין נאר ממשיך זיין וייטער צו חלומען און האפען און טוהן וואס מקען אזוי טריט ביי טריט וועט דער טויש אפירקומען ביז מיר וועלן זיך זעהן אין גאר אן אנדערע וועלט.

:like :like
וואו, הערליכע רייד, לעיקוואד, עס ברענט אין דיר א פייער! לך בכחך זה!
ווי וואלט דער רבי געזאגט "עס לוינט זיך פאר אלע דורות צו ליידן חבלי לידה, צו ליינען אזוינע דיבורים". (העי, ער פארגינט די ווייבער מיט חבלי לידה, הא?)
דאס דארפן מיר טאקע אין א שמועס, א פילאסאף וואס זאל זאגן די אוטופישע מצב ווי זי וואלט געדארפט זיין אין אן עולם התיקון, און א רעאליסט וואס זאל אים לאכן אין פנים אז עס איז נישט שייך במציאות, אבער וויסן זאלן מיר כאטש אז עס זענען דא הויכע אידעאלן צו וואס מיר דארפן שטרעבן
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

די גאנצע פראבלעם פון אלטע רבי'ס וואס די מוח הייבן אן צו גיין בדרך כל אדם איז א רעלאטיוו נייע זאך, ביז נישט לאנג צוריק זענען די מענטשען געשטארבן פיזיש און גייסטיש בערך די זעלבע צייט, אבער היינטיגע צייטן מיט די מאדערנע מעדעצינען, זיין א בן תשעים איז שוין נישט קיין יקר המציאות, מענטשען בלייבן פעלזן פעסט ביז די טיפע עלטערע יארן, אבער קיינער איז נישט אינדערהיים דארט, די מח גייט אויס, און ס'קען אזוי אנגיין פאר יארן.
די קינדער ווערן אומגעדולדיג, דער טאטע שטייט זיי אין וועג, אבער מה לעשות, מ'האט קיינמאל נישט געהערט אז א רבי זאל רעזיגנירן.
און אזוי ווי יעדע נייע זאך, א פלאץ ווי מיר קענען נישט ארויסגיין בעקבי הצאן, מיר האבן נישט קיין אויסגעטרעטענע וועג, און מיר ווערן פארלוירן.

די נושא דא איז צוויי פאכיג, שתים שהן אחת, אויב רבנים זאלן רעזיגנירן, און אויב די קינדער ירשנ'ן די כסא המלכות. און ביידע זענען תלוי אין אויב מיר זאגן אז א חסידות איז א נכס פרטי פונעם מנהיג, און וועם ס'געפעלט נישט קען זיך גיין, אדער מיר זאגן אז וויבאלד דו לעבסט אויף כספי ציבור, ווי אויך אין מלך בלא עם, זענען די מענטשען נישט קיין נכס וואס מ'קען ירשנ'ן, נאר די רבי איז א געשטעלטער פארטרעטער, צו לערנען דעם פאלק ווי אזוי צו דינען דעם באשעפער.

מ'פראבירט עס צוצוגלייכן צו א קעניג וואס האט איינגענומען א לאנד, נעמט ווי פיל שטייערן ער וויל, און פרעגט נישט קיינעם וואס צו טוהן. נו, איז איינעם איינגעפאלן אז דאס איז יושר? ניין, ער האט די כח און מאכט, און ממילא קען ער טוהן וואס ער וויל, אבער גערעכט איז ער נישט.

צוגלייכן צו א גראסערי? איך מיין ס'איז מער גלייך צו אזא מעשה.
געווען אמאל א שטאט, פישפעק-לאדיין, די שטאט האט נישט געהאט קיין גראסערי, דער עולם נעמט זיך צאם און נעמט אויף איינעם צו עפענען און פירן די גראסערי, אבער מ'דארף דאך א בנין פארן גראסערי, גייט דער בעל החנות ארום פון שטוב צו שטוב, קלייבט נדבות, מעות קדימה, קרן הבנין, אן מ'גייט בויען א פראכטפולע גראסערי. געענדיגט בויען, מ'מאכט א גרויסע חנוכת הבית, די שטאט פרייעט זיך מיט, א מחיה, א גארדזשעס גראסערי. יארן לויפן פארביי, דער עולם קויפט, ס'עפענען זיך נאך גראסערי'ס, די עולם שיקט די קינדער אין גראסערי, די וואס האבן געצאלט מעות קדימה באקומען א שטיקל הנחה, און אלעס גייט כשורה. דער בעל החנות ווערט אבער נישט יונגער, קוים וואס ער שלעפט זיך אויפן שטעקן, אלזא, ער איז שוין נישט ביי די כוחות, און ער גייט אויפנעמען זיין זון, ער איז שוין געגאנגען אין ביזנעס קאלעדזש, ער גייט איבערנעמען, דער זון איז א ביזנעס מאן במלוא מובן המילה, ער גייט העכערען פרייזן, דערנאך מיט די הנחות, דאס איז מיין ביזנעס וואס מיין טאטע האט געבויעט מיט זיינע צען פינגער, ער איז ארום געלאפן אין הוץ און אין קעלט צו קלייבן נדבות פארן גראסערי, איך מעג טוהן וואס איך וויל! ס'געפעלט דיר נישט? ס'דא נאך גראסערי'ס.
וועסטו זאגן אז פאקטיש איז ער אויסגעהאלטן לעגאל, ער איז א פרייוועט ביזנעס? חלילה. עטיש און יושר איז דאס זיכער נישט.

נארוואדען? אזוי ווי יעדע נייע זאך, איז דאס יהדות החרדית הונטערשטעליג פון די וועלט מיט א פאר יאר, אמאל איז עס געציילטע יארן, און אמאל עטליכע אין הונדערט יאר. די זעלבע דא, דעמאקראטיע איז א נייע זאך, ס'וועט נעמען צייט ביז ווי לאנג ס'וועט אריינדרונגען במחנינו הקדוש, אבער מיט די צייט וועט עס געשען.


ממי_שאמרו האט געשריבן:הונדערט פראצענט אז קהילת תולדות חיים יענקל געהערט צום נייעם רבי'ן און לאמיר האפן אז ער וועט עס פירן על מי מנוחות ביז משיח קומט על דרך ישראל סבא בהתרוממות קרן התורה וישראל. בדרך אגב, א וויכטיגע קשיא: ווי גייט ער שיקן די בילדער? די וואך אדער כל העולם?

פונקט ווי ער איז בעל הבית אויפצונעמען וועם ער וויל און פייערן וועם ער וויל

און וואס וועט זיין אויב די נייע תולדות חיים יענקל רבי איז מאדערן, און וויל איינפירן געמישטע זיצונגען אין שול? האט ער די זעלבע רעכט?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געפילטע, זייער גוט ארויסגעברענגט.
אבער וואס טוט זיך אויב דאס קינד פירט עס אזוי בנאמנות פונעם טאטע, נעמט מען עס אויך צו פון אים? אדער נאך דעם גראסערי מאן מאה ועשרים גייט עס צום קינד?
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

איך האב ארויסגעברענגט די פוינט ווען די קינד טוהט עס נישט בנאמנות, כדי זאלסט פארשטיין אז די זעלבע איז ווען די קינד איז יא פאסיג, אבער נישט די פאסיגסטע, די קהילה האט א "סעי" אין די מעטער.
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

לעיקוואד האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:לעיקוואד, וואס מאכסטו דיר נעריש? א מענטש האט געבויעט א ביזנעס פאר 60 יאר, מעג ער נישט אריינלייגן זיינע קינדער דארט???

ניין, נישט אויב דער ביזנעס ענהאלט שליטה אויף אנדערע מענטשען. דאס איז נישט קיין ביזנעס נאר השתלטות על הציבור, וואס אויף דעם דארף מען דער ציבור'ס הסכמה.


עס איז נישט קיין השתלטות על הציבור. קיינער צווינגט נישט קיינעם צו זיין אונטערגעווארפן.

וויליאמסבורגער האט געשריבן:
ממי_שאמרו האט געשריבן:ענק מאכן זיך נאיוו אדער ענק זענען נאיוו????
. א ישיבה איז א פריוואטע זאך. עס האט גארנישט צו טוהן מיט׳ן רבים. קיינער הייסט דיר נישט שיקן דיינע קינדער דארט. פארוואס זאל ער עס דארפן אוועקגעבן????

פאר וועם ער געט איבער די ישיבה זאגט פארוואס ער האט געעפענט די ישיבה. אויב געט ער עס איבער פאר א זוהן איז א ראיה אז די עיקר ציל פון די ישיבה איז נישט אז בחורים זאלן שטייגען, נאר לכבוד עצמו הוא דורש. אפילו אויב דער זוהן איז א ת"ח און קען אפשר פירן א ישיבה, איז ער רוב מאל נישט דער פאסיגסטער קאנדידאט ווייטער אנצופירן די ישיבה, און אויב מיינט מען די טובה פון די בחורים גייט מען זוכן בחוצות העיר ווער עס קען זיין דער פאסיגסטער ראש ישיבה וואס וועט די מערסטע העלפן די בחורים שטייגן ברוחניות ובגשמיות. אבער אויב געט מען גלייך איבער צום זוהן ווייזט מען מיט דעם אז מ'האט זיך נישט אומגעקוקט צו טרעפען די טובה פון די תלמידים , נאר די ערשטע קאנסערן איז די אייגענע טובה!!

//
לעיקוואד האקט


אז איינער האט א זון וואס קען נישט פירן קיין ביזנעס, זאל ער עס נישט איבערגעבן פאר זיין זון???

לעיקוואד האט געשריבן:ניין, א ישיבה איז נישט קיין פרטישע ביזנעס, עס איז א מוסד ציבורי, עס איז פטור פון טעקס לכבוד דעם... די טענה אז דו ווילסט נישט שיק נישט דיינע קינדער איז נישט קיין טענה וייל עס איז נאר דא א באגרעניצטע מספר פון ישיבות און אלע פון זיי זענען געבויט אויף די מוגבלדיגע געלט און מענטשען וואס זענען דא אין דער קהילה. אז סדא איין ישיבה וואס א ביזנעסמאן האט צוגעגנבט נעמט דאס צו פון א צווייטער וואס וואלט געקענט מאכען א ישיבה.

יעדער זאך וואס האט צוטוהן מיט דער פאבליק איז דא א געוויסע עטיק מיט וואס מדארף זיך פירען, אפילו א זאך וואס איז א ביזנעס ממש. א געשעפט למשל טאר נישט אויפנעמן נאר וייסע ארבעטער נישט שווארצע, איי סמיין געשעפט אז דו ווילסט נישט קויף נישט, עס גייט נישט אזוי, ברגע וואס דו טוסט ביזנעס מיטן ציבור דארפסטו זיך צושטעלן צו געוויסע מענטשליכקייט און עטישקייט וואס פארלאנגט זיך. די זעלבע לגבי א ישיבה, ברגע וואס עס האט צוטוהן מיט נאך מענטשען מוז עס גיין לויט די געזעצן און ריכטיגקייט וואס פאדערט זיך, מקען נישט טענה'ן סאיז מיין מוסד איך טוה מי דארט וואס איך וייל אז דו ווילסט נישט קום נישט אריין.

קיינער איז נישט מדמה הרב וואזנער'ס פרעזנעליכקייט צו סאדאם, מאיז מדמה די צורת המחשבה אז ממיינט אז שליטה אויף מענטשען און נכסי ציבור גייט בירושה.


לגבי רב וואזנער ביסטו נישט גערעכט. אנדערש וואלט געווען ווען למשל רבי יצחק טובי" ווייס לייגט פרעשור אז זיין זון זאל איבערנעמען נאך עם. משא"כ רב וואזנער האט אליינס געבויעט זיין ישיבה.

משה רוקח האט געשריבן:האט דען נישט ר' מאטעלע וויזניצער לעצנטס געזאגט אז ער איז שוין צו אלט און נעמט מער נישט קיין מענטשן?
_____
אויב איז דא א רבי אדער ראש ישיבה וואס איז גענוג קלוג אויפצוגעבן די פירערשאפט, מאכט דאס אים נישט קלוגער ווי אלע אנדערע רבנים וראשי ישיבות? אויב יא, דעמאלס דארף ער אפשר יא בלייבן אויף זיין פאסטן.


ער האט עס געזאגט צוליב א אנדערע סיבה. ואכמ"ל

קופערניקוס האט געשריבן:אקעי הרב וואזנער און סאדאם כוסעין אין א זייט געלייגט, די משלים ברענגען ארויס בייז בלוט, אלזא לאמיר נישט נוצן נעמען, הייליגע נעמען לאמיר לאזן פאר די פיפטע פון די עינויים ווען עס איז א גרויסע סגולה צו מזכיר זיין נשמות.
איר ביידע, לעיקוואד און ממי שאמרו, ביידע פון די חכמי וחשובי השטיבל, האט ביידע געוויסע נקודות, און עס איז שווער צו מחליט זיין. עס האט אויך צו טון וועלכע סארט רבי:
לאמיר נעמען א דוגמא צוויי רבי'ס:
ר' בנציון פון באבוב. א קעניג בן קעניג וואס האט קיינמאל נישט געטינקען קיין פינגער אין קאלט וואסער, פארוואס אין די וועלט זאל ער קענען זיצן אויפן בענקל ווען ער קען שוין נישט פירן? פארוואס איז עס זיינס? ביי אזא איינעם איז לכאורה לכל הדעות אז דער ציבור דארף האבן רעכט אים צו מעביר זיין.
ביי אזא סארט רבי איז לעיקוואד לכאורה טויזנט פראצענט גערעכט, אז א ציבור באבובער אידן בפרט די נגידים-עסקנים און שוויצער וואס האבן משקיע געווען חלב ודם, קענען פארלאנגען אז זיי ווילן אויפנעמען ר' משה זאובערמאן פאר רבי. אויב זיי קענען צוזאמענקראצן רוב דעות זעה איך נישט פארוואס נישט.
ר' מרדכי דוד פון פינף און פערציג איז פארטריבן געווארן פון באבוב, מיט זיינע צען פינגער האט ער געהארעוועט און געארבעט שווער, יא, אוודאי ער האט געהאט הילף, אבער עס איז געווען זיין מאטיוואציע. דא האבן ביידע רעכט, איך קען הערן לעיקוואדס טענה: קיין איין קוואדער איז נישט געווען אייגענס, די געלט, די מאטיוואציע, די לעגיטימאציע איז אייביג געווען די ציבור וואס האט אים אונטערגעשטופט.


די שאלה איז: וואס הייסט מעביר זיין? מעביר זיין פון פירן? מעביר זיין פון באקומען די געלט?

און אגב, א ראש ישיבה אדער רב איז אינגאנצען אנדערש פון א רבי. מען קען עס בכלל נישט פארגלייכן.
פארשפארט