יא! יעדן איינציגן יוד, ווילאנג ער איז נישט קיין להכעיס'ניק אדער מסית ומדיח, ברויך מען ליב האבן. און מען האט דיר נישט געשטעלט אריינצוקריכן אין זיינע קישקעס צו דן זיין זיינע מצוות און עבירות
וויבאלד דער נקודה ברויך חיזוק צוליב דעם מציאות'דיגן אויסשטעל פון כלל ישראל זינטן חורבן (וואס דאס איז א נושא וואס מיר ווילן נישט דא בארירן) עפענען מיר דעם אשכול וואו דער עולם זאל צוברענגען מאמרים און סיפורים איבער דעם חשובן ענין
צוערשט וועל איך צוברענגען א תורה פונעם הייליגן "ישמח ישראל" וואס בן תמליון האט צוגעברענגט אין אן אנדערן אשכול
בן תמליון האט געשריבן:כ'האב פונקט געזען אין ישמח ישראל פרשת וישלח ער ברענגט פון רבי ר' ברוכ'ל א טייטש: עוד מעט ואין רשע והתבוננת על מקומו ואיננו. יעדער יודישע נשמה נישט קיין חילוק וויפיל מהאט צאמגעזונדינקט בלייבט א מיטלפונקט ריין אומבארירט. עוד מעט ואין רשע עס איז דא אביסל ווי דער רשע רירט נישט אן, דעריבער בעטן מיר זיך: והתבוננת על מקומו ואיננו, קוק אהין וועסטו גארנישט זען קיין בייז.
ועמך כולם צדיקים!