דער מעמד הר סיני אויפרייס

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
פארשפארט
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

יאיר האט געשריבן:האבן מיר קלאר ארויס דיין שיטה, איינגעמיירעט. בלויז איינער וואס איז בערך בדרגת החזון איש וכל דכותיה, אזא איינער קען אנאליזירן די תורה. איך רעספעקטיר דיין מיינונג, און איך האף אז דו האלטסט זיך טאקע דערצו. אבער היות איך האלט נישט אזוי, וועל איך ווייטער ממשיך זיין צו אנאליזירן די תורה אן זיין א חזון איש, און היות דו האסט פריער געזאגט אז דו ווילסט נישט דיבעיטן, ממילא וועל איך נישט פרובירן צו אויפווייזן פארוואס איך האלט אז איך בין גערעכט, נאר מיר קענען זיך רואיג גיין אונזערע וועגן און ס'וועט זיין שלום על ישראל. בתקוה להבנה.

ווער לאזט דיך נישט אנאליזירען ,איך האב סך הכל געזאגט מיין הבנה אז אנאלאזירען חז״ל׳ן די וועג וויאזוי מאנאליזירט דא איז געמאכט פאר איינער וואס האט שוין קונה געווען תורה,און אודאי אויב זיכט מען צו לערנען אדער צופארשטיין דאס איז א צווייטע מעשה,אבער אנאליזירען דאס געהער נישט פאר אזעלכע וואס האבען שוין קונה געווען , און די אויבערשטער זאל העלפען זאלסט אהנקומען צו א מאמענט אפ טראט זאלסט זעען זאכען ריכטיג ,און די מין טיים דארפטו נישט מיין תקווה להבנה קענסט עניוועיז טוהן וואס די ווילסט ביסטיך א בשר ודם מיט בחירה חופשית
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

יאיר האט געשריבן:איינגעמיירעט, אפשר פרובירסטו אונז צו ערקלערן דעם עומק החילוק צווישן "זיך מייגע זיין אויף תורה" און זאגן אויף די תורה "דאס מיינט דאס און יענץ מיינט יענץ"? איך פארשטיי פשוט נישט וואס דו מיינסט.

עיין במהר״ל בדרך חיים על המשנה יפה ת״ת עם דרך ארץ ״שיגיעת״ שניהם משכחת עון קוק אריין זיינע יסוד איז געוואלדיג ושם תמצא החילוק
סאי׳ז די צוגאנג צו די זאך וויל איך זיכען צופארשטיין צו וויל איך זעען אויב סשטימט מיט מיר , וויל איך מיך פארשטיין צו וויל איך פארשטיין וואס דא שטייט און וואס ער לערנט אונז
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איינגעמיירעט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

מוח שליט האט געשריבן:בזכרוני אז דער רמב"ם רעגט זיך אויף די חכמי צרפת און ער ניצט די לשון אז זיי זיצען זיך על סיר הבשר און מיינען אז זיי פארשטייען וכו'. ווייסט איינער ווי?

דער מהרש"ל שרייבט אין די הקדמה פון ים של שלמה: "אבל לא היה לו להרמב”ם די בזה. אלא שגינה חכמי הצרפתים ואמר שלא יראה להם שהם מכירים הבורא אלא מתוך אכילת בשר שור שלוק מטובל בחומץ ובשומן."
הרב יצחק שילת ווייזט אויף אז דער אנגעבליכער בריוו פונ'ם רמב"ם איז נישט אמת.
אגב, ווען דער ים של שלמה איז מעתיק דעם בריוו ברענגט ער אז דער רמב"ם הייסט דארט זיין זון לערנען ספרי אבן עזרא, אויף וועמען דער מהרש"ל דרוקט זיך אויס:
מהרש"ל האט געשריבן:ושרי ליה מריה שגרמתיה הוא וגורם דיליה הוא. אם כן הוא מה שנמצא באיגרתו בכתב שכתב לבנו וגזר עליו ללמוד ספרי החכם ר’ אברהם אבן עזרא אשר לא היה בעל תלמודא. ורוב בנינו ופירושו על דרך התכונה והטבעי וקבלת חיצונות. והתריס בכמה מקומות נגד דברי חכמי התורה והתלמוד. או מבלי השגחה או מבלי ידיעה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום יאיר, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
האדם לא נברא אלא להתענג
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

איינגעמיירעט האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:האבן מיר קלאר ארויס דיין שיטה, איינגעמיירעט. בלויז איינער וואס איז בערך בדרגת החזון איש וכל דכותיה, אזא איינער קען אנאליזירן די תורה. איך רעספעקטיר דיין מיינונג, און איך האף אז דו האלטסט זיך טאקע דערצו. אבער היות איך האלט נישט אזוי, וועל איך ווייטער ממשיך זיין צו אנאליזירן די תורה אן זיין א חזון איש, און היות דו האסט פריער געזאגט אז דו ווילסט נישט דיבעיטן, ממילא וועל איך נישט פרובירן צו אויפווייזן פארוואס איך האלט אז איך בין גערעכט, נאר מיר קענען זיך רואיג גיין אונזערע וועגן און ס'וועט זיין שלום על ישראל. בתקוה להבנה.

ווער לאזט דיך נישט אנאליזירען ,איך האב סך הכל געזאגט מיין הבנה אז אנאלאזירען חז״ל׳ן די וועג וויאזוי מאנאליזירט דא איז געמאכט פאר איינער וואס האט שוין קונה געווען תורה,און אודאי אויב זיכט מען צו לערנען אדער צופארשטיין דאס איז א צווייטע מעשה,אבער אנאליזירען דאס געהער נישט פאר אזעלכע וואס האבען שוין קונה געווען , און די אויבערשטער זאל העלפען זאלסט אהנקומען צו א מאמענט אפ טראט זאלסט זעען זאכען ריכטיג ,און די מין טיים דארפטו נישט מיין תקווה להבנה קענסט עניוועיז טוהן וואס די ווילסט ביסטיך א בשר ודם מיט בחירה חופשית

איז זאגסטו אז עס זענען דא מענטשען [גאר גרויסע מענטשען] וואס אנאלאזירן חז"ל אזוי ווי "מען אנאלאזירט דא". אפאר מראה מקומות ביטע.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

יאיר האט געשריבן:
מוח שליט האט געשריבן:בזכרוני אז דער רמב"ם רעגט זיך אויף די חכמי צרפת און ער ניצט די לשון אז זיי זיצען זיך על סיר הבשר און מיינען אז זיי פארשטייען וכו'. ווייסט איינער ווי?

דער מהרש"ל שרייבט אין די הקדמה פון ים של שלמה: "אבל לא היה לו להרמב”ם די בזה. אלא שגינה חכמי הצרפתים ואמר שלא יראה להם שהם מכירים הבורא אלא מתוך אכילת בשר שור שלוק מטובל בחומץ ובשומן."
הרב יצחק שילת ווייזט אויף אז דער אנגעבליכער בריוו פונ'ם רמב"ם איז נישט אמת.
אגב, ווען דער ים של שלמה איז מעתיק דעם בריוו ברענגט ער אז דער רמב"ם הייסט דארט זיין זון לערנען ספרי אבן עזרא, אויף וועמען דער מהרש"ל דרוקט זיך אויס:
מהרש"ל האט געשריבן:ושרי ליה מריה שגרמתיה הוא וגורם דיליה הוא. אם כן הוא מה שנמצא באיגרתו בכתב שכתב לבנו וגזר עליו ללמוד ספרי החכם ר’ אברהם אבן עזרא אשר לא היה בעל תלמודא. ורוב בנינו ופירושו על דרך התכונה והטבעי וקבלת חיצונות. והתריס בכמה מקומות נגד דברי חכמי התורה והתלמוד. או מבלי השגחה או מבלי ידיעה.

יאיר יאיר, וועלכע מרחץ גייסטו, כ'וויל מקיים זיין דעם לכי תשמש לי. געוואלדיג :like
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

העי, מיין נישט אז איך בין אזא בקי, ס'האט מיר גענומען א פאר מינוט ביז דער אוצר החכמה האט מיר עס אפירגעזוכט. (כאן צריך לומר בניגון הידוע שיוסי גרין חטף בעבורה) וועסטו וועלן מיינען אז איך האב כאטש גוטע מידות, און איך בין דיר זייער געטריי, ניין זאג איך דיר, נאר ווי אזוי דען, ס'איז מיר אויך געלעגן אין קאפ אזא לשון, און איך האב א מנהג אז ווען איך געדענק עפעס פארנעפלט, קען איך נישט גיין שלאפן, ביז איך בין עס מברר קלאר, אזוי ווי ס'שטייט אין די משנה, המכוין את שמועתו, שואל ומשיב, שומע ומוסיף, מעמידו על האמת, במיעוט שינה, והאומר דבר בשם אומרו...
האדם לא נברא אלא להתענג
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

יאיר האט געשריבן:העי, מיין נישט אז איך בין אזא בקי, ס'האט מיר גענומען א פאר מינוט ביז דער אוצר החכמה האט מיר עס אפירגעזוכט. (כאן צריך לומר בניגון הידוע שיוסי גרין חטף בעבורה) וועסטו וועלן מיינען אז איך האב כאטש גוטע מידות, און איך בין דיר זייער געטריי, ניין זאג איך דיר, נאר ווי אזוי דען, ס'איז מיר אויך געלעגן אין קאפ אזא לשון, און איך האב א מנהג אז ווען איך געדענק עפעס פארנעפלט, קען איך נישט גיין שלאפן, ביז איך בין עס מברר קלאר, אזוי ווי ס'שטייט אין די משנה, המכוין את שמועתו, שואל ומשיב, שומע ומוסיף, מעמידו על האמת, במיעוט שינה, והאומר דבר בשם אומרו...

ביסט דאך אבער א געוואלדיגע בעל מדות ווייל דו האסט נישט גענימען קרעדיט פאר עפעס וואס קומט נישט. האסט נישט געטוהן ווי איך וואס ווען איך האב געזיכט דעם ווארט סיר הבשר כדי צו טרעפען דעם אנגעבליכען רמב"ם, און איך האב געטראפען דעם תשובת הרשב"א, האב איך נישט דערציילט די איינצעלהייטען וויאזוי איך בין אנגעקומען צו דעם. נו, כ'וועל טאקע פרובירען פארבעסערען זיך. אמן.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

בין איך דאך אויך א מתרחק מן הכבוד, אן אינו מחזיק טובה לעצמו, און אן אינו מגיס לבו בהוראה, און א מכיר את מקומו. איינגעמיירעט, כ'האב עפעס אויסגעלאזט, אדער איך האב שוין היתר הוראה צו קענען זיך נעמען צו די אנאליזיראציע פון די תורה בדרך אשר דגלו רבותינו נ"ע?
האדם לא נברא אלא להתענג
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

יאיר האט געשריבן:בין איך דאך אויך א מתרחק מן הכבוד, אן אינו מחזיק טובה לעצמו, און אן אינו מגיס לבו בהוראה, און א מכיר את מקומו. איינגעמיירעט, כ'האב עפעס אויסגעלאזט, אדער איך האב שוין היתר הוראה צו קענען זיך נעמען צו די אנאליזיראציע פון די תורה בדרך אשר דגלו רבותינו נ"ע?

די האלטסט אויף א וועג און איך האב געלייקט מח׳ל אז ער לערנט זיך פון דיר צוזיין א מודה על האמת
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

איינגעמיירעט האט געשריבן: ... איך וועל שרייבען איין מראה מקום און דברי חיים על המועדים לחנוכה דף קפ״ח קוק דעם גאנצען שטיקעל דאס אז מתן תורה איז געגעבן גיווארן בכח פון די גאנצע תורה און די בפועל ווערט נתגלה כסדר עייש ותמצא כדבריך


ייש"כ וחילך לאורייתא פאר'ן מראה מקום.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
ברזלי הגלעדי
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 71
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 10, 2013 11:46 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך ברזלי הגלעדי »

[quote="מוח שליט"][

ע"ע בתשובת הרשב"א ח"ג סי' שי"ט, אויף איינעם וואס האט מנדר געווען נישט צו עסען בשר ויין אז עס איז א מצוה שהכל מסכימין עליה ער זאל זיך מתיר נדר זיין. "שאין המסגף עצמו (מבשר ויין) יכול לעמוד על דברי תורה והסברא. והכל לפי טבעו של בני אדם: יש שאוכל פת במלח, ומתעדן כדניאל וחביריו, שאמרו: ויתנו לנו מן הזרענים ונהיה טובים; ויש מתמוגגין בשאינן יושבין על סיר הבשר; וכל אחד עושה לפי כח שימצא בטבעו.

כאב אייביג געמיינט אז ונהיה טובים איז געווען א נס, א נס אראף פין טיש
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 74 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

חידושים און אויסטרעפן

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

סייענס און אויסטרעפערס (אינווענטארס) באשאפן קיינמאל נישט קיין נייע זאכן, נאר אנטדעקן עפעס וואס איז שוין פריער געווען נאר די מענטשהייט האט דערפון נישט געוואוסט. למשל, דער ערפינדער פון אנטיביאטיקס האט באמערקט אז דער באשטאנדטייל (צי צוזאמשטעל פון באשטאנדטיילן) האבן דעם כוח צו באקעמפן באקטעריע. אנטיביאטיקס האבן אבער אייביג געהאט דעם זעלבן כוח; מיר האבן דערפון פשוט נישט געוואוסט. עלעקטריציטעט איז נישט ערפינדן געווארן דורך בענדזשאמין פרענקלין (בגלגולו הראשון); ער האט נאר באמערקט אז ווען מען שטעלט צוזאמען די צוויי זאכן, באקומט מען אט אזא כוח. דאס זעלבע איז אמת מיט יעדן חידוש: א מענטש, צי א גרופע מענטשן, האט מחדש געווען אז אויב טו איך דאס און דאס, אדער כ'שטעל צוזאמען דאס מיט יענץ, וועט דער פועל יוצא זיין כזה וכזאת.

אין דער פיזישער וועלט ווערן, ווי מיר זעען, נישט באשאפן קיין חידושים יש מאין. אלעס מיט וואס די מענטשהייט קומט אויף באשטייט פון אדער טרעפן וואס איז פריער דא געווען נאר מיר האבן עס נישט באמערקט (שטערנס, באשעפענישן אין די טיפענישן פון אקעאן אדער אין ווייטע, פארווארפענע זשונגלען), אדער א חידוש וואס איז א פועל יוצא פון קאמבינירן צוויי עקזיסטירנדע זאכן (כעמיקאלן, פלאנצן אא"וו). די געפינענע זאך איז אייביג דא געווען; דער פועל-יוצא כוח האט אויך אייביג עקזיסטירט. סיי ווען די זעלבע צוויי זאכן זאלן צוזאמגעשטעלט ווערן אונטער די זעלבע אומשטענדן, וואלט דער פועל יוצא געווען דער זעלבער. אויב די מענטשהייט וואלט געהאט די נויטיגע ידיעות און טעכנאלאגיע פאר צוויי טויזנט יאר צוריק, וואלטן שוין דעמאלט געפלויגן אטאם באמבעס. די סיבות פארוואס די וועלט האט נישט געזען דעם ערשטן אטאמישן חורבן פריער פון 70 יאר צוריק איז חסרון ידיעה און פראקטישע מניעות.

איז א סברא צו זאגן אז די גאנצע בריאה ארבעט אויפ'ן זעלבן שטייגער. א חידוש אין דער תורה איז לעולם אראפגעקומען צוזאמען מיט דער תורה, נאר האט געווארט אנטדעקט צו ווערן.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

וועגן בחירה

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

נולד מאוחר האט געשריבן:יאיר,
וואס מאכט דיר זאגן זאלכע חידישם, אז די מענטש האט עפעס א כח וואס ער שלעפט ארויס פון טאש, און יענער איז מחליט פארן מענטש וואס צי בוחר זיין?
פארוואס האלסטו אז מקען נישט אויסרעכנכן וואס סגייט זיין א מענטש נעקסט סטעפ? וואלסטו נישט פאראויס געוויסט אויף די תגובה קומט א גוטס פון לעעקוואד וכד' ? אביסעל א בעסערע קאמפיוטער קען וויסען פונקטלעך וואס דער מענטש גייט בוחר זיין. איך מיין סאיז א קלענער חידוש ווי דיין מהלך.
ביי אונזד און שול ווייס מען ווען מעפענט די פענסטער ווער סגייט שרייען, ווער סגייט זיך אויף הייבן און גיין צי א צוויטער פלאץ. אויב שרייט נישט דער שרייער איז דאס ווייל א האט דזשאסט געכאפט א גוטן פליק פון איינעם. סאיז אלץ דא א סיבה קודמת.


ער טענה'ט אז די וועלט איז נישט פארפרוירן אין אי-בחירה.
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
מוח שליט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 493
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 26, 2012 9:24 pm
האט שוין געלייקט: 83 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 433 מאל

שליחה דורך מוח שליט »

יאיר האט געשריבן:
מהנשתנה האט געשריבן:ער האט געמיינט צו זאגן, לערן די תורה מיט א סדר. האסט שוין געלערנט אמאל רמבם אויף אנדערע נושאים בהלכה אדער נאר אמונה ודעות?

וואס ער האט געמיינט צו זאגן ווייס איך נישט, איך ווייס נאר וואס ער האט געזאגט. און אויף דיין שאלה קען איך ב"ה ענטפערן א פילער יא. און נישט נאר רמב"ם לערן איך, נאר אויך שווערע קצות'ן און חזון איש'ן. אדרבה, איך האלט יעצט אינמיטן א שווערע נתיבות, אפשר קענען די אלע וואס האבן שוין קונה געוען די מ"ח קנינים מיר ארויסהעלפן.

ליידער האלט איך ווייט פון האבען רוכש געווען די מ"ח קנינים, ווי אויך ווייס איך נישט צו איך קען דיך ארויסהעלפען, אבער אויב רעדט מען דא פין עפעס א געשמאקע נתיבות, העט איך עס געגעבען מיין בעסט שאט.
אמת טאקע אז בזמנינו אלה איז די 'קצות' די יושב ראשונה במלכות, אבער הכל תלוי במזל אפי' ספר תורה שבהיכל. עס איז געווען א תקופה ווי די עיקר ספר איז געווען די נתיבות, עד כדי כך אז די גאנצע סיבה פארוואס די קצות החושן האט געהאט די זכייה צו ווערען אריינגעגדרוקט אינעם גרויסע שלחן ערוך איז נאר לכבוד דעם וואס די נתיבות איז זייער אסאך מצטט זיינע ווערטער [כדי זיך צו דינגען מיט אים). אין די שער בלאט פון די שלחן ערוך ווי ער רעכענט אויס אלע ספרים וואס זענען אריינגעדרוקט אינעם ספר שטייט ווי פאלגענד.
ספר קצות החושן מהגאון האמתי מו"ה אריה ליב זצלה"ה, לאשר בספר נתיבות המשפט על הרוב מביא דבריו בקיצור נמרץ ורב נתיבותיו יאירו על ס' קצות החושן, ואם אין הספר לפניו לא יבין הקורא על מה דבריו הטבעו. ולבל יחפש לדעת מקומו איה, הצגנו כל ספר קצות החושן, בכל דף ודף על מקומו למען שניהם כאחד יתלכדו ולא יתפרדו.

אגב, עס קען זיין אז בערך אויף דעם זעלבען אויפען האט די רמב"ן מזכה געווען דעם אבן עזרא צו ווערן געדרוקט אינעם מקראות גדולות חומש. לקיים מה שכתב הרמב"ן בהקדמתו עם הספר, על האבן עזרא שיש לו תוכחה מגולה מתוך אהבה מסתרת.
נו, וואס איז אייער מיינונג אויף דעם, רבותי?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

פשוט-קאמפליצירט האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:יאיר,
וואס מאכט דיר זאגן זאלכע חידישם, אז די מענטש האט עפעס א כח וואס ער שלעפט ארויס פון טאש, און יענער איז מחליט פארן מענטש וואס צי בוחר זיין?
פארוואס האלסטו אז מקען נישט אויסרעכנכן וואס סגייט זיין א מענטש נעקסט סטעפ? וואלסטו נישט פאראויס געוויסט אויף די תגובה קומט א גוטס פון לעעקוואד וכד' ? אביסעל א בעסערע קאמפיוטער קען וויסען פונקטלעך וואס דער מענטש גייט בוחר זיין. איך מיין סאיז א קלענער חידוש ווי דיין מהלך.
ביי אונזד און שול ווייס מען ווען מעפענט די פענסטער ווער סגייט שרייען, ווער סגייט זיך אויף הייבן און גיין צי א צוויטער פלאץ. אויב שרייט נישט דער שרייער איז דאס ווייל א האט דזשאסט געכאפט א גוטן פליק פון איינעם. סאיז אלץ דא א סיבה קודמת.


ער טענה'ט אז די וועלט איז נישט פארפרוירן אין אי-בחירה.

wow! איך האב זיך גע'ישוב'ט צו איך זאל עס פרובירן צו ערקלערן, און דא ביסטו געקומען מיט איין שורה והעמידו על אחת, און נאך אפילו געוואוסט וואס איך האב געהאט אין מחשבה בשעת'ן שרייבן מיין תגובה און אויסרעכענען אז דער אטאם האט אויך א בחירה! אין קוואנטאם מעכאניקס זעען מיר קלאר אז דער אטאם איז נישט פרעדיקטעבל, מען קען נישט גענוי וויסן אלעס וואס עס גייט טון אין די נעקסטע סעקונדע. זעט א שיעור דערוועגן דורך איינעם פון די גדולי הדור סטעפאן האוקינס. (זארג זיך נישט, איך פארשטיי אויך נישט פונקטליך וואס איך האב יעצט געשריבן, איך זאג נאר נאך וואס אלע סייענטיסטן זאגן). איינשטיין האט זיך שוין אפגערעדט דערויף אין זיין באקאנטע אימרה "god does not play dice with the universe" דאס הייסט, ער האט געהאט א דעטערמיניסטישע אויסקוק אויף די וועלט, און ער האט געהאלטן אז גאט מוז קענען וויסן גענוי וואס גייט פאסירן לעולם ועד לויט די חוקים וואס ער האט אוועקגעשטעלט, ער שטעלט דאס נישט אויס ווי א לאטעריע אדער ווי איינער וואס ווארפט א דייס און ווייסט נישט וואס גייט אויסקומען. למעשה איז איינשטיין נישט געווען גערעכט, און גאט שפילט יא דייס מיט די יוניווערס. אלזא, אויב אן אטאם האט א בחירה, איז נישט א קל וחומר בן בנו של קל וחומר אז דער מורכב'דיגע מענטש און אלע בעלי חיים און געוואוקסן האבן אויך א בחירה (at some point) דאס הייסט, אודאי האב איך נישט קיין בחירה צו ווערן מארגן א גארביזש קאלעקטער, ווייל מיינע תכונות הנפש לאזן דאס נישט צו, איך האב אבער יא א בחירה צו שפענדן עטליכע מינוט ווייניגער אויף קאווע שטיבל און אנשטאט דעם טון וויכטיגע פליכטן וואס איך דארף אויספירן. האט איר שוין אמאל געהאט א פאל וואס איר האט געשפירט אז א געוויסע זאך מוזט איר טון אבער ס'איז צו שווער, און איר האט זיך אנגעשטרענגט אביסל איבער די כוחות, געגאנגען העכער ווי אייערע אינסטינקטן, געטון וואס איז ריכטיג אנשטאט דאס וואס אייער גוף און תכונות הנפש פארלאנגען? דאס איז בחירה.
איך וויל נאך אויך אדרעסירן שפעטערמוח שליט'ס קשיות. אויב איך וועל בוחר זיין זיך צו שטארקן אויף מיין פוילקייט :).
האדם לא נברא אלא להתענג
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

מוח שליט האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:
מהנשתנה האט געשריבן:ער האט געמיינט צו זאגן, לערן די תורה מיט א סדר. האסט שוין געלערנט אמאל רמבם אויף אנדערע נושאים בהלכה אדער נאר אמונה ודעות?

וואס ער האט געמיינט צו זאגן ווייס איך נישט, איך ווייס נאר וואס ער האט געזאגט. און אויף דיין שאלה קען איך ב"ה ענטפערן א פילער יא. און נישט נאר רמב"ם לערן איך, נאר אויך שווערע קצות'ן און חזון איש'ן. אדרבה, איך האלט יעצט אינמיטן א שווערע נתיבות, אפשר קענען די אלע וואס האבן שוין קונה געוען די מ"ח קנינים מיר ארויסהעלפן.

ליידער האלט איך ווייט פון האבען רוכש געווען די מ"ח קנינים, ווי אויך ווייס איך נישט צו איך קען דיך ארויסהעלפען, אבער אויב רעדט מען דא פין עפעס א געשמאקע נתיבות, העט איך עס געגעבען מיין בעסט שאט.
אמת טאקע אז בזמנינו אלה איז די 'קצות' די יושב ראשונה במלכות, אבער הכל תלוי במזל אפי' ספר תורה שבהיכל. עס איז געווען א תקופה ווי די עיקר ספר איז געווען די נתיבות, עד כדי כך אז די גאנצע סיבה פארוואס די קצות החושן האט געהאט די זכייה צו ווערען אריינגעגדרוקט אינעם גרויסע שלחן ערוך איז נאר לכבוד דעם וואס די נתיבות איז זייער אסאך מצטט זיינע ווערטער [כדי זיך צו דינגען מיט אים). אין די שער בלאט פון די שלחן ערוך ווי ער רעכענט אויס אלע ספרים וואס זענען אריינגעדרוקט אינעם ספר שטייט ווי פאלגענד.
ספר קצות החושן מהגאון האמתי מו"ה אריה ליב זצלה"ה, לאשר בספר נתיבות המשפט על הרוב מביא דבריו בקיצור נמרץ ורב נתיבותיו יאירו על ס' קצות החושן, ואם אין הספר לפניו לא יבין הקורא על מה דבריו הטבעו. ולבל יחפש לדעת מקומו איה, הצגנו כל ספר קצות החושן, בכל דף ודף על מקומו למען שניהם כאחד יתלכדו ולא יתפרדו.

אגב, עס קען זיין אז בערך אויף דעם זעלבען אויפען האט די רמב"ן מזכה געווען דעם אבן עזרא צו ווערן געדרוקט אינעם מקראות גדולות חומש. לקיים מה שכתב הרמב"ן בהקדמתו עם הספר, על האבן עזרא שיש לו תוכחה מגולה מתוך אהבה מסתרת.

די סיבה פארוואס די קצות האט באקומען אזא שטארקע ארט און עולם התורה (און פסק לאו דווקא ואי״כ מקומו ) ווערט געזאגט פארשידענע געזאגעכצור ,בפשטות איז די קלארקייט וויאזוי סאיז געשריבען געווענטליך פאנגט ער אהן פונעם שורש הסוגיא ער ברענגט די גמ׳ די ראשונים,אסאך שטיקלעך קעמען זיך אראפזעצן עס לערנען אפי׳ מאיז גאנץ פרעמד און די סוגיא,די נתיבות פון די אנדערע זייט איז מער געבעסט אויף די שלחן ערוך ווען ער פאנגט אהן דעם שטיקעל , אודאי איינמאל ער לאזט זיך אריין און די שטיקעל שפרינגט אריין אינעם סוגיא אבער ער פאנגט אהן מיט א שלחן ערוך נקודה,זאת ועוד די נתיבות פארט מער מיט חידושים און נייע אנפעלער אנדערש ווי די מהלך א סוגיא , די קצות האלט זיך מער אינעם סוגיא און ער געט א פעסטע און געזונטע הבנה אונעם סוגיא אליין,
פארשטייט זיך דאס איז אלעס מיינע בויך תורות פון מיין חושן משפט געלערנעכץ.
עפעס זאגט מען אז די נתיבות האט זיך מתרעם געווען צום קצות אויף דעם אז זיין ספר איז נישט אזוי אויפגכאפט, האט עם די קצות געזאגט אז ער איז מגיה פארטאגס זיינע חידושים די נתיבות פלעגט אבער שרייבען זיינע חידושים פארטאגס און מגיה זיין אינמיטען טאג ,אויב די מעשה איז אמת דארף מען עס אפלערנען.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

היות איינגעמיירעט לאזט נישט אנאליזירן די תורה, וועל איך נישט זאגן אז איך האלט אז דער קצות איז מתוק מדבש צו לערנען און צו נאכזאגן, אבער דער נתיבות איז אפטמאל פיל מער יורד לעומקה של הלכה. ווען דער נתיבות וואלט אויפגענומען דעם קצות אלס שרייבער, עורך און מגיה אויף זינע חידושים (ס'הייסט, אויך מיט הוספות, ווי דער משובב) וואלט געווען אן עולם התיקון.
האדם לא נברא אלא להתענג
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

לולקע-ציבעך האט געשריבן:סייענס און אויסטרעפערס (אינווענטארס) באשאפן קיינמאל נישט קיין נייע זאכן, נאר אנטדעקן עפעס וואס איז שוין פריער געווען נאר די מענטשהייט האט דערפון נישט געוואוסט. למשל, דער ערפינדער פון אנטיביאטיקס האט באמערקט אז דער באשטאנדטייל (צי צוזאמשטעל פון באשטאנדטיילן) האבן דעם כוח צו באקעמפן באקטעריע. אנטיביאטיקס האבן אבער אייביג געהאט דעם זעלבן כוח; מיר האבן דערפון פשוט נישט געוואוסט. עלעקטריציטעט איז נישט ערפינדן געווארן דורך בענדזשאמין פרענקלין (בגלגולו הראשון); ער האט נאר באמערקט אז ווען מען שטעלט צוזאמען די צוויי זאכן, באקומט מען אט אזא כוח. דאס זעלבע איז אמת מיט יעדן חידוש: א מענטש, צי א גרופע מענטשן, האט מחדש געווען אז אויב טו איך דאס און דאס, אדער כ'שטעל צוזאמען דאס מיט יענץ, וועט דער פועל יוצא זיין כזה וכזאת.

אין דער פיזישער וועלט ווערן, ווי מיר זעען, נישט באשאפן קיין חידושים יש מאין. אלעס מיט וואס די מענטשהייט קומט אויף באשטייט פון אדער טרעפן וואס איז פריער דא געווען נאר מיר האבן עס נישט באמערקט (שטערנס, באשעפענישן אין די טיפענישן פון אקעאן אדער אין ווייטע, פארווארפענע זשונגלען), אדער א חידוש וואס איז א פועל יוצא פון קאמבינירן צוויי עקזיסטירנדע זאכן (כעמיקאלן, פלאנצן אא"וו). די געפינענע זאך איז אייביג דא געווען; דער פועל-יוצא כוח האט אויך אייביג עקזיסטירט. סיי ווען די זעלבע צוויי זאכןו זאלן צוזאמגעשטעלט ווערן אונטער די זעלבע אומשטענדן, וואלט דער פועל יוצא געווען דער זעלבער. אויב די מענטשהייט וואלט געהאט די נויטיגע ידיעות און טעכנאלאגיע פאר צוויי טויזנט יאר צוריק, וואלטן שוין דעמאלט געפלויגן אטאם באמבעס. די סיבות פארוואס די וועלט האט נישט געזען דעם ערשטן אטאמישן חורבן פריער פון 70 יאר צוריק איז חסרון ידיעה און פראקטישע מניעות.

איז א סברא צו זאגן אז די גאנצע בריאה ארבעט אויפ'ן זעלבן שטייגער. א חידוש אין דער תורה איז לעולם אראפגעקומען צוזאמען מיט דער תורה, נאר האט געווארט אנטדעקט צו ווערן.


אזוי ווי איך האב שוין געשריבען ברענגט די דברי חיים דעם יסוד אז אזוי ווי און די וועלט איז דא א בכח און א בפועל און די אויבערשטער האט באשאפען די כח ההיולי וואס און דעם ליגט בכח איעדע חלק פון די בריאה ,די תורה איז דיך די בלו פרינט פון די וועלט אסתכל באורייתא וברא עלמא, און ממילא די תורה איז געגעבן געווארען בכח למשה מסני אלעס ,און פון דעם דעוועלעיפט זיך די אמוראים אויף די תנאים די ראשונים אויף די גאונים אא״וו.
און עכט ברענגט ער דארט ארויס אז יעדע זמן ווערט נתגלה וואס געהער צו דעמאלס.
מקען צולייגען א קוועטש,סאיז ידוע און ספרי קבלה אז מיט חידושי תורה בויט מען וועלטען, און זוהר שטייט אז בלא דחילו ורחימו לא פרחית לעילא,די תורה בלייבט דא , האב איך געהערט פון גאנץ א קראנטע מקור אז ר׳ בונם מפשיסחא האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף א ספר וואס איז ארויסגעקומען בימיו אז פון די קנאקעדיגע חידושים פון דעם ספר האט זיך אויפגעבויט א פעסטע נייע סארט מאשין און לונדון ,ער האט געהאלטען אז היות די חידושים זענען געווען שלא לשמה האט עס אויף געטוהן דיע חידושים דא אינעם עולם עשיה און נישט העכער
פון דיע מעשה זעעט מען אוכט אז די וועלט מיט די תורה דעוועלעפמעינט גייט צוזאמען
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איינגעמיירעט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
איינגעמיירעט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 311
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 02, 2012 8:12 pm
האט שוין געלייקט: 143 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 288 מאל

שליחה דורך איינגעמיירעט »

יאיר האט געשריבן:היות איינגעמיירעט לאזט נישט אנאליזירן די תורה, וועל איך נישט זאגן אז איך האלט אז דער קצות איז מתוק מדבש צו לערנען און צו נאכזאגן, אבער דער נתיבות איז אפטמאל פיל מער יורד לעומקה של הלכה. ווען דער נתיבות וואלט אויפגענומען דעם קצות אלס שרייבער, עורך און מגיה אויף זינע חידושים (ס'הייסט, אויך מיט הוספות, ווי דער משובב) וואלט געווען אן עולם התיקון.

זאגסטיך די זעלבע ווי איך ברוך שכיוונתי לדבריך
ביי דע וועי די אנאלוזירסט נישט קיין תורה ס״ה א אופן פון שרייבען פון גדולים,א שטייגער ווי לשון נדרים משונה אדער די שטיקלעך רבנן סבוראי און בבא מציעא
יא יא האט די בארדישובער גענטפערט דעם אפיקורס, סאיז אלץ פיין און וואויל,
אבער געוואלד !!! וואס וועסטו טוהן אויב די ראשית חכמה איז יא גערעכט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איינגעמיירעט האט געשריבן:מקען צולייגען א קוועטש,סאיז ידוע און ספרי קבלה אז מיט חידושי תורה בויט מען וועלטען, און זוהר שטייט אז בלא דחילו ורחימו לא פרחית לעילא,די תורה בלייבט דא , האב איך געהערט פון גאנץ א קראנטע מקור אז ר׳ בונם מפשיסחא האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף א ספר וואס איז ארויסגעקומען בימיו אז פון די קנאקע חידושים פון דעם ספר האט זיך אויפגעבויט א פעסטע נייע סארט מאשין און לונדון ,ער האט געהאלטען אז היות די חידושים זענען געווען שלא לשמה האט עס אויף געטוהן דיע חידושים דא אינעם עולם עשיה און נישט העכער
פון דיע מעשה זעעט מען אוכט אז די וועלט מיט די תורה דעוועלעפמעינט גייט צוזאמען


קענסט ביטע מסביר זיין די ווערטער?
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איינגעמיירעט האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:היות איינגעמיירעט לאזט נישט אנאליזירן די תורה, וועל איך נישט זאגן אז איך האלט אז דער קצות איז מתוק מדבש צו לערנען און צו נאכזאגן, אבער דער נתיבות איז אפטמאל פיל מער יורד לעומקה של הלכה. ווען דער נתיבות וואלט אויפגענומען דעם קצות אלס שרייבער, עורך און מגיה אויף זינע חידושים (ס'הייסט, אויך מיט הוספות, ווי דער משובב) וואלט געווען אן עולם התיקון.

זאגסטיך די זעלבע ווי איך ברוך שכיוונתי לדבריך
ביי דע וועי די אנאלוזירסט נישט קיין תורה ס״ה א אופן פון שרייבען פון גדולים,א שטייגער ווי לשון נדרים משונה אדער די שטיקלעך רבנן סבוראי און בבא מציעא

איך האב מורא אז דו האסט נישט געליינט צווישן די שורות.
האדם לא נברא אלא להתענג
נשמה יתירה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 13, 2013 7:22 pm
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 104 מאל

שליחה דורך נשמה יתירה »

איינגעמיירעט האט געשריבן:אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, ברענגט די דברי חיים דעם יסוד אז אזוי ווי און די וועלט איז דא א בכח און א בפועל און די אויבערשטער האט באשאפען די כח ההיולי וואס און דעם ליגט בכח יעדע חלק פון די בריאה, די תורה איז דאך די בלו פרינט פון די וועלט, אסתכל באורייתא וברא עלמא, און ממילא די תורה איז געגעבן געווארען בכח למשה מסיני אלעס, און פון דעם דעוועלאפט זיך די אמוראים אויף די תנאים די ראשונים אויף די גאונים אא"וו.
און עכט ברענגט ער דארט ארויס אז יעדע זמן ווערט נתגלה וואס געהער צו דעמאלס.

מ'קען צולייגען א קוועטש, ס'איז ידוע און ספרי קבלה אז מיט חידושי תורה בויט מען וועלטן, אין זוהר שטייט אז בלא דחילו ורחימו לא פרחית לעילא, די תורה בלייבט דא, האב איך געהערט פון גאנץ א קראנטע מקור אז ר' בונם מפשיסחא האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף א ספר וואס איז ארויסגעקומען בימיו אז פון די קנאקעדיגע חידושים פון דעם ספר האט זיך אויפגעבויט א פעסטע נייע סארט מאשין אין לונדון, ער האט געהאלטן אז היות די חידושים זענען געווען שלא לשמה האט עס אויף געטוהן דיע חידושים דא אינעם עולם עשיה און נישט העכער
פון דיע מעשה זעעט מען אוכט אז די וועלט מיט די תורה דעוועלעפמעינט גייט צוזאמען

איך האב ענדליך באקומען אין אימעיל אפאר מאמרים פון איינעם וואס לענ"ד פארשטייט גוט תורת הבעשה"ק. בייגעלייגט איז די מאמר אויף מחשבה. עס איז היבש מחודשדיג אבער גאנץ קראנט און מובן לדעתי.

עס איז נישט ווי דו זאגסט אז חידושי תורה או מחשבה וואס באשאפט א "פעסטע סארט מאשין" איז א חסרון אין די עומק אדער אמיתות החידוש. איינמאל מען איז מסכים אז די גאנצע בריאה איז בעצם מחשבה, פארשטייט מען דאך פשוט אז נייע מחשבות איז נייע מציאותן. אוודאי דארף די יסוד זיין אויפגעוויזען און מובן. דעריבער בין איך מציע אז מען זאל גוט איבערקוקען זיין מאמר און זעהן צו עס איז יש דברים בגו. ער איז עס מדמה די וועלט צו א חלום. אין א חלום איז זייער מובן אז די טיפע הבנות מיינער ווערען מאניפעסטירט בדרך של המחשה גשמי. אויב למשל האב איך א טיפע קאמפליצירטע [נישט זיך טועה זיין מיט פשוטע קאמפליצירטע, די רביצין פין פשוט קאמפליצירט] פראבלעם אין זעלבסט זיכערקייט, קען עס ארויסקומען אין מיין חלום אויף א למעשהדיגע דמיון וואס וועט פארטייטשען דעם טיפען מחשבה מיינער. יעצט אויב מען איז מסכים צו דעם אז דער בעשה"ק האלט טאקע אז די וועלט איז בעצם א ענין פון מחשבה/חלום, פארשטייט מען אז פונקט ווי אין א חלום איז דאס וואס ווערט נתגלה אינעם אויבערפלאך פינעם בעל החלום, דהיינו ווען ער האט אויפגעגראבען עפעס א נקודה במוחו און יעצט איז עס אין פארענט פון זיין מוח, וועט ער דאך פון דעם טראכטען און חלומען, איז די זעלבע מיט דעם גרויסען מחשבה/חלום פינעם כולם בחכמה עשית, דהיינו חכמה לפני התחלקות, וועט אויך זיין די זעלבע. ממילא וועט זיין אז אויב "מחשבה" האט יעצט אויפגעגראבען עפעס א דערהער וועט דאס האבען קאנסעקווענצען אינעם עולם המעשה/חלום. די קאנסקעווענצען קענען זיך למעשה אויסשטעלען אין א "פעסטע סארט מאשין".

עס קען אויסקוקען ווי אומפארשטענדליך מיסטישע זאכען אבער לענ"ד איז יעדע זאך מובן. אלע טיפע טעאריעס קוקען אויס במושכל ראשון קעגן די שכל. אבער מיט א געוויסע מאס התעמקות ווערט עס מובן.
ער האט א צווייטע שטיקעל אויף מחשבה ווי ער טענהט אז דער בעשה"ק איז מסביר די ענין פין קוואנטוו פיזיקס. יענע נקודה הער איך אביסעל אבער נאך נישט אינגאנצען. איך שרייב מיך מיט אים אויף דערויף. איינמאל איך וועל עס פארשטיין וועל איך עס ברענגען דא, און פרובירען ענטפערען אויף שאלות.
אין עונשין אלא א"כ מזהירין, מען דארף גוט צולייגען קאפ. :) אדרבה פתח פיך ויאירו דבריך
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

א נחת צו זעהן ווי פון א קינדישע טענה'ריי פון ווער ס'קען זיך פארהערן ביי וועם האט זיך אנטוויקעלט אזא הערליכע שמועס, מיט אזונע בריליאנטן. נאר אין קאווע שטיבל!
פארשפארט