איינגעמיירעט האט געשריבן:אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, ברענגט די דברי חיים דעם יסוד אז אזוי ווי און די וועלט איז דא א בכח און א בפועל און די אויבערשטער האט באשאפען די כח ההיולי וואס און דעם ליגט בכח יעדע חלק פון די בריאה, די תורה איז דאך די בלו פרינט פון די וועלט, אסתכל באורייתא וברא עלמא, און ממילא די תורה איז געגעבן געווארען בכח למשה מסיני אלעס, און פון דעם דעוועלאפט זיך די אמוראים אויף די תנאים די ראשונים אויף די גאונים אא"וו.
און עכט ברענגט ער דארט ארויס אז יעדע זמן ווערט נתגלה וואס געהער צו דעמאלס.
מ'קען צולייגען א קוועטש, ס'איז ידוע און ספרי קבלה אז מיט חידושי תורה בויט מען וועלטן, אין זוהר שטייט אז בלא דחילו ורחימו לא פרחית לעילא, די תורה בלייבט דא, האב איך געהערט פון גאנץ א קראנטע מקור אז ר' בונם מפשיסחא האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף א ספר וואס איז ארויסגעקומען בימיו אז פון די קנאקעדיגע חידושים פון דעם ספר האט זיך אויפגעבויט א פעסטע נייע סארט מאשין אין לונדון, ער האט געהאלטן אז היות די חידושים זענען געווען שלא לשמה האט עס אויף געטוהן דיע חידושים דא אינעם עולם עשיה און נישט העכער
פון דיע מעשה זעעט מען אוכט אז די וועלט מיט די תורה דעוועלעפמעינט גייט צוזאמען
איך האב ענדליך באקומען אין אימעיל אפאר מאמרים פון איינעם וואס לענ"ד פארשטייט גוט תורת הבעשה"ק. בייגעלייגט איז די מאמר אויף מחשבה. עס איז היבש מחודשדיג אבער גאנץ קראנט און מובן לדעתי.
עס איז נישט ווי דו זאגסט אז חידושי תורה או מחשבה וואס באשאפט א "פעסטע סארט מאשין" איז א חסרון אין די עומק אדער אמיתות החידוש. איינמאל מען איז מסכים אז די גאנצע בריאה איז בעצם מחשבה, פארשטייט מען דאך פשוט אז נייע מחשבות איז נייע מציאותן. אוודאי דארף די יסוד זיין אויפגעוויזען און מובן. דעריבער בין איך מציע אז מען זאל גוט איבערקוקען זיין מאמר און זעהן צו עס איז יש דברים בגו. ער איז עס מדמה די וועלט צו א חלום. אין א חלום איז זייער מובן אז די טיפע הבנות מיינער ווערען מאניפעסטירט בדרך של המחשה גשמי. אויב למשל האב איך א טיפע קאמפליצירטע [נישט זיך טועה זיין מיט פשוטע קאמפליצירטע, די רביצין פין פשוט קאמפליצירט] פראבלעם אין זעלבסט זיכערקייט, קען עס ארויסקומען אין מיין חלום אויף א למעשהדיגע דמיון וואס וועט פארטייטשען דעם טיפען מחשבה מיינער. יעצט אויב מען איז מסכים צו דעם אז דער בעשה"ק האלט טאקע אז די וועלט איז בעצם א ענין פון מחשבה/חלום, פארשטייט מען אז פונקט ווי אין א חלום איז דאס וואס ווערט נתגלה אינעם אויבערפלאך פינעם בעל החלום, דהיינו ווען ער האט אויפגעגראבען עפעס א נקודה במוחו און יעצט איז עס אין פארענט פון זיין מוח, וועט ער דאך פון דעם טראכטען און חלומען, איז די זעלבע מיט דעם גרויסען מחשבה/חלום פינעם כולם בחכמה עשית, דהיינו חכמה לפני התחלקות, וועט אויך זיין די זעלבע. ממילא וועט זיין אז אויב "מחשבה" האט יעצט אויפגעגראבען עפעס א דערהער וועט דאס האבען קאנסעקווענצען אינעם עולם המעשה/חלום. די קאנסקעווענצען קענען זיך למעשה אויסשטעלען אין א "פעסטע סארט מאשין".
עס קען אויסקוקען ווי אומפארשטענדליך מיסטישע זאכען אבער לענ"ד איז יעדע זאך מובן. אלע טיפע טעאריעס קוקען אויס במושכל ראשון קעגן די שכל. אבער מיט א געוויסע מאס התעמקות ווערט עס מובן.
ער האט א צווייטע שטיקעל אויף מחשבה ווי ער טענהט אז דער בעשה"ק איז מסביר די ענין פין קוואנטוו פיזיקס. יענע נקודה הער איך אביסעל אבער נאך נישט אינגאנצען. איך שרייב מיך מיט אים אויף דערויף. איינמאל איך וועל עס פארשטיין וועל איך עס ברענגען דא, און פרובירען ענטפערען אויף שאלות.
אין עונשין אלא א"כ מזהירין, מען דארף גוט צולייגען קאפ.
אדרבה פתח פיך ו
יאירו דבריך