אין א שכינות'דיגער אשכול האט זיך דער עולם ארויסגעלאזט אין א העפטיגער זוך אקציע נאכן בארימטער אלעמען באליבטער שטיבל הומאריסט וואס א טאג וואס ער פעלט, דוכט זיך אז שוין א חודש וואס ער איז נישט בתוכינו.
אט האב איך געטראפן די סיבה פארוואס ער נעמט אורלויב אזוי אפט.
אין דער שטערן דיזן חודש אינעם סאמען הויפט ארטיקל ווערט באשריבן קלוגע מענטשן וועלכע זענען נישט מיט אלעמען, און אונזער קופערניקוס האט זיך געטראפן צווישן די גאונים וואס ווערן דארט באשריבן. דאס אז ער איז א דזשעני איז קיין סוד נישט אבער דער שטערן טיילט אונז מיט אן איבעראשנדער אויפדעקונג אז ער ליידט פון א שטארקע פאראנאיע און לעבט א געפייניגט לעבן מלא פחדים.
אין א בכבוד'יגער ארט פון באלד צוויי בלעטער שילדערט דער "שטערן" פארשער אן עקסקלוסיווער באריכט איבער די שווערליכער איינזאמער לעבן וואס אונזער קופערניקוס גייט דורך, און וואס אנשטאט די פירסום וואס ער האט לעצטנס באקומען האט ער זיך גאר שטארק באהאלטן און אויפגעהערט זיךצו טרעפן מיט מענטשן בכלל.
ר. ש. כהן וואס האט שוין אין דער פארגאנגענהייט אויפגעדעקט שטורמישע אנדעקונגען פירט אויס אז שוין יארן וואס מען מוטשעט זיך צו פארשטיין פארוואס דווקא די גאונים, די דזשעניס זענען די וואס ליידן. עס איז אן אריכות אבער וואס איך נעם ארויס פון זיינע ווערטער איז אז קירוב קען דא אויך העלפן און עס איז צום האפן אז ער וועט זיך אינגאנצן ארויסשיילן פון זיין פארקלעמעניש און אויפלעבן כימי קדם.
אנטדעקונג: קופערניקוס ליידט פון פאראנאיע
- קליינער
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 34
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 05, 2012 1:06 am
- האט שוין געלייקט: 7 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל
אנטדעקונג: קופערניקוס ליידט פון פאראנאיע
מיין שרייבן-צייט איז זייער באשרענקט, דעריבער, טו איך נישט איבערליינען, איבערשרייבן, מעקן אדער קארעגירן מיינע ווערק.
סליחה.
סליחה.