זאלן עלטערע רבנים רעזיגנירן?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

sunbar האט געשריבן:לגבי די וויענע רב טאקע, ווייס איך נישט צו ער האט א רעכט צו טוישן זאכן אין זיין קהילה. מען האט עם אויפגענומין צו פירן די קהילה, נישט צו טוישן אדער שפילן. (כאטש מען ווייסט אז לכאורה וועלן זיין קינדער איבערנעמען)

גערעכט, אפילו אין סאטמאר לויט די שטאטוטן (איינער געדענקט עס נאך דא..) קען די רבי נישט אויפנעמען א ממלא מקום, נאר קהל קען און דארף אים געבן א קאנסעס אויב זיי ווילן.

משא״כ למשל דער זאבילטאבער קען יא טוהן וואס ער וויל.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

ממי_שאמרו האט געשריבן:רבונו של עולם! איך וויל באמת פארשטיין דער רב האט גע׳עפענט א בית המדרש אין זיין בעיסמענט אדער נעמט די מארטגעדש אויף זיך. מיט וואספארא רעכט האבן די בני הקהילה עס אוועקצונעמען פון אים??? עס איז זיינס פריוואט. אפילו די אלע מענטשן וואס האבן מנדב געווען, זיי האבן באקומען עפעס דערפאר, צו די ארון הקודש וכו׳.

גלייבטס מיר איך האב אויך שטארקע טענות אויף די רבנים (ועיין תחת אחת השיחים באשכול הסיסטעם), אבער נישט ״אלעס״ וואס זיי טוען מאכט נישט קיין סענס. א מענטש וואס עפענט אויף אן אייגענע בית המדרש, האבן די מתפללים קיין רעכטן נישט. נישט על פי דיני תורה, נישט על פי דיני ערכאות, נישט על פי מענטשליכקייט.

אפשר קען g&g איינטיילן פאר די בלאט וואס צו טוהן ווייל זיי האבן געבארגט די ערשטע עשרת אלפים כיכר כסף פאר זיי??

אפשר קען די אלע באנד האלדערס איינטיילן ווער עס זאל זיין פרעזידענט ווייל זיי האבן די אגרות חוב פון אמעריקא???

איך בין ענק מודה ביי א חסידות וואס די רבי האט איבערגענומען, אבער ביי א פרישע קהילה. פארוואס? מיט וועלכע רעכט??

איך האב מסביר געווען מכמה צדדים מיינע טענות אין דער אשכול, אז דו ווילסט ליין איבער.
דוס ביסט גערעכט אפשר כל זמן עס איז נישט מער פון א שול אין בעיסמענט וואס במקרה קומען מענטשען דאווענען דארט. ברגע וואס די מענטשען וואס קומען ווערן אליינס א קהילה איז דאס שוין נישט תחת ידו פונ'ם רב. עס איז פאקטיש דא א קהילה און דער רב האט נישט קיין רעכט זיי צו באוועלטיגן. טאקע פאר די זעלבע טענה ווי דו זאגסט לגבי דזשי ענד זשי, ווייל דער רב האט אפשר געגעבן די ערשטע צען אלפים פארן בעיסמענט מאכט עם נאכנישט בעל הבית אויף די גאנצע קהילה. טאקע די באנד האלדערס האבען נישט קיין רעכט, די מענטשען פון אמעריקע יא, אפילו זיי האבען נישט געצאלט קיין פעני, ווייל מען געוועלטיגט אויף זיי, איז דאס זייער רעכט.

וואס הייסט ער נעמט אונטער די מארגעידזש? ווער צאלט דען די מארגעדזש? די קהילה. און אזוי אויך אלע אנדערע זאכען האלטן זיי אויס. וואס הייסט ער באקומט דער ארון קודש? אז סשטייט זיין נאמען דערויף? דער וואס איז מנדב דער ארון קודש, און אלעס אנדערש, איז נישט אזא חסיד פון רב אז ער גיט עם א מתנה או שוהל, נאר אלץ חלק פון די קהילה צאלט ער אויס די צרכים פון זיין קהילה, וואסארא רעכט האט דער רב פלוצלינג צו קומען זאגען כולה שלי?
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קענסט מיר ביטע געבן א דוגמה פון א רב וועלכע האט אליינס געבויעט די קהילה און דו האלסט אז עס איז נישט החלטה ווער עס זאל עס איבערנעמען?
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

באבובער רב.

א דוגמא ווי איך בין מסכים צו דיין טענה: צאנז-גריבובער רבי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום לעיקוואד, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בין איך טאקע נישט מחולק מיט דיר. ווייל עס א קהילה מיט מוסדות וועלכע ווערט געפירט אדורך די מוסדות און נישט אדורך די רבי. דא בין איך נישט מחולק מיט דיר בכלל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך רעדט פון אזא קהילה ווי זאבילטוב וכדומה, און דארט ביסטו מודה צו מיר.
דו רעדסט פון א קהילה ווי באבוב, דארט בין איך טאקע נישט מחולק מיט דיר.
די נפקא מינא וועט זיין לגבי קראלע קהילה למשל. דארט וועט לכאורה כאפן די נפקא מינא. חוץ אויב דו וועט אויך מודה זיין צו מיר, וועט זיין שלום אויף די וועלט.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אבער וואס איז די שיעור פונקטליך? סזעהט אויס פשוט אז די נפק"מ איז א גרויסע קהילה מיט א קליינע, אדער א קהילה וואס האט אויך מוסדות ישיבות חדרים שולעס אדער נישט. עס איז אבער נישט קיין גענוג קלארע חילוק. ווייל איך וייס נישט פונקטליך וואס איז מגדיר די חילוק.

אויף סטאלין ביסטו אויך מסכים? סקווער? סאדיגורא? קראסנא? ספינקא?

בקיצור איך ווייס נישט וואס איז די גדר דא.
I have a dream
Martin Luther King ~
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

אויב למעשה שטעלט זיך אויס דער מחלוקת ביי א קהילה ווי באבוב, פארשטיי איך די שיינע מחלוקת, א יחיד מאכט אויף א קהילה, און עס ווערט גרעסער, און עס איז דא א עולם מענטשען וואס ארבעטען צו שנארען געלט, וואס געשעהט ווען ער שטארבט?

למעשה לגבי באבוב איז א שטיקעל טעות, ווייל דער ר' שלמה איז געקומען צו אמעריקא, און האט גלייך געהאט חסידים וואס האבען אים געפענט א בעסמעדריש, מוסדות, בית החיים און אלעס, ער האט נישט געהאט קיין פרוטה צו זיין נאמען, אלעס האבען זיינע חסידים אויסגעצאלט, ממילא איז עס נישט אזוי ווייט דומה. א בעסערע דמיון וואלט געוועהן סקווירא, ווי דער רבי האט ממש פין א קליין בעסמעדריש (אין בארא פארק?) געקויפט אן אקער לאנד, און געמאכט א גאנצע שטאט, און עס איז למעשה היינט דא א קהילה שלימה וואס טוט אלעס.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין מיינע אויגן די חילוק איז זייער פשוט. האט דער רב באקומען א קאנסעס פון די קהילה, זענען זיי דער בעל הבית. אויב עס איז נישט דא קיין קאנסעס האט ער אויפגעבויעט די קהילה.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

באבובער רב אדער סקווערער רבי האבען נישט קיין שום קאנסעס און דאך ביסטו מסכים לכאו' אז די קהילה געהערט נישט פאר זיי.

דער אמתער שאלה וועט זיין לכאורה אויב קראלע עד"מ וועט וואקסען און וועט האבען אפאר הונדרעט משפחות וואס באלאנגען דארט ממש, שיקען אין זיין חדר, וכו'. קען טאקע זיין אז סקווירא איז בערך אזוי געשעהן.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך מיין נישט די קאנסעס בלשון הזה ובסדר הזה. איך מיין מער אז די ראשי הקהילה האבן אים אויפגענומען.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

נו די ראשי קהילה האבן לכתחילה נישט אויפגענומען סקווערער רבי, אדרבה, אויב איז דא ראשי קהילה האט ער זיי אופגענומען.

לאמיר פרעגן בעסער, שטעל זיך פאר אז זאבילטובער קהילה וואקסט און איז שוין אזוי גרויס ווי באבוב, האלטסטו נאכאלץ אז אלס געהערט פארן רבין?
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אין אזא פאל זאל גאט אפהיטן. עס איז מיר ניטאמאל ביי געפאלן די אפציע....
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

אבער דאס איז פונקטליך וואס איז געשעהן אין סקווער למשל, און האלט אינמיטען געשעהן אין ראחמיסטריווקא למשל? (דער פרעזענליכקייט פונ'ם רבין אי דאך נישט משנה דא, זאל יעדער האלטן וואס ער וויל)
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וואו!! נאך עטליכע פיפציג תגובות אהין און צוריק. איז מער נישט דא די צווישנשייד צווישן אונז.

הרב בנימין פרענקלין שליט״א, קענסט צוריק רופן הרב וואזנער אז אלעס איז שוין מסודר ב״ה.
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

סאיז מיר איינגעפאלען א פשוטער מחלק ווען א קהילה איז שוין א קהילה און באלאנגט נישט פאר א יחיד: פון ווען עס הענגט צעטלאך אין שול "תקנות הקהילה בענין הטעכנאלאגיע", און מסטראשעט אז ווער עס פאלגט נישט האט נישט קיין רעכט צו זיין א חלק פון דער קהילה.
I have a dream
Martin Luther King ~
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויכט אמת רוב מאהל
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

איחוד פעלד האט געשריבן:אויב למעשה שטעלט זיך אויס דער מחלוקת ביי א קהילה ווי באבוב, פארשטיי איך די שיינע מחלוקת, א יחיד מאכט אויף א קהילה, און עס ווערט גרעסער, און עס איז דא א עולם מענטשען וואס ארבעטען צו שנארען געלט, וואס געשעהט ווען ער שטארבט?

למעשה לגבי באבוב איז א שטיקעל טעות, ווייל דער ר' שלמה איז געקומען צו אמעריקא, און האט גלייך געהאט חסידים וואס האבען אים געפענט א בעסמעדריש, מוסדות, בית החיים און אלעס, ער האט נישט געהאט קיין פרוטה צו זיין נאמען, אלעס האבען זיינע חסידים אויסגעצאלט, ממילא איז עס נישט אזוי ווייט דומה. א בעסערע דמיון וואלט געוועהן סקווירא, ווי דער רבי האט ממש פין א קליין בעסמעדריש (אין בארא פארק?) געקויפט אן אקער לאנד, און געמאכט א גאנצע שטאט, און עס איז למעשה היינט דא א קהילה שלימה וואס טוט אלעס.


ווער האט געצאלט? ער האט אליינס געארבעט צו שאפן די געלט.
רבות מחשבות
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 6
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 18, 2013 12:04 am
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך רבות מחשבות »

מען האלט שוין ביי פינף בלעטער אין דעם אשכול, מען האט שוין דורכגעטוהן פון סאדאם ביז להבדיל הרב וואזנער, פון תולדות חיים יענקל ביז רב קאפעלמאןס ישיבה, לייביש לאנגער גייט איבערנעמען ר' ישראל דוד שלעזינגער, מען גייט לייגן זיבן שטאק מלא טייטלביימער מיט טווערסקי, מיסטער פרענקלין האט זיך שוין פערזענליך פארבינדן מיט הרב וואזנער, און דער בלאט וויל נישט פאלגן G & G ווילאנג זיי האבן אן הסכמה פונעם זאבילטובער.

לגופו של ענין, וואס וואלט דער עולם דא געהאלטן לגבי א בית המדרש - קהילה ווי קהל ויואל משה דסאטמאר בנשיאות ר' אלעזר הורוויץ אין בארא פארק.

די קהילה האט פארשידענע אייגענארטיגע שטריכן וואס לכאורה איז דאס א יחיד במינו לגבי אונזער שמועס דא.

עס האט זיך אנגעהויבן אין א בעיסמענט, עס האלט היינט ביי א מעכטיגע פריש געבויטע בנין, אין צענטער פון בארא פארק. עטליכע שטאק הויך, אנטהאלט אין זיך, פון א מקוה ביז א וויין שטיבל, הערליכע מארבעל געדעקטע ווענט, א בית המדרש א פראכט. א ווייבער שול, א מצה בעקערי, א פריוואטע צימער פארן מנהיג, עטליכע שטאק פאר ישיבה קטנה באנוץ (לעת עתה איז עס פארדינגען פאר א ישיבה קטנה).

די בילדינג איז גענצליך אויסגעצאלט, נישט דא קיין מארדגעדזש, נישט פון באנק, און נישט פון קיין חסידות. עס רופט זיך סאטמאר, און עס איז נישט בנשיאות קיין איינע פון די צוויי אדמורי"ם לבית סאטמאר. טראץ דעם וואס רוב קהילה מעמבערס זענען נוטה צו צד מהרז"ל, האט מהרז"ל זעלבסט קיין שום שליטה דארט, און די קהילה איז בכלל נישט משועבד צו אים, און אוודאי נישט צו מהר"א.

די געלט פארן בנין, קיין איין פעני קומט נישט פון איר מנהיגס טאש, על צד שני, קיין איין פעני קומט נישט אן איר מנהיגס קרעדיט. די גאנצע קרעדיט פארן אויפבויען דעם אימפעריע, נעמען א ריכטיגע והי' ראשיתך מצער, א קליינע בעיסמענט, און עס פארוואנדלען אין א ואחריתך ישגה מאוד, א מעכטיגע מולטי מיליאן דאלערדיגע בנין, קומט פארן מנהיג רוחני פון קהל ויואל משה. (אסאך זייטיגע פאקטארן, האבן אים צוגעהאלפן, אדער עכ"פ נישט געשטערט אין זיין מהלך, אבער קרעדיט קומט אים נאך אלס).

עס הייסט סאטמאר, סתם רבי ז"ל מיינט מען דעם אדמו"ר וואס איז אוועק כ"ו אב תשל"ט, ציונית איז חזיר טרייף, כ"א כסליו ווערט געפייערט, אבער עס איז נישט סאטמאר, עס איז א ברי' חדשה, עס איז נישט נכנע אונטער גארנישט וואס די צוויי סאטמארע אימפעריעס באשלוסן.

דער עולם איז דארט, א גרויסן טייל, צוליב דעם פערזענליכקייט פונעם מנהיג, אבער נאר אלס ווילאנג עס איז פארבינדן מיט סאטמאר.

יעצט די שאלה איז, אויף אזא פלאץ, האט דער איצטיגער מנהיג א רעכט צו שטעלן וועמען ער וויל אלס שטעל-פארטרעטער? מוז דאס גיין מיט וואלן? מעג ער שטעלן א זון?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער שיין געשריבן און הערליך פאר א ערשטע תגובה. שלום עליכם ויהא בואכם לברכה ולהצלחה.

בנוגע די נושא, ענדליך מיר מיט לעיקוואד האבן שלום געמאכט דארפסטו אויפרישן די מחלוקת? הוא אשר דברנו. א מענטש וואס אליינס געבויעט זיין אימפיערע בשתי ידיו, קיינער חוץ די רעגירונג און די תורה קען אים נישט איינטיילן וואס צו טוהן. עס איז כולו שלו ואין חייב להכריז. אזוי ווי ווען א לענדלארד שטארבט, קענען נישט די טענענטס מאכן וואלן ווער עס זאל איבערנעמען די בנין, נאר עס גייט צום יורש, די זעלבע דא. לאמיר האפן אז לעיקוואד וועט מודה זיין צו מיר
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

נו, האסט אנגעכאפט א נייע דוגמא, אשר על כן? מיט וואס טוישט עס די מהות הוויכוח?
אויב דער "מנהיג" ווי די האסט בוחר געווען אים צו רופן, ווערט אלט? ברויך מען אים אריינפירן מיט א רעספערעיטאר ער זאל שעלטן דעם דעמאלטסדיגן אלישיב ווען ער האט שוין נישט קיין ציין אין מויל, און אחרי מאה ושמונים, איז עס נכסים פון זיינע קינדער אדער קענען אפאר מתפללים פאדערן וואלן און אריינוואטן לייביש לאנגער?
בכל אופן, רבות מחשבות, געב זיך א וואש, ווער היימיש, די שרייבסט פיין, טראץ וואס איך זעה נישט אז די זאלסט עפעס מחדש זיין דא. ברוכים הבאים בצל קורתנו.
אוי, ממישאמרו האקט
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 765
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3284 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

קופערניקוס, ביזט אויפן קאפ געפאלען ? אזוי גיט מען שלום עליכם פאר א פריש געקומענער ? זעהט אויס אז דו האסט שוין פארגעסן ווי אזוי די ציינער שאקלן זיך פאר פחד ביים שרייבן די ערשטע תגובה. איך וואלט מיר געטרויעט צו זאגן אז שרייבן די ערשטע הודעה, איז אפילו מער שרעקעדיג ווי די ערשטע בעשאו, געדענקסט נאך ווי אזוי האסט געפרעגט דאס מיידל, וואו ארבעט איר ? וויפיל ברודערס האסטו ? און נאך אזעלעכע נאן סענס קשיאס און שאלות, און בשעת מעשה איז דיר גיין קאפ געפלויגן אויף טויזענט זאכן, אויסער די ווערטער וואס דו אין דאס מיידל שיסן ארויס, בערך אזוי פילט זיך יעצט ביים רבות מחשבות אין קאפ, זיינע מחשבות זענען רבות, אין ער איז נישט אינגאנצען בא זיך, קומסטו גרויסע קאפ שטיק און באגיסט אים מיט א קיתון של שופכין, רב קופערניקוס שטיי אין די זייט א מינוט און נעם שימוש פון מיר ווי אזוי מען איז מקבל א פריש געבוירענער.
שלום עליכם רבות מחשבות'ל. עס אונז ממש א כבוד צו האבן אזא חשובן ניק דא אין שטיבל, פון דיין עצם ניק זעהט מען שוין אז זה הקטן גדול יהיה. כ'מיין, נישט יעדן טאג פאלט אריין ביי אונז אזא שטיק קריעטטעוועטי , און ווי עס שטעלט זיך ארויס פון דיין לאנגע תגובה, איז שמך נאה לך ואתה נאה לשמך, ממש כ'קען זאגן אז פין יעדע שורה שפריצט ארויס חכמה און גאונות, קופערניקוס האקט א טשייניק, ער זאגט ער זעהט נישט קיין חידושים אין דיינע ווערטער, איך ווייס נישט וואס ער רעדט איך זעה אין יעדעס ווארט פערל ווערטער, רמזים און פילאסאפיע, ווען דער עולם וועט אנפאנגען איינזעהן דיין ארגינעלע געדאנקן און דיינע בליציגע רעיונות, וועל איך מיך קלאפן דעם בייכל און שטויסן קופערניקוס פון אינטן ווי צו זאגן: כ'האב דער געזאגט קופערניקוס, לא הרי השטיבל לפני בואו של רבות מחשבות כהשטיבל של אחרי בואו של רבות מחשבות, אין אידישע איבערזעצונג: עס איז געווען א שטיבל אן רבות מחשבות און יעצט איז א שטיבל מיט רבות מחשבות.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

און וואס איז מיט די אנדערע שטיבל אויף 53 אויך אונטער עפעס א הורוביץ, דארט זענען זיי מערסטענס ארוינים
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
פארשפארט