G and G איבערלעבענישן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

G and G איבערלעבענישן

שליחה דורך מאטי »

שוין וואכן וואס דער קליינער צוקונפטיגער בחורל כאפט זיך אויף אינמיטן די נאכט נאך א חלום אז ער שטייט ביי גי ענד גי אין האלט אינמיטן אנטרייען א נייע סוט א פארגעניגן צוגיסט זיך אים אין אלע גלידער פאנטאזירענדיג וואו ער שטייט ביים שפיגעלע אין באטראכט זיך מיט בחורישע אויגן גלעזער יא איך קוק אויס ווי עכטער בחור.

גייט דורך נאך א טאג און נאך א טאג, ענדליך! קומט אן דער לאנג ערווארטעדער טאג ווי טאטא מאמע אין דער חתן שטורמען אריין מיט זיכערע טריט צום גן עדן התחתון הנקרא גי ענד גי

ווי נאר דער בחורל עפנט דעם טיר (ער איז געלאפן פאראויס)און טרעט אריין אינעם אויר המקום הנקרא גי ענד גי לויט ווי זיין פאנטאזיע וואס לאט אים שוין נישט שלאפן 6 וואכן די זיסע חלומות וואס אט אט צוגיסט זיך אריין אין ריאליטי נעבעך ארימער בחורל דו ווייסט וואס דיר ווארט אפ?ער פאנגט אן כאפן פליקעס און זעצעס פון אלע זייטן, דער קאנטראסט פון פאנטאסי אין ריאליטי איז גרעסער ווי זיין קליינער מח׳ל קען קאמפריהענטירן א קאנטראסט וואס ער האט נאכנישט בייגעוואוינט ביז היינט.

יעדער מח פיקטשערד זיך אויס פון פאראויס זאכן וואס מהאט נאכנישט באגעגנט פריער, מליינט א נאוועל , דער אטא דע פו אין שפאניע, מלכיאל מיט די ים רויבער, ר לייב שרהס שמייסט דעם קעניג אין פאלאץ, שלשה אחים אפילו קאווע שטיבעל ניקים איז אפען פאר פאנטיסי.

איך למשל קוק אן בערל בעל עגלה ווי א מיטעל יעריגער מיט א נישט קשהדיגער בייכל אנזעהבארן קנאבל בארד הויזן טרעגער א פלאכער הוט מיט א דריי פערטל רעקל פיאות אינטערן אויער אינדערוואכן שבת געקרייזלט ביז און אויג אריין.

יידל א הויכער שלאנקער געביין שטאפן היט קורצע רעקל גראדע פיאות נישט צו לאנג גלעזער בעלבאטיש אבער נישט ממש דער לעצטער סטייל קליינער בערדל,
כ האב נאך אנדערע ואכמל אפשר אין א בזונדער אשכול.

ביי קינדער איז דא למשל וויאזוי די קאנטרי קוקט אויס א מומע פון אויסלאנד עכ״פ לאמיר נישט פארקריכן דא די פוינט איז אז דער קאנטראסט איז באגרייפבאר מגעוויינט זיך צום ריאליסטישן טויש אנע עמוציאנאלע נאכווייען.

אבער דא ביי אונזער פושט צורה ולובש צורה איז דער קלאפ א טיפער דער קאנטרעסט צו ווייט אפגערוקט סזאל זיך לאזן דורך גיין סובקאנטשעסלי.

ער האט זיך פארגעשטעלט א קבלת פנים פון די אנגעשטעלטע א ברוך הבא סיין מיט בלינקינג לייטס מוועט זיך אינטערעסירן ווער ביסטו ווען איז דער מזלדיגער טאג קענסט שוין דער פשעטיל? דער גאנצער סטאר וועט זיך אפשטעלן יעדער וועט קוקן.

אבער וואס ווי ווייסעך ווען!!! לויפן ארום א באנטש אוף ארבייטער, אנגעבלאזענע געלע ציצית יודען מיט לאנגע בערד, און טוען אלעס און גארנישט אויף איין מאהל. זיי סערווירן יעדן און קיינעם אין די זעלבע צייט... שטייט א איד אין די מיטל יארן וואס זיין איינציגסטער חטא ס"ה איז! ער וויל קויפן א סוט..... ער כאפט קוראזש און דעריאגט א לויפענדער ארבייטער, אנטשולדיגט ווי געפונט זיך מיין סייז? יענער געט זיך א דריי אויס מיט א בייזן בליק כאילו ער וואלט אים געפרעגט וואס זיין פעיראלל איז יעדע וואך, און גיט א מורמל ארויס פון צווישן זיינע געלע ציין: דארט בייי די נייע זאכן לעבן די cpfg6201-2012 סוטס..... וואס וואס, איך פארשטיי נישט וואו?? אבער דער איז שוין נישטא, מיטן טעיפ מעזשאר אויפן איקסל איז ער געגאנגען סערווירן אן אנדערן ??? ווער איז דער גליקליכער?? יעדער דרייט דעם קאפ צו קוקן.

דער בר מצוה יונגעל קוקט זיך צו דעם הלך ילך, ער בליקט צום טאטן ווי צו זאגן הזאת נעמי? פארדעם בין איך דא געקומען? איך זאל מיך שפירן ווי דער חדש ששוני צווישען די מוצאי שבת זמירות, ווי א זב וואס מהאט אים אקארשט געזאגט עמוד ונעשה מלאכתנו? ווי איז דער יושר, גנב'עט זיך אראפ א טרערל, דער טאטע שטייט מאכטלאז, די מאמע זאגט לאמיך פרובירן, איר קענט זיך פארשטעלן דער סוף....

וויל איך דא פרעגן טייערע חבירים איר זענט שוין זיכער דורך אזא באהאנדלונג, פארוואס אביוזן זיי אזוי אונז די קוסטומערס איך רעדט שוין נישט פון שטעלן א מענטש ביים טיר און אויפנעמען אן אריינקומער מיט א גוטן אווענט וואס זוכט איר, אים ציווייזן ווער עס גייט אים באדינען, ביים ארויסגיין פרעגן צו ער האט געטראפן וואס ער דארף, באגריסן הצלחה זייטס געזונט קומט נאכאמאהל, דאס קען אריין גיין אין אשכול פארוואס אנטלויפט מען פון היימישע.

אבער אבנערמאל האט דאך אויך א שיעור, פארוואס זאל איך נישט קענען פרעגן די פשוטע שאלה וויפיל קאסט דער סוט? אזוי שווער איז דאס? מדארף רופן דעם מענעזער ווייל 100% whole פון g6 2012 קאסט אדער 179 אדער 199 ער איז נישט זעכער........ שוטה בהמה וואס דו ביסט פארוואס לייגסטו נישט א טעג מיט א פרייז ? פארוואס האט יעדער סוט אן אנדערן עקסעל פארמולא וויאזוי אויסצורעכענען זיין פרייז פארוואס שטייט נישט אין גרויסע ווערטער אויף די rod י 99 159 199 259 ? האסט געהאט געלט אריין צו לייגן מעהאגענו פורנוטער אבער א פשוטע טעעג וואס קאסט 50 סענט איז דיר בכלל נישט בייגעפאלן צו קויפן ? וויפיל מאהל א טאג דארפן די ארבעטערס ענפערן אויף די זעלבע פשוטע קשיות נאכאמאהל און נאכאמאהל במשך טאג? אודאי זענען זיי נערוועז .

פארוואס איז דער סיסטעם אז כל דאלים גבר דער וואס שטופט זיך די שטערקסטע באקומט קודם, סאיז געפאקט? געב נומבערס מיט א סיסטעם יעדער רעסטוראונט האט דאס כמעט, פארוואס זאל א שעמעוודיגער אדער א פרוי דארפן פארברענגען 2 שעה ביז מ'טוט א גאנצע טובה מיט 20 הפסקות פון אנדערע וואס זענען נארוואס אריין געקומען.

איז דער פאקט אז דער ציבור מוז צו זיי אנקומען א היתר צו פארגיסען יענעמס בלוט?

שוין, מיין הארץ זענען זיי זיכער נישט ווערד, כ'האב נאר אפגעשריבן מיינע ברויזענדע געפילן וואס כ 'האב נישט לאנג בייגעוואוינט ......
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

שוין לאנג נישט געקויפט דארט, מוטי האסט מיר צוריק געברענגט צו אלטע מחוזות נעורים..טאקע א גוטע שאלה.
איך דארף טאקע יעצט קויפן א סוט, זאל איך גיין צו GַB?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מאטי, דאס איז אייגענס?
און דאס איזא אמת'ע איבערלעבעניש? אדער טרייבסט איבער אביסעלע?
אפשר ביסטו געווען אין א צייט פון גאר א פארנומענע סעיל, די ארבייטער אויסגעמאטערט פון די אלע באלמוטשערייען?
מיין עקספיריענס איז נישט אזוי.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א גיטע ארטיקעל ווייל סאיז גיט צעלייגט. ס'האט אבער גארנישט מיט די מציאות. איך ביןשוין געניג מאל געוועהן ביי GG און GB און קיינמאהל נישט געהאט אזא עקספיריענץ.
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

די נישט, ווייל די ביסט ראשעקאל. אבער אונז פשוטע דארפסלייט מאכן דאס יא מיט.
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

שמעקעדיג האט געשריבן:מאטי, דאס איז אייגענס?
און דאס איזא אמת'ע איבערלעבעניש? אדער טרייבסט איבער אביסעלע?
אפשר ביסטו געווען אין א צייט פון גאר א פארנומענע סעיל, די ארבייטער אויסגעמאטערט פון די אלע באלמוטשערייען?
מיין עקספיריענס איז נישט אזוי.

וואס מיינסטו אייגענס דער ארטיקל? יא
איבערלעבעניש איז אמת אפשר אפאהר גוזמאות׳דיגע אויסדריקן כדי לסבר את האוזן,און הומאר.
יעדער סיסטעם איז איינגעשטעלט סזאל קענען דינען די worst case scenario דערBQE האט אויך נישט קיין טראפיק 3am
א ודאי אויב איז נישט פארנומען סערווירט מען וואס דעם זאל מען טוהן ,אבער גלייב מיר די attitude איז געווען דער טאפיק פון די ווארטענדע קונדן
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

sunbar האט געשריבן:די נישט, ווייל די ביסט ראשעקאל. אבער אונז פשוטע דארפסלייט מאכן דאס יא מיט.

מיט וואס איז א ראשעקאל מער ווערד ווי א סאנבאר??!! אין מיין שוהל איז מען מכבד אלע סאנבאר׳ס נאך אסאך מער ווי די ראשעקאל!!
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

ראשעקאל האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:די נישט, ווייל די ביסט ראשעקאל. אבער אונז פשוטע דארפסלייט מאכן דאס יא מיט.

מיט וואס איז א ראשעקאל מער ווערד ווי א סאנבאר??!! אין מיין שוהל איז מען מכבד אלע סאנבאר׳ס נאך אסאך מער ווי די ראשעקאל!!


אונז האמיר א פערזענליכע פייט מיט די גלויבער'ס...
אבי גערעדט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 879
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
האט שוין געלייקט: 96 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

שליחה דורך אבי גערעדט »

אגב, G&G האט 4 סטארס, זענען אלע געווארן יעצט אפגעסטעמפעלט? צו נאר די וואס די האסט געהאט א שלעכטע עקספיריענס?
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

ראשעקאל האט געשריבן:א גיטע ארטיקעל ווייל סאיז גיט צעלייגט. ס'האט אבער גארנישט מיט די מציאות. איך ביןשוין געניג מאל געוועהן ביי GG און GB און קיינמאהל נישט געהאט אזא עקספיריענץ.

די קעפל איז G&G אבער עס קען מסתמא געשעהן איבעראל און די עיקר און די ימים טובים סעזאהן...
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

איך מיין אז די חילוק פון G&G און G&B איז, אז ביי G&G ווילן זיי סערווירן יעדן איינעם אויף איין מאל, ממילא ווען דו קומסט אריין ווייזן זיי דיר ווי אהין צו זוכן און דערנאך דארפסטו ווארטן 15 מינוט צו הערן א פרייז און דערנאך נאך 20 מינוט פאר א פיט וכו'
משא"כ ביי G&B קען מען טאקע אויך ווארטן א האלבע שעה ביז איינער מאכט זיך וואוסענדיג פון דיר, עס גייט מער/ווייניגער אויף א פורסט קאם פורסט סערוו, אבער איינמאל מען הייבט אן מיט דיר גייט עס עד הסוף, און דאס איז לכאורה אסאך בעסער.
פארשטייט זיך אז דאס רעדט זיך אין א ביזי סיזען, יעדער פארשטייט אז ווען עס איז ביזי דארף מען ווארטן, דער וואס איז געקומען פאר דיר דארף דאך אויך פונקט אזוי זיין עטנשאן, און אפשר איז דער פריערדיגער אויך א בר מצוה בחור מיט נאך א בעסערע כח הדמיון, אבער די נקודה איז אז איינמאל מען קומט שוין אן צו דיר זאל מען שוין זיין פארנומען נאר מיט דיר ביזן סוף.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

אבי גערעדט האט געשריבן:אגב, G&G האט 4 סטארס, זענען אלע געווארן יעצט אפגעסטעמפעלט? צו נאר די וואס די האסט געהאט א שלעכטע עקספיריענס?

איך ווייס נישט ועוגן אנדערע לאקאלן איך קען נאר זאגן וואו איך בין געווען which I won't mention on the air קאן זיין אז מיט דעם ווערט פארענפערט די סתירה פון סאנבאר און ראשעקאל.וק״ל
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
בדחן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1432
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 490 מאל

שליחה דורך בדחן »

אזא ארטיקעל ווי מען רייסט ארינטער א צווייטע קאמפאני באלאנגט נישט דא, און נישט און ירגעץ,
צום ווייניגסטענעס וואלטן זיך איינע פון די מנהלים גאדארפט פארבינדען מיט דשי ענד דשי און הערן זייער זייט צו די מעשה.

שרייבען מיט באהאלטענע נעמען גיט נישט קיין בלענק טשעק צו טון וואס מען וויל,
מיר נישט נעמען קיין אחרוית אויף די אינהלט פון אונזערע תגובות.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ענטפער צו מאטי 107

שליחה דורך berlbalaguleh »

דו האסט מיך (און מסתמא אנדערע אויך) שטארק מהנה געווען מיט דיינע פרי פאנטאזיע. לאמיר אנהייבן מיט דיין פראפייל פון "בערל בעל עגלה". דארט ביסטו נאר 20% גערעכט.(אויכעט א דערגרייכונג). לעומת זה מיט באשרייבן דיין עקספיריענס ביי דזשי & דזשי. ביזסטו נישט גערעכט.%100 איך האב געהאט פונקט די פארקערטע עקספיריענס ווי דאס וואס דו באשרייבסט דא. אריינקומענדיג האט א יונגערמאן מיט א ברייטן שמייכל אויפ'ן פנים מיך באגעגענט און געפרעגט וואס איך וויל קויפן. ר'האט מיר אנגעוויזן וואו איך קען דאס געפינען. נאכדעם איז געקומען א צווייטער יונגערמאן און האט צוגעפאסט דעם סוט מיט אלע קליינע פרטים. נעקסט האב איך מיר געשטעלט אין ליין פון קעישער,ף גרייט צו באצאלן. דער סך הכול איז געווען ב"ה זייער אן אנגענעמע עקספיריענס.
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

בערל, אזוי ווי איך האב געזאגט פאר ראשעקאל, אונז רעדן דא פון די המון עם, נישט עשירים...
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מיין עקספיריענס איז געווען ענליך צו ר' בערל'ען.
איך פרוביר נישט צו גיין אין די ערבי ימים טובים ווען עס איז אנגעשטויסן מיט קונים.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

sunbar האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:די נישט, ווייל די ביסט ראשעקאל. אבער אונז פשוטע דארפסלייט מאכן דאס יא מיט.

מיט וואס איז א ראשעקאל מער ווערד ווי א סאנבאר??!! אין מיין שוהל איז מען מכבד אלע סאנבאר׳ס נאך אסאך מער ווי די ראשעקאל!!


אונז האמיר א פערזענליכע פייט מיט די גלויבער'ס...

דאס 'עט גורם זיין אז די גלויבערס זאלן זיך פאראיינגן און פיהרן מלחמה אקעגן די סאנבארס.
דער פייט איז נאך פון 'דערהיים אין אונגארן? וואו האט עטץ געוואוינט אין מאקאווא, אדער אין שאראשפאטאק?
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ראשעקאל האט געשריבן:
sunbar האט געשריבן:די נישט, ווייל די ביסט ראשעקאל. אבער אונז פשוטע דארפסלייט מאכן דאס יא מיט.

מיט וואס איז א ראשעקאל מער ווערד ווי א סאנבאר??!! אין מיין שוהל איז מען מכבד אלע סאנבאר׳ס נאך אסאך מער ווי די ראשעקאל!!

אין מיין גראסערי (איך מיין דארט וואו איך קויף איין) איז מען זיי אויכעט שטארק מכבד. זיי האבן א ספעציעל בכבוד'יג פלאץ אין פריזער פון די אייז קרים.
וואלד רויבער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 11
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:29 pm
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

""הויז ארעסט"" ביי G&G

שליחה דורך וואלד רויבער »

נאך א פראבלעם וואס האט זיך געמאכט ביי זיי, איז אז זיי האבן געפונען גאר א גאונישע וועג זיך איינצושפארן אפאר צענט און פון דעם רייכער ווערן און גלייכצייטיג פארטרייבן קאסטומערס, דהיינו זיי האבן אנגעהויבן קארגן אביסל סחורה אויפן הויזן און זיי מאכן שמאלע הויזענער זיי קארגן די ברייט פון די הויזן,
למשל איך האב געקויפט א הויזן די זעלבע סייז וואס איך טראג שוין ארום א יאר צייט און איך האט אנגעטרייט די סוט הויזן און ויתרוצצו סהאט געפיט קויף איך נאך צוויי וואלענע הויזענער פאר וואכן טעג די זעלבע סייז ווי ביז איצט און למעשה ווען איך האב דאס אנגעטאהן איז עס געווען 'הויז ארעסט ' איך האב מיר נישט געקענט אראפזעצן וואקן נאר בלייבן אויף איין פלאץ און עס האט זייער גוט געפיט...
האב איך עס געשיקט פראררעכטן און אודך די זעלבע זאך, טראכט איך אזוי צו מיר אפשר האט זיך די רגלים פארברייטערט און 'אין הקומץ משביע ...' באט די זעלבע סארט הויזן די זעלבע סייז טראג איך שוין א יאר צייט און סדינט געהעריג ,גיי איך צירוק מיט א שווער הארץ און איך וויל דאס אויפטוישן פאר א גרעסערע סייז אבער א קאטעגארישע ניייין האב איך באקומען,,,
זיי האבן מיר צוגעלייגט א שטיקל הויזן און די לענג פארשטייט זיך א אנדערע דיזיין און צוטיילט און דריי סלייסעס, הקיצור סווערט געווען יעדע פעני......

די מוסר השכל דערפון פאלט נישט אריין אזוי ווי מיר און זייט וויסן אז די הויזענער האבן זיך פארשמעלערט!!!!!!!!
לא מדובשך ולא מעוקצך!!!
...איך ברויך נישט דיין לייק ...
עסן עסט'זיך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 160
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 3:52 pm
האט שוין געלייקט: 291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

שליחה דורך עסן עסט'זיך »

שלום עליכם א גאסט אין שטיבל, אבער כ'קלער אז עס איז נישט די הויזן וואס איז שמעלער געווארין, נאר די פיס והגלילות וואס איז גרעסער געווארן, וקל להבין
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

sunbar האט געשריבן:בערל, אזוי ווי איך האב געזאגט פאר ראשעקאל, אונז רעדן דא פון די המון עם, נישט עשירים...

דו האלטסט מיך פאר אן עושר. איך בין ענדערש א מעמבער פון המון עם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלד רויבער האט געשריבן:נאך א פראבלעם וואס האט זיך געמאכט ביי זיי, איז אז זיי האבן געפונען גאר א גאונישע וועג זיך איינצושפארן אפאר צענט און פון דעם רייכער ווערן און גלייכצייטיג פארטרייבן קאסטומערס, דהיינו זיי האבן אנגעהויבן קארגן אביסל סחורה אויפן הויזן און זיי מאכן שמאלע הויזענער זיי קארגן די ברייט פון די הויזן,
למשל איך האב געקויפט א הויזן די זעלבע סייז וואס איך טראג שוין ארום א יאר צייט און איך האט אנגעטרייט די סוט הויזן און ויתרוצצו סהאט געפיט קויף איך נאך צוויי וואלענע הויזענער פאר וואכן טעג די זעלבע סייז ווי ביז איצט און למעשה ווען איך האב דאס אנגעטאהן איז עס געווען 'הויז ארעסט ' איך האב מיר נישט געקענט אראפזעצן וואקן נאר בלייבן אויף איין פלאץ און עס האט זייער גוט געפיט...
האב איך עס געשיקט פראררעכטן און אודך די זעלבע זאך, טראכט איך אזוי צו מיר אפשר האט זיך די רגלים פארברייטערט און 'אין הקומץ משביע ...' באט די זעלבע סארט הויזן די זעלבע סייז טראג איך שוין א יאר צייט און סדינט געהעריג ,גיי איך צירוק מיט א שווער הארץ און איך וויל דאס אויפטוישן פאר א גרעסערע סייז אבער א קאטעגארישע ניייין האב איך באקומען,,,
זיי האבן מיר צוגעלייגט א שטיקל הויזן און די לענג פארשטייט זיך א אנדערע דיזיין און צוטיילט און דריי סלייסעס, הקיצור סווערט געווען יעדע פעני......

די מוסר השכל דערפון פאלט נישט אריין אזוי ווי מיר און זייט וויסן אז די הויזענער האבן זיך פארשמעלערט!!!!!!!!

אפשר איז די וואלד רויבעריי ביזנעס ב"ה זייער גוט געגאנגען און דאס בייכל איז געוואקסן אדער גאר דער חלק אחוריים (אנטשולדיגט(. און ממילא זענען די הויזן שמעלער געווארן?
חשבון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך חשבון »

דאכט זיך אז עס איז געווען א פארלאנג דערפאר. מאכן אביסל מער געפאסט
The pessimist complains about the wind; the optimist expects it to change; the realist adjusts the sails.


William Arthur Ward
פארשפארט