קאמענטארן אויף די פאעזיע פארמעסט, אדר-תשע"ג
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
יידל האט געשריבן:יעצט זע איך אז מ'האט ארויפגעלייגט די נעמען פון די באטייליגטע און פארמעסט! ס'א שטיקל חוצפה, לעמאן דזשוס. אבער אז צוויי האבן געשריבן צוויי דאן איז מיין מיינונג אז 7 און 13 זענען ביידע די ווערק פונעם באגאבטן קאווע טרינקער.
פארוואס א חוצפה?? ס'איז די לעצטע טאג, און איך האב עס איבערגערעדט מיט אסאך אנדערע!! די נעמען צייגן גארנישט אויף גארנישט....
דיין אנאליז איז געוואלדיג יעדעס ווארט א פערל!!! און דארף צונומען ווערן, כאב אבער נישט איצט קיין צייט, וועלמיר עס לאזן אויף שפעטער
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
יידל א נחת צו ליינען אייער אנאליז ווי אויך אלע אנדערע. איך מיין עס וועט קיינעם נישט באדערן איך האב מער הנאה געהאט פון די אנאליזן ווי די פאעמעס גופא.
יעצט בעת נעילת שער מיין איך איך מעג זאגן איר זענט נישט אויפן מארק מיטן פרובירן צוטרעפן די מחברים עכ"פ וואס אנבאלאנגט לי הקטן בנו של תמליון הגדול, און איך האב א חשד איר זענט ראנג מיט די אנדערע מחברים אויך. וועט זיין א שטיקל סורפרייז מיין איך היינט נאכט.
דער פארמעסט איז געווען א אומגלויבליכער סוקסעס קען מען שוין יעצט זאגן, אלע שרייבער אנאלאזירער וכל חברי בית קאווינו ובראשם לעמאן זשוס זענען געווינער. איך בין חושד דער קומענדיקער פארמעסט איז נישט צו ווייט אוועק.

- משה געציל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1676
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
- האט שוין געלייקט: 2456 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל
לעמאן דזשוס האט געשריבן:יידל האט געשריבן:יעצט זע איך אז מ'האט ארויפגעלייגט די נעמען פון די באטייליגטע און פארמעסט! ס'א שטיקל חוצפה, לעמאן דזשוס. אבער אז צוויי האבן געשריבן צוויי דאן איז מיין מיינונג אז 7 און 13 זענען ביידע די ווערק פונעם באגאבטן קאווע טרינקער.
פארוואס א חוצפה?? ס'איז די לעצטע טאג, און איך האב עס איבערגערעדט מיט אסאך אנדערע!! די נעמען צייגן גארנישט אויף גארנישט....
דיין אנאליז איז געוואלדיג יעדעס ווארט א פערל!!! און דארף צונומען ווערן, כאב אבער נישט איצט קיין צייט, וועלמיר עס לאזן אויף שפעטער
ג״א מצטרף צו לעמאן דזשוסע׳ס באשלוס, ער האט נעכטען געפרעגט ביים עולם צו ער זאל עס ארויס לייגן, דער עולם האט נישט ריספאנדעט, שתיקה כהודעה... חוץ מזה איז עס אינטערעסאנט צו לאזן דעם עולם שפעקאלירן די לעצטע פאר שטונדען פונעם פארמעסט.
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
אקעי, באזירט אויף די נעמען פון די מחברים וואס לעמאן דזשוס האט ארויסגעגעבן פריצייטיג לייג איך צו די פאלגענדע השערות צו מיין אנאליז. נומער 2 (איך וויל מיין טאטען צוריק) איז ברסלבער, נומער 5 (הינער איי) איז בענדזשאמין פרענקלין און שהי פהי איז דער מחבר פון נומער 15 (באזירט אויף זיין אונטערשריפט).
---
בן תמליון האקט און זאגט אז איך בין אףף מארק לגביו. אקעי, כ'האב דאך מסייג געווען מיינע ווערטער און געזאגט אז די לשון איז העכער ווי בן תמליון'ס געווענליכער לשון. איך בין אבער מסכים אז איך וועל זיין סורפרייזט היינט נאכט. איך בין נישט קיין גרויסער מבין צו לינגוויסטיקס.

לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- פשוט-קאמפליצירט
- ידיד ותיק
- הודעות: 873
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
- האט שוין געלייקט: 866 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל
יידל האט געשריבן:נומער אכט, "איפכא מסתברא!". כ'האב שוין געשריבן אז איך גיי משוגע פאר "איפכא מסתברא", און שמעקעדיג האט מיך שוין געטשעלענדזשד כ'זאל מסביר זיין וואס ליגט אונטער איפכא מסתברא. עס איז שווער מסביר צו זיין. לאמיר נאר שרייבן אפאר נקודות. די ערשטע נקודה איז, עס גראמט נישט. און דאס שטיקל איז אזוי גוט אז כ'האב ניטאמאל געכאפט אז עס גראמט נישט, ווי לאנג כ'האב אנגעהויבן זוכן וועלכע משקל עס האט! צו נעמען נישט גראמענדע ווערטער און מאכן דערפון אזא הערליכער שטיקל פאעזיע איז א קונץ! די צווייטע נקודה: דער פאעמע כאפט אן פשוט'ע הנחות און פרעגט "רבי לעבן אפשר פונקט פארקערט". עס מאכט טראכטן איבערן מענטשליכן שיקזאל, דאס לעבן געלויף און אזוי ווייטער. די דריטע נקודה, עס פארמאגט שעפערישע אויסדרוקן. "פארפאלן אין פוילקייט", "שטיין-קאלטע מציבות", "גוף-גרויס", "טויטע צייט-שכנים" וכו'. די געדאנק וועלכע ווערט ארויסגעברענגט דערמאנט מיר זייער שטארק דעם בלאג פאוסט נאר דארט איז אין פראזע און דא אין פאעזיע. מיין געס איז אז דער מחבר איז פשוט-קאמפליצירט. נומער אכט באקומט מיין ערשטע שטימע בלי ספק.
ע-העם. שקויעך פאר דעם שיינעם, דורכדרינגליכן אנאליז.
ס'איז ביי מיר נישט קיין ספק אז דער אייגנטליכער מחבר קוועלט פון דיין מיינונג און געשמאק
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
משה געציל האט געשריבן:לעמאן דזשוס האט געשריבן:יידל האט געשריבן:יעצט זע איך אז מ'האט ארויפגעלייגט די נעמען פון די באטייליגטע און פארמעסט! ס'א שטיקל חוצפה, לעמאן דזשוס. אבער אז צוויי האבן געשריבן צוויי דאן איז מיין מיינונג אז 7 און 13 זענען ביידע די ווערק פונעם באגאבטן קאווע טרינקער.
פארוואס א חוצפה?? ס'איז די לעצטע טאג, און איך האב עס איבערגערעדט מיט אסאך אנדערע!! די נעמען צייגן גארנישט אויף גארנישט....
דיין אנאליז איז געוואלדיג יעדעס ווארט א פערל!!! און דארף צונומען ווערן, כאב אבער נישט איצט קיין צייט, וועלמיר עס לאזן אויף שפעטער
ג״א מצטרף צו לעמאן דזשוסע׳ס באשלוס, ער האט נעכטען געפרעגט ביים עולם צו ער זאל עס ארויס לייגן, דער עולם האט נישט ריספאנדעט, שתיקה כהודעה... חוץ מזה איז עס אינטערעסאנט צו לאזן דעם עולם שפעקאלירן די לעצטע פאר שטונדען פונעם פארמעסט.
האט נישט ראשעקאל פראטעסטירט? דער אמת איז אז כ'האב נישט באמערקט אז ער האט נעכטן געפרעגט. אז ער האט געבעטן רשות האט ער דאך רעכט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 6959
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 4586 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל
קודם כל וויל איך זיך אנטשולדיגן צו ערעב לימענע זאפט, איך האב עם געזאגט אז איך וועל פראבירן צו מאכן אן אנאליז מוצ"ש, אבער האמת אגיד, כ'האב אפילו נישט פראבירט. אויב האט איר שוין אמאל געהערט פון א רייטערס בלאק, איך האב געהאט א רידערס בלאק. כ'האב נישט געקענט ליינען די שטיקלעך, פאעזיע האט גערעדט צו מיר ווי מיסט פון א קאץ פון פאריעריגע שניי, ממילא האט מען געקענט קוועטשען און קוועטשען, קיין לעמאן דזשוס איז נישט ארויסגעקומען. אלזא, בעת נעילת שער איז דאס א שעת רצון, גיימער פראבירן צו לייגען מיינע דריי אהאלב קוואדערס, מיין אפגעריבענע דעת בעה"ב, ווייל עפעס אנדערש האב איך נישט. טאמער איינער פילט זיך געטראפן פון מיין אזוי גערופענע אנאליז זאל ער עס אנהענגען אין מיין אומבאהאווענטקייט אין פאעזיע, ווי ענדערש אין זיין שטיקל. מ'וועלמיר מאכן בקיצור נמרץ, די ווייב רופט אהיים.
#1 ווינטער נאכט!
איך ווייס נישט, ווערטער קענען זיין געקיצעל ביז איבערמארגן, אבער מיינע געפילן זענען זיך געזעצן געמיטליך, קיין ריר נישט געגעבן, און ביי מיר מיינט א גוט שטיקל עפעס וואס בארירט מיר, מאכט מיר וויינען, לאכען, ארויסגיין פון התפעלות. סארי.
#2 איך וויל מיין טאטן צוריק!
בארירענד, שיין, איידל, ארויסברענגענדיג נישט א נייע פערספעקטיוו, אבער זייער גוט ארויסגעברענגט. אבער, גאנץ פשוט, נישט אבסטראקט, די ערשטע מאל האט עס גערירט ביז טרערן, אבער ס'האט נישט די מוסיף והולך וואס איך זוך אין פאעזיע, אז יעדע מאל מ'לייענט עס זעט מען עפעס טיפערס.
#3 דער זארגלאזער אמאל!
זייער שיין, אינעם ערשטען שטיקל ברענגט דאס ארויס די עפיטאם פון שלוות הנפש, וואס קען דען זיין בעסער, יעדע פראבלעם, מ'געט א קרעכץ און די מאמע איז דא צו ווישן די טרער. דערנאך מיינט מען אז די שטיקל רעדט פון די חסרונות פון מערידזש, אדער פון אונזער סיסטעם גאר, און פליצלינג מאכט ער א שארפע רעכטס, און ווענדט זיך לאבינו שבשמים, הערליך.
#4 מיין פאסט קעסטל-מיין טרייסט!
שיין, גרם לי להשפי"ג, לייקתי.
#5 דאס הינער איי.
גאונות צאמגעווארפן, מיין השערה איז אז ס'האט גענומען א פיינע פאר שעה צומצושטעלן, מיט אלע מראי מקומות. בעי' ביי די פרומע, ביצה ביי די קילע, פיין פיין.
שוין, מה לעשות, ממוז גיין, אפשר שפעטער ענדיגן, איך זע אז קיין חידושים צוצולייגן נאך אזעלכע אנאליזן פון גאוני שטיבלינו האב איך נישט, אלזא גיימער גיין וואוטן.
#1 ווינטער נאכט!
איך ווייס נישט, ווערטער קענען זיין געקיצעל ביז איבערמארגן, אבער מיינע געפילן זענען זיך געזעצן געמיטליך, קיין ריר נישט געגעבן, און ביי מיר מיינט א גוט שטיקל עפעס וואס בארירט מיר, מאכט מיר וויינען, לאכען, ארויסגיין פון התפעלות. סארי.
#2 איך וויל מיין טאטן צוריק!
בארירענד, שיין, איידל, ארויסברענגענדיג נישט א נייע פערספעקטיוו, אבער זייער גוט ארויסגעברענגט. אבער, גאנץ פשוט, נישט אבסטראקט, די ערשטע מאל האט עס גערירט ביז טרערן, אבער ס'האט נישט די מוסיף והולך וואס איך זוך אין פאעזיע, אז יעדע מאל מ'לייענט עס זעט מען עפעס טיפערס.
#3 דער זארגלאזער אמאל!
זייער שיין, אינעם ערשטען שטיקל ברענגט דאס ארויס די עפיטאם פון שלוות הנפש, וואס קען דען זיין בעסער, יעדע פראבלעם, מ'געט א קרעכץ און די מאמע איז דא צו ווישן די טרער. דערנאך מיינט מען אז די שטיקל רעדט פון די חסרונות פון מערידזש, אדער פון אונזער סיסטעם גאר, און פליצלינג מאכט ער א שארפע רעכטס, און ווענדט זיך לאבינו שבשמים, הערליך.
#4 מיין פאסט קעסטל-מיין טרייסט!
שיין, גרם לי להשפי"ג, לייקתי.
#5 דאס הינער איי.
גאונות צאמגעווארפן, מיין השערה איז אז ס'האט גענומען א פיינע פאר שעה צומצושטעלן, מיט אלע מראי מקומות. בעי' ביי די פרומע, ביצה ביי די קילע, פיין פיין.
שוין, מה לעשות, ממוז גיין, אפשר שפעטער ענדיגן, איך זע אז קיין חידושים צוצולייגן נאך אזעלכע אנאליזן פון גאוני שטיבלינו האב איך נישט, אלזא גיימער גיין וואוטן.
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 7167
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
- האט שוין געלייקט: 4109 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל
- יידל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4922
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
- האט שוין געלייקט: 2328 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל
יאנקל האט געשריבן:משה געציל האט געשריבן:מיט נאך א קארגע פיר שעה צום פארמעסט געבליבן לאמיר דיר זאגן יידל; מיר האסטו אויך נישט צוגעטראפן... יעצט אויב דו ווילסט ברעך קאפ...יידל האט געשריבן:אוי וויי, ס'שטעלט זיך ארויס אז מיין פאלשע ענווה איז גאר געווארן ריאליטעט און כ'ווער געוואויר אז כ'פארשטיי באמת נישט צו קיין פאעזיע...
יידל, יעצט האב איך מורא אז צו מיין שטיקל האסטו אויך נישט צוגעטראפן.
יעצט? וואס האט יעצט פאסירט? איך האב מורא אז ענק האבן זיך אלע צוזאמגענומען בעצה אחת to pull my leg.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
נא, ווער נאך וויל אריינווארפן א מיינונג אינעם פאזל?!
יודן, זייט וויסן איך אזויווי אייך אלע האב קיין אהנונג די אויסגאנג פון די וואלן, נישטאמאל וויפיל ניקס עס האבן בכלל געשטימט, איין זאך זעה איך די פידיעף פונעם דעת הקהל פארום וואס איז נאר אפן פאר שטים-בארעכטיגטע איז אראפגענומען געווארן 53 מאל. אויב איז עס אן אנדייטונג איז די וואלן זייער סוקסעספול!!!

- בענדזשאמין פרענקלין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 766
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
- האט שוין געלייקט: 2326 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל
אז איך זאל יעצט מגיב זיין אויף די איבעריגע פאעמעס, נאכדעם וואס די חכמי עולם האבן עס שוין געטון, איז ווי בעטן יאסעלע וואסערטרעגער ובעלי פלוגתתו פריש איבערשפילן סומאטאכע מרישא ועד חמירא.
יעדער האט זיי שיין צעלייגט, וגם אני מצטרף בזה לברכה, אבער, ווי קען איך עס טון צו ידידי היקרים, מיינע הארצנס פריינד, משה געציל, קאווע טרינקער, בן תמליון, פשוט קאמפליצירט, יאנקל, ראשעקאל. כל אחד בשמו הטוב יבורך. בקוצר אמרים וועל איך אלזא גיין ווייטער:
6 דאס בלעטל
די שטיקל פון ראש חבורתנו, מאלופנו ומיודענו איז א הערליכער. איי וועט איר זאגן אז איך זאג עס בלויז לכבוד המחבר. קודם כל, אפילו אויב יא איז עס גארנישט שלעכט, ווייל א קונסט שטיקל פון שאגאל איז מער ווערט ווי דאס פון קנאפלערס בילדער ביכל אויף מגילת אסתר, טראץ וואס א נאקעטער אויג זעט נישט די חילוק. דער פאעט מאכט זיין פאעם, גענוי ווי דער פאעם מאכט זיין פאעט. אלזא אז א איד מיט אזא גוט הארץ, לעמאן דזשוס, וועלכער האט באמת א נשמה פון א פייטן, א הארץ אנגעפילט מיט סטרונעס, איז שוין דער פיוט מער.
די פיוט איז רייך געשריבן, דוכט זיך אז זי גראמט גוט, און ברענגט ארויס אסאך הרגשים. אבער די עיקר איז איר געדאנק. די פיוט זאגט גאר אסאך איבער א מענטש וואס פילט זיך ארויסגעווארפן פון סאסייעטי, א מענטש וואס שפירט אויסגעלאשן. וועמענס שילד איז בעצם דאס אז די בלעטל ליגט פארוואלגערט? דאס בלעטל'ס? אפשר די שולד פונעם בוים וואס האט איר געלאזט פאלן, צעטרעטן דערנידערן? אזוי צו אזוי איז דאס בלעטל פארווארפן ללא תקנה. אפילו דער מצבה שרייבט ער זיך אליין. אוי, די ווערטער זענען יורד חדרי בטן, איך קען אסאך אזעלכע בלעטלעך, און איך באשולדיג דעם בוים פארן נישט אנכאפן זיינע קינדער פעסט.
7 איך בין הייליג
א זאפטיג שטיקל קריטיק אויף אונז אלע. אויף די וואס טרעטן אויף די יקום אין נאמען פון איר הערשער. די פיל רשעות ווייניג מצוות אידן, וואס שפירן הייליג דווקא אויף יענעמס בלוט. די פארצייטישע מעבירים זרעו למולך'ס וואס ווערן מגוגלל אין די מדקדקים במצוות וגוערים בו.
די פיוט איז סיי זאפטיג, גוט געשריבן, און סיי א גוטן שטיקל קריטיק אויף מענטשהייט. דוכט זיך מיר אז איך האב געשטימט פאר דעם פיוט. (איך בין נישט זיכער, ווייל איך האב געוואלט שטימען פאר אלע פון זיי און איך האב זיך געמוזט אפרייסן, געבן א וואוט און אנטלויפן פאר איך ווער OCD)
8 איפכא מסתברא
די פיוט האט מיר געמאכט אביסל משוגע. דאס איז רעכט די קונסט פון אבסורד. איך ווייס נישט צו דער שרייבער איז א גאון אדער א בעל ש'געון, אבער עס האט מיר געמאכט דיזי, אזוי ווי ווען מען קוקט אויף א אפטישע אילוזיע וואס מאכט שווינדלען די אויגן. דער איז א רעכטער פייטן וואס באקומט א לייסענס צו שרייבן, חושן דעם עולם, באהאלטן דעם געדאנק זייער טיף, און קיינמאל נישט אנטפלעקן וואס ער האט געטון. דער שרייבער איז א ריז אין די חכמה פון אבסורד וואס נעמט ארום נישט בלויז קונסט, נאר איז א דזשאנער אין פילאסאפיע, א נאנטער קוזין פון עקזיסטענציאליזם. שוין, לאמיר אויפהערן שרייבן איבער די פאום, ווייל איך ווער שוין באלד משוגע.
9 צוזאמען
זייער שיין. ווען מען מעג ווען זיין נארמאל, און ווען רשעים וואלטן נישט געמאכט משוגענע תקנות אין פאועטרי, און ווען פינקי וועבערס זאכן וואלטן געווען פאררעכנט אלס קונסט וואלט עס געווען א געווינער. עס איז זייער שיין געשריבן, זייער פאזיטיוו און רומאנטיש
10 מחה אמחה
האט מיר געמאכט לאכן, זייער זיס, א גוטע בליק אין שפיגל אין אונזער הערליכע, מסודר'דיגע עסטאבלישמענט. ווען מיר וואלט געפירט מלחמות מיט שכנים וואלטן מיר טאקע געמוזט ווארטן אז זיי זאלן זיך נעמען דאס לעבן, אין ארדער צו קענען געווינען די קריג. עס איז זייער זיס, קריטיקירעדנד און שניידנדיג וויאזוי מען קען זיך נישט פאראייניגן אקעגן דעם עמלקי, און נאכמער, ווי יעדער טראכט פסוקים, און קיינער טראכט נישט פון דעם צובראכענעם, פארווייטאגטן קליינעם אומשולדיגן זרע עמלק.
11 קינות גירושין דאס איז נישט קיין פאועם. עס איז א הארצרייסנדע מגילת איכה פון א קרבן. ניין, דאס דארף נישט זיין במנין, יא, אשרי חלק לעמאן דזשוס אז א דאנק אים האט א יונגערמאן ארויסגעברענגט זיינע עמקי הלב. מענטשן שוינען דא אפ דעם שרייבער, ווייל ער שרייבט זייער פערזענליכע זאכן, אבער איך שוין נישט אפ מנשה לוסטיג, אפילו אז ער שרייבט זיין נאמען און שטעלט ארויף זיין פרצוף. דאס איז נישט קיין פיוט. עס איז א הערליכע שטיקל געשרייבעכץ, א הארץ ווייטאג, אבער נישט קיין פיוט. די דאזיגע זאך דארף מען מפרסם זיין. עס איז א שטארקע קריאת תגר אויף די שידוכים סיסטעם, אויף חתן טיטשערס, אויף טייטלבוים און שער, אויף אכשר דרא (מיין זיידע און באבע זיך געטראפן אין באר, און איך מיט מיין טמא'נע קדושה וכו', דברי פי חכם חן) אויף סאסייעטי, אויף יעדעס און אלעס. הערליך, הערליך. אבער די פאר פסוקי שיר השירים וואס ליגן דערויף זייער הערליך, מאכן איר נישט קיין פיוט גענוי ווי ספרינקלס אויף א איי מאכן איר נישט פאר קיין קאפ-קעיק.
12 צעריסענע בענקשאפט
דער קעניג!
הארצרייסענד, פיל-זאגענד, גוט געשריבן, די גראמען זענען אדנירם, כפול שמונה, געקניפט און געדרייט, א רייכע ווערטער אוצר. רומאנטיש. אבער נישט סתם, נאר רומאנס מיט א פלאט, ריינע רומאנס וואס איז נישט סעלפיש. רומאנס וואס שטאמט פון ליבע און רחמנות. עס איז אויך א קריטיק אויף מענער און א רוף פאר פעמיניזם. בקיצור, א יופי.
13 יגיע כפיך
זאפטיג, א זיסן הומאר, און א גאר גוטן כשרון פון אסימילירן גראמען פון אידיש מיט ענגליש. א זאפטיגן קריאת תגר אויף די בלוטיגע עשירים, געשטאפטע עניים דא (אייגענטליך, די חכמה פון אבסורד...) דער שרייבער איז ביי. וד"ל (אנטשולדיגט יאנקל, איך האב נישט געמיינט)
14 ואיני יכול לנגוע בך
העי, א קראנץ שטייט גאנץ גוט אויף א שוויין, ווייל דיין פאעזיע איז לחלוטין נישט שלעכט! אז די האסט בעסער ליב ס' מעדרעש, געזונטערהייט, אבער דיינע גראמען זענען פיין און דיין געדאנק איז פיין הומאריסטיש.
15 שרייב און שרייב
אה, דאס איז ממש א מסיימים בדבר טוב. הערליך, הערליך, דבר נאה ומתוקן, סיי א הערליכע געדאנק סיי גאר הערליכע ווערטער. תפוחי זהב במשכיות כסף ודבר דבור על אפניו!
דער מענטש איז אין א רומאנס מיט חכמה. ער איז אין ליבע מיט ווערטער, ער איז מקיים אמור לחכמה אחותי את! דער פייטן איז מטהר פיוט פון תאוה און מאכט איר א גאר העכערע בריאה, און איז דערמיט מטהר די אויר פאר די גאולה העתידה. וואו!
און נאך אלעס איז די אלע זאכן די קרעדיט פון איין מענטש, לעמאן דזשוס. די האסטו גענומען א באנדע קיען און פארוואנדלט אין קונסטלער!

קופערניקוס, יא ס'האט זיך געלוינט צו ווארטן, איצט קען מען גיין שטימען מיט א רואיגקייט...
מאכסט א סופער דזשאב אזוי ווי תמיד!! דיין שפראך און קוק אויף א זאך איז עפעס....איך ווייס טאקע נישט וואס צו זאגן, איך גיי אויפזוכן אין מילון א נייע ווארט פאר דיר. און דיין אנאליז איז שרעקליך גוט און ווארעם אויפגענומען געווארן!!
מער שפעטער!