ידיעה-בחירה פייער-אפשטעל
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
ידיעה-בחירה פייער-אפשטעל
ידיעה-בחירה זענען צוויי טעמעס שהן אפטמאל אחת. ביידע פאר זיך זענען וואוילע, בעל-בתי'שע אידן וואס טשעפען קיינעם נישט. ווען די צוויי קומען זיך אבער צוזאמען לפונדק אחד, ווערט פרייליך אין שטעטל. "ידיעה" און "בחירה" הייבן זיך אן רייסן ביי די בערד, אז די פאליש-פאדלאגע ווערט איבערגעדעקט מיט גרוי-ווייסע האר מער ווי צווישן די בלעטער פון אלע ספרים אין אלע שראנק אין גאנצן בית המדרש בנין בענעזאם. געווענליך הייבט זיך עס אן מיט שטילע ציפעס, אזעלכע כ'האב-גארנישט-געמיינט טשעפעלעך; אבער גאר שנעל ווערט דער מצב היציג און פראסקעס הייבן אן פליען אזש ס'שפריצן פינקען.
א סך ערנסטע אידן, און אפילו לומדים און שיינע אידן, האבן זיך שוין פרובירט אריינלייגן אין דעם עסק און איינשטעלן עפעס א שטיקל שלום צווישן די צוויי. געהאלפן האט עס אבער אויף חרוסת. כ'זאג נישט; דא און דארט ברעכט צווישן די צוויי שונאים אויס א שטיקל פייער-אפשטעל. געווענליך האלט דער איבעררייס אן פון תענית אסתר ביז פורים.
האב איך געטראכט אז אפשר קען אזא גארנישט ווי איך יא שלום מאכן צווישן זיי. איך טראכט אז ווען ערנסטע, מכובד'דיגע מענטשן מישן זיך אריין, מאכט עס די צוויי צדדים טראכטן אז זייער מחלוקת קומט פון טיפע, בארעכטיגטע חשבונות. זיי שעמען זיך פאר די רבנים און שיינע אידן; במילא מוזן זיי אהערשטעלן א מחלוקת וואס איז נישט סתם א געווענליכע מחלוקה פון סתם צוויי פשוט'ע טרעגערס, נאר דאס איז עפעס האקל, עפעס הרים התלויים בשערה. אבער אויב איך, גארנישט שבגארנישט, וועל איידל צוגיין און פרעגן צי ס'איז שייך צו מאכן עפעס א פארגלייך, וועלן זיי זיך שעמען און אויפהערן זיך קריגן.
די פראבלעם מיט ידיעה און בחירה איז, אז די צוויי זענען לכאורה זיך סותר. ווי קענסטו זאגן אז איך האב א בחירה, אין דער צייט וואס דער אויבערשטער ווייסט שוין פון פריער וואס איך גיי באשליסן? נאר, לאמיר זען. דער גאנצער ענין פון בחירה איז נוגע לגבי שכר ועונש. האסט געהאט די ברירה צו טאן שלעכטס; האסטו אבער אויסגעקליבן צו טאן גוטס. איז, נאדיר שכר דערפאר. וכן איפכא. דער גאנצער ענין פון בחירה, קומט אויס, קומט אריין אין בילד נאר נאך דעם וואס שכר-ועונש איז שוין דא.
ווען מיר זאלן דארפן זאגן דעם קאנצעפט פון שכר-ועונש אין א ווארט, וואלט עס געווען "תוצאות", קאנסעקווענצן פון די באגאנגענע מעשים. פעולה פלונית ברענגט צו תוצאה אלמונית. "ידיעה", קען מען אפשר זאגן, הערשט אויף א העכערער מדריגה ווי די ביי וועלכער די שכר-ועונש תוצאות שפילן זיך אפ. און דארט, ביי מדריגת ידיעה, זענען שוין נישטא קיין "דאס" און "יענץ", קיין פאזיטיוו און נעגאטיוו, קיין טוב ורע, קיין גוטע פעולות און שלעכטע פעולות. דארט איז דער מצב אן אנדערער ווי ביי די נידעריגערע שטאפלען.
דארט וואו ידיעה "געשעט", זענען טאקע נישטא קיין שכר-ועונש. דארט שטימט שוין אויך דער חשבון אז אפילו אן עבירה איז געווען דער רצון השם, ווי צדיקים האבן געזאגט.
ס'איז אמת אז אחרי ככלות הכל שטימט עס נישט. דא, אינעם עולם הבריאה, לאזן די צוויי זיך נישט צונויפפארן. אבער דאס אז צוויי זאכן שטימען נישט ובכל זאת ווייסן מיר אז זיי זענען ביידע אמת -- דאס איז שוין היינט נישט אזא ווילדער חידוש. אין מאטעמאטיקס טרעפן מיר אזעלכע זאכן; אפילו פשוט סייענס אין אונזער עולם הטבע רעדט שוין היינט פון דבר-והפכו זאכן וואס עקזיסטירן בו בזמן בבת אחת.
איי, וועסטו פרעגן: ווער ביזטו, פארך איינער, שטיק פארברענטער ציבעך-אש, אריינצורעדן אין אזעלכע טיפע נושאים מיט וועלכע די אמאליגע גדולים האבן זיך געמוטשעט? איז דער תירוץ: אמת, איר זענט גערעכט. אבער יענע ריזן האבן געלעבט און געווירקט אין א וועלט וואו אלעס איז דאמינירט געווען פון שכל און הגיון. אין אזא וועלט איז טאקע זייער שווער איינצושטעלן ארדענונג צווישן אזעלכע צוויי קעגנגעזעצטע באגריפן ווי ידיעה און בחירה. היינט ווייסט מען שוין אז דאס אליין אז די צוויי זעען זיך נישט פינקטליך אויג אויף אויג איז נישט גענוג סיבה צו דארפן איינעם פון די צוויי באזייטיגן.
עוד יש לומר: די וועלט איז היינט שוין נישט אזוי פילאסאפיש גענויגט ווי דעמאלט. קשיות און תירוצים בענינים העומדים ברומו של עולם ווערן געווענליך געגעבן דורך פשוט'ע מענטשן, נישט דווקא מורא'דיג טיפע און טראכטנדיגע מוחות, נאר אזעלכע וואס האבן די נויטיגע ידיעות און טיטלען. א סייענטיסט איז עמיצער וואס האט אין קאפ א סך אינפארמאציע, א דעגרי, און אביסל מזל. די קשיות זענען טאקע גוטע; די תירוצים ווערן אבער געגעבן נישט דווקא דורך מענטשן וואס זענען קוואליפיצירט. די נושא פון ידיעה-בחירה האט זייער ווייניג שייכות מיט טרוקענער וויסנשאפט. במילא, בין איך (און דו און זיי) כמעט אזוי קוואליפיצירט אריינצורעדן ווי מענטשן מיט א סך טיטלען אנגעטשעפעט צו זייער נעמען.

כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
קודם כל שלום עליכם לולקע ציביך. איך דערקוויק זיך מיט דיינע מאמרים דא, די ביסט עפעס א דבר חידוש. א פילאסאף מיט א עלעקוואנטע שפראך וואס האלט זיך אין די עליטע, מינגעלט נישט ארום מיט די קאווע שטיבל לצים, און שרייבט אייביג לאנגע, פילאסאפירטע, אויסגעשארפענטע, אויסגעביגלטע מאמרים. ממש הפלא ופלא.
טראץ וואס איך בין נישט מגיב מעומק המושג, חוסר המשיג וגודל הדיסטאנץ ביניהם, און טראץ וואס איך נעם קאווע שטיבל אלס א מנוחה ארט, און פילאסאפיע לאז איך איבער פאר שווערע הארעוואניע, מוז איך אבער אמאל זיך באקענען מיט כבוד מעלתו החוקר היקר:
די ידיעה ובחירה קושיא קרענקט מיר שוין היינט נישט, די בעלי בתים וואס די האסטו געזעהן זיך רייסן ביי די בערד זענען איינגעפלאנצט אינעם אלטן אמאל, זיי לעבן אינעם עיקרים און קרשקש. זיך פלאנטערן היינט איבער ידיעה ובחירה, אין א צייט וואס וויסנשאפט ברענגט אריין ספיקות אינעם עצם מהות פון אלעס און לאזט ספקנען אינעם עצם עקזיסטענץ, און לאזט אנקוקן זאכן מיט אזויפיל סארטן שפאקטיוון און פון אזויפיל ווינקלעך - איז אזוי ווי האקן אויף אגודה אין די אינטערנעט עפאכא.
ווען מיר זענען אזויפיל מסופק אין די עצם מושג פון אלקות, די עצם מושג פון בחירה, און מיר ווייסן אז דער זקן המושך בחוטי העולם וואס מען טרעפט אין קו הישר, איז ווארשיינליך נישט דער אלקי הרמב"ם, און אז דער אלקי הרמב"ם איז שוין אויך צו ספעציפיש פאר די היינטיגע פיל ברייטערע פריזמע, איז שוין ידיעה ובחירה א קנאפע קושיא. און פארשטענדליך אז די שכר-עונש פון "א שיעור גמרא וואס וואוילע יונגלעך וועלן ליב האבן, און פאר טראבל מעיקערס וועט עס זיין א גיהנום" איז שוין אויך ארויס פון סטיל, אלזא, ידיעה ובחירה איז א קושיא פון די פארגאנגענהייט לדעתי.

-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
אויב זאגסטו סתם הא לאן הא להו, די וועלט יענע וועלט.
פארוואס פעלט אויס די נקודה אז שכר ועונש איז א תוצאה פון די מעשים?
ועוד,אפשר איז דא א וועלט ווי עבירות איז חשב?
בכלל דארף מען מסביר זיין די קשיא פון ידיעה בחירה.
ווייל דער אייבשטער ווייסט מיינט דאס אז איך קען נישט בוחר זיין? ביי א מענטש אז די ווייסט וואס ער גייט טאן איז בהכרח אז סאיז דא א סיבה אז ער גייט יענס בוחר זיין. משא''כ ביים אויברשטען קען וויסען אן דעם.

- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
נולד מאוחר האט געשריבן:בכלל דארף מען מסביר זיין די קשיא פון ידיעה בחירה.
ווייל דער אייבשטער ווייסט מיינט דאס אז איך קען נישט בוחר זיין? ביי א מענטש אז די ווייסט וואס ער גייט טאן איז בהכרח אז סאיז דא א סיבה אז ער גייט יענס בוחר זיין. משא''כ ביים אויברשטען קען וויסען אן דעם.
די ידיעה פונעם אייבערשטען איז נישט מכריח ווייל ער ווייסט די סיבה פון דיין בחירה, די ידיעה מצד עצמה איז די מכריח.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
ונבנתה העיר האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:בכלל דארף מען מסביר זיין די קשיא פון ידיעה בחירה.
ווייל דער אייבשטער ווייסט מיינט דאס אז איך קען נישט בוחר זיין? ביי א מענטש אז די ווייסט וואס ער גייט טאן איז בהכרח אז סאיז דא א סיבה אז ער גייט יענס בוחר זיין. משא''כ ביים אויברשטען קען וויסען אן דעם.
די ידיעה פונעם אייבערשטען איז נישט מכריח ווייל ער ווייסט די סיבה פון דיין בחירה, די ידיעה מצד עצמה איז די מכריח.
פארווואס?
אז איך ווייס אז די גייסט מארגן קויפן א טאנא סענדוויטש פאר פרישטאג האב איך דיר אוועק גענימען דיין בחירה? אקעי ביי א מענטש מיז זיין אז איך ווייס ציליב א סיבה .
אבער ביים אייבשטיר פארוואס איז זיין ידוע מכריח?
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
ווייל מיין ידיעה איז קיינעם גארנישט מחייב, אבער אנדערש פון גאט'ס ידיעה [ווייל ער איז גאט] קען נישט זיין.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
ונבנתה העיר האט געשריבן:ווייל מיין ידיעה איז קיינעם גארנישט מחייב, אבער אנדערש פון גאט'ס ידיעה [ווייל ער איז גאט] קען נישט זיין.
סקען יא זיין אנדערש, נאר ער ווייסט דאס אויך.
כ'וויל דיך עפעס פרעגן, אפשר איז נישט דא קיין בחירה ווייל עפיס גיי איך מארגן בוחר זיין. אנדערש ווי יענס וואס איך גיי בוחר קען איך נישט בוחר , ריכטיג ? איך זאג דאך קלאר יענע זאך וואס איך גיי בוחר זיין, רעד איך דאך פונעם סוף דבר וואס איך גיי בוחר זיין. קען איך נישט טוישן פון יענס במילא איז דא נישט קיין בחירה. אפי' אן גאטס ידועה.
וואס איך זאג איז, דאס אז סגייט זיין טאנא און נישט אייער מיינט נישט אז סאיז נישט דא קיין בחירה . אוי שרייב איך שלעכט. איך קעקעץ און ריעל לייף ווייל מיין מחשבות זענען נישט מסודר.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
אויב דו גייסט סוכ"ס בוחר זיין טונא איז עס נישט קיין סתירה מיט דיין כח הבחירה, ווייל דו ביסט דאך דו אליין, ממילא אפילו ווען ס'וואלט געווען א מקום פאר א סברא אז די ענדגילטיגע בחירה איז א סתירה מיט די כח הבחירה איז עס אבער נישט א פראבלעם דא, ווייל ווער האט ענדגילטיג בוחר געווען? דו, אויב אזוי האסטו זיך אליינס מכריח געווען צו נעמען טונא און נישט אייער, אט דאס מיינט טאקע בחירה.
משא"כ דער אייבערשטער איז דאך עפעס וואס איז אינדרויסען פון דיר, איז אויב איז זיין ידיעה מכריח דיין בחירה, פעהלט אין דיין בחירה.
משא"כ דער אייבערשטער איז דאך עפעס וואס איז אינדרויסען פון דיר, איז אויב איז זיין ידיעה מכריח דיין בחירה, פעהלט אין דיין בחירה.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3833
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
- האט שוין געלייקט: 3807 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
חוץ פון דעם וואס ער ווייסט מורא'דיג גוט איז זיין ידיעה פאר זיך מחייב.
סיי פראקטיש ווייל עס קען נישט זיין אנדערש ווי גאט ווייסט, און סיי בעצם ווייל א געטליכע ידיעה - אנדערש ווי א מענטשליכער - איז גענוג אויף צו פועל'ן למעשה, פונקט ווי די וועלט איז באשאפן געווארן ע"י מחשבתו, ובלשון בעל התניא [ליקוטי תורה שה"ש דף י"ז]:

הנה כתיב כי לא מחשבותי מחשבותיכם. ומבואר במ"א שאינו מובן לפי פשוטו כי מלתא דפשיטא היא שאין ערוך מחשבותינו המלובשות בגוף לגבי מחשבתו של הקב"ה שאין לו דמות הגוף ואינו גוף ח"ו.
והענין הוא, כי הנה באדם הרהור דהיינו מחשבה לא עביד מידי, כי הנה המחשבה נק' נהר כנודע בפי' ונהר יוצא מעדן, והיינו דכמו הנהר שנובע מן מקורו והולך בתמידות לא ינוח ולא יעמוד, כך המחשבה היא נובעת בתמידות ממקורה מהשכל ולא תנוח אפי' רגע שתמיד תשוטט מחשבת האדם באיזו דבר, ואעפ"כ לא תפעול שום פעולה מורגשת ולא תעשה רושם כלל, ולא כמו הדבור והמעשה שעושין רושם, כמו עד"מ כאשר ידמה אדם במחשבתו להוות ולעשות איזו מציאות שיהיה הנה מחשבתו לא תפעיל, ואף אם ידמה ויצייר בשכלו צורת המציאות אשר ברצונו להוות עכ"ז והיה כלא היה, עד יפעל ויצא לפועל ע"י כח המעשה דוקא או ע"י הדבור שמצוה לאחרים לעשות, ונמצא המחשבה אין לה כח לפעול ולעשות כמו הדבור והמעשה, שעיקר הפעולה אינה אלא ע"י המעשה דייקא או הדבור, (וזהו דהרהור לא עביד מידי שהמחשבה היא בחינת אין לגבי הדבור והמעשה שהם היש והעיקר וכדלקמן).
ואין כן למעלה במחשבתו ית' שהמחשבה דייקא היא תפעיל (והיא היש), כי כאשר עלה במחשבתו ורצונו להוות ולהאציל האצילות הנה אז נאצל ונתהווה ממש על ידי מחשבה זו כו' וכמ"ש כ"ז בפרדס (שער הצחצחות פ"ג), ואדרבה שם נהפוך הוא, שהתהוות המציאות שע"י מחשבה הוא הרבה גבוה במעלה ומדרגה מהמציאות שנתהווה על ידי הדבור, שהרי ידוע מענין צופה ומביט עד סוף כל הדורות במחשבה אחת, ששם הוא למעלה מבחי' גדר זמן, וכמ"ש בזהר שבמחשבה אחת נבראו כל העולמות אבי"ע, וגם תח"ה ואלף השביעי וכל העליות הכל נכלל במחשבה זו שממנה התהוותם, אך כשבא השפע בבחי' הדבור הוא שנתצמצם האור בבחינת מיעוט אחר מיעוט ובבחי' התחלקות עד ששם נעשה ונתהווה בחינת זמן להיות שנים וחדשים וימים כו' וכמ"ש בסש"ב ח"ב פ"ז שהתהוות הזמן הוא רק מבחי' מלכות שהוא דבור העליון אבל בבחי' המדות דאצילות שלמעלה מהדבור כתיב כי אלף שנים בעיניך כיום אתמול, שכולל אלף שנים ביום א' עד שבמחשבה עילאה הוא למעלה מהזמן הנ"ל גם כן שהרי צופה ומביט עד סוף כל הדורות במחשבה וסקירה אחת.
נמצא מובן מזה שלמעלה עיקר ההתהוות הוא מבחי' המחשבה דייקא, עד שגם כל מציאות כשעלה במחשבה ונתהווה שם עי"ז הנה יש בו חיות ואור יותר הרבה מכמו שהוא מהותו ועצמותו כשנמשך אח"כ למטה ע"י הדבור כו' להתהוות בבי"ע, שהרי מה שנמשך ונתהוה על ידי הדבור ירד ונמשך תחת הזמן ממש, משא"כ מה שהוא בבחינת מחשבה הוא למעלה מזה כו', ועמ"ש בפ' מקץ בד"ה נר חנוכה כו' כדי שתהא מזוזה דלשם נתבאר ג"כ ענין זה איך שעיקר ההתהוות הוא ע"י כל אשר חפץ ה' עשה, ומה שהיה צ"ל מאמר ודבור כדי שיהיה בחינת יש כו' ע"ש.
וזהו כי לא מחשבותי מחשבותיכם שבאדם גשמי נראה מחשבתו נחשבת לאין שלא יומשך ממנה שום התהוות מחמת דקותה, ומה שהולך ומתעבה לבחינת הדבור ומעשה נחשב יותר ליש שמהם יומשך התהוות דבר, אבל מדת הקב"ה אינו כן, שהוא ית' הסוכ"ע הוא היש ואין בלתו ומה שהולך ומתפשט יותר בעולמות עליונים ותחתונים הוא נחשב יותר לאין כי הכל בטל נגדו וכולא קמיה כלא חשיב, לכן כמ"כ בענין מחשבה ודבור שלו ית' שהם הארות והתפשטות אלקותו ית', הנה המחשבה הוא בחינת יש וע"ז נאמר להנחיל אוהבי יש וממנה עיקר ההתהוות, עד שהדבור נחשב לבחי' אין וכלא חשיב לגבי מחשבה זו כו'.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
יאיר האט געשריבן:איך מיין אז דו מאכסט עפעס א הרכבה פון דעם רמב"ם'ס תירוץ און פון רבי חסדאי קרשקש'ס מהלך אין זיין ספר אור ה'.
אודה ולא אבוש אז איך ווייס נישט וואס קיינער פון די צוויי זאגן. טאמיר האב איך דא עפעס משלב געווען, איז עס געווען א שוגג גמור.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
- לולקע-ציבעך
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 125
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
- האט שוין געלייקט: 74 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:קודם כל שלום עליכם לולקע ציביך. איך דערקוויק זיך מיט דיינע מאמרים דא, די ביסט עפעס א דבר חידוש. א פילאסאף מיט א עלעקוואנטע שפראך וואס האלט זיך אין די עליטע, מינגעלט נישט ארום מיט די קאווע שטיבל לצים, און שרייבט אייביג לאנגע, פילאסאפירטע, אויסגעשארפענטע, אויסגעביגלטע מאמרים. ממש הפלא ופלא.
טראץ וואס איך בין נישט מגיב מעומק המושג, חוסר המשיג וגודל הדיסטאנץ ביניהם, און טראץ וואס איך נעם קאווע שטיבל אלס א מנוחה ארט, און פילאסאפיע לאז איך איבער פאר שווערע הארעוואניע, מוז איך אבער אמאל זיך באקענען מיט כבוד מעלתו החוקר היקר:
די ידיעה ובחירה קושיא קרענקט מיר שוין היינט נישט, די בעלי בתים וואס די האסטו געזעהן זיך רייסן ביי די בערד זענען איינגעפלאנצט אינעם אלטן אמאל, זיי לעבן אינעם עיקרים און קרשקש. זיך פלאנטערן היינט איבער ידיעה ובחירה, אין א צייט וואס וויסנשאפט ברענגט אריין ספיקות אינעם עצם מהות פון אלעס און לאזט ספקנען אינעם עצם עקזיסטענץ, און לאזט אנקוקן זאכן מיט אזויפיל סארטן שפאקטיוון און פון אזויפיל ווינקלעך - איז אזוי ווי האקן אויף אגודה אין די אינטערנעט עפאכא.
ווען מיר זענען אזויפיל מסופק אין די עצם מושג פון אלקות, די עצם מושג פון בחירה, און מיר ווייסן אז דער זקן המושך בחוטי העולם וואס מען טרעפט אין קו הישר, איז ווארשיינליך נישט דער אלקי הרמב"ם, און אז דער אלקי הרמב"ם איז שוין אויך צו ספעציפיש פאר די היינטיגע פיל ברייטערע פריזמע, איז שוין ידיעה ובחירה א קנאפע קושיא. און פארשטענדליך אז די שכר-עונש פון "א שיעור גמרא וואס וואוילע יונגלעך וועלן ליב האבן, און פאר טראבל מעיקערס וועט עס זיין א גיהנום" איז שוין אויך ארויס פון סטיל, אלזא, ידיעה ובחירה איז א קושיא פון די פארגאנגענהייט לדעתי.
יישר כוח.
אכן הנך צודק אז ידיעה ובחירה זענען נישט אונזערע פראבלעמען היינט. פארט, זעסט דאך אז ס'האט זיך דא אנטוויקלט א שמועס איבער דער נושא. זעט אויס אז פאר א טעמע סתם צו שמועסן איז עס נאך עפעס ווערט.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.
איך מיין אז דער עולם איז אביסל צומישט, די מהלך פונעם רמב"ם ועוד פילוסופים קדמונים איז מיישב צו זיין אז די ביידע זאלן שטימען בבת אחת, דורכן מסביר זיין אז ידיעתו אינו מכריח און מיר קענען דאס נישט משיג זיין וכו'.
די מהלך וואס לולקע ברענגט איז א שפעטערע צוגאנג, וואס איר ציל איז נישט צו מיישב זיין, נאר אויסלערנען דעם מענטש וויאזוי צו לעבן מיט ביידע, דהיינו דורך נישט אויס מישן ציווישן די צוויי, און ווערט זייער גוט ארויסגעברענגט דורך ר' צדוק: "במקום הבחירה שם אין מקום לידיעה, ובמקום הידיעה שם באמת אין מקום לבחירה" (צדקת הצדיק אות מ')

מען קען עס מסביר זיין אביסל טיפער, דער חסידישער מהלך איז דאך אז דער עולם השפל איז אן הסתר און אן העלם פון אלוקותו ית', דער העלם גייט בהדרגה, איין אצילות נאך די צווייטע וכו' ביז דעם עולם השפל וואס מיר קענען, און דאס איז דער אונטערשטער לעוועל.
The very fact אז מיר געפונען זיך אויף דעם פאגרעבטן עולם השפל-בחירה לעוועל, א וועלט וואו די יד ה' איז נישט בגלוי, און כש"כ ידיעת ה' איז א מושג מיט וואס מיר קענען זיך נישט באמת אידענטיפיצירן דערמיט, ווייל אין אונזער פארגרעבטער מהלך היום-יום לעבן מיר אויסדריקליך מיט בחירה, (והא ראיה דו האסט חשבונות מיט מענטשן דו רעגסט דיך אויף זיי דו באשולדיגסט זיי וכו'; דו ליגסט ביינאכט אין בעט און דו פלאנירסט דיין מארגנדיגע טאג וואס דו גייסט טוהן וכו' והדברים ארוכים) זאגט אונז אז מיר קענען נישט פרעגן דערויף מצד הידיעה, עס האט נישט קיין ממשות צו אונז.
ווידעראום, א מדריגה ארויפצו, דארט וואו די בילד איז א סך קלארער, דארט וואו יעדער ריר אויף די וועלט –וואס שטייט נידריגער פון איר – איז קלאר אויסגערעכנט, דארט וואו דער יד ה' איז קלאר, דארט וואו דער ידיעת ה' איז קלאר, דארט איז גאנץ קלאר אז א מענטש איז נישט באזונערע individual ביחס צום גרויסן גאט, איז קיין שום מקום נישטא פאר בחירה in the sense וויאזוי מיר פארשטייען דאס.
די צדיקים וואס האבן אבער יא געלעבט מיט א העכערע מהלך און מיט העכערע השגות, זיי האבן געהאט די פולקאמע רעכט צו לעבן אינגאנצן מיט דער ידיעה (דוגמת ר' יענקעלע מ'פשעווארסק ועוד), וויבאלד זייער גאנצער perspective איז געווען א סך מער elevated, אבער מיר קענען דאס דערווייל נישט נאכמאכען.
אינטערסאנט צוצוצייכענען אז אין מאור ושמש/תפארת שלמה (איך געדענק נישט יעצט וועלעכע, אבער כמעט זיכער ס'איז אין פרשת בשלח) איז מסביר אז די שכל פונעם מענטש וואס איז בוחר איז דאך די נשמה וואס א חלק אלוקי ממעל ממש, א שטיק גאט אליין, קומט אויס אז דער בוחר איז גאר גאט אליין! (נאכאמאל: ווילאנג דו לעבסט נישט דערמיט איז א סימן אז די געהערסט נישט צו דעם בחינה) ממילא איז שוין נישט קיין שום קושיא ידיעה און בחירה, ווייל עס איז אלץ דער זעלבער גאט וואס איז יודע און איז בוחר!.

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
לולקע-ציבעך האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:איך מיין אז דו מאכסט עפעס א הרכבה פון דעם רמב"ם'ס תירוץ און פון רבי חסדאי קרשקש'ס מהלך אין זיין ספר אור ה'.
אודה ולא אבוש אז איך ווייס נישט וואס קיינער פון די צוויי זאגן. טאמיר האב איך דא עפעס משלב געווען, איז עס געווען א שוגג גמור.
אויב ס'איז א שוגג דארפסטו ברענגען א חטאת שמינה - בתנאי אז ס'איז געווען ידיעה בתחילה .
דער רמב"ם זאגט אז די ידיעה פון באשעפער איז נישט אויף דעם זעלבן אופן ווי וואס מיר באטראכטן ידיעה, נאר ס'איז עצם עצמיותו פון גאט, ממילא איז נישט אן "ער" וואס ווייסט וואס "מיר" גייען בוחר זיין. רבי חסדאי קרשקש ענטפערט אז עס איז טאקע נישטא קיין בחירה, נאר שכר ועונש איז א תוצאה פון די עבירות און מצוות. איך האב פארשטאנען אז די ביידע נקודות ליגן אין דיינע ווערטער:
לולקע ציבעך האט געשריבן:"ווען מיר זאלן דארפן זאגן דעם קאנצעפט פון שכר-ועונש אין א ווארט, וואלט עס געווען "תוצאות", קאנסעקווענצן פון די באגאנגענע מעשים. פעולה פלונית ברענגט צו תוצאה אלמונית. "ידיעה", קען מען אפשר זאגן, הערשט אויף א העכערער מדריגה ווי די ביי וועלכער די שכר-ועונש תוצאות שפילן זיך אפ. און דארט, ביי מדריגת ידיעה, זענען שוין נישטא קיין "דאס" און "יענץ", קיין פאזיטיוו און נעגאטיוו, קיין טוב ורע, קיין גוטע פעולות און שלעכטע פעולות. דארט איז דער מצב אן אנדערער ווי ביי די נידעריגערע שטאפלען."
האדם לא נברא אלא להתענג
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:אין א צייט וואס וויסנשאפט ברענגט אריין ספיקות אינעם עצם מהות פון אלעס און לאזט ספקנען אינעם עצם עקזיסטענץ,און לאזט אנקוקן זאכן מיט אזויפיל סארטן שפאקטיוון און פון אזויפיל ווינקלעך - איז אזוי ווי האקן אויף אגודה אין די אינטערנעט עפאכא.
ווען מיר זענען אזויפיל מסופק אין די עצם מושג פון אלקות,
ס'קען זיין אז די ביסט מסופק, לייג עס נישט אריין אין קיין מיר, כופרים זענען אלעמאל געווען אין אויף א געוויסע זין אמאל נאכמער ווי היינט, היינט גלייבען אפילו רוב פין די אומות אין א א געטליכע האנט וואס האט אלעס באשאפען, אין עכטע וויסענשאפט ברענגט צי אמונה אין גאט, אזוי ווי איינשטיין האט געזאגט ווען ער איז אנגעקומען צי א געוויסע שטאפעל אין זיין שטודירען אז ס'מיז זיין ס'דא א געטליכע האנט וואס פירט דאס אלץ, אין אזוי אויך אסאך ויסענשאפלער האט זיי די וויסענשאפט געברענגט צי גלייבען אין גאט, סאו דיין אבזערוואציע "אין א צייט וואס וויסנשאפט ברענגט אריין ספיקות אינעם עצם מהות" איז א געפיהל פין כפירה איינגעוויקעלט אין א מאנטעל פין קלאמפישע וויסענשאפט,
ס'מיר א ווינדער ווי די שעמסט זיך נישט צי שרייבען אזוי אין א פארום פין ערליכע אידען, ס'האט גארנישט מיט וויסענשאפט ס'האט מיט כפירה אין איגנאראנץ, זאל דער באשעפער העלפען ס'זאל זיין וידע כל פעול כי אתה פעלתו ויבין כל יצור כי אתה יצרתו ויאמר כל אשר נשמה באפו ה' אלקי ישראל מלך
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
חזקיהו, איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט דיין סטעיטמענט אז וויסנשאפט איז נאר מחזק די אמונה אין באשעפער, אבער דיין באהויפטונג אז היינט גלייבן מער מענטשן ווי אמאל אין גאט איז פשוט נישט אמת.
האדם לא נברא אלא להתענג
- חזקיהו המלך
- היימישער באניצער
- הודעות: 585
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 09, 2013 7:31 pm
- האט שוין געלייקט: 61 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 541 מאל
יאיר האט געשריבן:חזקיהו, איך האב נישט קיין שום פראבלעם מיט דיין סטעיטמענט אז וויסנשאפט איז נאר מחזק די אמונה אין באשעפער, אבער דיין באהויפטונג אז היינט גלייבן מער מענטשן ווי אמאל אין גאט איז פשוט נישט אמת.
די סארוועי האט געפרעגט וועגען רעליגיע אין דאס אז ווייניגער מענטשען גלייבען אין רעליגיע איז נאכנישט קיין ראיה אז זיי גלייבען נישט אין גאט, ס'דא א גרויסע מאוומענט היינט וואס גלייבען אין גאט אבער ווילען נישט וויסען פין די גרויסע רעליגיעס, סאו די סארוועי איז לאו דוקא א ראיה, למעשה געדענק איך נישט פין ווי ס'ליגט מיר אין קאפ אז היינט גלייבען מער מענטשען אין גאט,
עכ"פ טאמער נישט קומט עס נישט פין אויפגעקלערטקייט נאר פין טפשות, דער המון עם ווערט היינט געפירט דורעך א מידיא וואס פארשפרייט כפירה וואס די מיטלען פאר מאסען מידיא איז אמאל נישט געווען , רוב המון עם זענען נישט ביזי מיט וויסענשאפט, זיי זענען ביזי קוקען טיווי אין שפילען אויפען אייפאון אין ארבעטען פין ניין ביז פינעף,
איך בין א חוצפעניאק ! אזוי האט מיין טיטשער געזאגט
ונבנתה האט געשריבן:ריכטיג, פארשטיי נישט. א אין אונזער מגשימדיגע וועלט איז דא בחירה ? ידוע אויך?
איך פארשטיי נישט די ציטיילאכטס.
דאס מיר פירן חשבנות מיט מענטשען איז נישט קיין ראיה אז מיר האבן בחירה. הכסענס מאכן מיר א טעות מיטן זיך רעגן.
ווי איך האב שוין אויבן מסביר געווען, די נושא דא איז נישט מוכיח צו זיין ידיעה אדער בחירה, און א ודאי אויב רעדט מען פון הוכחות ביסטו גערעכט אז די אויבנדערמאנטע זענען קיין שום ראיה נישט. איך רעד דא פון עפעס אנדערש - דהיינו - איינמאל ביידע זענען מוכרח ברויך מען דאס אפלערנען אינעם טעגליכן לעבן, וע"ז מוסבים דברי למעלה.

- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
דער ערבי נחל ענפערט כגעדענק נישט יעצט וואו אז די גאנצער קשיא איז נאר וויאזוי ווייסט גאט פארן בוחר זיין וואס איך גיי בוחר זיין ס״ה א זמן פראבלעם אבער ה׳ איז למעלה מן הזמן עבר עתיד הווה לויפט בבת אחת ,נאכן בוחר זיין איז דאך קלאר דא א ידיעה נא! אז מקען פאר אויס רוקן דעם זייגער קען ער זעהן בעצם מיין בחירה וואס איז בודאי שוין דא נאר אין א פלאנעט וואס אפערעטעדט מיט זמן נאכנישט דא ...
אגב אויב איז דא א הנחה איז סאיז דא בחירה בלייבט נאר שווער וויאזוי קען זיין ידיעה נא!! ס״ה ווייס איך אז סאיז דא ידיעה ווייל איך גלייב אז גאט איז א יודע הכל נא ווען כעלל פארשטיין גאט וועט דער ידיעה חלק אויך פארענפערט ווערן כמיין אז דער סיפא איז אני וקופערנוקס אמרו דבר אחד

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
- מאטי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3090
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
- האט שוין געלייקט: 3382 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל
יאיר האט געשריבן:לולקע-ציבעך האט געשריבן:יאיר האט געשריבן:איך מיין אז דו מאכסט עפעס א הרכבה פון דעם רמב"ם'ס תירוץ און פון רבי חסדאי קרשקש'ס מהלך אין זיין ספר אור ה'.
אודה ולא אבוש אז איך ווייס נישט וואס קיינער פון די צוויי זאגן. טאמיר האב איך דא עפעס משלב געווען, איז עס געווען א שוגג גמור.
אויב ס'איז א שוגג דארפסטו ברענגען א חטאת שמינה - בתנאי אז ס'איז געווען ידיעה בתחילה .
דער רמב"ם זאגט אז די ידיעה פון באשעפער איז נישט אויף דעם זעלבן אופן ווי וואס מיר באטראכטן ידיעה, נאר ס'איז עצם עצמיותו פון גאט, ממילא איז נישט אן "ער" וואס ווייסט וואס "מיר" גייען בוחר זיין. רבי חסדאי קרשקש ענטפערט אז עס איז טאקע נישטא קיין בחירה, נאר שכר ועונש איז א תוצאה פון די עבירות און מצוות. איך האב פארשטאנען אז די ביידע נקודות ליגן אין דיינע ווערטער:לולקע ציבעך האט געשריבן:"ווען מיר זאלן דארפן זאגן דעם קאנצעפט פון שכר-ועונש אין א ווארט, וואלט עס געווען "תוצאות", קאנסעקווענצן פון די באגאנגענע מעשים. פעולה פלונית ברענגט צו תוצאה אלמונית. "ידיעה", קען מען אפשר זאגן, הערשט אויף א העכערער מדריגה ווי די ביי וועלכער די שכר-ועונש תוצאות שפילן זיך אפ. און דארט, ביי מדריגת ידיעה, זענען שוין נישטא קיין "דאס" און "יענץ", קיין פאזיטיוו און נעגאטיוו, קיין טוב ורע, קיין גוטע פעולות און שלעכטע פעולות. דארט איז דער מצב אן אנדערער ווי ביי די נידעריגערע שטאפלען."
איך פארשטיי נישט רבי חסדאי קרשקש׳ס תירוץ קודם סשטייט און פסוק ובחרת בחיים, נאכדעם ווער האט אוועקגעשטעלט די תוצאות? קומסט מיר פאר וואו א באנק רויבער וואס שרייט ווער סוועט זיך רירן וועל איך שיסן נא אז כהאב מיך גערירט שיסט ער מיך!! ממש א תוצאה פון מיינע מעשים..