א נסיעה צום געדענקען. (פארזעצונג)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

א נסיעה צום געדענקען. (פארזעצונג)

שליחה דורך פעדער »

נו. מען פאקט איין די רענצעלעך. מ'גרייט זיך צו פארן אויף לאנד ישראל. מ'שפרייט אויס די מאסיווע רענצלען און באגאזשן אויף די בעטן און מ'הויבט אן אריינשיבן דערינען אלץ וואס קומט נאר אונטער די האנט. וואס הייסט? סעפסא קלייניגקייט? מ'פארט מיט אלול און זיי גיבן זענען דאך כמעט היימישע אידן. פון אונזעריגער, מילא וועלן זיי זיכער מוחל זיין די איבריגע צען קילא נישט מער געדאכט.

מיטאמאל האבן חפיצים וואס מ'האט נישט גענוצט ווי גרויס די יאר איז, זיך געפינען פלאץ אינעם רענצל. מ'האט אריינפלאצירט יעדן אביעקט וואס האט נאר געקענט אפילו גענוצט ווערן אויב וועט מען געשטראנדעט ווערן אויף א פארווארפענעם אינזל. היידא היידא. מ'לאזט זיך איבער נאר דאס נויטיגסטע, ווי איין פאר וועש און א ציין בערשטל פאר מארגן. אבער וואונדער איבער וואונדער ווי אלץ האט געפינען פלאץ אין רענצל, ס'איז באשיינפערליך אריינגעקומען א ברכה דארט. בעקיטשעס וואס כ'האב אלץ געמיינט אז זיי נעמען אויף מקום זענען פלוצים פארוואנדלט געווארן אין שמאטעס וואס ווערן צונויף געדרוקט ווי מקוה וועש. דאס מאל האבן מיר פעסט באשלאסן אז מיר נעמען נאר מיט דאס מינימום. ארץ ישראל איז דאך ב"ה א פארגעשריטן לאנד און מ'קען ווארשיינליך אלץ קויפן דארט.

אבער דער סוד ווייסן אלע דאך. נעמליך, עס האט איבערהויפט נישט אינגעשטויסן מיט סיי וועלכע סיבה סיידן דאס אז צען פריינד צווישן זיי גאר נאנטע קרובים פונעם צענטן דור, האבן זיך ווארעם אנגעטראגן מיטצושיקן פעקלעך. איינער געלט. איינער א קליינע פרידזשעדער. איינער צירונג. איינער נאר א קליין ביסל דראגס. איינער נאשערייען, ס'קוקט אויס ווי ארץ ישראל ליידט פון א ערנסטע נאש הונגער. און איינער א גראב זעקל מיט היימישע קוכן. גיי זאג איר אז ווען דאס קוכן גייט ווען אריין אין א הונט'ס מויל וואלט זי צערודערט געווארן, אזוי אומבע'טעמט (איידל גערעדט) איז עס. צוליב דאס אלץ מוזן מיר זיך איינקוועטשן דאס מערסטע וואס מעגליך, ווייל אויב חלילה וועט מען איינעמ'ס פעקל איבערלאזן איז מען נאך עלול דערפון צו ליידן... ווען?... אה, איך האב אייך נישט געזאגט? אקעי, "ווען מיר וועלן אי"ה ווילן שיקן א פעקל מיט זיי"..

וואס זאל איך ענק זאגן.. די רענצעלעך זענען שנעל פיהל געווארן. מורא'דיג. גרויסע צדיקים זענען זיי, די לופטליניעס. זיי געבן פאר יעדן פאסאזשיר ערלויבעניש פאר איין רענצל. מוחל טובות. אפילו איך זאל וועלן פאר מיין קליינטשיגן צולייגן נאך א לאגידזש בין איך אויך טיף אין דר'ערד, זינט איך האב אזוי אויך נישט גענוג הענט צו שלעפן אזויפיל פעקלעך און שמאנצעס. רעד שוין נישט פון זיינעם.

אדרבה, מאכט א חשבון. צוויי רענצלעך. א שטריימל פושקע. א היט באקס למען השם, ווייל מ'גייט דאך סייווי נישט מיטן היט, נו וויל מען דאך נישט ס'זאל ווערן צוקוועטשט ווי א יעקע. א קערידזש (וועגעלע) א קליין זוטשקא וואס מ'נעמט אויבן ארויף. תפילין זעקל (אין רענצל איז פשוט נישט געווען פלאץ מער) און די מאנטלען פון ביידע קליינינקע, וויבאלד רוב וועג זעמער דאך מילא אדער אין פליגער אדער אין טערמינאל, אלזא בלייבט נאר איבער די שאלה ווען ס'איז קאלט אז מ'זאל דארפן די מאנטלען מיטנעמען פלוס דאכענעס...?! און אה פאר איך פארגעס, א עקסטער פרעם בעג אוואו די פעמפערס און באטלעך ליגן..

מען ברענגט פלינק א וואג, און אינאיינוועגס ווער איך געוואויר פון מיין עזר'ל אז איך עס נישט גענוג.. אקעי, זאל זי מאכן, וועל איך עסן. מ'וועגט אפ די רענצלעך און נישקשה. מ'קען צושמירן נאך א קילא צוויי, העכסטנס וועט מען סטראשען דעם עיראפארט איינגעשטעלטן מיט ר' לייב שרה'ס קלעפ. און אים דערמאנען אז קייזער פראנץ יאזעף האט שוין מיאוס אפגעשניטן פארן זיך אנטשעפען אין אים.

אלנפאלס. דעם קאר סערוויס האט מען שוין גערופן צו זיין גרייט שארף מארגן צופרי פארנט פון הויז. ער קומט אן, כ'נעם אים שיין אויף, כ'ווייז אים אז איך בין נישט עפעס א אידל א אויסניצער וואס גייט זיך טענה'ן מיט אים אויף וועיטינג טיים. ענדליך מ'דערזעט זיך אין קאר שוין. איך קוק ווידער איבער אלע צוואנציג טאשן פון מיר אונעם רענצל זיכער צו מאכן כ'האב גארנישט פארגעסן. פון דא ביזן פליגער איז דאך שוין רוטין.

כ'דארף ענק נישט מסביר זיין וויאזוי דאס ארבעט. מ'קומט אן קודם צו טערמינאל 5 אנשטאט 3. עס נעמט נאך א 10 מינוט זיך צוריקצודרייען. נו דאס איז דאך פון די נארמאלע זאכן. געשעט ביי די שענסטע משפחות. וועגן דעם איז מען דאך ארויסגעפארן א האלבע שעה שפעט, מ'זאל קענען נאכדעם זאגן מיט א פולן מויל "זעסטו ס'איז ממש געווען ניסים, סיי מ'איז .. און מ'איז נאך בטעות קודם געפארן צו טערמינאל 5 און אעפ"כ האט מען עס געמאכט... נו כ'פארגין זיי עס מיטן גאנצן הארץ פרסומי ניסא איז דען א קלייניגקייט?? דער עיקר אז מ'קומט שוין באלד אן אויף הכי בבית בעולם..

אה פאר איך פארגעס. (עפעס די שכחה האט לעיטלי גובר געווען) מיין שמענדריק מיט די פייקעלעך, עטס קענט'ס אים שוין אוודאי. ער פעיגערט מיר שוין די לעצטע וואך צייט מיטן רינדיגע נעזל אין די קאלטע חנוכה טעג, אז ער וויל שוין פארן אויף די עפאפלעין. אזוי ווייט, אז ווען כ'קום אים אפנעמען פון חדר ארויסצופארן צום עריפארט, וויל ער בשום אופן איינשטייגן אין אויטא... ער וויל נאר פארן אין א עפאפלעין.. ער ציהט זיך אויס אויף אספאלט און שטויסט מיט די קליינע פערשטן.. ס'העלפט נישט קיין פודינו ומצילנו.

נאכן זיך איינרייסן מיט אים, און ב"ה איך האלט שוין דא. מ'שטיימיר שוין נעבן טשעק אין. אבער ער פארפירט דער קליינער. ער זעט נאכנישט דעם עפאפלעין. די סעקיריטי קומט נעמען אונזערע פאספארטן. היברו אר ענגליש? פרעגט זי. איך מיט א ברייטע שמייכל: ענגליש! וואס מיינסטו? אונז זעמער אזעלכע אפגעריסענע איזראעליס? נעעע. מיר זענען שוין פארענגלישט געווארן. כ'האב ממש געקענט זען אירע אויגן זענען ארויסגעקראכן פון די לעכער פאר קנאה אויף די חרדישע קליינע צופרידענע פאמיליע מיט אזויפיל חן.. (נוסח מעלות).

זי באקוקט די דריי רויטע, און איין בלויע פאספארט. און פרעגט מיר: דו האסט נאר א ענגלישע בירגערשאפט? אדער אויך א איזראעלישע.
ניין! איך האב בלויז א ענגלישע (איך בין ריינע בלויע רויעל בלוט, נישט עפעס שמוציגע יודען פטל. איי איי איך קען נישט פארשטיין די מאדנע גוטע געפיהל וואס מאנכע שפירן אז זיי זענען נישט קיין איזראעליס, אפילו איך לייד אויך צומאל דערפון.) פערצופאל וואוינט מיין טאטע אויך דארט, ער האלט אינמיטן מאכן, לייג איך צו.
דו קענסט אויך מאכן, ענטפערט זי מיט א שמייכל פון אויער צו אויער.
(יא יא, א שיינעם דאנק. כ'בין נאכנישט פטור געווארן פון מיין ווייב'ס זוכסטו מיר אויך אריינצושמירן?. אבער ס'גוט. איך וויל אייך פשוט שפארן די איבריגע סטעמפס וואס איר וועט דארפן שיקן אריבערן ים רופן מיינע קינדער אין מיליטער.)
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

שליחה דורך פעדער »

אקעי. מ'איז שוין איינגעטשעק'ד. דאנק גאט זיי האבן נישט געהייסן איבערטוישן, אויסגיסן, צעפאטשקענען רענצלעך. ס'איז בשלום אדורך. זי האט זיך נאר ביטער געמיטשעט אראפצופליקן די אלטע סטיקערס פון די פארגאנגענע נסיעות. ווי אייביג. און יעצט פאנגט זיך אן די ריעל פעין אין די נעק. ארומוואנדערן אינעם טערמינאל און זיך אפשטעלן יעדע וויילע הארט אין צענטער פונעם קארידאר, פונקט ווי מענטשן ווילן אריבער גיין, ווייל די בעיבי האט זיך צעוויינט אדער צעבראכן.

נאלרייט. מ'טרעפט ערגעצוואו א באנק אפצורועהן די מידע ביינער פון אזויפיהל ארומקלעטערן. כ'שלעפ ארויס אפאר סענדוויטים און הייב אן האקן אויף אלע באקן. ס'גייט מיר נישט אן קיין כי הוא זה וויפיל אויגן זענען אנגעראכטן אויף מיר. כ'האב זיי אלע טיף טייער פארפאקט. איך בין הונגעריג און קושט מיר דארט ווי די אידן.. עטס קענט'ס אוודאי דעם אויספיר. איך זאג נישט, איך אין זייער הויזן. (כ'גיי דען מיט אזויפיהל הויזענעס?) וואלט אויך געקוקט, ווען עס רוקט זיך אן א חסידישע ראצער וואס ווייסט קוים וואס לעבן מיינט. און איז שוין באלאדנט מיט צוויי ווילדע נשמה'לעך. פארהייראט צו א פרוי וועלכער שטופט א קערידזש מיט טויזנט פעקלעך אנגעהאנגען דערויף, חוץ די באגאזשן וואס אלע אריינגערעכנט דער דריי יעריגער, שלעפן אויף די האנט. און פאני ענאף, ער גייט אפ' נישט אריין אין קיין געשעפטן פישן זיין געלט. ווי אויך קוקט אויס ווי ער יאגט זיך אביסל. און באםםם פלוצלונג זעצט ער זיך אראפ מיטן פולסטן רוהיגקייט און שלעפט ארויס אכילה כמו שכתוב און האקט ווי שוין יארן נישט.

ווייסט וואס כ'על דיר זאגן. ער מעג קוקן. יא! זאל ער פלאצן זעהענדיג וואספארא געשמאקע טונא סענדוויטש איך עס. ווען ער מוז זיך דאס מאגן אנפאקן נעבעך מיט די פארפעסטעטע עקלדיגע חזיר וואס די רעסטאראנטן צווינגען אים צו קויפן...

חברה, אבי מ'האלט שוין דא. אצינד קוקט מען אויפ'ן זייגער. און אה יא. כ'האב נישט פארגעסן אוועקצוווארפן די סילווער פעיפער אין א בין, נישט ווי דער געווענליכער שטייגער עס צו לאזן אויפ'ן ארט ווי מ'האט עס געעפנט. זי דעי גויטע (?) ביי טשעק אין האט געזאגט פארדעם אז ס'וועט זיין א שעה דילעי. אבער זי האט נאר נאכגעבעמבלט וואס מיין חבר וואס איז אנמולט אנגעקומען פון ישראל און כ'האב אים באגעגנט ביים אריינגיין אין טערמינאל - האט מיר מודיע געווען. דהיינו, ס'וועט זיין א פעסטע דילעי פון ווייניגסטנס צוויי שעה. און דערווייל גייען מיר פארשימלט ווערן אינעם לופטפעלד'ס פארטריקנטע לופט.

יהיה מה שיהיה איך וועל אויסציען וואס לענגער די צייט ביזן אנקומען צום פליגער. כ'וועל קריכן ווי א קאקאראטש אבי נישט דארפן דורכגיין דאס גיהנום פון זיצן ביים געיט און קלאצן פון איין פאסאזשיר צום צווייטן.. מיין ראצער'ל האט מיר אבער געמיטשעט ער מוז גיין אויף די נו.. וויאזוי הייסט עס נאר. עפעס ...לעיטער'ס. בקיצור ס'ליגט מיר נישט אין קאפ מאמענטאל. - די פארעדיגע מאשינען אוואו די אלטע באבעס שטעלן זיך אפ כאפן דעם אטעם און בלאקירן דעם וועג פאר די יונגע בלוט וועלכע האבן ליב צו "גיין" דערויף אזוי ארום אנצוקומען נאך שנעלער ווי שנעל.

אבער נתי דער טראטשאק, האט געמיינט ער איז ווער ווייסעך וואס. ער האט זיך איבערגעקוצקעט יעדן מאל ביים ארויפגיין. אבער נאך אלץ נישט אויפגעגיבן. לויפענדיג האט ער זיכער געמאכט איבערצודרייען אפאר רענצעלעך, אריינהאקן אין די הויקערדיגע אלטע לייט. און בדרך אגב לאזן הערן די אלטע אז אזעלכע סארט אידעלעך האט היטלער אויך געוואלט אומברענגען. נו איז ער דאך טאקע א רוצח ימש"ו. ביים אראפגיין איז ער שוין געווארן א גאנצע מבין. צו זען ווי די קליינע פיסעלעך גיבן א געניטן שפרונג אראפ דערפון שיער נישט פארשטאלפערענדיג זיך, איז שוין ווערט געווען די רייזע.

אוי מיין לעבעדיגער גאט אין הימל. יעצט קומט דאס ארגסטע. מ'דארף זיך אויסטוהן פון קאפ ביז פיס. אקעי אחוץ די אונטערהויז, אבער אויסער דעם אלעס ארונטער. מ'נעמט אוועק פון נתי זיין באליבטן טעדי בערעלע, ער פארפירט און פראטעסטירט. מאכט געוואלדעס. איך הויב אים אויף אויפ'ן פלייצע און פרובירט מיט אלע קרעפטן בארוהיגן, אבער ער ווייסט נישט פון קיין חכמות. ער זעט א באנדע שטרענגע בלויע שווארצע העמעדער און רעקלעך בארויבן זיין זיסן טעדי בער און ווילן איר ברוטאל שחט'ן. שעפעלע, זיי גיבן עס צוריק, די טעדי גייט בלויז אריבער א טשעק אפ, צו פארזיכערן אז ער איז האט נישט רייזע פיבער. אז ער פיהלט אמבעסטן. קום שעפעלע, מ'גייט אריבער גיין דא, און לאמיר האפן אז ס'וועט נישט פייפן, ווייל דאן איז דא חלילה א מעגליכקייט אז מיין אונטערהויז וועט אויך פרישע געסט באקומען. אוי. דער האט דאך אזעלכע ברייטע הענט, נאר דאס פעהלט מיר אויס יעצט. א מאסאדזש פון אים.

חברה אין יענע מאמענט האט מיין הארץ ווילד געפאמפט, עמיצער האט מיר מיטגעגיבן א ציין אין טאש... יא יא, נישט לאכן א עכטע ציין. דא עקא, אז יענעם קען איך נישט אבזאגן. אלזא האט מען עס פארוויקלט מיאוס בתוך כיס. און גלייגט אין קעשענע. די מעשה איז א קורצע. יענער האט באזוכט אמאל ישראל און א דענטיסט א שיסטער האט אים אריינגעדרילט המנ'ס ציין פאר א רוט קאנאל. פארשטייצעך ס'האט נישט לאנג אנגעצויגן און נאך שווערע פיינליכע ווייטאגן און געשווילעכצער האט אים דער ענגלישער דענטיסט עס ארויסגעפליקט צו אלע בייזע.. אזוי ארום אז געשפארט האט ער נישט קיין סאך.

אצינד איז געקומען צייט פאר פעיבעק. דו פעדער, נעם דעם ציינדל טראג עס אהין צו עמען, און זאג אים אויב וויל ער עס נישט געפינען און זיין מארגענדיגע סאלאט צו פרישטאג זאל ער ליבערשט זאפארט צוריקגעבן דאס געלט. אבער אצינד דערמאן איך זוך, אז דער ציין האט פון הינטן פארמאגט א לאאאנגע סקרול, אזאנס וואס מען בויערט אין די סוכות. שיין וועל איך אויסזען אז מ'וועט מיר אויספאקן די טאשן און מ'וועט געפינען א ברוינע פארשמעקטע .... אוי די בזיונות.. אבער חברה יעצט קען איך אייך זאגן, ס'איז לכאורה געווען געמאכט פון בליי. און וואו מיין שכל איז געווען צו טראכטן פארקערט ווייסט איין גאט. ווייל אנדערש וואלט מען געפליקט דארט ציינער אין גרויסן. אבער א שארפן שפיץ האט עס יא געהאט. איז באוואפנט בין איך שוין געווען. אין קעיס א גויטע זעצט זיך נעבן מיר.

אאאאון. אנקומענדיג צום געיט איז מיר געווארן שווארץ פאר די אויגן. און שווארץ מיין איך טאקע שווארץ. מיינסטנס זענען געזעסן דארט בלויז שווארצע היטן און רעקלעך. כ'האב קוים געהאט א געלעגנהייט אפירצוזוכן א ארט צווישן די מיליאנע סארטן רייזענדע, און עפעס א רינדעכיגער קאמביין פון א לוטוואק מיט א בריסקער צונויף געקנאטן אין איין קערפער, קומט צו ראלן און ער קלאפט מיר אויפ'ן פלייצע חבר'יש. - מנחה, מנחה? מיין קאפ האט שנעל געווירבלט, וואס זאג איך אים? כ'האב שוין נעכטן געדאוונט? אדער צופרי געדאוונט. קיין צוויי ברירות האב איך מילא נישט געהאט, כ'על במילא פארהייוונט ווערן זיצענדיג אין דעם עיפוש ווי סארדינס. נו זאל שוין זיין א מנחה. קען נישט שאדן. שטעלט זיך צו א הויכער לאקש אהן א גארטל אדער היט. אוי ואבוי. מילא די גארטל, פילייכט האט ער א דיקן פאסיק. אבער דעם היט רבש"ע... די מנחה פליהט דאך תיכף ארויס פון קאפ אויף די קעפ פון אלע כאלאזן און כאלערעס. ?!

איך האב פונדעסטוועגן יא אזויפיהל געטוהן. ארויסגענומען דעם פרישן כמעט אומבארירטן היטעלע פון פושקע. ס'פאסט נישט דאווענען אן א היט. די וואס קענען מיר פון שטאט וועלן מיר נאך באשטיינען צוריקקומענדיג. דער חזן זאגט קדיש און צו מיין ערשטוינונג הייבט ער תיכף אן הויך שמו"ע. ממש ווי געוואונטשן. איך וועל שוין לאנג נישט דארפן שטיין דא. אבער אנטוישט בין איך געווארן ווען ביי מחיה מתים איז ער פלוצים טויט געווארן. גוט קדושה האט ער נאך עספייעט צו ארויסזיפעצן אבער די רעסט צוריק צום נארמאלן שטייגער. הממ. מסתמא האט עס עפעס מיט באבא נחום'ס נוסחאות. מיט מיר זיכער נישט.

וויבאלד איך האב פארמאגט צוויי פיצלעך מיט מיר, האב איך ווי פארשטענדליך געהאט דין קדימה. און די אזוי לאנג ערווארטעטע טירן צום הענגער האבן זיך ענדליך ברייט געעפנט. מיין לינקע האנט ווייטאגט שוין פון אזויפיהל ארויסשלעפן די פאספארטן פאר יעדן דריטן מאן מיט א שניפסל און אנצוג. קומענדיגן מאל מאך איך בעז"ה א הויפן קאפיעס, און נעמט דאס בחפץ לב, צעטיילט דאס צווישן זיך, אבער מיין האנט שוינט ביטע. דער חורבן איז נאך, אז ווען כ'שלעפ ארויס דעם פאספארט, וויל ער דייקא די טיקעט'ס און פארקערט, וויל ער דעם בירגערשאפט. צעדרייט ווי א דריידל. אט זע איך די זעלבע וואס איז בעפאר געשטאנען ביים איינטשעקן און אזוי העפליך געחנפה'ט מיינע קליינינקע. זי באטראכט דעם פאספארט, און באטראכט מיך דורכדרינגליך. קאמאן. דארפסט גלעזער? נישט גענוג איינמאל אונטן. פעמיים אנצווישן, באהאנדלסטו מיר ווידער ווי א נחשד? אקעי. פאר סעקיוריטי ריזנס וויר סעפאסד טו טשעק עווערי. בלא בלא. פראטאקאל. כ'פארשטיי.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פעדער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פעדער די שרייבסט הערליך, גין גאלד.
אבער, טייערער פעדער, די דארפסט דא אביסל סאשעלייזן אויך, אזא געלונגענע כלי וואלט געדארפט זיין אונזער חבר!
ווארף נישט אריין קיין מתן בסתר, זעץ דיר צו צום טיש, קעמענטיר, רעאגיר, לייק, קריטיקיר, שעלט, שפירט אייך היימיש!
מיר ווילן אייך פאר א חבר ;) ;)
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

שליחה דורך פעדער »

קופערניקוס, מיר זענען שוין לאנג פרענדס (בבחי' לא לחנם הלך הזרזיר)
דא דא און דא איבעראל ווערן מיר דערמאנט אינאיינעם. סארא כבוד!!
ביי איינע, זענען מיר אפ', די איינציגסטע לייקיסטן דארט.
נו האסטע שוין. קאמענט, רעאגירונג, א לייק, קריטיק
און אויב איז עס נישט גענוג "זיי מוחל גיי אין דער ערד"!! ;)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

פעדער האט געשריבן:קופערניקוס, מיר זענען שוין לאנג פרענדס (בבחי' לא לחנם הלך הזרזיר)
דא דא און דא איבעראל ווערן מיר דערמאנט אינאיינעם. סארא כבוד!!
ביי איינע, זענען מיר אפ', די איינציגסטע לייקיסטן דארט.
נו האסטע שוין. קאמענט, רעאגירונג, א לייק, קריטיק
און אויב איז עס נישט גענוג "זיי מוחל גיי אין דער ערד"!! ;)

אה געוואלדיג, מיר זענען יא פריינט! אשרינו!
איך שפיר באמת בכבוד צו זיין דיינס א פריינט.
און מה שנוגע גיין אין דער ערד, דארף איך זיך דורכרעדן מיט מיין לייף אינשורענס אגענט אויב יעצט איז א פאסיגע צייט. ש'טייטזעך, ך'דארף (ענדע ך, קרעדיט דבילה) טשעקן ווי נאנט לציון המצויינת איך קען מיר מאמענטאל רעזערווירן.
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

שליחה דורך פעדער »

ווי מער דו וועסט שעלטן אלץ א נענטערע פלאץ וועסטו קריגן. איך האב געשאלטן און שוין זעמער בעסט פרענדס. איטס אלל עבאוט הו סווער'ס בעטטער.
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

שליחה דורך פעדער »

וואס איך האב יא אויסגעלאזט אייך מיטצוטיילן איז אז ביי סעקיוריטי האט מען ביי אונז בארויבט א פלעשל ניוראפין מיטן אויסרייד אז די קוואנטום איז מער פונעם ערלויבטן מאס, און וויבאלד דאס איז אן ארטיקל וואס ווערט נישט פארקויפט איבערן קאונטער, ד.ה. מען דארף נישט א געשריבענעם רעצעפט פון א דאקטער, איז עס נישט ערלויבט דורכצופירן סעקיריטי. פארשטענדליך איך האב אלץ געהאט דעם אויסוועג עס אויסצוטרונקען אויפ'ן ארט... וואס נאר, די רינעדיגע קאמפאט פארן קליינער האב איך צוערשט געדארפט פארזוכן אזוי ארום זיכער צו מאכן אז עס פארמאגט נישט טויטליכע באשטאנדטיילן וועלכע קענען פארמירן א באמבע חלילה. צוליב דעם זעלבן סיבה האב איך מיר אפגעהאלטן פון איינפאקן אויף צידה לדרך די שבת'דיגע טשאלנט, וועלכע טוט אבסאלוט אנטהאלטן כעמישע באשטאנדטיילן און איז בלי ספק אומשטאנד אנצוזייען אומגעהויערע שאדנס עמאנג יומען פאפולאציע.

עווענטועל מאכן מיר שוין טריט אריין אין מטוס. פונקט איז צו מיין שלעכט מזל מיר אויסגעקומען צו שפאנען הונטער א שלאכעריגע הונקערדיגע אידל וועלכער האט מיט זיינע זיבן זעק אנגעמאכט א שווערע פארקער. יעדע וויילע שטעלט ער זיך אפ פארריכטן זיינע פאלעס, און איינארדענען זיינע באגאזשן. איך פון הונטן האָק מיך כסדר אן אינ'עם. פארן אויפשטייגן זעה איך ביים זייט א הויפן צייטונגען. נו אויב איז עס בחנם איז דאך אן עבירה נישט צו נעמען. ס'וועט נישט שאטן צו לייענען וואס טוט זיך אין לאנד. כ'וויל דאך וויסן ווי באקאקט עס איז, דער עסק ציוואס איך בין אט אנגעברייט. שטייט ווידער ביים טיר פון עירקרעפט א איזרעילית מיט א באצירטן שמייכעלע אויפ'ן געזיכט און ווייזט אן וועלכע וועג צו נעמען. א שיינעם דאנק. ווען נישט דיר ווייסט איין גאט וואו צו אלע בייזע רוחות איך וואלט אלס ארומגעבלאנדזשעט.

אבער מיטאמאל. בום. דער זיידעניו פארנט פון מיר. שטעלט זיך אנידער ווי א זאק קארטאפל. ער רירט זיך נישט. וואס איז? ער האט יעצט געפינען זיין ארט. און אזוי לאנג ווי ער פארענדיגט נישט סארטירן זיינע פעק איבערן זיץ, און זיך איינקוואטירן מיט די שיך אויסגעטאן ווי ביי זיך אינדערהיים, איז נישטא קיין רעדע פון גיין ווייטער. יעצט זענען מיר אלע געשטראנדעט. א לאנגע שטרעקע רייזענדע פון דא ביז קאנארסי מיט קינדער און אלטע אויף די הענט, פארשמייערט און פארמאטערט מיט פולע באגאזשן אנגעלאדנט, אלץ מוז זיך אפשטעלן פאר דעם אלטן יצמח, וואס קען נישט א רגע, אריינגיין אין זיין זיץ, אנידער לייגן זיינע שמאנצעס אויפ'ן דערנעבענדיקן זיץ, און אריבער לאזן די נשים וטף פאר א ברעיק. אבער גיי לערן אן אלטן בער טאנצן. וועהה וואס וואו...

איך האב שנעל געזען אז ס'וועט נישט נעמען קיין עק זיינע קאלעצן און פעניעריי. פלינק האב איך אנגענומען זיינע מאכארייקעס און אין איין אויגנבליק זיי פלאצירט אינעם קעבין וואס העכער זיין קאפ. דער לעצטער האט מיר באווארפן מיט ברכות און לויב ווערטער, אז אויב האב איך עפעס גן עדן אויבן, איז עס פילייכט בלויז צוליב אים. שוין מ'האט געטראפן אונזערע ערטער. מ'גלידערט זיך איין. און הופ, אזוי ווי שטענדיג, א פרייע פאמיליע האט געבעטן מיר זאלן ארומטוישן אונזערע זיצן כדי זי מיט אירע קינדער זאלן אלע זיצן צוזאמען. גערן זאג איך, איך זוך דאך צו מאכן א קידוש השם. מילא קומט יעצט אויס אז מיר פארנעמען די צוויי דרויסענדיגע זיצן פון א פענצטער, און די שכינות'דיגע צוויי דרויסענדיגע פון מיטן.

אבער א מענטש טראכט און גאט לאכט. גייט נישט אדורך לאנג און א אידישע-גויטע קומט אן און פארנעמט דעם פענצטער זיץ. קיין פראבלעם, ס'איז א פולע פליגער מיט אידן, כ'גיי נישט מאכן קיין חילול השם. מיר דארפן ווייזן אז מיר אלע היטן דעם זעלבן תורה, כ'וויל דאך נישט פארשווערן מארגן מיין חבר ווען ער וועט וועלן בייטן זיין זיץ צוליב אזא עסק. הייב איך מיר אויף און טויש פלאץ מיט מיין קליינער. נישקשה, וועט ער נישט זיצן נעבן די מאמע. כאטשיג זיצט מיין פיצל (מידל-איילס) יא נעבן איר. איך האב מיך פארשטייט זיך אנטשולדיגט, און איר מסביר געווען אז דאס איז צוליב רעליגיעזע אורזאכן. יא זאגט זי מיר, איך האב עס גלייך ערווארטעט. זי איז אויך געווען א סטוערד ביז פאר א קורצע צייט צוריק. און זי האט תיכף ביים אנקומען פארשטאנען אז איך וועל מיך אויפהייבן, זי פיהלט נישט געטראפן. נו איז דאך אויב אזוי אוודאי גוט. אגב פרעגט זי מיר אזוי, וועלכע שפראך איך רעד צו מיין קינד, ווען מיין ענטפער איז: אידיש, פרעגט זי אויב די אידיש איז די זעלבע וואס אין ארץ ישראל. כ'האב איר אין קורצן ערקלערט אז ס'איז עטוואס אנדערש סיי אין אקצענט און סיי אין שפראך. צוליב עטליכע סיבות. יא!.. ווייל איך קען הערן אז דיין אידיש איז מער ענליכער צו דויטש ווי זייער, זאגט זי.

הממ. קען זיין. כ'בין נישט ממש אין די גוסטע געווען צו רעדן וועגן שפראך איצט. און מיין ווייב וויל איך אויך נישט דזשעליס מאכן... מיין קליינער וואס טאנצט ווי א ספרינדזשע פון זיין זיץ איז מיר מאמענטאל מער געלעגן אויפ'ן געדאנק. מיין קינד האט אזוי פארפירט און געפלאפלט אז זי, האט קענענדיג די סטוערד'ס פון פריער, שנעל ערלעדיגט און באקומען א ליידיגע סיט פארנט פון אונז, און פארשטייט זיך נישט פארגעסן איבער צו חזרן מיין פזמון דאסמאל אויף איר ניגון. זי מיינט גארנישט פערזענליך, "פארקערט יעצט וועסטו האבן ברייט פלאץ פאר דיר און דיין קינד" איך זאג נישט, איך האב איר פעסט מקנא געווען. זי באקומט דארט א פראנט אייל וואו זי קען די פיס אויסשפרייטן. א שאד מיר איז עס נישט בייגעפאלן. וואס אן אמת האב איך יא גערעדט מיט מיין ווייב פון זיך אהין ציען, אבער כ'האב געוואלט ווארטן ביז נאכן אויפהייבן זיך, האט זי מיך אצינד אויסגעכאפט.

אבער מ'קען עס אויך אנקוקן פון א גוטן קוק ווינקל. למעשה, איז נאך בעסער ווי געראכטן. מיין זונדעלע האט שנעל קובע מקום געווען ביים פענסטער, און אריינגעקוועטש'ט זיין נעזל צום גלאז, קוועטשענדיג אומאויפהערליך מיט די נודנעדיגע פראגן. טאטי ווען גייט שוין די עפאפלעין פארן הויעך?.. ער איז געווען אינעם זיבעטן הימל. זעסטו, פון אוועקגעבן פון זיך קען מען נישט שאדן האבן. פריער האט מען געטוישט צופרידנצושטעלן א צווייטן, האט מען אצינד נאר מרוויח געווען דערפון.

אבער ל' לייענער, נישט אפ'חוזק'ן. זי האט אויף יענעם פלאץ אויך נישט מאריך ימים געווען, און הארט נאכן דערגרייכן די וואלקענעס האט זי עוקר געווען צום אנדערן זייט פליגער. אויך א פראנט סיט. ווייזט אויס מיין זוהן האט טאקע געירשנט זיין טאטנ'ס הויכע שטימע... ;)

די רייזע איז געקראכן צוביסלעך צוביסלעך. די קליינע האבן שוין אפגעמיטשעט. שוין אויפגעפראסן די סנעקס און אריינגעצויגן אלע ליקעריש. די איבריגע סענדוויטשעס האבן אויך באקומען זייער תיקון אין די עלטערנ'ס מאגענעס. מ'האט שוין אדורכגעבלעטערט אלע צייטונגען וועלכע מ'האט בחנם גענומען. מ'איז שוין געשטאנען צען יאר אין די רייע ווארטענדיג צו קענען מאכן אן אויסגוס אינעם עראפלאן ביסקיסע. דארט אין רייע האט מען ווידעראמאל געהאט דעם געלעגנהייט צו באקענען עטליכע קוריאזע פארשוינען. אזעלכע סארט אידעלעך וואס פארמאגן נאדלען אין די לאפעס, און ברויכן זיך יעדע וויילע אונטערהייבן פון זיץ אויסשטרעקן די פולקעס. מאכן א שפאציר צוויי ארויף און אראפ די איילס אריינשטופן די נאז ביי יעדען פאסאזשיר וועלענדיג בלויז זיכער מאכן צו ער האט אים/איר שוין געזען פארדעם אינעם טערמינאל, אדער באטראכטענדיג אויס אומבאהערשנדע נייגער אין וועלכע פאזיציע יענער שלאפט. מ'לופטערט זיך אויס די גאטשע. מ'פעיגערט דעם סטוארד יעדע רגע, מאכענדיג זיכער אויב זיי טיילן טאקע מער נישט, קיין ביר...

און עפעס אינטערעסאנט. יעדע רגע האט דער פארשוין פרישע גארביטש ארויסציווארפן, איך וואונדער זיך נאר פארוואס ער לויפט ארום דעם גאנצן פליגער מיט די מיסט אין די האנט אויפזוכן יענע ספעציפישע סטוערד'קע, ווען ער איז אין די צייט שוין צען מאל פארביי געגאַנען דעם מיסט קאסטן. לאמיר גיין פרעגן זיין פרוי צו אינדערהיים איז ער אויך אזוי מחמיר אויף נקיות. צופעליג איז מיר פונקט אויסגעקומען אריינצוגיין נאך יענעם, אינעם ביסקיסע שטיבל, דארט איז מיר שוין גארנישט גוט געווארן. אט איז מיר נתברר געווארן אויף וועלכען שטאפל נקיות יענער שטייט. אזא מין שטינק און דזשארע איבערצולאזן. חרא, עס אנצורופן איז א איידל אויסדרוק. צילן קען ער ווי א רויע פארטיזאנער. אנגעקטנ'ט ס'גאנצע געגנט. כ'האב מורא געהאט צו פלאשן, איך ווייס נישט וואס ער האט אהין אריינגעפאקט, אפשר קען עס נאך אויף מיינע שונאים - אראפברענגען דעם פליגער..

מ'פארלעשט שוין די לעקטער. איך קען נישט שלאפן אין א פליגער. ווער רעדט נאך ווען מיין באָנדעלע, פראוועט סדר נאכט. זי האט ליב צו שלעפן דעם שכנ'ס גלעזער פון קאפ, פארוואס נישט! ווען זיין קאפ ליגט איר אזוי נאנט צו דאס האנט. דער בראשט דאך אריין זיין קאפ אין מיינע דיכטן. ער מיינט טאקע ער זיצט דא אויפ'ן היסב בעט. האאלוי.. אפשר צאלסטו פאר מיין זיץ אויכעט??!! דאס איז דיר נישט פייגעבאלן הא?. הערט אויס. מ'לייענט אביסל, מ'דרימלט א רגע. מיינט נישט, דאס ווייבל האט זיך אויך אירע פארלאנגען און באדערפענישן. אבערווייז אבי מ'האט דערלעבט, די לעקטער'ס צינדן זיך אן, מ'האט שוין געלאנדעט. אההה. אט די קומענדיגע פאר מינוטן קען איך נישט פארדייען. כ'האב עס פיינט עד דכדוכה. יעדער מוז בלייבן אויף די ערטער צעדריקט דעם מאגן אונטער'ן סיטבעלט לחץ. אבער דער פליגער ריקט זיך ווי א 90 יעריגע באבע. און דער פארשאלטענער הויכהילכער הערט נישט אויף זינגען הכי בבית בעולם. דער עולם איז צעלאסט און קלאטש'ט ווי ביי המלך.. אבער דער מעכל הערט נישט אויף ווארענען. העי! קיינער זיך נישט רירן פון ארט . ס'איז א געפערליכע סכנה.. כ'טראכט צו מיר דאס משוגעת איז שוין אריבער אלע גבולים. אז משוגע מאכט קליין וואלט דיך דיין קאפל איבערגעדעקט.

מ'גייט אראפ פון פליגער. די פאספארטן שטימען פיין. ווי נאר זי רופט מיך צו. איז מיר פלוצים מיסטעריעז ארויס פון קאפ דעם פזמון וואס איך האב אזוי געחזר'ט דאס גאנצע צייט - איני מכיר. און בטעות פארנויג איך מיר מיט א העפליכן העלאוי אויף די לעפצן. זיכער האט דער יצר מיר אפגענומען דאס לשון. פיין. זי סטעמפט. הויבט זיך אויף זיכער מאכן אז איך פארמאג א עכטע בעיבי אין קערידזש. און אזוי שטייענדיג דארט ברתת ובזיעה. בשעת ווען זי באטראכט מיט ערנסקייט דאס ענגע משפחה'לע וואס ווארט זייערע פאספארטן באשטעטיגט צו ווערן. פיהל איך נישט מער און נישט ווייניגער. א משולח שלעפט מיר ביים עלנבויגן. איך דריי דעם אויס דעם קאפ אזוי האלב. און יענער האט די העזה מיר צו שטעלן פראגן.. כ'געדענק אפילו נישט וואס. אבער ס'איז געווען מסתמא אזא פראגע ווי - העי, וואס שמירסטו אויף די ברויט? פינאט באדער אדער אוואקאדאו... אזא מין בוטאנק. כ'מיין. דער האט דאך שכל ווי א ראזשינקע.. ווי האסטו נישט מורא צו רעדן צו מיר אינמיטן אזא הייקעלע פראצעדור.. ווי איז בכלל דיין דרך ארץ פאר מיר? וואס ווילסטו ? מ'זאל מיר צוריק שיקן קיין ענגלאנד? איך בין דאך פון דארט אנטלאפן טאקע וועגן אזאלכע פאראזיטן ווי דיר!! קומען קלאפן מיט די הענט אין פנים אריין, אינמיטן א פארדביקה'טע רפאינו... און יעצט קומסטו מיר דא קלעפן??
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

שליחה דורך פעדער »

מקומ'ט ארויס פון טערמינאל אין ישראל מיט די פעק און זעק. א פארגעשריטענע מדינה אין באבן אריין . די וועגעלע האט זיך איבערגעקערט אינמיטן וועג צוויי מאל, און עס צו מאנערווירן האט מען געברויכט זיין א טייס אין צבא אפאר יאר. ס'האט זיך געוואקלט ווי א לולב ביי א חסידישן איד אינדערהאנט. ווי נאר מ'קומט ארויס האט אונז שוין אפגעווארט דעם ערשטן קבלת פנים. עפעס א פרייע אידענע האט גע'בוכה'ט אויפ'ן טעלעפאן, און געשריגן אזש ביז פאלעסטינע האט מען געהארכט איר געוואלדעס. מ'קען מיינען. לכאורה האט איר בוי פרענד איר געדראפט. מסתם אויך אזא דראגי ווי זי קוקט אויס. אזאנע יעלות צו מאכן צווישן מענטשן.. אבער כ'האב באמת מיטלייד געהאט מיט איר.

קען זיין ס'איז איר טאקע עפעס א ביטערע אומגליק געשען. צו חלילה איז איר געשטארבן א טויטן. ווייסעך וואס נאך גאט זאל באהיטן. אבער דאס איז זיכער, ס'נישט דאס ערשטע מאל איך פאר מיט א פליגער און קיינמאל האב איך נאך אזאנס נישט באגעגנט. א פרוי אין אירע מיטעלע יארן זאל שטיין און ברעטשענען ווי ביי שמע קולינו ביים הויפט אריינגאנג פון לופטפעלד דארט ווי טוריסטן פון איבערע'ס וועלט שפאצירן ארויס צום ערשטן מאל אויף די פרייע לופט אין לוד.. הער צו כ'האב נאך מאדנע זאכן געזען דארט. וו.צבש. אייניגע רוסישע-ישראלים מיט פלעשער ביר און ציגארן צוגעקלעפט צום האנט, שמוציגן אן דאס פלאץ.

בכל אופן. מ'קאלט אן דעם דרייווער און פון צווישן זיינע דיקע פאררייכערטע מסתמא געלע וואנצעס פארשטיי איך קוים אז ער געפינט זיך ערגעצוואו נעבן טערמינאל און ער ערווארט לכאורה איך זאל אפשר מיט רוח הקודש צוטרעפן ווי ער שטייט פארקירט. רבותי ער האט מיר ארומגעדרייט ווי א האזל ארום דעם טערמינאל. אריין אין דעם טיר, ארויס פון יענע טיר, גיי אויפ'ן צווייטן שטאק, און צוריק צום גראונד פלאהר, איך בין דא, יעצט האב איך געמוזט פארן דארט. ממש א כף הקלע. כ'האב מורא ס'קומט זיך מיר א שטראף פארן אפלאכן אינהארצן פון די צעבראכענע נשמה וואס האט נעבעך זיך אויסגעגאסן דאס הארץ פריער ביים טיר. מער נעם איך מיר פאר, וועל איך נישט לאכן פון יענעמ'ס צרות. אבער דא העלפט מיך עס נישט צופיהל. איך דריי זעך און פריי זעך.. נישט געפינענדיג דעם בהמה. ס'וואלט שוין פיהל גרינגער געווען צונעמען א טעקסי ביז זיין קאר. דו חמור שריי איך אים, פארוואס מיינסטו צאלט מען דיך דיינע ראציגע שקלים זאלסט מיר ארומדרייען ווי א כפרה הינדל אין תל אביב? שנעל פעקל דיך אהער אויב ווייסטו וואס איז גוט פאר דיינע רעדער..

אבער דער אייסערט זיך, און פון הינטער די וואנצעס קען איך הערן קנוילן רויך שפארן ארויס פון זיין מויל. זיין עברית האב איך שווער פארשטאנען ווייל דער האט געהאט א מאנגל אין ציין. האב איך איבערגעגיבן דעם סעלפאון פאר איינע פון די רוסישע גרעבליכע צוגעסענע פענימער. יענער מיט הוויות און אפאר רוסישע קללות איז מיר אין קורצן מסביר דעם ענדגילטיגן וועג. איך קום ענדליך ארויס פון ריכטיגן ארויסגאנג. און כ'פאל שיער חלשות, א ווייסע פארפלעקטע צעמזיקטע ווען האט אונז אפגעווארט. ס'האט אויסגעזען ווי א פארענדיגע מיסט קאסטן. איך האב געברויכט אריינשטופן טישוס אין די נאז לעכער די גרוך פון ציגארעטן זאל מיר נישט דערווערגן צום טויט. אויסגעהאקטע שויבן, אפגעטרענטע זיצן, ווער ווייסט ווער ס'האט זיך אלץ געריבן דאס תחתון דערויף.

אלע סיטס אחוץ די פראנט און איינס הונטער דעם, זענען אויסגעפליקט געוועזן. און ווי כ'האב געקוקט האב איך נאר געזען שימל פאר די אויגן. דער דרייוער איז געווען א טאטאלע מעסס. א צעפאטשקעטע נשמה. צופעליג א פיינער פרענק, אבער אויסגעקוקט ווי א שמות באקס. דאס גאנצע פנים איז באוואקסן געווען מיט קאלירטע ציגארעטן האר. אה, אמאל איז עס ווייס געווען. ווייזט אויס אז אויף יעדן ליידיג ארט האט אים ארויסגעשפרינגען האר. און דער בלאזט שוין יארן ארויס רויעך נאר פון די נאז. אנדערש קען גארנישט געמאלט ווערן. ער שפרינגט ארויס פון זיין זיץ ווי דער ווילדער שאול יצחק. הייבט אויף מיינע באגאזשן ווי זיי וואלט געווען שמוציגע ווינדלען און טראסקעט זיי אריין פון הונטער זיין טרעקל, פארקלאפענדיג זיין טיר דערויף איין מאל און נאכאמאל, אזוי פינף מאל ביז זי האט געקליקט. ווען אינצווישן רעכנט ער אויס די עשר מכות אויף די לעפצן בל' דצ"ך עד"ש באח"ב. נאך אזא באהאנדלונג איז א וואנדער די טיר האט זיך בכלל פארמאכט.

מיר געט ער דעם כיבוד זיך צו זעצן אינפארנט. מ'שטיינס געזאגט. א געוואלדיגע חשיבות. כ'באקום דעם כבוד צו זיצן נעבן די רעבע אליין. ער הופקעט אריין צום דרייווער זיץ און באאאאאאאאם. דער טענדער צעקרעכצעט זיך. און יאללא. מ'איז אויפ'ן וועג. איך בעט אים עפענען די פענצטער, איך פארלייד פשוט נישט דעם ציגארעטל שטינק. ער עפנט גערן. ביי זיין זייט פארמאכט זיך עס קיינמאל נישט. די ווארעמע לופט פונדרויסן האט א זעץ געטאן אין געזיכט. איך קוק ארויס צום טונקעלן נאכט. די באלויכטענע שטראזן וועלכע ווארפן א שטיקל שאטן אויף די ארומיגע בערג און אויגפארכאפנדע פארנאראמעס מאכן מיר וואונדערן אויב די דרייווער האבן אמאל א טשאנס צו קוקן דערויף ווי מיר. לויט ווי ווילד די אויטאס ארום מיר פארן אבער פארביי, קוקט נישט אויס אז יא.

מיטאמאל מערק איך אבער אז דער אלטער פרענק פארט ווי אזא מעקעלע, אז ס'איז שוין שנעלער צו וואקן ביז ירושלים. אה ער קריכט ארויף א בארג יעצט דערפאר בכדי צו שפארן גאז רוקט ער דעם קלאטש אויפ'ן צווייטן גיער און טראכט בלויז פון גיבן גאז... דאס איז שוין א חוצפה. דערווייל בליטשקען די קארן מיט די לעקטערלעך, מ'ווערט נערוועז. מ'בלינצלט פון אלע זייטן, ער האט יעדעם איינגעמיירעט אין בוזעם. א פרענק בלייבט א פרענק. און איך זיץ און ווער צעקראכט פון די א.ג. ראדיא וועלכער באמבעט אן אויפהער שוין זינט מ'איז ארויס פון לוד. א איין מאן בענד ראדיא. קוקט אויס ווי ער לייענט פון א גליון ארויס. און צעווישן די מעלדונגען כדי נאכצומאכן bbc לאזט ער הערן פאר א הינטערברום אינאיינעם מיט זיין אויסשרייען דעם אייגן פאבריצירטן סטאנציע נאמען - א ציטאט פון יו"ט ערליכ'ס א תנועה .
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

שליחה דורך פעדער »

מ'איז נאך אלע טילטולים און דרייענישן וואס דער אלטער טענדער האט אונז אנגעשאפן אויף די וועגן - אנגעקומען אין געגנט פון ירושלים. ער גייט אראפ פון הייוועי אדורכדעם עקזיט מיט די ווייסע שיינע געהאקטע שטיינער ביי די זייטן. איך גלייך שטארק דעם געדריי פונעם וועג אריין קיין ירושלים ארויס פון כביש מספר אחד. (אויב כ'בין מיך נישט טועה) מ'פארט אדורך די קלייטן אויף ירמיהו און מ'הויבט שוין אן מערקן דעם געטימל און געפילדער. די שמעק אין די לופטן פון די חמס-טחינא-חריף קען מען אנטאפן..

יעדע וויילע לויפט א צווייטער אריין אינמיטן שטראז פארנט פון אונזער נאז. אפגעזען א אינגל אדער א מיידל, קוקט נישט אויס ווי זיי געבן א ש... מאדנע וואס טראכטן זיי? איך הייב אן פארשטיין דעם וויץ: די ירושלימע קינדער זענען אזוי זיס, אז מ'קען זיי ממש אויפעסן, ווען זיי ווערן עלטער זאגט מען א שאד מ'האט זיי נישט אמאל אויפגעגעסן. אבער די פקקים וויאזוי זיי רופן עס צעפלאצן מיר אינגאנצן. און די איזראעליס ווייסן נישט קיין גרעניץ פאר חוצפה. זיי שניידן אריין ווי ס'לאזט זיך. בלויז עמיצער וואס איז שטום נוצט נישט דעם פייפער נאכאנאנד.. דער באוואקסנס ביים רעדל נעבן מיר שלעפט שוין צום צענטן מאל א פאפיראסל פון פושקע. און קנוילט ארויס פון פענצטער.

די ראוד'ס זענען היפש צואקערט, און יעדע דריטע אויטא איז באצייכנט אלץ משטרה. אבער איך פייגער פאר די מדינה ליידער. עפעס די הרגשים צעשפילן זיך מיר ווען כ'זע ווי שלאנקער סאלדאט מארשירט מיט גרינע מונדירן, א קאפל אויפ'ן קאפ און א תהילים אין האנט. לאז געמאך דעם שרעק-אנווארפנדן ביקס וועלכע הענגט פון די פלייצעס אראפ אויף די לענדן. פארפאלן. ציוני, זאלוני, ארוני.. א איד בלייבט ער. און זיין מוהל האט געהאט די זעלבע נעגל ווי מיינע. ווארשיינליך האבן אפילו ביידע געמאכט מציצה בפה. זיינס אפשר בעסער ווי מיינס..

אבער מ'דארף נישט גיין ביז אהין. אלע שילדן זענען אויף אידיש.. כמעט. דא און דארט זע איך אפ' האַט.. האַט.. בקיצור, זיי זענען גארנישט אזעלכע רוצחים! ווען יא וואלטן זיי געשריבן. חרדים מהרו! און איי לאוו.. די וועג וויאזוי יעדער פארבייגייער, צושויער, ארימע שלעפער, קינד, באבעלע, וועט דיר אנבאטן פרייע הילף אויף וואס נאר אימער. אזוי גוטהארציג.

גיי אויפ'ן גאס און הויב אן שטופן מענטשן און איבערדרייען קאווע גלעזלעך, כל זמן דו זאגסט סליחַה..סליחַה..!! הויעך און קלאר, וועט דיר קיין שלעכטס נישט טרעפן. סליחה ווירקט ווי א צויבער ווארט. וואו האב איך עס געלערנט ? אין אומאן. שטיקער קעיק, גלעזער פטל, אין מענטשנ'ס פענימער. פויסטן מיט דיכטן, בריקעס און ציפעס, אזש צומאל ביז פרעסק.. אבער "סליחה" דאס איז דער סוד פון הצלחה. אפ' 'איים סארי' וועפט שוין אין פארגלייך צודעם.

צום ביישפיהל שטייט א מיאוסע פרענק און בייזערט זיך אויף מיר מיט די פויסטן אנגעראכטן און די נאז לעכער צועפנט בלאזענדיג א רוח שאינה מצויה. ער איז גרייט מיך איינצושלינגען. איך שטעל אן א אומשולדיג פנים. א נעבעכדיגע געזיכט, און געבראכענערהייט פארנויג איך מיר: סליחה אדוני! סליחה.. אהה. טוב. יאללאה. רק אמרתי.. בפעם הבאה תזהר.. איך בין שוין לאאאנג אוועקגעפלויגן פון דארט. אוי ר' נחמן האט דאך אזעלכע פיינע מענטשן וואס קומען אויף זיין ציון. הלוואי אלע פרענקן פון ישראל גייען אהין. וואלט איך געהאט א בעסערן וואקאנץ.

ער האט שוין עפעס א וועג געטראפן, און מיר אין טענדער האבן גענוי אויספלאנירט וויאזוי מ'גייט זיך דעם ערשטן טאג איינגלידערן און זען ווי מער אריינצוכאפן אבער אין די זעלבע צייט נישט ווערן אויפגעהאלטן דורך אלע געסט וואס גייען שוין אזוי אויס זיך צוטרעפן מיט אונז, די קינדערלעך. לאמיך לעבן. כ'דארף מיר ערשט גוט גוט אויספאפן, אויסבאדן, און אויסטשוכען. נאכדעם וועל איך האבן כח פאר י-ע-ד-ע-ם איינעם. אבער פארשטענדליך אז די עלטערן מוז מען דאס ערשטע טרעפן פאר אלעם. אקעי. די ווען שטעלט זיך ביי אונזער דירה, ס'ווערט מיר שלעכט, די הארץ קלאפט ווי א פלאטערל.

כ'ווער געוואויער פון פאמיליע אז מיין דירה איז פינף שטאק הויעך. ווען דו פרעגסט מיר, העלעך דיר זאגן. פאר מיר האט קיין בעסערע נייעס נישט געקענט קומען. איך ליבע שטארק די טרעפן צולויפן. גענוג וואס מ'זיצט אין קאר טאג און נאכט. אזא לוקסוס איז טאקע געקומען אומגעראכטן. אבער נעבעך די ווייב און קינדער דאס איז שוין נישט כדאי. א שוואכע נחמה איז געווען א שמאלע צעדריקטע עליוועיטער (לופט) און ביז אהין איז אויך געווען א צענדליג שטיגן צו טלעפעווען.
נו. א פרייז מוז מען באצאלן פארן וועלן וואוינען דוקא אין א קוואטיר עראונד די קארנער פון די עלטערן. און פאר א צוגענגליכע פרייז. במילא איז עס בלויז צום שלאפן.

א שורה קארן וואויווען און קוויטשקענען, סליחה! אבער איך בין א ענגלישער, און מיר צייכענען זיך אויס מיט געוואלדיגע רוהיגקייט אויסגעגאסן אויפ'ן פנים. דער דרייווער ברומט ארויס, מ'זאל זיך צו-יאגן. קוקט נישט אויס עמיצער הערט אים אויס בכלל. מ'פאקט אויס די באגאזשן. טוט זיך תיכף א חיבוק ונישוק צווישן פאמיליע מיטגלידער. דערוויילע שלעפט מען די רענצלען און מ'נעמט א שטיקל צייט זיך איינצוקווארטירן און אלץ מסדר זיין. ביים ערשטן געלעגנהייט דערזע איך מיר ארויס. דער פאטער קען זיך קוים אויסווארטן מיר צוזען. ער וואלט שוין לאנגט געזאלט זיין אין געלעגער. באלד שטייט ער שוין אויף. איך הויב אן שפאנען צום ריכטונג פון תולדות אהרן פון כיון-גאולה.

און נאך חבקוק פאנגט אן ווערן טריקי. ס'איז דאך קענייענעהארע אזויפיהל דא צוזען אבער צו וואקן אויף די מאה שערים געסאלאך איז א אפקומעניש. די היגע הערן נישט אויף מיר אראפצושטופן פון טראטואר, און אז איך טרעף מיר נאך אן דערצו מיט א קערידזש פון א ירושלימ'ער "קינדער געבענטשטע פאמיליע " אנטקעגן קומענדיג, און א טעקסי פון הונטן, אדער א גרופע מיידלעך וואס מוזן שטענדיג אויסגעשורהט אין איין ליניע אנשאט איינע הונטער דאס אנדערע - בין איך טאקע אויף געהאקטע. ביז כ'האב מחליט געווען. יהיה מה שיהיה, איך נעם ארויס דעם סעל פון טאש, און הייב אן רעדן צום אפאראט אין לעכל אריין- און רוק זיך נישט אפילו פאר נאפליאן אליין. ס'האט גראדע גאנץ גוט געעארבעט. מענטשן זענען געפלויגן ווי זאנגען. אין איין פאל האט א ריזיגע בא'קאַפטנ'טע אינגערמאן געכאפט א טבילה אין א קליין רעגן וואסער טייכל. ווען סליחה האט נישט געארבעט האב איך פארשטאנען אז ער באלאנגט צו נטורי קרתא. נו אים וועט נישט שאטן א טונק אמאל.

איך האב אבער אויפגעפאסט א מאדנע ערשיינונג. ביז מאה שערים איז דא אלע סארטן געשעפטן, קלייטן, קראמען, קיאסקן, בעקערייען, וכו'. אבער עפעס אין מאה שערים גייט עפעס אלץ אויף "יד השנייה". דעם ערשטן מאל אין א"י האבן איך דאן געמיינט אז דאס איז עפעס א ברענד נעים אויף א גרויסן קייט פון געשעפטן... ווי אויך מערק איך אז די ריינקייט און שיינקייט איז דראסטיש געפאלן אין פארגלייך צו די גאולה געגנט.

אינטרעסאנט איז. אז אייביג זע איך זיי דארט זיצן. די 'צווייט חברה' שפילן שאך אין דעם ייד השניה מעבל געשעפט. זיי זעען אויס ווי אויסגעשניצט אויף די בענקלעך. כ'האף אז זיי האלטן נישט נאך ביים זעלבן שפיהל ווי פאראיאר. שפעטער הער איך אז דארט קומט אפיציעל פאר שווערע פארצויגענע שאך פארמעסטן און אפטמאל קען צווישן די גענגערישע צדדים גאר אויסברעכן געשלעגן און באטלען ווארפעריי.. אראבער מיט ישראלים. אפילו די פאליציי איז שוין אין די פארגאנגענהייט ארויסגערופן דארט צו אינטערווענירן.
פעדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 136
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:49 am
האט שוין געלייקט: 78 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 291 מאל

שליחה דורך פעדער »

ווען עס קומט מיר אויפ'ן געדאנק וויאזוי א שבת אין אר"י האט אויסגעקוקט ווערן מיינע אויגן פייכטליך און נאסטאלגישע געפיהלן לויפן אדורך מיינע ביינער ווי עלעקטערישע שטראמען. אנגהויבן האט זיך עס שוין באמת נאך פרייטאג נאכמיטאג ווען מ'יאגט זיך מיטן האנטוך איבערן ארעם צו דזשופניק מקוה. גיי ווייס פארוואס די אלע ישראלישע פויערן און בארוואנעס וועלכע מ'זעט נישט פאר די אויגן אגאנצע וואך, שוין אפגערעדט אז אין א מקוה טרעטן זיי נישט אריין. אבער דא אין דזשופניק זענען זיי פון די עשרה ראשונים. מיין סעלפאון הערט נישט אויף קלונגען ברציפות פון בערל און שמערל זיי ווארטן שוין אומגעדולדיג אויף מיין אנקום. דערווייל זאג איך זיי. ווערט נאקעט, ווייקט'ס איין די בעזימעס אין די מים אחרונים שיסלעך און פארכאפט א לעכל אינעם אינווייניגסטן צימער.דר'עיקר לייגט נישט לחץ.

איך האב שוין פון לעצטע מאל זיך געלערנט אויף מיינע פולקעס. דא אין אר"י ווערן אלע מקוואות פארשלאסן און פארריגלט נאך איידער וואס ווען וואו. פארגאנגענע מאל בין איך ארומגעלאפן ווי א אבל אין די ניין טעג. ס'האט מיר געביסן און געקראצט ווי א בינען שטאק. כ'האב נישט מער ווי געכאפט א קורצן פעיפל לכבוד שבת און אויפגעשטאנען צו א גענצליך אנדערש אויסזעענדע מאה שערים. א מאדנע שטילקייט. בחורים'לעך מיט נאסע פאה'קעלעך און פלאסטיק זעקלעך מיט אזעלכע סארט אויפשריפטן דערויף - ווי זול בגדול א"נ - לויפן מיט פלינקע טריט אין אלע ריכטונגען, ווערנדיג שנעל פארשוואונדן צווישן די וועגן און שטעגן וועלכע שנירלען זיך איבער אלע שכונות/קווארטלען אינעם געגנט - פארקורצענדיג די פילצאליגע געסעלעך פונוואס דער הימל-שטאט איז צוזאמגעשטעלט. מ'דארף נישט זיין קיין מבין צו מערקן זיינע שווארצע פאר זאקן ארויסשטעקען פון צווישן די ווייסע שמוץ וועש... צו וויסן אז דער איז שוין א גמקווה'טער. וועלכער ירושלימיער בחור גייט דען מיט שווארצע זאקן שבת?!

א פארסאפעטער לויף איך ארום פון מקוה צו מקוה, אבער אלץ פארקלאפטע טירן. כ'מיין, דער באדייט איז דאך פשוט ומפושט. עמיצער וואס גייט אין מקוה סתם זעך צו רייבן און קראצן איז דאך אן איינפאכער עבריין און ליידאק, אריין און ארויס פלעג מיין זעליגער פאטער זאגן. אלזא א אמת'ער ירא שמים נוצט בכלל נישט דעם טוש. ווי מ'זעט טאקע אין תו"א און דאכצעך מיר אויך תוא"י, אוואו עס איז דער מושג בכלל נישט פארהאנדען. א טוש? מאן דכר שמיה. מ'קומט אריין, א ענגע צאל צעלעכערטע בענק. טוה דיך אויס ווי אין לאגער, יעדע מלבוש געהער אויף א באשטימטע ארט. דאס היטל און אויבער ראק אינדרויסן - אויב ביסטו גענוג לאקי, נאך צוטרעפן א הוק. דער קאפל לאז איבער אומבאדינגט, פאַר נעבן בור. די אויבערשטע בגדים צעטייל ע"פ קבלה, מהם על הגב ומהם על האצטבא.. און די אונטערשטע – וואלט מען בעצם אויך געברויכט מיט-טובל'ען ווען וועלט וואלט געווען וועלט. אבער היות ס'נישטא מער אפר פרה, באגענוגט מען זיך מיטן הענגען אויף די העקעלעך אינדרויסן פון בור.

עס הערשט א חושך מצרים. דא האט זיך ווארשיינליך דאס קהל שטוב איבערגעקערט. א טייל האבן געהאלטן אז פארקערט. עס ברויך זיין ליכטיג כדי צו פארמיידן צוזאמענשטויסן גאט באהיט. ווידעראום דאס אנדער טייל האט שטייף אפגעווארפן זאגענדיג "ווי קען מען מתיר זיין מיטן אויסרייד אז ס'דא א מועט וואס דארף עס, - ווען אין די זעלבע צייט פארקאליעסטו דעם רוב וואס איז נעבעך אומוויסנד און הילפלאז.. מכריע געווען דעם שווערן איתתפקתא האט דוקא דער גזבר בדק הבית ווען ער האט אויפגעדעקט אז אדאנק דעם וועלן די קאסטן אויפצוהאלטן דעם מקוה און הויפטזעכליך דאס היגיענישע חלק – אסאך ווייניגער זיין.

און איך האבענדיג אן אויסגעצייכנטע זע קראפט קען מעיד זיין. מים אין בו אבל נחשים ועקרבים יש בו. געשטינקען האט עס אבנארמאל. א אומהיימליכע ווארעמקייט האט אויפגענומען דעם אריינדרינגער, די ברוינע כוואליעס וועלכע האבן זיך אנגעקלאפט אין די גרויסע קוגל'דיגע בייכער האבן געשיקט שווערע איבלענדיגע גרוכן אין די נאז לעכער, און די ווענט זענען ווי דעקארירט געוועזן, אין א גליטשיגן מאטריאל. טרעטנדיג אויף די באלאטעס אינעם בור האט זיך געפיהלט ווי שפאצירענדיג אין א ווארעמע קארטאפל קוגל. און טראצדעם וואס כ'האב נישט געקענט זען די וואסער אזוי קלאר האב איך אבער גאר וואויל געוואוסט וואסערע דיקע שיכטן האר און דענדראף'ס שווימען זיך רוהיג אין בור, און מיט אנגעצונדענע לעקטערס וועט מען וואו מ'קוקט נאר זען מיליאנע טריליאנע קליינע ווייסע באליס כחול הים.. סימפל עז איט איז. א דענדראף מקוה.!

און ס'רוב דארט האבן זיך ניטאמאל אפגעווישט. א האנטוך איז מ'שטיינס געזאגט שוין אויך צו א גרויסע לוקסוס פאר זיי. די גאטשעס זענען פארפלעקט געווען מיט גרויס נאסע וואסער פלעקן. אקעי לעט'ס קאט איט. די זכרונות ברענגען מיר נישט קיין טהרה. און לאמיך מדגיש זיין. כ'בין שוין נישט געווען דארט יארן, טא קען אפ' זיין אז זאכן האבן זיך שוין געענדערט.

לענינינו. האב איך טאקע נישט געפונען דאן קיין מקוה ליידער. און דער טומאה האט זיך דערקענט אויף מיר דורכאויס דעם גאנצן שבת. אפ' חתם סופר אין אונגארישע הייזער. (פארלאנגט זיך אויך אן עקסטער ארטיקל.) יהא זכרונו ברוך. איז געווען אויסער די פיקטשער ווי מ'זאגט. היינט איז עס מער נישט דארט. וואו ווייס איך נישט. אבער מ'קען עס נישט זוי דורכלאזן אן אביסל מרבה בשבחו זיין. איי, די טושן דארט, האבן א מענטשן געקענט אדורכשטעכן לנתחים. די קראפט און זרם איז עפעס אומבאצאלבאר. איך בענק מיך דערצו. קליינע קארצער סטיל טושן. שוואכע לופטיגע ווענטלעך צעשיידן איינער פון צווייטן, יעדע רגע כאפ איך א פליק פונעם שכנ'ס ווענטל, ער האט זיך צעפייערט, און פארלוירן גלייכוויכט. וויאזוי די גראבע געבן זיך א עצה איז מיר שטענדיג געבליבן א תמיה.

און דער בור מאמאמיא.. א היץ פון נהר דינר. פלעג ער זיך בראטן דארט פאר שעות לאנג. געווען איז ער דער באפימפלטער פלייצע. אזוי האב איך אים א נאמען געגעבן. א הויכע פעט-פליישיגער סאברא. מיט א קול פון א אור אלטע סובערבן. א טונקל-געלער שנויצן און בלאטערלעך אויפ'ן גענאק. הונטערן קאפ האט ער ווי פאר א באנוס אויך פארמאגט אפאר הענגעדיגע טרויבעלעך. כ'האב מיך אלץ געוואונדערט אויב דאס וואקסט ארויס ביי די פופציג אדער מ'ווערט דערמיט געבוירן. און פארוואס ער קען נישט הייסן זיין אינגל דאס אפפבייסן. כ'מיין ווען איך זאל ווען אום גאט'ס ווילן פארמאגן אזאנס, וואלט איך נישט ארויס פון שטוב. נו.. גערעכט איז ער, קיין איידעם דארף ער מער נישט ווערן. יעדע פאר מינוט האט ער ארויסגעאטעמט מיט פארלייכטערונג אההההה... און די וואסער האט שטיל וויבירירט.... ער איז ארויס פון בור רויט ווי א טשילי פעפער.

דאס ערשטע מאל איך האב מיך אנגעשטויסן אין א מקוה שמש וואס האט מער ווי א אונס שכל אין קאפ. איבערן השקה שטאפער אין די הייסע מקוה הענגט א צעטל בערך מיטן פאלגנדע נוסח. ביטע נישט ארויסשלעפן דעם שטאפער, עס צעברעכט דעם פילטער. די מקוה איז אונטערן השגחה פון א דיין המכשיר וואס מאכט זיכער עס זאל זיין אויסגעהאלטן הונדערט פראצענט. כ'קען נישט קיין הל' מקוואות אבער כ'האב שטענדיג פיינט געהאט די וואס שלעפן אייביג ארויס דעם שטאפער. ס'ברענגט אריין די פארעיפושטע קיהלע וואסער צו מיר אין שלאף צימער. און דערנאך גייט עס געווענליך מיטן זעלבן נוסח. אט אזוי בערך: דער הייליג איד שלעפט עס ארויס, און הייבט תיכף אן מיט ווילדע טויכונגען, צעשאקלט מיינע געדערים, מישט דעם מקוה ווי א צונאמי, און האט נאך די געמיינע העזה מיר אנצושפריצן מיט זיין קליינעם פינגער וואס טאנצט נאכאנאד ארויס צום אויבערפלאך... שפעטער, ער איז שוין אויסגעשחטן. ברויך אביסל רוה. גראדט זיך אויס דעם רוקן, פאנגט אן פוצן די נאז, קראצן די נעגל, רייבן די אויגן, שליקערכצן דאס העלדזל, און ער איז מיר נאך אינגאנצן פארדביקה'ט. ווען כ'וויל ער זאל זיך רוקן ווייל ער פארשטעלט מיר דאס ארויסגאנג. ברויך איך אים ליידער פיזיש אוועקשטופן אינדערצייט וואס איך דארף אובאכט געבן איך זאל נישט בטעות ווערן באלעסטיגט .

אבער פארט איז קיין זאך אין ישראל נישט פולשטענדיג פערפעקט. אינעם אינווייניגסטן צימער ווערט מען פוטש פון די טראפן וואס טריפן פון סאפיט. מ'קען זיך מיט זיי נישט אויסרעכענען. דעריבער מוז מען זיך פלאצירן אינעם דרויסנדן צימער וועלכער פלאגט זיך מיט אנדערע חסרונות. די ערד האט נישט קיין גומי טעפיכער, מילא איז עס כאטש גוט אפצוווייכן די פארהאסטע פיס קראצער פון דאנעט. אבער דאן ווערט א מין חאזעריי און בלאטע, און געקומען בין איך מיט איין האנטוך פונדערהיים. אלזא בין איך ממש פארלוירן. ווי קען איך שטיין מיט בארוועסע אנטבלויזטע פיס אין אזא קאַקעראציע? און מיין האנטוך איז צו ריין אראפצוגיין אזוי נידעריג. פרעג נישט, דאס איז נאכנישט אלעס. א קעלט ציפט דא ווי אין רוסלאנד. כ'שפיר מיר ווי א קאצעטניק אין טבת אויפ'ן פרייען הימל אינדרויסן פון באראק. דער עיקר אבי מ'רייסט 18 שקל פאר א מקוה.

און יעצט בין איך שוין טאקע צוריק צום הוה. די טריט זענען געוואנדן צו דזשופניק. כ'קום אן אהין. האט מיר שוין אפגעווארט איינער פון די גענג, מ'דארף נישט קיין מקוה קארטל, יענער האט פראטעקציע, גיי ווייס וויפיל מאל ער האט געשמיסן דעם שומר הפתח א וואך בעפאר. אויבן איז א מהפכה א איבערדרייעניש. מ'האט אזויפיל גערעדט פון דעם דזשופניק שוויץ.. יעדער משולח וועלכער איז געקומען צונונז צופארן האט שטאלצירט מיט דזשופניק. רעד שוין נישט פון די אלע שנארערס וועם איך האב געשמיסן ביי אונז אין לאנד. פלעגן זיי מיר זאגן ווען די שמאלץ רינט זיי אויף די לעפצן: צדיק! ווען דו וועסט באזוכן אין לאנד, זאלסטו אומבאדינגט קומען קיין דזשופניק.. איך וועל דיר שוין באצאלן אזאנס און אזעלכץ.. יע יע . כ'קען די אלע מויל מאכערס. אצינד שטיי איך דא. איך בין עדות דערצו. און ס'כאפט מיר אן עקל און אפשיי. אלץ דזשומעט אוועק. א עלעקטעראנישע אויגעלע סקענט דיר דעם תחתון. צו זען ווי אלט דו ביסט. זעט אויס א געוויסע סארט אומזעבארע רעגיסטראציע קארטל האב איך יא דארט. אצינד ווייס איך שוין פארוואס מיין רבי האט מיר אזויפיהל געפראקט, מיין לייסנס האט געהאט אפגעלאפן. וואס אן אמת האב איך מיר געוואלט אנטוהן און אפפיצן פון דאנעט. אבער די חברה'לייט האבן נישט אפגעלאזט.

רבותי ווען ס'קומט צו א שוויץ בין איך א שטיקל מבין. און איין זאך קען איך אייך זאגן, גארנישט דארט איז ריכטיג געווען. אלץ קאפויער פונוואס מ'האט מיר געלערנט. יעדער דרייט א קליין געלע שוואנצעלע אין א פייכטע קליינשטיג טעפעלע מיט אביסל זייפיגע וואסער. אינעווענדיג איז ווי א פליישיגע טשולנט מיט צעדריקטע קארטאפל. גראבע סאברעניקעס ליגן אריינגעדריקט ווי כפרות אין קליינטשיגע קיוביקלעך מיט די פנים צום וואנט, אלע אויף די קניהען. אזש מיר קוקט עס אויס ווי א רייע אויסגעשטעלטע קאנאנען און הארמאטן אויפ'ן בעלארוסישן פראנט גרייט אויסצושיסן יעדע וויילע. כ'האלט מיך אפ פון אדורכגיין בין הבתרים.

איבער יעדעם, שטייט א נוגש איינער אויף דער ערד, א צווייטער א שטאק העכער – און דרייט מיטן בעזים. און די קיעהן פון אונטן ברומען ארויס. אהה.. אהה. וויש וויש.. וויש וויש.. און אינעם טיפערן צימער שפילט זיך אפ דאס זעלביגע. דאס געדרענג איז אומדערטרעגליך. אונטן איז צוקאלט, אויבן איז צוהייס, ווי נאר ער הייבט אויף דאס בעזימל ברענט אים שוין דער רוקן ווי א קאלעך אויבן און מ'מוז זאפארט ווישששן, אזוי אז ער קען אפ' נישט הנאה האבן פון א לענגערע סעריע רונדעס היץ וואס א בעזים איז ביכולות צו באשאפן.

די טושן זענען נאכאנאנד פארנומען און אז מ'וויל זיך שוין יא אפקיהלן ברויך מען אראפשלינגען א רביעית בליטש.. פאכככס.. א רחמנות אויף די ירושלימ'ער זיי ווייסן נישט וואס א שוויץ מיינט טאקע.. גיי פארשטיי. דר'עיקר, איך וויל מיר אויך אמאל אראפלייגן, אבער דא קוקט אויס ווי דער שטיק פלייש וועט בלייבן צוגעקלעפט אין זיין בודקעלע ביזן טויט. ער חלומ'ט גארנישט פון אוועקגיין, און צולאזן א צווייטן נשמה זיך אויסגעבן. ער קראצטעך און גראדזשעטצעך. ברומט ווי א געקוילעטע פערד. דער פון אויבן קוקט אויס ווי ער לייגט זיך צאם אין ליאדע מינוט. ווייל ער וויל נישט אויפגעבן ווילאנג דער אונטערשטער רעזיגנירט נישט. ער ווייסט גארנישט אז דער אונטערשטער געפינט זיך יעצט אין די בעסטע טרוימען זיינע. אפ' וועסט אים אריינלייגן א פאקל אין האלדז וועט ער נישט קאפוטילירן.

כ'האב געזען ס'נעמט נישט קיין עק צו זיינע פוילע שטיק. געעפנט א מויל און פארלאנגט דאס מייניגע. ר' איד, ס'גייט מיך נישט אן ווי גרויס און אלט דו ביסט, הייבט אייך אויף דאס קערפער און טראגט אייך אפ פון דאנעט. לאזט צו א צווייטער צום ברעטל. די מיליאנען קארטאנען ציגארעטן האבן שוין זייעריגע שאדן אפגעטוהן. חבל על דאבדין. ס'עט אייך נישט צופיהל העלפן. כ'הער אז הר המנוחות האט לעצטנס צוגעבויעט א ברענטש... דאס הארץ האט מיר כסדר גענוגט. ווער ווייסט וויפיל הענט האבן שוין באזוכט אין מיין הויזן טאש אינדרויסן. גוט כהאב דאס געלט און טייערע כלים געלייגט מיט די זאקן. אבער זינט כ'האב באמערקט די ספרדישע בחורים גייען אהנע זאקן, בין איך שוין מיט גארנישט פארזיכערט. ווער ווייסט אויב ס'וועט זיך אים נישט "אנשמעקן" מיינע זאקן צו בארויבן... נאך א אפמיטשנדע שטונדע צוויי האב איך מיר געטראפן צוריק אינדערהיים..
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

פעדער בעסעער ווי גוט!
פארשפארט