נולד מאוחר האט געשריבן:נשמה יתירה,
''א - עקזיסטענץ פון נישט עקזיסטענץ [ביג בענג, סינגיולערטי, וכל שם וחניכה דיליה] איז נישט מכח איר פריערדיגע כאראקטער. עס האט דאך נישט עקזיסטירט ביז יעצט, עס האט נאך נישט געהאט קיין כאראקטער.''
אויב פארשטיי איך גוט זאגסטו אז בריאת העולם יש מאין איז בהכרח בחירה. ווייל אויב סהאט גארנישט עקזיסטירט און פליצלינג ווערט א מציאות, קען דאך נישט זיין קיין סיבה קודמת, אלאי מאי רענדעם, אן קיין סיבה.
כ'פארשטיי נישט דאס הייסט בחירה ? אז א גלאז וואסער גיסט זיך אויס אין די וואסער רינט און די וועלט אריין אן קיין שום חיקי הטבע, איז דאס בחירה?
נאך אזאך פארשטיי איך נישט ווער איז די בוחר , ווען די רעדטס פין נישט וועלט צי יא וועלט?
אונעם זעלבן שטיקעל 8:22,
שרייבסטו דריי הנחות א,ב,ג. וואס פעלט אויס ב'? א און ג' זאגן שוין דיין נקידה. כ'אפ נישט וואס ב זאגט.
טיפע שאלות פרעגסטו, כדרכך.
ווען דו פרעגסט ווער איז דער בוחר, מיינט דאס אז דו פרעגסט וואס זענען זיינע/אירע כאראקטערס.
די פראבלעם מיט אזא שאלה איז אז די מינוט זי/ער האט א כאראקטער, איז ער שוין נישט קיין בוחר מער. ווייל כאראקטער מיינט אז ער האט אן אויסגעשטעלטע מציאות. למשל ווען דו זאגסט אז די זאך דא איז וואסער, מיינסטו צו זאגען בעצם אז די זאך גייט זיך אויפירן מיט די פארשריפטען וואס אונז האבען מיר פאר וואסער. די ווארט וואסער איז א לעיבעל פאר א גאנצע רייע הנהגות. שטעל דיך פאר אז דו וועסט מיר זאגען אז דאס איז וואסער, אבער עס לאזט זיך נישט גיסען, עס לאזט זיך נישט דורכזעהן, און עס טוט נישט קיין שום אנדערע פונקציעס פון וואסער. פארשטייט זיך אז איך וועל דיך דעמאלט פרעגען, אויב אזוי מיט וואס איז עס וואסער? פארוואס זאגסטו אז דאס איז וואסער? הרי לנו אז כאראקטער מיינט א דרך הנהגה, היפך פון א פולער פרייער בחירה. דהיינו, אויב איז דא א טאטאלער פרייהייט, איז בהכרח נישטא קיין שום הגדרה, קיין שום כאראקטער. עס איז נישט שייך צו פרעגן ווער איז דער בוחר.
די מושג פון בחירה איז כרוך מיט די מושג פון בלי גבול. בחירה מיינט דוקא אהן א בוחר. די טיפסטע נקודה מיינער, די עססענץ מיינער, וואס איז בלי גבול, דארט שטעלט זיך אויס די מצב פון בחירה. אבער אין די עומק הבנה פון בלי גבול איז דאך שוין נישט דא קיין 'איך און דו'.
כדרכי וועל איך דערמאנען די משל (לבן מלך

) פין א חלום. אויב דער כאראקטער אינעם חלום כאפט אז ער איז נישט באמת די ספעציפישע כאראקטער. אז באמת איז ער איינס מיטן בעל החלום, [עס איז דאך נישטא קיינער אנדערש אין די גאנצע וועלטעל וואס טוט זיך אפ אינעם חלום, נאר דער בעל החלום. עס איז פשוט אז יעדער כאראקטער איז באמת דער בעל החלום זעלבסט] איינמאל ער כאפט דאס, האט ער אין א געוויסע וועג אויסגעשפילט דעם סיסטעם. ווייל דא האט זיך דער בעל החלום באשאפען א דמיון ווי גלייך עס איז דא בערג און טאלען, פייגלעך און מענטשען, תבל ומלואה, און דא איז דער כאראקטער [וואס דאס איז ער אליינס] ארויס געגאנגען פון זיין פאזיציע און דעם שפיל. ער קוקט אהן די גאנצע געשעפט ווי א דמיון בעלמא.
איך מיין נישט דוקא צו זאגען אז ער שפילט אויס דעם סיסטעם אויף א שלעכטע וועג. עס קען דאך זיין אז דאס גופא איז די סיסטעם, דהיינו, צו זיין אין א נעפל פון א חלום און זיך ארויסדראפען דערפון. אפשר איז דאס די זיסטע געשמאק, אפשר איז דאס די טיפע סיבה פארוואס דער מענטש איז בוחר צו חלומ'ן בכלל. איך מיין נאר צו ווייזען א משל ווי א כאראקטער וואס איז באמת דער בעל החלום זעלבסט, קען ארויסגיין פין זיין אידענטיטי אלץ איינער פין די מיליאנע כאראקטערס אין דעם חלום, און ער קען זיך אידענטיפיצירען אלץ דער בעל החלום וואס ענטהאלט אין זיך אלע כאראקטערס באנעזאם, און ער איז דעמאלט באחדות מיט אלעם. דאס זעלבע בנוגע בחירה. בחירה איז באמת מצד די טיפע מציאות זיינער וואס אין די משל איז עס דער בעל החלום, ובנידון דידן מיינט דאס צו זאגען 'דאס בלי גבול' וואס דאס איז די עססענץ און די חומר, וואס מיט דעם, און אין דעם, זענען די צורות. אט דער טיפע מציאות איז בחירה, דהיינו פרייהייט פון סיי וואסערע כאראקטער. מיט די משל פין חלום וויל איך נאר ווייזען אז א כאראקטער קען אויך זיין "אינדרויסען פין כאראקטער". פארשטייט זיך אז איך גיי ווייטער מיט די מהלך אז די גאנצע וועלט איז מחשבה. כפי בעל המאמר בדברי הבעשה"ק.