קאמענטארן אויף די פאעזיע פארמעסט, אדר-תשע"ג

פענע-קונסט און נשמה-געזאנג
פארשפארט
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

בן תמליון האט געשריבן:וואס איז דאס שהי פהי? א נייע ניק דא?

memberlist.php?mode=viewprofile&u=480
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

דאס איז א חידוש , דער שיה פהי האט נישטאמאל געקענט וואטען פאר זיין אייגענעם פאעם!

איך פראטעסטיר
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

ווער האט געשריבען צוויי?
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

קופערניקוס האט געשריבן:ברסלבער'ס פיוט איז ממש געגאסן פאר אים.

אמת, אבער פארוואס איז עס כמעט קיינעם נישט בייגעפאלן פון בעפאר?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

ברסלב'ער'ס "אמאל" איז אין היינדסייט אזוי פשוט אז כ'פארשטיי נישט ווי מיין שכל איז געווען. ראשעקאל איז אן אמת'ן סורפרייז אבער ס'שטימט מיט מיין אנאליז אז דאס איז געשריבן דורך איינעם וואס שרייבט דאס ערשטע מאל פאעזיע. די צווייטע סורפרייז איז לעמאן דזשוס מיט זיין שרייב שרייב, דער פערטער געווינער. דאס אז איפכא מסתברא האט נאר באקומען 9 שטימען איז אויך א שטיקל סורפרייז אבער נישט ממש. און יידל איז דער געוואונער מיטן פארלירן, גענוי ווי זיין פאעמע זאגט פאר...
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

די נקודה פון מיין פאעזיע איז געבויעט אויף א תורה אין ליקוטי מוהר"ן (חלק א', ע"ח)
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

בן תמליון האט געשריבן:וואס איז דאס שהי פהי? א נייע ניק דא?

כ'האב א פילינג אז דאס איז א נקבה, און איר נאמען איז שיפי (מלשון שפרה), לפי"ז נמצינו למידין אז מיר האבן שוין אין שטיבל א סך הכל פון לכה"פ דריי נקבות, 1. קאווע טרינקער (כפי שהעיד עליה געפילטע פיש, וי"א געפילטערטע), 2. ש(ה)יפ(ה)י (כפי שהשם מעיד עליה, וגם הפיוט), והאחרון הכביר קופערניקוס (כפי שמעידה על עצמה באשכול אחרת, שעדיין היא מתאוששת מהחבלי לידה של ילדה האחרונה).
באריסטא היקר (אפשר אויך א פרוי ?) עס איז שוין העכסט צייט צו עפענען א עזרת נשים אין שטיבל.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

אינטערעסאנט אז מיר האט מען באשמירט מיט קאווע טרינקער און מיט מיכאל שניצלער צוויי מאל...
מילא קאווע טרינקער, אבער מיכאל "ווער האט דיך געפרעגט"? (קרעדיט: יאנקל, איך געדענק שוין נישט וואו...)
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך האב נישט קיין ווערטער צו שילדערן מיינע געפילן נאך אזא מעמד, ווען מען איז זיך צוזאמענגעקומען, אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, לשמוע את דבר ה', צו הערן די אמת'ע טיפע רייד וואס דער חלק אלוק ממעל פון אונז האט צו פארקויפן. אידישע קינדער וועלכע זענען אויפגעוואקסן אז געפילן לייגט מען אריין אין באר מים חיים, און פאעזיע באלאנגט ביים זאגן אקדמות, העכסטנס לערנען א שטיקל אומפארשטענדליכע 'אנסיכה מלכי' פונ'ם קליר, האבן יעצט אנטדעקט זייערע באהאלטענע כשרונות און עס ארויסגעגעבן. עס איז צו ערווארטן אז פון היינט און ווייטער וועלן די פאעזיעס וואקסן ווי שוועמלעך נאך א רעגן, מיר וועלן עסן פאעזיע, טרינקען פאעזיע (צוזאמען מיט די קאווע) און אטעמען פאעזיע, אזוי אז ביים נעקסטן פארמעסט וועט איפכא מסתברא נתהפך ווערן און ארויפקומען צום ערשטן שטאפל. עה, אבי גערעדט. אלע שטיקלעך וועלן זיין אזוי מייסטערהאפטיג, אז מען וועט מוזן געבן די אפציע צו קענען וואוטן אויף אלע פופצן, און מיר וועלן האבן פופצן געווינער.

לאמיר זען וואס זענען די סורפרייזעס פון אווענט. קודם זענען מיר געוואויר געווארן אז ראשעקאל דקהילתינו איז דעספערעיט פאר א שטיקל פאסט ווי פאר נאך א וועבערמאן לינק. ס'איז באמת א חידוש אז אלס ראש הקהל קומט אים נישט אן גענוג פאסט און אימעילס. בכל אופן וועט זיך דער עולם זיכער משתתף זיין און אריינשיקן א בריוועלע איינמאל א חודש. אפילו א אישי פון צייט צו צייט איז אויך גענוג.

ערנסט גערעדט, מיין איך אז דאס איז איינע פון די גרעסטע סורפרייזעס, מיר האבן גארנישט געוואוסט וואספארא ראשעקאל מיר האבן, יעצט וועלן מיר אים שוין נישט לאזן מנוחה, מען וועט שיקן א צווייטן ברענגען די נייעס, און ראשעקאל וועט זיך מוזן זעצן שרייבן סחורה!

דער נעקסטער סורפרייז איז געווען שהי' פהי'. המן האט שוין געוואוסט אז דער גאנצער כח פון אידן ליגט אינעם שהי' פהי', און יעצט האט זיך דאס נאכאמאל ארויסגעוויזן. אלזא מיר ווייסן נישט קיין סאך איבער אים, אזויפיל ווייסט מען אז ער לערנט זיך היסטאריע און ער איז א מייסטער פאעט.

געדענקט, איך האב עס שוין פאראויסגעזען ווען ער איז נאך געווען א שרייבער אויף קאווע שטיבל. יעצט כאפט אים אן ביים קארג און לאזט אים נישט ארויס, דעם שהי' פהי'נען. ער זאל דא אפ'שהי'ען אין באבנ'ס באבן אריין, און אונז דעליווערן סחורה אזוינס און אזעלכעס, מיט'ן טייוויל, לילית, רוחות, שדים, לויתן, עכבר שחציו בן אדם וחציו בן חורין, אלע בייזע רוחות זאל ער שיקן צום קאווע שטיבל, און מיר וועלן זיי מתקן זיין און מעלה זיין די ניצוצות.

נאך א סורפרייז איז געווען אז פרענקלין האט געקענט לערנען, און נישט סתם. אלס שכר איז געשען א נס, און דער קאמפיוטער האט אים אויסגעשפיגן אלע ביצים פון גאנץ תלמוד בבלי, ספעציעל פאר ר' בנימין'ען זיך צו באלעקן די פינגער. ער האט געמאכט אן אמעלעט, א לעטשאו, א פעטסאו, און וואס נישט, צו דעם אלעם איז געגאנגען זאפטיגע גראמען איינצוטינקען די ביצים בשעת'ן טועם זיין, און ווען מען האט געגעסן די ביצה מיט די גראמען און צוגעטרונקען א קאווע, זענען אלע שונאי ישראל אויסגעשטארבן.

און די וואס זענען נישט געשטארבן האבן זיך גענומען דאס לעבן אליין. ר' הציץ האט אים צוגעברענגט דאס פילעכל, און אונזער עמלקי האט דאס איינגענומען און פארשווינדן פון די מאפע, איבערלאזנדיג גאנץ כלל ישראל ווי סוכות אן אן אתרוג, ראש השנה אן א מחזור, און אחרון של פסח אן געבראקטס. נעבעך, אן אמת'ער יחסן זאל אזוי מיטמאכן, ער שטאמט דאך פון די גרעסטע מצוקי ארץ, א נייניקל בן אחר בן פון זרש, אחשתרנא, המן'ען, ביז ארויף צום זיידן עמלק, מ'זאגט אז ער האט קאזינס וואס זענען חשוב'ע בני תעירע אין בני ברק.

בן תמליון האט אונז צוגעשטעלט אן איידעלער פיוט, פון קאפלס וואס טוען נאר ערליכע און איידעלע זאכן, מען מאכט ארטס און קרעפטס, מען שפילט ראמי (אודאי נאר ווען מ'איז ריין), און מ'פרעגט איינער דעם צווייטן ווי אזוי דער טאג איז געווען. אזוי, אן קיין ברוסטן, אן קיין קושן, די אמת'ע אהבה וואס ברויך נישט די אלע היינטיגע מאדערענע מושגים. א וואונדער אז דר'עולם האט נישט געכאפט אז ס'איז ער?

ברסלב'ער האט זיך אריינגעשלייכט אינצווישן אזוי נישט מיר נישט דיר, און אראפגעלייגט א פיוט וואס צוגייט אין די ביינער, א משל מיט א נמשל, א קשיא און א תירוץ מיט א הקדמה, אן ערשטע סצענע, א צווייטע סצענע, מלא תוכן, לייכט צו ליינען, געשמאק צו זען, ממש ווי די מעשה מיט די בן מלך און די בת שפחה. און די געפילן גיסן זיך פון אלע זייטן. קודם האב איך אים מתעטף געווען בטלית של איש ואשה שאינו שלו, מיט'ן "צוזאמען" וויסנדיג אז אין ברסלב האט מען מקפיד געווען זיך צו האלטן נאנט מיט די ווייבער (אויסער ראש השנה, פארשטייט זיך). אבער ערשט שפעטער האב איך יורד געווען לעומקה של דבר און מתוך אימה ויראה ורתת וזיעה האב איך עס מייחס געווען צום ריכטיגן בעל המעשה. נישט צום גלייבן ווי ווייט מיינע אויגן זעען.

לעמאן דזשוס'ן קומט זיך גוטע פעטש, פאר'ן אויסנארן כל הקהל הקודש און אונז לאזן פירן ווי שאף צו די שחיטה. איינגערעדטערהייט אז, לעמאן דזשוס? נע, ער האט נישט קיין צייט. שיינע עניוות פראוועט ער מיר דא. איך האב זיבן מאל איבערגעטראכט אז אזא שטיקל איז דאך ממש ריינע אויסגעקוועטשטע לעמאן דזשוס, אבער לעמאן זאגט נישט קיין ליגנט. אזוי האב איך געמיינט. פון יעצט על'איך שוין וויסן מער נישט צו גלייבן. אבער איך האב למעשה הנאה דערפון, ווייל איך האב דאס געשטעלט אויף מיין ערשטע ארט, און יעצט ווייס איך אז איך נאר זיך נישט אין לעמאנ'ען, it's the juice, stupid.

פשוט קאמפליצירט האט ליידער נישט באוויזן צו באהאלטן זיין אידענטיטעט און ס'איז געווען א סוד פאר גאנץ בראד אז ער איז דער חברה'מאן וועלכער האט באוויזן צו כאפן א שמועס מיט'ן געלעכטער, אינטערוויוען דאס קליין וויינעדיג בעיבי, און ערנסט פארהאנדלען מיט'ן געוויין אז ער זאל זיך אפטראגן און גיין צו די שווארצע פעפער.

משה געציל האט אונז געמאכט צו שאנד און צו שפאט, יעדער איז געווען זיכער אז ער איז נישט דער הייליגער. משה געציל, עה! איך קען אים דאך, ער טרינקט קאוקא קאלע פונקט ווי מיר, ער דאווענט נישט שפעט, ער שמייסט נישט מיט די ציצית מיט אן אכזריות אויף אלע ארומיגע. שטעלט זיך ארויס אז ער איז שוין איינמאל הייליג, א קדוש מרחם אמו.

קאווע טרינקער האט אונז אויך געפערליך בא'עולה'ט, אריינגעלייגט גוי'אישע ווערטער כדי מען זאל נישט כאפן ווער ס'איז. נו נו, לעיקוואוד וועט זיך נאך אפרעכענען מיט אים, נעקסטע פארמעסט וועט ער שרייבן אין פראנצויזיש, העמער זען צו ער'ט כאפן ווער ס'איז. אבער דו ווייסט וואס, איך האב געהאט א פילינג אז ס'איז ער, איך קען אזא געביגלטער פיי-סמך יונגערמאן, און ער האט א חבר וואס טרינקט קאווע, האב איך צאמגעשטעלט.. שוין, לאמיר נישט רעדן ווייטער, מ'קען ווערן נכשל אין גילוי.

הרוצה בעילום שמו וויל דאך נישט מ'זאל רעדן פון אים, אבער שטילערהייט וועל איך מגלה זיין אז ער האט גערירט די הערצער ביי אסאך אידישע קינדער, און ער האט מעגליך געברענגט א שינוי לטובה אין דעם גאנצן געביט. איך מיין ס'איז דאס ערשטע מאל וואס איינער וואס גייט אדורך אזא איבערלעבעניש זאל האבן די קוראזש צו פובליצירן זיינע געפילן.

יידל האט געמיינט אז ער וועט שרייבן אז ער קען נישט פאעזיע, עט יעדער טראכטן, "דאס? נע, זיכער נישט יידל, אויב ער ווייסט וויפיל שטערנ'ס ס'איז דא, קען ער דאך זיכער שרייבן פאעזיע." ער האט שוין קוים געקענט ווארטן יעדער זאל שרייבן, "ואיני יכול לנגוע - זיכער נישט יידל, אוממעגליך!!" בין איך, יאיר, געקומען אלס הולך רכיל ומגלה סוד, און מגלה געווען פאר'ן גאנצן עולם אז יא, יידל קען נישט קיין פאעזיע. גלייב עס אדער נישט. דערנאך, איינמאל דער באבל וואס הייסט "יידל" האט געפלאצט, און קיינער האט מער נישט מורא געהאט פון אים, איז דער גאנצער עולם ארויפגעשפרינגען דערויף און צוגעשטימט אז יא, כ'האב שוין לאנג געטראכט אז יידל איז גארנישט עפעס ווייסעכוואס, סתם מאכט זיך ווי אן אלץ ווייסער.

אבער דו ווייסט וואס, יידל? נאר צו פאראידישן דעם ווארט "טרענץ" האט זיך שוין געלוינט אלע בושות.

יאנקל האט צעריסן דאס בענקשאפט, און עס האט זיך געוואלגערט ברעקלעך בענקשאפט אויף די גאסן, ווער עס האט געוואלט האט געקענט אויפהייבן. איך האב אויפגעהויבן אביסל, טועם געווען, און געשמעקט א ריח פון ביר. כ'האב עס איבערגעלאזט.

עה, ס'איז סתם א ווערטל. איך האב אויפגעהויבן אלע צוריסענע שטיקלעך, עס באטראכט, זיך משתעשע געווען דערמיט, אנגעקוקט, איבערגעליינט, מיטגעפילט, און געגעבן א קוש און פארזיכטיג געלייגט אין שמות.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
פשוט-קאמפליצירט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 873
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 12:19 pm
האט שוין געלייקט: 866 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1421 מאל

שליחה דורך פשוט-קאמפליצירט »

יאנקל האט געשריבן:פאלגנד איז וויאזוי איך האב מיך אויסגעשטעלט די פופצן פאעמעס לויט'ן סדר פון בעסטן ביז'ן שוואכסטן - אין מיינע אויגן, און איך האב געשטימט פאר די ערשטע פיר אין דער ליסטע.

א) 1 ווינטער נאכט
ב) 12 צעריסענע בענקשאפט
ג) 6 דאס בלעטל מיין שפיגל
ד) 8 איפכא מסתברא
ה) 15 שרייב און שרייב, און לעהז שטיקלעך
ו) 4 מיין פאסט קעסטל מיין טרייסט
ז) 10 מחה תמחה
ח) 3 דער זארגלאזער אמאל
ט) 5 דאס הינער איי
י) 7 איך בין הייליג
יא) 13 ס'איז נאר די פאלשע Looks
יב) 9 צוזאמען
יג) 2 איך וויל מיין טאטן צוריק
יד) 14 ואיני יכול לנגוע בך
טו) 11 קינות גירושין


אזוי האב איך עס אויסגעשטעלט עטליכע טעג צוריק בעת'ן אפגעבן מיין שטימע. אבער צוליב דעם וואס "איפכא מסתברא" ווערט שענער אין מיינע אויגן יעדעס מאל וואס איך לייען עס, וואלט איך עס יעצט ארויפגעריקט צו נומער א. אזוי אויך, איבערקוקנדיג די ליסטע האלט איך יעצט אז "דאס הינער איי" באלאנגט אביסל העכער אויף דער ליסטע.


דאס הייסט, אז איך דארף ליידן ווייל דו ביזט געווען פויל איבערצולייענען מיין שטיקל מער מאל און אביסל פריער! נישט קיין יושר, ר' יאנקל!
און וואס שטייט אין זעקסטן חלק שלחן ערוך?
חשבון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 116
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:36 pm
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך חשבון »

לעמען דזשוס האט געמאכט די זאך דא! נישט נארמאל וואס מ'ווארפט דא צוזאם
The pessimist complains about the wind; the optimist expects it to change; the realist adjusts the sails.


William Arthur Ward
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

@יאנקל @יאיר, אנטשולדיגט מיינע שקרים! נישט פלוראל נאר איין שקר! און די סיבה כאב נישט געוואלט קיינעם באלעסטיגן מיט מוזן שטימען פאר מיר....

אדער פארקערט, כאב געוואלט העלפן די בייעס כעוורע

@פשוט קאמפליצירט, איך ליין איבער דיין שטיקל און ווי דו קענסט זעהן אין מיין עפילאג, הייב איך אן צו פארשטיין. אויב קענסטו ערקלערן מער וואלסטו מיר פארשפארט איבערליינען און אזוי אויך וואלט איך געקענט נוצן א רייב אין מיין בליי צו קאנען א פיצקעלע פון דעם מופשט׳דיגן מהלך
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

@יאיר, דיין אפהאנדלונג פריער און יעצט איז צום קושן, יעדעס ווארט פערל! אזויווי איינער האט שוין געשריבן; די אפהאנדלונג און עיון אין די שטיקלעך און ארום איז באלד מער ווערד ווי ס׳גאנצע פאעזיע סאמאטוכע...
באניצער אוואטאר
בן תמליון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1456
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
האט שוין געלייקט: 1301 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל

שליחה דורך בן תמליון »

יאיר ביזט משוגה גוט. רבותי דא קומט פאר א רעוואלוצע פאר אונזערע אויגן.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

בן תמליון האט געשריבן:יאיר ביזט משוגה גוט. [justify]רבותי דא קומט פאר א רעוואלוצע פאר אונזערע אויגן[/justify].

:גוווט: :דאבללייק: :קלאטש
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

יאיר האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:יאיר ביזט משוגה גוט. [justify]רבותי דא קומט פאר א רעוואלוצע פאר אונזערע אויגן[/justify].

:גוווט: :דאבללייק: :קלאטש


סארא חוצפה און עולם הפוך דא.....דער יאיר איז נוחל שני עולמות פארשפרעכט ער גייט פארשרייבן עפעס א זאפטיגס וועגן משפטים, פלאגיאירן ג׳ט אליין! למעשה קיין פיפס! קומט און גיסט אויס זיינע מיינונגען אויף יענעםס ארבעט, עס רינט אנאליטישע חכמה און פקחות ווי א פראפעסאר אויף עקאנאמיקס וואס האט קיינמאל א דאללאר נישט אינוועסטירט! און נעמט נאך קרעדיט פאר זיינע כמעט-צוטרעפונגען.....

דאס איז שוין איינמאל א א רעוואלוציע.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

דו ביסט אליין שולדיג, האסט נישט געלאזט נוצן לשון הקודש.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

יאיר האט געשריבן:דו ביסט אליין שולדיג, האסט נישט געלאזט נוצן לשון הקודש.


עכשיו מתכונן קופערניקוס לקראת התחרות בלשון הקדש, ונראה אם תקח אותה ברצינות.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך וויל באדאנקען די גאנצע עולם פאר'ן שטימען פאר מיר , און מיך געבן די קאנפידענץ. יאיר שרייבט אז מיין שטיקעל איז געוועהן די גרעסטע סערפרייז - גלייבטס מיר ס'איז פאר מיר אליין אויך געוועהן א סערפרייז. ווען איך האב עס געשיקט צו לעמאן האב איך אים צוגעשריבן אז אויב ער זעהט אז עס מאכט נישט קיין סענס זאל ער עס נישט אריינשטעלען ווייל איך האלט נישט ביים זיין א חוזק. לעמאן האט מיר גלייך געענטפערט אז ס'איז א שיין שטיקעל.

עניוועי , אז פערצן אירע האבן געהאלטען אז מיין שטיקעל איז פון די פיר שענסטע שטיקלעך איז עס מיר א ריזיגע קאמפלימענט , און איך געב ענק א געוואלדיגע ישר כוח.
חברה , איך האב נישט געחלום'ט פון פאעזיע ביז די יעצטיגע פארמעסט!! ווער עס האט נישט אנטייל גענימען ווייל ער טראכט אז ער קען נישט זאל פליז זיך גיט איבערטראכטען!! עס איז זייער מעגליך אז די קענסט יא.

איך וויל עקסטער באדאנקען לעמאן פאר'ן צושטעלן די פארמעסט און אזוי שיין אנפירן און אוודאי די הייליגע אכסניא און די געטרייע מנהלים וואס שטעלן דאס אלעס צו.
עקסטער קימט א דאנק פאר לעמאן פארן אויסקלינען מיין שטיקעל פון ספעלינג מיסטעיק'ס וואס האט עס געגעבן א שענערע פנים.
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

ראשעקאל האט געשריבן:איך וויל באדאנקען די גאנצע עולם פאר'ן שטימען פאר מיר , און מיך געבן די קאנפידענץ. יאיר שרייבט אז מיין שטיקעל איז געוועהן די גרעסטע סערפרייז - גלייבטס מיר ס'איז פאר מיר אליין אויך געוועהן א סערפרייז. ווען איך האב עס געשיקט צו לעמאן האב איך אים צוגעשריבן אז אויב ער זעהט אז עס מאכט נישט קיין סענס זאל ער עס נישט אריינשטעלען ווייל איך האלט נישט ביים זיין א חוזק. לעמאן האט מיר גלייך געענטפערט אז ס'איז א שיין שטיקעל.

עניוועי , אז פערצן אירע האבן געהאלטען אז מיין שטיקעל איז פון די פיר שענסטע שטיקלעך איז עס מיר א ריזיגע קאמפלימענט , און איך געב ענק א געוואלדיגע ישר כוח.
חברה , איך האב נישט געחלום'ט פון פאעזיע ביז די יעצטיגע פארמעסט!! ווער עס האט נישט אנטייל גענימען ווייל ער טראכט אז ער קען נישט זאל פליז זיך גיט איבערטראכטען!! עס איז זייער מעגליך אז די קענסט יא.

איך וויל עקסטער באדאנקען לעמאן פאר'ן צושטעלן די פארמעסט און אזוי שיין אנפירן און אוודאי די הייליגע אכסניא און די געטרייע מנהלים וואס שטעלן דאס אלעס צו.
עקסטער קימט א דאנק פאר לעמאן פארן אויסקלינען מיין שטיקעל פון ספעלינג מיסטעיק'ס וואס האט עס געגעבן א שענערע פנים.

יעצט אז דו ווייסט שוין וואספארא פאעטיקער דו ביסט, ראשקאל איז שוין העכסט צייט, זאלסט דיך טוישן דיין אוואטאר -מיט די אראפגעלאזטע אויגן, [דו זעסט דארט אויס ווי איינער וואס איז נארוואס מאלעסטעד געווארען] , האסטו דיך נישט וואס צו שעמען פון קיינעם, הייב דיר אויף דיין אראפ-געלאזטע אויגן, און קוק אריין מענטשן אין פנים.

בד"וו ראשקאל כ'האב ליב דיין אונטערשריפט.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ניין, איך האב זייער ליב דעם ראשעקאל'ס אוועטער, א מיטליעריגער איידעלער איד, מיט אזא ליבליכער בליק און עלעגאנטער געשטעל. זייער גוט, זאל מען וויסן אז דער ראש הקהל פון קאווע שטיבל איז דער אידעאל פון א ראש הקהל. עפעס אלע ראשי קהילה מוזן זיין אזוינע גראבע בייכער, געשוואלענע עמי הארצים, און עזות פנים'ער?
האדם לא נברא אלא להתענג
געפילטע פיש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 6959
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 29, 2012 10:16 am
האט שוין געלייקט: 4586 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6629 מאל

שליחה דורך געפילטע פיש »

גלייב מיר, אז ווען מ'קומט אין דיזע יארן, לעכצט מען אז איינער זאל דיר מאלעסטן...
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך בין שוין נישט דא געווען 23 שעה. מיין קאפ האקט מיר, כ'קען נישט ליינער מער דריי שורות אויף אמאל.
קען מיר איינער זאגן צו איך בין א געווינער?
אויב יא, דאן גיי איך ווייטער צוזאמע"ן,
אויב ס'איז איפכ"א, דאן שרייב איך א קינו"ת גירושי"ן, און כ'מאך א מח"ה תמח"ה....
Under influence
פארשפארט