היימישער ליטוואק האט געשריבן:מח - טא, א מיידל וועלכע איז שוין א בוגרת (12 1/2+) און נאכנישט קיין אשת איש, זי איז נישט ברשות פון איר טאטן און נישט פון א בעל. מעג יא דרייוון?
דאס גאנצע חינוך פין א מיידל איז הכנעה. דער עיקר מטרה אירע איז צו זיין אן אשת חיל נכנע תחת בעלה/אדונה.
געבן אינדיפענדענס איז היפך פין וואס מען וויל אז זי זאל אנקומען.
ומענין לענין, פארשטייט זיך אז מען האט אויסגעשטעלט אויך אוועקצונעמן איר אינדעפענדענס פין טראכטן. דאס ביסל וואס מענער האבען האט מען איר אויך צוגענומען. מען מאכט זיכער אז זי זאל נישט פארשטיין קיין איין ווארט לשון קודש. דאס איז מבהיל הרעיון. כ'האב געהערט אז אין סאטמער לערנט מען מיט די מיידלעך טייטש פין דאווענען דוקא א פאר ווערטער צוזאמען כדי דאס מיידל זאל קיינמאל נישט כאפען וואס די טייטש פין יעדע ווארט מיינט. אזוי אז זיי זאלען בלייבן אומוויסנד.
דאס ערשטע זאך ווען א אידישע מענטש טראכט אביסל, איז ארומצוקיקען אז עס איז דא אנדערע מהלכים אין אידישקייט גופא. נו צו דעם דארף מען דאך קענען ליינען אביסל לשון קודש. אין אז מען לאזט זיי דאס נישט וויסען האבען זיי די מעגליכקייט פאר א משהו אייגענארטיגע מחשבה. אלעס אלעס זאל זיין אזוי ווי דער מאן זאגט אין פארשטייט.