למה נגרע? (ללמד את בנו אומנות)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
[NAMELESS]

למה נגרע? (ללמד את בנו אומנות)

שליחה דורך [NAMELESS] »

למה נגרע??

איך וויל שרייבן א בריוו צו אלע רבנים ואנשי ביתם וועלכע דרייען זיך דא אינעם שטיבל:

לכבוד כ"ק אדמו"ר שליט"א

איך ווייס אז עס פאסט נישט, איך ווייס אז מ'טאר נישט. אבער ההכרח לא יגונה, ועת לעשות לה' הפרו תורתך.

כלל ישראל האט היינט טויזענטער און טויזענטער בחורים אין אלע ישיבות ווי מ'לערנט פלייסיג, איינער מער און איינער ווייניגער. בחורים ווייסן נישט פון גארנישט חוץ אביי מיט רבא, די מיט בעסערע כשרונות פארשטיין שוין א חילוק אין א קצות. בחורים לערנען שעות אויף שעות די הייליגע תורה. וטוב שכך.

אבער אליה וקוץ בה. ווער איז מער באגלייבט ווי אונזערע הייליגע חכמים וואס שרייבן אלף נכנסים, אבער נאר איינער קומט ארויס. עס איז א מציאות, פון אלע וואס האבן געלערנט מיט מיר אין ישיבה, וויפיל זענען היינט צוטאג א כלי קודש (און נישט פון פראטעקציע)? זייער ווייניג.

אודאי דארף א בחור לערנען און אויסנוצן זיין ימי הבחרות צו שטייגן וואס מער, און אודאי קען מען נישט וויסן וואס עס גייט אויפוואקסן ווער. און אפילו אויב וואקסט ער נישט אויס דער מר בר רב אשי, די תורה וואס ער האט געלערנט אינגערהייט וועט אים זיכער באגלייטן זיין גאנץ לעבן.

אבער איר, אלס א מנהיג בישראל, דארף טראכטן א טריט ווייטער. וואס גייען די אלע בחורים טוען נאך די חתונה ווען זיי גייען האבן א שטוב מיט קינדער בעזרת השם?? פארוואס זאלן זיי דעמאלס גיין זיך לערנען א אומנות? און וויפיל גייען שוין דען צו די אלע קורסעס? פארוואס זאלן זיי דארפן גיין פאשען אין פרעמדע פעלדער?

חז"ל זאגן זייער שארף אויף א טאטע וואס לערנט נישט אויס קיין אומנות פאר זיין קינד. אן אומנות וואס ער קען מאכן פרנסה בכבוד. ווייל אויב נישט, זאגן חז"ל, מעלה עליו הכתוב כאילו מלמדו ליסטות, צו זיין א גנב און א רויבער. חז"ל האט אויך געוואוסט דאס חשיבות פון לערנען, אבער זיי האבן א געטראכט א מינוט ווייטער.

צאי לך בעקבי הצאן, האטס רחמנות אויף די קומענדיגע דורות. היסטאריע האט באוויזן אז אלע גרויסע מאפיאנערן, רובם ככולם האבן געשטאמט פון פלעצער וואו מ'האט זיי נישט געגעבן קיין שאנס זיך צו לערנען א נארמאלע פאך. די גרויסע שאנסן אז די גרעסטע מאפיאנערן גייען קומען פון אונזער היימישן חדר.

פארוואס זאלן נישט די ישיבות אויס לערנען א פאך פאר די בחורים, פון אקאונטינג ביז פלאמבינג און אלעס וואס עס איז אינדערמיט?

און יא, ענקערע קינדער זאלן זיך אויך משתתף זיין אין די שיעורים. פארוואס נישט? זיי דארפן נישט ברענגען פרנסה בכבוד בבוא הזמן? לערן אים אויס צו זיין א טוען לכל הפחות. אסאך וואוילע אידן און ערליכע אידן האבן געארבעט. און אויב זיי האבן עס געמיינט ערנסט, האט עס נישט געשאדט קיין משהו צו זייער יראת שמים.

איך גיי חותם זיין מעין הפתיחה. איך ווייס אפשר אז עס פאסט נישט. אלס א מנהיג בכלל ישראל ליגט אויף אייך א פליכט צו ראטעווען אונזערע (און אייער) דורות.

כה דברי אב מיצר ודואג,
ממי שאמרו
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

If you think you are macadesh chidishim you have a BIG mistake. R' michoel ber veismandl ztz"l, In neitre yeshiveh, had a printing shop
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סאו "אלע" בחורים גייען ווערן פרינטער ארבעטערס?
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

אלס קומט מען צוריק צום זעלבע ווארט: סיסטעם

די רעדסט ווען בחורים, די שרייבסט א בריעוו צו כ"ק אדמו"ר שליט"א

איך וויל פרעגן אזא שאלה (כידוע א איד ענפערט א שאלה מיט נאך א שאלה).
לו יצייר וואס דער רבי האט גארנישט מיט די בחורים, זיי קומען שטיין אנצופילען די פארענטשעס בשעת די טישן, זיי באקומען נישט א חנוכה מטבע מידו הקדושה, זיי שטיין נישט אויסגעשורהט אין קעמפ פאר די רבי'ס קאר, און אנדערע ווערטער די בחורים האבען קיין פארקער מיט די רבי, און דער רבי האט נישט מיט בחורים, וואלט דער רבי אינוועסטירט געלט פאר א מוסד פאר בחורים? ער האט נישט קיין מתיבתא למען החינוך, ער האט דאס נאר עס זאל בלויז דינען איין צוועק, דער רבי דארף די בחורים אז זיי זאלן דינען זיין פרעזענטליכע געברויכען.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

ממי_שאמרו האט געשריבן:סאו "אלע" בחורים גייען ווערן פרינטער ארבעטערס?

That's not at all what I meant !
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

לאמיר דיר ענטפערן מיט א שאלה. און לאמיר זאגן אז דו ביסט גערעכט, וואס וויל דער רבי ענדערש? א חסידות וואס רוב רובו זענען בעלי פרנסה און טייל גאר בעל בעתיש, אדער א חסידות פון רוב רובו שלעפערס און א קליינע טייל אזוי געריפענע עשירים?
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

ממי_שאמרו האט געשריבן:לאמיר דיר ענטפערן מיט א שאלה. און לאמיר זאגן אז דו ביסט גערעכט, וואס וויל דער רבי ענדערש? א חסידות וואס רוב רובו זענען בעלי פרנסה און טייל גאר בעל בעתיש, אדער א חסידות פון רוב רובו שלעפערס און א קליינע טייל אזוי געריפענע עשירים?

The answer to your question is DEFENETLY the 2nd version ! :P
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

גערעכט אבער דער רבי זעהט אז פאר איהם פרעזענטליך ארבעט יא דער סיסטעם, די בחורים ווערן פוטוגראפירט ווי נעמען בחינות בכתב ובעל פה, די בחורים פארהערן זיך בלעטער גמרא אויסעווייניג, וואס געשעהנט דערנאך? זיי באקומען א סלייס מארביל קעיק אדער א פלוים מידו הקדושה.
דער רבי דארף סיי דאס אין סיי דאס, במציאות זעהט ער אז ס'דא בעלי פרנסה. יעדע רבי דארף פון אלע מינים, קיין א רבי איז נאך נישט געגאנגען באנקראט אין פארמאכט זיין ביזנעס.
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
town1
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 249
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 23, 2012 7:04 pm
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 124 מאל

שליחה דורך town1 »

פארוואס דארף א בחור זיך גיין לערנען א פאך? וועסטו מיר טייערע ממי שאמרו זאגן אז מען דארף אויסלערנען א בחור א פאך כדי צו האבן פרנסה נאך די חתונה, וועל איך דיך ענטפערן, עס זענען דא היינט גרויסע עשירים וואס זענען זיך נישט געגאנגען לערנען קיין שום פאך אלץ בחור, ניטאמאל ספעלן ענגליש האבן זיי געקענט, א יעדע זאך ווערט אנגעשריבן אויף די מענטש נאך פאר ער ווערט געבוירן און אויב די אייבערשטער שרייבט אן פרנסה אויף א יעדע איד, וועט דער איד זיכער האבן פרנסה , אוואדי מען דארף טון השתדלות אבער א איד דארף אויך האבן בטחון אז א יעדע זאך איז אנגעשריבן אין הימל,
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

עטליכע פראגעס:
פארוואס האט חז"ל שטארק באפוילן צו לערנען מיט א קינד א אומנות אויב עס גייט אויף באשערט?
צווייטנס, הוא אשר דיברתי. אדער גרויסע (???) עשירים אדער ביליגע ארבעטערס? וויפיל היימישע אידן קענסטו וואס זענען אינדערמיט? 150 טויזענט דאלער א יאר? פארוואס דארף עס זיין אזוי?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

town1 האט געשריבן:פארוואס דארף א בחור זיך גיין לערנען א פאך? וועסטו מיר טייערע ממי שאמרו זאגן אז מען דארף אויסלערנען א בחור א פאך כדי צו האבן פרנסה נאך די חתונה, וועל איך דיך ענטפערן, עס זענען דא היינט גרויסע עשירים וואס זענען זיך נישט געגאנגען לערנען קיין שום פאך אלץ בחור, ניטאמאל ספעלן ענגליש האבן זיי געקענט, א יעדע זאך ווערט אנגעשריבן אויף די מענטש נאך פאר ער ווערט געבוירן און אויב די אייבערשטער שרייבט אן פרנסה אויף א יעדע איד, וועט דער איד זיכער האבן פרנסה , אוואדי מען דארף טון השתדלות אבער א איד דארף אויך האבן בטחון אז א יעדע זאך איז אנגעשריבן אין הימל,

עפען אויף סיי וועלכע ראשון בעניני השקפה וועט ער דיר ענטפערן די דאזיגע באמבע קושיא.
אייגענטליך די גמרא רעדט שוין דערפון וברכתיך בכל אשר תעשה, והדברים עתיקים
sunbar
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 862
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל

שליחה דורך sunbar »

אין באבוב איז געווען אין די ישיבה-כולל בשנות תש'י-תש'כ קלאסן אויסצולערנען אלע מיני פאכן וואס מען האט געטון יענער טעג.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך האב שוין אמאל געזעהן דעם צעטל, מיט יארן צוריק. אבער יעצט, עס איבערליינענדיג מיט מיין אייגענע עקספיריענס, וויל זיך מיר ארויסשרייען פון טיפן הארצן א ביטערע געשריי, און מיטוויינען מיט די אלע צובראכענע טאטעס וועלכע פלאגן זיך טאג-טעגליך אויף ברויט אין שטוב, און זענען פאר'חובות'ט פון אלע זייטן, דער מצב איז איום ונורא!

יעדעס ווארט איז דאך גינגאלד! א ווייטאגליכער אמת!!!
פון זיין מויל צו די מנהלימ'ס אויערן!!
וירח ה' את ריח הניחוח
gehlungen
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 681
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:05 am
האט שוין געלייקט: 154 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 51 מאל

שליחה דורך gehlungen »

town1 האט געשריבן:פארוואס דארף א בחור זיך גיין לערנען א פאך? וועסטו מיר טייערע ממי שאמרו זאגן אז מען דארף אויסלערנען א בחור א פאך כדי צו האבן פרנסה נאך די חתונה, וועל איך דיך ענטפערן, עס זענען דא היינט גרויסע עשירים וואס זענען זיך נישט געגאנגען לערנען קיין שום פאך אלץ בחור, ניטאמאל ספעלן ענגליש האבן זיי געקענט, א יעדע זאך ווערט אנגעשריבן אויף די מענטש נאך פאר ער ווערט געבוירן און אויב די אייבערשטער שרייבט אן פרנסה אויף א יעדע איד, וועט דער איד זיכער האבן פרנסה , אוואדי מען דארף טון השתדלות אבער א איד דארף אויך האבן בטחון אז א יעדע זאך איז אנגעשריבן אין הימל,

Somebody told me (& I don't believe it)that the IMREI EMES ztz"l said "shtadlunes is just good for the nerves !!!!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אדער נישט אדער ניין
ניעק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:43 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך ניעק »

ממי_שאמרו האט געשריבן:פארוואס זאלן נישט די ישיבות אויס לערנען א פאך פאר די בחורים, פון אקאונטינג ביז פלאמבינג און אלעס וואס עס איז אינדערמיט?

און יא, ענקערע קינדער זאלן זיך אויך משתתף זיין אין די שיעורים. פארוואס נישט? זיי דארפן נישט ברענגען פרנסה בכבוד בבוא הזמן? לערן אים אויס צו זיין א טוען לכל הפחות. אסאך וואוילע אידן און ערליכע אידן האבן געארבעט. און אויב זיי האבן עס געמיינט ערנסט, האט עס נישט געשאדט קיין משהו צו זייער יראת שמים.

u r so right,Ii m still crying every night y they made me waste 15 of the best years of my life. but the so-called rabunim they do not care
ניעק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:43 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך ניעק »

town1 האט געשריבן:פארוואס דארף א בחור זיך גיין לערנען א פאך? וועסטו מיר טייערע ממי שאמרו זאגן אז מען דארף אויסלערנען א בחור א פאך כדי צו האבן פרנסה נאך די חתונה, וועל איך דיך ענטפערן, עס זענען דא היינט גרויסע עשירים וואס זענען זיך נישט געגאנגען לערנען קיין שום פאך אלץ בחור, ניטאמאל ספעלן ענגליש האבן זיי געקענט, א יעדע זאך ווערט אנגעשריבן אויף די מענטש נאך פאר ער ווערט געבוירן און אויב די אייבערשטער שרייבט אן פרנסה אויף א יעדע איד, וועט דער איד זיכער האבן פרנסה , אוואדי מען דארף טון השתדלות אבער א איד דארף אויך האבן בטחון אז א יעדע זאך איז אנגעשריבן אין הימל

U should know there is no middle income in our community, like any other community which the AVERAGE is $100,000 to 200,000. Our community is AVERAGE low income like 25,000 to 50,000
ניעק
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 24
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 28, 2013 9:43 pm
האט שוין געלייקט: 189 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

שליחה דורך ניעק »

And what about some exercise and sports which is also VERY important
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

ענטפער צו ממי שאמרו

שליחה דורך berlbalaguleh »

ממי_שאמרו האט געשריבן:סאו "אלע" בחורים גייען ווערן פרינטער ארבעטערס?

געהלונגען האט דאס נישט געמיינט צו זאגן. ר'האט נאר אנגעכאפט א משל. קיין פלאמנינג אדער עלעקטרישן שאפ האט ער (מסתמא) נישט געהאט. אדער נאך צענדליגע פאכן ווי למשל א בעקער אדער קעכער אדער דיימאנד שלייפער. דער עיקר איז די איידיע אז מ'זאל נישט זאגן " איך בין א שיינער יוד, ס'פאסט מיר נישט"..
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דולה ומשקה האט געשריבן:אלס קומט מען צוריק צום זעלבע ווארט: סיסטעם

די רעדסט ווען בחורים, די שרייבסט א בריעוו צו כ"ק אדמו"ר שליט"א

איך וויל פרעגן אזא שאלה (כידוע א איד ענפערט א שאלה מיט נאך א שאלה).
לו יצייר וואס דער רבי האט גארנישט מיט די בחורים, זיי קומען שטיין אנצופילען די פארענטשעס בשעת די טישן, זיי באקומען נישט א חנוכה מטבע מידו הקדושה, זיי שטיין נישט אויסגעשורהט אין קעמפ פאר די רבי'ס קאר, און אנדערע ווערטער די בחורים האבען קיין פארקער מיט די רבי, און דער רבי האט נישט מיט בחורים, וואלט דער רבי אינוועסטירט געלט פאר א מוסד פאר בחורים? ער האט נישט קיין מתיבתא למען החינוך, ער האט דאס נאר עס זאל בלויז דינען איין צוועק, דער רבי דארף די בחורים אז זיי זאלן דינען זיין פרעזענטליכע געברויכען.

אבער אלס ביזנעסמאן איז דער (יעניגער ) רעבע זייער נישט פראקטיש. ער וואלט זיך געדארפט גיין ערגעץ צולערנען די פאך. ער דארף אביסל שימוש. אפשר וואלט כדאי געווען ער זאל ווערן גבאי ביי א גרויסן רעבין. ער זאל זיך אויסלערנען וויאזוי די רעבע מאכט מיט די הענט און פארגלאצט די אויגן בשעת ער עסט (הס מלהזכיר) ער איז טועם פון'ם קוגל. דער עולם מיינט אז ס'איז שיריים פון רעבע. דערווייל איז דאס שיריים פון די פוילישע גוי'טע וואס האט געקאכט דעם קוגל און בשעת מעשה טועם געווען דערפון.
נ.ב.: די תגובה איז אפשר אביסל מעין פון "עד דלא ידע". נו, ס'איז דאך שוין באלד פורים.
נולד מאוחר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3833
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 09, 2012 9:21 pm
האט שוין געלייקט: 3807 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1797 מאל

שליחה דורך נולד מאוחר »

איך בין נישט זיכער די רבנים זענען שילדיג דא.
די בריוו דארף זיין גיוודמעט צי די עלטערן. מיר האבן נישט די באלס, בלעימט מען די רבנים.
זיי זענען א חילק פונעם סיסטעם.
איך שיק אריין א בחור און ישיבה גדולה בקרוב . האב איך דען די גאטס עם צי שיקן און קאלעדזש? א רעטך.
אדרבה ווער קען העלפן.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

איך זע נישט דער פראבלעם. זאלן מיר אלע פארקויפן אונזערע פאעזיעס און מיר וועלן ווערן רייך ווי קורח.
אה, כ'האב פארגעסן, א סימן מובהק פון א געלונגענער פאעט איז אויב ער האט נישט קיין לחם לאכול.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
לעמאן דזשוס
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 837
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
האט שוין געלייקט: 410 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל

שליחה דורך לעמאן דזשוס »

יאיר האט געשריבן:איך זע נישט דער פראבלעם. זאלן מיר אלע פארקויפן אונזערע פאעזיעס און מיר וועלן ווערן רייך ווי קורח.
אה, כ'האב פארגעסן, א סימן מובהק פון א געלונגענער פאעט איז אויב ער האט נישט קיין לחם לאכול.


דאן האב איך שוין איין קוואליפיקאציע!!!
פארשפארט