נייע חודש'ליכע מאגאזין: 'מצליח'
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:מזל טוב ארטאדאקסישע אידנטום, א נייע שופר איז אייך פריש געבוירן.
מצליח דערקלערט זיך "דער שופר פון ארטאדאקסישן אידנטום"
דאס ארטאדאקסישע אידנטום איז היבש צעפארן, אבער אירע שופרות שטייען ב"ה פעלזן פעסט.
דער שופר וועט מיט מאה קולות ערקלערן אז נישט מיר זענען אויפן באשולדיגונגס באנק, נאר דער פראקוראר. אז מען ארעסטירט נישט גרויסע רבנים פאר וויטנעס אינטימידעישאן און אז מוסדות האבן נישט מיסברויכט געלט געווידמעט פאר טעכנאלאגיע.
מיר זענען ב"ה גאר גוט, עס פעלט אונז נאר דער שופר, דער פי אר סטראטעגיסט וואס זאל מסביר זיין ווי גוט מיר זענען.
אט דאס האט וויכטיג אויסגעפעלט, די גנוחי גנח'ס און ילולי יליל'ס פון די שופרות, צו זיין תוקע בתור הבור.
פארשטייען זיי נישט אזויפיל אז זייער שופר איז איבעריג? אז מיר האבן יעצט עכטע פראבלעמען און נישט עפעס וואס געשטעטנער מיט זיין פארשטאנד צו זשורנאליסטן און זייערע לעבנסשטייגער, ועט העלפן?
קופערניו איך האלט נישט זיי מען זאל שוין אטאקירן גיב זיי א שאנס. מיר אלע דא זענען שטארק פאר אינגעלייט זאלן שרייבן פריי און פרובירן כשרונות לאמיר איהם שטיצן און ליינען און אז מיר זעען וויכטיק וועלן מיר איהם הילכיק קריטיקרן דא על גפי מרומי קרת השטיבל. דער עיקר איז יעדער קען שרייבן מה שישים השם בפיו.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן תמליון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בן תמליון האט געשריבן:[קופערניו איך האלט נישט זיי מען זאל שוין אטאקירן גיב זיי א שאנס. מיר אלע דא זענען שטארק פאר אינגעלייט זאלן שרייבן פריי און פרובירן כשרונות לאמיר איהם שטיצן און ליינען און אז מיר זעען וויכטיק וועלן מיר איהם הילכיק קריטיקרן דא על גפי מרומי קרת השטיבל. דער עיקר איז יעדער קען שרייבן מה שישים השם בפיו און זאל קלאר זיך צושטיקן מיט זיין מים אחרונים.
פאר דריי בלעטער בילדער פונעם הויכגעשעצטן יופי געשטעטנער קומט אים איין פלאסק אין פרצוף,
און פארן זיך טיטוטלירן "שופר פון ארטאדאקסישן אידנטום" און נישט תופס זיין די גרוילקייט פון דעם קלישעה, קומט אים נאך איינס.
פארן שרייבן "כלל ישראל אונטער אטאקע" קומט אים א דריטע, און יעצט, לאמיר זעהן וואס ער שרייבט.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
יא קופי, איך האלט אויך אזוי, מיט תמליונ'ס זון און האול-ווהיט קרעקער.
מען איז פארנומען שרייען אז קיינער טוט נישט, נישטא קיין ווארט-זאגער פארן יהדות החרדית,
לאמיר זעהן וואס וועט ער ברענגען צום טיש, ונזכה ונחי' ונראה.
און אויסער דעם, אויב גייסטו טיילן הילכיגע פראסקעס אין פנים, קען ער רופן די פאליציי, און והנה, א דריטע סומאטוכע וועט געבוירן ווערן למז"ט.

וירח ה' את ריח הניחוח
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 862
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 26, 2012 6:58 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 115 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:יא קופי, איך האלט אויך אזוי, מיט תמליונ'ס זון און האול-ווהיט קרעקער.
מען איז פארנומען שרייען אז קיינער טוט נישט, נישטא קיין ווארט-זאגער פארן יהדות החרדית,
לאמיר זעהן וואס וועט ער ברענגען צום טיש, ונזכה ונחי' ונראה.
און אויסער דעם, אויב גייסטו טיילן הילכיגע פראסקעס אין פנים, קען ער רופן די פאליציי, און והנה, א דריטע סומאטוכע וועט געבוירן ווערן למז"ט.
איך גלייב נישט אז ער וועט דאס טון צו א 540 יעריגע מענטש.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
קופי, שוין ווידעראמאל!
לו יהא כדבריך, קען ער זיך עפעס אליינס באשאפן כשרונות?
ער נעמט די כוחות וואס ער האט באקומען פון הימל, און טוט די בעסטע לויט זיין יכולת. קודאס פאר איהם! אדרבה, ממנו ילמדו וכן יעשו!!
וואס נאך קען מען פארלאנגען פון אים?
די בעלי יכולת און בעלי כשרון טוען דאך נישט גארנישט. ווי יאנקל שרייבט: "מיר איינגעמאכטע ליליפוטן לאזן אונזערע כשרונות פארוועלקט און פארטרוקנט ווערן צוליב דעם געזעלשאפטליכן פאראליז פון מה יאמרו הבריות"...
קופיקא, עפעס דריקט דיר דא.... און דו קאכסט אפ א זאווערוכע...
אז דו האסט א בעסערע עצה, לאמיר הערן.
אפשר ווילסטו זיך אריינשטעלן אין זיינע שיך, און טון צו דער זאך?

- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:איך בין שוין מיד סיי פון מנשה לוסטיג און יופי געשטעטנער'ס זעלבסט זיכערהייט און סיי פון יידל יאנקל'ס איינגעהאלטנקייט.
איר פארשטייט מיר?
געלונגענע מענטשן זאלן טאקע ארויסקומען, אבער די אידיאטן זאלן לויפן אין די מייזן לעכער שלא תגלה ערוותך עליו
ווען חוצפה מיט חכמה וואלטן געגאנגען צוזאמען וואלטן מיר שוין לאנג געווען געהאלפענע.
האדם לא נברא אלא להתענג
ידען האט געשריבן:יופי געשטעטנער
העי, ווען מען נוצט די געמיינדע געלע מענטשעלעך ביי די זייט, האט רבי בענדזשאמין איינגעפירט אז מען מאכט א גרינעם מים אחרונים פאר אונזער טייערן פריינט ר' הערשל. וכן נהגו
- לאליפאפ
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1281
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 3:12 pm
- האט שוין געלייקט: 276 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 813 מאל
איך בין נאר וואס אנגעקומען אהיים מיטן מצליח! אויפן ערשטן בליק מאכט עס א שלעכטע רושם ביי מיר. אסאך זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס, למשל א צעבראכענע טאטע האט שוין עספייעט אריינצושיקן א הארץ רייסנדע בריוול אינעם… ערשטן מאגאזין, ווי אויך זענען 70 פראצענט פון די בילדער איבעריג צי אפילו נאריש. א נייע צייטונג וואס רוב ארטיקלען זענען קריטיק געוואנדן קעגן יחידים… דאס אלעס אויפן ערשטן בליק!! קען זיין סוועט זיך טוישן אין מיינע אדער אין זייערע אויגן!?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 170
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 18, 2012 12:53 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל
- ידען
- חבר ותיק
- הודעות: 3158
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
- האט שוין געלייקט: 2648 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל
לאליפאפ האט געשריבן:איך בין נאר וואס אנגעקומען אהיים מיטן מצליח! אויפן ערשטן בליק מאכט עס א שלעכטע רושם ביי מיר. אסאך זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס, למשל א צעבראכענע טאטע האט שוין עספייעט אריינצושיקן א הארץ רייסנדע בריוול אינעם… ערשטן מאגאזין, ווי אויך זענען 70 פראצענט פון די בילדער איבעריג צי אפילו נאריש. א נייע צייטונג וואס רוב ארטיקלען זענען קריטיק געוואנדן קעגן יחידים… דאס אלעס אויפן ערשטן בליק!! קען זיין סוועט זיך טוישן אין מיינע אדער אין זייערע אויגן!?
כאב עס געטראכט צו קויפען אבער איך וויל הערען ווער סע האט עס שוין געקויפט זאל זאגען וואס מע קען דארט לייענען.
די דעקעל זעהט אויס שיין און סע האט פיקטשערס פון דריי מענטשען, יופי, שפילמאן און היינס...,
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
yedios1 @ gmail.com
- יואליש
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2681
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
- האט שוין געלייקט: 1390 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל
בן תמליון האט געשריבן:א ספר אויף א חומש.
דאס חומש פעלט זיך אויס אויפן בילד כדי צו שטיל מאכן די טאליבאן. אין לעצטערע יארן איז נישט מעגליך זיך צו רירן אן מורא האבן אז ערגעצוואו אומגעראכטן גייט עפעס א מיליטאנט שרייען שגץ, פוי, רשע, כופר, זונה און סוטה. איז געווארן סטאדארט אפערעטיג פראסידשור צו צייגן כשר'ע מעלה גרה סימנים. א חומש אין אפיס, א ברוך השם און רח"ל אין א נייעס, וכו' ווען נישט ס'ליינט זיך נישט אזוי גרינג פון א דורכגעווייקטן צייטונג, וואלטן אלע צייטונגן ליתר שאת גע'טובל'ט אלע קאפיס גלייך פון דרוק.
א געניט אויג כאפט אויף אז דאס איז אלעס שאו שפילעריי און ווינדאו-דרעסינג, אזא לא יחרץ געלט פאר די טאליבאן, וואס די מידיא צאלט מ'זאל זיי לאזן מנוחה. איי, ס'אינסאלט די אינטעלעזשענס פון די ליינער? דאס איז א קליינע פרייז צו צאלן כדי צו בלייבן אין ביזנעס. דער שטערן האט געכאפט די מכות, און צוזאמען האבן אלע פובליקאציעס געכאפט דעם פארטל.
- בן תמליון
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1456
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1301 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1664 מאל
שוין האב איך גענומען א מצליח צוזאמען מיט מיין משלוח מנות ארדער. איך מיין עס איז נישט כדאי צו נעמען צום הארצן בכלל, איך זעה מער א קאמעדישער טאבלעט בלאט פון א פאר "וואנעביס" יונגעלייט. דאס שרייבן איז גאנץ שוואך אבער זאלן זיי פרובירן און זיין מצליח. איך קוק עס אן שיין אז היימישע חברה נעמען א פעדער און שרייבן און חלומן און האבן גענוג קאנפידענס צו לייגן בילדער פון זיך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום בן תמליון, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- לעמאן דזשוס
- ידיד ותיק
- הודעות: 837
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 11:33 pm
- האט שוין געלייקט: 410 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 706 מאל
בןתמליון, פיינע אויפפאסונג.
זייער אינטערעסאנט די מורא׳דיגע זעלבסטזיכערקייט זיך צו דערקלערן ראש לימבאו פון די יודן אין עמי מאגאזין...לויפן פאר א קאנגרעס זיץ...נישט אינעם סטעיט נאר טאקע אינעם הויז פון רעפרעזענטאטן, יא, ווייל דער פון ראקלענד טוט א שוואכע דזשאב לאל....דערנאך זיך פיקטשערן מיט קארל ראוו אליינס פשיהא!
וויפיל יאר האט ראלניצקי געשריבן און גע׳עסק׳נט ביז ער׳ט דער ערשטע מאל געכאפט אז ער פארדינט א בילד מיט עריק קענטאר?!
פאר חודש אדר, אדרבה....אז ער וויל דוקא זאל ער מצליח זיין געזונטערהייט! מיטן מצליח און מיטן אודזשעיפעק!

- היימישער באניצער
- הודעות: 476
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
- האט שוין געלייקט: 546 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 116
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 10, 2013 10:36 pm
- האט שוין געלייקט: 3 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל
מ'קומט דא אריין גאנץ שארף קעגן אים. איבערגעטריבענע גיאות ברענגט צו ברעכן, אמת. אבער ער האלט נאר ביי זיין ערשטע אויסגאבע פארוואס נישט געבן א טשענס אז ער אליין זאל זיך סעטלן מיט א מהלך?
The pessimist complains about the wind; the optimist expects it to change; the realist adjusts the sails.
William Arthur Ward
William Arthur Ward