"דער שטערן" מדי חודש בחודשו

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
פארשפארט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

קופערניקוס האט געשריבן:אויב פעלט דיר בהירות בעט ביי יידל, כמיין, ביים רבונו של עולם, וואס איז די אומקלארע רייד?

:like
פאר די וואס כאפן נישט קופערניקוס רמזים עי׳ כאן
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דער קרוין פרינץ פון אידישע אויסגאבעס, "דער שטערן" איז אויך נישט ריין פון פראבלעמען. אין די פארגאנגענהייט האב איך שוין קריטיקירט ה. מארש פונעם שטערן און אים באשולדיגט מיט פלאגיאריזם, און יאנקל האט אויך דאן מעורר געווען איבער אמעראצעס אין זיין ארטיקל איבער דעם כתר ארם צובא. דעם חודש (שבט תשע"ג) האב איך געליינט און הנאה געהאט פונעם שטערן און די ארטיקלן אבער עס האט מיר שטארק געשטערט די טעותים אין ה. מארש'ס ארטיקל.

די מדובר איז דער ארטיקל מיטן קעפל "די אינטערעסאנטסטע און וויכטיגסטע דערפינדונגען פון 012'". גאר אן אינטערעסאנטער ארטיקל, וואס באשרייבט - צווישן אנדערע - דערפינדונגען וועלכע זענען שוין דערמאנט געווארן בין כותלי שטיבלנו, ווי ליקוויגלייד און די LED באלב וועלכע מ'קען קאנטראלירן פון א סמארטפאון. איינס פון די דערפינדוגען איז "מענטשן-געמאכטע וואלקנעס אינעווייניג". די רעדע זענען "אינדאור וואלקנעס", די דערפינדונג פון אן ארטיסט אין האלאנד מיטן נאמען בערנדנאט סמילדע. מארש שרייבט ווי פאלגנד:

ה. מארש, דער שטערן שבט תשע"ג האט געשריבן:מענטשן-געמאכטע וואלקנעס אינעווייניג
גוט, איר האט מיר געכאפט, די דאזיגע דערפינדונג איז לכאורה נישט קיין ספעציעלע טובה פאר דער מענטשהייט, חוץ אויב איר זענט אן ארטיסט אדער עמיצער וואס דירעקט פורים-פארשטעלונגען, אבער דאך איז עס צו אן אינטערעסאנטער דערפינדונג אז מיר זאלן עס אזוי מיר-נישט-דיר-נישט איגנארירן.
...
סמילדע האט אויסגעטראפן א פאטענט וויאזוי צו ערצייגן וואלקנעס , כאטש ס'פארלאנגט זיך אסאך ארבעט דאס צו צושטאנד ברענגן. סמילדע מוז צוערשט פארזיכטיג קאנטראלירן די פייכקייט און אטמאספערע אינעם צימער, כדי צו פארזיכערען אז דער געמאכטער-רויך, וואס ווערט ארויסגעלאזט דורך א ספעציעלער מאשין, בלייבט הענגן אזוי עלעגאנט אינמיטן צימער אויסקוקענדיג זייער עכט, און ווערט נישט פארשוואונדן. ספעציעלע לעמפ פראדוצירן אזא סארט שאטן, וואס געבט דעם געפיל כאילו ס'איז פארוואלקנט פאר א שווערן רעגן.


די באשרייבונג קומט באגלייט מיטן פאלגענדעם בילד:

סמילדע האט פרעזענטירט זיין וואלקן פאר די מאסן אין א צימער וואס פארמאגט בלויע (וואלקנס) [ווענט] מיט א רויטן פלאר
סמילדע האט פרעזענטירט זיין וואלקן פאר די מאסן אין א צימער וואס פארמאגט בלויע (וואלקנס) [ווענט] מיט א רויטן פלאר
smilde.jpg (62.08 KiB) געזען געווארן 2218 מאל


די באשרייבונג איבער סמילדע'ס דערפינדונג איז כמעט אינגאנצן אמת, חוץ איין קליינע פרט. אין די פראבלעם איז אז אין דעם קליינעם פרט איז תלוי די גאנצע "דערפינדונג". עס איז אמת אז סמילדע טוט פארזיכטיג קאנטראלירן דעם צימער כדי די געמאכטע רויך זאל אויסקוקן רעאליסטיש. עס איז אויך אמת אז ער ניצט א ספעציעלער מאשין (באקאנט אלס א רויך-מאשין, אדער נעפל-מאשין וועלכע איר קענט קויפן פאר בלויז $29.99 אויף אמאזאן). די לעמפ וועלכע סמילדע נוצט צו פראדוצירן דעם ספעציעלען שאטן איז אויך ריכטיג. די איינציגסטע נישט אמת'ע איינצעלהייט פונעם דעסקריפציע איז אז די וואלקן ווערט נישט פארשוואונדען. און די פראבלעם איז אז אין דעם איז תלוי די גאנצע "דערפינדונג". די אמת איז אז סמילדע האט גארנישט דערפינדן. סמילדע איז אן ארטיסט, נישט קיין אינווענטאר. סמילדע נוצט רעגולארע כלים ווי די רויך-מאשין, לייטס און א קאנטראלירטער אטמאספערע צו פראדוצירן דעם וואלקן. די וואלקן עקזעסטירט אינגאנצן א מינוט צוויי, גענוג אויף צו כאפן א בילד. נישט קיין דערפינדונג ליגט דא נאר די וואונדערליכע ווערק פון אן ארטיסט. טאקע זייער אינטערעסאנט, אבער כ'זע נישט וואס עס זיכט אין דעם ארטיקל. אבער לא על ה. מארש תלונתי. מארש נעמט דאך עס פון ערגעץ, נישט אזוי? די שולדיגע זענען טיים מאגאזין וועלכע האבן געפיטשורט סמילדע'ס וואלקן אלס איינע פון 25 אינטערעסאנטסטע אינווענשאנס פון יאר 2012. אבער נעמענדיג אין באטראכט אז טיים מאגאזין האט אויך געפיטשורט די קוריאסיטי ראווער אויף מארס אלץ דערפינדונג און די היגס באסאן פארטיקל אלס קאנדידאט פאר "מענטש פון יאר" (Person of the Year) קען מען זיי אפשר מוחל זיין פארן פיטשורן אן אינטערעסאנטען קונסט אויסשטעל אלס "דערפינדונג". (און אזוי ווי איר טראכט מסתמא, ערשיינען אין די טיימס ליסטע אויך א גרויסע טייל פון די אנדערע דערפינדונגען וועלכע ווערן באשריבן אין דער שטערן, ווי ליקוויגלייד, די הענטשיך וואס וועט אייך מאכן פארשטיין האנט לשון, די זעלבסט-אויפבלאזענדע רעדלעך און דער ראבאט בעקסטער. לשבחו פונעם שטערן ייאמר, אז די באשרייבונגען זענען נישט בלויזע איבערזעצונגען פון די טיימס דעסקריפציע נאר אליינס אויסגעארבעט און צוגעלייגט אסאך אינפארמאציע.)

אבער דעם ארטיקל'ס פראבלעמען ענדיגן זיך נישטא. בתוך דבריו שרייבט מארש אזוי:

ה. מארש, דער שטערן שבט, תשע"ג האט געשריבן:סמילדע האט פרעזענטירט זיין וואלקן פאר די מאסן אין א צימער וואס פארמאגט בלויע (וואלקנעס) [צ"ל: ווענט] מיט א רויטן פלאר, די בלויע ווענט האבן געזאלט געבן די איינדרוק כאילו די וואלקענעס זענען געשטראנדעט אין א פארמאכטן הימל, און דער שארפן קאנטראסט פון דעם רויטן פלאר פארזיכערט אז זייער הימלישע ספערע איז פרעזערווירט. (כ'פארשטיי נישט עכט וואס כ'האב דא געשריבן. כ'האב פשוט איבערגעזאגט הוידל-בוידל וואס סמילדע האט ערקלערט פאר זשורנאליסטן בשעת מעשה און רוב רעפארטערס האבן פארשטייט זיך צוגעשאקלט מיט'ן קאפ כאילו זיי פארשטייען גענוי וואס ער רעדט, ווען באמת האט סמילדע אליינס נישט געוואוסט וואס ער רעדט נאר אזויווי רוב ארטיסטן ארויסגעלאזט א זאפאס מיט ווערטער, מיט דער האפענונג אז עפעס א זאץ וועט זיך פארמירן דערפון.)


גוט, כ'וועל מודה זיין אז ס'גאנץ גוט חוזק געמאכט פון ארטיסטן, דער פראבלעם איז אבער אז סמילדע האט קיינמאל נישט געזאגט דעם הסבר. די ערקלערונג פאר די רויטע פלאר מיט די בלויע ווענט קומט פון איינעם ברייען נעלסאן וועלכע האט באשריבן סמילדע'ס וואלקן אין "מוטער נאטור נעטווארק". און די פאקט איז גראדע אז מארש האט שלעכט איבערגעזעצט דעם זאץ. די אריגינעלע זאץ איז אזוי:

ברייען נעלסאן האט געשריבן:The blue walls produce the surreal impression that the clouds are trapped within an enclosed sky. Their ethereal space is preserved, however, by the sharp contrast with the red floor.

אין אידיש: די בלויע ווענט פראדוצירן א "סוריעל"[1] אויסזען אז די וואלקענעס זענען פארכאפט אין אן ארומנעמנדער הימל. זייער "עטהעריעל"[2] פלאץ איז אבער פרעזערווירט דורך די שארפע קאנטראסט פונעם רויטן פלאר. אין אנדערע, און מער פשוט'ערע, ווערטער: די בלויע ווענט געבן דעם איינדרוק כאילו די וואלקן איז אן עכטע וואלקן וואס שוועבט אין אן עכטן הימל. אבער די קאנטראסט מיטן רויטן פלאר מאכט זיכער צו דערמאנען דעם מענטש אז די וואלקן איז אין א צימער, א פלאץ ווי וואלקענעס געפינען זיך נישט געווענליך. סמילדע'ס אייגענעם הסבר איז גראדע אויך היבש הוידל-בוידל און די וויץ וואלט אויך געקענט שטימען אויף זיינע ווערטער, אבער משום איזה סיבה שהוא האט מארש געטון א סלאפי דזשאב און גענוצט דעם שרייבער'ס ווערטער אנשטאט סמילדע'ס.

אט איז סמילדע'ס וועבזייטל אויב זענט איר אינטערעסירט און נאך בילדער פון וואלקנס אינעווייניג.

[1] סוריעל - פירוש: עפעס וואס זעט אויס עכט אבער מ'ווייסט אז עס נישט עכט אזוי ווי א חלום וואס זעט אויס ממש עכט.
[2] עטהעריעל - פירוש: עפעס וואס איז נישט קיין ריכטיגע מציאות , ענליך צו אן אילוזיע
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הוי יידל יידל, מי יצדק לפניך בדין...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

נע, מאך עס נישט ערגער ווי עס איז. סך הכל בין איך געווען זייער נייגעריג צו זען וויאזוי די וואלקענעס ("וואלקנעס" לויט ה. מארש - אריין אין שפראך פארום) ווערן געמאכט. האב איך עס גע'גוגל'ט און אזוי ארום געטראפן אלע אינפארמאציע ארום סמילדע און זיינע וואלקענעס. די קריטיק מיינע איז נישט אזוי ווייט קריטיק ווי א וועג וויאזוי ארויסצוגעבן פון בויך די אלע אינטערעסאנטע אינפארמאציע וועלכע כ'האב געליינט און די אינטערעסאנטע לינקס און וועלכע כ'האב זיך אנגעשטויסן. נאך א סיבה פאר מיין קריטיק איז ווייל כ'קען באשטיין אז מענטשן זאלן וויסן נישט אפצוקויפן דעם געדרוקטן ווארט כאילו ס'איז תורה מסיני. מענטשן דארפן וויסן אז שרייבער זענען נישט מלאכי אלוקים און זיי מאכן צומאל טועתים און אמאל קענען זיי אפילו שרייבן הוילע שטותים פשוט פון פארנאכלעסיגקייט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

זייער אינטערעסאנט, יידל. כ'בין נאר מחולק מיט דיין טיטל פון קרוין פרינץ פון אידישע אויסגאבעס פאר'ן שטערן. סוף כל סוף זענען דריי פערטל ארטיקלען איבערגעטייטשט ווארט ביי ווארט פון ענגלישע אויסגאבעס און דאקומענטעריס, אלטע און נייע.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

אבער אפילו דער "זמן" האט אויך געווענליך איינס אדער צוויי אריגינעלע ארטיקלען, און דאס איבריגע זענען אלטע מעשיות און געשעענישן. ס'איז אפשר איבערגעארבעט פון וויקיפידיע און אנדערע פלעצער, אבער ס'איז דאך נישט קיין פארגלייך צו אנדערע אידיש-ענגלישע אויסגאבעס וואס כמעט אלע ארטיקלען זענען אריגינעלע איידיעס און געדאנקען. אגב, איך וואונדער זיך אפטמאל פארוואס געוויסע אינטערעסאנטע ארטיקלען פון זמן ווערן נישט איבערגעזעצט אין דער שטערן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

יאיר, דו גיבסט צופיל קרעדיט פאר די "אנדערע אידיש-ענגלישע אויסגאבעס"...
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
נייגעריגער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 06, 2013 8:01 am
געפינט זיך: וואו נאר מ'קען ווערן קלוגער
האט שוין געלייקט: 90 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 174 מאל

ר' חיים שנעבאלג ז"ל

שליחה דורך נייגעריגער »

איך אויך האט געשריבן:נעוואדע איז ר' חיים שנעעבאלג ע"ע געווען א היימיש חסידיש איד במלא מובן המילה, אז מרעדט שוין דערמאן איך מיר א זיס מעשה'לה פונעם אמרי חיים, ר' חיים פלעגט שטיין אינטער דעם אמרי חיים'ס בענקל, בשעת די זינגן האט ער כמנהג הזינגערס געלייגט די האנט אויף זיין לינקע אויער והנה ר' חיים האט געהאט א קראצעדיגע קול ומפורסם דעם אמרי חיים'ס סענסיטיוויקייט צו א פאלשע תנועה, איינמאל דרייט זיך דער רבי אויס און זאגט עם (מיט די ווישניצע קנעיטש) חיים אפשר לייגסטו די האנט אויף מיין אויער?

עס קומט טאקע נישט אין דעם אשכול, און עס איז אויכעט שוין א תגובה פון א היבשע וויילע צוריק, אבער איך האב עס יעצט געליינט האב'ך מיך דערמאנט א צווייטע סיפור אין דעם ענין:

ר' חיים ז"ל איז ווי אויבענדערמאנט נישט געווען קיין גרויסע בעל מנגן [בלשון נקיה], האט אים אמאל דער אמרי חיים פון וויזניץ געזאגט בדרך הלצה: "חיים, אזא געלונגענע בעל מנגן האב איך נאכנישט געזען, יעדע וואך א נייע ניגון אויף מנוחה ושמחה [ווייל ער האט קיינמאל נישט געזונגען דער גוטע ניגון] …
נייגעריגקייט קען זיין גוט און שלעכט עס ווענדט זיך פארוואס מען ניצט עס.
איך בין נישט קיין גרויסער שרייבער און ווייסער, אבער איך וויל וויסן.
BAL TSHIVA
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 371
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

שליחה דורך BAL TSHIVA »

קרעקער האט געשריבן:ווייסט איינער וואס גייט לעצטענס פאר מיטען שטערן?
ענדליך ארויסגעקומען אנדערדהאלבען וואכ שפעהט און סאיז עפעס נישט ווי אמאהל
פארוואס דאפען זיי איבערדרוקען א ארטיקעל פין דע רוסישע מיליטערישע רב וואס דער בליץ האט שוין געהאט א לאנגס און ברייטס אינטעוויו מיט דע רב פאר 3 חדשים ציריק. דעס פאסט פאר דע בליץ און נישט פאר דע שטערען

ס איז דא רומערס אז ש, ר, האט פארקויפט דער שטערן שפאקטיוו (נאר די יודישע) פאר אשר לעווין
קען עס איינער קאנפירמען?

Shimon is not the owner from this a long time already
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

יידל האט געשריבן:יאיר, דו גיבסט צופיל קרעדיט פאר די "אנדערע אידיש-ענגלישע אויסגאבעס"...

די משפחה, למשל, באשטייט נישט פון קיין אריגינעלע ארטיקלען? דו ביסט א בעסערע מומחה ווי מיר אויף פלאגיאריזם.
האדם לא נברא אלא להתענג
משה רוקח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 434
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 26, 2012 7:45 pm
געפינט זיך: רואיגערהייט ביים וואסער
האט שוין געלייקט: 133 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך משה רוקח »

דער שטערן דף 34 ליינט זיך דער צווייטער פאראגראף אזוי:
דער שטערן האט געשריבן:דאן האט ער געכאפט א פרישן קלאפ אויף זיינע וואונדן ווען זיין מוטער האט געהייראט א צווייטע מאל-זיין פאטער איז געשטארבן דריי יאר פאר ער איז געבוירן געווארן- און דער שטיף-טאטע האט אים נישט באזונדער געגליכן. אין פאקט איז אייזיק פארשיקט געווארן פון שטוב און אויפגעהאדעוועט געווארן דורך זיין באבע.

קען מיר איינער מסביר זיין וויאזוי - אין די צייטן פון אייזיק ניוטאן - האט א קינד געקענט געבוירן ווערן דריי יאר נאכדעם וואס די טאטע איז געשטארבן?
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף די כשרות פון אונזערע תגובות. מיר זיפן די מעל און באקוקן די אייער.
באניצער אוואטאר
אךשמח
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 362
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 24, 2012 5:34 pm
האט שוין געלייקט: 48 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 206 מאל

שליחה דורך אךשמח »

פארוואס 'דער שטערן' טוט נישט איבערזעצן פארשידענע אינטערעסאנטע ארטיקלען פונעם זמן, דארף נישט קיין ברייטן הסבר. עס איז פשוט אז דער שטערן קען נישט שרייבן וואס ער וויל און איז געצוימט צו זיין הייליגער ווי אלע אנדערע אידישע צייטונגען און אויסגאבעס וואס קומען ארויס, ווייל ער איז נישט אונטערגעווארפן אונטער קיין פארטיי און איז אויך נישט אין גוטן מיט די וואס פירן דעם רעדל ביי די וויסטע מערכות קעגן דעם אויסגאבע וואס האט שוין אזויפיל אידישע קינדער אפגעפירט פון וועג...

אין אנדערע פעלער וואלט איך זיך זייער געפרייט צו זען נאך אן אויסגאבע וואס קומט ארויס אין אידישער שפראך אבער ווען דער בליץ מאכט ממש נאך דעם שטערן און שפאקטיוו מיטן אויסלייג און מיט די זעלבע פאנט ווי אונזער אלטער באליבטער אויסגאבע איז דאס אין מיינע אויגן א פארברעך און דעריבער קויף איך עס נישט.

וואס רעגט מיר צומערסטנס איז אז פריער האט ער באקומען קרעדיט פאר אן ארטיקל וואס ער האט קאפירט פון בקהילה, אין דער צייט וואס דער שטערן האט אראפגעשיקט אן אייגענעם רעפארטער קיין מאסקווע.

עס איז צום האפן אז עס וועט ווייטער ארויסקומען ערליך אין צייט, און אפשר איז טאקע בעסער אז זיי זאלן זיך האלטן צו וואס זיי קענען דאס בעסטע, און צוריק אנהייבן באשרייבן פאליטישע ארטיקלען און עסייען, און אנדערע טעכנאלאגישע און סייענטיפישע געשרייבאכטס זאל מען געבן פאר יידל'ן זאל עס, אדער באשרייבן, אדער עס מסדר זיין איידער עס קומט ארויס לאור עולם...

און שמעון ראלניצקי איז דער אייגנטימער פונעם שטערן און מיר וואונטשן אים פיל הצלחה אויף ווייטער. עס איז קיין פלאן נישט געווען עס צו פארקויפן. עס איז א גוט גייענדער פראדוקט, אפגעזען פון די שלעכט הארציגע און קרומע מענטשן וואס ווילן זען זיין דורכפאל.
BAL TSHIVA
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 371
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

שליחה דורך BAL TSHIVA »

No he's not, it's a GOLI from KJ, he's the son-in-law of Ackerman
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך אוי טאטי »

קודם כל יענער איז נישט קיין גאלי, בארואיגט אייך.
צווייטנס, דו מישט אויס, יענער איז א שותף אינעם זמן, נישט אינעם שטערן.
!..If you go black, you'll never go back
BAL TSHIVA
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 371
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

שליחה דורך BAL TSHIVA »

It's the same company and he's a partner in all
באניצער אוואטאר
אוי טאטי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 530
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 3:06 pm
האט שוין געלייקט: 50 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 106 מאל

שליחה דורך אוי טאטי »

Not true.
!..If you go black, you'll never go back
BAL TSHIVA
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 371
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

שליחה דורך BAL TSHIVA »

Do your home work he's name is chaim hersh goldberger
באניצער אוואטאר
בענדזשאמין פרענקלין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 766
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:53 pm
האט שוין געלייקט: 2326 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3285 מאל

שליחה דורך בענדזשאמין פרענקלין »

בעל תשובה, לאז גאלדבערגער מנוחה, ענדערש פארצייל אונז אביסל פון דיינע עבירות.
חמין במוצאי שבת מלוגמא
BAL TSHIVA
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 371
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 8:41 pm
האט שוין געלייקט: 149 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 133 מאל

שליחה דורך BAL TSHIVA »

With pictures or with out?
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

פוילע דזשורנאליזם

שליחה דורך יידל »

אין דער שטערן פון חודש אדר, אין דעם ארטיקל "דער גאון-שיגעון סינדראם: קלוגע מענטשן וועלכע זענען געווען "נישט מיט אלעמען"", ערשיינט דאס פאלגנד בילד:

בילד

מיטן פאלגענדעם ציטאט אונטער איר (דער ציטאט איז אייגענטליך א פאראגראף פונעם ארטיקל):
ר.ש. כהן האט געשריבן:פאר א צייט האט אריסטו (לינקס) געדינט ווי דער לערער פון אלכסנדר, דער זון פונעם מלך מוקדון - פיליפוס דער צווייטער(רעכטס), און א דאנק דער דאזיגער שטעלע האט ער גענאסן פון דיפלאמאטישע פריווילעגיעס און זיינע שונאים האבן אים נישט געקענט קיין שלעכטס טאן.


דאס בילד איז בעצם אן אויסשניט פון א פיל גרעסערן מעלעריי פונעם מייסטער איטאליענישן מעלער ראפאעל, מיטן טיטל "די שולע פון אטען", אין וועלכע ער האט אפגעמאלן וויאזוי די חכמי אתונה האבן אויסגעקוקט. (די אויסשניט געפונט זיך פונקט אין צענטער פונעם גרויסן בילד).
בילד
(פאר א הויך רעזעלוציע בילד, קליקט דא)

עס זענען פארהאן פיל שפעקולאציעס איבער די אידענטיטעט פון רוב חכמים אין דעם בילד, אבער צוויי אינדענטיפקאציעס זענען קיינמאל נישט געווען אונטער א פראגע צייכן. דאס זענען די צוויי פיגורן אינדערמיט וועלכע טוען בלי שום ספק רעפרעזענטירן אריסטו (לינקס) און אפלטון (רעכטס). אפלטון האלט אין זיין האנט זיין בוך Timaeus און אריסטו, זיין Ethics. עס הייסט אויך אז ראפאעל האט גענוצט א צוזאמשטעל פון ליאנארדא דא ווינטשי און ארכימעדעס צו רעפרעזענטירן אפלטון.

א מעלעריי פון ארכימעדעס
בילד

א מעלעריי פון ליאנארדא דא ווינטשי
בילד

עס זענען אפילו דא גאנצע תורות פארוואס אפלטון ווייזט ארויף (זיינע פילאזאפיעס זענען געווען מער הייפאטעטיש, עס איז מרמז אויף זיין "טעאריע פון פארמען") און אריסטו ווייזט גראד (זיין פילאזאפיע איז געווען מער מאטעריאליסטיש). עכ"פ, ס'איז כמעט אוממעגליך זיך אנצושטויסן אין דעם בילד און זיך טועה זיין אין די אידענטיטעט פון אפלטון. א פשוטע גוגל סוירטש ווייזט אז פיליפוס דער צווייטער האט ווייט נישט געהאט אזא לאנגע בארד ווי דער מענטש אויפן מעלעריי. דאס אלעס ברענגט מיר צו מיין אויספיר אז דאס איז נישט קיין פשוט'ע טעות נאר א פוילקייט מצד דעם עורך אדער שרייבער פון נאכקוקן וואס ער שרייבט. דער בילדער לייגער האט מסתמא געמאכט א גוגל אימעדזש סוירטש פאר אריסטו, גענומען דאס ערשטע בילד אין די רעזולטאטן, דערנאך געקאפיעט און געפעיסט דעם פארגראף איבער אריסטו און נאך צוגעלייכט נופך משלו אז לינקס איז אריסטו און רעכסט פיליפוס און... היידא! א פערטיגן דזשאב. דאס דזשורנאליסטישע פוילקייט מוז פארדאמט ווערן מיט די שטרענגסטע טערמינען.

און אז מ'רעדט שוין, וואס איז פשט פון צו רעדן פון אלכסנדר מוקדון ווי כאילו ער האט נאר זכות אבות ("פאר א צייט האט אריסטו געדינט ווי דער לערער פון אלכסנדר, דער זון פונעם מלך מוקדון - פיליפוס דער צווייטער). צו ווייסט דען נישט דער שרייבער אז אלכסנדר ווערט גערופן "אלכסנד די גרעיט"? ווער פון די ליינער האט דען געהערט פון פיליפוס דער צווייטער? ווער פון די ליינער האט דען נישט געהערט פון אלכסנדר מוקודון? וואס איז פשט פון רעפערירן צו אלסנדר ווי "דער זון פון..."? אדער עם הארצות (דער שרייבער האט נישט געוואוסט/געכאפט אז אלכסנדר בן פיליפוס דער צווייטער מלך מוקדון הוא הוא אלכסנדר מוקדון) אדער ווידעראמאל א פוילע דזשורנאליזם, איבערזעצנדיג וואס ער האט געליינט אין ענגליש אן צולייגן קאפ צו וואס ער שרייבט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

שמעקעדיג האט געשריבן:הוי יידל יידל, מי יצדק לפניך בדין...
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

לעמיל האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:הוי יידל יידל, מי יצדק לפניך בדין...

נע, מאך עס נישט ערגער ווי עס איז. ... די קריטיק מיינע איז נישט אזוי ווייט קריטיק ווי א וועג וויאזוי ארויסצוגעבן פון בויך די אלע אינטערעסאנטע אינפארמאציע וועלכע כ'האב געליינט און די אינטערעסאנטע לינקס און וועלכע כ'האב זיך אנגעשטויסן. נאך א סיבה פאר מיין קריטיק איז ווייל כ'קען באשטיין אז מענטשן זאלן וויסן נישט אפצוקויפן דעם געדרוקטן ווארט כאילו ס'איז תורה מסיני. מענטשן דארפן וויסן אז שרייבער זענען נישט מלאכי אלוקים און זיי מאכן צומאל טועתים און אמאל קענען זיי אפילו שרייבן הוילע שטותים פשוט פון פארנאכלעסיגקייט.

און א דריטע סיבה איז וויבאלד די פוילקייט פונעם שרייבער/רעדאקטער שטערט מיר באמת. איך פארשטיי אז דאס זענען קלייניגקייטן, אבער אז איך כאפ אים ביי דאס וואס איך ווייס, קען איך אים דאך שוין נישט טראסטן ביי די זאכן ווי איך בין נישט באקאנט.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

דער קוואליטעט פון אידישער ליטעראטור איז זייער נידעריג היינט צו טאגס, און עס איז שוין ערווענט געווארן בין כותלי בית הקפה צענדליגער מאל. עס קומען ארויס אויסגאבעס וועלכע שרייבן מיט שטוינענדע עם-הארצות אן זיך רעכענען קיין כי היא זה מיט דעם אינטעליגענץ פון די ליינער. א צייט צוריק האט יאנקל דאקומענטירט אינעם אשכול איבערן מאגאזין "דער בליץ" וויאזוי דער מאגאזין טוט פשוט איבערדריקן אלטע ארטיקלן פון "דער פלאם" און "דער בליק", ממש קאפי-פעיסט, ניטאמאל ארויסנעמנדיג די טעותים. עס איז ממש א בושה ווען א מאגאזין טוט אזא שגץ שטיק, אבער אז "דער שטערן", דאס שפיגעלע פון אידיש ליין מאטעריאל זאל דאס טון ,איז אן אומדערהערטע חוצפה. עס איז ווי דער ניו יארק טיימס זאל נישט-מיר-נישט-דיר דרוקן א ביליגע טאבלויד-סטיל ארטיקל. נעמען א רעפוטאציע און רייטן דערמיט אויף די ליינער איז אן עולה. פלאגיאירן אלטע סחורה פון אנדערע אויסגאבעס איז א טאפעלטע עולה.

דער שטערן האט די חודש לכבוד פסח געדרוקט אן אינטערעסאנטן ארטיקל איבער שטוינענדע צופעלער און קא-אינצידענטן, וועלכע וועלן מאכן אייער קאפ זיך דרייען. טאקע שטוינענדע צופעלער, אבער וואס האט פאראורזאכט פאר מיין קאפ זיך צו דרייען איז געווען דער שטוינענדער קא-אינצידענץ אז שטיקער פון ר.ש. כהן'ס ארטיקל זענען דירעקט פלאגיאירט געווארן פון אן ארטיקל וואס איז שוין געווען געדרוקט יארן צוריק אין צייטשריפט, און איז ארויפגעלייגט געווארן דא ביינונז אין קאווע שטיבל דורך ארכיוויסט!

לאמיר א בליק טאן אויף עטליכע פאראגראפן:

צייטשריפט האט געשריבן:מיר ווייסן דאך אז אלעס פירט דער אויבערשטער, קיין שום ריר אויף דער וועלט ווערט נישט אויסגעפירט אן דעם וואס השי"ת זאל געבן דעם רשות אז דאס זאל געטאן ווערן. אפילו די וואוקס פון א גראזל, זאגן חז"ל, איז אויך תלוי אין דעם ג-טליכן מלאך וואס באפעלט: "וואַקס!"
...
אזוי האבן מיר אויך מקובל פון די פריערדיגע צדיקים, הויפּטזעכליך פון מרן הבעש"ט ז"ל, אז אפילו א שטרויעלע וועלכע פאלט אראפ פון א גאלאפּירנדן וואגן, האט אויך אנגעשריבן וואו זי זאל פאלן און אקוראט אויף וועלכן שטיינדל זי זאל אנטרעפן, ווי אויך וויפיל מאל זי זאל זיך דרייען פליענדיג אין דער לופט!


און אט איז וואס ר.ש. כהן שרייבט אין שטערן:

shtern1.jpg
shtern1.jpg (81.56 KiB) געזען געווארן 3036 מאל


צייטשריפט האט געשריבן:בשעת די אליאירטע האבן פּלאנירט די אינוואזיע אין נאָרמאַנדי פון יוני 6, 1944, האבן זיי צו פארמיידן אז די שונאים זאלן אויפכאפּן די פּלענער זיך באניצט מיט די פאלגנדע קאודס: יוטאַ, אָמאַהאַ, מולבערי, נעפּטון און אָווערלאָרד. די קאודס זענען געווען פון די גרעסטע סודות פון דער מלחמה. אום מאי 3 – איבער א חודש פאר דער אינוואזיע – איז דער ערשטער קאוד ווארט, יוטאַ, ערשינען אין דעם "לאָנדאָן דעילי טעלעגראַף" אלס אן ענטפער צו א "קראָסוואָרד-פּאָזל". אום מאי 23 איז דאס ווארט "אָמאַהאַ" ערשינען אויך אלס אן ענטפער צום זעלבן פּאָזל; מאי 31 איז מולבערי ערשינען; יוני 2, פיר טאג פאר דער אינוואזיע זענען נעפּטון און אָווערלאָרד ערשינען.

דער בריטישער אינטעליגענץ איז שאקירט געווארן אז די סודות פון דער אינוואזיע זענען ארויסגערינען, און זענען ברמז אריינגעלייגט געווארן אינעם פּאָזל פונעם "דעילי טעלעגראַף". זיי האבן תיכף דורכגעפירט א גאר ברייטע און אינטענסיווע אויספארשונג אויף דעם מחבר פון די פּאָזלס. נאך די ברייטפארצווייגטע אויספארשונגען איז זייער מסקנא געווען אז ער האט נישט געהאט קיין שום מיליטערישע ידיעות און קיין מושג איבער דער געפּלאנטער אינוואזיע. די ווערטער האט ער געקליבן אן קיין שום חשבון!

אין תשל"ג האט אַרטור סי קלאַרק געשריבן אין א פיקציע-בוך: "אום 9:40, אין דעם אומגעווענליך-שיינעם זומערטאג פון סעפּטעמבער 11, 2077, האבן מערסטנס איינוואוינער פון אייראפּע געזען א שרעקליכע פייער-טאַבע... די שטעט פּאַדואַ און וועראָנע זענען אפּגעווישט געווארן פון דער מאפּע, און דער כבוד פון ווענעציע איז איינגעזינקען אויף אייביג.

אין תשס"א, אין דעם שיינעם זומערדיגן פרימארגן פון סעפּטעמבער 11, איז אום 9:40 אזייגער דערזען געווארן פאר אלע מענטשן פון ניו יארק א שרעקליכע פייער-טאַבע ביי דעם "וואָרלד טרעיד צענטער". דער כבוד פון די פאראייניגטע שטאטן איז אפּגעווישט געווארן.
...
די באאמטע פון דער שטאטישער לאטערי אין אָרעגאָן זענען שאקירט געווארן זעענדיג אז דער "אָרעגאָן קאָלאָמביען" צייטונג האט פון פאראויס געמאלדן די לאטערי נומערן וועלכע זענען געקליבן געווארן יוני 28, 2000 ביינאכט.

למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז די קאמפּיוטערס פון דער צייטונג האבן געקראכט, און זיי האבן בטעות ארויפגעשטעלט ווירדזשיניע'ס נעכטיגע לאטערי ציפערן אלס דער היינטיגער ארעגאן געווינס. ווי עס האט זיך אויסגעשטעלט זענען זיי געווען גערעכט!
...
בילד

איר דערקענט אוודאי דאס בילד. דאס איז דאך די אלעמען-באקאנטע "מיקי מאַוס".

"מיקי מאַוס", די קליינע מויזל וואס די אמעריקאנער קולטור האט פארגעטערט שוין קנאפּע אכציג יאר זינט די וואָרנער ברידער האבן איר אויסגעמאלן, איז שוין היבש עלטער ווי מען האט געמיינט!

אין אן אינטערעסאנטן קא-אינצידענט האט א מעלער פאר איבער זיבן הונדערט יאר צוריק אויסגעמאלן א פּינקטליכן בילד פון דאס וואס וועט 600 יאר שפּעטער פאר'שיכור'ן די אמעריקאנער יוגנט – "מיקי מאַוס"!

דאס בילד איז אנטדעקט געווארן אין ארכעאלאגישע גראבונגען אין עסטרייך, און ווערט געשאצט צו זיין איבער 700 יאר אלט.


און אט איז א בלאט פונעם שטערן חודש ניסן:

shtern2.jpg
shtern2.jpg (232.78 KiB) געזען געווארן 3036 מאל
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
פארשפארט