כ'האב א פילינג אז דאס איז א נקבה, און איר נאמען איז שיפי (מלשון שפרה), לפי"ז נמצינו למידין אז מיר האבן שוין אין שטיבל א סך הכל פון לכה"פ דריי נקבות, 1. קאווע טרינקער (כפי שהעיד עליה געפילטע פיש, וי"א געפילטערטע), 2. ש(ה)יפ(ה)י (כפי שהשם מעיד עליה, וגם הפיוט), והאחרון הכביר קופערניקוס (כפי שמעידה על עצמה באשכול אחרת, שעדיין היא מתאוששת מהחבלי לידה של ילדה האחרונה). באריסטא היקר (אפשר אויך א פרוי ?) עס איז שוין העכסט צייט צו עפענען א עזרת נשים אין שטיבל.
אינטערעסאנט אז מיר האט מען באשמירט מיט קאווע טרינקער און מיט מיכאל שניצלער צוויי מאל... מילא קאווע טרינקער, אבער מיכאל "ווער האט דיך געפרעגט"? (קרעדיט: יאנקל, איך געדענק שוין נישט וואו...)
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
איך האב נישט קיין ווערטער צו שילדערן מיינע געפילן נאך אזא מעמד, ווען מען איז זיך צוזאמענגעקומען, אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, לשמוע את דבר ה', צו הערן די אמת'ע טיפע רייד וואס דער חלק אלוק ממעל פון אונז האט צו פארקויפן. אידישע קינדער וועלכע זענען אויפגעוואקסן אז געפילן לייגט מען אריין אין באר מים חיים, און פאעזיע באלאנגט ביים זאגן אקדמות, העכסטנס לערנען א שטיקל אומפארשטענדליכע 'אנסיכה מלכי' פונ'ם קליר, האבן יעצט אנטדעקט זייערע באהאלטענע כשרונות און עס ארויסגעגעבן. עס איז צו ערווארטן אז פון היינט און ווייטער וועלן די פאעזיעס וואקסן ווי שוועמלעך נאך א רעגן, מיר וועלן עסן פאעזיע, טרינקען פאעזיע (צוזאמען מיט די קאווע) און אטעמען פאעזיע, אזוי אז ביים נעקסטן פארמעסט וועט איפכא מסתברא נתהפך ווערן און ארויפקומען צום ערשטן שטאפל. עה, אבי גערעדט. אלע שטיקלעך וועלן זיין אזוי מייסטערהאפטיג, אז מען וועט מוזן געבן די אפציע צו קענען וואוטן אויף אלע פופצן, און מיר וועלן האבן פופצן געווינער.
לאמיר זען וואס זענען די סורפרייזעס פון אווענט. קודם זענען מיר געוואויר געווארן אז ראשעקאל דקהילתינו איז דעספערעיט פאר א שטיקל פאסט ווי פאר נאך א וועבערמאן לינק. ס'איז באמת א חידוש אז אלס ראש הקהל קומט אים נישט אן גענוג פאסט און אימעילס. בכל אופן וועט זיך דער עולם זיכער משתתף זיין און אריינשיקן א בריוועלע איינמאל א חודש. אפילו א אישי פון צייט צו צייט איז אויך גענוג.
ערנסט גערעדט, מיין איך אז דאס איז איינע פון די גרעסטע סורפרייזעס, מיר האבן גארנישט געוואוסט וואספארא ראשעקאל מיר האבן, יעצט וועלן מיר אים שוין נישט לאזן מנוחה, מען וועט שיקן א צווייטן ברענגען די נייעס, און ראשעקאל וועט זיך מוזן זעצן שרייבן סחורה!
געדענקט, איך האב עס שוין פאראויסגעזען ווען ער איז נאך געווען א שרייבער אויף קאווע שטיבל. יעצט כאפט אים אן ביים קארג און לאזט אים נישט ארויס, דעם שהי' פהי'נען. ער זאל דא אפ'שהי'ען אין באבנ'ס באבן אריין, און אונז דעליווערן סחורה אזוינס און אזעלכעס, מיט'ן טייוויל, לילית, רוחות, שדים, לויתן, עכבר שחציו בן אדם וחציו בן חורין, אלע בייזע רוחות זאל ער שיקן צום קאווע שטיבל, און מיר וועלן זיי מתקן זיין און מעלה זיין די ניצוצות.
נאך א סורפרייז איז געווען אז פרענקלין האט געקענט לערנען, און נישט סתם. אלס שכר איז געשען א נס, און דער קאמפיוטער האט אים אויסגעשפיגן אלע ביצים פון גאנץ תלמוד בבלי, ספעציעל פאר ר' בנימין'ען זיך צו באלעקן די פינגער. ער האט געמאכט אן אמעלעט, א לעטשאו, א פעטסאו, און וואס נישט, צו דעם אלעם איז געגאנגען זאפטיגע גראמען איינצוטינקען די ביצים בשעת'ן טועם זיין, און ווען מען האט געגעסן די ביצה מיט די גראמען און צוגעטרונקען א קאווע, זענען אלע שונאי ישראל אויסגעשטארבן.
און די וואס זענען נישט געשטארבן האבן זיך גענומען דאס לעבן אליין. ר' הציץ האט אים צוגעברענגט דאס פילעכל, און אונזער עמלקי האט דאס איינגענומען און פארשווינדן פון די מאפע, איבערלאזנדיג גאנץ כלל ישראל ווי סוכות אן אן אתרוג, ראש השנה אן א מחזור, און אחרון של פסח אן געבראקטס. נעבעך, אן אמת'ער יחסן זאל אזוי מיטמאכן, ער שטאמט דאך פון די גרעסטע מצוקי ארץ, א נייניקל בן אחר בן פון זרש, אחשתרנא, המן'ען, ביז ארויף צום זיידן עמלק, מ'זאגט אז ער האט קאזינס וואס זענען חשוב'ע בני תעירע אין בני ברק.
בן תמליון האט אונז צוגעשטעלט אן איידעלער פיוט, פון קאפלס וואס טוען נאר ערליכע און איידעלע זאכן, מען מאכט ארטס און קרעפטס, מען שפילט ראמי (אודאי נאר ווען מ'איז ריין), און מ'פרעגט איינער דעם צווייטן ווי אזוי דער טאג איז געווען. אזוי, אן קיין ברוסטן, אן קיין קושן, די אמת'ע אהבה וואס ברויך נישט די אלע היינטיגע מאדערענע מושגים. א וואונדער אז דר'עולם האט נישט געכאפט אז ס'איז ער?
ברסלב'ער האט זיך אריינגעשלייכט אינצווישן אזוי נישט מיר נישט דיר, און אראפגעלייגט א פיוט וואס צוגייט אין די ביינער, א משל מיט א נמשל, א קשיא און א תירוץ מיט א הקדמה, אן ערשטע סצענע, א צווייטע סצענע, מלא תוכן, לייכט צו ליינען, געשמאק צו זען, ממש ווי די מעשה מיט די בן מלך און די בת שפחה. און די געפילן גיסן זיך פון אלע זייטן. קודם האב איך אים מתעטף געווען בטלית של איש ואשה שאינו שלו, מיט'ן "צוזאמען" וויסנדיג אז אין ברסלב האט מען מקפיד געווען זיך צו האלטן נאנט מיט די ווייבער (אויסער ראש השנה, פארשטייט זיך). אבער ערשט שפעטער האב איך יורד געווען לעומקה של דבר און מתוך אימה ויראה ורתת וזיעה האב איך עס מייחס געווען צום ריכטיגן בעל המעשה. נישט צום גלייבן ווי ווייט מיינע אויגן זעען.
לעמאן דזשוס'ן קומט זיך גוטע פעטש, פאר'ן אויסנארן כל הקהל הקודש און אונז לאזן פירן ווי שאף צו די שחיטה. איינגערעדטערהייט אז, לעמאן דזשוס? נע, ער האט נישט קיין צייט. שיינע עניוות פראוועט ער מיר דא. איך האב זיבן מאל איבערגעטראכט אז אזא שטיקל איז דאך ממש ריינע אויסגעקוועטשטע לעמאן דזשוס, אבער לעמאן זאגט נישט קיין ליגנט. אזוי האב איך געמיינט. פון יעצט על'איך שוין וויסן מער נישט צו גלייבן. אבער איך האב למעשה הנאה דערפון, ווייל איך האב דאס געשטעלט אויף מיין ערשטע ארט, און יעצט ווייס איך אז איך נאר זיך נישט אין לעמאנ'ען, it's the juice, stupid.
פשוט קאמפליצירט האט ליידער נישט באוויזן צו באהאלטן זיין אידענטיטעט און ס'איז געווען א סוד פאר גאנץ בראד אז ער איז דער חברה'מאן וועלכער האט באוויזן צו כאפן א שמועס מיט'ן געלעכטער, אינטערוויוען דאס קליין וויינעדיג בעיבי, און ערנסט פארהאנדלען מיט'ן געוויין אז ער זאל זיך אפטראגן און גיין צו די שווארצע פעפער.
משה געציל האט אונז געמאכט צו שאנד און צו שפאט, יעדער איז געווען זיכער אז ער איז נישט דער הייליגער. משה געציל, עה! איך קען אים דאך, ער טרינקט קאוקא קאלע פונקט ווי מיר, ער דאווענט נישט שפעט, ער שמייסט נישט מיט די ציצית מיט אן אכזריות אויף אלע ארומיגע. שטעלט זיך ארויס אז ער איז שוין איינמאל הייליג, א קדוש מרחם אמו.
קאווע טרינקער האט אונז אויך געפערליך בא'עולה'ט, אריינגעלייגט גוי'אישע ווערטער כדי מען זאל נישט כאפן ווער ס'איז. נו נו, לעיקוואוד וועט זיך נאך אפרעכענען מיט אים, נעקסטע פארמעסט וועט ער שרייבן אין פראנצויזיש, העמער זען צו ער'ט כאפן ווער ס'איז. אבער דו ווייסט וואס, איך האב געהאט א פילינג אז ס'איז ער, איך קען אזא געביגלטער פיי-סמך יונגערמאן, און ער האט א חבר וואס טרינקט קאווע, האב איך צאמגעשטעלט.. שוין, לאמיר נישט רעדן ווייטער, מ'קען ווערן נכשל אין גילוי.
הרוצה בעילום שמו וויל דאך נישט מ'זאל רעדן פון אים, אבער שטילערהייט וועל איך מגלה זיין אז ער האט גערירט די הערצער ביי אסאך אידישע קינדער, און ער האט מעגליך געברענגט א שינוי לטובה אין דעם גאנצן געביט. איך מיין ס'איז דאס ערשטע מאל וואס איינער וואס גייט אדורך אזא איבערלעבעניש זאל האבן די קוראזש צו פובליצירן זיינע געפילן.
יידל האט געמיינט אז ער וועט שרייבן אז ער קען נישט פאעזיע, עט יעדער טראכטן, "דאס? נע, זיכער נישט יידל, אויב ער ווייסט וויפיל שטערנ'ס ס'איז דא, קען ער דאך זיכער שרייבן פאעזיע." ער האט שוין קוים געקענט ווארטן יעדער זאל שרייבן, "ואיני יכול לנגוע - זיכער נישט יידל, אוממעגליך!!" בין איך, יאיר, געקומען אלס הולך רכיל ומגלה סוד, און מגלה געווען פאר'ן גאנצן עולם אז יא, יידל קען נישט קיין פאעזיע. גלייב עס אדער נישט. דערנאך, איינמאל דער באבל וואס הייסט "יידל" האט געפלאצט, און קיינער האט מער נישט מורא געהאט פון אים, איז דער גאנצער עולם ארויפגעשפרינגען דערויף און צוגעשטימט אז יא, כ'האב שוין לאנג געטראכט אז יידל איז גארנישט עפעס ווייסעכוואס, סתם מאכט זיך ווי אן אלץ ווייסער.
אבער דו ווייסט וואס, יידל? נאר צו פאראידישן דעם ווארט "טרענץ" האט זיך שוין געלוינט אלע בושות.
יאנקל האט צעריסן דאס בענקשאפט, און עס האט זיך געוואלגערט ברעקלעך בענקשאפט אויף די גאסן, ווער עס האט געוואלט האט געקענט אויפהייבן. איך האב אויפגעהויבן אביסל, טועם געווען, און געשמעקט א ריח פון ביר. כ'האב עס איבערגעלאזט.
עה, ס'איז סתם א ווערטל. איך האב אויפגעהויבן אלע צוריסענע שטיקלעך, עס באטראכט, זיך משתעשע געווען דערמיט, אנגעקוקט, איבערגעליינט, מיטגעפילט, און געגעבן א קוש און פארזיכטיג געלייגט אין שמות.
יאנקל האט געשריבן:פאלגנד איז וויאזוי איך האב מיך אויסגעשטעלט די פופצן פאעמעס לויט'ן סדר פון בעסטן ביז'ן שוואכסטן - אין מיינע אויגן, און איך האב געשטימט פאר די ערשטע פיר אין דער ליסטע.
@פשוט קאמפליצירט, איך ליין איבער דיין שטיקל און ווי דו קענסט זעהן אין מיין עפילאג, הייב איך אן צו פארשטיין. אויב קענסטו ערקלערן מער וואלסטו מיר פארשפארט איבערליינען און אזוי אויך וואלט איך געקענט נוצן א רייב אין מיין בליי צו קאנען א פיצקעלע פון דעם מופשט׳דיגן מהלך
איך וויל באדאנקען די גאנצע עולם פאר'ן שטימען פאר מיר , און מיך געבן די קאנפידענץ. יאיר שרייבט אז מיין שטיקעל איז געוועהן די גרעסטע סערפרייז - גלייבטס מיר ס'איז פאר מיר אליין אויך געוועהן א סערפרייז. ווען איך האב עס געשיקט צו לעמאן האב איך אים צוגעשריבן אז אויב ער זעהט אז עס מאכט נישט קיין סענס זאל ער עס נישט אריינשטעלען ווייל איך האלט נישט ביים זיין א חוזק. לעמאן האט מיר גלייך געענטפערט אז ס'איז א שיין שטיקעל.
עניוועי , אז פערצן אירע האבן געהאלטען אז מיין שטיקעל איז פון די פיר שענסטע שטיקלעך איז עס מיר א ריזיגע קאמפלימענט , און איך געב ענק א געוואלדיגע ישר כוח. חברה , איך האב נישט געחלום'ט פון פאעזיע ביז די יעצטיגע פארמעסט!! ווער עס האט נישט אנטייל גענימען ווייל ער טראכט אז ער קען נישט זאל פליז זיך גיט איבערטראכטען!! עס איז זייער מעגליך אז די קענסט יא.
איך וויל עקסטער באדאנקען לעמאן פאר'ן צושטעלן די פארמעסט און אזוי שיין אנפירן און אוודאי די הייליגע אכסניא און די געטרייע מנהלים וואס שטעלן דאס אלעס צו. עקסטער קימט א דאנק פאר לעמאן פארן אויסקלינען מיין שטיקעל פון ספעלינג מיסטעיק'ס וואס האט עס געגעבן א שענערע פנים.
ראשעקאל האט געשריבן:איך וויל באדאנקען די גאנצע עולם פאר'ן שטימען פאר מיר , און מיך געבן די קאנפידענץ. יאיר שרייבט אז מיין שטיקעל איז געוועהן די גרעסטע סערפרייז - גלייבטס מיר ס'איז פאר מיר אליין אויך געוועהן א סערפרייז. ווען איך האב עס געשיקט צו לעמאן האב איך אים צוגעשריבן אז אויב ער זעהט אז עס מאכט נישט קיין סענס זאל ער עס נישט אריינשטעלען ווייל איך האלט נישט ביים זיין א חוזק. לעמאן האט מיר גלייך געענטפערט אז ס'איז א שיין שטיקעל.
עניוועי , אז פערצן אירע האבן געהאלטען אז מיין שטיקעל איז פון די פיר שענסטע שטיקלעך איז עס מיר א ריזיגע קאמפלימענט , און איך געב ענק א געוואלדיגע ישר כוח. חברה , איך האב נישט געחלום'ט פון פאעזיע ביז די יעצטיגע פארמעסט!! ווער עס האט נישט אנטייל גענימען ווייל ער טראכט אז ער קען נישט זאל פליז זיך גיט איבערטראכטען!! עס איז זייער מעגליך אז די קענסט יא.
איך וויל עקסטער באדאנקען לעמאן פאר'ן צושטעלן די פארמעסט און אזוי שיין אנפירן און אוודאי די הייליגע אכסניא און די געטרייע מנהלים וואס שטעלן דאס אלעס צו. עקסטער קימט א דאנק פאר לעמאן פארן אויסקלינען מיין שטיקעל פון ספעלינג מיסטעיק'ס וואס האט עס געגעבן א שענערע פנים.
יעצט אז דו ווייסט שוין וואספארא פאעטיקער דו ביסט, ראשקאל איז שוין העכסט צייט, זאלסט דיך טוישן דיין אוואטאר -מיט די אראפגעלאזטע אויגן, [דו זעסט דארט אויס ווי איינער וואס איז נארוואס מאלעסטעד געווארען] , האסטו דיך נישט וואס צו שעמען פון קיינעם, הייב דיר אויף דיין אראפ-געלאזטע אויגן, און קוק אריין מענטשן אין פנים.