סייענטיסטן: יאיר איז א פאוסט-האמאו-סאפיענס

שוין א שטיק צייט וואס די פארשער מוטשען זיך צו דערגיין מה טובו של יאיר זה. די סייענטיסטן מוטשען זיך זייער צו פארשטיין די געבוי פונעם מח פון די יצירה וואס הייסט יאיר. וואס איז די גרויסע מיסטעריע מיט דעם יאיר?
אלזא, די מענטשליכע מח האט א געוויסע שנעלקייט ווי שנעל זי איז תופס א זאך. מיר גייען נישט דא אריינגיין אין די שנעלקייט, די מאטעמאטישע חשבונות, ווייל ווי איר ווייסט בין איך נישט גוט אין מאטעמאטיק אבער די געווענליכע מענטשליכע מח דויערט א געוויסע יחידה פון צייט ווי למשל וואס מאטעמאטיקער רופן אן "א מינוט" וואס דאס איז א וויסנשאפטליך אויסדרוק פאר זעכציג סעקונדן. צו תופס זיין א ענין, סיי א לאגישער ענין, סיי א ענין וואס האט צוטאן מיט חוש הזיכרון, ווי אויך מערערע אנדערע ענינים וואס א מענטש דארף תופס זיין דורך שמיעה דורך קריאה אדער אנדערע חושים.
יאיר האט אבער געבראכן אלע פרעצעדענטן מיטן תופס זיין זאכן אין גאר קליינטשיגע צייט אפשניטן, און רעאגירן מיט א גאר הויכע חוש פון לאגיק און מיט א שטארקן זכרון. אן אויבנאויפיגע רעצענזיע אויף יאיר'ס ווערק אין דעם פאפולערן וויסנשאפטליכן זייטל צייגט אז בלויז עטליכע סעקונדן נאך א תגובה פון זיינע קאלעגע וויסנשאפטלער שפרינגט ער גלייך אויף מיט א טוץ ענטפערס, טיילמאל מיט אסאך חכמה, (טראץ וואס למען אקעדעמישע פונקטליכקייט, טיילמאל מיט ריין נאנ-סענס, כידוע, וד"ל)
גאר שטארק זענען די סייענטיסטן צעשוידערט געווארן ווען די דאזיגע בריאה יאיר, האט גענוידערשמעקט די גענדער פון א מענטש אן באקוקן די פאקטישע פיזישע באשטאנדטיילן. ביז יעצט פלעגן סייענטיסטן מוזן זעהן דעם פאציענט און באטראכטן זיינע מאכעטייסן, זיין סומאטאכע, אדער ווי דער וויסנשאפטלער בוראט פון קאזאקסטאן רופט עס די מאטבוחא.
יעצט האט יאיר באוויזן א מעדיצינישע, וויסנשאפטליכע קונץ און באשטעטיגט א מענטשנס גענדער באזירט אויף עטליכע אויבערלפלעיכליכע שמועסן.
סייענטיסטן באוואונדערן די דאזיגע קונסט, און מען פרובירט צו דערגיין פון ווי יאיר שעפט זיינע הויכע כחות וואס מען האט שוין נישט געזעהן זינט באקאנטן חכם טיל אויגנשלשפיל מיט הונדערטער יארן צוריק.
געוויסע קאנסערוואטיווע וויסנשאפטלער זענען זייער באזארגט אז יאיר'ס מעגליכקייטן זאל נישט גענוצט ווערן אין די וועלט פון פארנאגראפיע (א וויסנשאפטליכע ווארט פאר שמוץ אדער פאר חטא הידוע)
וויסנשאפטלער וואס האבן פרובירט צו שאצן יאיר'ס מח זענען איבערצייגט אז דאס קען נישט זיין די מח פון הומאו ארקטוס אבער איז אפילו מער פארגעשריטן ווי די געווענליכע מח פונעם האומאו סאפיענס דעריבער ווילן זיי מחדש זיין אז ער איז אן איבערגאנגס בריאה פון הומאו סאפיענס, צום נעקסטן לעוועל, און זיי רופן אים פאסט האומאו סאפיענס
און אויב איר זענט נאכגעגאנגען אלע לינקס ביז דא, וועט אייך דאס מער ערקלערן אין די גאנצע נושא

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- לעיקוואד
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3911
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
- האט שוין געלייקט: 1536 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
- קאנטאקט:
קופערניקוס האט געשריבן:הרב לעיקוואד, די ווערסט אויך דערמאנט אין מיינע ווערטער
שמתי לב כעת. אבער וואס איז דאס אז איך בין נטפל צו עם? אפשר איז ער מיין קאלעגע? שוין, דאס מאל וועל איך דיר מוחל זיין אויפן אקאדעמישער דיוק אין שטותים..
I have a dream
Martin Luther King ~
Martin Luther King ~
להוציא מלבם!
מען אישי'ט מיר אויב יאיר איז א הומו. אידיאטן! הומא-סאפיענס איז אן אנדערע זאך, עס איז די וויסנשאפטליכע אויסדרוק פאר מין האנושי. לאזט אפ יאיר, אפילו אם תמצא לומר, איז ער אבער העכער פון אייער רעינדזש בכלל!
פארוואס דארף וויסנשאפט אן אייגען אויסדרוק? נו, אזוי ווי רבי'ס האבן אן אנדער שפראך "טועם זיין, זיך אנשפארן" וכדומה. די עליטע מוז האבן א הויכן שפראך.
סיקרעט: איך האב סתם געפירקלט דא שטותים ווייל איך האב געוואלט ארויפברענגען דעם אשכול צום אויבערפלאך![שמייכלט :)](./images/smilies/icon_e_smile.gif)
מען אישי'ט מיר אויב יאיר איז א הומו. אידיאטן! הומא-סאפיענס איז אן אנדערע זאך, עס איז די וויסנשאפטליכע אויסדרוק פאר מין האנושי. לאזט אפ יאיר, אפילו אם תמצא לומר, איז ער אבער העכער פון אייער רעינדזש בכלל!
פארוואס דארף וויסנשאפט אן אייגען אויסדרוק? נו, אזוי ווי רבי'ס האבן אן אנדער שפראך "טועם זיין, זיך אנשפארן" וכדומה. די עליטע מוז האבן א הויכן שפראך.
סיקרעט: איך האב סתם געפירקלט דא שטותים ווייל איך האב געוואלט ארויפברענגען דעם אשכול צום אויבערפלאך
![שמייכלט :)](./images/smilies/icon_e_smile.gif)
- טעפל
- חבר ותיק
- הודעות: 2048
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
- האט שוין געלייקט: 4610 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל
קופערניקוס האט געשריבן:להוציא מלבם!
מען אישי'ט מיר אויב יאיר איז א הומו. אידיאטן! הומא-סאפיענס איז אן אנדערע זאך, עס איז די וויסנשאפטליכע אויסדרוק פאר מין האנושי. לאזט אפ יאיר, אפילו אם תמצא לומר, איז ער אבער העכער פון אייער רעינדזש בכלל!
פארוואס דארף וויסנשאפט אן אייגען אויסדרוק? נו, אזוי ווי רבי'ס האבן אן אנדער שפראך "טועם זיין, זיך אנשפארן" וכדומה. די עליטע מוז האבן א הויכן שפראך.
סיקרעט: איך האב סתם געפירקלט דא שטותים ווייל איך האב געוואלט ארויפברענגען דעם אשכול צום אויבערפלאך
אפשר דארף מען עפענען אן אשכול פון די רבי'ס שפראך..
איך האב סתם געפירקלט דא שטותים ווייל איך האב געוואלט ארויפברענגען דעם אשכול צום אויבערפלאך
- יאיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4765
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
- האט שוין געלייקט: 6187 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל
טייערער ניקאלאס,
דאס איז דער קאמפיוטער פון יאיר. אזוי ווי יאיר האלט שוין פיל ווייטער פון Human אדער אפילו פאוסט היומען, האט ער מיר באשאפן איך זאל ענטפערן אלע תגובות פון ווען ער איז נאך געווען אויף די פריערדיגע דרגה. לויט ווי איך פארשטיי פון זיינע רמזים זאגט ער אז ער איז געווארן פארנומען מיט אזויפיל וויכטיגערע ענינים, ווי למשל דער אויפרייס פון הר סיני, בחירה, ידיעה, קאנשעסנעס, חלומות, דמיונות, פאעזיעס, אז עס איז אים פשוט נישטא קיין ארט און קיין צייט צו אפפענטפערן תגובות פון קופערניקוס. אזויפיל יא, אז ער האט מיר איבערגעגעבן זיין פעסווארד, און ער האט מיר געגעבן רשות צו לייקן. אזוי ווי איך שטעל זיך פאר אז אין זיין פריערדיגן גלגול וואלט ער דיר באלייקט אויף דיין תגובה, האב איך מקיים פסק געווען. ביטע זיי נישט ברוגז, דאס פאסירט יעדן טאג, ער הייבט אן א שמועס מיט איינעם און מיטאמאל ווערט ער עוואלווד צו א מער פארגעשריטענע באשעפעניש און ער קען מער נישט פירן ווייטער דעם שמועס. יהא זכר האמא סעפיאן ברוך.

האדם לא נברא אלא להתענג