בענין זמן איז מיין תשובה לשאלתך בדרך קצרה שהוא ארוכהיידל האט געשריבן:נשמה יתירה האט געשריבן:איך הער. איך האב מיך נישט גוט אויסגעדרוקט. איך האב געמיינט צו פרעגען צו דו פארשטייסט.
לאז מיך פרעגן אנדערש. זאג מיר וועלכע הנחה דו פארשטייסט נישט
1-יעדע יא האט בהכרח א ניין.
2-יעדעס מאל איך טראכט 'יא', טראכט איך אויך ניין.
3-אלע ציורים וואס איז נאר שייך איז נאר געוויסע אויסשטעלעס פון יא און ניין binary code
4-אלע מחשבות וואס א מענטש טראכט אין זיין חלום, איז א חלק פין זיין חלום.
5-נמצא אז אלע מינע אויסשטלענוגען פין יא און ניין, אלע צירופים דערפין זענען א חלק פון זיין מחשבה, הענס א חלק פון זיין חלום.
6- די חילוק איז נאר און די דרגא פון התגלות. ווי ווייט באגראבען די אנדערע צדדים וצדדי צדדים זענען בעומק חלומי.
וועלכע חלק פארשטייסטו נישט, אדער כלשוני, וועלכע חלק ביסטו נישט מסכים?
אה, יעצט פארשטיי איך וואס דו שרייבסט. ייש"כ פארן זיך אראפלאזן צו מיין נידעריגע הבנה און עס מיר אריינפיטערן אין מויל.
הנחה 2 אז יעדע מאל וואס מ'טראכט יא, טראכט מען בהכרח ניין - איז עס טאקע אזוי? צו קען איך טראכטן ניין אויף זאכן וועלכע עקזעסטירן און זייער נישט-עקזיסטענץ איז אינדרויסן פון אונזער השגה (לדוגמא: קענסטו זיך פארשטעלן א בריאה אן 'צייט'? איך קען נאר טראכטן פון די 'יא' פון צייט. די 'ניין' פון צייט איז בכלל נישט אין מיין השגה).
4 - איז סאליפסיזם (אדער ענליכס), ריכטיג?
דרך קצרה-
מען קען יא מצייר זיין אז אלעס שטעלט זיך אפ, דעמאלט איז דאך נישט דא קיין זמן.
שהוא ארוכה-
עס ווערט אבער שווער אז אויב גארנישט טוישט זיך נישט איז דאך לגמרי נישטא קיין וועלט. עס איז אויס וועלט (כפתגם העמוק של המשב"ק)[ווייל עקזיסטענץ איז נאר אויב עס אפעקטירט עפעס. אפעקטירען מיינט אז עס איז משנה מהמצב הקודם]. און די קשיא איז אז שכל וואס איז גבול קען דאך נישט מצייר זיין אויס וועלט - בלי גבול.
קומט אויס אז די טיפקייט פון דיין שאלה איז אז מען זעהט דאך אז מיר קענען טראכטן פון גבול חאטש דער היפך איז נישט שייך צו טראכטען. אמת טאקע אז יעדע ספעציפישע גבול האט צוויי זייטן, קאלט-הייס, הויך-נידעריג, וכן הלאה, אבער דער אבסטראקטער מושג פון גבול אליינס, האט דאך נישט דעם צד ההיפך. איז דאך אויב אזוי דא איין ציור וואס מען האט נישט דעם היפוכו. און נישט נאר סתם א ציור נאר טאקע דער סאמע אבסטראקטער, ריינע, שרשיותדיגע, נקודה פון גבול.
ותשובתו בצידו. בלי גבול איז יא במציאות. אמת טאקע אז די כלי דאס צו עקספיריענסען איז נישט מיט שכל/גבול. אבער דאס נעמט נאך נישט אוועק די פאקט אז עס איז דא [די ווארט 'דא' איז נישט פונקטליך וויל דאס איז שוין אליינס אן הגדרה, אבער שפראך איז דאך שכלי, ולו דומיה תהלה]. דער צד ההיפך פון גבול איז טאקע דער יסודיתדיגע אמת פון בלי גבול. אדרבה, דא פארשטייט מען טאקע אז די גאנצע טיפע אבסטראקטער מציאות פון שכל/גבול זאגט און שרייט אז איך שכל האב נישט דאס לעצטע ווארט דא. איך בין מוגבל צו עפעס וואס איז אינדערויסען פון מיר. אמת איך קען דאס נישט דערטאפען, דערהאלטען, דעפינירען, ווייל עס איז אינדערויסען פון מיר, אבער איך קען עכ"פ שולל זיין מיין הגבלה פון האבען דאס לעצטע ווארט. [שכל קען נאר דיעלן מיטן בלי גבול באופן שלילי, כשיטת השלילי הידוע פון דעם רמב"ם ועוד].
קומט אויס אז עס איז ווייטער אמת די פשוטע טייטש פון גבול והגדרה אז מען איז עס גובל פון דעם צד השני. דהיינו מען זאגט אז עס איז הויך נישט נידעריג, און אזוי אויך אז עס איז גבול און נישט דער היפך וואס איז בלי גבול. און אפי' זמן וואס [בבחינת מה] איז עס די סאמע נקודה פון גבול-בלי גבול, איז טאקע יא דא די היפך. נאר וואס דען, מיר קענען עס נישט מגדיר זיין, מיר קענען עס אבער לעבען. דהיינו מיר קענען לעבען בדרך בלי גבול, אבער אהן עס מגדיר זיין. מיר קענען איבערגענומען ווערען פון מציאות אויף אן אופן פון ארויסגיין פון גבולים. [זאל איך צושרייבען אז דאס לעבן בדרך של בלי גבול, איז 'כשיטת כמה פילוספים שהובאו באשכול זה'? נעה איך שרייב עס נישט, איך וויל נישט יעדעס מאל מיזען מאמת זיין דאס וואס איך זעה אין ספרים הקדושים, מיטן חכמה בגוים תאמין, וועל איך עס דעריבער נישט שרייבען. ]
בנוגע דיין אנדערע נקודה-
דער הבדל הקטן פון 'סאליפסיזם' ביז 'עפעס ענליכס צו סאליפסיזם', קען זיין אזוי גרויס ווי דער חילוק פון יא סאליפסיזם ביז נישט סאליפסיזם.