ידיעה-בחירה פייער-אפשטעל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
לולקע-ציבעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 125
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 14, 2013 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 76 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 462 מאל

ידיעה-בחירה פייער-אפשטעל

שליחה דורך לולקע-ציבעך »

ידיעה-בחירה זענען צוויי טעמעס שהן אפטמאל אחת. ביידע פאר זיך זענען וואוילע, בעל-בתי'שע אידן וואס טשעפען קיינעם נישט. ווען די צוויי קומען זיך אבער צוזאמען לפונדק אחד, ווערט פרייליך אין שטעטל. "ידיעה" און "בחירה" הייבן זיך אן רייסן ביי די בערד, אז די פאליש-פאדלאגע ווערט איבערגעדעקט מיט גרוי-ווייסע האר מער ווי צווישן די בלעטער פון אלע ספרים אין אלע שראנק אין גאנצן בית המדרש בנין בענעזאם. געווענליך הייבט זיך עס אן מיט שטילע ציפעס, אזעלכע כ'האב-גארנישט-געמיינט טשעפעלעך; אבער גאר שנעל ווערט דער מצב היציג און פראסקעס הייבן אן פליען אזש ס'שפריצן פינקען.

א סך ערנסטע אידן, און אפילו לומדים און שיינע אידן, האבן זיך שוין פרובירט אריינלייגן אין דעם עסק און איינשטעלן עפעס א שטיקל שלום צווישן די צוויי. געהאלפן האט עס אבער אויף חרוסת. כ'זאג נישט; דא און דארט ברעכט צווישן די צוויי שונאים אויס א שטיקל פייער-אפשטעל. געווענליך האלט דער איבעררייס אן פון תענית אסתר ביז פורים.

האב איך געטראכט אז אפשר קען אזא גארנישט ווי איך יא שלום מאכן צווישן זיי. איך טראכט אז ווען ערנסטע, מכובד'דיגע מענטשן מישן זיך אריין, מאכט עס די צוויי צדדים טראכטן אז זייער מחלוקת קומט פון טיפע, בארעכטיגטע חשבונות. זיי שעמען זיך פאר די רבנים און שיינע אידן; במילא מוזן זיי אהערשטעלן א מחלוקת וואס איז נישט סתם א געווענליכע מחלוקה פון סתם צוויי פשוט'ע טרעגערס, נאר דאס איז עפעס האקל, עפעס הרים התלויים בשערה. אבער אויב איך, גארנישט שבגארנישט, וועל איידל צוגיין און פרעגן צי ס'איז שייך צו מאכן עפעס א פארגלייך, וועלן זיי זיך שעמען און אויפהערן זיך קריגן.

די פראבלעם מיט ידיעה און בחירה איז, אז די צוויי זענען לכאורה זיך סותר. ווי קענסטו זאגן אז איך האב א בחירה, אין דער צייט וואס דער אויבערשטער ווייסט שוין פון פריער וואס איך גיי באשליסן? נאר, לאמיר זען. דער גאנצער ענין פון בחירה איז נוגע לגבי שכר ועונש. האסט געהאט די ברירה צו טאן שלעכטס; האסטו אבער אויסגעקליבן צו טאן גוטס. איז, נאדיר שכר דערפאר. וכן איפכא. דער גאנצער ענין פון בחירה, קומט אויס, קומט אריין אין בילד נאר נאך דעם וואס שכר-ועונש איז שוין דא.

ווען מיר זאלן דארפן זאגן דעם קאנצעפט פון שכר-ועונש אין א ווארט, וואלט עס געווען "תוצאות", קאנסעקווענצן פון די באגאנגענע מעשים. פעולה פלונית ברענגט צו תוצאה אלמונית. "ידיעה", קען מען אפשר זאגן, הערשט אויף א העכערער מדריגה ווי די ביי וועלכער די שכר-ועונש תוצאות שפילן זיך אפ. און דארט, ביי מדריגת ידיעה, זענען שוין נישטא קיין "דאס" און "יענץ", קיין פאזיטיוו און נעגאטיוו, קיין טוב ורע, קיין גוטע פעולות און שלעכטע פעולות. דארט איז דער מצב אן אנדערער ווי ביי די נידעריגערע שטאפלען.

דארט וואו ידיעה "געשעט", זענען טאקע נישטא קיין שכר-ועונש. דארט שטימט שוין אויך דער חשבון אז אפילו אן עבירה איז געווען דער רצון השם, ווי צדיקים האבן געזאגט.

ס'איז אמת אז אחרי ככלות הכל שטימט עס נישט. דא, אינעם עולם הבריאה, לאזן די צוויי זיך נישט צונויפפארן. אבער דאס אז צוויי זאכן שטימען נישט ובכל זאת ווייסן מיר אז זיי זענען ביידע אמת -- דאס איז שוין היינט נישט אזא ווילדער חידוש. אין מאטעמאטיקס טרעפן מיר אזעלכע זאכן; אפילו פשוט סייענס אין אונזער עולם הטבע רעדט שוין היינט פון דבר-והפכו זאכן וואס עקזיסטירן בו בזמן בבת אחת.

איי, וועסטו פרעגן: ווער ביזטו, פארך איינער, שטיק פארברענטער ציבעך-אש, אריינצורעדן אין אזעלכע טיפע נושאים מיט וועלכע די אמאליגע גדולים האבן זיך געמוטשעט? איז דער תירוץ: אמת, איר זענט גערעכט. אבער יענע ריזן האבן געלעבט און געווירקט אין א וועלט וואו אלעס איז דאמינירט געווען פון שכל און הגיון. אין אזא וועלט איז טאקע זייער שווער איינצושטעלן ארדענונג צווישן אזעלכע צוויי קעגנגעזעצטע באגריפן ווי ידיעה און בחירה. היינט ווייסט מען שוין אז דאס אליין אז די צוויי זעען זיך נישט פינקטליך אויג אויף אויג איז נישט גענוג סיבה צו דארפן איינעם פון די צוויי באזייטיגן.

עוד יש לומר: די וועלט איז היינט שוין נישט אזוי פילאסאפיש גענויגט ווי דעמאלט. קשיות און תירוצים בענינים העומדים ברומו של עולם ווערן געווענליך געגעבן דורך פשוט'ע מענטשן, נישט דווקא מורא'דיג טיפע און טראכטנדיגע מוחות, נאר אזעלכע וואס האבן די נויטיגע ידיעות און טיטלען. א סייענטיסט איז עמיצער וואס האט אין קאפ א סך אינפארמאציע, א דעגרי, און אביסל מזל. די קשיות זענען טאקע גוטע; די תירוצים ווערן אבער געגעבן נישט דווקא דורך מענטשן וואס זענען קוואליפיצירט. די נושא פון ידיעה-בחירה האט זייער ווייניג שייכות מיט טרוקענער וויסנשאפט. במילא, בין איך (און דו און זיי) כמעט אזוי קוואליפיצירט אריינצורעדן ווי מענטשן מיט א סך טיטלען אנגעטשעפעט צו זייער נעמען.
כמעט אלעס וואס כ'שרייב האב איך געהערט, געלייענט, אדער געזען. איך געדענק אבער נישט וואס, וואו, און ווען. זאל די דעקלאראציע ברענגען גאולות לעולם.

דער אשכול פארמאגט 25 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר