קינות גירושין - מיינע עקספיריענס און איבערלעבענישן

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

קינות גירושין - מיינע עקספיריענס און איבערלעבענישן

שליחה דורך קינות גירושין »

קינות גירושין......

די רעזולטאטן פון סיסטעמאטישער ליבשאפט


[center]ימי הבחרות[/center]

מיין זיידע און באבע האבן זיך געטראפן אין א באר,
און איך מיט א טמא'נע קדושה דארף מאכן החלטות.

מ'האט מיר צוזאם געשטעלט,
אין ווייניגער פון כדי שיעור חימוץ געכאפט א בליק.

מיינע עלטערן מיט זייער תמימות געמאכט פאר מיר החלטות,
און פאר מיינע נאטירליכע געפילן נישט געגעבן קיין פתח,
מ'האט נישט געגעבן צייט פאר די צוויי פייגלעך צו זען אויב זיי האבן בכלל א שפראך.

די יסודות פון ליבשאפט איז אוועקגעשטעלט דורך טייטלבוים און שעהר,
און אז ביי זיווג דארף מען אינזין האבן העכערע זאכן.

א פרוי האב איך גענומען,
ווען איך האב נאכנישט געוואוסט פשוט פשט אינעם פסוק "שני שדיך כשני עפרים תאומי צביה".

די שדכנות סיסטעם: מצאינו השומרים הססבים בעיר את שאהבה נפשי ראיתם?
און ס'איז נישט מקיום געווארן די שעברתי מהם עד שמצאתי.

על משכבי בלילות בקשתי, את שאהבה נפשי ולא מצאתי...
ווייל ביי דער געזעלשאפט וואו ס'איז פארהייליגט דעם השבעתי אתכם בנות ירושלים,
האט מען מיך אויך באווארענט מיט דעם "אם תעירו ואם תעוררי את האהבה עד שתחפץ".

די רבי'ס דרייען זיך ארום מיט די שישים גיבורים סביב לה מלומדי מלחמה,
און נאכדעם קומען זיי נעמען רבי געלט ווען ס'איז דער יום חתונתו ויום שמחת לבו.

[center]ימי נשואין[/center]

א בן תורה וויל א יעדער האבן,
אבער צו קליידונג, וועלכער ס'איז די בעסטע ברענד פארשטייען זיי גוט.

אלס אינגערמאן ווען ס'איז נאך נישטא קיין לחם לאכול,
האב איך זיך שוין אנגע'חוב'עט פאר די אידן אין ארגענטינע און תימן.
און איך בין שוין געווען איבער גליקליך,
ווייל איך פארשטיי די וויכטיקייט פונעם פסוק "עורי צפון ובאי תימן".

יעקב האט געארבעט פאר לבן 7 יאר און באקומען רחל,
איך האב געארבעט פאר דאס ווייבעלע און באקומען דאס פארקערטע.

כאטש מאטעריאל מאכט נישט צופרידן א מענטש,
ווייל דו האסט געבעטן - האב איך דיר געגעבן,
תורי זהב מיט נקודת הכסף, דו האסט געהאט פון אלעם בעסטן,
קורות בתינו ארזים, רהיטנו ברותים.

שלשה שאינם רואין פני גיהנום איז ביי מיר מקוים געווארן.

דער עסקן גיט עצות - האב נאך קינדער ס'וועט ברענגען מזל און ברכה,
אביסל חכמת החיים האט ער נישט געקענט געבן,
ווייל ביי אים אינדערהיים איז די אביוז אויפן העכסטן פארנעם

ווייניג זענען די מענטשן צו וועם איך קען מיין הארץ אויסגיסן,
ווייל די פאר אומזיסט - איז א מענטש'ס כבוד גארנישט ווערט,
און די אחריות'דיגע - זענען גאר טייער.

אונזערע פרויען: פוץ אויף די גאס און שמוץ אין שטוב.
די פרויען אין גאס גייען באשמירט, מור ואהלות און כל ראשי בשמים.
דאס עקל פונעם שיינקייט: הערליך אויפן פנים און גרויל פון דאס הארץ.

[center]דאס גט[/center]

די שוועסטערס האבען זיך אריינגעמישט איר נישט פארגינען,
אז זי ווערט געפירט אויף א גאלדענע טאץ, יעצט זאלט איר באצאלן שאירה וכסותה.

דער שוואגער: מיט וואספארא רעכט האסטו איר גע'עצה'ט אז זי זאל זיך מיט מיר נישט פאראיינצוגן?
זינט ווען ביסטו מיר א מבין?
ביי דיר ליבשאפט מיינט נאר פרעסן שלום בית קוגל,
און דו פארשטייסט אז דא איז א מלחמת אש קודש?

נאנטע משפחה מיטגלידער זאגן זיי ווילן מיך העלפן,
ווען אין תוך זענען זיי די גרמה בנזקין.

זיך פאר איר גע'הרג'עט צו געווינען ליבשאפט,
און יעצט לאזט זי נישט מיינע קינדער רעדן צו מיר.

א ים מיט רשעות מיר אויסגעטיילט ווען ס'איז נאר געווען שייך,
און היינט זינגסטו אין די גאסן אז א שלעכטער מאן איז ער געווען, דער חי'.

[center]ותזנח משלום נפשי, נשיתי טובה[/center]

טעראפיסט: דו נבלה ברשות המלכות, מיט דיין כח ביסטו מסייע ידי עוברי עבירה,
שרייבסט רעפארטס אז מיין מיידל וויל נישט צו מיך קומען,
ווען דו באקומסט באצאלט צו מאכן דעם והשיב לב בנים על אבותם.
ובכן בכה בכא רב והרב

מיט דיין חכמה האסטו מיר כיטרעדיג מרמז געווען,
אויב געסטו נישט נאך אויף דיינע באזוכן-רעכטן וועט קומען אויף דיר ימי סוהר.
ותרד עיני דמעה ואילילה ואנודה...

מי יתן ראשי מים ועיני מקור נוזלי, ואבכה כל ימותי ולילי...

גוטע יועצים האבן געזאגט: געב נישט קיין "צוועלעווער" ווילאנג דו ביזט נישט פארזיכערט מיט'ן עתיד,
איך האב גע'טענה'ט אז זי קען אזא רשעות נישט טון,
פון ליבשאפט צו איר היפך, שוין אפאר מאל געהאט די פאליציאנטן ביי מיין טיר.

איך קען נישט קישן און ליבן מיין בת יחידה,
וויל איך האב מורא פון פארלירן "קאסטעדי" און דארפן שמאכטן יארן אין תפיסה.

מיין אדוואקאט זאגט מיר יעדן טאג טו די ריכטיגע שריט גיי אין געריכט,
איך האלט זיך צוריק ווייל איך וויל נישט טרעפן מיינע קינדער אין הויז פון די משוגעים.

מיט אירע העצישע רייד, כה אם תאכלנה נשים פרים, עוללי טפוחים...

מיין בן-יחיד: איך פלעג זיך מיט דיר יעדן טאג משתשע זיין דורך די תורה ,
און היינט קומסטו מיר זאגען גוט שבת איינמאל אין צוויי וואכן.
און דו זאגסט נאר איבער די סם וואס דיין מאמע האט אריינגעלייגט אין דיין אומשולדיג מח.

דו ביסט אינגאנצן אפאר גאסן אוועק פון מיר,
און דו לערנסט מיט א פריוואטן מלמד, ח"ו מיט דיין טאטן נישט האבן א קשר.

וויי פאר א זון וואס איז פארטריבן פון זיין טאטן,
בקירוב מקום ובריחוק הלב.

מיין בת-יחידה: נעכטן פלעגסטו מיר אזוי ליבליך איבערזאגן די פרשה,
און היינט ווייסטו נעבעך שוין ווי "פאני" דיין טאטע איז, און צוביסלעך טוישסטו דיין משפחה נאמען.

על זה דוה לבנו על אלה חשכו עינינו...

אלע מתנות און צירונג וואס איך קויף דיר ווערט מיסטעריש פארלוירן,
דו קומסט מיר אייביג זאגן וואס פארא גוטער שטיף טאטע דו טוסט פארמאגן.
מי יתן ראשי מים ועיני מקור נוזלי, ואבכה כל ימותי ולילי...


פיינע מענטשן ווילן נישט עובר זיין אויפן לפני עיור לא תיתן מכשול,
זענען מקיים דעם וכולן בלשון הרע.

שלעכט איז דער סיסטעם, ביטער זענען אירע מענטשן.

דו רשע: אין ביהמ"ד גיסטו מיר חיזוק,
אין מקווה בארעדסטו מיר מיט דער גרעסטער אכזריות,
דו מאכסט טיי-פארטיס פאר יתומים, און דו רעדסט מיר אפ שידוכים אין גרויסן,
גם איש שלומי אשר בטחתי בו, הגדיל עלי עקב...

מיט אייערע רייד גע'הרג'עט מענטשן,
מיין אינגל ווייסט שוין צו זאגן אז זיין טאטע איז א משוגענער.

דוד, דו האסט שוין מיינע צרות פאראויס געזען,
ירמי', דו האסט שוין אויף זיי געקלאגט.
הייתי שחוק לכל עמי, נגינתם כל היום...

איר האט מיר אוועקגענומען יעדע געלעגנהייט,
גן נעול אחותי כלה, גן נעול מעין חתום...

יעדער גט, א מחלוקה א פרשה, נישטא קיין נארמאלקייט און א סדר,
אין א געזעלשאפט וואס טוט זיך מיט צעפעזעלירן
בלה בשרי, ועורי שיבר עצמותי...

דיינים ווערן פון די פרוישע טרערן איבערגענומען,
און מיט'ן מדרש פון "כל המרחם על גרשתו" טוען זיי פסקים ארויסגעבן.

[center]תשוקה אהבה[/center]

מיינע גוטע פריינט איר האט נישט די ווערטער מיך צו טרייסטן,
איך פארשטיי, ווייל וויאזוי צו רעדן האט מען אייך קיינמאל נישט געלערנט,
אבער מיין הארץ פילט עס.
אי״ה ביום שמחת לבי וועלן מיר טאנצן מיט אמאליגע כוחות,

חדש ימינו כקדם

מיינע פריינט איר זעט מיין צער אז איך קען נישט טרעפן מיין זיווג,
אנה הלך דודך היפה בנשים, אנה פנה דודך ונבקשנו עמך...

די נסיונות ברענען,שלעכטע חברים עצה׳ן, געב זיך נאך,
ששים המה מלכות, ושמונים המה מלכות, ושמונים המה פלגשים, ועלמות אין מספר.
אבער איך לאז מיין שכל גובר זיין, ווייל איך וויל אנקומען צו דעם,
אחת היא יונתי תמתי.

און יעצט איז נאך ליידער עיני נגרה ולא תדמה, מאין הפגון.

איך האב פארלוירען מיין אפציע פון קענען געווינען מיין באליבטע,
ווייל זי טרונקט די נייעס פון די שמוציגע מקוה וואסער.

דו דוד האסט סוכ"ס געווינען א פרוי וואס דיין הארץ האט געגליסט.

צו מיין ליבע: אל תראינו שאני שחרחרת, ששזפני השמש.

[center]תשובה נחמה לימוד[/center]

סקומט מיר, ווייל אין מיין יוגנט האב איך אויף אנדערע גערעדט נישט גוט,
כי פשעי אני אדע, וחטתי נגדי תמיד.

איך בין אבער יא דאנקבאר אז איך בין געזונט,
און אז מיינע הערליכע קינדער זענען געזונט און קלוג,
און אז איר האט א שטארקע מאמע וואס קען ענק מחנך זיין.

ס'איז נישט דא קיין שלעכטס, וואס סאיז נישט דא אין דעם קיין גוטס.
ווען ס'וואלט נישט געווען קיין שלעכטס,
וואלטן מענטשן נישט געוואוסט ווי גוט ס'איז דאס גוטס.

וואלסט קיינמאל נישט געקלערט וואס יענער טראכט פון דיר,
ווען דו זאלסט וויסן ווי ווייניג יענער קלערט פון דיר.

מ'דארף זיך לערנען פונעם וועטער,
מ'האלט אים אין איין קריטיקירן און ער טוט ווייטער דאס זייניגע.

איך האב זיך אויך געלערנט: דו מעגסט און דארפסט זיין צווישן מענטשן,
דארפסט אבער נישט זיין איינע פון זיי.
יתן בעפר פיהו, אולי יש תקוה.

מיין גאט: יישר כוח פאר די נפשות'דיגע יסורים וואס דו געסט מיר פון ליבשאפט,
איך ווער מיט דעם אין דיר באהאפטן, א פאטש פון א פריינט איז זיס.

מיינע פיינט: יישר כח! איך האב יעצט געטראפן מיין רבי,
איך בין יעצט שטערקער פון אייך.
מיינע מעשים ווערן נישט געמאכט פון די גאס פרעשור,
נאר פון וואס מיין געטליכער שכל זעט פאר ריכטיג.

מיין חשיבות אין מיינע אויגן וואס מיינע מחנכים האבן געוואלט אוועקרויבן,
איז געוואקסן פי כמה, און מיין קאנפידענץ - כאשר יענו כן יפרוץ.

איך בין דער שטערקסטער,
ווייל איך שלאג זיך נישט מיט קיינעם.

איך בין א גיבור אן עושר א חכם, רפואה מתוך המכה.

איך קען זיך טאקע נישט אפגעבן מיט מיינע קינדער וואס זענען פארטריבן פון מיר,
האב איך יעצט צייט זיך צו שארפן מיינע טאלאנטן.

תשמיענו ששון ושמחה, תגלנה עצמות דכית...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קינות גירושין, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

הע?????
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

אינטערעסאנט, כ'האב נישט געזעהן דער ניק קינות גירושין אין די ליסטע פון די וואס האב אריינגעגעבן צום פארמעסט, קען זיין אז רוצה בעילום שמו האט געטוישט זיין ניק צו קינות גירושין..
הכלל, מען מאכט נישט קיין קינות אויף א גוטע זאך, קינות קלאגט מען אויף א שלעכטע זאך, ממילא זעהט אויס ווי איך האב שוין געשריבן ביי די אנאליזן אז מיין מוסר השכל פון די קינה איז אז עס לוינט זיך בכלל נישט די 12 שורות, עכ"פ נישט פאר מען איז מיליאן % זיכער אז עס איז נישטא קיין אלטערנאטיווע.
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

קינות גירושין, וואס פאר א שווארצע רוח קען ליגען אונזער אזא נאמען,
קינות מלשון קונן, גירושין, אוי געוואלד!
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

וטעות לעולם חוזר
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
דולה ומשקה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2732
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
האט שוין געלייקט: 308 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל

שליחה דורך דולה ומשקה »

ממי_שאמרו האט געשריבן:דאס זעהט אויס מער ווי א פאני וואס וויל קייטן אויף א צווייטענס חשבון. ספעציעל ווען ער האט געטוישט די אלטע הודעה צום איצטיגן הודעה.

מנהלים, אראפ ביטע


ווי אזוי האט יענער געזאגט?
Take my advice, I am not using it
"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קינות גירושין האט געשריבן:דא בין איך....

פרעגט רש"י הק' "מה ענין שמיטה אצל הר סיני"? וואו קומט קינות צו גירושין. אויך דער מדרש שוחר טוב פרעגט: מאי קינות. מזמור מיבעי?
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

berlbalaguleh האט געשריבן:
קינות גירושין האט געשריבן:דא בין איך....

פרעגט רש"י הק' "מה ענין שמיטה אצל הר סיני"? וואו קומט קינות צו גירושין. אויך דער מדרש שוחר טוב פרעגט: מאי קינות. מזמור מיבעי?

דא הייבט זיך אהן די סומאכטע קודם כל אפילו מזבח מוריד עליו דמעות, יעצט אמאל איז ההכרח לא יגונה..בקיצור אויף דעם איז דער כיוס כלל..אנטשולדיגס קינות גירושין דא..
איז לא דיך הערען..
באניצער אוואטאר
ידען
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3158
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 28, 2012 9:27 pm
האט שוין געלייקט: 2648 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 893 מאל

שליחה דורך ידען »

עפעס פעהלט דא?

מען טאר נישט אויסמעקען אויב מע האט שוין געלייגט א תגובה
פאר גוגל טאק און פאר לייגען אשכולות ענאנימעסלי
yedios1 @ gmail.com
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

קומט זיך א צובראכענע אינגערמאן, נאכען אפשרייבען זיינע צרות יגון ואנחה אין א שטיקל פאעזיע פארום. ס'איז אים נישט געגאנגען אזוי לייכט ביז ער האט מסכים געווען ארויסצוקומען אין די פאבליק. מאכט זיך א ניק, ווערט אנגענומען. והנה, מ'באפאלט אים מיט טענות און מענות! נעבאך.
ווילאנג ס'גייט דיר גוט
פארגיס נישט יענעמס בלוט
(קרעדיט: מיכאל שניצלער, טרעק 5).
לאמיר ווייסען א פנים-קבלת פאר אזא צובראכען איד וואס איז מלא כשרון אין מוח.

א גוטן ר' קינן, וואס מאכט איר, פארציילט וואס איר טוט, וואס מ'קען אייך העלפען.
וואס קענט איר מיט אונז מיטטיילען כדי מיר זאלן נישט זיין קיין צועק לשעבר.
וואספארא אינזיכטען זעהסטו א מקום וואס ברויך א תיקון?
רעד,
ביסט וועלקאם.
Under influence
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

קאווע ממך ילמדו וכן יעשו!
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

איך וואלט אים מכבד געווען מיט א קאווע און ראגעלע, אבער ס'איז א פאסט טאג.
Under influence
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

שכוח חברה איך בין פשט מורעדיג פארנומען אין מיינע געשעפטן ,אזוי סבלייבט מיר קוים איבער צייט צו טראכטען צו איך וועל קענען זען מיינע קינדער די פורים ( זיי זענען נישט אין אויסלאנד , א פאר בלאקס אוועק פון ווי איך וואוין)
איך האב גער אסאך צו רעדן,
שכוח פאר יעדעם פארן ארויסווייזען ענקערע געפילען סהעלפט מיר אסאך wow קאווע די ביזט געוואלדיג עקסטער שכוח פאר דיר
,איך בין נישט סענסיטעוו יעדער זאל ביטע רעדן דא וואס ער טראכט איך וועל טרייען צו העלפען און ענטפערן וואס ענק ווילן אלס וויסען פוןמיר אלס א אינסיידער,איך וואלט נישט געזאגט אז מזאל זיך צוהערן צו הרב ברעסלאבער און אסאך אנדערע וואס זאגען אז סלוינט נישט א גט ווייל קוק ווי יענער לייד נעבעך, ווייל איך גלייב נישט פון אוועק לויפען פון א פראבלעם מדארף וויסען וויאזוי צו האנדלען דערמיט
איך גלייב אז מיט אונזערע די דיבוק חברים דא וועט קומען א טויש וואס ספעלט זיך אויס אין אונזער קאמיונעטע
ממי שכח פארן ציריק ציען פון דיין אומזיסטע חשד
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

איך זעה אז אסאך זענען געווארען בארירט פון די פאקט אז זיי זעהן וואס עס מאכט אויס וואס מבארעדט,אזוי ווי איך האב שוין געשריבען איך בין גארנישט אנדערשט פון יעדעם איך enjoy א לשון הרע פונקט ווי יעדע בשר ודם , באט איך קען יעצט זאגען עטץ האטץ נישט קיין השגה וואס דאס רייסט , ענד אטליסט איך בין געווארען א אנדערע מענטש , איך מעסט יעדע ווארט 100 מאל פאר סקומט ארויס פון מיין מויל
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

ברסלבער האט געשריבן:אינטערעסאנט, כ'האב נישט געזעהן דער ניק קינות גירושין אין די ליסטע פון די וואס האב אריינגעגעבן צום פארמעסט, קען זיין אז רוצה בעילום שמו האט געטוישט זיין ניק צו קינות גירושין..
הכלל, מען מאכט נישט קיין קינות אויף א גוטע זאך, קינות קלאגט מען אויף א שלעכטע זאך, ממילא זעהט אויס ווי איך האב שוין געשריבן ביי די אנאליזן אז מיין מוסר השכל פון די קינה איז אז עס לוינט זיך בכלל נישט די 12 שורות, עכ"פ נישט פאר מען איז מיליאן % זיכער אז עס איז נישטא קיין אלטערנאטיווע.

אודאי, זיך גט'ן איז בכלל נישט קיין בא'טעמ'ט עסק, אבער אפטמאל איז דאס דער שליסל צום גליק, אדער פשוט צו ענדיגן די ליידן. גיין ארבעטן איז אויך נישט אייביג גרינג, און איז אסאך מאל ביטער שווער, אבער דאס מיינט נישט אז די תוצאה איז נישט א גוטער.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
טעפל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 17, 2012 5:25 am
האט שוין געלייקט: 4610 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 821 מאל

שליחה דורך טעפל »

שוין, קינות גירושין שלום עליכם זייער שיין געשריבען דיין פאעיזע שטיקל האט מיר ממש בארירט (איך בין אהיים געקומען יענעם טאג און איבער געזאגט מיין ווייב די גאנצע שטיקל זי האט כמעט מיטגעוויינט..) יעצט מאך דיך באקוועם דא נעם מיין "טעפל" און גיס די אהן פון "קאווע טרינקער" א פיינע קאווע, אבער געדענק דו שרייבסט גוט און אונז ווילען הערען אבער דו מעגסט אויך שרייבען אנדערע ענינים לאו דוקא פון גיטין..
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

ווי הייב מער אן רעדן? וואס איז די וויכטיגסטע, די שידוכים סיסטעם? וויאזוי צו גיין פאר העלפ? וואס משפחה מיטגעלידער זאלען טון ווען זיי זעהן איינע פון די משפחה האט פראבלעמס ? וויאזוי צו האנדלען מיט די טערעפיסט וואס ארבעט אנטקעגען דיר ( טא בי אנערסט , לענ״ד איז אויף דעם נישט דא א מהלך)די פראבלעם פון זיוויג שני ?יא קארט נישט קארט ,וויפל זענען ווערט די רבנים ווען סקומט צו דע זאכען
Omg ווי הייבט מען אן??? איך האב פלען נישט קיין כוח 
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

איך וואלט אנגעהויבען מיט די חלק וואס איז מיר יעצט נוגע , און פאר ענק אויך ״וויאזוי צו רעדו צו איינעם וואס איז גגט״
איך האב עס מזכר געווען אין מיין קינה, איך זע עס ביי מיר און אויך אנדערע אינגעלייט וואס זענען גגט זאגען מיר די זעלבע דער עולם ווייסט נישט וויאזוי reacten צו איינער וואס איז גגט,
איך בין נישט גלערנט אויף די זאכען כוואלט ווען יא גערעדט דא וואס איך פיל , און אפשר קען ארויסקומען א תועלת 
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

איך רעדט און רעדט , און עטץ טרייטץ אן די קאסטומס אויף די קינדער, אין לאכטץ פון מיר, א.ק. איך וועל דארפען טרעפן עפעס בעסער וואס צו טון מיט מיין צייט
א פרייליכע פורים!!!! 
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
לעמיל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2901
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:10 pm
האט שוין געלייקט: 913 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 692 מאל

שליחה דורך לעמיל »

קינות גירושין האט געשריבן:איך רעדט און רעדט , און עטץ טרייטץ אן די קאסטומס אויף די קינדער, אין לאכטץ פון מיר, א.ק. איך וועל דארפען טרעפן עפעס בעסער וואס צו טון מיט מיין צייט
א פרייליכע פורים!!!! 

איינער לאכט??? אונז זוצען און וויינען האבען דיך אונזין ביי קלי קלי למה עזבתני און דו זאגסט איינער לאכט????
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

קינות גירושין האט געשריבן:איך וואלט אנגעהויבען מיט די חלק וואס איז מיר יעצט נוגע , און פאר ענק אויך ״וויאזוי צו רעדו צו איינעם וואס איז גגט״
איך האב עס מזכר געווען אין מיין קינה, איך זע עס ביי מיר און אויך אנדערע אינגעלייט וואס זענען גגט זאגען מיר די זעלבע דער עולם ווייסט נישט וויאזוי reacten צו איינער וואס איז גגט,
איך בין נישט גלערנט אויף די זאכען כוואלט ווען יא גערעדט דא וואס איך פיל , און אפשר קען ארויסקומען א תועלת 

אדרבה, פון דדי עלאקווענט וועג ווי אזוי דו שילדערסט דיינע מיטמאכענישן זעט אויס אז דו האסט יא א גוטע פעדער. אפשר גיבסטו אונז אפאר עצות פון דיין אייגענער ערפארונג ווי אזוי צו רעדן צו איינער אין דיין מצב?
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

הונדערט פראצענט, מר. קינות. אז דו האסט עקספיריענס לאז אונז הערן!
אפשר (זיכער!) וועסטו שפירן בעסער אז לכה"פ אויף דיין בארד (האסט איינס?) האבן זיך אסאך מענטשן געלערנט את המעשה אשר יעשון, ווי אזוי זיך צו ריכטיג באנעמען מיט א גרוש/גרושה.
אין א נאנטע משפחה מיינע איז אויך פארגעקומען א ענליכע מצב, איך ווייס ליידער ווי אומבא'טעמ'ט דאס איז, און אויך אז נישט קיין חילוק וואס די "גאנצע גאס" ווייסט, קען מען קיינמאל נישט וויסן דעם אמת'ן אמת... נישט אלעס קען מען (און מעג מען) מגלה זיין.

אדרבה, מיר ווילן הערן! מיר לעכצן נאך יעדן ווארט! און אויב איז פאראן סיי וועלכע חיזוק מיר קענען דיר געבן, לאז אונז וויסן!
וירח ה' את ריח הניחוח
קינות גירושין
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 835
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 20, 2013 10:36 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 381 מאל

שליחה דורך קינות גירושין »

אקעי לעמיל, i'll take ur word
שמעקעדיג דו מיט דיין צינגל מאכסט רעדן דעם סינגעל... לאל, יא, איך האב א בארד (חוץ טאמער מיין Ex האט דיר געזאגט אז איך האב זיך אפגעגאלט...)

יאיר טייערער, איך וויס נישט עכט וואס צו זאגן, איך מיין אז דער בעסטע וועג איז געהעריג צו רעדן מיט איינעם וואס איז גע'גט, מיט דעם וואס דו ביזט נישט אפן וועגן דעם, ווייזטו אז דו האלסט אז ער איז א רחמנות, און כאטש באמת איז ער א רחמנות וועגן די מצב וואס ער איז אין, און כאטשיג אז די ווילסט עם נישט נישט געבן דעם געפיל, דאס איז אבער די געפיל וואס יענער באקומט.
און יענער וויל אבער נישט פילן ווי די שטאטס רחמנות, סא אז דו רעדטס וועגן די ענין קענסטו זאגן למשל "איך שטעל מיך פאר ס'איז אסאך ווייטאג, הלואי וואלט איך עפעס געקענט טון דיר צו העלפן".

יעצט, וויכטיג איז, אז אויב יענער הייבט אן צו רעדן פרטים, למשל צרות וואס די Ex מאכט אן, נישט צו געבן עצות, וואס ס'קען נאך אריינדרייען טיפער אין די פראבלעם, בעסער געזאגט, בכלל נישט געבן קיין עצות, ווייל אין רוב פעלער ווייסן נישט אינגעלייט וואס צו עצה'נען און פאר נאך סיבות ברענגט עס נאר שלעכטס, סא קענסט פלעין זאגן: I wish it wouldn't happen to u ......

איך וועל זאגן נאך מער (אפשר פארפאר איך פונעם ענין) איך האב קיינמאל נישט קיין פלעזשאר ווען איינער רעדט שלעכטס צו מיר אנטקעגן מיין Ex. קודם, ווייל ווי נישט ווי האב איך געלעבט מיט איר א לאנגע צייט, און ווער וויל האבן די הרגשה אז מ'האט געלעבט מיט א שלעכטע זאך אזוי לאנג (חוץ אז דו ווילסט זאגן אז איך face נישט reality), ועוד, בין איך דען געווען אזא שלעכטע בחור אז מ'האט מיר אנגעטראגען אזא שלעכטע שידוך ווי איר...???

גדולים וטובים מאכען דעם טעות און מיינען אז זיי טוען א טובה ווען מען בארעדט. פאר מיר איז עס נאך א שטאך, כאמרתי לעיל, ס'קען זיין אז אנדערע פילן נישט אזוי, כווייס נישט.
 
דברי מוסר מבדחן לשמעקעדיג:
לערין דיר אויס צו הערן א צווייטענס מיינוג, אז נישט וועסט מין הסתם אויסזען ווי קינות גירושין און א צייט פון יעצט, די יסוד פון שלום בית איז צו קענענן אויסהערן וואס א צווייטער זאגט, מען מוז נישט אלץ אגריען מיט יענעם אבער אויסהערן דארף מען.
פארשפארט