איינער האט מיר עס געשיקט, און וויבאלד איך האב געקלערט אז דער עולם וועט הנאה האבן (מען האט אמאל ליב ווען מען מאכט חוזק פון זיך). האב איך עס דא ארויפגעלייגט.
שמחת פורים
מיין פורים מיט הערשעלע'ן און אלי' ברוך
איייי פורין פורין פורין לנו נרוך אשע נחר לנו דעכענוני ויכינוני איגיאוני לאנאן האזע. יא אטע דאס זינגט מיין קליינע שלום נחומ'ל קוים דריי און א האלב יאר אלט און די באדי!
ברוך השם מארגען איז שוין פורים אינא מאזעלדיגעשא!
די בני בית האט שוין זיכער געמאכט אז דעיע יאר גייט מען עסן אלע סעודות ביים שוויגער פאר א טשעינדז צולייגענדיג מיטן גרעסטן שמייכל פון איין אויער צום אנדעדרן איט וויל בי סאו מאטש פאן! סגייט אפי' זיין לייוו מיוזיק! פרעגנדיג וואס ס'מיינט זאגט זי מיר מיט א גרעסערע שמייכעל איטס א סורפרייז! כא געוואלט אנהייבען טענהן אז איין סעודה קען מען דאך עסן אינדערהיים און סעט אויך זיין סאו מאטש פאן, בקוצר נאכן טענהן זיך א האלבע שעה וועריך געוואויר אז די שוויגער האט שוין קאנפירמד מיטן ווייב זז"ג א חודש צוריק אז דעיע יאר גייען אלע קינדער קומען פאר אלע סעודות צו איר שוין כפרת עוונות.
תענית אסתר. כבין שוין אויפגעשטאנען פון מיין טופן שלאף מיט א סטיפנעק אויפן לינקע זייט נאכדעים וואס הערשעלע האט אוועקגענומען מיין קישען אונמיטן שלאף. גייסטו פרעגן פארוואס ער האט עס אוועק גענומען? די מעשה איז אזוי. הערשעלע גייט זיך פארשטעלן דעיע יאר ווי א שיכור מיט א גראבע בויך די מעשה גייט שוין צוריק פאר עטליכע חדשים ווען קלמן די אינגל פון זיין קלאס מיט די אראנדזע ציפלאטשקעטע פיאות האט עם געזאגט אז נעכטן האט ער געזען א שיכור און סאיז געוועהן זייער פאני! בקוצר א מעשה זייט דעמאלס האט הערשעלע מחליט געוועהן אז ער גייט זיין פירעם א שיכור,
א היט האט ער שוין געטראפען און די שאפער נאכן איבערדרייען סגאנצע באקס די מאסק וואס ער גייט טראגען ליגט שוין אונדערהיים לאמיר זיך אפשטעלן דא א מינוט הערשעלע גייט זיך נעבעך דארפן ארום דרייען "גאנץ" פירעם מיט די שטינקעדיגע פארשוויצטע מאסק די מאסק וואס איז שוין געלעקט געווארען לעצטע יאר דורך שימי אונזער נעיבער גאנץ פירעם און די מאסק וואס מקען נישט אטעמען עס מאכט א שטיקעל אסטמא פאר א טאג, ווער רעדט נאך ווען א אינגל טוט עס אן קען ער נאר קוקן מיט איין אויג אויף אמאל ווייל דעיע מאסק איז געמאכט געווארען פאר אן ערוואקסענע מענטש. עס גייט אריין און די גדר פון טשיילד עביוז צו הייסן א קינד גיין מיט דעים אפי' פאר איין מינוט, ווייסיכמיין?
נחזור לענינו. ער האט שוין ארויסגענומען זיין שיך בענדל פון זיין שיך ווייל אזוי גייט עס זיין זייער פאני. יעצט הייבט זיך אן די קאשמאר וועגן די גראבע בויך וויאזוי מגייט עס מאכען, נאכן זיך אדורך שמיעסן מיט פלטיאל פערצופעל איז ער זייער גראב האט ער מחליט געוועהן אז ער גייט נעמען די גרעבסטע קישן פון די הויז אז סזאל זיין זייער פאני בקוצר פלטיאל האט עם געגבן אן עצה צו נעמען די טאטעס קושען ווייל סאיז די גרעבסטע,
בקוצר צוריק צום סטיפנעק, ווי האט מען געהאלטען?
נאכן זיך אנטוהן די שיך זעה איך ווי הערשעלע קומט צו לויפן און מיין ריכטונג און אינטער עהם שטייען אלע קינדער פון גרויס ביז קליין און שמייכלען מיט די גרעסטע שמייכל. טאטי איך האב גענומען דיין קישען אנווייזענדיג אויף זיין בויך, נאכן 10 מינוט טענהן איז געבליבען אז ער גייט זייער שטארק וואטשען אויף די קישען.
מגייט שוין און שיל!
מגייט שוין זאגען די ערשטע מאל האמאן!! כקוק מיר אזוי מאכענדיג מיין אויג האלב שיף נישט וועלענדיג ארויס קוקן פון די חומש נישט צו פארפאסען אפי' איין ווארט זעה איך ווי הערשעלע'ן נעמט ארויס פון זיין טאש א באקס פון קראכערס וואס די גראבע פלטיאל האט עם געגעבן דעיע מינע וואס מאכען א זייער א הויעכע נויז, סווערט מיר שווארץ פאר די אויגן, פאר וואס ווען ווי האט מען שוין געזאגט האמאן און הערשל מיט זיין גראבע בויך האט געמאכט אזא הויעכע נויז מיט זייער אסאך רויעך אז סגאנצע סמעדריש האט זיך אויסגעדרייט און מיין ריכטונג ווערנדיג אלע קאלירן כאילו וואס מאכסטו דא אזא רויעך,
שוין נאכן געבען א פיצי ציפ פאר הערשל'ן האט ער מיר געגבן די גאנצע פעקל באמבעס און עס געלייגט און מיין טאש און כברויך ענק נישט זאגען סארא בישות איך האב געהאט נאכן מגילה ליינען און לכבוד דעם איז הערשעלע געקומען וויינען אז ער האט נאר געמאכט 10 צענט פאר זיין פושקע.
אנקומענדיג אהיים מאכט ס'ווייב זיכער אז מגייט שלאפען פרי ווייל מארגען גייט זיין א ביזי טאג און הערשעלע'ס רבי וואוינט זייער ווייט און מדארף אנקומען פאר איינס אזייגער...
טוף אונמיטען מיין צווייטע חלום הער איך א בת קול... שלמה סאיז שוין 11 אזייגער די דארפסט נאך גיין צו הערשעלע'ס רבי פאר איינס אזייגער און די ליגסט נאך דא און בעט, קוקענדיג אויפן זייגער כאפענדיג א קליינע הארץ אטאקע כ'געב א שפרינג ארויס פון בעט איינטינקענדיג איין פיס און ס'נעגל וואסער,
איך לויף שנעל און כוועק אים אויף ער זאל שנעל אויפשטיין, נאכדעים וואס הערשעלע האט זיך געכאפט ווי שפעט סאיז איז ער געווארען אונגאנצען אויס מענטש אז די אינגעלעך פון זיין קלאס האבען שוין זיכער געדאווענט און קיינער גייט נישט זען ווי ער איז א שיכור, נאכן בארואיגען אז יעדער דאווענט דעיע צייט האט ער זיך שנעל אנגעטוהן און מאיז געלאפן.
אנקומענדיג און סמעדריש ווערט מיר שלעכט פאר די אויגן די לעצטע מנין גייט יעצט ליינען מגילה איך געב א כאפ הערשל'ן ביים בויך איך געב א נעם א חימוש און איך זעץ מיר אראפ, אונמיטען הייבט זיך אן א טאנעריי אויב סאיז נישט דא קיין בעל קורא וואס קען ליינען צו איינער מעג פלעין זאגען אן קיין עכטע טראפען נאר פאלטשע נאך צען מינוט טענהן איז געבליבען די פסק אז יצחק די מענטש וואס רעדט אייביג די העכסטע און מקוה ער גייט ליינען ווייל ער האט א הויעכע קול,
איך דארף ענק נישט זאגען וויאזוי די ליינען האט אויסגעזעהן די עולם האט זיך געקאטשקעט פאר געלעכטער און שטייציך הערשעלע האט געדארפט לאכען העכער פון יעדעם אנמאכענדיג פרישע בישות, שוין מהאט שוין געענדיגט און א מזלדיגע שעה, כ'געב א קוק אויפן זייגער, רבוש"ע סאיז שוין 12:30 און כהאב נאך נישט געדאווענט און א האלבע שעה דארף איך שוין זיין ביי הערשעלעס רבי וואס טוט מען דא. נישט האבענדיג א ברירה בין איך אריין געגאנגן און די קליינע שטיבל און זיך גענומען דאווענען מיט גרויס התלהבות.
12:55 קום איך אן אינדערהיים די קולות פון ס'וויב איז געוועהן אויפן העכסטן אייביג דארפסטו שלאפען שפעט הערשעלע'ס רבי האט מען שוין פארפאסט, נישט וויסענדיג וואס צו טוהן האב איך אנגערופן הערשעלעס רבי אז איך קום שוין און מ'איז געלאפען
הערשעלע איז געוועהן אויפן זיבעטן הימל ווען די רבי האט נישט געכאפט פאר צען סעקונדעס ווער ער איז! נאכדעים זאגט מיר הערשלע זעהסט טאטי סאיז געלונגען.
סאיז שוין 2 אזייגער און מהאט שוין דעליווערט רוב מישלויעך מאנעס און מגייט שוין צום שוויגער פאר די ערשטע סעודה, אנקומענדיג דארט הער איך שוין די לייוו מיוזיק אנקומענדיג אויבן זעה איך נישט קיין אנדערע ווי מיילעך 5 און א האלב יאר אלט שפילט אויף די קיבארד אויפן העכסטע אנפרעגנדיג וועלעכע ניגון ער שפילט איז ער געווארען זייער באליידיגט סהייסט איך שפיל יעצט ליהודים
שוין גייט מען היינט דארפן זיצען דא ביים סעודה מיט די לייוו מיוזיק ווייל מיילעך האט באקומען צוויי טעג פריער א קיבארד פאר אכציג גראשען ער האט עס אפי' געקויפט מיט זיין אייגענע געלט און די שוויגער האט עם געהייסען שפילן צו מאכען זייער לעבעדיג, אונמיטען קומט די שוויגער אריין אנווייזענדיג אויף מיילעך נא שלמה וואס זאגסטו צו אונזער וואן בענד מען נישט וויסענדיג אפי' וויאזוי מען זאגט עס. צולייגענדיג סגייט זיין זייער לעבעדיג דעיס יאר!
שוין אלי' ברוך די עלטסטע שוואגער מיט די דינע שטריימעל מיט 14 קינדער 15 יאר נאכן חתונה איז שוין דא מקען זיך שוין גיין וואשען. קוים געגעסן א פיצי שטיקל חלה און אלי' ברוך גייט שוין צו צו מיילעך אונזער שפילער אנווייזענדיג אנצוהייבען ליהודים צילייגענדיג מאך א הארא ביעט ווייזענדיג אז ער פארשטייט צו מיוזיק ווייל ער האט געהערט און מקוה א טאג פריער די ווארט הארא איז ער געווארען די גרעסטע מבין אויף מיוזיק, און מיילעך ווייסט פון גארנישט און אנגעהויבען אויפן העכסטן טאן מיט צוויי ספיקערס וואס די שוויגער האט געדינגען פאר פורים, ליהודים ליהודים...
ברוך האט זיך גענומען 2 גלעזלעך וויין און אריין געשאשקעט אויף איין שאס אויסגיסענדיג האלב אויף זיין צופלויגענע אראנדזע בארד און האלב אויפן ערד און געמאכט זיכער אז זיין העמיד איז אויך טועם אביסל און זיך גענומען טאנצען זיך מאכענדיג שיכור, אונמיטען פיל איך ווי איינער שלעפט מיין העמד צורייסנדג מיין צוויי אויבערשטע קנעפלעך שלמה ל.ע.ב.ע.ד.י.ג קום טאנצען! נישט האבענדיג א ברירה בין איך אויפגעשטאנען אנכאפענדיג מיין העמד און קיין קנעפלעך און מיט געטאנצען מיט ברוך,
אונמיטען האט ער געגעבן א כאפ הערשעלע'ן ער זאל אויך קומען טאנצען און הערשל איז געטאנצען מיטן גאנצען כח שלעפענדיג אלי' ברוך'ס בעקיטשע פון די אקסל אז ער זאל קענען טאנצען העכער, די קישען וואס ער האט גענומען פון מיין בעט איז שטייציך ארויס געפאלען אויף די ערד ווערנדיג רויט פון אלי' ברוך'ס וויין וואס ער האט אויסגעגאסען, און אלי' ברוך האט געמיינט אז די קישן האט מען דוקא געלייגט אויפן ערד האט זיך גענומען טאנצען אויף דעים, ווי געזאגט סאיז אמאל געוועהן א קישען, אונמיטען איז אלי' ברוך'ס אויסגעדראשענע שטריימעל אראפ געפאלען אויף די ערד און איך האב געמאכט זיכער צו געבען א טרעט אויף דעים אלץ נקמה כאילו כהאב עס קיינמאל נישט באמערקט.
בקוצר נאך צוואנציג מינוט טאנצען האט זיך אלי' ברוך ב"ה אויסגעדרייט די פיס, און מהאט זיך ווייטער געזעצט עסן... ביז...
ביז לייבי די אינגסטע שוואגער איז אנגעקומען...אבער ער איז שוין יא אנגעקומען אביסל שיכור ווייל ער האט זיך פארשטעלט מיט שרי ווי 2 קרעיאן'ס שרי איז געוועהן א רויטע און לייבי איז געוועהן א גרינע, ער האט גלייך געהייסען מיילעך נאכאמאל אנהייבען צו שפילען און ער האט אנגעהויבען נאכאמאל טאנצען מיט שלעפענדיג אלי' ברוך וואס איז געטאנצען יעצט נאר מיט איין פיס.
און סהאט אנגעהאלטען יעצט פאר נאך צוואנציג מינוט, שוין מהאט געענדיגט טאנצען און א מאזעלדיגע שעה די שוויגער ברענגט שוין אריין די כאלעפטשעס די זעלבע רעסעפי וואס באבי שלאמצי האט געמאכט נישט און מויל אריין צו נעמען,
סווייב קומט מיר אריין אטעמען און אויער מיט הייסע לופט אריין שפייענדיג פיצי שטיקעלעך כאלעפטשעס וואס זי האט נאר געענדיגט עסן, כאילו זאגען א סיקרעט זעסט כאדיך גיזאגט אז סגייט זיין לעבעדיג!!
די צווייטע סעודה איז אן ארטיקעל פאר זיך...
האטס מיר א גיטין פורין!!!
מיין פורים מיט הערשעלע'ן און אלי' ברוך
- ניו יארק
- ידיד ותיק
- הודעות: 815
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 2:28 pm
- געפינט זיך: נו...? ווי דען אויב נישט אין ניו יארק?
- האט שוין געלייקט: 98 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 281 מאל
מיין פורים מיט הערשעלע'ן און אלי' ברוך
איך בין גערעכט מיט מיין מיינונג? האסט הנאה פון מיין תגובה? גיב א לייק ®
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 879
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 9:32 am
- האט שוין געלייקט: 96 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל